☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16781

קידוש » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:47 am

· #543132
שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
אין די לעצטע יאר-צוויי האט זיך א לאז געטאן א נייע עפאכע, היימישע שוויצן נאר פאר מענער אין היימישע געגענטער.

פון איין זייט וועלן עס מאנכע אנרופן א נייע סארט פראסטע זאך אדער א נייע לוקסוס, די אלע שוויצן בעטן מינימום א הונדערטער נאר אריינצוגיין, און נאך געלט פאר עסן טרינקען וכדומה, פון די אנדערע זייט איז עס א אכשר דרא, ביז היינט פלעגט זיין נאר געמישטע שוויצן אזוי ווי BRC, SOHO, KINGS,
ווי מען קען טרעפען היימישע יונגעלייט אין איין נאסע שוויץ מיט נאקעטע גוי'טעס,

שוויצן בכלל, ווי מען פלעגט עס אמאל רופן 'די בעדער', האט נישט געהייסן קיין עקסטערע לוקסוס, נאר א וויכטיגע זאך פאר די ביינער און געזונט, אביסל זיך אויסצוטשוכענען די זעקל ביינער און סטרעס.

אין ראדני שול פלעגט זיין א שוויץ אפן ביז צענדליגע יארן צוריק, ביז מען האט עס פארמאכט צוליב מעשיות.
סקווירא רבי פלעגט פארן יארן צו פרעשבורג פאר די בעדער (געזונטע נאטורליכע מינעראלן וואסער).

געהערט האב איך אז איינע פון די בעלי בתים פון די נייע שוויץ אין מאנסי איז פאר'ן עפענען געגאנגען צו צוויי ערנסטע רבנים אין זיין שטאט, און זיי געזאגט אז ער וויל זיי ערגעץ טראגן פאר אפאר שעה. זיי זענען אראפגעפארן מיט זיין קאר אין א זונטאג, געזיצן אין קאר אינדרויסן פון איינע פון די באקאנטע שוויצן וואס איז געמישט מיט פרויען ליידער, און פאר די רבנים איז ממש שלעכט געווארן צו זען וויפיל חסיד'ישע אינגעלייט גייען דארט אריין מיט וואלענע ציצית אינדרויסן.. בקיצור ווי מען זאגט אז רעסט איז היסטארי, און טאקע אין אלע שטעט איז די שוויצן לכתחילה עפראווט פון די רבנים און וועד הצניעות!

אין מאנרא שוויץ איז טאקע דא אן איסור פאר בחורים אונטער 18,

די ערשטע אזא שוויץ איז דאכט זיך געווען שלאמיאק אין בארא פארק, וואס רופט זיך Spa 60, אויף א היימישע פארנעם אויף 60 סטריט אין בארא פארק.

די צווייטע אין די רייע איז די באקאנטע שוויץ און קרעטשמע ספא 42 אין מאנרא אינדרויסן פון שטעטל קרית יואל, געפירט דורכ'ן אלעמען באקאנטן ברוך גלויבער, וואס דאס איז א חידוש אביסל אנדערש ווי די אנדערע אז עס האט אויך א רעסטוראנט אויפן פלאץ, און א באר מיט טרינקען איז אויפן וועג,

די דריטע איז געווען מרחץ אין מאנסי, וואס איז געפירט דורך פערל, א גאר שיינע נייע ברענד ניו פלאץ.

ווי אויך איז דא די באקאנטע Vibes פלאץ אין מאנסי, די געוועזענע lifeplex וואס איז אויך נאר פאר מענער און האט א גוטע שוויץ.

יעצט קומט אויף די רייע פאר וויליאמסבורג עיר הקודש, the oak room spa

לויט מיין מיינונג איז דאס די נייע VIP CLUB ווי די עליטע וועלן מאכן ביזנעס דיעלס אנשטאט די ווארעמע מקוה בורות,

סך הכל די איינציגסטע כשר'ע אוטלעט ביז יעצט איז געווען עסן/ פרעסן און מוזיק - יעצט קומט צו שוויץ אויפן מאפע.

נעקסט קומט shvitz on wheels פאר יעדע רייסערישע איווענט, און eventually א באר און יעדע שוויץ מיט אלקאהאלישע געטראנקען...

לאמיר זעהן וואס קומט נעקסט....

( דיסקלעימער, א חלק אינפארמאציע קומט פון אנדערע מקורות)

די קעפעלע » מאנטאג יאנואר 1, 2024 12:29 pm

· #543146
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
פיינע ליסט.

איך מיין אז אפאר מקוואות אין בארא פארק פלעגן אויך האבן א שווי"ץ ביז נישט צו לאנג צוריק. עס איז געווען א חלק פינעם לייפסטיי"ל אמאל.

עס איז גראדע נאכאלץ נישט דא קיין גרויסע אויסוואל אין כשר'ע האטעל'ן וואס האבן באזונדערע שוויצן און האטאב"ס נאר פאר מענער.

