☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16776
בלאט: 1 2 3 4

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 10:26 pm

· #543688
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
קהל'ס נער #
אסטראלאג #
תניא בניחותא #
אסטראלאג #
די רעדטסט שטוסים און נארישקייטן. גארנישט וואס דו זאגסט איז דא בכלל צו ראגירן ווייל דו זאגסט גארנישט אויסער אלטע שטוסים און ליגענט.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער ציוניסטישער מדינה זאל שוין בטל ומבוטל ווערן כעפרא דערעא אמן ואמן.
Don't hold your breath
לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז די מדינה היער טא סטעי
אזוי ווי כ”ק בעלזא רב זצ”ל האט געזאגט, זיי וועלן בויען און בויען, און משיח וועט ווייטער בויען.
שקר אין לך רגלים. הפוך היפך

הגה"ק די לעצטער בעלזער רב זצ"ל פלעגט זאגן: "אזויווי די "צדוקים" זענען בטל געווארן, אזוי וועט זיין מיט די "ציוניסטן" - און צוגעלייגט "ימח שמו" וואס ער פלעגט מקפיד זיין ווען ער האט ארויסגעזאגט דאס וואס ציוני פון זיין מויל.
איז נאר געבליבן פאר אונז מתפלל צו זיין דעראויף.
העי העי, א נערמאלער מענטש זאגט נישט קיין שקרים וואס מען קען גרינג אפווענדן, אבער איי געס אז נעבעך…..
בעלזא רב האט קיינמאל נישט געזאגט ימח שמו אויף קיין שום איד בשיטה, און ער האט קיינמאל נישט ריפערעד צי די ציונים אלץ ציונים, ער האט זיי גערופן די אידן וואס לייגן נישט רבינו תם׳ס.
ס׳דא מענטשן וואס לעבן נאך וואס זאגן דאס און די קומסט דא זאגן שקרים ברבים, נעכטן קומסטו מיט דיין רציחה׳ישע שטיק, און פארשעמסטו אונז אלע מיט דיינע שקרים, רעספעקטיר די ליינער אביסל.
קהל'ס נער: איך פארשטיי נישט. דו לייגסט דעם הייליגן צדיק מהר"א מ'בעלזא זי"ע אריין אין די זעלבע מאמר מיט (להבדיל) דעם באל טשיווע (געספעלט אזוי אז ער זאל דאס אויך קענען ליינען) וועלכער ווייס נישט בין ימינו לשמאולו צו זאגן. אויסער מקטרג זיין און שעלטן אידן. אזוי ווי זיין רבי אויכעט א באל טשיווע מהרי"ד ווייס שליט"ע.. ווען זיי האבן נאך געגעסן העם ענד עגגס פאר ברעקפעסט ערגעץ וואו אין קענזעס, האט דער צדיק אמת געפיהרט אן עבודה פאר'ן באשעפער וואס איז למעלה מהשגתינו.

מיין אנטשולדיגונג פאר די אמת'ע בעלי תשובה. וועלכע זענען וואוילע און שטילע אידן. נאר די פאר ב-- און געשוואלענע עמי הארץ ווי דער אסטראלאג און זיין רבי קומען אהער און מאכן א גאנצן גערודער...איסתירא בלגינא קיש קיש קריא....!

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 5, 2024 10:08 am

· #543715
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
מיין פוינט איז אז אמאל פלעג איך האלטן אז נטורי קרתא האט א שיטה וואס זיי גלייבן דערין, און איך און רוב מענטשן האלטן נישט פון יענע שיטה, אדער אזוי צי זאגן אינז האבן נישט זוכה געוועהן צי פארשטיין זייער שיטה.

יעצט אז ער קומט דא מיט גראבע שקרים כשמש בצהריים, זעה איך אז זיי האבן נישט קיין שיטה, ווייל ווען יא דארף ער נישט אויפמאכן פאקטן וואס איז ידוע אלץ פאלש, נאר וואס דען ער וכת דיליה זענען פאלנער אנטעסימיטן קאפאוס 2.0 שלעכטע רשעים, פארשלייערט אונטער א חסידישע לבוש.

דערווייל האלט אז נטרונא האט נאך יא א שיטה…..

דערהויבענע איד » פרייטאג יאנואר 5, 2024 10:51 am

· #543718
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
קהל'ס נער #

מיין פוינט איז אז אמאל פלעג איך האלטן אז נטורי קרתא האט א שיטה וואס זיי גלייבן דערין, און איך און רוב מענטשן האלטן נישט פון יענע שיטה, אדער אזוי צי זאגן אינז האבן נישט זוכה געוועהן צי פארשטיין זייער שיטה.

יעצט אז ער קומט דא מיט גראבע שקרים כשמש בצהריים, זעה איך אז זיי האבן נישט קיין שיטה, ווייל ווען יא דארף ער נישט אויפמאכן פאקטן וואס איז ידוע אלץ פאלש, נאר וואס דען ער וכת דיליה זענען פאלנער אנטעסימיטן קאפאוס 2.0 שלעכטע רשעים, פארשלייערט אונטער א חסידישע לבוש.

דערווייל האלט אז נטרונא האט נאך יא א שיטה…..

נישט סאטמאר און נישט נתורא חרתי האבן א שיטה וואס איז געבויט אויף די מציאות. כדי צו האלטן ווי זיי, פעלט זיך אויס צוויי באשטאנדטיילן: שקר, מיט שנאת ישראל.

פון די שקרים וואס ווערט פראפעגאנדירט זענען:

די אידן האבן אלעמאל געהאט א גוט לעבן מיט די אראבער.

אויב די ''ציונים'' געבן יעצט אויף די מדינה גייט זיין שלום ושלוה השקט ובטח.

''אלע'' גדולי ישראל האבן געהאלטן ווי אונז.

ועוד ועוד.

אז דו לערנסט אביסל ויואל משה זעסטו גראד אז איין ווארט קלעבט נישט מיט די צווייטע, יעדער וואס קען אביסל לערנען און איז נישט אין די סאטמערע באבל קומט נישט אן צו זיינע מסקנות.

