☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טונעל געטראפן אונטער 770

טונעל געטראפן אונטער 770

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16766

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:34 pm

· #542133
טונעל געטראפן אונטער 770
א אונטערסאנטע נייעס קומט אריין, אז ליבאוויטשע בחורים האבן געגראבן א טונעל אונטער 770 כדאי צי קענען אנקומען דארט און אלע אומשטענדן

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:35 pm

· #542135
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
פאלגענד ווי ס'איז באריכטעט אין די אידישע וועלט פארומס
עס איז אנטדעקט געווארן א טונעל געגראבן אונטער די זייטיגע הייזער ביז די חב"ד הויפטקווארטיר אין קרוינהייטס
770 איסטערן פארקוועי

נישט דורך אראבער
נישט דורך גוים

נאר דורך ליובאוויטשע בחורים וועלכע האבן געוואלט האבן צוגאנג צום מקום קדוש אלעמאל.

נאכן זיין פארשלאסן במשך די קאראנע טעג נישט היינט געדאכט, האבן זיי זיך גענומען צו די עבודה פון גראבן א טונעל.

האבן זיי פאר די לעצטע שטיק צייט געגראבן א טונעל כדי צו קענען אנצוקומען צום בנין פון 770. שכנים האבן באמערקט אז עפעס איז נישט בסדר, אזוי אויך האבן שכנים איבערגעגעבן אז זיי הערן גערודער ביינאכט.

וויאזוי זאגט די וועלט? אזוי ווי עס גוי'שט זיך אזוי יידישט זיך...
ובאמצע המלחמה בודאי לא היה דרך אחר אלא להתאמץ בתפלה עבור ישראל שלא

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:36 pm

· #542136
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נאך פון די אידישע וועלט פארומס (אייוועלט)
בערך 3 וואכן צוריק איז עס אנדעקט געווארן.

אצינד קלערן די גבאים וואס צו טוהן ווייטער.

די עזרת נשים איז פארשלאסן אלס סכנה, און מקלערט צו מ'זאל גיין געריכטליך קעגן די גרובערס.

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:36 pm

· #542137
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
📎 Capture.JPG

מן הסתם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:37 pm

· #542138
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די גבאים קענען אריינפאמפן שמוציגע זאלץ וואסער פונעם איסט ריווער...

בן ישי » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:43 pm

· #542140
Re: טונעל געטראפן אונטער 770

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:44 pm

· #542141
📎 770-Tunnel-13.jpg

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 11:02 pm

· #542144
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די אשכול אין אייוועלט איבער דעם איז פארשווינדען...

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:06 am

· #542146
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
עמרם #
די אשכול אין אייוועלט איבער דעם איז פארשווינדען...
פארוואס?

וואס איז שלעכט?

עמרם » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:27 am

· #542149
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
סוף טוב הכל טוב #
עמרם #
די אשכול אין אייוועלט איבער דעם איז פארשווינדען...
פארוואס?

וואס איז שלעכט?
איך ווייס נישט ...

עמרם » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:32 am

· #542150
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די ארטיגע מנהל לכאורה שרייבט אזוי :
"אינערליכע אידישע פאליטיק ווערט נישט געלופטערט אויף א פובליק פלאטפארמע"
עכ''ל

מער פון דעם ווייס איך נישט

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:16 am

· #542160
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
עמרם #
פאלגענד ווי ס'איז באריכטעט אין די אידישע וועלט פארומס
עס איז אנטדעקט געווארן א טונעל געגראבן אונטער די זייטיגע הייזער ביז די חב"ד הויפטקווארטיר אין קרוינהייטס
770 איסטערן פארקוועי

נישט דורך אראבער
נישט דורך גוים

נאר דורך ליובאוויטשע בחורים וועלכע האבן געוואלט האבן צוגאנג צום מקום קדוש אלעמאל.

נאכן זיין פארשלאסן במשך די קאראנע טעג נישט היינט געדאכט, האבן זיי זיך גענומען צו די עבודה פון גראבן א טונעל.

האבן זיי פאר די לעצטע שטיק צייט געגראבן א טונעל כדי צו קענען אנצוקומען צום בנין פון 770. שכנים האבן באמערקט אז עפעס איז נישט בסדר, אזוי אויך האבן שכנים איבערגעגעבן אז זיי הערן גערודער ביינאכט.

וויאזוי זאגט די וועלט? אזוי ווי עס גוי'שט זיך אזוי יידישט זיך...
ובאמצע המלחמה בודאי לא היה דרך אחר אלא להתאמץ בתפלה עבור ישראל שלא
אשר על כן וועט מען מוזן אריינרופן די (טמא'נע) ציוניסטישע מיליטער (שר"י) אז זיי זאללן פארפלייצן דעם טונעל מיט וואסער פון ים הגדול. כדי די "אידן" ליובאוויטשער זאללן נישט קענען צוקומען צו זייער "מקום קדוש".

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:41 pm

· #542183
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
איינער מיט א קלארע מאפע פון דארט? אז מען זאל קענען פארשטיין בערך פון וואס פאר א פריעקט מען רעדט פון?

