☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זימן נקבות ומצא זכרים

זימן נקבות ומצא זכרים

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16723

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 7:59 pm

· #540461
זימן נקבות ומצא זכרים
'Tressa Johnson' און 'Evelyn williamson' זענען צוויי אמעריקאנער ספארטלערס וואס באטייליגן זיך רעגלמעסיג אין סייקלינג פארמעסטן. ביידע אידענטיפיצירן זיך אלס טראנסדזשענדער'ס אבער זענען בעצם בּיאָלאגישע זכרים געהעריג מיט אלע רמ"ח איברים. דאס האלט זיי נישט אפּ אבער פון זיך צו פארמעסטן אין די קאטעגאריע פון פרויען-ספּארט און אפשניידן געווינסן אויף רעכטס און לינקס אויף די חשבון פון די אומשולדיגע נקיבות.

- אין א סייקלינג עווענט וואס איז פארגעקומען די לעצטע חודש אין שיקאגא (Chicago cyclocross cup), אין די סינגל-ספיד קאטאגאריע האט דזשאָנסאן גענומען די ערשטע פלאץ, און וויליאמסאָן די צווייטע פלאץ. איבערלאזנדיג בלויז דריטע פלאץ פאר א 'ריכטיגע' נקבה.
- אין די זעלבע עווענט אין די האַלף-קאט קאטעגאריע האט דזשאנסאן גענומען די ערשטע פלאץ באקומענדיג א געלט-באלוין פון 150 דאללער, און וויליאמסאן- די פערטע פלאץ, באקומענדיג א באלוין פון 70 דאללער.
- פריער אין יאר, אין אוגוסט, האט די טראנסדזשענדער פּאוער-קאפל געווינען א רילעי רעיס אין שיקאגא. און עטליכע טעג שפעטער - נאך א רילעי רעיס אין אילינוי. אבער דאס זענען נישט די איינציגסטע געווינסן.
וויליאמסאָן למשל, פארמעסט זיך שוין אין די פרויען קאטאגאריע זייט 2017 און האט שוין אנגעצויגן 18 טייטלס. דאס האט איר ווייטער נישט אפגעהאלטן אין 2020 ביי א געוויסע ספארט עווענט זיך צו פארמעסטן צו דער זעלבע צייט ביי ביידע - סיי ביי די פרויען און סיי ביי די מענער קאטעגאריע. ביי די פרויען האט זי אנגעצויגן די ערשטע פלאץ און ביי די מענער..... האט זי פארלוירן צו 40 מענער פאר איר. שאקינג.

לויט שמועות איז וויליאמסאן געווען אין ראמאנטישע רילעשענשיפ מיט אַן אנדערן ספארטלער 'Austin Killips', אויך א ביאלאגישע זכר מיט א צאל פרויען-געווינסן אין איר טאש. אין א פארמעסט פאר פרויען אין נארט קארליינע אין אויגוסט איז זי אריינגעקומען ערשטע פלאץ. זי איז אנגעקומען גאנצע פ י נ ף מינוט (!) פאר די נעקסטע ספארטלער אין די צווייטע פלאץ - א נקיבה פארשטייט זיך. ביי די געווינס האט זי דערקלערט אַן איבערגענומענער ''דאס איז געווען א ביטערע אנשטרענגונג, איך בין שטאלץ מיט מיטן דעגרייכן די רעזולט'.
דאס זעלבע קיליפס איז געפילעמט געווארן אין א פארמעסט לעצטע יאר פרובירנדיג אראפצושטופן מיט כוח א אומשולדיג נקיבה פונעם רעיס ליין.

כ'האב שוין געשריבן אמאל איבער די פאל פון Liha Thomas א דורכשניטליכער שווימער וועלכע האט זיך דערקלערט אלץ טראנסדזשענדער און פלוצים געווינען די NCAA Division נאציאנאלע טשעמפיאנשיפ פאר א געוויסע שווימען קאטעגאריע געאייגנט פאר פרויען.

ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס. נאך מער מאכט נישט קיין סענס פארוואס ווערט דאס באטראכט ביי מאנכע אלץ פראגרעסיוו.
📎 76503463-12626083-image-m-41_1697168367417 (1).jpg

פינקע בלומען » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 8:09 pm

· #540462
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
It's very painful,
כ'ווייס נישט פארוואס די פרויען ספארטלערס boycott נישט די פארמעסטען

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 8:17 pm

· #540464
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
שאלתיאל
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס. נאך מער מאכט נישט קיין סענס פארוואס ווערט דאס באטראכט ביי מאנכע אלץ פראגרעסיוו
אנגעפאנגען האט זיך די LGBT באוועגונג מיט'ן געבן פרייהייט פאר individual expression וואס ווערט פארשטענדליך באטראכט אלץ פראגרעסיוו, פון דארט און ווייטער פאלט שוין אלעס אריין אינעם פריערדיגן נאראטיוו פון individual expression, און די נאראטיוו וועט אלץ געוואונען איבער די פאקטן. גראדע איז לעצטנס דא א שטיקל באוועגונג צו באזייטיגן די טרענס חברה דורכ'ן שטופן די נאראטיוו פון געבן (ביאלאגישע?) פרויען א מעגליכקייט צו געוואונען אין ספארטס, מערקט אז דאס איז ווייטער א נאראטיוו ווייל פאקטן זענען בייגעדיג ווי ווארעמע פוטער. הגם מיך אינטערעסירט די גאנצע געשעפט גאנץ ווייניג, אבער איך קען פארשטיין אז פאר פרויען וואס אינוועסטן יארן אין ספארטס און מיטאמאל קומען אפאר חברה מיט א ביאלאגישע אויבערהאנט, צו מ'רופט זיי מענער צו פרויען מאכט נישט אויס, און זייער גאנצע הארעוואניע גייט אין ד'רערד אריין איז עס אן עוולה.

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 8:25 pm

· #540466
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
פינקע בלומען #
It's very painful,
כ'ווייס נישט פארוואס די פרויען ספארטלערס boycott נישט די פארמעסטען
די וואס קריטיקירן עס ווערן אפט פארשטילט און באטיטלט אלץ ''טראנספאביע''. אויב כ'געדענק גוט איז געווען בלויז איין ספארטלער פון די טים פון טאמאס וואס האט זיך דערוואגט צו קריטיקירן און זי האט עס אויך געטון אנאנים. דאס איז אפי' ווען ס'קומט מצד פעמיניסטישע זארג די רעכטן פון די פרויען ספארטלער.

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 8:41 pm

· #540467
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
ברוך שפינוזה #
שאלתיאל
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס. נאך מער מאכט נישט קיין סענס פארוואס ווערט דאס באטראכט ביי מאנכע אלץ פראגרעסיוו
אנגעפאנגען האט זיך די LGBT באוועגונג מיט'ן געבן פרייהייט פאר individual expression וואס ווערט פארשטענדליך באטראכט אלץ פראגרעסיוו, פון דארט און ווייטער פאלט שוין אלעס אריין אינעם פריערדיגן נאראטיוו פון individual expression, און די נאראטיוו וועט אלץ געוואונען איבער די פאקטן.

