☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קענסל קולטור ביי חרדים

קענסל קולטור ביי חרדים

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16700

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:38 pm

· #539705
קענסל קולטור ביי חרדים
אזוי ווי ס׳גוי׳אישט זיך אזוי יודיש׳ט זיך, די ליבעראלע קענסל קולטור האט זיך שוין אריינגעכאפט ביי חרדים.
ליפא איז געקענסלט געווארען דורך א מוסד (וועלכע?) פארן עבירה פון גיין מחזק זיין סאלדאטן אין ארץ ישראל.
אלץ פריוו צי מבטל זיין די קענסל גזירה איז ער געגאנגען דאווענען ביים ציון פון בעל דברי יואל.
📎 IMG_5897.jpeg

עמרם » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:35 pm

· #539713
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
געהערט לעצטענס אז מאטי אילאוויטש איז אויך געווארן געקענסעלט

היכי דמי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:37 pm

· #539714
Re: קענסל קולטור ביי חרדים

עמרם » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:40 pm

· #539715
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אזוי אויך מאטי שטיינמעץ האט מען געקענסעלט

עמרם » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:41 pm

· #539716
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
היכי דמי #
פארוואס האט מען טאקע פארשפארט יענע אשכול ?

היכי דמי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:48 pm

· #539720
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
מאטי אילאוויטש - פסול - ווייל ער האט געוויינט פון צרות ישראל
מאטי שטיינמעץ - פסול - ווייל ער האט מחזק געווען מדינת ישראל זעלנער אין צייט פון נויט
ליפא שמעלצער - פסול - ווייל ער האט געזינגן מיקסט - סארי ווייל ער האט געזינגן פאר צובראכענע סאלדאטן

יענקי דאסקאל - כשר - ווייל ער האט ארויסגעגיבן א ניגון צו גיין צו בחירות, אבער ער האט עס נישט געמיינט לשמה
מונה ראזענבלום - כשר - ווייל ער איז א שטיק ציוני, אבער מען רעדט זיך איין אז די ציבור ווייסט נישט

אסטראלאג » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:55 pm

· #539741
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
עס איז א געוואלדיגע זאך, כאטש וואס דאס איז גאנץ קליינע קאציקווענצן, מען וואלט ווען געדארפט ארויסגעגעבן קול קורא'ס און עם מחרים זיין פון כלל ישראל.
דאס וואס ער האט געטוהן איז א שרעקליכע פאראט קעגן דעם ציבור וואס ער געניסט שטענדיג.
אויסער דאס גיין מחזק זיין די ציוניסטישע מדינה ומרידה במלכות שמים, האט ער ארטיסגעשטעלט א ווידעאו "חסידים שטיצן איזראעל" . דאס ברענגט ווידער ארויס דער חוצפה און ווידערשפעניגונג וואס ער האט קעגן אונזער הייליגע געמיינדעס!

חב''ד הויזן » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:00 pm

· #539742
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
.

חובב ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:07 pm

· #539744
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
עס איז א געוואלדיגע זאך, כאטש וואס דאס איז גאנץ קליינע קאציקווענצן, מען וואלט ווען געדארפט ארויסגעגעבן קול קורא'ס און עם מחרים זיין פון כלל ישראל.
דאס וואס ער האט געטוהן איז א שרעקליכע פאראט קעגן דעם ציבור וואס ער געניסט שטענדיג.
אויסער דאס גיין מחזק זיין די ציוניסטישע מדינה ומרידה במלכות שמים, האט ער ארטיסגעשטעלט א ווידעאו "חסידים שטיצן איזראעל" . דאס ברענגט ווידער ארויס דער חוצפה און ווידערשפעניגונג וואס ער האט קעגן אונזער הייליגע געמיינדעס!
ווען פארשפארט מען שוין די שונא ישראל
@אסטראלאג?

שוין גענוג געווען דאס אנפירקלען יעדע אשכול מיט צואה רותחות, ער פארטרייבט נארמאלע ניקים פין דא,
עס איז שוין העכסט צייט,

דזשעקסאן הינקל קען זיך פארשטעקן פין זיין שנאת ישראל..

