☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #16745

אשכול אן א טיטל #16745

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16745
בלאט: 1 2

— » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:55 pm

· #541169

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

Visionary » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:45 pm

· #541184
[ציטאט אראפגענומען]
נישט סלאנים ישיבה...

קליינע צדיק » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:05 pm

· #541200
[ציטאט אראפגענומען]

ביז יעצט האב איך געמיינט אז זיי טוען דאס נאר ביי פראטעסטן

קליינע צדיק » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:05 pm

· #541201
[ציטאט אראפגענומען]
עולם הפוך רעיתי
אלע בחורים נעמען זיך אן פאר די משגיח

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:56 pm

· #541248
אנאנים: דער משגיח האט נישט געהאט קיין רעכט צו געבן פאר דעם בחור א פאטש. נאר ווי ס'זעהט אויס האט דער משגיח שוין געהאט מיט דעם בחור אן אלטן חשבון. אעפ"כ האט ער געדארפט זיך קאנטראללירן און אננעמען אנדערע מעטאדן.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:09 pm

· #541383
אנאנים: איה"נ. ס'איז טאקע א חילוק פון "סלונים" ביז "סלאנים".

צועקים וזועקים » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:24 pm

· #541475

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 6:19 pm

· #541490
אינטערעסאנט פארוואס ער האט נישט פריער אפגעצויגן, ער האט קיינמאל נישט דארט באלאנגט.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 7:12 pm

· #541497
[ציטאט אראפגענומען]
אפישעלי שרייבט ער אויף פעיסבוק אז ער האט עס נאר געטון פאר א שפיל.
(כ’האב עס נישט געזעהן, סא כ’נעם נישט קיין אחריות)

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 7:14 pm

· #541498
אלע צוזאמען #
אפישעלי שרייבט ער אויף פעיסבוק אז ער האט עס נאר געטון פאר א שפיל.
זיין פעיסבוק איז פארמעקט, מעגליך אז ער האט געשאפן א נייע.

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:19 pm

· #541512
[ציטאט אראפגענומען]
📎 IMG_6061.jpeg 📎 IMG_6060.jpeg

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:29 pm

· #541513

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:16 pm

· #541518
קהל'ס נער #
[ציטאט אראפגענומען]
אויף אייוועלט האן מען פריער אראפגענומען די גאנצע אשכול פון אסאך בלעטער איבער דער נושא

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:17 pm

· #541519
[ציטאט אראפגענומען]
ס׳איז א ווידיאו ווי דער גר/נישט-גר פארענטפערט זיך און זאגט אז ער האט קיינעם נישט געזוכט צי ווייטוהן און מען האט סתם אויפגעקאכט א קאשע.
ער טענה׳ט אז ער איז א כשר׳ע גר נאר ער איז יעצט געגאנגען אט״ד.
(ער וואלט נאר געדארפט וויסן ביים זיך מגייר זיין אז ביי נונז ווען מען גייט אט״ד, דערגייו מען די יארן, ס׳פארט פון די פעקעדזש, ווען די נער איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט…..)

שעפטאל » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:41 pm

· #541522
יחיאל ישראל: כ'האב געהערט דיין מעסעדש, מיין הארץ גייט אויס פאר דיך!
זאלסט מצליח זיין, דיין הארץ זאל זיין אנגעפילט מיט אלעס גוט'ס!!!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:09 pm

· #541524
כ'האב איהם אביסל געסטאלקט אנליין, דער וואס האט געזאגט אז ער טוט כישוף איז א גרויסע עם הארץ אין די ענינים. דער וויזויערופט זיך איז עוסק אין magick, נישט magic. די ערשטע איז א ברייטערע טערמין פאר רוחניות וואס נעמט אריין אזעלכע ענינים ווי מעדיטאציע, קאממיוניקירן מיט נשמות און טרינקען אייאוואסקע, די צווייטע איז וואס חסידים רופן כישוף, אדער ווי ס'איז מער באקאנט אין ענגליש, black magic, און אין דעם איז ער נישט עוסק.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:10 pm

· #541525
הער איך זאגן, אז אין זיינע פרומע צייטן איז ער איז געווען אין א געוויסע חדר אין וויליאמסבורג האלטן א דרשה, און די מנהל האט זיך דערנאך אויסגעדריקט מיט פאטאס צו די קינדער, "קוקטס! ער קומט שוין פון דארטן, און ער האט אלעס אפגעלאזט און איינגעזען דעם אמת!!!"...

