☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט

וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #419

געצל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:22 am

· #5379
וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
די נייעס דא אין שטיבל איז זייער פיל מיט וויליאמסבורגע סחורה. עס איז א שטאט וואס לאזט נישט נאך א טאג אן זיין אויף די העדליינס. איז דאך פאסיג מען זאל פון איר זעלבסט ארומרעדן און באשרייבן וואס עס טראגט אלס מיט זיך, און וואס עס זעט אויס וועט דערמיט ווערן.

ווען מען רעדט פון די היסטאריע קען מען דאך אנברענגען פארשידענע זאכן בנוגע דעם, און עס האט באמת א גאר רייכע און אינטערעסאנטע פארגאנגענהייט, אבער איך האב איך צוגלייגט אז איך וויל דא ארומרעדן פון איר צוקונפט, און זאלן די מוחות פאנטאזירן איבער וואס עס קען אלץ פאסירן פאר דעם היבש פילפארביגע שטאט.

פארשטייט זיך אז ווענד זיך וועם איר פרעגט. פארשידענע וועלן אנווייזן אז דאס איז די ריינע שטאט און אזא וואס די גדולי ישראל אין אלע צייטן האבן געזען אז דאס איז א שטאט וואס איז די בעסטע צו וואוינען אין איר. מען איז דא עומד בפרץ און מען לאזט נישט צו קיין זאכן וואס זענען נגד התורה און מען רייסט אויס פילע איבלען וואס זענען אין אנדערע געגנטן שטארק פארשפרייט.

פון די אנדערע זייט זענען דא וואס טענה'ן אז ווער האט דיר איינגערעדט אז די זאכן וואס מען וויל ארויסרייסן פון דעם שטאט איז טאקע נגד ה' ותורתו? און די וועג ווי מען גייט צו דערצו איז דאך נישט דער תורה'דיגע וועג, וואס זאגט דרכיה דרכי נועם, און דער פסוק ענדיגט צו וכל נתיבותה שלום, און ווי איז נאך געווען אזא מחלוקת שטאט ווי וויליאמסבורג?

דאס זענען בערך די מיינונגען וואס מען קען זיך אנהערן ווען מען רעדט פון דעם טייל אין ברוקלין.

אבער איך וויל נישט כאפן און אנהייבן מיט די ביאגראפיע פונעם שטאט זעלבסט נאך פאר אידן זענען בכלל אהערגעקומען.

אויף דערווייל איז דאס גענוג, און לאמיר געבן א קוק וואס טוט זיך אין אנדערע אשכולות און איך געב רשות פאר יעדן וואס וויל עפעס צושטעלן דא אז מען קען מיר אויסכאפן...

משה געציל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:53 pm

· #5437
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
וויליאמסבורג א מחי' דא .....

ביים קלויזענברגען הייסע טרערען,
טיפע קרעכצען ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלענע מיט געשרייען,
און סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען,
ערשט איז מען אין מקוה געגאנגען,
און ביי די וויזניצ'ע טרינקט מען שוין לחיים...

אוי וויליאמסבורג! מיין הארץ בענקט צו אזא וויליאמסבורג... הגם איך בין שוין פונעם יונגען גענעראציע וואס האט בכלל נישט זוכה געווען צו קענען אזא וויליאמסבורג, דאך איז זי מלא כסופים...
כ'מיין דער ניגון איז דער בעסטער שטיקעל היסטאריע אריינגעקוועטשט אין די עטליכע שירות פון גראמען -פארפאסט דורך הרה"ח ר' יו"ט ערליך- אויב איינער וויל וויסען ווי אזוי אלט וומסב"ג (אלט אין צייט, נישט אלט אין פלאץ) האט אויסגעקוקט, און וואס זי איז היינט, נעמט אייך די פאר שורות גראמען אין שפאצירט ארום ניי וומסב"ג דערמיט (אזוי וואו פריער, מיין איך דא ניי אין צייט), גלייבט'ס מיר איר וועט איר פאר קיין געלט נישט געפונען...
בלויז פארען זינגען דעם ניגון אין וומסב"ג קענט איר פארשטיינערט ווערען...

