☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איז א דזשיראף כשר?

איז א דזשיראף כשר?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16739

מרדכי מרדכי » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:51 pm

· #540924
איז א דזשיראף כשר?
היות איך האב באמערקט לעצטנס אז איך האלט שוין כמעט ביי 500 תגובות האב איך געטראכט צי שרייבן אן ארטיקל וואס איך האלט שוין ביי מיר א לענגערע צייט.

עס איז מיר אויסגעקומען צו ליינען די לאנדאנע שבת בשבתו זומער אויסגאבע פון יארע תשפ"ב איז מיר געווען זייער אויפפאלענד ווען איך האב געליינט די פאלגענדע מעשה (זעה בילד) אז די בית אברהם פון סלאנים (אדער סלונים?) האט באזוכט אין די בערלינע טור גארטן און זיך אויסגעדריקט אז א דזשיראפע איז נישט קיין כשר'ע בעל חי ווייל איר לאנגע האלדז ווייזט אויף גאווה.
די אמת איז אז א דזשיראפ איז יא א כשר'ע בעל חי און מען ווייסט אפילו די מקום השחיטה (ביים האלז)
און פון וואנעט ווייס איך עס? קוק אריין אין שולחן ערוך יורה דעה סימן כ' דארט שטייט אז די מקום השחיטה איז ביים האלז און א דזשיראף האט א גרויסע האלז קען מען נישט פארפאסען ווי עס איז.
זוכנדיג אויפן געוועב מער איבער די נושא, ברענגט איינער נאך די זעלבע מעשה פון פריער, פון יאיר וויינשטאק די מעשה פון די בית אברהם.
א צווייטער זאגט אז עס איז יא כשר נאר מען האט עס געאסרט.
עפּעס א רב (הרב משה כ"ץ) ווייסט גראדע יא אז מען מעג עס שחטן און עסן אבער היות מיר האבן נישט קיין מסורה דעמאלטס טאר מען נישט (אזוי ווי היישרעק).
איינער זאגט נאך פון הרב עובדיה יוסף אז מען עסט עס נישט ווייל די מדינה לאזט עס נישט הרגענען.
די זאָא אין ירושלים האט אמאל געשחטן א דזשיראף און געאָקשענט(auction) די פלייש.
די OU האט אמאל געוואלט שחטן א דזשיראף אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב טעכנישע סיבות, די פרייז איז זייער טייער און עס איז א ריסק אז עס וועט נישט זיין כשר, זיי האבן געקענט באשטיין צו נעמען די ריזיקע מיט א דזשיראף אינגער פון א יאר אבער זיי האבן נישט געקענט טרעפן.

היוצא לנו מכל זה איז:
1. די סיבה וואס אונז עסן נישט קיין דזשיראף פלייש איז ווייל עס איז נישט פראקטיש און טייער
2. ביי די גויים איז אויך נישטא קיין מארקעט דערפאר.


לייק, סובסקרייב און קאממענט.

מרדכי מרדכי » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:53 pm

· #540926
Re: איז א דזשיראפ כשר?
שבת בשבתו.
📎 Screenshot_20231210_134922_Drive.jpg 📎 Screenshot_20231210_135057_Drive.jpg

סקעפטיקער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:32 pm

· #540947
Re: איז א דזשיראפ כשר?
[ציטאט אראפגענומען]
מ'דארף נישט צוקומען צו קיין ראשונים, אויב עס איז מעלה גרה ומפריס פרסה איז עס כשר

תשפג » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:49 pm

· #540951
Re: איז א דזשיראפ כשר?
כ׳געדענק האבן געהערט אז אפילו א דזיראף האט ביידע סימני כשרות אבער ס׳האט נישט די מסורה, כנ״ל.
אפילו אין די אלגעמיינע מארקעט גייט עס נישט אזוי, ווייל ס׳איז זייער טייער אין ס׳נישטא קיין סאך פון דעם.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:11 pm

· #540959
Re: איז א דזשיראפ כשר?
סקעפטיקער #
[ציטאט אראפגענומען]
מ'דארף נישט צוקומען צו קיין ראשונים, אויב עס איז מעלה גרה ומפריס פרסה איז עס כשר
נאר מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט די "מסורה". און רעגירונגס רעגולאציעס וועלכע פארבאטן צו הרג'נען דזשיראפ'ן.