כ'פארשטיי אז דאס געבן די פרייהייט איז טאקע פראגרעסיוו. די שאלה איז ווען די נעראטיוו גייט עד הסוף און ס'קומט אן צו אזעלכע לעכערליכע סצענעס ווי ס'קלאר פאר יעדן בר דעת אז נישט נאר גייט נישט צוזאמען מיט די פאקטן נאר ס'איז אויך אויף די חשבון פון אונטערדרוקן אנדערע.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:21 pm

· #540471
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
שאלתיאל: דאס איז א ריכטיגע דור המבול ווי רש"י זאגט אויף דעם פסוק ..."מכל אשר בחרו"!

נאר דאס ווייזט אויך אויף די פאלשקייט און היפאקריסי פון די אזוי-גערופענע פראגרעסיוון און ליבעראלן.

לפי שיטתם העקומה אויב איינע/ר א ביאלאגישער זכר דערקלערט זיך אלס נקיבה, אדער א ביאלאגישע נקבה דערקלערט זיך אלס זכר, מוז מען דאס אקצעפטירן, מיט אלע קאנסעקווענצן וואס דאס ברענגט מיט זיך.

ספעציעל אין ספארטס, וואו זכרים וועלכע האבן זיך דערקלערט אלס נקבות און זיי "קאמפיעטן" מיט עכטע פרויען און זיי געווינען, ווייל באמת זענען זיי מענער און זענען פיזיש שטערקער געבויעט ווי פרויען, דאך, די געמיינע גרועים שבאומות וועלן אקצעפטירן די רעזולטאטן כאטש זיי זענען פאלש.

טמיר » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 10:54 pm

· #540480
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
אן עקסטערע לייק פאר די קריעטיוו קעפל...

פונדאַמענטאַל » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 11:46 pm

· #540481
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
Daily wire האט נארוואס ארויסגעגעבן א פרישע comedy film מיטן נאמען Lady ballers... ארויסגעברענגענדיג די היפאקראטיע פון טראנס פערזאנען אין פרויען ספארטס. די גאנצע DW חבורה איז אין די פילם - מיט Jeremy Boreing די co-ceo פארנעמדיג א מעין פארט. אזוי אויך איז דא א קורצע ערשיינונג פון Ted Cruz, און עס טוט אויך סטארן Riley Gaines וועלכע האט פארלוירן צו א טראנס פערזאן Lia Thomas וועלכע האט געצויגען גרויס אויפמערקזאמקייט, אויך טוט עס סטארן Tyler Fischer צווישן אנדערע.
https://youtu.be/Py2MzGtmaJ0?si=H8X_fu275_K0qMpL

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 10:21 am

· #540507
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
איך בין שאקירט ווי אזוי מען לאזט צו אזא ארטיקל דא. די ארטיקל איז פיל מיט האס און וועט נאך ברענגען אז געוויסע פרויען וועלן נאך אטאקירט ווערן פיזיש און גייסטיש. איך וויל אפילו נישט שרייבן טרענסדזשענדער פרויען ווייל דאס קען ברענגען ספיקות אין די אמונה אז געוויסע פרויען זענען נישט קיין פרויען באמת. ווען א מענטש זאגט אז ער איז פרוי איז ער פרוי. איז דען מעגליך אזא זאך אז א מענטש זאל זיין משוגע זיך רופן אלס א פרוי ווען ער איז נישט? איז דען מעגליך אזא זאך אז א מענטש זאל זאגן ליגנט און זיך רופן א פרוי ווען ער איז נישט? שרולי שטיין יוכיח. ער איז געבוירן אלס א פרוי, די עלטערן זייענדיג משוגע האבן אים געמאכט פאר א מאן און ער זייענדיג קלוג און העראיש האט זיך צום סוף ארויסגעריסן פון די ליגנטס און געוויזן פאר די וועלט אז ער גייט צוריק צו ווערן א פרוי על אף עס לוינט זיך צו זיין א מאן אין אונזער סאסייעטי. פרויען זענען דיסקרימינירט היינטיגע צייטן אויף א שרעקליכן פארנעם און עס איז זייער העראיש צו ווערן א פרוי און זיך צאמשטעלן מיט די אינטערדריקטע, נאך מער העראיש ווי ווערן א איד. שרולי איז אזוי העראיש אז וואו איינער איז אינטערטדריקט ווערט אזוי ווי זיי. היינט צו טאגס איז ער שוין אויך א פאלעסטינער. איך מיין נישט צו זאגן אז ער ווערט סיי וואס ווייל ער ווערט נישט גארנישט ער איז באמת פון געבורט אן שוין אזוי איך רעד נאר ווי אזוי עס זעהט אויס פאר אונז משוגעים אין אונזערע אויגן אז ער ווערט סיי וואס. נארמאלע מענטשן ווייסן דעם אמת.

שאלתיאל » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 9:18 pm

· #540560
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
Since taking the stance that I’ve taken, my address has been leaked, I’ve had people showing up at my doorstep, drones flying above my house"
I can’t even tell you the amount of death threats that I’ve had that have rendered the FBI getting involved. It’s real, the vitriol I faced
. I’ve been held for ransom for over 4 hours...I’ve been hit. I’ve been spit on. I’ve had bottles thrown at me
"

דאס איז Rilley gaines א פארמער שווימערין וואס האט היינט עדות געזאגט אין א קאנגרעס פארהער איבער די נושא פון טרענס אין פרויען ספארט. וואס איז איר זינד? זי איז געווען פון די איינציגסטע, אדער אפשר די איינצייגסטע ממש, וואס האט זיך דערוואגט ארויסצוגיין אין פובליק קעגן ליא טאמאס א טראנסדזשענדער מיט וועם זי האט זיך פארמאסטן אין א שווימען פארמעסט אין 22' ווען טאמאס האט געווינען די נעשענל טשעמיפיאנשיפ. זי האט אויסגעדרוקט דעמאלט אירע קריטיק איבער די אנפער קאמפיטישן און איבער די אומאנגענעמע עקספיריענס פון שעירן א פרויען לאקער מיט א ביאלאגישע זכר מיט א (אויפגעשטעלטע מסתמא) ****p. זיי דעמאלט איז געווארן אן אקטיוויסט פאר די רעכטן פון פרויען ספארטלערס און ליידט זין צאם פון ראדיקאל לינקע.

אין לויף פון די פארהער האט א דעמאקראטישע קאנגרעס-פרוי באשולדיגט אין באטייליגן אין "transphobic bigotry''.

https://twitter.com/MaryMargOlohan/status/1732162169083457957

שאלתיאל » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 9:28 pm

· #540561
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
דאס איז א שטיקל פון א פריערדיגע פארהער אין קאנגערס ווי זי האט אראפגעלייגט וואס זי איז אריבער

און דאס איז א שטיקל פון היינט

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 11:43 pm

· #540571
Re: זימן נקיבות ומצא זכרים
פונדאַמענטאַל #
Daily wire האט נארוואס ארויסגעגעבן א פרישע comedy film מיטן נאמען Lady ballers... ארויסגעברענגענדיג די היפאקראטיע פון טראנס פערזאנען אין פרויען ספארטס. די גאנצע DW חבורה איז אין די פילם - מיט Jeremy Boreing די co-ceo פארנעמדיג א מעין פארט. אזוי אויך איז דא א קורצע ערשיינונג פון Ted Cruz, און עס טוט אויך סטארן Riley Gaines וועלכע האט פארלוירן צו א טראנס פערזאן Lia Thomas וועלכע האט געצויגען גרויס אויפמערקזאמקייט, אויך טוט עס סטארן Tyler Fischer צווישן אנדערע.
https://youtu.be/Py2MzGtmaJ0?si=H8X_fu275_K0qMpL
איך האב אזא הנאה פון די חברה. זיי מאכן געלט פון גארנישט, נאר פון פשוט אויפשפילן ריאליטי. עס איז גארנישט פאני פאר זיך. די דזשאוק איז פשוט אז די וועלט איז משוגע פארן זיך אזוי אויפפירן. ווען די וועלט וועט האבן א פארקערטע מוד סווינג וועלן זיי מאכן געלט אלס א דאקומענטערי.