יא יא וויליאמסבורג, הלוואי ווען מ'קען דיין אלטען גלאנץ צירוק ברענגען...

אבער ווער נישט צובראכען און געפאלען ביי דיר, ווייל סוכ"ס ביזטו נאך פון די שענסטע וואס איז דא, עס האט מיר סך הכל אנגעכאפט א בענקשאפט צו א וויליאמסבורג וואס איך האב קיינמאל נישט געקענט...

יידל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:09 pm

· #5440
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
וויליאמסבורג אין איר גלאררייכע תקופה וועט קיינמאל נישט צוריקקערן. ווער געדענקט נאך ווען אגודת ישראל האט געהאט זייער שיינעם שול אויף בעדפארד, ווען צעהלים האט נאך אפערירט זייער נשים מקוה, ווען תורה ודעת איז נאך געווען אין וויליאמסבורג.

מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיים הבטחתו של אותו צדיק.

chasid » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:10 pm

· #5441
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
יידל

מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיימו הבטחתו של אותו צדיק.

דמים תרתי משמע...

הרב_שלום » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:30 pm

· #5448
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
עס איז כדי צוכאפען אמאל א שמועס מיט איינער פון די זקני חסידי מלאכים ווי צום ביישפיל ר' זאנוויל גערטנער'ס ע"ה קינדער אדער ר' משה וועבערמאן נ"י וכדו' זיי זענען ווילאמסבורגער געבוירענער און האבן אסאך צו דערציילען

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:28 pm

· #6794
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
יידל
מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיים הבטחתו של אותו צדיק.

wowoowo
אזא אויפטו?
שטעלט דיך פאר מיר וואלטן קיין שטריימעל נישט געגאנגען?
רחמנא לישבזן ולא יעלה על הדעת חללללללללללללללילה

ידען » דאנערשטאג יולי 5, 2012 9:48 am

· #21846
געצל ווי ביסטו?

גלות יוד » דאנערשטאג יולי 5, 2012 8:17 pm

· #22048
איך וויל מען זאל טאקע שרייבן די "צוקונפט" פון וויליאמסבורג ווי מ'גייט זיך אויסשפרייטן ווייל אלץ גלות וויליאמסבורג איינוואוינער איז מיר עס ספעציעל אינטרעסאנט איז ווער עס ווייסט איז מכובד צו שרייבן

יידל » דאנערשטאג יולי 5, 2012 9:13 pm

· #22060
אנאנים,
וויליאמסבורג איז א שטאט ווי מ'איז אויף אבער יעדער שפילט כאילו מ'דרימעלט...

יאיר » דינסטאג יולי 10, 2012 10:13 pm

· #23164
די גרעסטע וויץ וואס איך האב אמאל געהערט איז אז וויליאמסבורג איז די ירושלים ד'אמעריקע.

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 10:20 pm

· #23167
יו"ט עהרליך איז געווען א וויצלער?

יידל » דינסטאג יולי 10, 2012 11:01 pm

· #23192
מאה שערים ד'אמעריקע איז מער פאסיג. נע, ניטאמאל דאס. וואלט הגרי"ש אלישיב סארווייווט א טאג אין וויליאמסבורג?
נו, אפשר רחוב יואל 10 ד'אמעריקע.

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 1:43 pm

· #23375
אוויא געברענגט אויווען די נאסטלאגיע וואס אונזער ר' יונטעל האט אריינגעלייגט אינעם ניגון וויליאמסבורג.... אבער עס גיט א שטיקל בילד וויזוי ס'האט אמאל אויסגעקוקט, און 'זיין' בליק דערויף אלץ סטאלינער חסיד און זיך מפרנס פון זיין א שפילער אויף א קארדיען ביי שמחות (וואס מ'איז נאך געזעצן בימים ההם ביי די לעידיס.. און ער מיט פארמאכטע אויגן)