אסטראלאג » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:12 pm

· #539746
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
חב''ד הויזן #
למעשה איז זייער נישט קיין שיינע זאך דאס גיין צום סאטמאר רבין'ס ציון מאכן א קליפ, נאך דערצו מיטן ציל צו דערקלערן מיט פאטאס, טאקע דווקא דארט, אז ער גייט ווייטער גיין צו צה''ל.
%💯💯💯
-
@חובב ציוני ווי איידער אטעקירן און פירקלען מיט לאוזונגען שונא ישראל וכו', שמועס אויס וואס די ביסט נישט איינשטימיג.

חובב ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:13 pm

· #539747
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
חב''ד הויזן #
למעשה איז זייער נישט קיין שיינע זאך דאס גיין צום סאטמאר רבין'ס ציון מאכן א קליפ, נאך דערצו מיטן ציל צו דערקלערן מיט פאטאס, טאקע דווקא דארט, אז ער גייט ווייטער גיין צו צה''ל.

חוץ מזה וואס איך פארשטיי נישט וואס ער פארדינט דערפון, די סאטמארע ווערן נאר מער אויפגעברויזט און די איבריגע כלל ישראל גייט בכלל נישט אן די גאנצע סקאנדאל, נאר גאר פארקערט.
די נעמסט דאס ארויס, די חלק ווי ער זאגט אז ער גייט נישט זינגען עברית ביי סאטמארע חתונות האסטע נישט געהערט?

חובב ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:24 pm

· #539748
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
חב''ד הויזן #
למעשה איז זייער נישט קיין שיינע זאך דאס גיין צום סאטמאר רבין'ס ציון מאכן א קליפ, נאך דערצו מיטן ציל צו דערקלערן מיט פאטאס, טאקע דווקא דארט, אז ער גייט ווייטער גיין צו צה''ל.
%💯💯💯
-
@חובב ציוני ווי איידער אטעקירן און פירקלען מיט לאוזונגען שונא ישראל וכו', שמועס אויס וואס די ביסט נישט איינשטימיג.
די האסט זיך שוין איינמאל אויסגעשמועסט אדער זיך מסביר געווען?

די ביסט בלויז פארנומען צו מחרים זיין יעדער אין כלל ישראל וואס וויל נישט גיין צו פרא פאליסטינע ראליס אין שרייען פרי פאלעסטינע אין גאז דע דזאו"ס.. ווי די מיט דיינע חברים.

אסטראלאג » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:32 pm

· #539749
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
חובב ציון #
אסטראלאג #
חב''ד הויזן #
למעשה איז זייער נישט קיין שיינע זאך דאס גיין צום סאטמאר רבין'ס ציון מאכן א קליפ, נאך דערצו מיטן ציל צו דערקלערן מיט פאטאס, טאקע דווקא דארט, אז ער גייט ווייטער גיין צו צה''ל.
%💯💯💯
-
@חובב ציוני ווי איידער אטעקירן און פירקלען מיט לאוזונגען שונא ישראל וכו', שמועס אויס וואס די ביסט נישט איינשטימיג.
די האסט זיך שוין איינמאל אויסגעשמועסט אדער זיך מסביר געווען?

די ביסט בלויז פארנומען צו מחרים זיין יעדער אין כלל ישראל וואס וויל נישט גיין צו פרא פאליסטינע ראליס אין שרייען פרי פאלעסטינע אין גאז דע דזאו"ס.. ווי די מיט דיינע חברים.

איך בין א סאטמארער. נישט נטורי קרתא.
מיר שטיצן בלויז די הייליגע ארגאניזאציע נטורי קרתא צוליב זייער הייליגע פעולות.
מיר שטיצן אלע גוטע ארגאניזאציעס, הצלה, rccs, און נאך, כאטש וואס מיר זענען בכלל נישט אריינגעמישט ביי זיי.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:36 pm

· #539750
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
חב''ד הויזן #
למעשה איז זייער נישט קיין שיינע זאך דאס גיין צום סאטמאר רבין'ס ציון מאכן א קליפ, נאך דערצו מיטן ציל צו דערקלערן מיט פאטאס, טאקע דווקא דארט, אז ער גייט ווייטער גיין צו צה''ל.
%💯💯💯
-
@חובב ציוני ווי איידער אטעקירן און פירקלען מיט לאוזונגען שונא ישראל וכו', שמועס אויס וואס די ביסט נישט איינשטימיג.
איך האב אויסגעמעקט מיין הודעה ווייל איך וויל נישט אז @אסטראלאג זאל אגריען צו מיר.

