☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א

הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16741

היכי דמי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:23 am

· #541020
הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
זעלטן וואס איך זאל ליינען איבער א היינטיגע בעל מופת וואס לעבט נאך, אבער די וואך בין איך געווען צוגענאגעלט צום ארטיקל אין די שריפט (פון די וואך אויסגאבע) ווי זיי האבן באשריבן הרב קרויס שליט״א.

איך האב ביז איצט נישט געהערט פון אים אום עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט. וואס זאגט די עולם צו אים?

עמרם » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:05 pm

· #541120
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
היכי דמי #
זעלטן וואס איך זאל ליינען איבער א היינטיגע בעל מופת וואס לעבט נאך, אבער די וואך בין איך געווען צוגענאגעלט צום ארטיקל אין די שריפט (פון די וואך אויסגאבע) ווי זיי האבן באשריבן הרב קרויס שליט״א.

איך האב ביז איצט נישט געהערט פון אים אום עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט. וואס זאגט די עולם צו אים?
איך האב נישט געליינט די ארטיקל,

אבער איך בין שוין געווען ביי אים, און יא ס'איז דא וואס זעהן גרויסע זאכן, אבער פארשטייט זיך נישט יעדער,

מ'זאגט נאך , אז מ'האט געברענגט פאר די הייליגע שיניווער רב (בנו בכורו פון די צאנזער רב) ז''ל א ספר פון הונדערט מופתים פון זיין טאטע די הייליגע ד''ח, האט די שיניווער זיך אנגערופן: איך האב צוויי הונדערט מופתים וואס זענען נישט מקוים געווארן...

לענינינו , כהיום מיין איך אז האב קרויס רעדט נישט, און במילא איז שווער צי זאגען אז וואס ער זאגט ווערט יא אדער נישט מקוים

גארטל » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:58 pm

· #554854
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
ער רעדט שוין נישט. איך בין יעצט געווען ביי עם. ער מאכט פארשידענע סימנים מיט די האנט. טייל מאל ווייזט ער א ווארט אין א סידור וכו' און די גבאי וואס שטייט דארט פארשטייט שוין וואס די רב מיינט און פארטיישט עס.

אסטראלאג » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:26 am

· #554856
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
היכי דמי #
זעלטן וואס איך זאל ליינען איבער א היינטיגע בעל מופת וואס לעבט נאך, אבער די וואך בין איך געווען צוגענאגעלט צום ארטיקל אין די שריפט (פון די וואך אויסגאבע) ווי זיי האבן באשריבן הרב קרויס שליט״א.

איך האב ביז איצט נישט געהערט פון אים אום עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט. וואס זאגט די עולם צו אים?
איז דא ערגעץ וואו איך קען טרעפן דעם ארטיקל ביטע?

גארטל » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:33 am

· #555014
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
איך גלייב נישט אז עס איז דא אנליין. די בעסטע איז אויב די פארבינדסט זיך מיט די וואך/שריפט אפיס און זיי וועלן דיר עס שיקן. אפשר בעטן אפאר דאלער.

עס איז די שריפט פון שבת חנוכה תשפ"ד.