☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות'דיגע מקוה

צניעות'דיגע מקוה

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16692

צפת » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 4:05 pm

· #539449
צניעות'דיגע מקוה
יעדער איינער ווייסט ווי אזוי די מקוואות קוקן היינט אויס. ס'איז נישט קיין סוד, און אסאך מאל וואונדערט זיך אויף זיך אליין, "אין אזא מקוה גיי איך? - סיריעסלי? - איז דאס נארמאל?" - דער מצב המקוואות איז נישט אויסגעהאלטן סיי העגיעניש, סיי מענטשליך און סיי תורה'דיג. אז דו וועסט ארייננעמען א נארמאלע גוי אין מקוה, אים ווייזן ווי אזוי עס קוקט דארט אויס אן ערב-שבת, וועט ער עס נישט קענען גלויבן... אבער דאס איז די פאקט, מיר אלע גייען אהין וואך איין און וואך אויס, מיר ווייקן זיך דארט, מהקטנים ועד הגדולים, מען בראט זיך אויס און מען קומט ארויס פון דארט שבת'דיג, מיט א קאפ העכער.

לאמיר זיך נישט לאזן נארן, דער מצב איז אסאך בעסער געווארן אין די לעצטערע יארן. סיי די ריינקייט און געשמאקקייט איז פיל פארבעסערט געווארן, און אויך אין רוחניות'דיגקייט, בשעת עס איז פארהאן אן אויפוואכונג און מען גיבט מער אכטונג וואס עס טוט זיך ארום, מענטשן זענען וואכזיניג צו פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן. אסאך נייע מקוואות מאכט מען שוין לכתחילה אויף אסאך אן איידעלערן פארנעם, אזוי אז עס איז עטוואס מער אידישלעך.

פון די אנדערע זייט, איז עס ממש א בושה! אין די צייט וואס מען פרעדיגט אין אונזערע קינדער איבער צניעות און באשיידנקייט, נעמט מען זיי אין מקוה, דארט וואו זיי זענען אויסגשטעלט צו מראות און צו געשעענישן וואס איז פארקערט פון וואס מען לערנט זיי אויס, און צומאל זענען זיי אויסגעשטעלט צו מסוכנ'דיגע אקטיוויטעטן ה"י, אויב עס איז נישט פאראן קיין גוטע השגחה. איז דאס נישט קיין געפערליכע קאנטראסט אינעם חינוך? - פארוואס דארף עס אזוי זיין? - אפילו ביי די שפלים שבאומות גיבט מען אכטונג דערויף. אין די גרויסע שוויץ-בעדער דרייען זיך ארום די איינגעשטעלטע און האלטן א שטיקל אויג, מען לאזט נישט אריין סיי וועמען, מען בעט אן איי-די... עפעס, אבער עפעס... ביי אונז קען יעדער אריינגיין, נישט קיין חילוק אין עלטער אדער זיין עבר (יא, לעצטנס איז אסאך בעסער, אבער נישט איבעראל...) - ווי אזוי ענטפערט איר דאס פאר די קינדער, ווי אזוי קוקט איר אייך אליין אין שפיגל? - איך בין זיכער אז אויב ס'וואלט נישט געווען אזא זאך, און מען קומט דיר דערציילן אז אין א געוויסע קהילה טוט מען אזוי... וואלט איר געשפיגן או געשריגן "שקצים"!

אין די צייט וואס עס איז שוין 2023, די וועלט איז שוין מער פארגעשריטן און אוועקגעשטעלט, איז דער ענין פון מקוואות אזוי נאכגעלאזט און נישט מסודר, און עס קוקט נישט אויס אז מען גיבט זיך ערנסט אפ דערמיט. עס איז שוין העכסט צייט אז מען זאל אויך דעם ענין מתקן זיין, מאכן מער פארגעשריטן, אויסגעשטעלט מער צו היינטיגע טעג, אז עס זאל זיין א תיקון אין דעם ענין, מער ריינער, שענער, בעסער, באקוועמער און אידישליכער.