פון די שנאת ישראל וואס ווערט געלופטערט אין סאטמאר דארף מען דאך נישט רעדן, ס'איז גענוג צו דערמאנען ווי די חברה אייסערן זיך אין ''אני מתיר את בשרכם'', ווי ס'וואלט געווען א שטיקל בשר בהמה, מ'טאר נישט לייגן קיין בילד פון א חייל מיט תפילין, ווען מ'זעט אפענע ניסים אין צה''ל טאר מען זיך נישט מתייחס זיין צו דעם ווייל ''זיי זענען רשעים'', א פרייע איד טאר נישט לייגן קיין תפילין ביז ער ווערט א 'פרומע' איד, (וואטעווער דעט מינס), ועוד שא''א לפורטם כי רבים הם.

אלפא » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 2:33 pm

· #543758
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
לאור דעם אשכול איז מיר קלארער געווארן דער וואך אין די פרשה (סוף פרשת שמות) פארוואס די אידן האבן זיך אזוי גערעגט אויף משה רבינו פארן גיין צו פרעה.

- אויב טוט עס אפ אנדערע אידן און זיי שפירן באדראעט פון די מעשים, קען די מיסיע זיין א דיירעקטע שליחות פון באשעפער - און די כוונה קען זיין הונדערט פראצענט אויפצוטון, אבער אויף עבירות שבין אדם לחבירו העלפט נישט קיין תירוצים!

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:53 pm

· #543798
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
און כש"כ וק"ו (כל שכן וקל וחומר, פאר הרה"ג אסטראלאג) ווען ס'איז נישט. ס'איז נאר אויסגעזויגענע און אויסגעטראכטע מעשיות פון עמי הארץ און בעלי תשובה. וואס קיין איין גדול בתורה פון היינט אדער אמאל שטייט נישט אונטער דעם.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:41 am

· #543868
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
דערהויבענע איד: מ'דארף אפטיילן. וואס דער ויואל משה זאגט איז איין זאך. צי דו ביסט יא אדער נישט מסכים מיט זיינע מסקנות. דאס ספר איז א קראנט ספר .עפ"י דרוש זיכער. צי ס'איז אזוי להלכה ולמעשה ווייס איך נישט. נאר דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם וואס די היינטיגע הוגי דיעות אין סאטמאר זאגן און האלטן. (ואין צורך לפורטם). ווייל דאס איז גארנישט וואס דער סאטמאר'ע רב האט געזאגט.

דו ווייסט אז אין די הקדמה פון ויואל משה שרייבט ער, שוין נאכ'ן האקן אויף די מדינה און די ציונים. אז היינט וויבאלד ס'איז שוין יא דא א מדינה דאף מען מתפלל זיין אז ס'זאל (ח"ו) נישט בטל ווערן דוך די גויים. ווייל אויב יא וועט (ח"ו) נישט זיין גוט פאר אידן. איבער די גאנצע וועלט...!

די היינטיגע דעמאגאגן זאגן די זעלבע וואס די נטורי חרתא זאגן. זיי פרייען זיך ווען די "ציונים" האבן א "מפלה". און זיי ברענגען אלע שקרים וואס די רויבערס פון כאמאס זאגן ככתבם וכלשונם.

למשל. ווען די רויבערס האבן באפרייט 2 פרויען האבן זיי געזאגט אז די כאמאס האבן זיי זייער גוט באהאנדלט. "דער בלאט" האט געמאכט א באקס פון דעם און "אויפגעוויזן" אז די ציונים זענען ליגנערס און אז כאמאס זענען פיינע מענטשן. זייער הויפט הוגה דיעות "הרב" ש.ב. מרגליות (שמואל שלמה טעללער) רופט נישט אן די כאמאס אלס רוצחים און טעראריסטן. נאר אלס "קעמפערס.

זיי (די בהמות) מיינען אז מיט דעם וואס זיי ווייזן ארויס שנאת ישראל און סימפאטיע פאר די רוצחים זענען זיי מקיים די "שיטה".

ווען די טייערע אידישע קינדער פון צה"ל זענען אריין אין עזה אין דעם "שיפא" שפיטאל און זיי האבן אנטדעקט די געווער און די קאמענד צענטער פון כאמאס אין בעיסמענט פון דעם האספיטאל האבן די סאטמאר'ע צייטונגען געשריבן אז. מ'האט גארנישט געטראפן דארט נאר א פאר געציילטע ביקסן. און ווען די כאמאס רוצחים האבן געשריבן אז די ראקעט וואס איז געפאלן איו פארקינג לאט און לויט זיי האט עס געהרג'עט 500 אראבערס זענען געווען די ערשטע צו גלייבן. נאר ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען פון זייער אייגענע ראקעטס דאס האבן זיי שוין נישט געשריבן. ווייל מ'וועט ח"ו מיינען אז די ציונים זענען נישט קיין רוצחים. און זיי האלטן אז מיט דעם (שפייען שנאת ישראל) זענען זיי מקיים די שיטה...!

דערהויבענע איד » זונטאג יאנואר 7, 2024 1:31 am

· #543874
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אלפא #

קיינער פון די נ"ק שרייט נישט (און וועט נישט שרייען - און נישט דיירעקט שטיצן איינער וואס וועט..) 'געס די דזשוס'! דאס איז שקר, און שטרוימאנ'דיג!

כ'האב נישט דורכגעקוקט אלע זייערע מעמדים, אבער כ'האב יא געזען ווי זיי פראטעסטירן בשעת די גאנצע עולם שרייט 'לאנג ליוו דע ענטיפאדע'.

פעלט נישט ביי אזעלכע פראטסעטן ווי מ'שרייט יא זאכן קעגן אידן 'דיירעקט' ווי דו רופסט עס, כ'זאג דיר צו אז די חברה גייען נישט אוועקוואקן אינמיטן א דעמאסטראציע ווייל די אראבער זענען שוין געגאנגען צו ווייט.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 8, 2024 2:55 am

· #544006
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
קהל'ס נער #
אסטראלאג #
הגה"ק די לעצטער בעלזער רב זצ"ל פלעגט זאגן: "אזויווי די "צדוקים" זענען בטל געווארן, אזוי וועט זיין מיט די "ציוניסטן" - און צוגעלייגט "ימח שמו" וואס ער פלעגט מקפיד זיין ווען ער האט ארויסגעזאגט דאס וואס ציוני פון זיין מויל.

