☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #16742

אשכול אן א טיטל #16742

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16742

— » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:00 pm

· #541107

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:36 pm

· #541116
אנאנים: עיקר שכחת(י): זי האט זיך אויך ארויסגעשטעלט און געשטיצט די "נעבעכדיגע" פאלעסטינער רוצחים און מערדערס פון די כאמאס, ימ"ש.

דאס ווייזט וואו דער "קאפ" פון די אזוי-גערופענע פרעסטיזשפולע צייט שריפט "טיים" ליגט.

ס'האט זיך אפגעטון וועלט אויפשאקלענדע געשעהענישן אין יאר 2023, ווי רוסלאנד'ס נאכאנאנדיגע אינוואזיע פון אוקראינע און דער (אונטערגעשטעלטער) טויט פון זיין (פוטינ'ס) געוועזענעם גוטן פריינד, און אין די יו.עס. האט זיך געשאקלט וועלטן מיט דאנאלד טראמפ, דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט וואס די ליבעראלן האבן זיך גענומען צו איהם און זיי ווילן איהם מיט אלע כוחות אריינטראסקען אין תפיסה. און זיי (טיים) האבן נישט געטראפן א מער אינטרעסאנטן "מענטש" ווי די ראצער'דיגע שיקסע וועלכע זינגט איהרע קאנצערטן האלב נאקעט.

אין יאר 1938 האבן זיי אויך נישט געטראפן א מער פאסיגן קאנדידאט פארן "מאן פונ'ם יאר" ווי דער צורר כל היהודים אדאלף היטלער, ימח שמו וזכרו...!

עמק הבכא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:44 pm

· #541117
זי איז נישט די ערשטע מוזיקאנט צו ווערן א ביליאנער, דזשעי-זי און ריהאנא זענען ביליאנערן, קען זיין ס'איז דא נאך.

חובב ציון » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:41 pm

· #541131
איז נישט מר. פעפא פין עזה פערזאן פין די יאר?

טמיר » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:53 am

· #541134
לויט ווי איך פארשטיי איז איר זינגען נישט אזוי אויסנאם בעסער ווי אנדערע זינגערינס אז זי זאל דיזערווען אזא פעים. ס'איז אויך א קאמבינאציע פון שיינקייט, זיין גרייט עס צו ווייזן... און אסאך מזל. די שאלה איז וויפיל שפילן די שאר ירקות א ראלע און וויפיל די עצם פערפארמענס מעגליכקייטן? איז איר גאנצע פעים אן אויפגעבלאזענע באלאן אדער איז טאקע יש דברים בגויטע?

די עזרת נשים וואס פארשטייען צו נגינה זאלן ביטע אריינקומען קלאר.

פינקע בלומען » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:01 am

· #541140
אירע מוזיק איז זייער relatable
מען פיעלט זייער היימיש מיט די lyrics
פלאס די celebrity syndrome

מונטסורי » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 10:34 am

· #541151
און פארגעס נישט אז אלע אירע סחורה האט זי פשוט גע׳גנב׳עט אן קיין שום בושה פון אונזער אייגענער @בענדזשאמין פרענקלין, ס׳א פאלשע וועלט!

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=246551#p246551

ערנסטגערעדט » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:51 am

· #541156
טמיר #
לויט ווי איך פארשטיי איז איר זינגען נישט אזוי אויסנאם בעסער ווי אנדערע זינגערינס אז זי זאל דיסערווען אזא פעים. ס'איז אויך א קאמבינאציע פון שיינקייט, זיין גרייט עס צי ווייזן... און אסאך מזל. די שאלה איז ווי פיל שפילן די שאר ירקות א ראלע און וויפיל די עצם פערפארמענס מעגליכקייטן? איז איר גאנצע פעים אן אויפגעבלאזענע באלאן אדער איז טאקע יש דברים בגויטע?