סאטמאר רבי האט אויך געקענסלט א פראטעסט ווען ער האט געהערט אז ס'גייען דארט אויך זיין אראבערס.

בעל אחריות » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:36 pm

· #539753
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
איך האב הנאה פון ליפא'ס מעסעדזש, ער ברענגט ארויס אז ער האט פון איין זייט הכנעה צו סאטמאר רב און זיין שיטה און ער רעספעקטירט עס דארט ווי עס דארף רעספעקטירט ווערן, און פון די אנדערע זייט זאגט ער אז ער איז נישט קיין סאטמערער און ער פלאנט צו טוהן ווייטער וויאזוי עס איז ריכטיג לויט וויאזוי ער שפירט און ער פארלאנגט כאילו פון סאטמאר רב ער זאל דאס אויך עקסעפטן,

די וועג וויאזוי ער שטעלט צאם הכנעה און רעספעקט צו א צווייטן צוזאמען מיט שטיין אויף די אייגענע רעכטן איז זייער שיין אין מיינע אויגן.

בעל דרשן » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:05 am

· #539755
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
עס איז א געוואלדיגע זאך, כאטש וואס דאס איז גאנץ קליינע קאציקווענצן, מען וואלט ווען געדארפט ארויסגעגעבן קול קורא'ס און עם מחרים זיין פון כלל ישראל.
דאס וואס ער האט געטוהן איז א שרעקליכע פאראט קעגן דעם ציבור וואס ער געניסט שטענדיג.
אויסער דאס גיין מחזק זיין די ציוניסטישע מדינה ומרידה במלכות שמים, האט ער ארטיסגעשטעלט א ווידעאו "חסידים שטיצן איזראעל" . דאס ברענגט ווידער ארויס דער חוצפה און ווידערשפעניגונג וואס ער האט קעגן אונזער הייליגע געמיינדעס!

סאטמאר איז טאקע גרויס אבער חוץ פון זיי איז נאך דא א גרויסע וועלטעלע
רוב חסידים זענען מחזק די מיליטערלייט און האפן פאר זייער הצלחה
איי געס רבי יואל מסאטמאר האט דאס געמיינט צו וויי טון א איד און נאך לשם שמים.... גרויסע בושה פאר דער וואס האט אים און די אנדערע געקענסלט אבער נאך אלץ קומט נישט משיח וועגן צניעות ודי בזה

האי פרושא » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:09 am

· #539757
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
מיין ארימע אפיניאן איז אז אויב זאל זעהן ווען אמת זיין אז מאטיס ווידעא האט ציונות זענען זיי גערעכט פארן קענסלען, ווי נישט ווי דארף א קהילה פארטרעטן זייערע ווירדען.

נאר דאס אז מאטיס ווידעא איז ציונות איז שווער צו האלטן!

אסטראלאג » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:30 am

· #539761
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
בעל דרשן #
סאטמאר איז טאקע גרויס אבער חוץ פון זיי איז נאך דא א גרויסע וועלטעלע
רוב חסידים זענען מחזק די מיליטערלייט און האפן פאר זייער הצלחה
איי געס רבי יואל מסאטמאר האט דאס געמיינט צו וויי טון א איד און נאך לשם שמים.... גרויסע בושה פאר דער וואס האט אים און די אנדערע געקענסלט אבער נאך אלץ קומט נישט משיח וועגן צניעות ודי בזה

סאטמאר איז גרויס און אלע זענען מתפלל אז די ציוניסטישע מדינה זאל אונטערגיין, אסאך זענען אויך מתפלל אז די ציוניסטישע זעלנער זאלן אויך האבן זייער מפלה - אזויווי די רבי זי"ע האט מצווה געווען.
אבער חס ושלום א היימישע איד זאל דאווענען פאר די ציונים ימ"ש. סטאם א שקר.

עמרם » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:55 am

· #539763
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
סאטמאר איז גרויס און אלע זענען מתפלל אז די ציוניסטישע מדינה זאל אונטערגיין, אסאך זענען אויך מתפלל אז די ציוניסטישע זעלנער זאלן אויך האבן זייער מפלה - אזויווי די רבי זי"ע האט מצווה געווען.
אבער חס ושלום א היימישע איד זאל דאווענען פאר די ציונים ימ"ש. סטאם א שקר.

די רבי האט מצווה געווען צו דאווענען אז די ציוניסטישע זעלנער זאלן האבן א מפלה ?

