☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16736

אלפא » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 7:38 pm

· #540833
אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
לעיזער קרויס האט נארוואס ארויפגעלייגט 10 היסטארישע שמועסן אויף קול מבשר איבער די נושא פון ישיבות און דעם דרך הלימוד וועלכע הרג'ט אוועק די בחורים.

דא קען מען הערן אלע אין א רייע.

תוכן הענינים

חנוכה פראגראם חלק א' - הקדמה; להשכיחם תורתיך.
חנוכה פראגראם חלק ב' - וואס מיינט לערנען בעיון ריכטיג?
חנוכה פראגראם חלק ג' - פארוואס אין די ישיבות לערנט מען דעם סארט עיון?
חנוכה פראגראם חלק ד' - די וויכטיגקייט פון לערנען בקיאות, און ווי אזוי לערנט מען בקיאות.
חנוכה פראגראם חלק ה' - לערנען אין הילף ספרים ווי ארטסקרול וכדומה, א מעלה אדער א חסרון?
חנוכה פראגראם חלק ו' - די וויכטיגקייט פון לערנען הלכה, ווי אזוי צו לערנען הלכה אין ישיבות.
חנוכה פראגראם חלק ז' - לאמיר לערנען א שטיקל גמרא אינאיינעם - בעיון.
חנוכה פראגראם חלק ח' - א באזוך אין ישיבת היכל התלמוד, בראש פון הגה"צ רבי בנימין אייזענבערג שליט"א.
חנוכה פראגראם חלק ט' - וואס קען מען טון למעשה???
חנוכה פראגראם חלק י' - א געוויין פון א בחור...
(פון דא)

אין קורצן:
נאכן ארויסברענגען די צודרייטקייט (חלק א', ג',) און ווייטאג (חלק י',) פון די מהלך וויאזוי מ'לערנט עיון און וויאזוי מ'לערנט גארנישט אנדערש אין די ישיבות, און אז די סוקסעס רעיט פון די ישיבות זענען אומאקציטירבאר אין סיי וועלכע אינדוסטריע ובפרט ווען אפי' אין פובליק שולעס איז די רעיט בעסער. צולייגט ער וויאזוי אין זיין וויזיע א ישיבה דארף אויסזען (ד', ה', ו',), און איליסטרירט עס מיט א באזוך אין ישיבת היכל התלמוד וואו מ'לערנט על סדר דף היומי פארמיטאג, און נאכמיטאג איז דא א קורצע שיעור עיון אויף אן אייגנארטיגן סטיל.

זיין וויזיע איז אז בקיאות -קענען בלעטער- איז דאס וויכטיגסטע פון אלעם, און אז אויב מ'טוט דאס נישט אין ישיבה זאלן בחורים עס כאטש אליין טון (חלק ט'), ווייל דאס איז אן עכטע קנין וכו' וכו' און דאס איז וואס מאכט שטייגן און שטעלט אוועק דעם טאן פארן לעבן...
עיון איז וויכטיג ווען מ'טוט עס ריכטיג (חלק ב'), אבער עס איז באמת שווער עס צו פארלערנען ריכטיג (חלק ז'), בכל אופן פארלאנגט עס נישט (זיכער נישט אלס נחלת הכלל) אין די לאנגע שטארקע פארמיטאג סדר.
א גרויסע געוויכט לייגט ער אויף די חסרון אין לימוד הלכה, און לייגט אויס זיין וויזיע, ישיבה קטנה האלט ער זאל לערנען די קלענערע סגיות אין יורה דעה ווי הלכות ביצים, תולעים, וכדו'. (ער טענה'ט אז או"ח חוץ וואס די מג"א איז היבש א שווערע לימוד - פארלאנגט עס נאך צוצולייגן מינימום משנ"ב, פרמ"ג, מחצה"ש, וכדו', נאך א פראבלעם אז נאך די הלכה כתובה קומט צו די אומגעשריבענע מנהגים א.א.וו. וועלכע מאכט עס קאמפליצירט פאר מתחילים.), און אין ישיבה גדולה דארף מען לייגען די מינימאלע געוויכט אז די בחורים זאלן נישט ארויסקומען קיין גראבע עין הא'ס, אבער וויבאלד לערנען באריכות די סגיות פארנעמט מער וויפיל מ'קען אריינשטופן, האלט ער אז מ'דארף אינוועסטירן אין א קוריקולעם פאר די וויכטיגע הלכות (שבת, תפילין, ציצית, בשר בחלב..) אויף א יסודות'דיגן פארנעם -מער יסודות'דיג ווי די מיידלעך וועלכע פארגעסן אלעס נאך צוויי יאר, אבער אויך נישט יעדע זאך פון אינערווייניג..

ביי די לעצטע צוויי שמועסן איז ער גאר צוהיצט, נאכן מודיע זיין אז עס גייען קומען די שמועסן און צוריקבאקומען ווייטאגליכע פידבעק פון אסאך בחורים אליין..
ער האקט בכל תוקף אויפן סיסטעם, און גאר אויף רבנים וראשי ישיבות וואס טוען גארנישט דערצו. ער אפיעלט צו יעדעם וואס האט הענט און פיס עפעס אויפצוטון אין דעם הינזיכט און צו פארברייטערן די מערכה, אויך אפיעלט ער צו יעדן תלמיד ישיבה צו נעמען א ברכות גמ' אין דער האנט און עס מסיים זיין ביז ראש חודש אדר א' - א בלאט א טאג - און מסכת שבת און עירובין צום יאר..

נ.ב. ער גייט נישט אריין בכלל אין די נושא פון בחורים ארבייטן (וועלכע ער האט שוין אמאל אדרעסירט), אדער און פארברייטערן די קוריקולעם אריינצונעמען נאך פאטענציאלע נושאים אדער אקטיוויטעטן.

וחפץ השם בידו יצליח!

די ארטיקל האט די הסכמה פון ר' אליעזר אליין.

קהל'ס נער » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 8:04 pm

· #540835
Re: אליעזר קרויס
איך האלט אז ער איז גערעכט, אבער איין זאך עס איז קלאר יא דא א מיעוט (טאקע א מיעוטא דמיעוטא) בחורים וואס די ליטווישע עיון איז קלאר יא געמאכט פאר זיי, אין הכי נמי די ישיבה סיסטעם קען נישט זיין אויסגעשטעלט בלויז פאר א מיעוטא דמיעוטא, אבער דאך דארף זיין א מסלול אין יעדע ישיבה וואס מען וועט יא לערנען אויף די ליטווישע מהלך.
ר׳ אליעזר פארשטייט בכלל נישט צי וואסארא עיון און התחברות התורה, מען ווערט אריינגעקאכט און די סיפוק וואס מען האט דערנאך, אז מען וויל פארשטיין וויאזוי מען קען לערנען פינף שעה רצופות איז ווייל מען כאפט בכלל נישט ווי די צייט גייט, מען איז אזוי אריינגעטוהן, און ס׳איז תורתו ס׳איז זיין תורה וואס ער האט קונה געוועהן, ס׳נישט נאר רשי און תוספות׳ס תורה נאר ס׳זיין תורה, אויף אזא עריבות און מתיקות התורה האט דער אור החיים זיך אויסגעדריקט היו משתגעין.