טמיר » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 1:17 am

· #540581
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
ס'איז מבהיל וויאזוי אזא זאך איז אפילו געווארן א דיבעיט. איז דא "עפעס" א זאכליכע ארגומענט צי מסביר'ן די אנדערע צד? קען נישט זיין אז מיליאנען מענטשן זענען אינגאנצן משוגע

נחום הסופר » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 5:14 am

· #540597
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
טמיר #
ס'איז מבהיל וויאזוי אזא זאך איז אפילו געווארן א דיבעיט. איז דא "עפעס" א זאכליכע ארגומענט צי מסביר'ן די אנדערע צד? קען נישט זיין אז מיליאנען מענטשן זענען אינגאנצן משוגע
א פאלשע הנחה. מיליאנען מענטשן קענען זיין טויט משוגע.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 6:55 am

· #540601
‏דא (און דא) האב איך צוגעברענגט די טרענס טענה און צד אין דעם. בקיצור איז דאס אז די ביאלאגישע דיפערענצן לגבי ס*קס ביחס צו כח אבּיליטיס ביי ספּארטס, זענען בכלל בעצם אויף א ספּעקטרום; ווי מ׳זעהט לדוגמא ביי אינטערסעקס (אנדרוגינוס) מענטשן. (ובפרט וואו זיי האבן א נטייה צו זיין א פרוי, איז יתכן אז די אביליטיס זייערע אין דעם זענען אלס געווען אויף די העכערע ענד פונעם ספּעקטרום פון די עוורידזש ביי ביאלאגישע פרויען. און אז מ׳לייגט צו דערצו אויב נעמען זיי הארמאנען טעראפּי, קען דאס נאך מער צוגעבן צום טענה זיי צוצושטעלן אין דעם סוג פון שטערקערע פרויען לגבי ספּארטס.)

‏דא ברענגט ארויס א טרענס-פרוי ספּאָרטלער ווי ס׳איז מעגליך טאקע נישט יושר אז טרענס-פרויען קאמפּיטען אין ספּאָרטס קעגן סיס-פרויען.

איך נעם נישט קיין שטעלונג דא בכלל. מ׳האט נאר געפרעגט איבער וואס די סברא פארקערט איז, האב איך עס צוגעברענגט.

סקעפטיקער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 11:34 am

· #540617
Re:
מי אני #

זייער זייער שוואכע טענות, יעדער ווייסט אז געוויסע פרויען זענען שטערקער ווי געוויסע מענער, אבער אן עווערעדזש זענען מענער שטערקער ווי פרויען, און דאס איז די סיבה אז זיי זענען אפגעטיילט אין ספארטס. די זעלבע איז מיט טרענסדזשענדער.

די וואס זענען אויף פובערטי בלאקערס איז אן אנדערע נושא, דארט דארף מען וויסן די מציאות

פונדאַמענטאַל » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:14 pm

· #540634
Re:
מי אני #
‏דא (און דא) האב איך צוגעברענגט די טרענס טענה און צד אין דעם. בקיצור איז דאס אז די ביאלאגישע דיפערענצן לגבי ס*קס ביחס צו כח אבּיליטיס ביי ספּארטס, זענען בכלל בעצם אויף א ספּעקטרום; ווי מ׳זעהט לדוגמא ביי אינטערסעקס (אנדרוגינוס) מענטשן. (ובפרט וואו זיי האבן א נטייה צו זיין א פרוי, איז יתכן אז די אביליטיס זייערע אין דעם זענען אלס געווען אויף די העכערע ענד פונעם ספּעקטרום פון די עוורידזש ביי ביאלאגישע פרויען. און אז מ׳לייגט צו דערצו אויב נעמען זיי הארמאנען טעראפּי, קען דאס נאך מער צוגעבן צום טענה זיי צוצושטעלן אין דעם סוג פון שטערקערע פרויען לגבי ספּארטס.)

‏דא ברענגט ארויס א טרענס-פרוי ספּאָרטלער ווי ס׳איז מעגליך טאקע נישט יושר אז טרענס-פרויען קאמפּיטען אין ספּאָרטס קעגן סיס-פרויען.

איך נעם נישט קיין שטעלונג דא בכלל. מ׳האט נאר געפרעגט איבער וואס די סברא פארקערט איז, האב איך עס צוגעברענגט.
מיט די טענה קען מען אינגאנצען אוועקנעמען די צוטיילונג פון ס*קס ביי ספארטס, צוליב דעם וואס די ביאלאגישע דיפערענצן זענען בכלל בעצם אויף א ספּעקטרום. נאר אויף וויפיל מען פארשטייט אז די צוטיילונג פון ס*קס איז וויכטיג, וויבאלד עס נעמט ארום א ספעציפישע כלל פון צוטיילונג , דאן דארף די צוטיילונג זיין ביאלאגיש באזירט. אויב נישט האט דאס נישט קיין שום משמעות.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 3:58 pm

· #540640
פונדאַמענטאַל #
מיט די טענה קען מען אינגאנצען אוועקנעמען די צוטיילונג פון ס*קס ביי ספארטס, צוליב דעם וואס די ביאלאגישע דיפערענצן זענען בכלל בעצם אויף א ספּעקטרום. נאר אויף וויפיל מען פארשטייט אז די צוטיילונג פון ס*קס איז וויכטיג, וויבאלט עס נעמט ארום א ספעציפישע כלל פון צוטיילונג , דאן דארף די צוטיילונג זיין ביאלאגיש באזירט. אויב נישט האט דאס נישט קיין שום משמעות.
איה"נ. אט דאס איז די טענה זייערע: עס איז נישט אזוי ווייט א צוטיילונג פון (ביאלאגישע) ס*קס, ווי איידער א צוטיילונג פון (סאציאלע) דזשענדער.

וואו (ביאלאגישע) ס*קס קומט אריין אין די צוטיילונג איז לגבי עוורידזשעס. מיינענדיג, אז ווען מ׳צוטיילט דאס דייקא צווישן סיס-מענער און סיס-פרויען, זענען ביי מענער ליִגס די ספּאָרטלער דארט פון די אויבערשטע שטייסל פון ביאלאגישע מענער לגבי פיזיקאלע כח אא״וו, און ביי די פרויען ליִגס די אויבערשטע שטייסל פון פיזיקאלע כח אא״וו ביי ביאלאגישע פרויען. פון דא און ווייטער ווערט עס אבער פארנעפעלט. דאס איז ווייל מ׳פארשטייט (אין די צווייטע ארטיקל כ׳האב צוגעצייכענט) אז מ׳האט נישט צו, לדוגמא, דיסקוואַליפייען א סיס-פרוי וואס האט און איז געבוירן מיט אַן ערוה ואיברי נקיבה, אבער האט XY קראָמאָסאָמס וועלכע געבן איר א נאטורליכע אויבערהאנט קעגן אנדערע פרויען. והשתא דאתית להכי איז דא אַן ענליכע טענה פאר א טרענס-פרוי אויך: די מענטש האט XY קראָמאָסאָמס אבער איז א פרוי.