די עזרת נשים וואס פארשטייען צי נגינה זאלן ביטע אריינקומען קלאר
זיכער אז יש דברים בגויטע
און כרעד נישט נאר פון אירע טאלאנטן אלץ זינגער
די וועג וויאזוי זי באגייט זיך סיי מיטן ארויסגעבן אלבומס, סיי מיט אירע געשלעגן מיט אנדערע
זי האט עפעס א וועג צו ווארפן א ספּעל אויף אירע חסידים
נישט ווייניג האבן אויסגעדרוקט אז איר פען בעיס איז נאנט צו א קולט
און דאס דארף מען קענען…

טמיר » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:28 pm

· #541158
ערנסטגערעדט #

כ'האב דוקא יא געפרעגט בנוגע זינגען טאלאנט.

פארוואס בין איך אזוי נייגעריג? ווייל איך וויל זאגן מיט מיר שמחה והבדילנו מן התועים...

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:17 pm

· #541254
פינקע בלומען #
אירע מוזיק איז זייער relatable
מען פיעלט זייער היימיש מיט די lyrics
פלאס די celebrity syndrome
איך קען נישט פונקטליך איהר זשאנער. נאר קאנטרי מיוזיק האט אויך זייער א סאך ליריקס וועלכע זענען "רילעיטעבל".

צקון לחש » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:16 pm

· #541267
זי איז געווען אין די נייעס לעצטנס אז זי האט א געוואלדיגע השפעה אויף יונגע דעמאקראטישע וויילער, און קען מעגליך שפילן א וויכטיגע ראלע אין די רעיס פון 24, אפשר האט דאס (אויך) מיט דעם צו טוהן

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 10:06 pm

· #541273
צקון לחש #
זי איז געווען אין די נייעס לעצטנס אז זי האט א געוואלדיגע השפעה אויף יונגע דעמאקראטישע וויילער, און קען מעגליך שפילן א וויכטיגע ראלע אין די רעיס פון 24, אפשר האט דאס (אויך) מיט דעם צו טוהן
היינטיגע משוגע'נע וועלט. וואו א ספארטלער אדער אן אנדער סעלעבריטי וועלכע/ר קען זיין א פוסטער שטרויזאק קען אפילו ווערן פרעזידענט.

ערנסטגערעדט » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:46 pm

· #541275
טמיר #
ערנסטגערעדט #
טמיר #
לויט ווי איך פארשטיי איז איר זינגען נישט אזוי אויסנאם בעסער ווי אנדערע זינגערינס אז זי זאל דיסערווען אזא פעים. ס'איז אויך א קאמבינאציע פון שיינקייט, זיין גרייט עס צי ווייזן... און אסאך מזל. די שאלה איז ווי פיל שפילן די שאר ירקות א ראלע און וויפיל די עצם פערפארמענס מעגליכקייטן? איז איר גאנצע פעים אן אויפגעבלאזענע באלאן אדער איז טאקע יש דברים בגויטע?

די עזרת נשים וואס פארשטייען צי נגינה זאלן ביטע אריינקומען קלאר
זיכער אז יש דברים בגויטע
און כרעד נישט נאר פון אירע טאלאנטן אלץ זינגער
די וועג וויאזוי זי באגייט זיך סיי מיטן ארויסגעבן אלבומס, סיי מיט אירע געשלעגן מיט אנדערע
זי האט עפעס א וועג צו ווארפן א ספּעל אויף אירע חסידים
נישט ווייניג האבן אויסגעדרוקט אז איר פען בעיס איז נאנט צו א קולט
און דאס דארף מען קענען…
כ'האב דוקא יא געפרעגט בנוגע זינגען טאלאנט.