אין די לעצטע צייט איז ערשינען א גליון, איבער א געדאנק פון א מקוה, ווי אזוי מען קען בויען א ריינע צניעות'דיגע מקוה, וואס וועט געבן פון איין זייט מער פריוואטקייט פאר יעדן איינעם, ס'וועט זיין מער צניעות'דיגער און איידעלער, מער ריינער, שענער און באקוועמער. בקיצור, א מקוה וואס וואלט שוין לאנג געדארפט זיין אין אלע בתי-מדרשים. לאמיר האפן אז עס וועט זיך טאקע אויסארבעטן.

לויט ווי די גליון לויטעט, וועט די מקוה זיין אויסגעשטעלט אויף אן אופן פון מחיצות אין די וואסער, אזוי אז יעדער וועט האבן זיין פריוואטע אריינגאנג, יעדער וועט האבן זיין שואער, זיין פלאץ. ס'וועט זיין שמור לקדשו מבואו ועד צאתו. א טאטע וועט קענען זיין רואיג אז זיין בחור געפינט זיך דארט, א יונגערמאן וועט רואיג קענען פארברענגען אין מקוה, נישט מורא האבנדיג זיך צו באגעגענען מיטן שווער כאדם לפני החטא... מ'וועט מער נישט עובר זיין אויף אפענע הלכות, ווער עס מעג זיך וואשן מיט וועמען וכו'. והעולה על כולנה, עס וועט זיין ריין, שיין, פריוואטקייט, געשמאק. ס'וועט זיין א פלעזשער צו גיין אין מקוה.

איך שטעל דא ארויף א בילד וואס איינער האט מיר געשיקט, א מאדעל ווי אזוי אזא מקוה דארף אויסצוקוקן. אדרבה, לאמיר הערן פונעם עולם צי ס'איז א גוטע זאך, ווי אזוי מען קוקט דערויף און וואס דער עולם זאגט דערצו.

מען דארף געדענקען, מיר האלטן היינט אין אזעלכע צייטן, וואס אלעס ווערט פארבעסערט און פארשענערט. מען קוועטשט שוין נישט קיין טרויבן מיט די בארוועסע פיס אין א גת, מען נעמט שוין נישט די הינער צום שוחט, מען האדעוועט נישט קיין רינדער צו עסן און מען קלאפט שוין נישט אין די פענסטער צו סליחות - מען באנוצט זיך ענדערש מיטן וועקער-זייגער. אויך די חמין נעמט מען שוין נישט צום בעקער, עס צו לייגן דארט אינעם אויוון - מען פארמאגט שוין היינט אייגענע געז-רענטשעס. פארוואס זאל מען נישט פארשענערן אויך דער ענין פון מקוה גיין, עס מאכן מער היינטיג, נארמאלער, געשמאקער און בא'טעמ'טער, אויסגעשטעלט צו די היינטיגע טעג?!

איר ווייסט? - די נשים מקוואות אין דער אלטער היים, האט אויסגעקוקט אזוי ווי היינט די מענער מקוואות. עטליכע פרויען פלעגן גיין אויף איין מאל, זיין צוזאמען אין איין בור, מען פלעגט אפילו מיטנעמען די קליינע מיידלעך, אז זיי זאלן האבן א געלעגנהייט זיך ארומצווואשן ווי א מענטש - נישט יעדער האט געהאט א וואנע מיט א שויער אינדערהיים. אין טייל פלעצער האבן די מענער גענוצט די זעלבע מקוה ווי די פרויען - די מענער בייטאג און די פרויען ביינאכט. פארוואס איז דאס היינט נישט אזוי? - ווייל מיר האבן רעפארמירט די נשים מקוואות, עס מאכנדיג אויסגעשטעלט צו די היינטיגע צייטן. נו, פארוואס קען מען נישט טון די זעלבע זאך מיט די מענער מקוואות?!