העי העי, א נערמאלער מענטש זאגט נישט קיין שקרים וואס מען קען גרינג אפווענדן, אבער איי געס אז נעבעך…..
בעלזא רב האט קיינמאל נישט געזאגט ימח שמו אויף קיין שום איד בשיטה, און ער האט קיינמאל נישט ריפערד צו די ציונים אלץ ציונים, ער האט זיי גערופן די אידן וואס לייגן נישט רבינו תם'ס.
ס׳דא מענטשן וואס לעבן נאך וואס זאגן דאס און דו קומסט דא זאגן שקרים ברבים, נעכטן קומסטו מיט דיין רציחה׳ישע שטיק, און פארשעמסט אונז אלע מיט דיינע שקרים, רעספעקטיר די ליינער אביסל.

מסתמא מיינט אסטראלאג ר' ישכר דוב זצ"ל, וואס איז געווען אויסגעשפראכן אקעגן ציונים. (כ'ווייס נישט צי ס'איז זיין טעות, אדער ער האלט בשיטה אז מהרי"ד איז געווען דער לעצטער ווייל הרה"ק ר' אהר'לע זצ"ל איז נישט געווען קיין קנאי אקעגן די מדינה)

עמקות התם » מאנטאג יאנואר 8, 2024 4:16 am

· #544009
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
ביידע פון זיי זענען ג'וועהן אניטקעגן דעם מדינה, נאר בזמן פון הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל איז עס נאך געווען אין די פאזע פין עס אוועקשטעלן האט ער נאך ג'האט א סיבה צו שרייען, איינמאל עס שטייט שוין איז די אויסדריק אז עס איז א שמייכעל פון הימעל אז עס איז דא ווי זיך צו אראפלייגען דעם גזעהל,
כמובן דארף מען פארשטיין אז איעדע לידה קומט און שווער און שמוציג אזוי ווי מצרים, וואס מצרים איז גוועהן דעם סיבאל פון גאולה אזוי איז איעדע גאולה בפרטי ובכללי, נישט דא קיין גדלות פאר קטנות, נישט דא קיין pleasure פאר discomfort,
אט דאס גייט איצטע פאר, עס איס ס"ה אויפען וועג צום גאולה, און דעם שרייען און פארפירען איז א חלק פון דעם ווי א בחינה פון ע' קולות וצעקות מאשה בחבלי לידה,

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 8, 2024 5:55 pm

· #544057
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
די קעפעלע #
די נטרונא שטאב איז שטארק פארטון מיט דעם קומענדיגן פראיעקט, מחיל אל חיל, צו פולקאם פארענדיגן די רענאוואציע אויף דעם נייעם וועבזייטל וואס ווערט אצינד פארענדיגט מיט א קלאסישן און מאדערנעם אויסשטעל,אז ס'זאל זיין אהערגעשטעלט רייך און צוגענגליך, וואס זאל געבן א פאזיטיוון איינדרוק פאר די אומצאליגע גוי'אישע באזוכער מארבע כנפות הארץ.

https://torahjews.org/

https://drive.google.com/file/d/1LrGUquHwdtMFXI8JtLcEax75w87-IcEI/view
נאאיווע אידן: סיי די ארגאניזירערס און סיי די שטיצערס פון "נטרונא". זיי רעדן זיך איין אז אויב די גויים וועללן זעהן און הערן אז די מערסטע רעליגיעזע אידן זענען נישט קיין דאגמאטישע ציונים, וועלן זיי נאכלאזן פון זייער שנאת ישראל און רציחה אויף אידן.

או. קעי. זיי קושן זיך נישט מיט די אראבערס (נאך א מזל). נאר זיי זאגן און האלטן די זעלבע וואס זייערע קאלעגעס די נטורי קרתא. כ'בין זיכער אז צווישן די אידן וועלכע האלטן פון נטרונא זענען דא א סאך תלמידי חכמים און בעל בתישע אידן. נישט א א באנדע פון עמי הארצים און בעלי תשובות. אבער דאך. זיי זענען נישט תופס דעם שורש פון דעם פראבלען. אז שנאת ישראל איז אייביג געווען און ס'וועט אייביג זיין. ביז ס'וועט קומען דער תיקון השלם. וואס און ווען דאס איז ווייס איך נישט

דעם זעלבן טעות מאכן די אידן אויף דעם אנדערן ענד פון ספעקטרום. די מענטשן פון די רעגירונג אין מדינת ישראל. זיי האלטן אז די סיבה פארוואס די (גאנצע) גוי'אישע וועלט האט זיי פיינט איז ווייל זיי האבן נישט געניג שווער געארבעט ארויסצוברענגען און אויפקלערן דעם צד פון מדינת ישראל.

זיי (אלע גרופירונגען) פארגעסן פון דעם פסוק אין די תורה..."הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב"...! ס'וועט נישט העלפן קיין שום דיפלאמאטיע און קיין שום אויפקלערונגען. און קיין שום וועבסייטס. און קיין שום אנאנסן אין די "פרעסטיזשפולע צייטונג" דער ניו יארק טיימס (ימ"ש, שר"י).

אלפא » מאנטאג יאנואר 8, 2024 6:29 pm

· #544059
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
berlbalaguleh #

נישט אינגאנצן אמת.

אנטי-סעמיטיזם איז טאקע אייביג דא. אבער עס ווערט אייביג מלובש אין אנדערע קליידער, און וואס פאסירט איז אז איינמל עס באקומט א 'סיבה' כאפן זיך אסאך דרויסענדיגע מענטשן אויך אן דערצו - אן דעם וואס זיי זאלן האבן עפעס א טיפערע שנאה - פשוט ווייל זיי קויפן די נאראטיוו און פראפעגאנדע.

אנדערש איז אבער ווען אן אלטערנאטיווע נאראטיוו שלאגט אין פנים, וואס דאן טוען זייער אסאך מענטשן איבערשאצן זייערע הנחות ומסקנות, און טאקע די נאאיווע נאכשלעפער פון א ספעציפישן מאוומענט (וועלכע זענען ע"פ רוב אויך די וועלכע ווערן די שנעלסטע ראדיקאלעזירט און טוען למעשה) ווען זיי הערן א צווייטע צד מאכט דאס זיי מער מעסיג און סימפאטיש.

