☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!

לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16702

ששון ושמחה » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:16 pm

· #539857
לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
פאר עלף יאהר אין א צוה האט שמריה ראזענבערג אויף זיין וועבסייט https://failedmessiah.typepad.com/ געדעקט יעדע מין לשון הרע אויף כלל ישראל, און האט ליידער געהאט די אויערן פון די מידיא וואס האבן געליינט זיינע באריכטען מיט דארשט. ווי באקאנט איז ער געוועהן וואס האט געבראכן די נייעס וועגן די הילערי קלינטאן בילד וואס "די צייטונג" האט ארומגעפאטשקעט, און די נייעס איז אנגעקומען ביז הילערי קלינטאן אליין און צו אלע צייטונגען איבער די גאנצע וועלט.

אזוי אויך האט ער געבראכען אומצאליגע נעגעטיווע נייעס אויף אידן איבער די עלף יאהר וואס ער איז אנגעגאנגען פון 2004 ביז 2015. אין 2016 האט געהייסן אז שלמה יודא רעכניץ האט אים געגעבן אסאך געלט אז ער זאל אפשטעלן זיין בלאג, און זייט דעמאלטס איז ער אינגאנצען שטיל געווארן. אויף די בלאג איז געווען א מודעה אז די בלאג איז אפגעקויפט געווארן דורך Diversified Holdings.

אין די לעצטע פאר טעג האט זיך די בלאג אויפגעוועקט מיט לעצטיגע נעגעטיווע נייעס אויף פרומע אידן, אבער ס'איז נישט קלאר אויב דאס איז טאקע שמריה ראזענבערג, און אויב יא, ווי אזוי ער האט צוטריט צו די וועבסייט נאכדעם וואס ס'איז פארקויפט געווארן. און אויב ס'איז נישט ער, ווער האט אנגעהויבן שרייבן ווייטער?

בר גיורא » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:23 pm

· #539858
Re: לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
דו ביסט זיכער אז דאס איז די גוטע אדרעסס?
כהאב עס יעצט געסערטש און סאיז נישט קאנעקנעד.
קענסט ביטע לייגען די לינק?

ששון ושמחה » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:24 pm

· #539859
Re: לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
סארי כ'האב געפיקסט

בר גיורא » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:25 pm

· #539860
Re: לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
די אלטע בלאג איז אוועיליבעל דא:
https://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/archives.html

כרם זית » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:42 am

· #539876
Re: לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי האב איך געליינט אין אן אינטערוויאו מיט אברהם פרידמאן דער רעדאקטאר פון 'די צייטונג'.

זייער נייגעריג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:24 pm

· #539892
Re: לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
כרם זית #
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי האב איך געליינט אין אן אינטערוויאו מיט אברהם פרידמאן דער רעדאקטאר פון 'די צייטונג'.

https://theantitzemach.blogspot.com/2011/05/im-glad-it-wasnt-me.html
https://theantitzemach.blogspot.com/2011/05/blog-post_11.html

היום » מיטוואך יאנואר 3, 2024 12:02 am

· #543414
Re: לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
וואס איז טאקע פשט?
דער גייט אן כאילו לא היה.
עפעס א הסבר?