אסטראלאג » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:57 am

· #539764
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אין על הגאולה, לשון קדשו קונטרסים, שלש סעודות.
וואס איז דאס בכלל די קשיא?! נישט גענוג ליבעראליזירט ביז אהער בנוגע שיטת רביה"ק זי"ע??!!!

מר. קלונימוס » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:14 am

· #539765
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
אין על הגאולה, לשון קדשו קונטרסים, שלש סעודות.

ברענג ביטע קלארע מראה מקומות

עמרם » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:32 am

· #539766
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
כ'האב געבלעטערט אין די שלש סעודות תורות פון די רבי'ן האב איך געזעהן אז די רבי האט געזאגט אז פאר משיח גייט קומען גייען די ציונים שלום מאכן מיט די אראבער און ציזאמען מלחמה האלטן אקעגען משיח צדקינו
(מיין שאלה איז, אויף וועמען'ס זייט גייען זיין די נ''ק ?)

קריגס מיניסטער » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:57 am

· #539767
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
ס'קוקט מיר אויס אביסל אינטערעסאנט, ווייל איך זע ווי מ'האקט אזוי אויף סאטמאר פארן קענסלען,
איך וויל פארשטיין, וואס דען וואלטן זיי געדארפט טון?
די וועלט איז באשאפן געווארן מיט גענוג פערדן (אזוי גערופענע קנאים) וואס, לאמיר זאגן אז ווען זיי קענסלען נישט, וואלטן די חברה געקומען מיט טענות, היתכן אז אזא הייליגע קהלה וכו'

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 7:40 am

· #539770
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
דו קענסט פונקט אזוי טענה'ן אויף פארקערט, שריי אויף די קנאים וואס זענען מוחה וואס דען וואלט סאטמאר געדארפט צו טוהן? ווייל די וועלט איז באשאפן מיט גענוג פערדן/ליבעראלן/קיהלע אינגעלייט וואס לאמיר זאגן אז ווען זיי קענסלען, וואלטן די חברה געקומען מיט טענות...

האי פרושא » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:48 am

· #539773
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
איז עס אמת אז די קרית יואלע קהילה האט געסטראשעט ארויסצוווארפן קינדער פון די מוסד אויב מען נעמט ליפא ביי חתונות

אלע צוזאמען » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 9:36 am

· #539774
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
חב''ד הויזן #
למעשה איז זייער נישט קיין שיינע זאך דאס גיין צום סאטמאר רבין'ס ציון מאכן א קליפ, נאך דערצו מיטן ציל צו דערקלערן מיט פאטאס, טאקע דווקא דארט, אז ער גייט ווייטער גיין צו צה''ל.
%💯💯💯
-
@חובב ציוני ווי איידער אטעקירן און פירקלען מיט לאוזונגען שונא ישראל וכו', שמועס אויס וואס די ביסט נישט איינשטימיג.
אנטשולדיגט ווער רעדט דא?!
ווען מ’האט דיך געבעטן צו בעקן דיינע גארבעדזש, ביסטו אנטלאפן ווי א קי פון שלאכט הויז...
שאט אפ.

היכי דמי » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:45 am

· #539780
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
קריגס מיניסטער #
ס'קוקט מיר אויס אביסל אינטערעסאנט, ווייל איך זע ווי מ'האקט אזוי אויף סאטמאר פארן קענסלען,
איך וויל פארשטיין, וואס דען וואלטן זיי געדארפט טון?
די וועלט איז באשאפן געווארן מיט גענוג פערדן (אזוי גערופענע קנאים) וואס, לאמיר זאגן אז ווען זיי קענסלען נישט, וואלטן די חברה געקומען מיט טענות, היתכן אז אזא הייליגע קהלה וכו'
די פראבלעם איז אז עס איז נישט סאטמאר.
עס איז א סאטמארע חסיד וואס האט געמאכט א פריוואטע מסיבה פאר מוסדות בת עין ביי זיך אין שטוב און מען האט אים געצווינגן צו קענסעלען ליפא

היכי דמי » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:45 am

· #539781
Re: קענסל קולטור ביי חרדים

ודברת בם » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:56 am

· #539782
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אין די זעלבע סענטענס וואס ער זאגט אז מ'מוז אים קענסעלען ווייל (ווי א קעצי) א סאטמארע חסיד דארף וויסן ווי ער באלאנגט. זאגט ער אויך אז די רבי ז"ל האט בשעת מלחמה מיט געפילט און געשטיצט די ישראלי-דער יחיד. "ער האט געהאט שטארק מיט געפיל".