אלס א thought experiment, וויאזוי וואלסטו אנגעקוקט פאלעסטינער אויב ווערסטו כסדר געפיטערט מיט בילדער ווי זיי שרייען אויס סימפאטיע מיט מדינת ישראל אדער אויב האבן זיי א וועבזייטל וועלכע פראפעגאנדירט אנקעגן כאמאס און טעראר? וואלסטו זיי נאך אלץ געלייגט אין דעם זעלבן פעקל מיט כאמאס, אדער וואלסטו געהאט צווייטע מחשבות אז עכ"פ א חלק פון זיי זענען יא 'נארמאל'?
יעצט apply דאס זעלבע צום פארקערטן צד...

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 8, 2024 7:49 pm

· #544081
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אלפא: דער פראבלעם איז אז דו טראכטסט ראציאנאל. און די אלע שונאי ישראל איבער די וועלט זענען געטריבן דורך עמאציעס. פונקטליך וואס די עמאציעס זענען ווייס איך נישט. קנאה. שנאה. רציחה און בלוט דורשט.

צווייטנס. די נטורי קרתא גרופ איז דאך שוין אויף די סצענע פאר זייער א לאנגע צייט. נישט אזוי ווי "נטרונא". וועלכע זענען א "ווארק אין פראגרעס". זיי האבן אייביג פלענער וואס און וויאזוי צו פארגרעסערן און פארבעסערן די קאמוניקאציע פון איבערגעבן דעם מעסעדזש אז די ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים און האבן גארנישט קיין שייכות מיט מדינת ישראל.

קינד און קייט. א יעדער שרץ און שרוצה ווייסט דאך וואס די אגענדא פון די נטורי קרתא איז. זיי זעהען די בילדער ווי די נט"ק האלזן זיך און קושן זיך מיט די פאלעסטינער און איראנער פיהרערס און שטיצן זיי . אפילו די שמח"ת רציחות פון כאמאס האבן זיי בארעכטיגט. און דאך האט זיך נישט געטראפן קיין איין גוי'אישער פיהרער וואס זאל זאגן אז זיי האבן גארנישט אקעגן די רעליגיעזע אידן פון די נט"ק וועלכע זענען נישט קיין ציונים.

פארקערט. די הויפטן פון די גרעסטע און מערסט פראמינענטע אוניווערזיטעטן האבן אלע ווי איינער בארעכטיגט די רציחות אויף אידן.

מיין עצה ובקשה איז. (צו נטרונא. נישט צו די בהמות ווי ישראל דויד ווייס וסייעתו) הערטס ענק אויף נאריש צו מאכן און פארשווענדן אידיש געלט. ס'וועט ממילא גארנישט העלפן. אונז דארף מיר געדענקען וואס די גמ' זאגט..."אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים"...!

אלפא » מאנטאג יאנואר 8, 2024 8:00 pm

· #544083
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אויב איז מיין פראבלעם אז איך טראכט ראציאנאל וויל איך נישט טראכטן וואס דיין פראבלעם איז... 😃

איך בין נאר נייגעריג אויב דו נוצט דעם סלאגאן 'אין לנו על מי להישען' אויך אנקעגן די צה"ל און די אלע מוילמאכערס/דוברי צה"ל/אילון לוי וכת דילהון? אדער דארט נוצטו דעם פראז 'חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם', פארשטייענדיג די וויכטיגקייט אנצופירן א PR קאמפיין אויך אנקעגן אנטיסעמיטן?!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 8, 2024 8:05 pm

· #544084
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אויף צה"ל טאר מען דאך נישט זאגן אין לנו להישען ווייל ס'גרעניצט זיך מיט סיטרא אחרא...לאל. פארשטייצעך אויסער דיינע פערזענליכע אטאטקעס...!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:41 am

· #544291
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
שטאטס ענטפערן דירעקט אויף מיין שאלה אדער סטעיטמענט גייסט אויף ענקער טיפיקל דעמאגאגישן מהלך מיט פערזענליכע אטאקעס.

ס'וועט דיר גארנישט העלפן. א יעדער ווייסט ממילא וואו דיינע סימפאטיעס ליגן. און דיין (פארקרומטן) הילוך המחשבה. כדרככם...!

איינמאל דו גייסט אריין אין דעמאגאישע, פערזענליכע אטאקעס האבן זיך געענדיגט אלע ויכוחים.

אלפא » מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:25 am

· #544297
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אנטשולדיגט פאר די פערזענליכקייט פון מיין תשובה..

די ערשטע שורה איז נאר געווען א גלייך ווערטל איבער דעם אז אז איך האב 'א פראבלעם' מיטן טראכטן ראציאנאל.. איך האב פשוט נישט קיין אלטערנאטיוו..

די צווייטע חלק וואלט טאקע נישט געדארפט זיין געריכטערט צו דיר, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ווען נטרונא גייט ארויס מיט פראפעגאנדע קאמפיינס פארשטייט מען אז עס וועט נישט העלפן (אפי' פאר יחידים ווי איך האב געשריבן אין די פריערדיגע תגובה), משא"כ מדינת ישראל ענדיגט נישט פראפעגאנדירן איז עס פארשטענדליך?! אויב באשטייט דער וועלט ממילא נאר פון אומראציאנאלע אנטיסעמיטן - דאן צו וואס זיי פראבירן אפצוקויפן? אלא מאי, עס העלפט יא עפעס...

איך האב נישט קיין סטאטיסטיקס, ניטאמאל ווייס איך וויפיל מענטשן הערן אויס נטרונא/נ"ק, אבער עס איז ברור אז עס דארף אויפצוטון לגבי א געוויסע פראצענט גוים/אראבער.

צו די מעטאדן זענען ריכטיג? צו איך שטום מיט מיט זיי? אינגאנצן נישט! עס איז אפשר אפי' יצא שכרו בהפסידו ווי דו ברענגסט ארויס. זיי מעגן אבער האלטן אנדערש, זיי מעגו אפי' מאכן טעותים! מ'מעג זיי פיינט אדער ליב האבן פאר זייער טעותים! און מ'מעג זיי בארעכטיגן אדער אנשרייען דערפאר פונקט אזוי! זה הכל.

זייער נייגעריג » מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:00 pm

· #544324

בערל האט דאך אפן געשריבן אז ער רעדט אויך פון די מדינת ישראל פראפאגאנדע

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:09 pm

· #544357
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
זייער נייגעריג: ייש"כ. נאר אויב א מענטש איז "בייעס'ד" זעהט ער נישט (אדער וויל נישט זעהן) דעם אמת.