וואס מ׳קען טאקע טענה׳ן איז לגבי די הגדרה פון ״איז א פרוי״ אין דעם קאנטעקסט. פשוט ריין מכח דעם ווייל די מענטש מאכט אזוי אפ? ומאידך גיסא, איז אבער דאך שווער צו זאגן אז נאר די אבר הזכרות ביחד עם XY קראָמאָסאָמס איז דאס וואס מאכט דאס אפ. וויבאלד טאמער די מענטש האט די מאָסל טאָן און מאסע פון א פרוי (מחמת האָרמאָנען צי מאיזה סיבה), אבער האט אַן אבר זכרות עם XY קראָמאָסאָמס, דארף די מענטש לגבי ספּאָרטס גערעכענט ווערן אזוי ווי א מאן?

אין קורצן, די בּיינערי הגדרה ביי ספּאָרטס איז מער אַרבּיטרערי ווי די מציאות פון סיי ביאלאגישע ס*קס של זכר ונקיבה, און אוודאי די סאציאלאגישע הגדרה פון דזשענדער/מין של איש ואשה. וממילא איז, ווי געזאגט, די בּיינערי הגדרה אין די קאנטעקסט פון ספּאָרטס, לגבי די עוורידזש כח און מאָסל מאסע פון מענטשן וועלכע זענען ״לכל הדיעות״ מענער צו פרויען; די ״לכל הדיעות״ איז טאקע בּיינערי און די צוויי פארקערטע ענדס פונעם ספּעקטרום (אזוי ווי דורכאויס היסטאריע איז דאך דאס געווען אָנגענומען), און דערפאר איז פארהאן צוויי סעטס פון עוורידזשעס. ולכן, איז די טענה אז אויב א מענטש פאלט אריין אין די עוורידזש פון איינע פון די צוויי ליִגס און וויל דארט שפילן, זאל די מענטש דארט קענען שפילן. (און וויבאלד דאס אלעס איז דאך אטאמאטיש אויך מקושר אין סאציאלע דזשענדער אידענטיטעט, וועט אט די ״ווילן״ נאר שייך זיין ביי טרענס מענטשן.) כמובן ארבעט דאס ביידע וועגן, וואו עס זענען דא טרענס-מענער אין מענער ספּאָרטס.

ווי מ׳זעהט איז דאך דאס אלעס מקושר אין די שוועריקייט פון פונאנדערטיילן (ביאלאגישע) ס*קס פון (סאציאלע) דזשענדער, ולכן האב איך נישט קיין פערזענליכע מיינונג בעד אדער קעגן. ובאתי רק להעיר.

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 6:18 pm

· #540649
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
[ציטאט אראפגענומען]
און ביי חסידים איז דען נישט אויך פונקט אזוי לגבי זייערע משוגעת'ן? מיר זענען אלע די זעלבע בשר ודגים.

yatzmachp » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:34 pm

· #540665
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
הרב מי אני דו ביזט נישט צופעליג טרנסדזשענדער? דו סאונדסט זייער צומישט. איך בין זיכער אז דו פארשטייסט זייער גוט דיין ווערטער סאלאט.

מאן-פרוי איז זייער פשוט, xy-xx. עס האט גארנישט צו טאן מיט די אברים המין. ר"ל איינעם וואס מען דארף אראפנעמען די אברי המין וועגן א מחלה ווערט ער נישט אויס מאן אדער פארקערט, פונקט ווי א מענטש וואס מען נעמט אים אראפ די הענט, פוס, אויער, צונג ר"ל ווערט נישט אויס מענטש.

טרענסדזשענדעריזם איז פשוט א מענטל דיזיז. עס זענען דא זייער אסאך דעלוזשענעל קראנקהייטן, דעס איז נאך איינס. מאכן דערפון אן אקאדעמישער שמועס טוישט נישט די מציאות.

היינטיגע צייטן זעהט שוין יעדער וואס די אזוי גערופענע אקאדעמישע אינסטיטוציעס לערנען מיט זייערע תלמידים. וואס איז גוט איז שלעכט און די זעלבע פארקערט. The insane are running the asylum.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 10:32 pm

· #540675
Re:
מי אני #
איה״נ. אט דאס איז די טענה זייערע: עס איז נישט אזוי ווייט א צוטיילונג פון (ביאלאגישע) ס*קס, ווי איידער א צוטיילונג פון (סאציאלע) דזשענדער.
די תפקיד פון די צוטיילונג פון ערשטן פלאץ טוט גאנץ קלאר רעפרעזענטירן א ביאלאגישע צוטיילונג צווישן די צוויי מינים, צו טענה'ן אז די גדרים פון די צוטיילונג זענען נישט ביאלאגיש נאר סאציאל איז א פארפירונג פון די גאנצע מטרה.
מי אני #
וואו (ביאלאגישע) ס*קס קומט אריין אין די צוטיילונג איז לגבי עוורידזשעס. מיינענדיג, אז ווען מ׳צוטיילט דאס דייקא צווישן סיס-מענער און סיס-פרויען, זענען ביי מענער ליִגס די ספּאָרטלער דארט פון די אויבערשטע שטייסל פון ביאלאגישע מענער לגבי פיזיקאלע כח אא״וו, און ביי די פרויען ליִגס די אויבערשטע שטייסל פון פיזיקאלע כח אא״וו ביי ביאלאגישע פרויען. פון דא און ווייטער ווערט עס אבער פארנעפעלט. דאס איז ווייל מ׳פארשטייט (אין די צווייטע ארטיקל כ׳האב צוגעצייכענט) אז מ׳האט נישט צו, לדוגמא, דיסקוואַליפייען א סיס-פרוי וואס האט און איז געבוירן מיט אַן ערוה ואיברי נקיבה, אבער האט XY קראָמאָסאָמס וועלכע געבן איר א נאטורליכע אויבערהאנט קעגן אנדערע פרויען. והשתא דאתית להכי איז דא אַן ענליכע טענה פאר א טרענס-פרוי אויך: די מענטש האט XY קראָמאָסאָמס אבער איז א פרוי.
א פערזאן וואס איז געבוירן מיט איברי נקיבה, אבער האט XY קראמאסאמס, איז א ביאלאגישע מאן מיט נקבה כאראקטעריזאציעס. מעיקר הדין וואלט אזא פערזאן נישט געדארפט זיין אין די פרויען ליגע (אויסער אויב מען קען אויפווייזן סייענטיפיש אז די פימעיל כאראקטעריזאציעס טוט אפעקטירן דער פערזאנס מעגליכקייטן, ווי דער ארטיקל פרובירט צו טענה'ן). נאר עס איז פארשטענדלעך צו נעמען אין באטראכט די סאציאלע סטאטוס און מעגליכע שווערעקייטן וואס אזא פערזאן גייט דורך, וועלכע דער פערזאן האט נישט בוחר געווען. אנדערש איז דער טראנס פערזאן וואס איז דאס בוחר על דעת עצמו.
מי אני #
וואס מ׳קען טאקע טענה׳ן איז לגבי די הגדרה פון ״איז א פרוי״ אין דעם קאנטעקסט. פשוט ריין מכח דעם ווייל די מענטש מאכט אזוי אפ? ומאידך גיסא, איז אבער דאך שווער צו זאגן אז נאר די אבר הזכרות ביחד עם XY קראָמאָסאָמס איז דאס וואס מאכט דאס אפ. וויבאלד טאמער די מענטש האט די מאָסל טאָן און מאסע פון א פרוי (מחמת האָרמאָנען צי מאיזה סיבה), אבער האט אַן אבר זכרות עם XY קראָמאָסאָמס, דארף די מענטש לגבי ספּאָרטס גערעכענט ווערן אזוי ווי א מאן?
וואס איז שווער? וואס מאכט אפ די זכרות סטאטוס פונעם אבר הזכרות? די ביאלאגישע מציאות! דאס מאכט אויך אפ די מין פונעם מענטש בכללות. און עס איז נישט דא קיין 'לגבי'. XY Chromosomes מאכט נישט אפ, עס איז. מאסל טאן און מאסע זענען כאראקטעריזאציעס פון א פרוי אבער מאכן נישט קיין פרוי.
נאך א נקודה - די צוטיילונג פון מין אין ספארטס איז א כללות'דיגע צוטיילונג און איז נישט משקף יעדע פערזענליכע פאל. אבער די גדרים פון די צוטיילונג דארפן האבן א משמעות.
מי אני #
אין קורצן, די בּיינערי הגדרה ביי ספּאָרטס איז מער אַרבּיטרערי ווי די מציאות פון סיי ביאלאגישע ס*קס של זכר ונקיבה, און אוודאי די סאציאלאגישע הגדרה פון דזשענדער/מין של איש ואשה. וממילא איז, ווי געזאגט, די בּיינערי הגדרה אין די קאנטעקסט פון ספּאָרטס, לגבי די עוורידזש כח און מאָסל מאסע פון מענטשן וועלכע זענען ״לכל הדיעות״ מענער צו פרויען; די ״לכל הדיעות״ איז טאקע בּיינערי און די צוויי פארקערטע ענדס פונעם ספּעקטרום (אזוי ווי דורכאויס היסטאריע איז דאך דאס געווען אָנגענומען), און דערפאר איז פארהאן צוויי סעטס פון עוורידזשעס. ולכן, איז די טענה אז אויב א מענטש פאלט אריין אין די עוורידזש פון איינע פון די צוויי ליִגס און וויל דארט שפילן, זאל די מענטש דארט קענען שפילן. (און וויבאלד דאס אלעס איז דאך אטאמאטיש אויך מקושר אין סאציאלע דזשענדער אידענטיטעט, וועט אט די ״ווילן״ נאר שייך זיין ביי טרענס מענטשן.) כמובן ארבעט דאס ביידע וועגן, וואו עס זענען דא טרענס-מענער אין מענער ספּאָרטס.
איך זעה נישט וואספארא ראלע "ווילן" שפילט אין אוועקשטעלן די עוורידש אין וועלכע דער פערזאן פאלט אריין.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 11:24 pm