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 2:58 pm

· #57267
מייקעל סעוועדזש זאגט אז אין זיינע צייטן -60 יאר צוריק- פלעגט וויליאמסבורג שטינקען.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/LovojR3znVg?t=14m40s">http://youtu.be/LovojR3znVg?t=14m40s</a>

פרענטש וואנילע » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:01 pm

· #57343
יעדע שטאט האט טאקע די אייגענע מעלות און חסרונות, אבער ווי די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעט א מייל", געסט פון די גאנצע וועלט זאגען אז מ'זעט נישט אזא שטאט אין די גאנצע וועלט, נאר פרומע אידען, ס'איז א מורא'דיגע חן, (חוץ פאר די וואס דער זאך קרענקט זיי נעבעך..) און אין וויליאמסבורג איז נישט דא די זעלבע צאל אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי די אנדערע שטעט וואס דו האסט אנגעכאפט, אבסאלוטלי נישט! (איך ווייס ניט אין וועלכע ביהמ"ד דו דרייסט זיך און מיט וועמען דו טרעפסט זיך, אבער די שטאט אין זשענערעל, איז פיל ריינער אין די אלע זאכען ווי די אנדערע שטעט), אין ווילי זעט מען מער אינגעלייט מיט אראפגעבויגענע קעפ אויף די גאס און אין געשעפטען, די בתי מדרשים קוקען אויך אוס אנדערש, פארפאלען, ס'איז א היימישערע פרומערע שטאט.. דו פאקטא..

יידל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:26 pm

· #57346
היימישערע שטאט, יא. פרומערע? ווענד זיך וויאזוי מען דעפענירט פרום.

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:40 pm

· #57377
אויב איז די מעלה פון ווילאמסבורג אז עס איז א היימישע פרומע שטאט (געגנט), דאן דארף מען אודאי דערמאנען די צוויי קאנאדישע שטעטלאך קרית טאהש און אודאי און אודאי קרית רימאנאוו דלב טהור אין סענטאגעט וועלעכע זענען ביידע פיל פרומער און ריינער פון ווילאמסבורג (איך פארגלייך נישט די ביידע שטעטלאך, אבער הצד השוה אז אין פרומקייט זענען זיי מער ווי אין וויליאמסבורג).

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:40 pm

· #57379
לב טהור, איז טעראריסטיש. ביטע!

איך קען א שטעטעלע אין פאקיסטאן וואס איז פרומער פון לב טהור

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:46 pm

· #57384
זר, איך זעה אז דו הייבסט אן צו כאפן מיין מעסידזש...

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:52 pm

· #57389
ניין, כ'מיין אז דו מאכסט חוזק פון ווילי, ניין?

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:57 pm

· #57391
דיין משל מיט פאקיסטאן כלפי לב טהור האט ארויס געברענגט אז עקסטרעמע פרומקייט איז נישט קיין מעלה, און מיין משל מיט לב טהור כלפי וויליאמסבורג האט ארויס געברענגט דאס זעלבע.

דיפלאמאט » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:48 pm

· #57595
שלום עליכם טייערע אידן.

איך דארף ארויסברענגען מיין פרייד צו זען אז ענדליך איז ארויסגעוואקסן אזא שיין אידיש פלאץ וואס גייט שוין אן א לענגערע צייט, וואו ערליכע אידן קענען זיך צונויפקומען און אויסשמועסן מיט א רואיגקייט און געשמאק, ברודערליך און פריינטליך אין דעם היימישן אידישן שפראך, אן דעם וואס מען זאל דארפן ציטערן אז עס וועט געמעקט ווערן, און דערמיט וועט הארעוואניע פון שעות ארבעט אפגעווישט ווערן.

איך בין נישט קיין נייער אינעם אידישן אינטערנעט מארק, און פלעג אסאך שרייבן אמאל, אבער נאכן איינזען אז די היימישע זייטלעך אויפן פרייען אינטערנעט איז איינגעצוימט געווארן, האב איך זיך דערפון אפגעשאקלט, אבער דאך לייען איך וואס מען שרייבט דא און דארט.