איך האב דאך קלאר געשריבן (אזוי ווי דו האסט ארויסגעברענגט) אז די מדינת ישראל דיפלאמאטישע אנשטרענגונגען זענען פונקט אזויפיהל ווערד. דאס פארמינערט נישט די שנאת ישראל פון די גויים.

ער איז אבער , פונק ווי א סאך סאטמער'ער חסידים סימפאטיש צו די מעסעדזש און מעטאדן פון נטורי קרתא. זיי מיינען (בטעות) אז מיט דעם זענען זיי מקיים די שיטה.

שאלתיאל » פרייטאג יאנואר 19, 2024 9:50 am

· #545243
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
שאלתיאל פארוואס האסטו פיינט די נטורי קרתא און די וואונטש זיך זיי זאלן פארשווינדען ווערן אין שאול תחתית צוזאמען מיט זייערע פארשאלטענע אידעאלאגיע?
📎 Screenshot_20240119_164317_Samsung Internet.jpg

אסטראלאג » זונטאג יאנואר 21, 2024 1:36 pm

· #545483
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
שאלתיאל #
שאלתיאל פארוואס האסטו פיינט די נטורי קרתא און די וואונטש זיך זיי זאלן פארשווינדען ווערן אין שאול תחתית צוזאמען מיט זייערע פארשאלטענע אידעאלאגיע?

Screenshot_20240119_164317_Samsung Internet.jpg
צו דעיע אקאונט האבן 4 חברה צוטריט, און לייגן דארט ארויס די נייעס און ווידעאוס.

אזויווי געווענליך איז דא איינער, וואס ער נעמט צאם ווידעאוס, און קלאפט צאם מיט א אומפראפעסיאנעלע ענגליש מיט בערך וואס צו שרייבן און שיקט עס צו איינער וואס לייגט עס אראפ פראפעסיאנאל.
מען האט אים געשיקט דער בילד פון מהרי"ד ווייס מיט חאמאס , אבער האט בדעת עצמו צוגעשריבן די ווערטער,
און דעם ארטיקל געלייגט אויס א אנדערע פאוסט.

עטליכע שעה דערויף האט ער דאס טאקע פארמעקט.

אבינו מלכנו בטל מעלינו את המדינה הציונות במהרה בימינו אמן 🙏

כרם זית » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:13 pm

· #545487
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
דער פותח האשכול שטעלט אוועק א שאלה צי מען דארף ליב האבן נטורא קרתא. איך האב נישט דורכגעליינט אלע אגרומענטן, און איך האף אז איך שמועס אויס א געדאנק וואס איז נאכנישט געמאכט געווארן.

ווען עס קומט צו די מידה פון אהבה איז דאך ידוע די שאלה ווי אזוי קען די תורה פארלאנגן מצות וואס פארלאנגען אהבה ווי ואהבת את ה' אלוקיך און ואהבת לרעיך כמוך; אויב האט מען ליב ג-ט אדער א צווייטער איד דארף מען דאך נישט די מצוה, און אויב איך האב נישט ליב ג-ט אדער מיין פעלאו איד דאן וועט נישט העלפן קיין מצוה וויבאלד אהבה דורך צווינגען איז דאך נישט קיין לויטער'ע אהבה.

אויף דעם איז דאך ידוע די עצה פון דער רמב''ם לענין אהבת ה' אז מען זאל זיך מתבונן זיין אין זיין גדלות און גוט'סקייט, וועט מען אנערקענען ווער ג-ט באמת איז און אזא ג-ט איז דאך נישט מעגליך נישט ליב צו האבן (מיד יגיע אליו כו').

לכאורה קען מען זאגן די זעלבע פשט אויף די מצוה פון אהבת ישראל, מען איז זיך מתבונן אין די צווייט'ע איד'ס מעלות און כשרונות ביז מען באמערקט אז ער איז ליבשאפטליך (lovable) און מען איז מקיים די מצות פון ואהבת לרעיך כמוך. קומט אויס אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז צו אינוועסטירן צייט און מחשבה צו קענען-לערנען די אנדערע איד, אבער איינער וואס עס איז נישט מעגליך ליבצוהאבן נאכן אריינלייגן מחשבה, איז דאך אונס רחמנא פטרה [מ'קען טענה'ן מער פון דעם אז דער גאנצ'ע מצוה איז נאר אים צו קענען-לערנען ממילא דארף מען ניטאמאל צוקומען צו די געדאנק פון אונס רחמנא פטריה].

יעצט לעניננו, איך האב באמת אינוועסטירט צייט צו קענען-לערנען די אנשי 'נטורא קרתא', און וויפיל מער איך קוק ווידיאו'ס פון זיי אדער הער פון זייער'ע נאיוו'ע געדאנקן, ווערט מיין שנאה קעגן זיי מער און מער, און ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא קיין שום ענין פון פאלטש'ע אהבה.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געשריבן לענין די מצוה בין אדם למקום, אבער ווי אזוי זיך צו פירן בפועל מיט זיי איז מער קאמפלעצירט נעמענדיג אין באטראכט אז רוב פון זיי זענען תינוקות שנשבו ל'בין הגוים', אויף דעם דארף מען לכאורה דן זיין יעדער פאל באזונדער און איך דאנק ג-ט אז איך דארף נישט מאכן די באשלוס'ן.

אסטראלאג » זונטאג יאנואר 21, 2024 2:32 pm

· #545495
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
כרם זית #
.

יעצט לעניננו, איך האב באמת אינוועסטירט צייט צו קענען-לערנען די אנשי 'נטורא קרתא', און וויפיל מער איך קוק ווידיאו'ס פון זיי אדער הער פון זייער'ע נאיוו'ע געדאנקן, ווערט מיין שנאה קעגן זיי מער און מער, און ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא קיין שום ענין פון פאלטש'ע אהבה.

דו האסט זיי פיינט בלויז צוליב זיי זענען אידן!!
אידן האבן געליטן פון אנטיסעמיטן במשך אלע דורות און די לעצטע הונדערט יאר זענען עס די ציוניסטן ימ"ש.

איר זענט א פארברענטער ציוניסט, דערפאר האט איר זיי פיינט.

אידן האבן נישט מורא פון קיינעם נאר פון הייליגן באשעפער. כלל ישראל דערשרעקט זיך נישט פון די אנטיסעמיטן נישט קיין חילוק אין וועלכע שעיפ און פארום דאס קומט.