· #540679
yatzmachp #
הרב מי אני דו ביזט נישט צופעליג טרנסדזשענדער? דו סאונדסט זייער צומישט. איך בין זיכער אז דו פארשטייסט זייער גוט דיין ווערטער סאלאט.

מאן-פרוי איז זייער פשוט, xy-xx. עס האט גארנישט צו טאן מיט די אברים המין. ר"ל איינעם וואס מען דארף אראפנעמען די אברי המין וועגן א מחלה ווערט ער נישט אויס מאן אדער פארקערט, פונקט ווי א מענטש וואס מען נעמט אים אראפ די הענט, פוס, אויער, צונג ר"ל ווערט נישט אויס מענטש.
אט דארט איז וואו עס ווערט אויסדרוקליך נישט פשוט. ווען דו זאלסט ווען האבן גענומען די מיה צו דורכליינען דעם ארטיקל איך האב פריער ציטירט, וועלכע דו האסט עווידענטלי נישט געטוהן, אנשטאט זיך נאר טענה'ן מיט עד האמינעמס כדרכך, וואלסטו ווען געזעהן אז ס'איז נישט פשוט דאס צו באזירן אויף ריין XY-XX קראָמאָסאָמס. לדוגמא, איז עוואַ קלאַבּוּקאָסקאַ, וועלכע האט געהאט XY קראָמאָסאָמס אבער איברי נקיבה, נישט קיין "פרוי"? ווי די ארטיקל שרייבט דארט:
Some intersex women are anatomically so similar to other women that they never discover their XY chromosomal makeup
און ווי עס שטייט דארט זענען די סארט אינטערסעקס מענטשן מער עלול צו זיין אין פרויענס' ספּאָרטס בכלל, און טאקע אלס׳ן זיין שטערקער וכו׳. דו זאגסט אז ס'איז א "דבר פשוט מאד" זיי צו דיסקוואַליפייען אלס'ן נישט זיין "פרויען"?
yatzmachp #
טרענסדזשענדעריזם איז פשוט א מענטל דיזיז. עס זענען דא זייער אסאך דעלוזשענעל קראנקהייטן, דעס איז נאך איינס. מאכן דערפון אן אקאדעמישער שמועס טוישט נישט די מציאות.
נניח אז ס'איז א מענטל דיסאָרדער, וואס זאגט דאס אבער, לשלעצמו, לגבי הגדרת "איש" או "אשה" בזה? אפילו ווען עס זאל ווען נישט זיין אזא פענאמענאן ווי טרענסדזשענדער, איז די שאלה פון ״מהו ההגדרה (כאן)?״, און צי דאס איז דוקא תלוי אין די XY-XX קראָמאָסאָמס, נאך אלס במקומה עומדת. לדוגמא, עוואַ קלאַבּוּקאָסקאַ הנ״ל איז נישט געווען טרענסדזשענדער. און איינמאל עס איז נישט דייקא תלוי אין די קראָמאָסאָמס און נישט דאס איז וואס איז דאס דוקא קובע, און עס איז שוין תלוי אין דרויסענדע כאראקטעריסטיקס און א פענאָטייפּ, קען מען שוין בעצם אריינפיטן דארטן טרענסדזשענדערס אויך, טאמער זיי קומען נאך די קרייטעריע, אפגעזעהן צי זיי זענען משוגע אדער האבן זיך דאס אליינס געמאכט.
פונדאַמענטאַל #
די תפקיד פון די צוטיילונג פון ערשטן פלאץ טוט גאנץ קלאר רעפרעזענטירן א ביאלאגישע צוטיילונג צווישן די צוויי מינים, צו טענה'ן אז די גדרים פון די צוטיילונג זענען נישט ביאלאגיש נאר סאציאל איז א פארפירונג פון די גאנצע מטרה.
אט דאס טענה'ן זיי איז דאך נישט אזוי. מיינענדיג, היסטאריש האט מען אלס (סאציאלאגיש) געהאלטן אז עס איז א דיסקריִט בּיינערי, און מ'האט געקלערט אז די דיסקריִט בּיינערי איז מכח א ביאלאגישע באזיס (אחוץ טומטום ואנדרוגינוס וועלכע מ'האט געהאלטן איז אזא סארט בריה ומין בפני עצמו, וידוע המשנה/תוספתא בביכורים פ״ד מ״ה). און על סמך זה האט מען אזוי אוועקגעשטעלט די צוטיילונג אין ספּאָרטס אויך. כהיום איז דאך די ביאלאגישע ס*קס באזיס פאר די בּיינערי סאציאלע דזשענדער אפטיילונג שטארק נתרופף געווארן וכנ"ל. איז דאך למעשה נאר איבערגעבליבן דאס אז עס איז א סאציאלע אפטיילונג. אחוץ טאמער זאגט מען אז דאס איז פשוט מכח א חילוק אין מאָסל מאסע עוורידזש צווישן צוויי גרופעס (וכעין דאס׳ן אפטיילן ביי ספּאָרטס צווישן לייטוועיט, העוויוועיט וכדומה) - וואס די גאנצע טענה פון די אומ׳יושר דא איז דאך בעיקר מכח די חילוק אין (עוורידזש) מאָסל טאָן.
פונדאַמענטאַל #
א פערזאן וואס איז געבוירן מיט איברי נקיבה, אבער האט XY קראמאסאמס, איז א ביאלאגישע מאן מיט נקבה כאראקטעריזאציעס. מעיקר הדין וואלט אזא פערזאן נישט געדארפט זיין אין די פרויען ליגע (אויסער אויב מען קען אויפווייזן סייענטיפיש אז די פימעיל כאראקטעריזאציעס טוט אפעקטירן דער פערזאנס מעגליכקייטן, ווי דער ארטיקל פרובירט צו טענה'ן).
אט דאס איז דאך די טענה זייערער: איז עס טאקע אזוי פשוט צו זאגן אז "א פערזאן וואס איז געבוירן מיט איברי נקיבה, אבער האט XY קראָמאָסאָמס, איז א ביאלאגישע מאן מיט נקבה כאראקטעריזאציעס"? הגע בעצמך, פאר אזא 100-150 יאר צוריק, ווען מ'האט נאך נישט געקענט פעסטשטעלן די קראָמאָסאָמעל מעיקאָפּ פון אַן אינדיווידועל מענטש, איז דאך דאס א דבר פשוט אז מ'וואלט באטראכט אזא איינעם ווי א(ן אפילו 100%) ביאלאגישע נקיבה און "פרוי". איז יעצט אז דו קענסט דאס שוין יא פעסטשטעלן דרייסטו דאס אויף פונקט פארקערט?