פארוואס בין איך אזוי נייגעריג? ווייל איך וויל זאגן מיט מיר שמחה והבדילנו מן התועים...
לאל, דאס קענסטו רואיג זינגען
אבער עס איז זיכער אז זינגען אליינס העלפט נישט קיינעם מאכן פרנסה, מדארף טויגן צו מארקעטינג, צו שאומענשיפ, צו כאפן דעם עולם
זי האט א הערליכע שטימע, אבער מהאט דא דערמאנט ריהאנה, זי האט מסתם די לויטערסטע שטימע, אבער איר מארקעטינג און פערפארמענס קומט נישט צו צו רעביצין סוויפט
איך רעד דא אלץ מה שנוגע 7-8 יאר צוריק ווייל דעמאלסט האב איך געטון אין די ענינים, און כגלייב נישט אז עפעס האט זיך שטארק געטוישט פון דאן
סאיז אינטרעסאנט אנצומערקן אז ווען איך בין אמאל אין א מא”ל אין א גויאישע געשעפט, הער איך כסדר שפילן מוזיק פון בערך די 2010 יארן, דאס הייסט אז משפילט נישט די ניגונים פון 2023 ווייל זיי קומען נישט צו צו די פּאַפּ ניגונים פון דאן... וצע"ג

בעל אחריות » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:27 am

· #541276
איך קען מיך נישט איינהאלטן... איז זי א שווארצע?

טראפעלע » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:35 am

· #541277
בעל אחריות #
איך קען מיך נישט איינהאלטן... איז זי א שווארצע?
ניין

ערנסטגערעדט » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:40 am

· #541278
.
פארמעקט א יו-טוב לינק מטוט נישט רעדן אזעלכע מיאוסע נידריגע זאכן חנוכה
די יוונים זענען שולדיג אין אלעס

פינקע בלומען » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 2:46 am

· #541551
berlbalaguleh #
פינקע בלומען #
אירע מוזיק איז זייער relatable
מען פיעלט זייער היימיש מיט די lyrics
פלאס די celebrity syndrome
איך קען נישט פונקטליך איהר זשאנער. נאר קאנטרי מיוזיק האט אויך זייער א סאך ליריקס וועלכע זענען "רילעיטעבל".
יעדער האט זיך זיין טעיסט....

שאלתיאל » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 7:22 am

· #541555
פארוואס איז זי אזוי היסטעריש פאפולער? איך כאפ נישט וואס איז אירע טאלאנט אדער חידוש. איר מוזיק סאונדט זייער עוורידזש אפי' בארינג אביסל

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:45 pm

· #541680

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:35 am

· #541685
בעל אחריות #
איך קען מיך נישט איינהאלטן... איז זי א שווארצע?
דא האסטע די מדוברת.
📎 Screenshot_20231218_013425.jpg

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:16 pm

· #541718
[ציטאט אראפגענומען]
שוין געזען שענערס

טמיר » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 5:45 pm

· #541756
נעם אראפ איר ליפסטיק
טו איר אהן א שפיצל
אפס. מיין ווייב איז שענער

נעווער מיינד. לאמיר נישט מאכן קיין פאליש דא

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:45 pm

· #541763
טמיר #
נעם אראפ איר ליפסטיק
טו איר אהן א שפיצל
אפס. מיין ווייב איז שענער

נעווער מיינד. לאמיר נישט מאכן קיין פאליש דא
טו אן דיין ווייב ליפסטיק
טו איר אויס איר שפיצל
אופס, דיין ווייב איז נאך שענער!

טראלל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:22 pm

· #541773

טמיר » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:59 pm

· #541910
ווען סאטמאר זאל ווען ברענגען טעילער'ן צי כ"א כסלו אנשטאט יששכר גוטמאן

טראלל » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:44 pm

· #541927
זייער שיין, טאקע א שאד אז סאטמאר נעמט איר נישט, זי פערפארמט אסאך בעסער ווי גוטמאן.

המאיר לארץ » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:45 pm

· #542035
ערנסטגערעדט #
.
פארמעקט א יו-טוב לינק מטוט נישט רעדן אזעלכע מיאוסע נידריגע זאכן חנוכה
די יוונים זענען שולדיג אין אלעס
חנוכה

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:11 pm

· #559629
האט איינער געקויפט די טעילאר סוויפט הגדה און קען אריינקומען מיט א ריוויו?