איך האב בכלל נישט קיין טענות אויף ר׳ אליעזר׳ן ווייל ס׳טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, און ס׳מיינט אפילו נישט אז ער האט נישט קיין גיטע קאפ, מען דארף האבן א דקות׳דיגע קאפ ווי איידער א גאונישע קאפ, ולאו כל מוחא קא סביל דא.

תניא בניחותא » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:19 am

· #540858
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
אלף נכנסים לתלמוד אחד יוצא להוראה, כדי ס’זאל זיין אחד יוצא להוראה דארפן טויזנט פרובירן.
אמת נישט יעדער איז מצליח צו האבן א געשמאק אין לימוד עיון, אבער אויב יעדער וועט ארויס טשיקענען אין ישיבה קטנה (אויב ס’וועט זיין די אפשען...) וועלן מיר בלייבן מיט אויבערפלעכליכע עמי הארצים.

יעדער דארף פרובירן צו פארשטיין די טיפסטע צו וואס ער קען אנקומען, אוודאי דארף מען לערנען בקיאות, און אויב איינער איז נישט מצליח נאך אפאר יאר עיון, זאל ער אוודאי לערנען במקום שליבו חפץ, אבער אראפשלעפן די גאנצע עולם איז אויך נישט כדאי, צו פארשטיין הלכה און מדמה זיין מילתא למילתא דארף מען האבן אנטוויקלט די קאפ דורך לערנען עיון, אויב נישט איז השם ירחם וואספארא פורים תורות קומט ארויס...

שפילער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:31 am

· #540859
Re: אליעזר קרויס
קהל'ס נער #
איך האלט אז ער איז גערעכט, אבער איין זאך עס איז קלאר יא דא א מיעוט (טאקע א מיעוטא דמיעוטא) בחורים וואס די ליטווישע עיון איז קלאר יא געמאכט פאר זיי, אין הכי נמי די ישיבה סיסטעם קען נישט זיין אויסגעשטעלט בלויז פאר א מיעוטא דמיעוטא, אבער דאך דארף זיין א מסלול אין יעדע ישיבה וואס מען וועט יא לערנען אויף די ליטווישע מהלך.
ר׳ אליעזר פארשטייט בכלל נישט צי וואסארא עיון און התחברות התורה, מען ווערט אריינגעקאכט און די סיפוק וואס מען האט דערנאך, אז מען וויל פארשטיין וויאזוי מען קען לערנען פינף שעה רצופות איז ווייל מען כאפט בכלל נישט ווי די צייט גייט, מען איז אזוי אריינגעטוהן, און ס׳איז תורתו ס׳איז זיין תורה וואס ער האט קונה געוועהן, ס׳נישט נאר רשי און תוספות׳ס תורה נאר ס׳זיין תורה, אויף אזא עריבות און מתיקות התורה האט דער אור החיים זיך אויסגעדריקט היו משתגעין.

איך האב בכלל נישט קיין טענות אויף ר׳ אליעזר׳ן ווייל ס׳טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, און ס׳מיינט אפילו נישט אז ער האט נישט קיין גיטע קאפ, מען דארף האבן א דקות׳דיגע קאפ ווי איידער א גאונישע קאפ, ולאו כל מוחא קא סביל דא.
ניין וואס פונקטליך האט דעי בחור דערפון פינעוו יאר שפעטער? אפילו די עיון בחור גארנישט!

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:07 am

· #540861
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
עיון איז איינער פון די גרעסטע האוקעס פאוקעס פון די לעצטע יאר הונדערט. א מין אנשיקעניש און איינרעדעניש אז לערנען שטייט מיינט לערנען טיעף. ס'איז אין בעסטן פאל אינטערטעינינג און צייט פארטרייבענט און מ'שטייגט דערפון ארויס א ריזן ע''ה.

איך האב ב''ה 'זוכה' געווען צו לערנען אין ישיבות וואו עיון איז געווען די זאך. און איך האב ב''ה זייער פיין מצליח געווען. און דאך וועל איך קלאר זאגן אז לעיזער קרויס איז דא הונדערט פראצענט גערעכט. און ס'איז נישט קיין ספק ביי מיר אז אויב דארף איך איבערטון מיינע בחורישע יארן וואלט איך עס בשו''א נישט אזוי איבערגעטוהן.

אדורך צו גיין אזויפיל יארן מיט פארברענגען אזויפיל צייט אויף אומרעלעוואנטע חכמות און טיפענישן וואס קומט קיינמאל נישט צוריק אלס פראקטישע מציאות.

נישט לאנג צוריק וואס איך האב מסיים געווען מסכת שבת מיט דף היומי די ערשטע מאל אזוי שפעט אין לעבן מיט טרערן אין די אויגן נישט פארשטייענדיג פארוואס אזא מסכתא איז אויסגעשלאסן פון כמעט אלע ישיבות.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:13 am

· #540863
Re: אליעזר קרויס
שפילער #

ווער רעדט פון פינף יאר שפעיטער?

אז די ווילסט וויסן, די זעלבע וואס ער האט געהאט די ערשטע פינף יאר.
מען לערנט תורה לשם לערנען תורה און דאס מיינט תורה לשמה.
אין הכי נמי מען דארף אויך זיין א ת״ח און פאר דעים איז דא א סדר בקיאות.

און אז די פרעיגסט וואס מען האט פינף יאר שפעיטער, לאמיר דיך פרעיגן וואס האט דער בחור וואס לערנט די אונגערישע/גאליציאנער עיון פינף יאר שפעיטער, ער גדעינקט אויך נישט וואס ער האט געלערנט.

צקון לחש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:20 am

· #540864
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
תניא בניחותא #
אלף נכנסים לתלמוד אחד יוצא להוראה, כדי ס’זאל זיין אחד יוצא להוראה דארפן טויזנט פרובירן.

אמת, אבער געצוואונגענערהייט???

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:40 am

· #540866
Re: אליעזר קרויס
קהל'ס נער #
ווער רעדט פון פינף יאר שפעיטער?

אז די ווילסט וויסן, די זעלבע וואס ער האט געהאט די ערשטע פינף יאר.
מען לערנט תורה לשם לערנען תורה און דאס מיינט תורה לשמה.
אין הכי נמי מען דארף אויך זיין א ת״ח און פאר דעים איז דא א סדר בקיאות.