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:13 pm

· #541526
שמן למאור #
הער איך זאגן אז ער איז געווען אין א געוויסע חדר אין וויליאמסבורג האלטן א דרשה, און די מנהל האט זיך דערנאך אויסגעדריקט מיט פאטאס צו די קינדער, "קוקטס! ער קומט שוין פון דארטן, און ער האט אלעס אפגעלאזט און איינגעזען דעם אמת"...
דו מיינסט לכאורה די פאבליק סקול אויף ווילסאן

שוין, האסטו רעדאגירט דיין תגובה ארבעט עס שוין נישט 😛

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:19 pm

· #541529
איך רעד גראדע יא פון א חדר אויף ווילסאן, נאר א היימישע...

די נושא פון די דרשה איז געווען "די גרויסקייט פון א איד און די נידריגקייט פון א גוי"...

(איך שרייב דא נאר נאך שמועות, נישט וועריפייד)

אלפא » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:35 pm

· #541531
איך האלט נאך אינמיטן שטעלן מיין קאפ גראד,

קודם איך מיין עס איז א חידוש אז קול מבשר (ארום א האלבע שעה אריין) באשמירט א מעשה מיט אן א.ט.ד. א לענגס און א ברייטס.
די רעטאריק אויף אייוועלט האט אויך געשיינט א משהו אייגנארטיג.

בין איך נייגעריג צו דאס איז אנגעקוקט ווי א גרעסערע סקאנדאל ווי נארמאל - א גר גייט זיך צוריק לשרשו, ער לאגט ארויס -ווי וועלוול שמעלצער דרוקט זיך אויס, און עס קען גאר סקעפטיזירן די צוגאנג צו גרים בכלליות -ווי עס שיינט פון יצחק שלמה'ס 'דברי נחמה' צום אנגערן גר אויפן ליניע?!
אדער איז עס בדוקא געזען ווי א קלענערן סקאנדאל - ווי נישט ווי איז ער נישט קיין 'אונזעריגע', א גוי בלייבט א גוי קען זיין די סובקאנשעס געדאנק, אדער מער מיט רחמנות אזוי-צו-זאגן נאכן אביסל מיאוס אריינבלאנדזשען אין אידישקייט וואס איז נישט 'באמת' געווען געמאכט פאר אים?!

וויאזוי קוקט עס די עולם אן?

שעפטאל » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:46 pm

· #541532
לעניית דעתי - מ'מעג זיך דינגן.

אריינגראבן אין יעדעם'ס קישקעס ווי שטארק חסיד ער איז פון אידישקייט.
איז ווייל
מיין אמונה איז אזוי שוואך אז אויב א גר טרעפט עפעס רוחניות וואס ארבעט פאר עם, ווער איך געוואר אז כ'פאפ זיך. ואכמ"ל.

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:13 am

· #541541
פון די קול מבשר אינטערוויוס און זיין ווידיאו איז זייער קלאר וואס גייט פאר מיט איהם, ער איז א מענטש וואס איז גאר שטארק devoted פאר רוחניות און ער האט עס געטראפן אין חסידישקייט (נישט חסידות ווייל ס'איז נשתכח), און ווען ער האט עס אויסגעמעקסט איז ער געגאנגען ווייטער. ווי ס'שיינט האט ער נאך זיין סיום הש"ס פאריאר געפילט ווי ער איז שוין אנגעקומען צום שפיץ וואס אידישקייט האט איהם צו אפפערן and he moved on. עטץ פארשטייטס נישט וואס דאס מיינט ווייל עטץ זענטס א באנדע אויסגעפאשעטע מגושמים. ווער פון אייך וואלט געהייראט א פרוי וואס איז 30 יאר עלטער פון אייך בלויז דערפאר וואס זי איז אויפ'ן זעלבן spiritual path ווי אייך? עטץ ווייסטס וואס איז דאס א spiritual path בכלל? מענטשן געבן אוועק יארן פאר די זאכן. עטץ ווייסטס וואס דאס מיינט זיצן אין אן אשראם פאר 10 יאר? זיצן ביי א תימנ'ע מקובל הונדערטער שעות עפעס ארויסצובאקומען פון איהם? טרינקען אייאוואסקע טעג און וואכן אין די דשונגלען? האט אייך בכלל אמאל אינטערעסירט דיזע זאכן? עניבאדי האום? ווער זענט עטץ דן צו זיין אזא איינעם? You guys should just shut up and stop the virtue signaling, גייטס ווייטער האקן סטעיק און אריינרוקן טשולענט מיט גאלע, און לאזטס די ערנסטע מענטשן טוהן וואס זיי האבן צו טוהן.