זיך דרייענדיג דא, האב איך געטראפן אסאך נושאים וואס מען האט שוין דורכגעשמועסט, אויסגעאקערט, און פעטש זענען געפלויגן אויף אלע זייטן, בימים ההם, אין די ערשטע צייטן פון דעם אידישן אינטערנעט, האב איך געקלערט אז אמאל איז א שאד די צייט איבערצוקייען די זעלבע וואס מען האט שוין דאן געגעסן, און צוגעבן א לינק צום נושא וועט העלפן פאר דעם פרישן דור פון אידישע שרייבער.

אט זע איך אז די נושא פון וויליאמסבורג איז אויפגעשווימען אהער, און יארן צוריק האט מען דעם נושא אויסגערעדט לארכה ולרחבה, און עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס די דעמאלטדיגע קאנאנען האבן דאן אנגעדרייט.

boxcover » מוצ"ש יולי 6, 2013 11:55 pm

· #131132
פרענטש וואנילע
יעדע שטאט האט טאקע די אייגענע מעלות און חסרונות, אבער ווי די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעט א מייל", געסט פון די גאנצע וועלט זאגען אז מ'זעט נישט אזא שטאט אין די גאנצע וועלט, נאר פרומע אידען, ס'איז א מורא'דיגע חן, (חוץ פאר די וואס דער זאך קרענקט זיי נעבעך..) און אין וויליאמסבורג איז נישט דא די זעלבע צאל אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי די אנדערע שטעט וואס דו האסט אנגעכאפט, אבסאלוטלי נישט! (איך ווייס ניט אין וועלכע ביהמ"ד דו דרייסט זיך און מיט וועמען דו טרעפסט זיך, אבער די שטאט אין זשענערעל, איז פיל ריינער אין די אלע זאכען ווי די אנדערע שטעט), אין ווילי זעט מען מער אינגעלייט מיט אראפגעבויגענע קעפ אויף די גאס און אין געשעפטען, די בתי מדרשים קוקען אויך אוס אנדערש, פארפאלען, ס'איז א היימישערע פרומערע שטאט.. דו פאקטא..

גאנץ שיין ארויסגעברענגט די מעלות. we can call it a day. יעצט קען מען זיך נעמען צו די איבריגע...

ישבה בדד » דינסטאג יולי 23, 2013 11:43 am

· #135478
וויליאמסבורג
אונזער שטעטעלע ווילי . האט א וועלט מיט מעלות ומידות טובות . אין דער עיקר רובא דרובא מענטשין זענען גיטע -פיינע מענטשין .נאר איין זעהר גוואלדיקער פראבלעם האבען מיר ליידער . מיר לעבין זייער שטארק פאר דעם צווייטען דער שכן [וואס מיר קענען אפילו נישט] מיר לעבין נישט אונזער אייגענעם לעבין . וואס מיר זענען באמת . מיר טוען זעך אהן לויט דעם צווייטענס געשמאק לויט דעם צווייטענס טאש . בקיצור מיר ווילען געפעלען פאר יעדען .נאר נישט פאר אונז . אין דאס איז איינס פין דער עיקר פראבלעם פאר וואס מיר פארלירען דיא קינדער רח''ל .

בעל הבית » דינסטאג יולי 23, 2013 12:59 pm

· #135505
וועגן דעם שריי איך לאמיר גיין וואנען אין סטעדין עיילענד

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 1:18 pm

· #135514
אין סטעטן איילאנד וועט נישט הערשן דעם פראבלעם?
עס האט מיט די מענטאליטעט פון מענטשן, נישט די אויר המקום.