און אז די פרעיגסט וואס מען האט פינף יאר שפעיטער, לאמיר דיך פרעיגן וואס האט דער בחור וואס לערנט די אונגערישע/גאליציאנער עיון פינף יאר שפעיטער, ער גדעינקט אויך נישט וואס ער האט געלערנט.
קודם כל, די כלל וואס דו זאגסט דא אז לערנען תורה לשם לערנען אן קיין שום ציל פון סיי וועלכע פראקטישע היצן אדער דערגרייכן איז דער תורה לשמה איז איינער פון די גרעסטע נאנסענס וואס איך האב געהערט אין א לאנגע צייט.

שנית כל, ווער זאגט אז די איינציגסטע אלטערנאטיוו איז די גאליציאנער אונגארישע ווייסעכוואס? אפשר איז דא אנדערע אלטערנאטיוון? קענסט מיר זאגן פארוואס קיין איין ישיבה האט נישט קיין קוריקולום אויף רמב''ם און אויב נישט גאנץ רמב''ם כאטש המדע? פארוואס האבן נישטאמאל איינס פון הונדערט בחורים געלערנט רמב''ם המדע? גייסט מיר זאגן אז איינער וואס 'בלויז ליינט' אדורך (ניטאמאל פארלאנגט זיך אז מ'זאל 'לערנען') המדע אלס בחור האט עס נישט קיין אפעקט פינעף יאר שפעטער? אדער גאר אויף אגאנצן לעבן? און דאס זעלבע איז געזאגט אויף סיי וועלכע אנדערע לימודים. לערנען בית יוסף איז עפעס ווייניגער אנאליטיקול און טיעף ווי א ר' חיים? איך פארשטיי אז עס איז אנדערש. אבער זייער אסאך פון די עיון סטאַרס ווייסן ניטאמאל אז דער ווילנער גאון און סעדי' גאון זענען געווען טויזנט יאר אפגערוקט. און אזויווי פריער דערמאנט אז א בחור וואס לערנט מסכת שבת וואלט אויך געהאט א שטערקער אפעקט אויף 'אגאנץ' לעבן ווי א בחור וואס שפענדט זעקס יאר אויף פארצייטישע דעני ממונת און גיטין וקידושין.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:48 am

· #540870
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
איך ווייס נישט וואס ער זאגט דארטן אין די 10 שמועסן, כ'האב זיי נישט אויסגעהערט, אבער דאס איז קלאר אז וועג וויאזוי עיון גייט צו אין די חסידישע ישיבות איז עס א גרויסע waste of time.

אנשטאט דער בחור זאל נעמען די בלאט גמרא און אליין זען וואס עס שטייט, וואס איז שווער, און זיכן תירוצים, דארף ער זיצן ביי א 'שיעור' (וואו צווישן מיר און דיר האלט כמעט קיינער נישט געהעריג מיט) ווען טיילמאל איז ער נאך בכלל נישט פארגעקוקט וואס די גמרא זאגט, און ער הערט מיט א האלבע אויער "מפרשים" און מען כאפט עס אדער יא אדער נישט אויף... און דאס דארף מען "איבער'חזר'ן... אבער מיט אזא אפעטיט שמועסט זיך שוין בעסער וועגן פאליטיק.

מען דארף פלעין נעמען א גמרא און זיך נעמען עסן בלעטער. אוודאי דארף מען פארשטיין, און ארטסקראל מאכט א פיינעם דזשאב, אבער די בחור דארף זיצן אינעם דרייווערס זיץ.

תניא בניחותא » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:57 am

· #540871
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
צקון לחש #
תניא בניחותא #
אלף נכנסים לתלמוד אחד יוצא להוראה, כדי ס’זאל זיין אחד יוצא להוראה דארפן טויזנט פרובירן.

אמת, אבער געצוואונגענערהייט???
אוודאי נישט צווינגען כפשוטו, אבער די מצב דארף זיין אז ס’איז נארמאל צי לערנען טיף, און ווער ס’קען נישט איז "אויך" חשוב מיט לערנען בקיאות אדער הלכה.

עיון מיינט נישט דווקא בריסקע חקירות, עיון מיינט אלע אופני הלימוד יעדער לויט זיין שטייגער זיך צו דערגרינטעווען צו די טיפקייט פון די גמרא מיט ראשונים.

דכירנא כד הוינא טלי’ בימי חורפי אין ישיבת נזר התורה ירושלים איז געווען אסאך מדריגות אין עיון, עיון קל, וכדו’
הרה”ג ר נחום רויטשטיין האט געהאט א ברייטע וויזיע פון לעולם ילמד אדם מה שלבו חפץ, ס’איז געווען א אויסוואל פון גאונים מופלגים,
הרה”ג ר’ משה פרידמאן (פאניעוועז)
הרה”ג ר’ זכרי’ שפרונג (טעלז)
הרה”ג ר’ יחיאל רויטשטיין
הרה”ג ר בערל ווייס
הרה”ג ר’ חיים ווייס
הרה”ג ר’ מרדכי שטערן וכו’ וכו’
פארשטייט זיך אז ווער ס’איז בכלל נישט קיין קאנדידאט פאר דעם זאל לערנען בקיאות אדער נטעי גבריאל, אבער זאגן אז קיינער אין היינטיגע דור האט נישט קיין שייכות צו יגיעת התורה בעיון איז א חלק פונעם ליבעראלן פראגרעסיווע אלגעמיינע גייסט.

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:01 am

· #540872
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
עיון אין די אשכול מיינט מען די 'דיפאַקטאו' מהלך וואס איז היינט צוטאגס אנגענומען אין אלע חסידישע ישיבות וואס האבן איינגעפירט א 'ליטווישע' עיון סיסטעם. אוודאי איז דא פילע אנדערע דעפיניציעס אין עיון. אבער די דיסקוסיע דא איז אויף די א''ג עיון מיט וואס מיר זענען אלע געשלאגן.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:11 am

· #540873
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
קורקלענד #
עיון איז איינער פון די גרעסטע האוקעס פאוקעס פון די לעצטע יאר הונדערט. א מין אנשיקעניש און איינרעדעניש אז לערנען שטייט מיינט לערנען טיעף. ס'איז אין בעסטן פאל אינטערטעינינג און צייט פארטרייבענט און מ'שטייגט דערפון ארויס א ריזן ע''ה.

איך האב ב''ה 'זוכה' געווען צו לערנען אין ישיבות וואו עיון איז געווען די זאך. און איך האב ב''ה זייער פיין מצליח געווען. און דאך וועל איך קלאר זאגן אז לעיזער קרויס איז דא הונדערט פראצענט גערעכט. און ס'איז נישט קיין ספק ביי מיר אז אויב דארף איך איבערטון מיינע בחורישע יארן וואלט איך עס בשו''א נישט אזוי איבערגעטוהן.

