גאנצל #
די עצם זיך שטעלן דער איד ווס כאמאס דאס טייטש ככל הגוים בית ישראל איך בין א מיליטער דו ביסט א מיליטער איז הערצלס טמאנע רעיון
דאס טייטשט אראפגעווארפן עול הגלות
ער האט ס"ה ארויסגעברענגט די נידריגקייט פון כאמאס זינלאזע וויינערייען מיט רחמנות פרצופים, אינדערצייט ווען זיי האבן אדורכגעפירט אזא געמיינער און ברוטאלער אקציע וואס האט אויפגעשוידערט די קאלטבלוטיגסטע הארץ.
עפעס וואס יעדער ערליכער הייליגער איד, און איינער וואס פארמאגט כאטש א פינטל שכל אין קאפ, שפירט און האלט!
דאס ארויפשפרינגען אויף זייטיגע מסקנות אז עס קען זיין משמע אז ער שפירט זיך איינזייטיג מיט די ציונים, איז א טענה וואס קען בארעכטיגן נאר אז מ'זאל פאדערן פון מאטי'ן ער זאל ארויסקומען ברבים מיט אן ערקלערונג אז ער מיינט נישט צו בארימען ציונות. אזוי ווי ווען מלכות קווייער (מיט זייערע סאטמארע מיטגלידער) האט געזינגען פאר ביבי נתניהו, האט מען זיך באגענונגט מיט אן אפיציעלע אנטשולדיגונג, אזוי ווי אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים פירן זיך אויף. מ'רצח'עט נישט א איד וועגן אן איינמאליגער אומדירעקטער עבירה.
יא, איינער קען זיך אמאל פאררעדן, אבער מ'קען אויך תשובה טון. אפגערעדט אז דא איז עס בלויז א זייטיגער אומדירעקטער משמעות, וואס מאטי האט זיכער נישט געזוכט צו אדרעסירן.