חובב קאווע » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:44 am

· #541543
ברוך: אויב ביזטו יא אנגעקומען צו א געוויסע spiritual לעוועל וואס איז אמת פון דיין קוק ווינקל, פארוואס ווערסטו אזוי געטריגערט ווען געוויסע מענטשן - וואס זענען לויט דיר גאר ווייט פון בכלל פארשטיין די סארט spirituality - קרומען מיט די נאז?

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:46 am

· #541544
א גוטע קשיא, איך וועל עס פארענטפערן מיט א צווייטע קשיא, פארוואס ווערסטו געטריגערט ווען איך ווער געטריגערט? 😂

צועקים וזועקים » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 8:18 am

· #541557
ברוך שפינוזה #
פון די קול מבשר אינטערוויוס און זיין ווידיאו איז זייער קלאר וואס גייט פאר מיט איהם, ער איז א מענטש וואס איז גאר שטארק devoted פאר רוחניות און ער האט עס געטראפן אין חסידישקייט (נישט חסידות ווייל ס'איז נשתכח), און ווען ער האט עס אויסגעמעקסט איז ער געגאנגען ווייטער. ווי ס'שיינט האט ער נאך זיין סיום הש"ס פאריאר געפילט ווי ער איז שוין אנגעקומען צום שפיץ וואס אידישקייט האט איהם צו אפפערן and he moved on. עטץ פארשטייטס נישט וואס דאס מיינט ווייל עטץ זענטס א באנדע אויסגעפאשעטע מגושמים. ווער פון אייך וואלט געהייראט א פרוי וואס איז 30 יאר עלטער פון אייך בלויז דערפאר וואס זי איז אויפ'ן זעלבן spiritual path ווי אייך? עטץ ווייסטס וואס איז דאס א spiritual path בכלל? מענטשן געבן אוועק יארן פאר די זאכן. עטץ ווייסטס וואס דאס מיינט זיצן אין אן אשראם פאר 10 יאר? זיצן ביי א תימנ'ע מקובל הונדערטער שעות עפעס ארויסצובאקומען פון איהם? טרינקען אייאוואסקע טעג און וואכן אין די דשונגלען? האט אייך בכלל אמאל אינטערעסירט דיזע זאכן? עניבאדי האום? ווער זענט עטץ דן צו זיין אזא איינעם? You guys should just shut up and stop the virtue signaling, גייטס ווייטער האקן סטעיק און אריינרוקן טשולענט מיט גאלע, און לאזטס די ערנסטע מענטשן טוהן וואס זיי האבן צו טוהן.
מיט גרויס אנטשולדיגונגס, דער לעצטער זעט פשוט נישט אויס גייסטיש בסדר, מען דערקענט עס שטארק אויף די ווידיאו. זאל ער האבן א רפואה שלימה!

שפילער » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:09 pm

· #541581
צועקים וזועקים #

אפשר איז ער אוועקגעלאפן טאקע פון דעי עטוטוד פון אונזערע מענשטן וואס דזאדזען א מענטש פלעין פון קיקן א האלבע קליפ ....

ער איז א וואוילע נשמה

שפילער » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:10 pm

· #541582

וועלכע אינטערוויוס רעדסטו?

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 2:07 pm

· #541586
[ציטאט אראפגענומען]

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:37 pm

· #541589
האסט געוואלט חרדי? האסטו באקומען חרדי!
פארט פון די חרדי פעקעדזש איז אז ווען מען פארט אפ, צאפט מען די בליט,
here you go.