אדורך צו גיין אזויפיל יארן מיט פארברענגען אזויפיל צייט אויף אומרעלעוואנטע חכמות און טיפענישן וואס קומט קיינמאל נישט צוריק אלס פראקטישע מציאות.

נישט לאנג צוריק וואס איך האב מסיים געווען מסכת שבת מיט דף היומי די ערשטע מאל אזוי שפעט אין לעבן מיט טרערן אין די אויגן נישט פארשטייענדיג פארוואס אזא מסכתא איז אויסגעשלאסן פון כמעט אלע ישיבות.
הונדרעט פראצענט.

אסאך פון די וואס לערנען פאר בעיון ווייסן פשוט נישט וויאזוי אפצולערנען א בלאט גמרא תוספות און דעריבער קוועטשט מען אהער און אהין, און מ'שפירט זיך גוט אז מ'קען נאכזאגן א ר' חיים.
איך האב אויך געוועיסטעט אסאך צייט פון די בחור'ישע יארן אין א. ג. לומדי ישיבות, און נאך די חתונה האט מיר געדויערט עטליכע יאר זיך ארויסצוזעהן פון די קרומע דרך הלימוד צו וואס איך בין געווען געוואוינט. היינט בין איך ב"ה מסיים מסכת נאך מסכת מיט א קלארקייט אן די פארדרייטקייט.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:17 am

· #540874
Re: אליעזר קרויס
קורקלענד #
קהל'ס נער #
ווער רעדט פון פינף יאר שפעיטער?

אז די ווילסט וויסן, די זעלבע וואס ער האט געהאט די ערשטע פינף יאר.
מען לערנט תורה לשם לערנען תורה און דאס מיינט תורה לשמה.
אין הכי נמי מען דארף אויך זיין א ת״ח און פאר דעים איז דא א סדר בקיאות.

און אז די פרעיגסט וואס מען האט פינף יאר שפעיטער, לאמיר דיך פרעיגן וואס האט דער בחור וואס לערנט די אונגערישע/גאליציאנער עיון פינף יאר שפעיטער, ער גדעינקט אויך נישט וואס ער האט געלערנט.
קודם כל, די כלל וואס דו זאגסט דא אז לערנען תורה לשם לערנען אן קיין שום ציל פון סיי וועלכע פראקטישע היצן אדער דערגרייכן איז דער תורה לשמה איז איינער פון די גרעסטע נאנסענס וואס איך האב געהערט אין א לאנגע צייט.

שנית כל, ווער זאגט אז די איינציגסטע אלטערנאטיוו איז די גאליציאנער אונגארישע ווייסעכוואס? אפשר איז דא אנדערע אלטערנאטיוון? קענסט מיר זאגן פארוואס קיין איין ישיבה האט נישט קיין קוריקולום אויף רמב''ם און אויב נישט גאנץ רמב''ם כאטש המדע? פארוואס האבן נישטאמאל איינס פון הונדערט בחורים געלערנט רמב''ם המדע? גייסט מיר זאגן אז איינער וואס 'בלויז ליינט' אדורך (ניטאמאל פארלאנגט זיך אז מ'זאל 'לערנען') המדע אלס בחור האט עס נישט קיין אפעקט פינעף יאר שפעטער? אדער גאר אויף אגאנצן לעבן? און דאס זעלבע איז געזאגט אויף סיי וועלכע אנדערע לימודים. לערנען בית יוסף איז עפעס ווייניגער אנאליטיקול און טיעף ווי א ר' חיים? איך פארשטיי אז עס איז אנדערש. אבער זייער אסאך פון די עיון סטאַרס ווייסן ניטאמאל אז דער ווילנער גאון און סעדי' גאון זענען געווען טויזנט יאר אפגערוקט. און אזויווי פריער דערמאנט אז א בחור וואס לערנט מסכת שבת וואלט אויך געהאט א שטערקער אפעקט אויף 'אגאנץ' לעבן ווי א בחור וואס שפענדט זעקס יאר אויף פארצייטישע דעני ממונת און גיטין וקידושין.
לערנען תורה פאר עני ציהל איז נישט לשמה, די טייטש פון לשמה איז לשם לערנען. פשוט עברי טייטש.

ווייטער, איך מאך ח״ו נישט אוועק די אונגעריש/גאיליציאנע מהלך, און פאקט איז דאס די בעסטע מהלך הלימוד פאר 90% בחורים, אבער אויב ווילסטו פארשטיין פארוואס ס׳דארף זיין א מסלול מיט די ליטווישע מהלך דעמאלט ליין איבער מיין ערשטע תגובה.

די סיבה מען לערנט נישט רמב״ם איז ווייל ס׳נישט קיין לימוד (גערעכט מען קען לערנען רמב״ם ווי א נטעי גבריאל), כדי צי פארשטיין די רמב״ם ברויך מען לערנען גמ׳ פארדעים, און די מהלך לערנט מען טאקע ביי סדר עיון.

ווייטער בית יוסף איז זיכער נישט קיין לימוד (עגעין איך זאג נישט אז מען קען עס נישט לערנען ווי א תשובה ספר) די גאנצע בית יוסף איז באזירט אויף די גמ׳ און ראשונים און ער נעמט עס צוזאם ווי א ״שולחן ערוך״ און ער סערווירט דיך די הלכה דערויף, אין הכי נמי ס׳וואלט נישט געוועין קיין שלעכטע עצה צי לערנען בית יוסף נאך מען לערנט א סוגיה כדי לדעת את המעשה אשר יעשון.

און ניין בית יוסף איז נישט ווייניגער אנאליטיקעל און טיף, אבער ס׳איז א גאנצע אנדערע מהלך הלימוד וואס די מעלות דערפון זענען שוין אויסגעשמועסט געווארען לעיל.

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:18 am

· #540875
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
תניא בניחותא #
אלף נכנסים לתלמוד אחד יוצא להוראה, כדי ס’זאל זיין אחד יוצא להוראה דארפן טויזנט פרובירן.
אמת נישט יעדער איז מצליח צו האבן א געשמאק אין לימוד עיון, אבער אויב יעדער וועט ארויס טשיקענען אין ישיבה קטנה (אויב ס’וועט זיין די אפשען...) וועלן מיר בלייבן מיט אויבערפלעכליכע עמי הארצים.

יעדער דארף פרובירן צו פארשטיין די טיפסטע צו וואס ער קען אנקומען, אוודאי דארף מען לערנען בקיאות, און אויב איינער איז נישט מצליח נאך אפאר יאר עיון, זאל ער אוודאי לערנען במקום שליבו חפץ, אבער אראפשלעפן די גאנצע עולם איז אויך נישט כדאי, צו פארשטיין הלכה און מדמה זיין מילתא למילתא דארף מען האבן אנטוויקלט די קאפ דורך לערנען עיון, אויב נישט איז השם ירחם וואספארא פורים תורות קומט ארויס...
אלף נכנסים ״צו לערנען״ און נאר איינער שטייגט אויס להוראה. דא אבער פאלן אלע אוועק און טון גארנישט.