איך שטעל דא ארויף א בילד פון אזא מאדעל, ווי אזוי עס דארף אויסצוקוקן אזא מקוה, און זאל דער עולם שרייבן וואס מען האט צו זאגן דערויף.
📎 5858.jpg

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:33 pm

· #539455
Re: צניעות'דיגע מקוה
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.

עמרם » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:02 pm

· #539458
Re: צניעות'דיגע מקוה
קהל'ס נער #
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.
ס'וועט זיין אינדערויסן א שטיבעל ווי מ'מאכט די פיאות און מ'סאושעלייזט ...

אלע צוזאמען » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:13 pm

· #539460
Re: צניעות'דיגע מקוה
קהל'ס נער #
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.
אויף צי סאושעלייזן קענסטו גיין אין קאווע שטיבל. (אהא ביסט שוין דא.....)

אקטעוויסט » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:30 pm

· #539463
Re: צניעות'דיגע מקוה
ווען וועלט איז וועלט וואלט אפשר געווען אזוי, אבער וועלט איז נישט וועלט.. מען פארלירט זייער אסאך פלאץ אזוי, און פאר א מקוה וואס עס דרייט זיך דורך א פרייטאג 500 מענטשען גייט מען דא דארפן האבן א דאס גרויס. (די פלאץ איז אסאך מאל דא אבער מען מאכט דארט א היכל התורה..).
אבער דאס איז זיכער אז אדערווייל דארף מען זיכער מאכן אז די מקוה וואס מיר ניצן יעצט זאל כאטש זיין ריין.

אינזערע טוילעטס זעען אויך אויס ווי ערגער פון א פאבליק טוילעט! פארוואס קען מען נישט האלטן א שיל זויבער?

שפילער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:14 pm

· #539466
Re: צניעות'דיגע מקוה
כדאי צו פיקסען זאכן קען מען טון סך גרינגערע זאכן און אפילו דאס וועט הייסן בעסער איין משל איז א פשוטע קורטען אויף יעדע שויער !

מאכן קלענערע שויער רומס ועוד'

תניא בניחותא » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:54 pm

· #539470
Re: צניעות'דיגע מקוה
קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעפען מיט אזא דבר קדוש ווי מקוה, ס’איז די הייליגע קו, איי קינדער און בחורים זעען זיך אן בהקיץ מיט אלעם גוטען כמעט אזוי גוט ווי אינטערנעט, טוט מען זיך אן א פרומע מאנטל און מיט א פארקנייטשטע שטערן זאגט מען נאך בשם די רעבע זעכיסעלייני אז מ’ווערט נישט קאליע פון חומש וכו’
אבער טעקסט אימייל מיט אלע אנדערע כמו פירצות האבן נישט ווער ס’זאל זיך אנעמען פאר זיי איז עס א איזי טארגעט.

פינקע בלומען » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:05 pm

· #539472
Re: צניעות'דיגע מקוה
איך האב קיינמאל נישט געהערט אז פארן קריג פלעגט עטליכע פרויען גייען צוזאמען אין מקוה, די ווייסט דאס פאר א פאקט?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:07 pm

· #539473
Re: צניעות'דיגע מקוה
צפת: מיט דעים ביסטו גערעכט אז אין די שויערס דארף צו זיין פרייוועסי. נאר אין בור אין די מקוה צו מאכן מחיצות פאר "נארמאלע" מענטשן פעהלט נישט אויס. קיין שום נארמאלער מענטש איז נישט געשטערט דורך דעם וואס אנדערע זענען אויך אין בור. א יעדער נארמאלער מענטש גייט אריין אין מקוה זיך צו טובל'ען און ער גייט ארויס. איינער ווער ס'ווערט יא געשטערט פון די אנוועזנהייט פון אנדערע מענטשן אזוי ווי במ"ל זכותו יגון עלינו. דארף טאקע נישט גיין אין מקוה.