וואס דו קענסט זאגן איז אז טאמער איך זעה נאר XY דזשיִנס אין א לאבארעטאריע, זאג איך אז דאס איז דזשענעטיקעלי/ביאלאגיש א זכר - דאס דזשענאָטייפּ דערפון. אבער כמובן אז דאס אליין זאגט אבסאלוט גארנישט לגבי די פענאָטייפּ, די כאראקטעריסטיקס על הכלל וואס איז נראה לעינים בחוץ, וואס אט אויף דעם איז דאך די נידון דא.
פונדאַמענטאַל #
מאסל טאן און מאסע זענען כאראקטעריזאציעס פון א פרוי אבער מאכן נישט קיין פרוי.

נאך א נקודה - די צוטיילונג פון מין אין ספארטס איז א כללות'דיגע צוטיילונג און איז נישט משקף יעדע פערזענליכע פאל. אבער די גדרים פון די צוטיילונג דארפן האבן א משמעות.
אם כנים אנחנו בזה אז די XY/XX קראָמאָסאָמס אליינס זענען נישט גוטע קרייטעריע אויף צו מגדיר זיין "מאן/פרוי" אין די קאנטעקסט וכנ"ל, דאן איז טאקע די משמעות און גדרים פונעם אפטיילונג דא אין ספּאָרטס מער לגבי די מאָסל טאָן, וכעין לייטוועיט/העוויוועיט וכנ"ל (ווייל, ווי געזאגט, ארום דעם דרייט זיך דאך די עיקר טענה דא פארוואס עס איז נישט יושר אז א ״מאן״ זאל שפילן קעגן א ״פרוי״). און דאס וועט טאקע בדרך כלל זיין א חילוק ביי מאן/פרוי, אבער אסאך לויזער, אזוי אז עס געבט שוין א ברייטערן מקום פאר די הגדרה דא כולל צו זיין מער. און כנ״ל איז דאס אפגעזעהן צי מ׳איז געבוירן אין די הגדרה צי זיך דאס אליינס געבראכט.

אין קורצן, די גאנצע סיבה און אַבּיעקטיוון משמעות פונעם בּיינערי אפטיילונג ביי ספּאָרטס בעצם (כהיום), איז נאר אלס די דרויסענדיגע פיזיאלאגישע דיפערענצן ביניהם אין די כאראקטעריסטיקס הנוגע לספּאָרטס - די עוורידזש חילוק אין פענאָטייפּ פון מאָסל טאָן/מעס. נישט מער. והשתא דאתית להכי איז אויף דעם דארף זיין די נידון: אט די פענאָטייפּ און דרויסענדע כאראקטעריסטיקס, און נישט די XY-XX זשענאָטייפּ.
פונדאַמענטאַל #
איך זעה נישט וואספארא ראלע "ווילן" שפילט אין אוועקשטעלן די עוורידש אין וועלכע דער פערזאן פאלט אריין.
איך זאג פארקערט: אז טאמער דער מענטש פאלט שוין אריין (מעיקרא) אין יענע עוורידזש, און (דערנאך) ער/זי וויל דארט שפילן, דאן זאל מען אים/איר דארט לאזן שפילן. איך זאג נאר אז אפילו דער מענטש פאלט שוין טאקע דארט אריין, וועט ער/זי נישט "וועלן" שפילן אין יענעם ליִג (און עס וועט נישט חל זיין דעם גאנצן שמועס ונידון בכלל) סיידן טאמער איז די מענטש טרענס (אדער אינטערסעקס הנ״ל, וואס דארטן ביסטו בכלל מער מודה אז זיי באלאנגען יא).

yatzmachp » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:53 pm

· #540768
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
מי אני, די מציאות אז דו מישט צאם א עכטע פיזיקעל דיזיז אזוי ווי אינטערסעקס ר"ל , מיט א מענטל דיסארדער וואס רופט זיך טרענסדזשענדעריזם ווייזט אויף דיין דיסהאנעסטי אין דיין צוגאנג צום פארשטיין סעקס און דזשענדער. אפשר לייגסט צו יעדן דיסארדער וואס אפעקטירט דעם סעקס קראמאזאם אזוי ווי טורנער סינדראם, קליינפעלטער סינדראם, ר"ל. ווען איך שרייב דיין מיין איך נישט דיך per se, נאר די אלע וואס מאכן דעם זעלבן ארגומענט.