פורים תורות מאכן אסאך די וואס לערנען עיון אבער קענען קיין גמרא׳ס, וואס מאכט זיי צומאל מאכן חידושים נגד דברי גמרא אין א אנדערע נישט לומדישע מסכתא.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:20 am

· #540876
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
חיים הערש #

אוועק מאכן לימוד העיון ווייל ס׳דא וואס מאכן פורים תורות, איז פינקט ווי אוועק צי מאכן לימוד הבקיאות ווייל אין ברסלב דאווענט מען אפ די גמרא, ס׳קרום צו נעמען א יוצא מן הכלל און based אויף דעים צי משפט׳ן די כלל.

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:05 am

· #540878
Re: אליעזר קרויס
קהל'ס נער #
לערנען תורה פאר עני ציהל איז נישט לשמה, די טייטש פון לשמה איז לשם לערנען. פשוט עברי טייטש.
די עיקר מצות לימוד התורה איז ללמוד ללמד לשמור ולעשות. צו וויסן וואס צו טון.

תניא בניחותא » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 8:23 am

· #540883
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
קורקלענד #
עיון אין די אשכול מיינט מען די 'דיפאַקטאו' מהלך וואס איז היינט צוטאגס אנגענומען אין אלע חסידישע ישיבות וואס האבן איינגעפירט א 'ליטווישע' עיון סיסטעם. אוודאי איז דא פילע אנדערע דעפיניציעס אין עיון. אבער די דיסקוסיע דא איז אויף די א''ג עיון מיט וואס מיר זענען אלע געשלאגן.
דאס איז זיכער נישט געמאכט פאר יעדעם, אבער די אלטערנעטיוו איז נישט די אנדערע עקסטרעם פון לערנען אויבערפלעכליך,
עיון איז טייטש אז ווען די מגיד שיעור איז מסביר א קשי’ ווערט עס מיר אויך שווער עד כדי כך אז איך פארשטיי נישט פארוואס ס’איז מיר נישט איינגעפאלן... דערנאך די תירוץ איז ממש א מחי’ וכו’, אבער אויב נאך אויסרעדן די קשי’ שטערט עס מיך גאנץ קנאפ איז עס א ברכה לבטלה...

תוספות זאגט אייביג די לשון ”ואם תאמר” פארוואס זאגט נישט תוספות סתם ”וקשה” ?
ווייל ס’דארף דיך שווער זיין כדי צו וועלן הערן די תירוץ.

תניא בניחותא » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 8:31 am

· #540884
Re: אליעזר קרויס
חיים הערש #
קהל'ס נער #
לערנען תורה פאר עני ציהל איז נישט לשמה, די טייטש פון לשמה איז לשם לערנען. פשוט עברי טייטש.
די עיקר מצות לימוד התורה איז ללמוד ללמד לשמור ולעשות. צו וויסן וואס צו טון.

אבער צו פארשטיין תורה דארף מען לערנען געוויסע סארט עיון, נישט נאר נטעי גבריאל אדער פסקי הלכות אזוי ווי די מיידלעך.
כדי צו מאכן א נטעי גבריאל וכדו’ (אז פשוטע אידן זאלן קענען נאכקוקן פסקי הלכות) דארף מען קענען ש”ס ופוסקים בעיון.

חוץ מזה איז יא א מצוה צו לערנען און פארשטיין די גאנצע תורה, נישט נאר וואס ס’איז נוגע למעשה, ווען מ’לערנט די תורה וואס איז חכמתו יתברך און מ’פראבירט צו פארשטיין וואס מער, ווערט דיין שכל פאראייניגט מיט חכמתו יתברך כמבואר בתניא.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:42 am

· #540885
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
חיים הערש #
קהל'ס נער #
לערנען תורה פאר עני ציהל איז נישט לשמה, די טייטש פון לשמה איז לשם לערנען. פשוט עברי טייטש.
די עיקר מצות לימוד התורה איז ללמוד ללמד לשמור ולעשות. צו וויסן וואס צו טון.
[ציטאט אראפגענומען]
רבינו אברהם מן ההר על דברי המשנה במסכת נדרים עיקר הציווי הוא כדי לצייר האמת ולהתענג וליהנות במדע לשמח לבבו ושכלו, כדכתיב פקודי ה' ישרים משמחי לב,

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:56 am

· #540886
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
קהל'ס נער #
חיים הערש #
קהל'ס נער #
לערנען תורה פאר עני ציהל איז נישט לשמה, די טייטש פון לשמה איז לשם לערנען. פשוט עברי טייטש.
די עיקר מצות לימוד התורה איז ללמוד ללמד לשמור ולעשות. צו וויסן וואס צו טון.
[ציטאט אראפגענומען]
רבינו אברהם מן ההר על דברי המשנה במסכת נדרים עיקר הציווי הוא כדי לצייר האמת ולהתענג וליהנות במדע לשמח לבבו ושכלו, כדכתיב פקודי ה' ישרים משמחי לב,
ס'איז א מיעוט שב'מיעוט וואס פילן אנגעבליך א טעם אין דער א''ג עיון. נישטא דארט נישט קיין אמת און נישט קיין מדע. בלויז קאפ פארדריי.

נחום הסופר » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:18 am

· #540887
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
קרויס איז הונדערט פראצענט גערעכט, עיון איז נישט געאייגנט פאר רובא דרובא פון היינטיגע בחורים פאר וועלכע ס'איז בלויזע פוסטע צייט פארטרייבעריי און ביטול זמן, אבער פשטות וועט עס בלייבן א קול קורא במדבר און גארנישט וועט זיך נישט טוישן אין די גרויסע פיקטשער לויט אונזער קראנקער סיסטעם פון נישט משנה זיין אדער וויאזוי מ'וויל עס רופן

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:26 am

· #540889
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
ס'איז א מיעוט שב'מיעוט וואס פילן אנגעבליך א טעם אין דער א''ג עיון. נישטא דארט נישט קיין אמת און נישט קיין מדע. בלויז קאפ פארדריי.
פארוואס איז דאס נישט א לימוד אויף קריטיקעל טינקיניג ?

סברה'ס לכאן ולכאן, קען אפשר אויסלערנען דעם לערנער און הערן וואס דער צווייטער זאגט, און אזוי אבזעווירן דעם צווייטענס מהלך המחשבה און עס אריין נעמען אין באטראכט און דאן זאגן א צווייטער סברה וואס אפר ווארפן א צווייטער ליכט און די מהלך המחשבה פונעם צווייטן.

