ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
פונעם קאמארנער אין שולחן הטהור סימן רמט, האט שוין איינער אמאל געהערט פון אזא "ספרדישע מנהג"?
📎 שולחן הטהור.jpg
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
קודם לייג די גאנצע דף, שכ’ח.
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
לכאורה האבן זיי נישט געפאסט אין יענע יארן ווייל זיי זענען געווען שוואך און פשוט נישט געהאט קיין כח
איך האב אמאל געהערט אז אין גאליציע פלעגן די בחורים נישט פאסטן פאר'ן קריג (אפי' ת''ב אויך נישט)
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
ברוך שפינוזה: דאמאלס ביניך א ספרדי'שער. ס'נאר א ווערטל. עשרה בטבת איז איינס פון די גרינגע תעניתים.
איך האב געטרינקען א קאווע אום 4 אזייגער פארטאגס. ווען איך האב מיך געלייגט שלאפן.
אינדערפריה ביניך געגאנגען דאווענען און ארבעטן. כ'האב פשוט פארגעסן (אדער נישט געהאט קיין צייט) אז איך דארף צו עסן. ביז 2 אזייגער נאכמיטאג. ווען כ'האב מיך דערמאנט איז שוין געווען 2 שעה ביז מנחה. דער בעל תפילה ביי קב"ש און מעריב האט זיך אויך נישט געגארגלט ווייל ער איז געווען הונגעריג. שוין. דער תענית איז פאריבער. שבעה עשר בתמוז איז א שווערער תענית. ס'איז 100 דעגריס אינדרויסן און מ'מוז ארבעטן. א סאך מאל ווער איך א ספרדי'שער...!
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
עמרם #
איך האב אמאל געהערט אז אין גאליציע פלעגן די בחורים נישט פאסטן פאר'ן קריג (אפי' ת''ב אויך נישט)
וכך גם אני שמעתי וקבלתי מפי זקני החסידים