נאר ס'איז דא אן אנדער פראבלעים וואס מ'דארף מתקן צו זיין. ס'זענען דא מענטשן (חזירים) וועלכע גייען צוערשט אריין אין מקוה (בור) און זיי טוען אפלאדענען זייער גאנצע שמוץ/שווייס און דזשערמס. נאכדעים גייען זיי אין שאוער און זיי ניצן שמעקעדיגע זייף, און שעמפאו. דערווייל דארף א יעדער איינער איינזאפן זייער שמוץ און דזשערמס וואס זיי האבן איבערגעלאזט אין מקוה. אויף דעם וואלט געדארפט צו זיין א שטרענגע ענפארסמענט. אז א יעדער דארף צוערשט גיין אין שאוער און זיך גוט ארומוואשן. ערשט נאכדעים זאל ער גיין אין מקוה. די אלע אנדערע זאכן זענען שטותים והבלים. וויאזוי איז מען געגאנגען אין מקואות פאר טויזנטער יארן?!

פונדאַמענטאַל » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:44 pm

· #539485
Re: צניעות'דיגע מקוה
עס זענען דא פילע נקודות צו דורכטון בנוגע די מקווה סיטואציע, עס איז לאו דווקא איין גרויסע קיגל.
היגיענע: אזוי ווי @צפת האט געשריבן, איז עס פיל בעסער ווי אמאל, אבער נאכאלץ נישט בשלמות. לדעתי, כל זמן מען שטיפט אריין הונדערטער מענטשן צוזאמען אויף איינמאל, וועט עס נישט זיין היגיעניש אויסגעהאלטן.
צניעות/מענטשליכקייט/וכו': עס איז נישט אינגאנצען אמת אז אין די אלגעמיינע וועלט איז די מצב אנדערש (חוץ פון די צושטיפעניש פון די גרויסע צאל מענטשן וועלכע קומען אויף איינמאל כנ''ל), אפילו אין 2023. אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך די נארמע צו האבן אפענע מחיצה-לאזע באד הייזער, א ערווארקסענע מענטש דארף צו האבן די כלים זיך צו קענען מתמודד זיין מיט די עניינים, אויב ער ווערט פארלוירן דערפון איז דא עפעס אומגעזונט אין אים. אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס די נארמע אויך ביי פרויען. איר זאגט אז דאס פלעגט זיין די נארמע אין דער אלטער היים, נו וואס איז שלעכט? ווער זאגט אז פרויען דארפן אנדערע סטאנדארטן? פארוואס דארף א פרוי ווערן אינטימידירט פון זעהן א חבר'טע אומגעקליידעט? (Don't get me wrong, איך פארשטיי אז פרויען זענען מער סענסיטיוו צו פרייוועסי, און איך פארשטיי אז דאס אז מען שטעלט דאס צו היינטיגע צייטן איז א מעלה. דאך מיסודו האלט איך נישט אז עס וואלט ווען געווען wrong צו האבן מחיצה-לאזע באד הייזער).

די עיקר פראבלעם איז בנוגע קינדער (יא. בחורים זענען קינדער אויב זיי זענען אינטער 18). יעדער פארשטייט אז צו לאזן minors צוזאמען מיט adults אין אזא מצב איז אומדערהערט (אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך דא א מציאות פון minors אין געווענליכע באד הייזער, אבער נאר מיט נארמאלע supervision, און געווענליכע נאר מיט די עלטערן). עס איז אומגלויבליך אז דאס איז אנגענומען אלס נארמאל ביי אונז. עס איז גרויסע פראבלעם, און קיין שום עצה פון מחיצות וכדו' וועט דאס מאכן נארמאל.