דעפינישען אויף קריטיקעל טינקינג
Critical thinking is a kind of thinking in which you question, analyse, interpret, evaluate and make a judgement about what you read, hear, say, or write. The term critical comes from the Greek word kritikos meaning “able to judge or discern”.
א מענטש ווערט ניש געבורן א קריטיקעל טינקער. קריטיקעל טינקינג איז א רעזאלט פון לערנען און ווערט בעסער במשך די יארן מיטן פראקטעצירן און עס ניצען. איז דאס נישט די לומדישע מהלך הלימוד צו צוקומען צום ריכטיגן סברה , צום ריכטיגן באשלוס ?

טל ומטר » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:59 am

· #540892
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
דרש'נען קען איך אויך. זאל ער עפענען א ישיבה און וויזן וואס מען קען מאכן מיט בחורים. מער וועט ער נישט דארף'ן רעדן. אויב וועט ער מצליח זיין וועט די עולם שוין קומען צולויפן, און אנדערע וועלן עס נאך מאכן.

ארויסצוקומען דרש'נען פאר אלע בחורים און מיט דעם צוברעכן די שטיקל סטרוקטאר וואס א בחור האט היינט איז יצא שכרו בהפסידו

שפילער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:04 pm

· #540893
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
קריטיקל טינקינינג קען מען זיך די זעלבע אויסלערנען מיט א געשמאקע תוס' און מהרשא און אפילו מהרשם מען דארף נישט ציליב דעם מאכן א מסכת מפרשים און ברענגען ר'עקיבה אייגערס מיט חתם סופר בעפאר מען פארשטייט ניטאמאל די גמרא

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:15 pm

· #540895
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
שפילער #
קריטיקל טינקינינג קען מען זיך די זעלבע אויסלערנען מיט א געשמאקע תוס' און מהרשא און אפילו מהרשם מען דארף נישט ציליב דעם מאכן א מסכת מפרשים און ברענגען ר'עקיבה אייגערס מיט חתם סופר בעפאר מען פארשטייט ניטאמאל די גמרא
ווי קע מען פארשטיין א גמ' אן א ר' עקיבא אייגער ? אוואדאי דארף מען ברענגן די מפורשים צו פארשטיין א בלאט גמ'. תו"ס, מהרש"א, און מהרש"ם זענען אלע זייער גוט איינמאל מען פארשטייט דעם ר' אלחנן, אדער ר' נפתלי. חחחחח

אויף א סיריעס נאוט, האט זיך איינער געקריגט אויף דעם? די שאלה איז ווי אזוי דער תוס און מהרש"א ווערן אפ געלערנט.

קבצו זקנים » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:33 pm

· #540897
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
ברענג א ביישפיל פין א שטיקעלע גמרא אין לאמיר זעהן צי איך פארשטיי דעם פשט אהן א רבי עקיבא איגר זצ״ל.

ס׳איז דא א שיינעם שטיקעל פינעם הייליגען של״ה אין מסכת שבועות, לטובת השטיבעל האב איך ציגעלייגט א Scan
📎 של״ה הַקָּדוֹשׁ.pdf

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:46 pm

· #540900
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
קבצו זקנים #
ברענג א ביישפיל פין א שטיקעלע גמרא אין לאמיר זעהן צי איך פארשטיי דעם פשט אהן א רבי עקיבא איגר זצ״ל.

ס׳איז דא א שיינעם שטיקעל פינעם הייליגען של״ה אין מסכת שבועות, לטובת השטיבעל האב איך ציגעלייגט א Scan
WOW

צקון לחש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:56 pm

· #540911
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
איך מיין אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן דעם (אומאנגענעמע) פאקט אז די גאנצע ענין פון לימוד התורה הק' איז צע"ג

אסאך טוישונגען איז אריבער אויף לימוד התורה במשך די דורות, סיי אין איר צורה און סיי אין איר מטרה/ות

למעשה ווי מיר שטייען היינט איז עס א פארפלאנטערטע זאך פון וועלכע וועג מען זאל עס נאר אנקוקען (און איך זאג דאס אלץ איינער וואס איז לאקי צו דוקא יא ענדזשויען די קאוד קרעקינג פון מיסטעריעזע גמרות און ראשונים שוין איבער צען יאר נאכ'ן פארלאזן כתלי הישיבה)

דא עקא, 1) מ'דארף דאך אנפילן די טאג פון עדיוקעישאן-לאזע, ארבעטס-לאזע און האבי-לאזע מענער, 2) די בעלי כשרון שבתוכינו דארפן דאך פיטערן זייער דארשט צו מדע וחכמה, 3) מ'דארף דאך רבנים להורות המעשה אשר יעשון וויל למשל צו מען מעג נוצן אומגעניצטע טישוס אין די ניין טעג וכדו'

איך קען נאר ווינטשן פון טיפען הארצען גוד לאק פאר דער וואס וויל טרעפן עפעס א וועג צו האלטן לימוד התורה לעבעדיג פאר נאך א דור צוויי...

צקון לחש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:44 pm

· #540922
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
[ציטאט אראפגענומען]

I'd rather quit on a high note

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:24 pm

· #540945
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
די פראבלעם אין די ישיבות סיסטעם איז מער אז מען איז בעיקר פאוקיסט אויף די כלל און ממילא ליידן די יחידים,
סיי אין די דרך הלימוד ווי אויסגעשמועסט אין סיי מיט תקנות וכדו' וואס כדי צו האלטן די זאך מוז מען (אדער מען מיינט אז מ'מוז) ארויסווארפן אדער בכלל מאכן תקנות וואס אסאך קענען נישט האלטן,
און ווען עס איז דא א פראבלעם איז אנשטאט העלפן דער בחור איז מען פארנומען האלטן די סיסטעם

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:30 pm

· #540976
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
איך פארשטיי אז עס איז דא א פארום דא אויף קאווע שטיבל בענין אליעזר קרויס אבער ווען איך פרוביר אריינגיין שטייט אז איך טאר נישט. למה?

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:33 pm

· #540977
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
צקון לחש
איך מיין אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן דעם (אומאנגענעמע) פאקט אז די גאנצע ענין פון לימוד התורה הק' איז צע"ג
אוי זאגסטו גוט, ממש א צע"ג ווי א רעק"א. דאס איז אלץ מיין אישו מיט אזויגערופענע אויפגעקלערטע חברה, לאמיר זאגן אז עולם גולם טראכט ביז א געוויסע שטופע, גייט דער "אויפגעקלערטער" און טראכט איין סטעפ טיעפער און איז מעלה קשיות ותמיהות וואס שאקלען אויף א וועלט, שוטה שבעולם, גיי נאך איין סטעפ ווייטער וועסטו זעהן אז קשיא מעיקרא ליתא... כ'מיין אז דו האלטסט זיך טאקע נישט געבינדן צום דעת ההמון וואס שטערט דיר פון גיין all the way ווי מ'זאגט? נאר די תירוץ איז אז ס'דא מענטשן וואס האבן א מחלה וואס הייסט זיין opinionated, איז ער סטאק אינדערמיטן ווייל נאר דארט האט ער א מקום צו האבן אן opinion, ביי די סטעפ פריער און די סטעפ שפעטער דארף מען איהם דאך נישט האבן.

