☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?

ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16663

ברוך שפינוזה » זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:05 pm

· #538444
ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אין אן אנדערן אשכול וואס איך האב געעפנט צו אנאליזירן די נטורי קרתא קערעקטערס האט אונזער אלעמען באליעבטער טראלל @אסטראלאג צוגעלינקט א ווידיאו וואו ס'ערשיינט נאך איינער פון די נטורי קרתא לצים אויף וועם איך וואלט געקענט ביישטיין צו וואוסן זיין הונטערגרונד, נאר אזויווי יענע אשכול איז שוין געגאנגען אשכנז עפן איך דא פון פריש, ווער ס'וויל קאקן אויף נטורי קרתא קען דארט אנפירקלען ווייל אויף יענעם אשכול האב איך אויפגעגעבן, דא זאל מען זיך ביטע האלטן צום נושא.



נעבן דעם ווייס זעהט מען שטיין נאך איינעם, זעהט גראדע מער אויס ווי א היימישער במקור, מיינט עס נעבעך א טראפקעלע מער ערנסט ווי דעם ווייס וואס איז דאך פשוט א פאלנער לץ שבלצים. אזויפיל ווייס איך (איינער האט מיר געזאגט אין אישי 😳 ) אז דער בדחן הייסט דוד מאיר פעלדמאן, ווייסט איינער וואס איז זיין סטארי? אין וועלכע קהילה/חסידות איז ער אויפגעוואקסן? מיט וואסערע סארטן משפחות איז ער זיך משדך? און בכלל, ווי קומט ער אן צו די נטורי קרתא? בקיצור, גיבטס מיר בעקגראונד אויף דעם מענטש און די חקירות צו שטיינזאלץ האט פון איהם געהאלטן (וואטעווער דעט מיענס) זאלט עטץ ערגעץ אנדערש אנפירקלען.

אגב, דער איראנער פרעזידענט מאכט גאר א פיינעם רושם, די ענווה מיט וואס ער קומט אריין אין ציממער, די שמינית שבשמינית וואס שפראצט ארויס ווי נאר ער עפנט זיך דאס מויל, ער דארף זיך נאר אנטוהן א נארמאלן הוט און ער איז א פארטיגער רב. 😂

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:06 am

· #538452
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
קודם ער הייסט דוד שלמה, נישט מאיר.
אין פערזענליכן לעבן איז ער גאר א אפגעהיטענער איד, א מדקדק בקלה כבחמורה.
איך קען נישט זיין היסטאריע, אבער געהערט האב איך אז ער איז יארן צוריק אנגעקומען ביי ר' משה בער בעק אין ביהמ"ד, און דאס איבריגע איז היסטאריע.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:07 am

· #538453
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
ברוך שפינוזה #
אונזער אלעמען באליעבטער טראלל @אסטראלאג
אגב, דער איראנער פרעזידענט מאכט גאר א פיינעם רושם, די ענווה מיט וואס ער קומט אריין אין ציממער, די שמינית שבשמינית וואס שפראצט ארויס ווי נאר ער עפנט זיך דאס מויל, ער דארף זיך נאר אנטוהן א נארמאלן הוט און ער איז א פארטיגער רב. 😂

ביי די צוויי שטיקלעך האב איך אויפגעקראכט 😂

מאטי » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:03 am

· #538456
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
למעשה פארוואס אין עזה איז א חוץ לארץ איד נישט בטוח. פארוואס לאדענט נישט חאמאס אלע אויסלענדישע אידן צו ווייזן אז זיי האבן גארנישט אקעגן זיי

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:49 pm

· #538472
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
מאטי #
למעשה פארוואס אין עזה איז א חוץ לארץ איד נישט בטוח. פארוואס לאדענט נישט חאמאס אלע אויסלענדישע אידן צו ווייזן אז זיי האבן גארנישט אקעגן זיי
מאטי: ווייל זיי אליין ווייסן אויך דעם אמת. אז זיי האבן פיינט און ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן. די איינציגע וואס ווילן דאס נישט איינזעהן זענען ישראל דויד וחבריו.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:53 pm

· #538473
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
ברוך שפינוזה: ער מוז זיין א מער היימישער (לעומת ישראל דויד ווייס). ווייל ער רעדט א פארק*קטן ענגליש. משא"כ ישראל דויד. ער האט דאך געלערנט ענגליש אין קענזעס, אין פאבליק סקול.