פלוין פון ממרא » דינסטאג יולי 23, 2013 1:23 pm

· #135519
אז יעדער וואנט אין א וואן פאמילע הויז אפגעריגט פין דעם שכן אפאר פוס איז שון שווערער ,

אין ווי נישט ווי אביסיל שאדט נישט, מיר זענען דאך כולנו בני איש אחד אנחנו

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג יולי 23, 2013 3:01 pm

· #135559
וויליאמסבורג א שטאט וואס ווערט געפירט ביי עטליכע יחידים וואס טיהן מיטן עולם וואס זיי ווילן זיי מאכן מיליאנען אויף אונזער חשבן און פיטערן אונז מיט פארשימעלטע פאטעיטאס פאר פסח און מיט דאס קויפן זיי אונז אפ און אויב איינער וויל נאר עפעס שלעכטס זאגן אויף די פירערס הייבט זיך אן די גאנצע מדובר צו זיי מאכן יא געלט פון דעיס צו נישט צו זיי האבן יא הייזער וואס באלאנגען צו זיי וואס גייט פאר גוים צו נישט און מיט דעים ענדיגט זיך די גאנצע זאך און אזוי גייט עס שוין אן יארן ואין פוצה פה ומצפצף און נאכדעים ווען עס קומט צו גיין שטומען לויפט דער עולם ווי די ציגעלעך צום שחיטה שטומען פאר וועלכע פאליטישאנס זיי האבן א אינטערעסע זאל געווינען כדי זיי זאלן קענען מאכן זייערע גניבות נאכמער אומגעשטערט און פיטערן די עולם מיט פרישע גורלות פאר דירות וואס מען וועט מילא נישט געווינען ווייל דאס ברויך גיין פאר אלע ראשי קהילות קינדער מיט אייניקלעך. ...... דאס איז וויליאמסבורג און קיינער טוט גארנישט ....

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 3:21 pm

· #135573
מיין פאטעיטאס איז גראדע נישט געווען פארשימעלט.

איך אויך » דינסטאג יולי 23, 2013 3:29 pm

· #135577
וועלקאם ר' שאול.

ישבה בדד » מיטוואך יולי 24, 2013 10:55 am

· #135843
אזוי ווי ס'קומען יעצט דיא ימי הרחמים והרצון וימי דין וחשבון לאמיר אנפאנגען מאכען א חשבון הנפש מה חובת האדם בעולמו. נאך וואס האט דער אייבירשטער אונז אראפ געשיקט אויף דעם עולם העשי' . וואס וויל גאט ב''ה פין אונז. ס'איז דאך דא עפעס א מטרה. און לאמער אלע צוזאמען און באזונדער אנפאנגען עהרפילען אט דיא מטרה. אין קאכען זיך אין דעם. קאכען זיך מיט דעם אייבירשטען. ממילא וועלן מיר זיין פארנומען מיט זיך . און לעבן '''''''''אונזער'''''''''''''''' לעבן. אונד אז דאס הויז געזונט וועט זעהן דעם טויש אין אונז. וועט זיא זיך טוישען. און דאס גאנצע הויז וועט ווערן אנדערש. קינדער מיט קינדס קינדער.

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:51 pm

· #154673
שאולדיספריםפאקער
וויליאמסבורג א שטאט וואס ווערט געפירט ביי עטליכע יחידים וואס טיהן מיטן עולם וואס זיי ווילן זיי מאכן מיליאנען אויף אונזער חשבן און פיטערן אונז מיט פארשימעלטע פאטעיטאס פאר פסח און מיט דאס קויפן זיי אונז אפ און אויב איינער וויל נאר עפעס שלעכטס זאגן אויף די פירערס הייבט זיך אן די גאנצע מדובר צו זיי מאכן יא געלט פון דעיס צו נישט צו זיי האבן יא הייזער וואס באלאנגען צו זיי וואס גייט פאר גוים צו נישט און מיט דעים ענדיגט זיך די גאנצע זאך און אזוי גייט עס שוין אן יארן ואין פוצה פה ומצפצף און נאכדעים ווען עס קומט צו גיין שטומען לויפט דער עולם ווי די ציגעלעך צום שחיטה שטומען פאר וועלכע פאליטישאנס זיי האבן א אינטערעסע זאל געווינען כדי זיי זאלן קענען מאכן זייערע גניבות נאכמער אומגעשטערט און פיטערן די עולם מיט פרישע גורלות פאר דירות וואס מען וועט מילא נישט געווינען ווייל דאס ברויך גיין פאר אלע ראשי קהילות קינדער מיט אייניקלעך. ...... דאס איז וויליאמסבורג און קיינער טוט גארנישט ....