די סיבה פארוואס דאס גייט נאכאלץ אן, איז וויבאלט מען קען דאך פארשטייט זיך נישט אויפגעבן אויף די הייליגע מקווה. כל זמן די סארט עניינים און קולטורישע עיקרים, זענען וויכטיגער ווי די זיכערקייט פון אונזערע קינדער, וועט דאס אנגיין. ווען די חרד'ישע סאסייעטי וועט אנהייבן מחשיב זיין די וואוילשטאנד פון זייערע קינדער מער ווי די עניין פון מקווה וכדו', וועט די פראבלעם מסודר ווערן.

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 12:36 am

· #539494
Re: צניעות'דיגע מקוה
אלע צוזאמען #
קהל'ס נער #
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.
אויף צי סאושעלייזן קענסטו גיין אין קאווע שטיבל. (אהא ביסט שוין דא.....)
דאס איז די פראבלעם. טאמער וועט זיין פריוואטע מקוואות, וועלן מענטשן מיטנעמען די פאון אין מקוה און בשעת'ן זיך ווייקן דארט וועט מען פארברענגן אויף ק"ש אדער ווייסיך ווי. די בעקאפ וואס דאס וועט פאראורזאכן וועט זיין סאך ערגער ווי ביי די בתי כבוד.

צפוני » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:24 am

· #539496
Re: צניעות'דיגע מקוה
איין זאך וואס איך וואלט נאר געוואלט צולייגן איז, אז אפילו מ'בויט היינט הערליכע נייע מקוואות מיט אלעס באקוועם צוגעשטעלט, פעלט אבער אויס צו מאכן דעם פילטער (אדער נאך א פילטער) אזוי ווי די ארץ ישראל'דיגע מקוואות האבן, וואס איז אין דעם בור און ס'ארבעט א גאנצע צייט (וואס אפילו אויב ס'ארבעט נאר אפאר שעה אזוי ווי די יעצטיגע פילטערס ארבעטן.. - ליין ווייטער) זענען די בורות ריין פון שמיץ, האר, פליגן, זייף (פון נאכ'ן שאוער פאר דעי אידן וואס טוהן א טובה און נעמען כאטש א שאוער פאר'ן טבילה אָבער וואשן זיך נישט אינגאנצן אפּ די זייף...) אא"וו, און ועל כולם ס'האט נישט דעם שמעק פון פארשימלטע וואסער וואס ליגט שוין א לאנגע צייט.
דאס וואס מיר ניצן אלס פילטער איז למעשה נישט גענוג פאר א גאנצע בור פון וואסער און געווענליך ארבעט עס נישט גענוג לאנג עני וועי.

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:57 am

· #539502
Re: צניעות'דיגע מקוה
צפוני #
דאס וואס מיר ניצן אלס פילטער איז למעשה נישט גענוג פאר א גאנצע בור פון וואסער און געווענליך ארבעט עס נישט גענוג לאנג עני וועי.

גראדע לייגט מען עס שוין יא אין די נייע מקוה'ס, כ'האב געהערט נאכזאגן אז אין די סאטמערע און סאטמער געשטימטע מקוה'ס לייגט מען עס נישט ווייל לויט'ן דברי יואל הייסט עס זוחלין, איי קענט קאנפירם נאר דיניי איט.

תניא בניחותא » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:02 pm

· #539532
Re: צניעות'דיגע מקוה
berlbalaguleh #
צפת: מיט דעים ביסטו גערעכט אז אין די שויערס דארף צו זיין פרייוועסי. נאר אין בור אין די מקוה צו מאכן מחיצות פאר "נארמאלע" מענטשן פעהלט נישט אויס. קיין שום נארמאלער מענטש איז נישט געשטערט דורך דעם וואס אנדערע זענען אויך אין בור. א יעדער נארמאלער מענטש גייט אריין אין מקוה זיך צו טובל'ען און ער גייט ארויס. איינער ווער ס'ווערט יא געשטערט פון די אנוועזנהייט פון אנדערע מענטשן אזוי ווי במ"ל זכותו יגון עלינו. דארף טאקע נישט גיין אין מקוה.