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:44 pm

· #541592
שפילער
אפשר איז ער אוועקגעלאפן טאקע פון דעי עטוטוד פון אונזערע מענשטן וואס דזאדזען א מענטש פלעין פון קיקן א האלבע קליפ ....
נעה, ער זעהט אויס צו ערנסט און פארפליכטעט צו זיין וועג זיך צוטוהן צו מאכן פון אזעלכע נארישקייטן.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:50 pm

· #541594
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: נאר א ביסל "אומסטאביל" ...Vacillating...!

ער טענה'ט אז ער האט שוין "אויסגעשעפט" אלעס וואס אידישקייט האט צו אפפערן פאר איהם. און ער זוכט א העכערן רוחניות'דיגן שטאפל.

ווען איך זאל לעבן 300 יאר וואלט איך אויך נישט אויסגעשעפט אלעס וואס אידישקייט האט צו אפפערן. ווי ס'זעהט אויס האט ער נאך ניטאמאל אנגערירט דעם שפיץ... ער האט געענדיגט ש"ס? מיי פוט. נישטאמאל אפגעדאוונט האט ער גאנץ ש"ס. (אזוי ווי ר' יואלי ראטה הייסט טון פאר די בחורים).

בְּתוֹךְ עַמִּי » מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 10:52 pm

· #541602
אזא איינער וואלט ענדערש געטראפן וואס ער זוכט אין חב״ד ווי אין סאטמאר. אדער האט ער זיך בטעות מגייר געווען ווען ער האט געטראכט אז ער וועט טרעפן ׳ספיריטשאלעטי׳ אין אידישקייט בזמן אשר חושך יחסה ארץ אין דער אור איז בהסתר.

אן אמת׳ע גר צדק איז דער וואס קריגט א אידישע נשמה וואס דאס נאגט אים בלי הרף ביז ער איז זיך מגייר, אזוי ווי ס׳מפורסם פון פולע גרים וואס קענען נישט געהעריג מסביר זיין שכל׳דיג פארוואס זיי טוען דאס...

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:23 pm

· #541628
ער וואלט פון חב"ד אויך ווייטער געפארן. אזוי ווי ס'איז געווען דער פאל מיט אנדערע בעלי תשובה.

סקעפטיקער » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:21 pm

· #541633
אויף זאב ברענער

אלפא » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:58 pm

· #541637
האב איך הנאה אז וועלוועל שמעלצער רופט אריין (מינוט 25-26) זיך אנטשולדיגן פאר די ליל שישי אויספראקעריי..

אזוי אויך פון דער טעראפיסט (גלייך נאכדעם) וועלכע פראבירט אים צו טעראפעאטיסייזן און אים אויפקלערן איבער זיינע עמאשאנס..

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:35 pm

· #541653
דער טעראפיסט דארט דארף זעלבסט א גרויסן טעראפיסט דחוף.

סקעפטיקער » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:43 pm

· #541663
אלפא #
אזוי אויך פון דער טעראפיסט (גלייך נאכדעם) וועלכע פראבירט אים צו טעראפעאטיסייזן און אים אויפקלערן איבער זיינע עמאשאנס..
לדעתי איז עס זייער נישט אין פלאץ

אלפא » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:48 pm

· #541664
איך בין באמת טיף שאקירט אין אפי' בארירט פון די העיט און איגנאראנץ וואס עס קומט פאר און אונזער געמיינדע, סיי דארט אויפן ליין ווי געוויסע רופן אריין מאכן קולות אויף אים, איינער דערוואגט זיך צו פארשלאגן אז ער גייט גאר ווערן א שונא ישראל (וואס בדרך אגב - נאך אזא telling off איז נישט אומדערהערט..), איינער האלט זיך וועלטס חכם אז עס זענען זיכער דא קלוגע אידן וועלכע וואלטן אים געקענט 'אויפקלערן' אז נעאפלאטאניזם וכדו' קומט באמת יא פון אידישקייט א.ד.ג. און אז מ'קען נישט לערנען ש"ס און נישט ווערן קלוגער.. צוזאמען מיטן טעראפיסט וועלכע פלאנט א קירוב סעסיע לייוו אויפן ליניע, און אז עס איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט איז דאך זיין בארא-פארקע קליניק אייביג אפען.. ה' ישמרנו..
אויך אויף אייוועלט איז די ראסיזם און שנאה נעקסט לעוועל... מ'מעג טון מיט אים כל דבר אסור, מ'שטיינס געזאגט - ער איז דאך אן אפיקורס... און נאך ענליכע רעטאריק..