גארנישט וועט אונז נישט מאכן ברעכן פון די תורה הקדושה!
משה אמת ותורתו אמת!!

זויער טייג » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:10 pm

· #545532

אמאל האב איך געמיינט אז איר זענט טאקע א נ"ק, אבער די אליינס זאגסט דאך אז ביסט נישט, והראיה ביסט קיינמאל געגאנגן צי זייערע מחאות, דאן וואס איז אייך אפי' אינטרעסאנט צי שרייבן דא אזויפיל הבלים??

אסטראלאג » זונטאג יאנואר 21, 2024 4:09 pm

· #545553
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
זויער טייג #

ווייל איך האלט מיט זיי, מיינט נישט אז כ'דארף זיך אנשליסן מיט זייערע פראטעסטן.

דער עיקר זיכער מאכן אז עס פארט..!
יא אונטערשטיצן! דאס איז הצלת כלל ישראל.

פארט האלט איך זיך נישט ביים דערקלערן אלס נטורי קרתיסט און נעמען א שטאנד אין פערזענליכע לעבן..!

עמרם » זונטאג יאנואר 21, 2024 4:42 pm

· #545567
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
@אסטראלאג: אויב האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די אמת, די קליינע חבורה זענען די עכטע ערליכע אידן, און די אנדערע חלקים זענען ליידער ציונים אדער פארכאפט אין זייער טריפה'נע נעץ, אויב אזוי היתכן אז די גייסט נישט מיט בכל התוכף?! היתכן ?! אז די רצון ה' איז דאס, און די האלסט אזוי , פארוואס נישט מאכן א ריכטיגע נחת רוח ?!
פארוואס בלייסטו מיט פארלייגטע הענט, און אזוי ווערסטו ליידער נמשך נאך די וואס האלטן נעבעך אז מ'דארף נישט גיין מיט די גוים ?!!

אידישקייט איז נישט קיין מאנקי ביזנעס, אויב פארשטייסטו אז זיי טוען ריכטיג זאלסטו מוחל זיין און שוין אנהויבן גיין צי די פאליסטינער ראליס, און פארן קיין איראן זיך טויפן צו איסלאם

ברכה והצלחה !!!

עלם ועלמיא » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:16 pm

· #547135
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
משה אריה פרידמן פין וויען אינטערוויו אין Al Jazeera

עלם ועלמיא » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:24 pm

· #547140
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה

https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog-post_5516.html?m=1

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:39 pm

· #547180
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אלפא #
אויב איז מיין פראבלעם אז איך טראכט ראציאנאל וויל איך נישט טראכטן וואס דיין פראבלעם איז... 😃

איך בין נאר נייגעריג אויב דו נוצט דעם סלאגאן 'אין לנו על מי להישען' אויך אנקעגן די צה"ל און די אלע מוילמאכערס/דוברי צה"ל/אילון לוי וכת דילהון? אדער דארט נוצטו דעם פראז 'חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם', פארשטייענדיג די וויכטיגקייט אנצופירן א PR קאמפיין אויך אנקעגן אנטיסעמיטן?!
דו האסט נישט דערהערט. אדער דו ווילסט נישט דערהערן. ביטע ליין איבער מיין תגובה.

דו דארפסט דיך נישט מטריח זיין. איך ווייס שוין דעם ענטפער. דיין אגענדא לאזט דיך נישט הערן וואס א צווייטער זאגט. כאילו דו האסט א פילטער אויף דיין מח. דו לאזסט זיך אויך אריין אין פערזענליכע אטאקעס. צי האביך דען נישט קלאר ארויסגעזאגט אז די די פלאמאטן פון (דיין פארפיינטיגטע) מדינת ישראל מאכן דעם זעלבן טעות. זיי מיינען אז זייערע אנשטרענגטנגען וועללן ברענגען עפעס רעזולטאטן.

נאר א קליינע משל און ראיה. אז אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל האט נישט קיין לאגישע באגרינדונג.

אין די פערציגער און פופציגער יארן (למספ') האט דאס אנטיסעמיטיזם געבושעוועט סיי אין אמעריקע און סיי אין רוסלאנד. אין אמעריקע האבן די שונאי ישראל געשריגן אז זיי האבן פיינט אידן ווייל די אידן זענען קאמוניסטן. אין רוסלאנד האבן זיי געגעבן א סיבה פאר זייער אנטיסעמיטיזם אז די אידן זענען קאפיטאליסטן (אקעגן קאמוניזם).

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:41 pm

· #547182
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
עלם ועלמיא #
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה

https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog-post_5516.html?m=1
איין קליינע טעות: ער איז שוין היינט נישט קיין נטורי קרתא. א טראבלמעיקער איז ער נאכאלץ.

אסטראלאג » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:05 pm

· #547187
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
berlbalaguleh #
עלם ועלמיא #
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה

https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog-post_5516.html?m=1
איין קליינע טעות: ער איז שוין היינט נישט קיין נטורי קרתא. א טראבלמעיקער איז ער נאכאלץ.
אידישקייט בליהט, אנטי ציוניזום איז ב"ה פארשפרייט איבעראל אין אלע שיכון און קרייזן, גוט אז ער עדענטיפעצירט זיך נישט אלץ נ"ק אזוי וועט מען נישט זיגלען יעדן משוגענעם אלץ א נטורי קרתא און אזוי פארשעמען די נאמען פון רביה"ק זי"ע.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:36 pm

· #547207
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
עלם ועלמיא #
משה אריה פרידמן פין וויען אינטערוויו אין Al Jazeera

ער רעדט דאך צוזאם אזעלכע שטותים און אינגאנצן נישט צו דער זאך. ער רעדט נאך מער שטותים ווי ישראל דויד ווייס. דער אראבישער (שונא ישראל ) אינטערוויוער האט איהם פשוט אויסגעלאכט.