נאר ס'איז דא אן אנדער פראבלעים וואס מ'דארף מתקן צו זיין. ס'זענען דא מענטשן (חזירים) וועלכע גייען צוערשט אריין אין מקוה (בור) און זיי טוען אפלאדענען זייער גאנצע שמוץ/שווייס און דזשערמס. נאכדעים גייען זיי אין שאוער און זיי ניצן שמעקעדיגע זייף, און שעמפאו. דערווייל דארף א יעדער איינער איינזאפן זייער שמוץ און דזשערמס וואס זיי האבן איבערגעלאזט אין מקוה. אויף דעם וואלט געדארפט צו זיין א שטרענגע ענפארסמענט. אז א יעדער דארף צוערשט גיין אין שאוער און זיך גוט ארומוואשן. ערשט נאכדעים זאל ער גיין אין מקוה. די אלע אנדערע זאכן זענען שטותים והבלים. וויאזוי איז מען געגאנגען אין מקואות פאר טויזנטער יארן?!
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם, אבער די היינטיגע אויסשטעל פון גיגאנטישע נאקעטע חתונה זאל... איז דוכט זיך נישט אמאל געווען, חוץ מזה אין אזא אכשר דרא ווי היינט אז ס’איז דא וועד האישור’ס און חבורות יראים’ס, תוסיו”ט גרופ’ס איז שוין העכסט צייט צי מאכן א תיקון אין דעם עניין פון מקוה.

ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:36 pm

· #539534
Re: צניעות'דיגע מקוה
תניא בניחותא
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:58 pm

· #539541
Re: צניעות'דיגע מקוה
ברוך שפינוזה: דו דערמאנסט מיך פון דעם ב.ט. וואס איז געווען אין ב. ביהמ"ד אויף 1- עווע. אין א געוויסע תקופה ווען די שאוער אין מיין הויז האט נישט פונקציאנירט. ביניך א יעדן טאג געגאנגען צו די ב- ביהמ"ד צו כאפן א שאוער און א מקוה. די איינציגע פראבלעם איז געווען אז דער חשוב'ער ב.ט. איז שוין דארט געווען און ער האט זיך גוט אויסגעווייקט זיין מ--ה. ערשט נאכדעים איז ער געגאנגען אין שאוער. די מקוה איז געווען שפאגל ריין פון זיך פילטערן א גאנצע נאכט. נאר ער האט זיך פיין אויסגעווייקט דארט. אפילו איך בין אנגעקומען 5:30 פארטאגס איז ער שוין דארט געווען. איין טאג האביך איהם געפרעגט פארוואס ער נעמט נישט קיין שאוער צוערשט. האט ער געטון "תשובת המשקל" און געגאנגען אין שאוער. ס'הייסט. ער האט אנגעצינדן דעם שאוער און פאר גאנצע 10 סעקאנדס איז ער געווען אונטער'ן שאוער. אן זייף. נאכדעים איז ער אריינגעטאנצן אין בור און זיך געווייקט פאר א האלבע שעה. און ער זאגט צו מיר...דו זעהסט איך בין (דאך) געווען אין שאוער...!

איך האב אלס רעזולטאט גלייך נאכ'ן שאוער זיך אנגעטון און מוותר געווען אויף די"מקווה"...!

צפוני » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:59 pm

· #539552
Re: צניעות'דיגע מקוה
א יישר כח פאר @קהל'ס נער פאר'ן ברענגן די דאזיגע נייעס בנוגע די נייע סאטמארער מקוואות.
א דאנק אייך.

ערנסטגערעדט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:21 pm

· #539594
Re: צניעות'דיגע מקוה
הלוואי קומט אזא מקוה אריין אין קראפט
איך האב בעסערע פלעצער צו סאשעלייזן ווי ווען יענער זייפט זיין ווייסעך וואס
איך האב ליב צו גיין ווען קיינער איז נישט דארט אדער גאר ווייניג מענטשן
אפילו אויב בעט ער טייערער וואלט אזא מקוה מצליח געווען, פארשטייט זיך ממוז האבן טיים-סלאַטס ווילאנג מקען עס נוצן

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:34 am

· #539618
Re: צניעות'דיגע מקוה
בנוגע סעיפטי פון אינגע בחורים און קינדער מיין איך אז אזא אויסשטעל איז מער שעדליך.