נעבעך נעבעך.

בעל אחריות » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:01 am

· #539783
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
האי פרושא #
מיין ארימע אפיניאן איז אז אויב זאל זעהן ווען אמת זיין אז מאטיס ווידעא האט ציונות זענען זיי גערעכט פארן קענסלען, ווי נישט ווי דארף א קהילה פארטרעטן זייערע ווירדען.

נאר דאס אז מאטיס ווידעא איז ציונות איז שווער צו האלטן!
דאכט זיך אז קיין איין אנדערע חסידות וואלט נישט געקענסעלט א זינגער וואס טוט נישט אזוי ווי זיי האלטן אין סיי וועלכע נושא אויב די קרייז פון ווי די זינגער קומט טוט מען אנדערש, דאס איז פשוט א חלק פון די סאטמערע כחי ועוצם ידי און אני ואפסי...

אסטראלאג » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:50 am

· #539786
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
האי פרושא #
איז עס אמת אז די קרית יואלע קהילה האט געסטראשעט ארויסצוווארפן קינדער פון די מוסד אויב מען נעמט ליפא ביי חתונות
איך האב געהערט אז דאס איז געווען נאך וואס מהר"א מסאטמאר שליט"א האט זיך דערוואוסט איבער דער מיאוסע ווידעאו וואס *אונזערע באקאנטע בעאיינפלוסער* האט געהאט די חוצפא ארויסצושטעלן מיטן קעפל "אידן שטיצן די ציונים" און די ווידעאו איז אויך געפארן וויראל רח"ל.
האט ער זא פארט פארלאנג די אויבערדערמאנטע צום ערשט.
מען רעד פון דער ספעציפישע ווידעאו:
https://twitter.com/LipaSchmeltzer/status/1721010195998876071?t=J83Ia9f7pMz-xkAg-WJupg&s=19
📎 Screenshot_20231124-113838.png

האי פרושא » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:24 pm

· #539788
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
דאס אז די מוסדות קענסעלט איינעם איז זייער נארמאל אויב יענער טרעט אויף זייערע ווירדען, אבער גיין טעראריזירן פריוואטע מענטשן און נוצן דיין מוסד אלס וואפן איז אידישקייט 2024....

ווען אידשקייט ווערט עקסטרעם ווערט גואישקייט אויך עקסטרעם, אין נאכדעם זיצט מען מיט 5% OTD'ס....

האי פרושא » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:26 pm

· #539789
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
בעל אחריות #
האי פרושא #
מיין ארימע אפיניאן איז אז אויב זאל זעהן ווען אמת זיין אז מאטיס ווידעא האט ציונות זענען זיי גערעכט פארן קענסלען, ווי נישט ווי דארף א קהילה פארטרעטן זייערע ווירדען.

נאר דאס אז מאטיס ווידעא איז ציונות איז שווער צו האלטן!
דאכט זיך אז קיין איין אנדערע חסידות וואלט נישט געקענסעלט א זינגער וואס טוט נישט אזוי ווי זיי האלטן אין סיי וועלכע נושא אויב די קרייז פון ווי די זינגער קומט טוט מען אנדערש, דאס איז פשוט א חלק פון די סאטמערע כחי ועוצם ידי און אני ואפסי...
יעדע חסידות וואלט אפגעזאגט אויב מען טרעט אויף זייער פרינציפ, נאר עס איז נישטא נאך א חסידות ווי אנטי ציוניזם איז א פרינציפ....

נאכאמאל מאטיס ווידעא איז נישט ציונות אבער אויב עס וואלט געווען אדער פאר איינער וואס האלט אז עס איז , איז סאטמאר בארעכטיגט אים נישט צו נוצן.

עמרם » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 2:45 pm

· #539796
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
@אסטראלאג ווער איז מער חשוב?

דע זינגער ליפא שמעלצער וואס האט מחלל שם שמים געװען און ארויסגעוויזן שטיצע פאר די פארשאלטענע און רוצחישע ציונים ימ''ש?