דאכט זיך אז נאר די Raleigh Hotel האט איינס אינעם מקוה בילדינג עס איז גאנץ פשוט אבער עס טוהט די דזשא"ב.

עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען מען קען האבן א גלאט כשר וועקעשו"ן מיט אלע צוגעהערן אויפן היימישע פארנעם.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 1, 2024 12:43 pm

· #543147
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
אויך זענען דא גוי'אישע שוויצן וואס געבן אוועק שעות על טהרות הקודש. שוין יארן וואס די ריזיגע ספּאַ88 פון מאנהעטן איז אפען ליל ששי אויסשליסליך פאר היימישע אינגעלייט. ווי אויך האט זיך לעצטענס אויפגעמאכט די טויערן פון א ערשט קלאסיגע שוויץ נעבן בארא פארק וואס הייסט וואורלד ספּאַ און געט אויך אוועק דאנערשטאג נאכט עקסקלוסיוו פאר היימישע אינגעלייט.

הרב יו''ט גלאזער האט לעצטע וואך באשיינט די אווענט אין וואורלד ספּאַ.

ב''ה כלל ישראל בליעט און דער עולם פארגינט זיך אביסל פונעם שיינע וועלט וואס דער באשעפער האט אהער געשטעלט.

צפת » מאנטאג יאנואר 1, 2024 1:14 pm

· #543157
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
וואס איז די חילוק צווישן ווייבס אין מרחץ, אין מאנסי. וועלכע איז בעסער?

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 1, 2024 4:53 pm

· #543187
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
די (היימישע) שוויצן האבן אויך א מקוה בור דארט, אדער נישט?
גייט מען מיט א בעידינג סוט, אדער מיט א מקוה סוט?

דערהויבענע איד » מאנטאג יאנואר 1, 2024 7:01 pm

· #543199
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
סוף טוב הכל טוב #
די (היימישע) שוויצן האבן אויך א מקוה בור דארט, אדער נישט?
גייט מען מיט א בעידינג סוט, אדער מיט א מקוה סוט?

ניין.
בעידינג סוט.

טאקע אינטערעסאנט פארוואס די וועד הצניעות'ער לאזן עס אריבער.

yesiknow » מאנטאג יאנואר 1, 2024 7:57 pm

· #543207
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
אז זיי לאזען גיין אין מקוה סוטס אנשים וטף פארוואס זאלען זיי אסערען די שוויץ מיט א מכנסים כמו שווים באסיין אין א וואדי בעסער ווי די געמישטע ווי דערמאנט פריער.

איך שיהיה אז מען איז העפי אינדערהיים איז אלעס גרינגער ודל

יואלמ » מאנטאג יאנואר 1, 2024 8:47 pm

· #543215
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
צפת #
וואס איז די חילוק צווישן ווייבס אין מרחץ, אין מאנסי. וועלכע איז בעסער?
מרחץ איז א זייער ציגעשטעלטע spa מיט באקוועהמע שוויצן. ווייבס האט א שוואכערע שוויץ און ס'איז מער געמאכט פאר מענטשן וואס זיכן א פלאץ צי שווימען. איך מיין אז ווייבס איז מער בגדר דשים אין מרחץ איז בגדר spa.

צפת » מאנטאג יאנואר 1, 2024 9:04 pm

· #543219
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
וואס איז די אדרעס און די שעות פון מרחץ?

היכי דמי » מאנטאג יאנואר 1, 2024 9:10 pm

· #543221
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
סוף טוב הכל טוב #
די (היימישע) שוויצן האבן אויך א מקוה בור דארט, אדער נישט?
גייט מען מיט א בעידינג סוט, אדער מיט א מקוה סוט?
מרחץ אין מאנסי האט א מקוה.
אסאך מענטשן גייען דארט ערב שבת. מען כאפט א טבילה און שוויץ לכבוד שבת

חיים׳ל ברוקלינער » מאנטאג יאנואר 1, 2024 9:13 pm

· #543223
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
ווארלד ספא נעבן בארא פארק האט אויך א כשר׳ע רעסטוראנט.

חיים׳ל ברוקלינער » מאנטאג יאנואר 1, 2024 9:16 pm

· #543224
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
ספא 60 אין בארא פארק קאסט הונדערט טולער אריינצוגיין.