מאטי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:47 pm

· #542190
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
יחיא סינוואר ווס יחי מלך המשיח

moody » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:23 pm

· #542200
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
זעט אויס אז אויסער דורכזיכטיגע דשערנאליזם, א פערוועריט נושא פאר סיסטעם האקערס,
זענען נאך זאכען וואס וואס פעלט אויס צו האלטן א נארמאלע סאסייעטי

קוק, א מעשה תועבה ווערט געליפטערט אויף א קהילי'שע וועב סייט, וואס האט היימישע עדווערטייזער, אבער איך גלייב אז אזאנס וואלט פאסירט אין ווילימסבורג

צוויי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:52 pm

· #542279
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
וואס ברענגט ר' אלי' ארויס אין זיין שיעור?
און וואס איז די בילד וואס מ'זעהט אין די זייט פון אין סווימינג פול?

דערהויבענע איד » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:40 pm

· #542282
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
עמרם #
די ארטיגע מנהל לכאורה שרייבט אזוי :
"אינערליכע אידישע פאליטיק ווערט נישט געלופטערט אויף א פובליק פלאטפארמע"
עכ''ל

מער פון דעם ווייס איך נישט
אייוועלט רוקט זיך רח''ל לינקס...

זיי קאנסידערן ליבאוויטש אלס אינערליכע אידישע פאליטיק...

פרוכט זאפט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 9:57 am

· #542310
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
מ'ווייסט שוין וואס די פּוירפּעס פון די טונעל איז געווען?

האניג » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:13 pm

· #542346
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
אינטערעסאנט.
האבן זיי למעשה גענוצט די טונעלן בשעת קאוויד און ס'איז געווען פארהוילן ביז יעצט? אדער האבן זיי הערשט יעצט געענדיגט בויען און דערפאר איז די נייעס ארויס?

צועקים וזועקים » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:15 pm

· #542358
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט די גרויסע סקאנדאל דא? קאמיש יא.

הערשער » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:23 pm

· #542360
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
חבד האט עס איבערגעגעבן פאר די פּאָליציי?

צקון לחש » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:15 pm

· #542445
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די מצוה עיר-פארס האט קעיר גענומען
📎 השמדת הפיר.jpeg

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 8, 2024 6:47 pm

· #544065
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
יום טוב אינדערוואכן!
די דן נצח!



גענומען פון https://crownheights.info/crime/850611/breaking-chaos-in-77o-after-attempt-made-to-close-the-tunnel-under-770/

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 8, 2024 6:50 pm

· #544066
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
פשט?

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 8, 2024 6:56 pm

· #544067
Re: טונעל געטראפן אונטער 770

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 8, 2024 6:57 pm

· #544068
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
סוף טוב הכל טוב #
פשט?
מען האט געוואלט פארשטאפן די טונעל מיט צומענט, די משיחסטן (כנראה לי) האבן זיך צולאזט, צובראכן די פייפ פון די סעמענט טראק און דערנאך געגאנגן נעקסט לעוועל.
זיי זאגן אז די רבי האט געהייסן גרעסער מאכן 770.
אפאר ארעסטירטער (צן הסתם שוין ארויס געלאזט)

מענדל » מאנטאג יאנואר 8, 2024 7:13 pm

· #544070
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
א בחינה פון שמיני עצרת

עמרם » מאנטאג יאנואר 8, 2024 9:07 pm

· #544093
Re: טונעל געטראפן אונטער 770

עמרם » מאנטאג יאנואר 8, 2024 9:09 pm

· #544094
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
📎 unnamed (12).png

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יאנואר 8, 2024 9:58 pm

· #544097
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
כ'האב אלס געשפירט אן אוירא דארץ ישראל ביי די לובּאַבּ'ס. למשל די געביידע ביים ציון איז געבויט מיט אזאנע רויע אייזערנע פאנעלן. די ערד באשטייט פון אזאלכע "טיילס" וואס מען זעהט געווענליך אין ישראל. עס ווערט צוגעשטעלט קאמערציאלע קיכן, (פארקערט ווי קערעסטיר).

אין דא גראבט מען געהיימע טונעלן, כ'ווייס נישט צו עס גייט אריין בגדר ארכעלאגישע גרובינגען אין אלטשטאט, טעראר אינפענסטרוקטור, א הומאניטארישע קארידאר, צו אפשר ווילן זיי עווענטועל ארויסציען דאס רבי'ן פון ערד אין אזוי פריצייטיג אויסלייזן כלל ישראל.
אלנפאלס, מ'מאכט הפגנות, מען שפריצט פעפער ספרעי. מ'הערט מענטשן שרייען אין עיברית אינעם הינטערגרונט.

"טישן אויף בענק" ליטערלי!