צפת » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:21 pm

· #539636
Re: צניעות'דיגע מקוה
און ס'העלפט?

כניאק » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:42 pm

· #539718
Re: צניעות'דיגע מקוה
צפת #
און ס'העלפט?
איך האב געהערט פון א שמש פון א גרויסע מקוה, אז זייט מהאט געלייגט אפענע קעמרעס האט איז מען פטור פון א ריזיגע חלק פון פראבלעמען.

תניא בניחותא » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:56 pm

· #539736
Re: צניעות'דיגע מקוה
אלע די סארט נושאים קען מען זאגן צוויי צדדים, און ביידע זענען גערעכט.

צד א) גיין אין מקוה פון אלס אינגל ערב שבת איז בעסער ווייל ער וואקסט אויף אימיונט צי זען נאקעטע מענטשן פאר ער פארשטייט וואס ער זעט.
צד ב) דריי נישט קיין קאפ קיינער איז נישט אימיונט צו דעם, קוק דיך אים וויפיל פראבלעמען זענען דא פון מקוה’ס.

אזוי ווי די פשט’ל אז מ’ווערט נישט קאליע פון לערנען געוויסע גמרות.

צד א) גיי אין מקוה און היט אויף די אויגן.
צד ב) איכא דרכא אחרינא איקרי רשע.

מ’קען טרעפן פסוקים אויף אלע צדדים, וואס איז ריכטיג ? גיי ווייס.

אלע צוזאמען » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:31 pm

· #539793
Re: צניעות'דיגע מקוה
ווי לאנג ס’איז אפן און יעדער זעהט עס, איז עס הונדערט פראצענט לעגאל.

כספי » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:06 pm

· #539822
Re: צניעות'דיגע מקוה
ברוך שפינוזה #
תניא בניחותא
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
פיין געזאגט!

אבער פארוואס שבת נאכמיטאג?

אינטערסאנטער » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 10:38 pm

· #540752
Re: צניעות'דיגע מקוה
דאס איז זיכער אז מען וואלט געדארפט מרעיש עולמות זיין אויף די חורבן פון די מקוואות. דער בעל שם טוב האט זיכער נישט דאס געמיינט אז 200 אידן זאל זיך צאמקוועטשן אין א בור, און זיך שאוערן אן קיין מחיצות, עס איז א חרפה און א בושה וויאזוי די מצב איז.

מען דארף גיין אין מקוה, אבער די מצב כמות שהוא איז ערגער פון ארג. עפעס א תיקון דארף דא געשען. וואס? ווייס איך נישט.

משה פיינער » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:22 pm

· #541673
Re: צניעות'דיגע מקוה
וואס איז די חסרון מיט זיין נייע מקוה ? בעסער פון די מנובלים וועט עס זעכער מאכ'ן

Yesh » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:02 am

· #541701
Re: צניעות'דיגע מקוה
כספי #
ברוך שפינוזה #
תניא בניחותא
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
פיין געזאגט!

אבער פארוואס שבת נאכמיטאג?
וואל אויב האט מען געוואלט עסן קודשם פרייטאג צונאכטץ, אדער שבת איז די טשאלענט געווען פון שלמום, האט מען נאר געקענט טון עונה משבת לשבת, שבת נאכמיטאג!

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:05 am

· #541702
Re: צניעות'דיגע מקוה
כספי #
ברוך שפינוזה #
תניא בניחותא
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
פיין געזאגט!

אבער פארוואס שבת נאכמיטאג?
אלס טבול יום
צו קענען עסן תרומה און קדשים ביינאכט...

