☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16750

קלוגע יודל » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:21 pm

· #541361
פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
ווי יעדער בארא פארקער ווייסט שוין מן הסתם טוט זיך פרוינדס קיטשען \ סושי ענד גריל לעצטענס גאר דטארק ריברענדן אלס ידיד גורמעי, צוביסליך מער אין מער, לעצטענס באקום איך שוין איממילס פון YEDID.COM

וויל איך וויסן צו איינער וויסט פשט דערפון? וואס איז שלעכט געוועהן מיט די נאמעם פרוינדס? איך מיין זיי האבן געהאט גאר א שטארקע ברענד. ני if ain't broken, ain' t fix it

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:33 pm

· #541388
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
קלוגע יידל: איך פלעג אריבערפארן זייער "העדקווארטערס" אויף 15'טע עווע. די טראקס זענען געווען אויסגעשורה'ט צו מאכן די דעליוועריס. און די גויים האבן געשפריצט די סיידוואק כדי צו פארמיידן א "סירחון". נישט אזוי ווי אן אנדער פיש געשעפט אין בארא פארק. וואס אז דו קומסט נאנט צו א "תחום שבת" פון דעם געשעפט ווייסטו אז דא ערגעץ אין די געגנט געפינט זיך א פיש געשעפט.

נאר פרוינד'ס איז ארויף א דרגא (אדער צוויי). זיי האבן שוין די לעצטע פאר יאר נישט פארקויפט פשוט'ע פיש לכבוד שבת. נאר אלעס איז געווען "סושי". דאס איז שוין אויך (כמעט) ארויס פון סטייל. היינט פארקויפן זיי און דעליווערן..."גורמעי סיע פוד פראדוקטן"...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:35 am

· #541403
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
קלוגע יודל #

וויל איך וויסן צו איינער וויסט פשט דערפון? וואס איז שלעכט געוועהן מיט די נאמעם פרוינדס? איך מיין זיי האבן געהאט גאר א שטארקע ברענד. ני if ain't broken, ain' t fix it
אמאל איז געווען נאטירליך אז ווען מר. גרינפעלט עפענט א געשעפט, הייסט עס "גריפעלד'ס ......", מר. קליין'ס געשעפט הייסט קליין'ס ....." א.א.וו. היינט דארף יעדער (מיינט יעדער אז מ'דארף) האבן עפעס א פענסי נאמען, זאל עס זיין א נאמען פון א פרוכט, א לשון קודש ולהבדיל אן איטאליעניש ווארט, אדע סתם עפעס מאדנע.

ווען פראינד'ס בלייבט מיט די אלטע נאמען איז עס אלטמאדיש און רעדט נישט צו די היינטיגע קאסטומערס, עכ"פ אזוי פארקויפן די מארקעטערס. גיי ווייס.

כפתור » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:44 am

· #541404
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
אפשר ווילן זיי זיך גרייטן צו אמאל קענען פארקויפן אדער מערזשן מיט איינעם, און פרוינדס איז צו פערסאנעל

לייביששרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:09 am

· #541439
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
כי בך יקרא לך זרע, די אלט געזעצענער וועלן עס ווייטער אייביג רופן פרוינדס. פונק נעכטן נאכט בין איך געפארן מיט א איד צו א חנוכה פרעזענטאציע פון עפעס א ליכט צינדען פון איינע פון די גרויסע היינטיגע אדמורים. פרעיג נישט פארוואס איך בין געגאנגען איך ווייס אויך נישט פארוואס. איי געס די חנוכה פארטיס זענען מיר שוין געגאנגען צו די נערווען. אזוי ווי מיר זענען ביידע ילדי ב"פ פון די זעלבע יארגאנג האבן מיר פארבראכט מיט נאסטאלגישע זכרונות פון די שטאט.
ווער עס ווייסט זיצט פרוינדס ביי 15 קארנער 43 ווי פון ביידע זייטן אויף די זעלבע גאס זענען דא פובליק שולעס איינס ביי זעכטצען און איינס ביי פערטצען אויך דריי און פערציג.
מיר האבן געלערנט אין קראסנע ישיבה וואס איז דאן געווען אויף דריי און פערציג צווישען 16 און 17 אבער מיטאג פלעגן מיר גיין עסן אין די חדר (די ישיבה האט נישט געהאט קיין אפיצעלער לאנטש רום) 10 בחורים האבן אדורך שפאצירט דעם 43 יארד פון די פאבליק שולע האט עס גורם געווען אז די אינגע שקצים האבן געטראפן מיט וואס זיך צו אונטער האלטן. אבער ר' ליפא פריינד ז"ל איז געווען אונזער לייף סעיווער. מיר האבן געדארפט לויפן ביז די 15 קארנער און שרייען ר' ליםפא עס איז צרות. דאן איז ארויס געקומען אינמיטן האקן די פיש מיט זיין גרויסער מעסער אין די האנט מיט זיין שמוציגער שירשעל און זיין פארטוך. אוי זענען די שקצים געלאפן.
איך ווייס נישט צו זיי זענען אנטלאפן פונעם מעסער אדער פונעם פיש שטינק. אבער זיי זענען אנטלאפן