איך בין בכלל נישטא אים צו מצדיק זיין (נישט אויף זיין ווערן א גר - און נישט אויף זיין אוועקגיין) און ווי עס שיינט איז ער באמת נישט אינגאנצן סטאביל. אבער זיין סבלנות און טאלעראנץ, ובפרט זיין סענסיטיוויטי וואו ער וויל נישט אריינגיין און טעאלאגישע נושאים - הגם ער קען ווען צומאלן ס'רוב צוהערער און עס וואלט אים לכאו' געגבן א שטיקל אויבערהאנט אין די סקרוטעני דארט, דאס איז לדעתי יא עפעס וואס מ'מעג זיך לערנען פון אים..

moody » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 6:23 pm

· #541665
שעפטאל #
לעניית דעתי - מ'מעג זיך דינגן.

אריינגראבן אין יעדעם'ס קישקעס ווי שטארק חסיד ער איז פון אידישקייט.
איז ווייל
מיין אמונה איז אזוי שוואך אז אויב א גר טרעפט עפעס רוחניות וואס ארבעט פאר עם, ווער איך געוואר אז כ'פאפ זיך. ואכמ"ל.
ער פארשטייט דאס אויך, הער בערך 6 מינוט אריין אינם קליפ ווי זאגט מ'זאל נישט האבן קיין פארפאלגוגען פון זיין אוועקגיין און אידישקייט איז גוט וכו'

עניוועי, איך האב איהם אביסל געקנעט פון דאווענען מיט איהם ער פלעג דינען דעם באשאפער אין זיין ווינקל מיט א זידיטשוב'ע סידור אין אייגענארטיגע תנוע, וואס מיט דעם ניסח האט ער אויך געלרענט, און בכלל געווען היפש צרוקגעצויגן און באופן כללי ווייניג גרעדעדט צו מענטשן. ווען ער פלגט מאכן סיומים נאך שחרית איז געווען אן עידן חדוותא ווי ער פלעגט פארציילען זיינע מעשוית און זיך לאזן אויספרעגען. קיצור איך פאר מיר איז נאנט צו אוממעגלעך צו גלייבן אז ער האט עס נישט געמיינט ערענסט

שעפטאל » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 8:06 pm

· #541668
מיין צוויי צענט נאכן הערן דעם ווידיאו.. להוסיף על דברי @אלפא

כ'רעספעקט וועלוועל פארן אנטשולדיגן, מסביר'ן אז מ'האט זיך נאר דערשראקן פון זיינע כלומר'ישע שלעכטע כוונות, אבער וועלוועל איז אקעי אויב ער גייט אלס זיין פריוואטע סיבות.

דעם טערעפיסט האט מיך מכשיל געוועהן מיט כעס.. ווען ער האט געפרעגט ברבים: דו האסט א סעלף איידענטעטי? האט ער מיך מכשיל געוועהן מיט ניבול פה..

דעי וואס קענען באמת נישט פארשטיין אז א מענטש וואס זיכט דעם אמת קען האלטן אז אידישקייט איז נישט.. כ'בין זיי מקנה. איגנערינס איז בליס..

כ'רעספעקט יחיאל ישראל, מיט אלע אויספראקערייען האלט ער זיך דאס מויל, דערמאנט נישט קיין נעמען, שיסט נישט ארויס זיינע נייע געפינסן, (אפי' ווען מ'דריקט עם צום וואנט "ביסט א איד אלעמאל", זאגט ער נישט בפירוש אז ער גלייבט נישט דערין, נאר אז ער לעבט יעצט אין אן אנדערע מצב.) זיין אמת'דיג'קייט. און זיין שטארקייט ווען דער לאצי האט געשוימט פאר כעס "פארוואס רעדסטו אפי' מיט דעם 27 יעהריגער כו'" האט עם יחיאל געגעבן גערעכט מיט "א גוטן פורים" 😀