מזל טוב וויליאמסבורג! אויפן גרויסן פארלאנג פון ר'משה דוד נידערמאן האט DOT באשטעטיגט פון היינט אין ווייטער נאר איין לעין פאר די קאר'ס אויף בעדפארד פון קליימער סט. און ווייטער! מיר האפן מער אין מער אויפצוטוען פארן ציבור, נישט נאר צוזאגן ביי די וואלן.

גנדי » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 9:38 am

· #155211
מען זעהט באשיינפעלעך ווי די אייבישטער באצאלט פאר די עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה.

אייביג ווען עס זענען דא גורלות אויף דירות אין וויליאמסבורג, געוואונען דאס די קינדער פון עסקנים.

נח בער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:42 am

· #223767
זיך גרייטנדיג אפצושרייבן א לענגערער באריכט איבערן צוקונפט פון עיר ואם בישראל וויליאמסבורג וואס די גוטע נייעס איבער איר גלארריכער צוקונפט קומען אריין טעגליך צום פרייד פון אירע פילע פארקנעכטעטע איינוואוינער, האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם אשכול, איז דעריבער פאסיג צו ממשיך זיין דער ארבעט וואס דער פותח האשכול ז"ל האט אונז פארשפראכן.

עס איז שוין יארן דער שמועס אז מען ברויך פרישע געגנטער ווייל די אלטגעזעסענע זענען שוין איבערגעפילט עד אפס מקום אבער עס האט נישט אויסגעזען אז עס ווילן צופיל תושבי ווילי ארויסקריכן פון דעם שטונק אין וואס זיי זענען אזוי ווייטאגליך אנגעטשעפעט ווי אין א מחלה וואס קיין שום תרופה העלפט איר נישט.

קלוגע אידן האבן שוין יארן צוריק פארשטאנען אז עס איז נישטא קיין שום עצה פאר דעם וויליאמסבורגער מוח זיך ארויסצוזען פון זיין אייגן געמאכטער קרענק ווי א גירוש פון אן אמאליגער צאר, ווייל ער וועט אלעס אנווענדן צו בלייבן שטעקן אין זיין לעכל און צאלן כמה פעמים פון זיין געהאלט און אנבארגן חובות אלץ כדי ער זאל זיין נאנט צום פאנאטיש פארשמייליגטן שטאט.

די נייעס וואס קומען אריין טעגליך אז די ישועה איז נאנט איז דערפרישנד און פרייליך ביז גאר. ווער האט געגלייבט אז עס וועט נישט לאנג נעמען און מיר וועלן נאך אליינס זוכה זיין צו זען ווי מיר פארן אוועק פון דעם פארווייטאגטע יישוב וואס איז אזוי פול מיט אידן האס וואס פארשווארצט דאס פנים פון ערליכן אידנטום?

באקענט אייך מיט איינס פון די ערשטע פעלער וואס פרישע פראיעקטן ווערן אויפגעשטעלט בתוככי וויליאמסבורג וואס וועט איבערנעמען דאס ארט פון אידישע קינדער און געצוואונגענערהייט וועט מען געראטעוועט ווערן פון די קייטן אין וואס מען האט זיך הערמעטיש פארקניפט.

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:04 am

· #223778
100 יוניטס אין 75000 ס''פ, מינוס 2000 ס''פ ריטעיל אונטערשטן שטאק, 730 ס''פ דירות? גאנץ ווארשיינליך 'נישט' פאר אונז!! 😞

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:46 am

· #242339
יידל

מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיים הבטחתו של אותו צדיק.


ער האט עס נישט קאלי' געמאכט אבער זיינע חסידים האבען עס זיכער אריין געשאסען אין די אדמה

בשבילי! » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:39 pm

· #243939
ווילי בתפארתו

rps20141228_223858.jpg