ווי מער ער רעדט זעהט מען אז ער איז א גרעסערער טיפש.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:44 pm

· #547208
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אסטראלאג #
berlbalaguleh #
עלם ועלמיא #
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה

https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog-post_5516.html?m=1
איין קליינע טעות: ער איז שוין היינט נישט קיין נטורי קרתא. א טראבלמעיקער איז ער נאכאלץ.
אידישקייט בליהט, אנטי ציוניזום איז ב"ה פארשפרייט איבעראל אין אלע שיכון און קרייזן, גוט אז ער עדענטיפעצירט זיך נישט אלץ נ"ק אזוי וועט מען נישט זיגלען יעדן משוגענעם אלץ א נטורי קרתא און אזוי פארשעמען די נאמען פון רביה"ק זי"ע.
ס'איז דא פונקט געניג (משוגעים) אזוי ווי דו און דיינע חברים.
רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט ענק נישט געוואלט קענען. ווייל עטץ זענטץ א באנדע עמי הארץ (אמעראצעם) און משוגעים. עטץ מאכטס א חלול ה' און עטץ פארשעמטס דעם נאמען פון סאטמאר'ע רבי'ן און פון זיין קהילה. ווייל די וועלט מיינט אז ענקערע שמד שטיק זענען א חלק פון סאטמאר. טוטס כאטש אויס דעם חסידישן יוניפארם. טוטס ענק אן די טערקישע קאפלעך מיט די רויטע בענדלעך. 'עט מען כאטש וויסן אז עטץ זענטץ נישט א חלק פון עם ישראל.

אלפא » דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:10 am

· #547289
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
berlbalaguleh #
אלפא #
אויב איז מיין פראבלעם אז איך טראכט ראציאנאל וויל איך נישט טראכטן וואס דיין פראבלעם איז... 😃

איך בין נאר נייגעריג אויב דו נוצט דעם סלאגאן 'אין לנו על מי להישען' אויך אנקעגן די צה"ל און די אלע מוילמאכערס/דוברי צה"ל/אילון לוי וכת דילהון? אדער דארט נוצטו דעם פראז 'חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם', פארשטייענדיג די וויכטיגקייט אנצופירן א PR קאמפיין אויך אנקעגן אנטיסעמיטן?!
דו האסט נישט דערהערט. אדער דו ווילסט נישט דערהערן. ביטע ליין איבער מיין תגובה.

דו דארפסט דיך נישט מטריח זיין. איך ווייס שוין דעם ענטפער. דיין אגענדא לאזט דיך נישט הערן וואס א צווייטער זאגט. כאילו דו האסט א פילטער אויף דיין מח. דו לאזסט זיך אויך אריין אין פערזענליכע אטאקעס. צי האביך דען נישט קלאר ארויסגעזאגט אז די די פלאמאטן פון (דיין פארפיינטיגטע) מדינת ישראל מאכן דעם זעלבן טעות. זיי מיינען אז זייערע אנשטרענגטנגען וועללן ברענגען עפעס רעזולטאטן.

נאר א קליינע משל און ראיה. אז אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל האט נישט קיין לאגישע באגרינדונג.

אין די פערציגער און פופציגער יארן (למספ') האט דאס אנטיסעמיטיזם געבושעוועט סיי אין אמעריקע און סיי אין רוסלאנד. אין אמעריקע האבן די שונאי ישראל געשריגן אז זיי האבן פיינט אידן ווייל די אידן זענען קאמוניסטן. אין רוסלאנד האבן זיי געגעבן א סיבה פאר זייער אנטיסעמיטיזם אז די אידן זענען קאפיטאליסטן (אקעגן קאמוניזם).
איך האב טאקע נישט באמערקט די חלק ווי דו מאכסט אוועק די איזרעילי הסברה קאמפיינס. און איך האב דיר שוין איבערגעבעטן פארן גיין פערזענליך.

און איך ווייס נישט וואו דו זעסט אז איך בין סטאק מיט מיין אגענדע, איך הער יעצט דיין דעה און איך דינג זיך פשוט, איך האלט יא אז הסברה טוט אויף אזויווי איך האב פריער ארויסגעברענגט, סיי אפצושלאגן מיסאינפארמאציע אנקעגן מדנ"י, סיי בכלליות אפצושלאגן אנטי סעמיטיזם, און סיי נ"ק מיט זייערע קאמפיינס. נישט אז איך שטיץ נ"ק אדער זייער אגענדע און נישט אז יעדע קאמפיין ארבייט אייביג, אינגאנצן, פאר אלעמען.

מיין נקודה איז נאר געווען אז לשיטת נ"ק אז עס איז די ריכטיגע זאך צו טון און נעמענדיג אין באטראכט אז עס ארבייט (און וואס אונז דינגען זיך) האלטן זיי אז עס וועגט איבער די ריסק און פראבעביליטי אז חאמאס נעמט אפשר ארויס שטיצע דערפון (אין וואס מיר דינגען זיך אויך לכאו'), פערזענליך האלט איך נישט פון זייער מהלך און איך האלט יא אז די שאדן איז גרעסער ווי די אויפטוה, אבער עס איז נאכאלץ א נארמאלע קאסט/בענעפיט אסעסמענט אין וואס א טעות אדער מיסקאנסעפציע איז נישט מחייב מיתה אדער כרת, מיין טעזע אין אנפאנג פונעם אשכול איז געווען אז די וואס האלטן יא אז זיי זענען זיך ווערד די שנאה א.ד.ג. האלטן בהכרח אז די מדינה איז די בעסטע זאך און אז זייערע אקטן שטוצט זיכער חאמאס, ווייל אנדערש קען מען זיך טענה'ן רואיגערהייט איבער די קאסט/בענעפיט...

לגבי אנטי סעמיטיזם בכלליות קען מען כמובן ברענגען ראיות און סברות לכאן ולכאן, איך הער וואס דו טענה'ס אז עס איז אן אומראציאנאלע ערשיינונג וועלכע קען דערפאר נישט ווערן עלימינירט דורך ראציאנאלע דיסקוסיעס בשום פנים. אבער מיין סברא און מיינע פאקטן ווייזן אנדערש, מ'לעבט היינט אין א וועלט וואו רוב גוים אין די מערב וועלט שטיצן יא מדנ"י און זענען אויסגעשפראכן אנקעגן אנטיסעמיטיזם (קאלעדזש סטודענטן איז נאך א נושא), הגם עס איז אוממעגליך צו אריינקריכן אין יעדעם'ס הארץ אויסטשעקן ווי אמת'דיג ער איז דערביי איז עס עכ"פ רואיג און וואויל לפנים, און דאס איז נאר געקומען פון קאמפיינען פון עדיוקעישאן און פון פראבירן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט. און עס ארבייט!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:39 am

· #547291
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אלפא: ייש"כ. נאר איך גיי נישט רעפיוטן אדער אפפרעגן דיין טעזע פונקט ביי פונקט (פשוט ווייל איך האב נישט קיין נערוון דערצו).