ים של שלום » מאנטאג יאנואר 1, 2024 9:43 pm

· #543232
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
חיים׳ל ברוקלינער #
ספא 60 אין בארא פארק קאסט הונדערט טולער אריינצוגיין.
יעצט קוק שוין אויס די צען דאללער׳דיגע מקוה ערב יום טוב א מציאה

whatever » דינסטאג יאנואר 2, 2024 1:05 am

· #543259
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
וואו איז דא אזאנס אין די געגענט צו גיין פריוואט מיט'ן ווייב?

whatever » דינסטאג יאנואר 2, 2024 1:08 am

· #543260
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
https://lxure.com/villas/brooklyn-spa/

דא בין איך שוין געווען, זייער געשמאק, איך קען ביישטיין עפעס אנדערש און מער

קליינע צדיק » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 10:46 pm

· #543836
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
יעצט געזען די ווידיוא פון ארי סאמעט ביי די שוויץ אין וויליאמסבורג עס זעט אויס צו זיין נעקסט לעוועל
https://drive.google.com/file/d/17if2wdO_1XW3mNQ4X-s5Fsg8ULdr3wQH/view

whatever » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 11:03 pm

· #543839
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט אויס זייער גוט
איז דא עפעס ביליגער? איך דארף נישט די massages

ראצפערט » דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:28 am

· #551617
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
אין די אלע היימישע שוויצן האט א פשט צו גיין אליינס אדער עס קומט צו גיין מיט א חברותא אדער א גרופע ?

פרייליכע איד » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:56 pm

· #551706
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS
whatever #
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט אויס זייער גוט
איז דא עפעס ביליגער? איך דארף נישט די massages
איינער ווייסט פון אזא פלאץ אין אפסטעיט?

ישר כח ולמצוה גדולה יחשב!

צוויי » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:24 pm

· #552184
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען שוויצן
קען איינער אריינקומען מיט די סדר השוויץ, וואס טוט מען, וואס איז די הנאה, א.א.וו.

מנחם מנדל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:05 pm

· #552192
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
צוויי #
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען שוויצן
קען איינער אריינקומען מיט די סדר השוויץ, וואס טוט מען, וואס איז די הנאה, א.א.וו.
מען שוויצט זיך גוט אויס מען אטעמט אריין, מען בעזעמעט זיך גוט אויס, פרוביר עס איינמאל, וועסט עס פונקטליך פארשטיין.

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:12 pm

· #552194
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
צוויי #
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען שוויצן
קען איינער אריינקומען מיט די סדר השוויץ, וואס טוט מען, וואס איז די הנאה, א.א.וו.
ארי סאמעט האט פלענטי סטעפּ בּיי סטעפּ ווידעאס אויסלייגנדיג די גאנצע פראצעדור.

צוויי » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:37 pm

· #552196
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
די מאפ מאכט די מענטש הנאה האבן?

פון אונזערע » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:25 am

· #552209
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
צוויי #
די מאפ מאכט די מענטש הנאה האבן?
אויב מ'מאכט עס די ריכטיגע וועג יא אויב למשל מלאזט די בליטש ווייסעך שוין נישט...

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:10 am

· #552244
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
קידוש #
.

, פון די אנדערע זייט איז עס א אכשר דרא, ביז היינט פלעגט זיין נאר געמישטע שוויצן אזוי ווי BRC, SOHO, KINGS,
ווי מען קען טרעפען היימישע יונגעלייט אין איין נאסע שוויץ מיט נאקעטע גוי'טעס,


אנטשאלדיגט אבער נאסע שוויץ איז עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען, די טרוקענע גייט מען דאך אנגעטון

א פשוטע יוד » זונטאג מערץ 3, 2024 2:10 am

· #552402
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
נייע שוויץ אין מאנסי גן עדן. 258 cherry lane airmont NY price entry 50$

היום » זונטאג מערץ 3, 2024 2:42 am

· #552406
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
א פשוטע יוד #
נייע שוויץ אין מאנסי גן עדן. 258 cherry lane airmont NY price entry 50$
קום אריין מיט פרטים.
שעות?
נאסע/טריקענע?
מקוה?
עסען?

פיקטשערס?

א פשוטע יוד » זונטאג מערץ 3, 2024 4:13 am

· #552418
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
היום #
א פשוטע יוד #
נייע שוויץ אין מאנסי גן עדן. 258 cherry lane airmont NY price entry 50$
קום אריין מיט פרטים.
שעות?
נאסע/טריקענע?
מקוה?
עסען?

פיקטשערס?
שעות פון 11 אינדערפרי ביז שפעט אין די נאכט אריין
נאסע אין טריקענע נישט קיין מקווה פיינע עסען קאלטע plunge

א פשוטע יוד » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:06 pm

· #552962
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
845.709.0044

ראצפערט » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:26 am

· #553040
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
קורקלענד #
צוויי #
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען שוויצן
קען איינער אריינקומען מיט די סדר השוויץ, וואס טוט מען, וואס איז די הנאה, א.א.וו.
ארי סאמעט האט פלענטי סטעפּ בּיי סטעפּ ווידעאס אויסלייגנדיג די גאנצע פראצעדור.

נו אפשר א לינק מיט די ווידיאס ?

תשפג » דינסטאג מערץ 5, 2024 3:31 pm

· #553099
Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS
ראצפערט #
נו אפשר א לינק מיט די ווידיאס ?