כ'זעה אין עם קלוגשאפט, און איידעלע מדות. שטייצעך כ'נעם קרעדיט, ער איז דאך א איד, אונז זעמער אלע קליג און איידל 😉

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:03 pm

· #541670
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. ער סאונדט נישט פארביטערט און גאנץ ריזאנעבל. (לשיטתו). אבער דאך איז דא עפעס א באהאלטענע סיבה (פאר אונז) פארוואס ער האט אפגעלאזט אידישקייט. נאכדעים וואס ער איז געווען אזוי גוט אריינגעדרייט אין די אידישע קאמיוניטי. ווי ער זאגט אליין. אז א סאך מענטשן האבן איהם מקרב געווען.

שעפטאל » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:16 pm

· #541671
ר' בערל: אויף דעם זאב ברענער ווידיאו שיילט זיך ארויס צעווישן די שורות ער באהאלט נאר זיין סיבה פון אונז, ער וויל אונז נישט שטערן. (ער זיכט דעם אמת און איז גרייט צו טוהן אלעס דערפאר.)

ס'איז שוין צייט אונז זאלן אויפהערן פרעדיגן אז אונזער אידישקייט איז אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס. כ'זאג נישט פאר מיינע קינדער אז כ'ווייס מיט שכל, נאר אז אזוי פיהל איך.

כ'בין א נער און כ'גלייב.

כ'בין אפשר רעגליעז ווייל ס'קומט מיך אויס באקוועמער ווי זיך טוישן יעדע פינעף מינוט לויט מיין שכל. כ'האב מיין משפחה און שבט, כ'האלט נישט ביים זיין א גר ערגעץ אנדערש.

ווען כ'וועל ארויפקומען און די בי"ד של מעלה וועט מיך פארהאלטן "היתכן דו האסט נישט געהאלטן אז שכל מאנט אויכעט אידישקייט" וועלעך זיך ווענדן צום באשעפער אליין און עם זאגן בפה מלא "כ'האב פראבירט מיין בעסט מיט שכל, כ'האב עס נישט געטראפן דארטן. כ'האב פראבירט מיט מיין הארץ און פראבירט צו טוהן וואס פיהלט ריכטיג און גוט"

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:19 pm

· #541672
אלפא #
איך בין באמת טיף שאקירט אין אפי' בארירט פון די העיט און איגנאראנץ וואס עס קומט פאר און אונזער געמיינדע, סיי דארט אויפן ליין ווי געוויסע רופן אריין מאכן קולות אויף אים, איינער דערוואגט זיך צו פארשלאגן אז ער גייט גאר ווערן א שונא ישראל (וואס בדרך אגב - נאך אזא telling off איז נישט אומדערהערט..), איינער האלט זיך וועלטס חכם אז עס זענען זיכער דא קלוגע אידן וועלכע וואלטן אים געקענט 'אויפקלערן' אז נעאפלאטאניזם וכדו' קומט באמת יא פון אידישקייט א.ד.ג. און אז מ'קען נישט לערנען ש"ס און נישט ווערן קלוגער.. צוזאמען מיטן טעראפיסט וועלכע פלאנט א קירוב סעסיע לייוו אויפן ליניע, און אז עס איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט איז דאך זיין בארא-פארקע קליניק אייביג אפען.. ה' ישמרנו..
אויך אויף אייוועלט איז די ראסיזם און שנאה נעקסט לעוועל... מ'מעג טון מיט אים כל דבר אסור, מ'שטיינס געזאגט - ער איז דאך אן אפיקורס... און נאך ענליכע רעטאריק..

איך בין בכלל נישטא אים צו מצדיק זיין (נישט אויף זיין ווערן א גר - און נישט אויף זיין אוועקגיין) און ווי עס שיינט איז ער באמת נישט אינגאנצן סטאביל. אבער זיין סבלנות און טאלעראנץ, ובפרט זיין סענסיטיוויטי וואו ער וויל נישט אריינגיין און טעאלאגישע נושאים - הגם ער קען ווען צומאלן ס'רוב צוהערער און עס וואלט אים לכאו' געגבן א שטיקל אויבערהאנט אין די סקרוטעני דארט, דאס איז לדעתי יא עפעס וואס מ'מעג זיך לערנען פון אים..
אלפא: איכ'ל מיך נאר שטעלן אויף דיין לעצטן פאראגראף וואו דו זאגסט אז ער וואלט געקענט צומאלן א יעדן איינעם.