אדער די אומשולדיגע און גאר ארנטלעכע צווילע חאמאס קעמפער וואס זענען מקדיש שם שמים און שלאנגען זיך אקעגען די פארשאלטענע ציונים?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:28 pm

· #539845
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אסטראלאג #
עס איז א געוואלדיגע זאך, כאטש וואס דאס איז גאנץ קליינע קאציקווענצן, מען וואלט ווען געדארפט ארויסגעגעבן קול קורא'ס און עם מחרים זיין פון כלל ישראל.
דאס וואס ער האט געטוהן איז א שרעקליכע פאראט קעגן דעם ציבור וואס ער געניסט שטענדיג.
אויסער דאס גיין מחזק זיין די ציוניסטישע מדינה ומרידה במלכות שמים, האט ער ארטיסגעשטעלט א ווידעאו "חסידים שטיצן איזראעל" . דאס ברענגט ווידער ארויס דער חוצפה און ווידערשפעניגונג וואס ער האט קעגן אונזער הייליגע געמיינדעס!
אס-טראל-אג: דיך און דיינע 5 אדער זעקס פאררוקטע בהמות פון די נטורי חרתא וואלט מען זיכער געדארפט מחרים צו זיין. נישט אזא וואוילן איד ווי (ר') ליפא שמעלצער, הי"ו. וועלכער ברענגט אריין אן התעוררות צו תשובה ביי א סאך פארווארפענע אידישע קינדער. און ער איז מחזק אידן בעידן דחדוותא (פרעג ביי הרב ישראל דויד ווייס שליט"א וואס דאס מיינט...לאל) און ח"ו אין שווערע צייטן.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:15 am

· #539868
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
האי פרושא #
דאס אז די מוסדות קענסעלט איינעם איז זייער נארמאל אויב יענער טרעט אויף זייערע ווירדען, אבער גיין טעראריזירן פריוואטע מענטשן און נוצן דיין מוסד אלס וואפן איז אידישקייט 2024....

ווען אידשקייט ווערט עקסטרעם ווערט גואישקייט אויך עקסטרעם, אין נאכדעם זיצט מען מיט 5% OTD'ס....

דו ביסט 100% גערעכט. אזא פנים האט דאס (נייע) אידישקייט אין 2024. מ'האט נייע תרי"ג מצוות, אזוי ווי שומרים קארטלעך און סמארטפאונס, און מ'איז בודק די ציצית ביי יענעם אויב ער נעמט א בדחן א "ציוני" רחמנא ליצלן מהאי דעתא, און מ'ווארפט ארויס קינדער פון די מוסדות.

קליינע צדיק » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 2:11 pm

· #539958
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
[ציטאט אראפגענומען]
אינגאנצען צומישט וואס איז געבליבן
ער פארענטפערט זיך יא אדער נישט??

נחום הסופר » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:41 am

· #540021
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
ס'איז געמאכט צו בלייבן צומישט...

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:29 pm

· #540040
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
עמרם #
@אסטראלאג ווער איז מער חשוב?

דע זינגער ליפא שמעלצער וואס האט מחלל שם שמים געװען און ארויסגעוויזן שטיצע פאר די פארשאלטענע און רוצחישע ציונים ימ''ש?

אדער די אומשולדיגע און גאר ארנטלעכע צווילע חאמאס קעמפער וואס זענען מקדיש שם שמים און שלאנגען זיך אקעגען די פארשאלטענע ציונים?
עמרם: דו האסט עס געזאגט סארקאסטיש. נאר אט דאס איז דער לשון פון די שרייבערס און עדיטארס אין דער בלאט. און די אנדערע דעמאגאגן וועלכע פרובירן זיך ארויפצוכאפן אויפ'ן וואגן פון שנאת ישראל. בהמות וואס זיי זענען. ביז מ'וועט זיי שלעפן ביי די בארד און אויסברעכן די שויבן ביי זיי אין הויז וועללן זיי נישט איינזעהן די שנאה וואס די גוי'אישע וועלט האט צו אידן.

Antibacterial » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:36 pm

· #540042
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
חובב ציון #
אסטראלאג #
עס איז א געוואלדיגע זאך, כאטש וואס דאס איז גאנץ קליינע קאציקווענצן, מען וואלט ווען געדארפט ארויסגעגעבן קול קורא'ס און עם מחרים זיין פון כלל ישראל.
דאס וואס ער האט געטוהן איז א שרעקליכע פאראט קעגן דעם ציבור וואס ער געניסט שטענדיג.
אויסער דאס גיין מחזק זיין די ציוניסטישע מדינה ומרידה במלכות שמים, האט ער ארטיסגעשטעלט א ווידעאו "חסידים שטיצן איזראעל" . דאס ברענגט ווידער ארויס דער חוצפה און ווידערשפעניגונג וואס ער האט קעגן אונזער הייליגע געמיינדעס!
ווען פארשפארט מען שוין די שונא ישראל
@אסטראלאג?