נאר לאמיר אנהייבן מיט די דיפלאמאטישע אנשטרענגונגען פון די מדינת ישראל רעגירונג. דער "חשוב'ער" אינטערנאציאנאלער געריכט אין האאג האט יעצט ארויסגעגעבן זיין "אורטייל". אקעגן מדינת ישראל. און אז די אפגעריסענע שחורים פון סאוטה אפריקע האבן א גערעכטע טענה. און אז מדינת ישראל איז יא עובר אויף די גענאסייד געזעצן. און ס'איז נישט דאס ערשטע מאל. די זעלבע איז אין די יו.ען.

יעצט לאמיר רעדן פון נטורי קרתא און (להבדיל) נטרונא. וויפיהל האבן זייערע אנשטרענגונגען געברענגט גינסטיגע רעזולטאטן?! איך האב נאכנישט געהערט פון קיין איין פאל וואו א גוי'אישער פראמינענטער פאליטישער פיהרער אדער אנדער פאבליק פיגור זאל אפן דערקלערן אז נישט אלע אידן זענען ציונים אדער איזראעלי סימפאטיקער. און מ'דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מ'פראטעסטירט אדער מ'טוט אנדערע נעגאטיווע זאכן אקעגן אידן/איזראעל

אלפא » דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:06 am

· #547294
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
1. מיין טעזע איז נישט אזוי קאמפליצירט און האט נישט אזויפיל 'פוינטס' זיך צו טענה'ן איבער.
איך האב נאר געזאגט אז די וועלכע האבן פיינט נ"ק = אז זיי שטיצן מדנ"י אינגאנצן, און אז זיי האלטן אז נ"ק שטיצט טעראר, און די וועלכע האלטן נישט בהחלט פון די חשיבות פונעם מדינה אדער האלטן אז מ'קען אפטיילן צווישן סימפאטיזירן פאלעסטינער מיט שטיצן טעראר, זיי קענען זיין אביסל ווייכער כלפי נ"ק.
לגבי דעם אבזערוואציע -אביעקטיווערהייט- בין איך בכלל נישט זיכער וויפיל עס איז שייך זיך צו דינגען, מ'קען זיך אבער יא דינגען אין די עצם חשיבות פונעם מדינה (וועלכע איז א שאד די שפייאכטץ צו טון), און איבער וויפיל זייערע אקטן שטיצן טעראר למעשה, (נ.ב. איך גלייב אז לשיטתך אז קאמפיינען טוט נישט אויף קומט אויס אז זייערע מעשים זענען נישט מעלה ומוריד לגבי טעראר, פארשטיי איך ווייטער נישט דיין צארן).

2. די UN איז טאקע אינסטיטוציאנאל אויסגעשפראכן מיט א בייעס אנקעגן מדנ"י, און אגב זיי האבן נאכנישט ארויסגעגעבן קיין שום ארטייל, בס"ה האבן זיי באשטעטיגט אז אן ארגומענט אז מדנ"י באגייט גענאסייד איז 'מסתבר' (-plausible) פון א לעגאלע פערספעקטיוו.
בכל אופן איז אויך די מציאות אז אמעריקע, ענגלאנד, און נאך געוויסע לענדער זענען יא אינגאנצן אויף די זייט פון מדנ"י און רוב פון זייערע באפעלקערונג אויך. ממילא איז גארנישט clearcut אז הסברה טוט נישט אויף.
צווייטנס, קריטיקירן מדנ"י ובפרט איבער ריזיגע אפעראציעס איז נישט בהחלט געבינדן צו קיין אנטיסעמיטיזם אזוי ווי דו מאלסט עס אראפ.

איך האב שוין יא געהערט פון געוויסע דזשערנאליסטן וועלכע ברענגען ארויף נ"ק'ס פאזיציע אלס א קאנטער ארגומענט פאר די מדנ"י=אידן סלאגאן. פון יחידים האב איך שוין אויך אסאך געהערט אז נוצן דעם נ"ק קארטל האט זיי אויסגעמיטן העסליכע אטאקעס פון מוסלעמענער. ווי אזוי ס'איז נאר קען מען זיך דינגען ווילאנג מ'וויל, אבער עס נעמט נישט אוועק פון דעם אז עס איז דא אזא צד, און אז איינער וואס האלט אזוי אפי' אויב עס איז א טעות און די פאקטן זענען אקוראט ווי דיר מיינט נאכנישט אז ער איז חייב מיתה..

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:06 pm

· #547307
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
berlbalaguleh #
עלם ועלמיא #
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה

https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog-post_5516.html?m=1
איין קליינע טעות: ער איז שוין היינט נישט קיין נטורי קרתא. א טראבלמעיקער איז ער נאכאלץ.
אויב @עלם ועלמיא וואס איז אבסעסירט מיט מא"פ שרייבט אזוי, מסתם פארעכנט זיך מא"פ אזוי

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:07 am

· #547409
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
ס'האט קיינער (קיין שום בר דעת) געזאגט אז די נט"ק זענען חייב מיתה. מ'דינגט זיך נאר, צי די שעדליכע בהמה שטיק וואס זיי פראקטיצירן איז בשוגג אדער במזיד. פי' אזוי ווי די גמ' (מס'.מגילה) וויל פעסטשטעללן אויב אחשורוש איז געווען א מלך חכם אדער א מלך טיפש. דאס מיינט. מ'וויל פארשטיין וואס האט אים געטריבן צו זיינע שלעכטע מעשים. ווייל ער איז געווען א שוטה און ער האט נישט געוויסט וואס ער טיט. אדער ער האט אלעס געטון מיט א בייזוויליגע כוונה.

ווייל ס'איז דא א יש אומרים אז זייערע מאטיוון זענען ווייל זיי באקומען גרויס געלט פון איראן און די טעראריסטישע ארגאניזאציעס. אויך די שטארקע פאבליסיטי וואס מ'געט זיי.

דער לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען סתם משוגעים. נאר בייזוויליגע און שעדליכע.
בלאט: 1 2 3 4