איך ווייס נישט דעם (אינטעליגענץ) קאליבער פון די אלע מתווכחים. נאר איין זאך איז זיכער. ער האט קיין ש"ס נישט געענדיגט (ער האט אפשר געמאכט א "סיום". נאר נישט אדורכגעלערנט ש"ס). ווען ער לערנט ווען אדורך ש"ס וואלט ער געווען א דזשיניוס. וואס ער שיינט נישט צו זיין. דאמאלס וואלט ער געהאט אזא סיפוק אז ס'איז אוממעגליך אז ער זאל אפלאזן אידישקייט.

איך וואלט איהם געשטעלט 10 שאלות. בעטשא. אז ער וועט נישט קענען ענטפערן אפילו איינס אדער צוויי ריכטיג.

די מסקנא איז אז מ'דארף איהם אפלאזן און פארגעסן פון איהם. ס'איז מעגליך אז ער ווערט נאכאמאל צוריקטאנצן. זייענדיג אן אומסטאבילער מענטש.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:30 pm

· #541674
פאר די וואס זאגן אז ער איז אומסטאביל, העפפענס טו בי אז ער איז מער סטאביל פון יעדער איינציגסטער רעדנער אויפ'ן זאב ברעננער שאו, ממש יעדער איינער מיט זיין פעקל צופראסקעטקייט. מענטשן וואס זייער אידישע שטאלץ האט געכאפט א פעסטן שנעלקע און אנשטאט גיין וויינען צו מאמי אז בלויד איז א דאדא ווייל ער האט מיך נישט ליעב און ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז שטערקער פון טאטי קומט מען ארויף עס זאגן אויף א פאדקעסט פארשלייערט אין שיינקלינגעדיגע קריטיק און פון פינגער ארויסגעזויגענע פסיכאלאגישע אנאליזן, יעדער "סטאבילער" בר דעת הערט גלייך די "דו ביזט א דאדא" ווייטאג דערינטער, ווי שעמט מען זיך נישט? וועלוול שמעלצער מיין איך האט נאך גערעדט די מערסטע צום זאך, אויסער די לעצטע קאממענט אז ער איז אייביג וועלקאם צוריק וואס האט זיך ממש געהערט ווי "פליעז קום צו מיין בירטדעי פארטי ווייל איך וויל נאכאמאל זיין דיין פרענד". די זעלבע זאך ווען ברעננער "דערמאנט איהם" צום ענדע אז הלכה'דיג איז ער נאכאלץ א איד בלא בלא בלא, קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואס דאס האט געדארפט צו מיינען? כ'בין איהם דן לכף זכות אז זיין מאמע לעבט שוין נישט און זיין ווייב איז אינעם אנדערן האלב חודש און ער האט נעבעך נישט ווער ס'זאל איהם געבן א hug און comfort גייט ער אויסגעבן זיין ווייטאג אויף בלויד'ן.

לייבל שטילער » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:48 pm

· #541676
It appears that he reembraced christianity fully, which is interesting for me because most people who have issues with theology for academic reasons - as he said he did - tend to lean to a more critical view on religion as a whole. in my personal intellectual struggle with jewish religious dogma it never came to my mind that a different religion is the answer but rather that they all suffer from these problems. just saying

apologies for the english I am missing a hebrew keyboard now.

יואלמ » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:58 pm

· #541677
איך קוק ארויף איינער וואס קען טוישן זיין גלויבן נאך אפאר יאר, עס ווייזט אז ער זוכט די אמת און אז ער האט די flexibility און אפענקייט צי טוישן זיין belief אפילו ס'איז שווער. ס'מוז נישט מיינען אז ער איז unstable אין אלע אנדערע שטחים פינעם לעבן.