שוין גענוג געווען דאס אנפירקלען יעדע אשכול מיט צואה רותחות, ער פארטרייבט נארמאלע ניקים פין דא,
עס איז שוין העכסט צייט,

דזשעקסאן הינקל קען זיך פארשטעקן פין זיין שנאת ישראל..
שלום עליכם טייערע אידן...

איך זעה נישט פארוואס אסטראלאג איז ממש א שונא ישראלמיט דעם. דאס אז ער איז אויף די זייט פון נטורי קרתא איז טאקע א קשיא.

ליפא זאגט דאך אליינס אויף די ווידיאוי אז די סאטמארע זענען די וואס האבן אויפגעבויט זיין קאריער. נו אויב אזוי פארוואס שטעלסטו דיך אפען ארויס קעגן זיי?
ביי סאטמאר איז ציונות דאס ארגסטע וואס איז שייך, שפיי זיי נישט אין פנים!

קליינע צדיק » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:48 pm

· #540048
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
איינער קען ברענגן די ריקארדינג ווי הערשל פריעדמאן רייסט אים אראפ?

הערשער » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:51 pm

· #540050
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
קליינע צדיק #
איינער קען ברענגן די ריקארדינג ווי הערשל פריעדמאן רייסט אים אראפ?
רייסט אראפ וועם?

קליינע צדיק » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:53 pm

· #540052
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
אים מיט נאך צוויי מענטשען אויפ'ן ליין
איך ווייס נישט ווער זיי זענען אין ווי די שמועס איז אפגעהאלטן געווארן

קליינע צדיק » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:53 pm

· #540053
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
הערשער #
קליינע צדיק #
איינער קען ברענגן די ריקארדינג ווי הערשל פריעדמאן רייסט אים אראפ?
רייסט אראפ וועם?
ליפא פארן מאכן די ווידיו ביי רבינ'ס ציון
ער רייסט אים שטארק אראפ

קליינע צדיק » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 8:56 pm

· #540084
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע איז ליפא מקיים ביידע....
😉

Nanach » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:55 pm

· #540095
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז דאס? און ווי?
דרך אגב די ניגון וואס ער זינגט ירושלים של זהב איז די ניגון וואס סימבאליזירט די נצחונות פון 1967 (גראדע א שיינע ניגון)

היכי דמי » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:30 pm

· #540116
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
Nanach #
דרך אגב די ניגון וואס ער זינגט ירושלים של זהב איז די ניגון וואס סימבאליזירט די נצחונות פון 1967 (גראדע א שיינע ניגון)

און ער איז א סאטמארע זינגער וואס שיקט די קינדער אין די מוסדות.

yn.NY » זונטאג דעצעמבער 3, 2023 1:14 pm

· #540341
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
Nanach #
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז דאס? און ווי?
דרך אגב די ניגון וואס ער זינגט ירושלים של זהב איז די ניגון וואס סימבאליזירט די נצחונות פון 1967 (גראדע א שיינע ניגון)
לוי פאלקאוויטש

yn.NY » זונטאג דעצעמבער 3, 2023 1:45 pm

· #540344
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
הערטס ענק אויף צו פארענטפערען! טוטס וואס עטס ווילטס, סאינטרעסירט נישט קיינעם, חוץ אפאר עקסטרעמיסטן!

https://twitter.com/hasidic_1/status/1726368639379533910

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 8:30 am

· #540609
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
C/p
חשבתי להסביר לסטמאר
החיילים לא נלחמים ומתים על קידוש השם בעזה בשביל הציונות חס ושלום
הם נלחמים בשביל שחסידי סאטמר והאדמור יוכלו לתפוס מלאכים בהדלקות במירון (ולהמשיך לטייל בארץ לנפוש בים המלח ולאכול במסעדות)
ובשביל שיוכלו להמשיך להפגין נגד חפירות קברים בבית שמש
לא חס ושלום בשביל הציונות