ווען איך בין געוועהן אין ישיבת מיר האב איך געהאט א roommate וואס האט געטראפן א קונטרס וואס שלאגט פאר זייער אן אינטערעסאנטע חידוש, ס'איז א שטיקל קרומע פשט אין נביא מיט א שיינע פאר דעטאלן וואס פארנעמט א שיינע פאר בלעטער, איז ער געזעצן דערויף אפאר שעה און זיך עס גוט איינגע'חזר'ט און דערנאך געגאנגען עס איבערזאגן פאר איינער וואס הייסט צו זיין א גרויסער ידען (איינער קאהן, פון מאנטריאל מיין איך, בכל אופן). ער האט זיך געשלעפט צו יענעמ'ס שיעור און נאכ'ן שיעור איז ער צוגעגאנגען איבערזאגן דעם געוואלדיגן חידוש, למעשה איז ער סטאק געבליבן אינמיטן ווייל ער האט נישט געדענקט אלע דעטאלן... איז ער צוריקגעקומען אין דירה און פון פריש אנגעפאנגען איבערגיין די גאנצע קונטרס פון אנפאנג, האב איך איהם געזאגט דו שוטה איינער, נעם די קונטרס צו יענעם און זאל ער עס אליין זעהן פון אינעווייניג און פטור אן עסק! ניין - זאגט ער מיר - דאס איז נישט אינטערעסאנט, איך וויל זיין דער וואס זאגט עס איהם... אין אנדערע ווערטער, איהם גייט דען אן צו יענער ווייסט פון דעם חידוש צו נישט? א פייג און א רעטעך, ער זוכט פשוט א פלאץ צו האבן אן opinion וכאן מצא הבעל דין לגבות את חובו.

הנוגע לעניננו, וואס ווילסטו קרויס זאל זאגן, אז מ'קען פארמאכן די ישיבות און שיקן די קינדער אין קאלעדש? מילליאנען מענטשן שיקן שוין די קינדער אין קאלעדש אן איהם, וואו איז זיין פלאץ צו האבן אן opinion? ניין, מ'זאל ווייטער האלטן די מושב זקניםס אפן און מ'זאל פארדרייען דעם עולם די באלליס.
[ציטאט אראפגענומען]
צקון לחש האט נישט געזאגט גוד לאק אויף דער וואס טרעפט א וועג, ער האט געזאגט גוד לאק פאר דער וואס וויל טרעפן א וועג, ודוק.

תניא בניחותא » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:00 pm

· #540993
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
די פראבלעם פון ישיבות און פון מיידל סקול און פון וואקסינען זענען די זעלבע, דהיינו, די הצלחה דערפון האט געמאכט פארגעסן די פראבלעמען פון פארדעם.

ישיבות:
אמאל זענען רוב בחורים נישט אנגעקומען אין ישיבה, אדער וועגן ארעמקייט אדער סיי וואס די סיבה איז געווען, למעשה איז די עמי הערצות געווען גרויס.
היינט איז אכשר דרא וואס יעדער קומט אן אין ישיבה, יעדער קען אפסוק חומש מיט אפאר בלאט גמרא, יעדער קען נאכקוקען א משנה ברורה אדער פסקי תשובות, מצד שני שטעלט זיך אויס אז נישט יעדער האט געדולד צו לערנען 10 שעה א טאג, זאל מען צוריק דרייען אז 90 פראצענט גייען ארבעטן ביי די צוועלף?
די אלע עצות וואס רבי לעיזער שלאגט פאר האט מען שוין געטון פאר 100 יאר צוריק און מ’ווייסט שוין די תוצאות, ליין אביסל היסטאריע.

מיידל סקולס:
אמאל האבן אלע מיידלעך געוואלט א בחור וואס האט פרנסה, נאך יארן הארעוואניע האט מען ארויף געברענגט די חשיבות פון א מאן א בן תורה אז יעצט האט מען א פארקערטע פראבלעם.

וואקסינען:
70 יאר צוריק האט מען קיינעם נישט געדארפט מסביר זיין די וויכטיגקייט פון וואקסינען, ווען פאליא מיט טובערקולאסעס האט געבושעוועט אין די גאסן האט יעדער געזוכט א עצה, דווקא די הצלחה פון די וואקסינען האט גורם געווען אז ס’זאל קענען אויפקומען אנטי וועקסערס.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:52 am

· #541024
Re: אליעזר קרויס
שפילער #
קהל'ס נער #
איך האלט אז ער איז גערעכט, אבער איין זאך עס איז קלאר יא דא א מיעוט (טאקע א מיעוטא דמיעוטא) בחורים וואס די ליטווישע עיון איז קלאר יא געמאכט פאר זיי, אין הכי נמי די ישיבה סיסטעם קען נישט זיין אויסגעשטעלט בלויז פאר א מיעוטא דמיעוטא, אבער דאך דארף זיין א מסלול אין יעדע ישיבה וואס מען וועט יא לערנען אויף די ליטווישע מהלך.
ר׳ אליעזר פארשטייט בכלל נישט צי וואסארא עיון און התחברות התורה, מען ווערט אריינגעקאכט און די סיפוק וואס מען האט דערנאך, אז מען וויל פארשטיין וויאזוי מען קען לערנען פינף שעה רצופות איז ווייל מען כאפט בכלל נישט ווי די צייט גייט, מען איז אזוי אריינגעטוהן, און ס׳איז תורתו ס׳איז זיין תורה וואס ער האט קונה געוועהן, ס׳נישט נאר רשי און תוספות׳ס תורה נאר ס׳זיין תורה, אויף אזא עריבות און מתיקות התורה האט דער אור החיים זיך אויסגעדריקט היו משתגעין.

איך האב בכלל נישט קיין טענות אויף ר׳ אליעזר׳ן ווייל ס׳טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, און ס׳מיינט אפילו נישט אז ער האט נישט קיין גיטע קאפ, מען דארף האבן א דקות׳דיגע קאפ ווי איידער א גאונישע קאפ, ולאו כל מוחא קא סביל דא.
ניין וואס פונקטליך האט דעי בחור דערפון פינעוו יאר שפעטער? אפילו די עיון בחור גארנישט!
שפילער: ייש"כ. משא"כ אויב דער בחור האט ידיעות התורה. ער איז בקי אין א סאך מסכתות איז ער א סאך נענטער צו באקענען זיך אויף א מער יסודותדיגן וועג מיט פארשידענע הלכות.

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:42 am

· #541038
Re: אליעזר קרויס
berlbalaguleh #

אין הכי נמי, און טאקע דערפאר איז דא א סדר בקיאות ווי מען לערנט פופציג בלאט גפ״ת, און פארטאגס סדר (אויך מיר פארטאגס) ווי מען לערנט נאך פופציג בלאט גמ׳ רש״י.

