פונדאַמענטאַל #
נאכדעם וואס דער עולם האט שוין געשריבן 15 בלעטער איבער די נושא (א גרויס חלק דורך ניקים וועלכע זענען ניי אדער נישט פון די גאר גרויסע, וועלכע האבן בלויז געזוכט הילף אויף פראבלעמען וואס זיי מוטשענען זיך מיט), בלויז צו עס זעהן פארשווינדען ווערן אין מאחורי, זעה איך נישט פארוואס איינער זאל עפענען א נייע, אדער פארוואס איינער זאל נעמען די מוט צו מגיב זיין דערויף. בקיצור, כנראה איז נישט ווערט צו דורכטון אזעלכע נושאים אויף קאווע שטיבל אויסער אויב איר זענט פון די עליטע אין מאחורי.
איר האט א גרויסע טעות !
מאחורי איז נישט פאר עליטע
(אפשר די טיטל שריפטשטעלער, יא)
יעדע וואס קען נאכקומען די תקנות, קען ווערן אנגענומען,
ס''ה דארף מען האבן 300 תגובות, זיין חתונה געהאט, נישט זיין קיין טראל, און נישט מאכן קיין פראבלעמען, און זיין אקטיוו, וזהו
גארנישט מיט עליטע, און ווער ס'וויל שטארק קען אנקומען
איך רעד פון עקספיריענס