ווען דו שרייבסט אז איך האב נישט געלייענט דעם ארטיקל וואס דו האסט צו געברענגט, ביזטו גערעכט. עס קומט א פוינט אין א סובדזשעקט וואס א מענטש האט שוין גענוג געהערט און געלייענט אז מען דארף שוין נישט ליינען מער און מען מעג קומען צו א קאנקלוזשען. מען מוז נישט ליינען יעדן ארטיקל אויף א זאך צו קומען צו מסקנא ובפרט אז ווען דער וואס ברענגט עס צו שרייבט נאן סענס ברויך איך מיך נישט איבערצייגן אז דער ארטיקל איז אויך נאן סענס. עס איז דא אזא ווי מתיר זיין א שרץ בק"ן טעמים און א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. די פאקט אז מען קען אים נישט ענטפערן מאכט אים נישט גערעכט. די זעלבע זאך איז ביי יעדן סובדזשעקט.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 1:16 am

· #540779
וואסארא דיסהאַנעסטי? דיין טענה איז, כלשונך, ״מאן-פרוי איז זייער פשוט, xy-xx״; די דזשענאָטייפּ. אויף דעם צייג איך דיר (עכ״פ אין די קאנטעקסט פון ספּאָרטס, וואס איז דאך די נידון דא), פונעם, כלשונך, ״עכטע פיזיקעל דיזיז אזוי ווי אינטערסעקס״ אז ס׳איז אויסדרוקליך נישט פשוט, און עס וועט זיך שוין מער ווענדן אין די דרויסענדע כאראקטעריסטיקס; די פענאָטייפּ. והשתא דאתית להכי מה ראית לחלק אז ביי טרענסדזשענדערס, וואו ס׳איז יא בבחירתם (זאל שוין זיין מטעם מענטל דיסאָרדער), זאל זיין אנדערש טאמער זייער פענאָטייפּ איז ענליך צום עוורידזש פון פרויען ספּאָרטלער? על סמך מה? וואו איז די דיסהאַנעסטי? איך וואלט געזאגט אז ״דיסהאַנעסטי״ איז זיך טענה׳ן אָן ליינען די צד שכנגד וואס די בר פלוגתא ציטירט.

yatzmachp » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 1:28 am

· #540781
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
ביזט גערעכט. יעדער וואס רעדט זיך איין אז ער האט קענסער דארף מען טאקע טריטן ווי איינער וואס האט קענסער.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 7:36 am

· #540790
איך פארשטיי נישט די דמיון. ביי קענסער איז די הגדרה פון ״ליידן ל״ע פון קענסער״ כדי דאס צו היילן, איז אז מ׳זעהט ל״ע אברנארמאלע צעלן מיט טומארס וכו׳, און אט די אבנארמאלע צעלן זוכט מען צו אטאקירן. דא (עכ״פ אין די קאנטעקסט פון ספּאָרטס) איז די הגדרה פון ״פרוי״ נישט אז מ׳האט דייקא (נאר) XX קראָמאָסאָמס אין די צעלן, ווי מ׳זעהט דאך פון אינטערסעקס מענטשן וכנ״ל. נאר איידער עס איז די פענאָטייפּ און דרויסענדע כאראקטעריסטיקס. השתא דאתית להכי, וואס א נפק״מ צי ״מ׳רעדט זיך איין״? אויב קומט מען דאס נאך איז דאס יושר ובתוך די הגדרה פון ״פרוי״.

‏@פונדאַמענטאַל’ס תירוץ אז ביי אינטערסעקס מענטשן איז דאס טאקע נאר בדיעבד, ומכח זייער נישט האבן דאס בוחר געווען, משא״כ ביי טרענסדזשענדער, איז שווער. וויבאלד, ווי געזאגט, פארשטייט מען אז פאר מען האט בכלל געקענט מברר זיין קראָמאָסאָמעל מעיקאָפּ האט מען דאס זיכער מגדיר געווען לפי די פענאָטייפּ און דרויסענדע כאראקטעריסטיקס, ואפילו לכתחילה. וא״כ גיי דאס נאך אפילו וואו איינער איז בוחר אזוי צו זיין. די שאלה ווערט טאקע ווי ווייט די פענאָטייפּ הנראה דארף זיין ״פרוי״, און אויף דעם איז מסתבר צו זאגן דא אז עס איז די מאָסל טאָן, וויבאלד אט ארום דעם איז די טענה פון אומ׳יושר ביי ספּאָרטס.

ווי אויך איז שווער מחלק צו זיין און זאגן אז ״פרוי״ איז נאר טאמער האט מען נישט נאר XY קראָמאָסאָס, וואס ביי אינטערסעקס איז דאס טאקע נישט אזוי. וויבאלד, כנ״ל, איז עס סוף כל סוף די דרויסענדע כאראקטעריסטיקס און פענאָטייפּ וואס איז דאס מכריע דא. ווייל ווען די אינטערסעקס מענטשנ׳ס פענאָטייפּ זאל ווען זיין מער ווי א זכר, וואלט מען זיי טאקע מגדיר געווען דא מכח דעם אלס ״מאן״.

סקעפטיקער » מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:48 pm

· #555127
Re: זימן נקבות ומצא זכרים

moody » מאנטאג מערץ 18, 2024 12:55 pm

· #555321
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
שאלתיאל #
דאס איז א שטיקל פון א פריערדיגע פארהער אין קאנגערס ווי זי האט אראפגעלייגט וואס זי איז אריבער

דאס אויסהערן האט מיך געמאכט נייגעריג פארוואס טיילען זיך א לאקער רום מיט זכרים איז צוגינומען פרייוועסי אבער האבן אן אפגעטיילטע סווימינג פול איז סעגרעגעישן?
ווייל דו ביסט א כאניק און שעמסט זיך מיט דיינע געניטלעס פארנט פון מענער? איך שעם זיך מיט מיין האריגע בויך פארנט פון פרויען!

מילך טראק » מאנטאג מערץ 18, 2024 2:24 pm

· #555331
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
איך בין געווען אין ספא זענען דארטן געווען טרענס נקבות ביי די מענער זייט,

מילך טראק » מאנטאג מערץ 18, 2024 3:06 pm

· #555334
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
moody #

דאס אויסהערן האט מיך געמאכט נייגעריג פארוואס טיילען זיך א לאקער רום מיט זכרים איז צוגינומען פרייוועסי אבער האבן אן אפגעטיילטע סווימינג פול איז סעגרעגעישן?
ווייל דו ביסט א כאניק און שעמסט זיך מיט דיינע געניטלעס פארנט פון מענער? איך שעם זיך מיט מיין האריגע בויך פארנט פון פרויען!
נישט שעמען איז דאס ווארט, זיי האבן מורא אז די מאן וועט זיך נישט קענען באהערשן, אויב ביסטו א סיקס פעק, דארפסטו נישט מורא האבן פון א פרוי

מי אני » מאנטאג מערץ 18, 2024 3:17 pm

· #555337
ענליך טענה׳ט דר. קעטליִן סטאַק קעגן דעם אז (אלע) טרענס-פרויען זאלן מעגן נוצן פרויענס׳ ביהכ״ס: עס איז א (פּאטענציאלע) סכנה פאר סיס-פרויען.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 19, 2024 8:48 pm

· #555506
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אין א דאקטער'ס אפיס וואו איך האב באמערקט א דבר פלא. (ס'איז א גרויסער אפיס) וואו די "אינ-טעיק" סטעף זענען מענער/זכרים. וואס אין די מערסטע מעדיקל אפיסעס ווערט די ארבעט געטון דורך פרויען.

דאס איז זייער שטארק געאייגנט פאר די "פרומע" אידן צווישן אונז. איך האלט אז זיי וואלטן געקענט אדווערטייזן אין "דער איד" אדער אין "בלאט". דאס וואלט געצויגן א סאך קליענטן פון וויליאמסבורג און אנדערע העיליגע פלעצער.

ס'איז מסתמא דא אן אנדער "פשט" . נישט אזא הייליגער. נאר אונז עמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעים.

אלפא » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:28 pm

· #556457
Re: זימן נקבות ומצא זכרים

משה רבקש » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:39 pm

· #556460
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
אלפא #
😅😅

עס איז מיר געוועהן א סורפרייז צו זעהן מישעל...
ודוק'..