רעוואלוציע » דינסטאג יאנואר 9, 2024 5:47 am

· #544124
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
פאר אינטרעסאנטקייט איינער פארשטייט פונקטליך וואס עס קומט פאר...
ווער האט געגראבן די טונעלן?
וואס איז די ציל??
פאר וועמען שטערט די טונעלן??
ווער האט געשלאגן קעגן וועמען אין די נעכטיגע געשלעגן??
ווי מער איך פרוביר צו פארשטיין ווער איך מער צומישט..
איינער קען ביטע אויסקלארן?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 9, 2024 8:04 am

· #544126
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
סטעיטמענט
📎 Chabad statement.jpg

דיכטער » דינסטאג יאנואר 9, 2024 8:57 am

· #544130
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
דער אראבישע טעלעוויזיע קאנאל "אל-אראבי" האט געטראפן פאר וויכטיג צו דעקן דער נייעס.

א פארשטייער » דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:11 am

· #544131
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
איז דעי בעהעוויער א תוצאה פון 2024.... אדער איז דעס א חזרה פון פירדיגע....

קליינע צדיק » דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:55 am

· #544141
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
כמדומה לי, אז די געשלעג נעכטן איז פשוט א פועל יוצא ווען עס קומט אביסל ארויס צום אויבערפלאך
די טיף איינגעגעסענע שנאה און ווייטאג צווישן די משיח'יסטן און די איבריגע מאז ומקדם

נאוואמינסקער » דינסטאג יאנואר 9, 2024 12:41 pm

· #544168
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די יונגע חברה ווילן "פארשפרייטן" 770. גיי פארשטיי.

מנחם מנדל » דינסטאג יאנואר 9, 2024 12:51 pm

· #544172
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
📎 IMG_0585.jpeg ווילדע קאנספיראציעס צושפרייטן זיך ווילד אויף סאציאלע מידיא.

די קעפעלע » דינסטאג יאנואר 9, 2024 1:08 pm

· #544177
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
📎 photo_2024-01-09_13-07-02.jpg

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יאנואר 9, 2024 2:42 pm

· #544195
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די היינטיגע Michael Knowles show... 🤔
📎 Picsart_24-01-09_14-40-14-170.jpg

דברי שלום » דינסטאג יאנואר 9, 2024 5:03 pm

· #544223
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
רעוואלוציע #
פאר אינטרעסאנטקייט איינער פארשטייט פונקטליך וואס עס קומט פאר...
ווער האט געגראבן די טונעלן? אפאר בחורים בשעת קאוויד ווען די שוהל איז געווען צוגעשפארט
וואס איז די ציל?? צו קענען צוקומען ווען מ'וויל (אפ' ס'איז צוגעשפארט)
פאר וועמען שטערט די טונעלן?? די גבאים פון די ביהמ"ד ווייל ס'האט שוואך געמאכט די סטרוקטור פון די ווייבער שוהל ועוד
ווער האט געשלאגן קעגן וועמען אין די נעכטיגע געשלעגן?? די גבאים מיט די פאליציי אקעגען די וואס האבען עס געבויעט
ווי מער איך פרוביר צו פארשטיין ווער איך מער צומישט..
איינער קען ביטע אויסקלארן?

קלוגע יודל » דינסטאג יאנואר 9, 2024 6:59 pm

· #544237
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
פונדאַמענטאַל #
די היינטיגע Michael Knowles show... 🤔
לטובת הציבור

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:14 pm

· #544257
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
די געשיכטע האט זיך ווילד פארשפרייט אויף סאציאלע מידיע און ארויסגעברענגט די אנטיסעמיטן פון זייערע מייז לעכער מיט ווילדע קאנספיראציע טעאריעס.
https://www.rollingstone.com/culture/culture-news/secret-chabad-tunnels-new-york-1234942995/amp/

גוטער » דינסטאג יאנואר 9, 2024 11:40 pm

· #544277
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
פונדאַמענטאַל #
די געשיכטע האט זיך ווילד פארשפרייט אויף סאציאלע מידיע און ארויסגעברענגט די אנטיסעמיטן פון זייערע מייז לעכער מיט ווילדע קאנספיראציע טעאריעס.
https://www.rollingstone.com/culture/culture-news/secret-chabad-tunnels-new-york-1234942995/amp/
יא יא, אויף א נישט נארמאלן אויפן, שרעקעדיג, די מאטראץ זאגן זיי איז גענוצט געווארן פאר פעדא..., די שנאה איז צודרייט.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:45 pm

· #544372
Re: טונעל געטראפן אונטער 770

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:16 pm

· #544398
Re: טונעל געטראפן אונטער 770

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:18 pm

· #544399
Re: טונעל געטראפן אונטער 770

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:00 am

· #544591
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
מנחם מנדל #
IMG_0585.jpeg
ווילדע קאנספיראציעס צושפרייטן זיך ווילד אויף סאציאלע מידיא.
דער הינקל איז א אלטער אנטעסעמיט א גרויס חלק פון זיינע טוויטס זענען פלעגעד ביי טוויטער אלץ פאלש

פונדאַמענטאַל » זונטאג יאנואר 14, 2024 12:40 am

· #544623
Re: טונעל געטראפן אונטער 770