☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » Day 6 Productions

Day 6 Productions

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16740

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:57 pm

· #540934
Day 6 Productions
בעזרת השם

אין די לעצטע יארן איז ערשינען א פרישע פראדאקשען וואס געבט ארויס אידישע מאוויס

זיי האבן שוין ארויס געגעבן דריי פילמס, וואס איז שטארק פארשפרייט געווארן צווישען די אידיש רעדענדע אידן, איינס בעסער פון די צווייטע, און גייען יעצט ארויסקומען מיט א פערדע וואס דארף צי זיין בעסער ווי אלע ביז אהער
אזוי אויך געבען זיי עס ארויס אין ענגליש

עס איז געשפילט דורך היימישע אינגעלייט, א שטיקל דארעכברוך אין אונזער געזעלשאפט

די לעצטע און אזוי אויך די נייע זענען די מעשיות געשריבן געווארן דורך יאיר וויינשטאק

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:08 pm

· #540937
Re: Day 6 Productions
פאלגענד זענען די דעקלעך 📎 IMG_20231210_160155_554.jpg

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:08 pm

· #540938
Re: Day 6 Productions
📎 IMG_20231210_160216_991.jpg

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:08 pm

· #540939
Re: Day 6 Productions
📎 download (2).jpeg

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:11 pm

· #540941
Re: Day 6 Productions
די נייע 📎 IMG_20231206_111515_193.jpg📎 IMG_20231206_111520_461.jpg

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:46 pm

· #540949
Re: Day 6 Productions
איך ווייס נישט וואס לויפט שנעלער די אוסרים, אדער די פרודעצירער. נאך וואס די ברענגסט דא ארויס און ווי אויך איינע פון די פראדאקשענס איז נאך א יאיר וויינשטאק נאוועל. וואונדער איך זיך ווי זאוי האט מען ארויס געלאזט יאיר וויינשטאק די אלע יארן פון אסורים ווען ער האט געשריבן איין נאוועל נאכן צווייטן, און עס איז געווארן איבער געטיישט פון העברעאיש צו אידיש ? גייט מיר נישט אין קאפ אריין לכאורה סתם א פארזעעניש.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:04 pm

· #540956
Re: Day 6 Productions
[ציטאט אראפגענומען]
Day 6’עס חידוש איז אז עס איז אידיש,פראפעסיאנעל (מיט היימישע השגות) און דער עיקר די מעשיות זענען היינטיגע און מען קען קאנעקטען אסאך בעסער ווי צי א מעשה מיט א הערשער און א ראזדשאן וואס האט געוואלט פארטרייבן די אידן

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:28 pm

· #540963
Re: Day 6 Productions
[ציטאט אראפגענומען]
יא

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:04 pm

· #540971
Re: Day 6 Productions
[ציטאט אראפגענומען]
האליוואד מאוויס שטייט מיט עטליכע שטאפלען העכער ווי ברוך פערלאוויטש...

צקון לחש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:00 am

· #541012
Re: Day 6 Productions
לייביששרייבער #
איך ווייס נישט וואס לויפט שנעלער די אוסרים, אדער די פרודעצירער. נאך וואס די ברענגסט דא ארויס און ווי אויך איינע פון די פראדאקשענס איז נאך א יאיר וויינשטאק נאוועל. וואונדער איך זיך ווי זאוי האט מען ארויס געלאזט יאיר וויינשטאק די אלע יארן פון אסורים ווען ער האט געשריבן איין נאוועל נאכן צווייטן, און עס איז געווארן איבער געטיישט פון העברעאיש צו אידיש ? גייט מיר נישט אין קאפ אריין לכאורה סתם א פארזעעניש.
יאיר איז כסדר פארנומען צו האקן אויף די ציונים, אפשר טאקע וועגן דעם רופט אים דעי 6 "הרב" יאיר וויינשטאק, טראץ זיין געוואלדיגע בקיאות אין די אלגעמיינע עולם הליטריטורה

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:41 pm

· #541269
Re: Day 6 Productions
לייביששרייבער #
איך ווייס נישט וואס לויפט שנעלער די אוסרים, אדער די פרודעצירער. נאך וואס די ברענגסט דא ארויס און ווי אויך איינע פון די פראדאקשענס איז נאך א יאיר וויינשטאק נאוועל. וואונדער איך זיך ווי זאוי האט מען ארויס געלאזט יאיר וויינשטאק די אלע יארן פון אסורים ווען ער האט געשריבן איין נאוועל נאכן צווייטן, און עס איז געווארן איבער געטיישט פון העברעאיש צו אידיש ? גייט מיר נישט אין קאפ אריין לכאורה סתם א פארזעעניש.
לייביששרייבער: דו האסט א שטארקע נקודה. נאר איינס פון די טעמים פארוואס די נאוועלס און אנדערע באשרייבונגען פון יאיר וויינשטאק האבן זיך "אדורכגעגליטשט" אן די איסורים און קאפ פארדרייענישן פון די היינטיגע טעג איז ווייל די אלע וועלכע טרייבן די אזוי גערופענע אכשר דרא'דיגע משוגעת וועלכע איז שולט אין די אידישע גאס זענען נאך געווען קליינע יונגעלעך. (און וואס זענען זיי היינט?).

יא. ס'זענען געוען אמאל אויך עטליכע געציילטע משוגעים. נאר זיי זענען געווען א מיעוטא דמיעוטא. ווי למשל די" שפיגל ברעכערס". מיט הרב הצדיק ר' ישראל בריעף בראשם. אויך אין לאנדאן איז געווען דער בעל דמיון און פאנטאזירער ר' יעקב שרייבער. אבער זיי זענען נישט געווען די "מעינסטריעם". און זיי האבן נישט אנגעווארפן די טעראר פון זייערע משוגעת'ן אויף דעם דעת הקהל. און בכלל די מענטשן וועלכע זענען אליינס געווען האלאקאוסט סוירווייווערס האבן געהאט אנדערע דאגות אין קאפ ווי די היינטיגע איבערגעטריבענע משוגעת'ן.

מיין מאמע, ע"ה האט זייער שטארק ליעב געהאט צו ליינען די מעשיות פון יאיר וויינשטאק.

הערשער » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:44 am

· #541317
Re: Day 6 Productions
[ציטאט אראפגענומען]
יאפ, אסאף בעסער ווי פערלאוויטש, איך האלט אז ביי סקאנדאל זענען זיי אים שוין איבערגעשטיגן.