עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
איך בין היבש סענסיטיו צו מענטשליכע קולות פון עסן. ווען כ'זיץ מיט א מענטש, אדער נעבן א מענטש וואס עסט מיט א קול (פארשטייט זיך אויף א הויעכע וואליום) שטערט מיך עס שטארק און ס'מיך פשוט נישט אנגענעם צו רעדן מיט אים אדער אפי' זצן נעבן. אפטמאל קומט דאס באגלייט מיט א ברייט אפענע מויל וואס אנטפלעקט איר אומהיימליכן אינהאלט פארן ברייטן פובליקום.
לעצטנס האב איך באקומען די איינדרוק אז דאס איז מער טרעפבאר און איינגעפירט צווישן די היימישע ציבור ווי ביי די אלגעמיינע גאס. ס'איז א פערזענליכע איינדרוק און ס'איז מסתמא אויך ווייל כ'האב מיך געדרייט מער ביי אונזער ציבור.
האט נאך איינער אזא איינדרוק?
קען א מענטש טוישן אזא אויפירונג?
איז עס א געבוירענע זאך אדער א זאך וואס מען האט זיך נישט אויסגעלערנט אינדערהיים אלץ קינד?