☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » דיספּאוזעל פון אלטע ביכער

דיספּאוזעל פון אלטע ביכער

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16699

צקון לחש » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 3:49 pm

· #539700
דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
איך האב א גאנצע פּאַק מיט ביכער וואס איך זיכער פטור צו ווערן דערפון, איך האב עס נישט פאר וועם עס אוועקצוגעבן, וואס איז די גראדעסטע לעגאלע מהלך צו טוהן?
מיט דאנק פון פאראויס פאר ארויסהעלפער

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 3:58 pm

· #539701
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
לייג ארויף דא.
אפשר וויל עס איינער?

אלע צוזאמען » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:06 pm

· #539702
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
בר גיורא #
לייג ארויף דא.
אפשר וויל עס איינער?
עקזעקטלי ,איך זיך ביכער.

צקון לחש » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:37 pm

· #539704
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
איך וואוין נישט אין אמעריקא...
וואס איך זוך איז אויב איינער האט עקספיריענס מיט מעסס ריסייקלינג וכדו' כדי צו באקומען אן איידיע וואס איך האב צו טוהן
א דאנק!

היימלינד » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:10 pm

· #539709
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
why don't you try selling them on eBay or on a similar platform

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:13 pm

· #539710
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
קענסט עס פארקויפן אדער אוועקגעבן פאר א used book store, אויב ווילסטו פארדינען גילט פוינטס קענסטו עס אוועקגעבן פאר א ביבליאטעק (לייברער״י בלעז).

צקון לחש » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:53 pm

· #539722
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
שוין אקעי איך וועל מוזן אויסזאגן, איך רעד פון ספרי קודש... און איך וויל אויסארבעטן עפעס א מהלך פטור צו ווערן פון זיי 😳
פינטער'ס איז נישט אן אפציע פאר מיר

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:08 pm

· #539723
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
אפשר וועסטו נאך אמאל וועלן שטודירן די יודישע רעליגיע.

טראכט איבער די שריט נאכאמאל

תשפג » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:11 pm

· #539724
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
ספרי קודש קען מען מנדב זיין צו א לאקאל בית מדרש.
אויב רעדט מען פון אנטיק׳ס דאן קומט אין אישי, אפשר קען מען מאכן א דיעל.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:52 pm

· #539729
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
צקון לחש #
שוין אקעי איך וועל מוזן אויסזאגן, איך רעד פון ספרי קודש... און איך וויל אויסארבעטן עפעס א מהלך פטור צו ווערן פון זיי 😳
פינטער'ס איז נישט אן אפציע פאר מיר
אויב מ'האט קיינמאל נישט געלערנט דערין איז די אנגענומענע מיינוג ביי ארטאדאקסישע/חסידישע רבנים אז ס'האט נישט קיין קדושה און מ'מעג עס לייגן אין מיסט. אויב האסטו ספרים אין וואס דו האסט שוין געלערנט אדער דו ווילסט זיך סתם אזוי האלטן פרומער קויף זיך א פעקל poly mailers און ליסט די ספרים אויף ebay פאר א דאללער א שטיק + שיפפינג, זוך אויף ענליכע ליסטינגס וואס האבן זיך שוין פארקויפט און נוץ די זעלבע ווערטער אינעם טייטל און באשרייבנוג.

צקון לחש » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:01 pm

· #539743
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
ברוך שפינוזה #
מ'מעג עס לייגן אין מיסט
נישט לויט די מיסט באאמטע ❗

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:30 am

· #539762
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
דינג א סטארעדזש רום פאר $30 דאלער פאר איין חודש, לייג אריין אלע ספרים דארט, און נאכדעים צאל מער נישט די רענט, און ס׳מער נישט דיין דאגה….