לפורקנך סברית » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:08 pm

· #541717
Re: צניעות'דיגע מקוה
ברוך שפינוזה #
תניא בניחותא
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
"יישר כוח, כ'האב זייער הנאה געהאט".

123yanky » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:35 pm

· #543032
Re: צניעות'דיגע מקוה
יא סאיז דא קעמערעס אין מקוה! איינער האט מיר אפילו געשיקט א קליפ

והאר עינינו » פרייטאג יאנואר 5, 2024 6:16 am

· #543713
Re: צניעות'דיגע מקוה
שפילער #
כדאי צו פיקסען זאכן קען מען טון סך גרינגערע זאכן און אפילו דאס וועט הייסן בעסער איין משל איז א פשוטע קורטען אויף יעדע שויער !

מאכן קלענערע שויער רומס ועוד'

דאס איז איינע פון די בעיסיקס.
איך בין אמאל געווען אין א מקוה, נישט אין איינער פון די היימישע געגענטער. און עס איז מיר מוראדיג געפאלן די שאווערס דארט. א יעדע שאווער איז געווען אן אייגענע קעסטעלע, מיט א געהעריגע טיר.
די פריוואטקייט אין אזא שאווער איז מוראדיג געשמאק.

קליינע צדיק » פרייטאג יאנואר 5, 2024 11:05 am

· #543721
Re: צניעות'דיגע מקוה
גא"מ
אבער דו רעדסט אלס געשמאק גארנישט מיט צניעות

קליינע צדיק » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:17 pm

· #543738
Re: צניעות'דיגע מקוה
אוודאי געוויס
נאר והאר עינינו האט זיך נאר באצויגן צו די געשמאק חלק

חיים עוזר » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 1:49 pm

· #543755
Re: צניעות'דיגע מקוה
אין פאפא ישיבה גדולה אין וועסטשעסטער האט מען יעצט געענדיגט איבערבויען די מקוה און מען האט צוגעלייגט אזא גוטע 20 שויערס און צוגאב צו די יעצטיגע 14 וואס איז דא. דאס קומט צוליב דעם וואס די רבי וויילט אין די זוממער וואכן אין שטעטל און ער גייט אין די זעלבע מקוה וואס די בחורים גייען, און ער האט צוגעזעהן וואס עס גייט פאר דארט יעדן טאג און פילפאכיג מער פרייטאג פארן זמן ווי די גאנצע ישיבה שטייט אין ליניעס ווארטענדיג פאר אן אויסגעבעטענע שויער. האט די רבי געמאכט אן אסיפה און געפאדערט פון די עסקנים אז מען זאל זאפארט גרעסער מאכן דעם מקוה. ברוך השם און געציילטע וואכן איז דער נייער מקוה געשטאנען גרייט פאר די בחורים. ממנו ילמדו וכן יעשו....

צוויי » זונטאג יאנואר 7, 2024 4:23 pm

· #543918
Re: צניעות'דיגע מקוה
וויזניץ אין מאנסי איז דא גאנץ א פיינע איידיע פון א מקוה אויסשטעל.

איך געדענק שוין נישט ווי, בין איך געווען אין א מקוה, וואס האט געהאט שאווער קערטנ'ס, ס'איז געווען א געשמאק די פריוואטקייט.
מיין שאווער האט אבער גענומען אסאך לענגער... - און קען זיין צוליב דעם ווילן עס די גרעסערע מקואות נישט איינפירן,

yesiknow » זונטאג יאנואר 7, 2024 5:07 pm

· #543926
Re: צניעות'דיגע מקוה
קהל'ס נער #
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.
דאס איז די כוונה... מען דארף נאך אפאר הונטרעט אידען זאלען דיך נאכמאכען דאס וועט שוין פארגרינגערען די טרעפיק סיטועשין.

אן עי סייד נויט , פאר איינער וואס ציט צו די סעים דזענדער קען מקוה זיין א סיריעס סטראגעל, עסק יור לויקעל ארטעדאקס ראביי אויב עס איז כדאי .