זויער טייג » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:41 pm

· #540967
Re: איז א דזשיראפ כשר?
תשפג #
כ׳געדענק האבן געהערט אז אפילו א דזיראף האט ביידע סימני כשרות אבער ס׳האט נישט די מסורה, כנ״ל.
אפילו אין די אלגעמיינע מארקעט גייט עס נישט אזוי, ווייל ס׳איז זייער טייער אין ס׳נישטא קיין סאך פון דעם.

אויך האב איך געהערט אז די פלייש איז גאר שלעכט אין טעם.

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:57 pm

· #540970
Re: איז א דזשיראפ כשר?
בעצם נער א עוף דארף א מסורה, נישט קיין בהמה און עס איז דא דערוועגן אין אגרות משה בענין באפעלוי, אבער געוויסע האבן יא געהאלטן אז עס דארף זיין א מסורה, מעגליך די חזון איש.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:20 pm

· #540973
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.

נחום הסופר » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:58 pm

· #540979
Re: איז א דזשיראפ כשר?
חיים הערש #
בעצם נער א עוף דארף א מסורה, נישט קיין בהמה און עס איז דא דערוועגן אין אגרות משה בענין באפעלוי, אבער געוויסע האבן יא געהאלטן אז עס דארף זיין א מסורה, מעגליך די חזון איש.
יא דער חזו"א האט געהאלטן אז בהמות דארפן אויך א מסורה, אבער דאס איז נישט עפ"י פשטות השו"ע.

מרדכי מרדכי » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 7:32 pm

· #540981
Re: איז א דזשיראפ כשר?
berlbalaguleh #
ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
אין איינער פון די מאגאזינען (איך מיין צייטשריפט) האט באשריבען אמאל א פארם אין גאושען נ"י וואס האדעוועט הערשן צו שחטן אבער ער האט נישט געקענט באקומען א היימישע השגחה נאר א OU.

תשפג » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:53 pm

· #541001
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה

באר מים » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:03 pm

· #541002
Re: איז א דזשיראפ כשר?
היישעריקן דארף נישט קיין מסורה, די סיבה פארוואס מען עסט עס נישט איז ווי רש"י זאגט אין פרשת שמיני אז אינזשעניר זענען נישט בקי
בהמות און חיות נעמט מען אן אז עס דארף אויך נישט קיין מסורה
די איינציגסטע זאך וואס דארף א מסורה איז עופות
די איינציגסע סיבה נישט צו עסן א זשיראף אי פראקטישקייט

whatever » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:10 am

· #541013
Re: איז א דזשיראפ כשר?
berlbalaguleh #
ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
בהמות זענען געמאכט צו עסן, די פלייש איש באטעמט, אבער חיות האבן זייער געמיינע פלייש, איך האב געהערט פון א שוחט וואס האט שוין גע'שחט'ן א הערש, און עס אויך פארזוכט, עס איז זייער נישט גוט געווען, נישט בחנם איז נישטא קיין מארקעט פאר דעם, לכאורה הוא הדין די דזיראף, נאכדערצו אז עס אן עקסאטיק באשפעניש, וואס איז מורא'דיג טייער צו האלטן, לוינט זיך אודאי נישט צו שחט'ן

חיים הערש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:12 am

· #541014
Re: איז א דזשיראפ כשר?
תשפג #
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
די תימנער עסן היישעריקן עד היום.

קא משמע לן » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:29 am

· #541017
Re: איז א דזשיראף כשר?
איך האב געהערט פון דער ליאזשנער רבי שליט''א אז ער האט געוואלט מאכן א מעמד שחיטת דזיראף. ער האט למעשה אראפגעבעקט דערפון צוליב די הויכע פרייז און אויכעט צוליב די טומעל וואס עס וואלט פארורזאכט ביי חיות אקטיוויסטען.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:09 am

· #541019
Re: איז א דזשיראף כשר?
קא משמע לן: אז דער ליאזשנער רבי האט געוואלט שחט'ן א זשיראף איז נישט קיין חידוש.(ער וועט טון א יעדע מאדנע, און אפילו פאררוקטע זאך פאר פאבליסיטי).

נאר אז ער האט אראפגעבעקט. דאס איז שוין יא א חידוש...!