dan » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:48 pm

· #541636
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
Lawsuit

קלוגע יודל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:32 am

· #541682
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
dan #
Lawsuit
lawsuit פון וועם?

קליינע צדיק » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:57 am

· #541707
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
dan #
Lawsuit
קום אריין מיט פרטים ביטע

לייביששרייבער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:04 pm

· #541715
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
dan #
Lawsuit
נישט אז עס איז דא אן עקטיווע Law Suit נאר איינע פון די סיבות פארוואס א מענטש טוישט אזא אלטע נאמען איז וועגן א Law Suite.

האב איך גוט פארשטאנען ?

די קעפעלע » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:14 pm

· #541720
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
לייביששרייבער #
כי בך יקרא לך זרע, די אלט געזעצענער וועלן עס ווייטער אייביג רופן פרוינדס. פונק נעכטן נאכט בין איך געפארן מיט א איד צו א חנוכה פרעזענטאציע פון עפעס א ליכט צינדען פון איינע פון די גרויסע היינטיגע אדמורים. פרעיג נישט פארוואס איך בין געגאנגען איך ווייס אויך נישט פארוואס. איי געס די חנוכה פארטיס זענען מיר שוין געגאנגען צו די נערווען. אזוי ווי מיר זענען ביידע ילדי ב"פ פון די זעלבע יארגאנג האבן מיר פארבראכט מיט נאסטאלגישע זכרונות פון די שטאט.
ווער עס ווייסט זיצט פרוינדס ביי 15 קארנער 43 ווי פון ביידע זייטן אויף די זעלבע גאס זענען דא פובליק שולעס איינס ביי זעכטצען און איינס ביי פערטצען אויך דריי און פערציג.
מיר האבן געלערנט אין קראסנע ישיבה וואס איז דאן געווען אויף דריי און פערציג צווישען 16 און 17 אבער מיטאג פלעגן מיר גיין עסן אין די חדר (די ישיבה האט נישט געהאט קיין אפיצעלער לאנטש רום) 10 בחורים האבן אדורך שפאצירט דעם 43 יארד פון די פאבליק שולע האט עס גורם געווען אז די אינגע שקצים האבן געטראפן מיט וואס זיך צו אונטער האלטן. אבער ר' ליפא פריינד ז"ל איז געווען אונזער לייף סעיווער. מיר האבן געדארפט לויפן ביז די 15 קארנער און שרייען ר' ליםפא עס איז צרות. דאן איז ארויס געקומען אינמיטן האקן די פיש מיט זיין גרויסער מעסער אין די האנט מיט זיין שמוציגער שירשעל און זיין פארטוך. אוי זענען די שקצים געלאפן.
איך ווייס נישט צו זיי זענען אנטלאפן פונעם מעסער אדער פונעם פיש שטינק. אבער זיי זענען אנטלאפן
פיינע נייעס!

אקטעוויסט » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:01 pm

· #541728
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
אבער וואס איד דו נאמען ידיד? עס הערט זיך ווי אן ארגענעזאציע.

יצחק אייזיק » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:27 pm

· #541779
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
אקטעוויסט #
אבער וואס איד דו נאמען ידיד? עס הערט זיך ווי אן ארגענעזאציע.
א ידיד אין אידיש איז א פריינד

אקטעוויסט » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:00 am

· #541872
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
יצחק אייזיק #
אקטעוויסט #
אבער וואס איד דו נאמען ידיד? עס הערט זיך ווי אן ארגענעזאציע.
א ידיד אין אידיש איז א פריינד
מארגן וועלן די גלויבער משפחה פון די קליידער טוישן פון G&G GB צו אמונה רעקלעך..

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:51 pm

· #541943
Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי
אזוי ווי אמונה קאר סערוויס.