שפילער » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:18 pm

· #541056
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
איך טראכט יעצט אריין פון מיין גאנצע גיל איז סך הכול דא צוויי מגידי שיעורים די איבעריגע זענען ארבייטער , און פאר דעי צוויי לאמיר זאגן אז פאר זיי איז יא געמאכט עיון איז פאר זיי האט מען קראנק געמאכט א גאנצע ציבור? מאכט סענס אזא זאך?

ים של שלום » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:38 pm

· #541058
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
יעדער זאגט דא גוטע סברות לכאן ולכאן. אבער איך מיין אז כדי צו מחליט זיין וואס איז די ריכטיגע דרך הלימוד דארפן מיר קודם וויסן פון ווי מיר קומען (ווי @תניא בניחותא האט דערמאנט) און צו ווי מיר ווילען אנקומען.

מיר דארפען קענען קלאהר ענטפערן אויף די פאלגענדע שאלות.

ווי אזוי ווילען מיר אז די עוורידש היימישע אונגערמאן זאל אויסקוקען - תורה, חכמה, ידיעות יהדות כלליות, מדות, וכו', וכו'? - איך מיין דאס איז זייער א גרויסע מחלוקת.
ווי אזוי ווילען מיר אז די גאונים פונעם דור זאלען אויסקוקען? - למדן? בקי? כח הפסק? פיפטע חלק שולחן ערוך? אנדערע מקצועות התורה והחכמה? all of the above?

נאכדעם ווי מיר האבן קלארע עטנפערס אויף די שאלות קענעו מיר פרעגען די נעקסטע שאלה.
ווי אזוי שטעלט מען אויס א ישיבה סיסטם און א דרך הלימוד (אדער דרכי הלימודים) וואס האט די גרעסטע טשענסעס אונצוקומען צו די ריזאלטס?

אפילו WAZE קען נישט געבען דיירעקשענסט אהן א קלארע דעסטינעישן

לייביששרייבער » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:53 pm

· #541063
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
אין די מעשה ביכל אדער ספר אבי הישיבות שרייבט דער מחבר דוב אליאך בשם די גר"א ווי נאר ער האט געשעהן אז די כח התורה אין זייערע לומדים ווערן נתמעט ווייל זיי זענען נישט מדייק צו לערנען די שמעתתא דאורייתא אליבא דהילכתא, דערפאר האט ער מחליט געווען צו (מיינענדיג ר', חיים וולאדזשענער זצ"ל) צו עפענען זיין ישיבה אין וואלאזשען. ער צייכנט צו דארט אז אן אינטערוויו פון א מגיד שיעור איז געווען א מוסר דרשה וויאזוי צו פארלערנען. ("להרחיק מכוונת הכבוד ורמות רותא שלדעתו מטעם זה לא הצליח לכמה אנשים שרצו לעשות כן מחמת שהיה גם לשם כבוד")

צקון לחש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:27 pm

· #541072
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
ים של שלום #
ווי אזוי ווילען מיר אז די עוורידש היימישע אונגערמאן זאל אויסקוקען - תורה, חכמה, ידיעות יהדות כלליות, מדות, וכו', וכו'? - איך מיין דאס איז זייער א גרויסע מחלוקת

זאגסט דאך געוואלדיג, און דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז; די וואס פארשטייען די פארצווייגטע שאלות און דילעמאס שווייגן (מ'טאר דאך גארנישט 'איינפירן' חלילה פון אונזער אייגענע שכל, אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה), בעת וואס די ענערגישע אויבנפלעכליכע טוהען למעשה מכל הבא ליד, ועל כל גל וגל ראולט מען ארויף די אויגן צום הימל, און כלל ישראל פייערט ב"ה זיג איבער היטלער / די רבי'ס קאמפעטישאן / די ציונים אז ס'איז א מחיה

ים של שלום » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:29 pm

· #541074

א ביטערע געלעכטער

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:01 pm

· #541108
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
צקון לחש
דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז... אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה...
הלואי, ווען ס'וואלט געוועהן ווי דו זאגסט וואלטן חסידים אסאך שענער אויסגעקוקט, איך זאג נישט אז ס'וואלט געוועהן א תיקון השלום, אבער בעסער ווי ס'איז היינט וואלט עס זיכער געוועהן.

צקון לחש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:35 pm

· #541112
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
ברוך שפינוזה #
צקון לחש
דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז... אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה...
הלואי, ווען ס'וואלט געוועהן ווי דו זאגסט וואלטן חסידים אסאך שענער אויסגעקוקט, איך זאג נישט אז ס'וואלט געוועהן א תיקון השלום, אבער בעסער ווי ס'איז היינט וואלט עס זיכער געוועהן.
הייליג גערעכט!
אבער דאס וואלט געפאדערט אן אייסאלעיטעד ענווייראנמענט מיט דירעקטע און פערזענליכע איבערזיכט און השפעה פון א דמות בעל שיעור קומה וואס איז אווסגעקאכט מיט א וויזיע צו וואס די תלמידים זענען פארפליכטעט.
בקיצור, א דיסקאנטיניוד אייטעם.
מיר זענען דאס שוין אויסגעוואקסן (ליידער?).

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 8:09 pm

· #541119
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
כ'מיין צו זאגן אז רביה"ק (מסאטמאר) האט דאך 1) נישט געלערנט אויף די ליטווישע/בריסקע דרך הלימוד ווי באקאנט, 2) פון זיצן און לערנען נאכ'ן חתונה האט ער אויך נישט געהאלטן, 3) ער האט שטארק געהאלטן פונעם בן 18 לחופה, און 4) ער איז געוועהן א גרויסע חסיד פון לימודי חול. איז ווען מ'קאפי פעיסט דאס אלעס אויף למעשה וואלט די גאנצע ישיבה פראגראם נאר אנגעהאלטן פון די 14 ביז די 18 יאר, מ'וואלט געלערנט רוב טאג ש"ס און ראשונים על הסדר אנע קוועטשערייען, ווי די אונגארישע דרך הלימוד, און אביסל לימודי חול צו די זייט. בכלל נישט אזוי שלעכט.

חיים הערש » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:44 pm

· #541176
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
די שמועסן זענען אראפ פון קול מבשר... נאך דא אויף די עפפ

לייביששרייבער » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:11 pm

· #541179
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
היינטיגע ישיבה מצב https://t.me/Hemishee_kremel/179807
קלעף וועלן פליען, אבער ארדענונג וועט זיין

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:51 pm

· #541185
Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
[ציטאט אראפגענומען]
יא, שוין אמאל געווארן אויסגעשמועסט דא אין שטיבל, והמלנקקים ילנקקו.