אלפא » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 3:21 am

· #541688
ברוך שפינוזה #
פאר די וואס זאגן אז ער איז אומסטאביל, העפפענס טו בי אז ער איז מער סטאביל פון יעדער איינציגסטער רעדנער אויפ'ן זאב ברעננער שאו, ממש יעדער איינער מיט זיין פעקל צופראסקעטקייט. מענטשן וואס זייער אידישע שטאלץ האט געכאפט א פעסטן שנעלקע און אנשטאט גיין וויינען צו מאמי אז בלויד איז א דאדא ווייל ער האט מיך נישט ליעב און ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז שטערקער פון טאטי קומט מען ארויף עס זאגן אויף א פאדקעסט פארשלייערט אין שיינקלינגעדיגע קריטיק און פון פינגער ארויסגעזויגענע פסיכאלאגישע אנאליזן, יעדער "סטאבילער" בר דעת הערט גלייך די "דו ביזט א דאדא" ווייטאג דערינטער, ווי שעמט מען זיך נישט? וועלוול שמעלצער מיין איך האט נאך גערעדט די מערסטע צום זאך, אויסער די לעצטע קאממענט אז ער איז אייביג וועלקאם צוריק וואס האט זיך ממש געהערט ווי "פליעז קום צו מיין בירטדעי פארטי ווייל איך וויל נאכאמאל זיין דיין פרענד". די זעלבע זאך ווען ברעננער "דערמאנט איהם" צום ענדע אז הלכה'דיג איז ער נאכאלץ א איד בלא בלא בלא, קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואס דאס האט געדארפט צו מיינען? כ'בין איהם דן לכף זכות אז זיין מאמע לעבט שוין נישט און זיין ווייב איז אינעם אנדערן האלב חודש און ער האט נעבעך נישט ווער ס'זאל איהם געבן א hug און comfort גייט ער אויסגעבן זיין ווייטאג אויף בלויד'ן.
ער איז בהחלט מער סטאביל ווי רוב אריינרופער. אבער לאו דוקא מער ווי רוב אידן בכלליות, איך און דיך האבן דאך נישט אריינגערופן פאר א סיבה...

אפי' אויב דו קוקסט אים יעצט ארויף פארן אפלאזן אידישקייט און דו האלסט אז ער האט עס געטון מרוב סטאביליטעט, וואלט איך געוואלט הערן דיין אפשאצונג אויף אים 6 יאר צוריק ווען ער האט אריינגעטרויטן אין אידישקייט... איך גלייב דו וואלסט אים אויך געהאלטן פאר אן אומסטאבילעג מענטש, בס"ה וואס איך זאג איז אז ער איז געבליבן אזוי.
לייבל שטילער #
It appears that he reembraced christianity fully, which is interesting for me because most people who have issues with theology for academic reasons - as he said he did - tend to lean to a more critical view on religion as a whole. in my personal intellectual struggle with jewish religious dogma it never came to my mind that a different religion is the answer but rather that they all suffer from these problems. just saying

apologies for the english I am missing a hebrew keyboard now.
ווי עס שיינט איז ער אלץ געווען און איז נאכאלץ א שטארקע גלויביגער אין מיסטישע זאכן און אין ספיריטואליטי. ער האט זיך נאר איינגערעדט פאר א תקופה (כלשונו) אז אידישקייט איז די טאטע פון די אלע זאכן און פון קבלה וכדו'. יעצט האט ער אויסגעטראפן (מיט אקאדעמישע פארשונגען) אז אידישקייט האט עס ענדערש אדאפטירט פון קריסטיאניטי און פון נעאפלאטיניזם וכו'..

סקעפטיקער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:58 pm

· #541726
לייבל שטילער #
It appears that he reembraced christianity fully, which is interesting for me because most people who have issues with theology for academic reasons - as he said he did - tend to lean to a more critical view on religion as a whole. in my personal intellectual struggle with jewish religious dogma it never came to my mind that a different religion is the answer but rather that they all suffer from these problems. just saying

apologies for the english I am missing a hebrew keyboard now.
ער איז געווארן א Gnostic וואס איז היפש אנדערש ווי טיפיקעל קריסטנום

צוויי » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 3:27 pm

· #541738
אוי רבונו של עולם...

אלע צוזאמען » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:15 pm

· #541972
די אמי האט די וואך אן אפהאנדלונג וועגן די גר.
בלאט: 1 2