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:41 pm

· #556461
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
אלפא: ייש"כ. איך האב מיך געריסן פאר געלעכטער. איך קוק אן זייער מאדנע די (צומישטע) ברואים.

ווען איך וואלט (ח"ו) ה' ישמרנו, רחמנא ליצלן מהאי דעתא געווען איינער פון די ברואים וואלט איך אויסגעפלאצט פון געלעכטער אינמיטן רעדן. זיי ווייסן (נעבעך) אליין נישט וואס זיי זענען א זכר אדער א נקיבה. היינט רופן זיי זיך "נאן-ביינערי") זיי האבן צופעליג יא ביינער. נאר נישט אין די ריכטיגע פלאץ.
דו דארפסט מיך נישט פארבעסערן. איך ווייס יא דעם חילוק פון "ביינערי" און "ביינער". איך האב נאר זייער שטארק ליעב א מליצה. אדער "פאן" מיט א פ"א דגושה.

לולב הגזול » פרייטאג מערץ 29, 2024 3:42 pm

· #556778
Re:
מי אני #
הגע בעצמך, פאר אזא 100-150 יאר צוריק, ווען מ'האט נאך נישט געקענט פעסטשטעלן די קראָמאָסאָמעל מעיקאָפּ פון אַן אינדיווידועל מענטש, איז דאך דאס א דבר פשוט אז מ'וואלט באטראכט אזא איינעם ווי א(ן אפילו 100%) ביאלאגישע נקיבה און "פרוי". איז יעצט אז דו קענסט דאס שוין יא פעסטשטעלן דרייסטו דאס אויף פונקט פארקערט?
👍 👍 👍

צ"ק- סקוקט מיר אויס ווי די "צד שכנגד" זענען שטארקע מחמירים, זייערע נטו"ק.

צומישט און צוחישט » פרייטאג מערץ 29, 2024 3:51 pm

· #556782
Re: זימן נקבות ומצא זכרים

אלפא » מוצ"ש מערץ 30, 2024 7:10 pm

· #556818
Re: זימן נקבות ומצא זכרים

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 31, 2024 4:47 am

· #556867
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
משוגע האט נישט קיין גבול!
ער לייגט עס גוט אראפ. ער. א סקינני פיקל איידענטיפייעט זיך אלס "פעט". טוה אים עפעס. ער האט אלע רעכטן צו דזשאוינען דעם קלאב.

שאלתיאל » זונטאג מערץ 31, 2024 4:48 am

· #556868
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
אלפא #
😃
דאס איז ליטערלי Trans fat

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 31, 2024 5:03 am

· #556872
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
אט דאס איז דער פשט: פונקט אזוי ווי א סקינני פיקל קען דיך "איידענטיפייען" אלס פעט, קען א זכר זיך איידענטיפייען אלס נקיבה.

די איינציגע חילוק איז אז ווען ער/זי פארט אויף א פלעין דארף ער/זי צאללן פאר 2 סיעטס. אזוי ווי די עירליינס טשארדזשן פאר א "פעט" פערסאן

מי אני » זונטאג אוגוסט 4, 2024 7:50 pm

· #569132
ביי די יעצטיגע אַלימפּיקס איז דא א קאנטראווערסיע איבער די בּאַקסערס אימאַן חאליף פון אלדזשעריע און לין יוּ-טינג פון טאיוואן, וועלכע זענען ספּאָרטלער און פרויען בּאַקסינג. דאס איז אז הגם זיי זענען מלידתן אלס געווען פרויען (זיי זענען נישט טרענסדזשענדער; אין אַלדזשעריע איז עס סתם אזוי אסור בדת איסלם), האבן זיי XY קראָמאָסאָמס, און זענען טאקע שטערקער.

‏(מיין ווייב זאגט מיר, ביים זעהן לדוגמא די בּיִעטש וואַליִבּאָל מעטש צווישן די אמעריקאנע פרויען טיעם און די פון טשעכיי, אז ווי זי זעהט האבן די פרויען ספּאָרטלער ביי די אַלימפּיקס פּערפעקטע גופים, זייענדיג אז זיי זענען כסדר פארנומען מיט עקסערסייז און ספּאָרטס, אבער האבן לדעתה למעשה נישט קיינע ״פרויענישע״ פנימ׳ער. ואולי מפני זה אז זיי זענען אויף די ספּעקטרום פון מער טעסטאַסטעראָן און כח.)

כספי » זונטאג אוגוסט 4, 2024 9:51 pm

· #569144
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
ייש"כ @מי אני פארן מסביר זיין, ווען כ'האב געזען די שטורעם האב איך פארשטאנען אז מ'רעדט פון טרענס.

אבער לויט ווי דו זאגסט מאכסטו נאך שטערקער די קעיס פון די טרענס, ווייל דא שרייען אלע אז מ'דארף זיי טריעטן ווי מענער.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 4, 2024 10:05 pm

· #569146
Re:
מי אני #
ביי די יעצטיגע אַלימפּיקס איז דא א קאנטראווערסיע איבער די בּאַקסערס אימאַן חאליף פון אלדזשעריע און לין יוּ-טינג פון טאיוואן, וועלכע זענען ספּאָרטלער און פרויען בּאַקסינג. דאס איז אז הגם זיי זענען מלידתן אלס געווען פרויען (זיי זענען נישט טרענסדזשענדער; אין אַלדזשעריע איז עס סתם אזוי אסור בדת איסלם), האבן זיי XY קראָמאָסאָמס, און זענען טאקע שטערקער.

‏(מיין ווייב זאגט מיר, ביים זעהן לדוגמא די בּיִעטש וואַליִבּאָל מעטש צווישן די אמעריקאנע פרויען טיעם און די פון טשעכיי, אז ווי זי זעהט האבן די פרויען ספּאָרטלער ביי די אַלימפּיקס פּערפעקטע גופים, זייענדיג אז זיי זענען כסדר פארנומען מיט עקסערסייז און ספּאָרטס, אבער האבן לדעתה למעשה נישט קיינע ״פרויענישע״ פנימ׳ער. ואולי מפני זה אז זיי זענען אויף די ספּעקטרום פון מער טעסטאַסטעראָן און כח.)

מי אני: דו ביסט גערעכט. איך געדענק נאך מיט א סאך יארן צוריק ווען די טעניס טשעמפיאן . אויך פון טשעכישן אפשטאם מארטינא נאווראטילאווא האט באוויזן איהר פיקטשער האט מען געקענט זעהן אז זי האט נישט קיין פנים פון א פרוי. נאר פון א מאן. אפשר איז זי שוין (דאמאלס) געווען א טרענס.

מי אני » זונטאג אוגוסט 4, 2024 10:10 pm

· #569147
berlbalaguleh #
איך געדענק נאך מיט א סאך יארן צוריק ווען די טעניס טשעמפיאן, אויך פון טשעכישן אפשטאם, מארטינא נאווראטילאווא האט באוויזן איהר פיקטשער, האט מען געקענט זעהן אז זי האט נישט קיין פנים פון א פרוי. נאר פון א מאן. אפשר איז זי שוין (דאמאלס) געווען א טרענס.
נאַווראַטילאָוואַ איז גראדע קעגן לאזן טרענס-פרויען שפילן אין פרויען ספּאָרטס. (זי אליינס איז גראדע געי/לעסבּיען.)