מרדכי מרדכי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:27 am

· #541029
Re: איז א דזשיראפ כשר?
תשפג #
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
עס האט גארנישט מיט סימנים איינגעלייגט קוק עס נאך וועסטו זעהן אז די איינציגסטע סיבה וואס מיר עסן עס נישט איז מסורה.

אלע צוזאמען » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:40 am

· #541037
Re: איז א דזשיראפ כשר?
whatever #
berlbalaguleh #
ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
בהמות זענען געמאכט צו עסן, די פלייש איש באטעמט, אבער חיות האבן זייער געמיינע פלייש, איך האב געהערט פון א שוחט וואס האט שוין גע'שחט'ן א הערש, און עס אויך פארזוכט, עס איז זייער נישט גוט געווען, נישט בחנם איז נישטא קיין מארקעט פאר דעם, לכאורה הוא הדין די דזיראף, נאכדערצו אז עס אן עקסאטיק באשפעניש, וואס איז מורא'דיג טייער צו האלטן, לוינט זיך אודאי נישט צו שחט'ן
ווי מער א בהמה זיצט, אלס בעסער ע’ט די פלייש זיין נאכן שחיטה, וועגן דעם האט א הערש זייער הארטע פלייש, און דאס איז די סיבה פון נישט שחט’ן א דזשיראף, חוץ אז ס’וועט פאראורזאכן א טומל.

נחום הסופר » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:04 am

· #541039
Re: איז א דזשיראף כשר?
פארואס זאל שעכטן א דזשיראף פאראורזאכן מער טומל ווי שעכטן אן אקס?

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:11 am

· #541043
Re: איז א דזשיראפ כשר?
חיים הערש #
תשפג #
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
די תימנער עסן היישעריקן עד היום.
קום אריין מיט א נאמען ביטע

חיים הערש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:42 am

· #541044
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ברוך שפינוזה #
חיים הערש #
תשפג #
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
די תימנער עסן היישעריקן עד היום.
קום אריין מיט א נאמען ביטע
א נאמען פון א היישעריק?

חיים הערש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:43 am

· #541045
Re: איז א דזשיראף כשר?
עס איז געווען אן אסיפת הרבנים תימנים פאר יאר אין א״י ווי מען האט סערווירט היישעריקן, איך האב געזען בילדער פון דעם.

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:10 pm

· #541055
Re: איז א דזשיראף כשר?
חיים הערש #
עס איז געווען אן אסיפת הרבנים תימנים פאר יאר אין א״י ווי מען האט סערווירט היישעריקן, איך האב געזען בילדער פון דעם.
זיי מאכן אזא צערעמאניע יעדע שטיק צייט שלא תשתכח תורת חגבים מישראל, טאקע ווייל סתם אזוי וואלט עס קיינער נישט געגעסן. די OU מאכט אויך אזא סארט מעמד יעדע שטיק צייט וואו זיי שחט׳ן אלע סארטן בעלי חיים אויף וואס זיי האבן א מסורה כדי ס׳זאל נישט פארגעסן ווערן.

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:52 pm

· #541061
Re: איז א דזשיראף כשר?
די חילוק פון חגבים אין חיות, אז איינס פון די סימני כשרות פון היישעריקן, איז אז עס מוז זיין שמו "חגב" און פאר דעם דארף מען א מסורה, משא"כ חיות.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:25 pm

· #541081
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ברוך שפינוזה #
חיים הערש #
תשפג #
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
די תימנער עסן היישעריקן עד היום.
קום אריין מיט א נאמען ביטע
https://www.rationalistjudaism.com/p/broader-justifications-for-eating

טאמבל סאס » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:09 pm

· #541109
Re: איז א דזשיראף כשר?
נאך פון דער געוואלדיגער אויסגאבע.
בחינם אגב.
📎 IMG-20231120-WA0007.jpg 📎 IMG-20231120-WA0005.jpg 📎 IMG-20231120-WA0003.jpg 📎 IMG-20231120-WA0001.jpg

קא משמע לן » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:10 pm

· #541124
Re: איז א דזשיראף כשר?
נחום הסופר #
פארואס זאל שעכטן א דזשיראף פאראורזאכן מער טומל ווי שעכטן אן אקס?
עס איז א endangered animal