אסטראלאג » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:53 pm

· #538474
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
berlbalaguleh #
מאטי #
למעשה פארוואס אין עזה איז א חוץ לארץ איד נישט בטוח. פארוואס לאדענט נישט חאמאס אלע אויסלענדישע אידן צו ווייזן אז זיי האבן גארנישט אקעגן זיי
מאטי: ווייל זיי אליין ווייסן אויך דעם אמת. אז זיי האבן פיינט און ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן. די איינציגע וואס ווילן דאס נישט איינזעהן זענען ישראל דויד וחבריו.
איך בין מוחה.
יא, קריטיקירן קענסטו וויפיל דו ווילסט,
אבער כבוד תלמיד חכמים. מיט דרך ארץ: הרה"צ, רבי, הרב, אדער פשוט מהרי"ד ווייס.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:58 pm

· #538475
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
איך האב געקענט אן אנדער'ן מהרי"ד. הרה"ק מהרי"ד מ'בעלזא זצוק"ל. להבדיל אלף אלפי הבדלות פון דעם חמו"ר.

נו לאמיר זעהן גרויסער מר בר רב אשי. (אויב דו ווייסט ווער און וואס דאס איז) איז דאס א שבח אדער נישט?!

קענסט אפשר פרעגן איינעם וואס איז מער בקי אין די קליינע פינטעלעך (קרי: אידשע און תורה'דיגע קולטור...אנו. לאמיר הערן יאירו דברינו לפניך. (אפשר פארקערט)

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:01 pm

· #538476
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
סארי ר' ברוך: איך בין טאקע א ביסל פארקראכן פון מעין סאבדזשעקט. נאר איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויפ'ן יצר הרע.

דערהויבענע איד » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:24 pm

· #538478
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
berlbalaguleh #
סארי ר' ברוך: איך בין טאקע א ביסל פארקראכן פון מעין סאבדזשעקט. נאר איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויפ'ן יצר הרע.
ברוך דו לייגסט אונז אלע אריין אין נסיונות נישט צו רעדן מער. למשל ווי אזוי דארך רעדאגירען ווען איינער שרייבט אויף א נטורא קרת'ניק ''מדקדק קלה כבחמורה''?

אסטראלאג » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:40 pm

· #538479
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
דערהויבענע איד #
berlbalaguleh #
סארי ר' ברוך: איך בין טאקע א ביסל פארקראכן פון מעין סאבדזשעקט. נאר איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויפ'ן יצר הרע.
ווי אזוי דארך רעדאגירען ווען איינער שרייבט אויף א נטורא קרת'ניק ''מדקדק קלה כבחמורה''?
א געוואלדיגע זאך, א מדקדק בהלכה, פראביר זיך אפצולערנען. -דאס איז א איינגענעמע רעאקציע.

צועקים וזועקים » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:13 pm

· #538483
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אסטראלאג יוש ביזטו גוט...

קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:51 pm

· #538486
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אסטראלאג #
berlbalaguleh #
מאטי #
למעשה פארוואס אין עזה איז א חוץ לארץ איד נישט בטוח. פארוואס לאדענט נישט חאמאס אלע אויסלענדישע אידן צו ווייזן אז זיי האבן גארנישט אקעגן זיי
מאטי: ווייל זיי אליין ווייסן אויך דעם אמת. אז זיי האבן פיינט און ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן. די איינציגע וואס ווילן דאס נישט איינזעהן זענען ישראל דויד וחבריו.
איך בין מוחה.
יא, קריטיקירן קענסטו וויפיל דו ווילסט,
אבער כבוד תלמיד חכמים. מיט דרך ארץ: הרה"צ, רבי, הרב, אדער פשוט מהרי"ד ווייס.
דער איז א מחלל שבת בפרהסיה מילא אפילו לשיטתך איז ישראל דוד ווייס א שייגעץ.

קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:52 pm

· #538487
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
.

אסטראלאג » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:18 pm

· #538488
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
קהל'ס נער #
אסטראלאג #
berlbalaguleh #
מאטי #
למעשה פארוואס אין עזה איז א חוץ לארץ איד נישט בטוח. פארוואס לאדענט נישט חאמאס אלע אויסלענדישע אידן צו ווייזן אז זיי האבן גארנישט אקעגן זיי
מאטי: ווייל זיי אליין ווייסן אויך דעם אמת. אז זיי האבן פיינט און ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן. די איינציגע וואס ווילן דאס נישט איינזעהן זענען ישראל דויד וחבריו.
איך בין מוחה.
יא, קריטיקירן קענסטו וויפיל דו ווילסט,
אבער כבוד תלמיד חכמים. מיט דרך ארץ: הרה"צ, רבי, הרב, אדער פשוט מהרי"ד ווייס.
דער איז א מחלל שבת בפרהסיה מילא אפילו לשיטתך איז ישראל דוד ווייס א שייגעץ.
רחמנא לצלן!! פון וואו נעמט זיך אזא שנאת ישראל!! יא, די ציוניסטישע אנטיסעמיטן וועלן אייביג פיינט האבן די אידן די תורה, און דער אויבערשטער. מיר האבן זיי אדורכגעלעבט דעמאלטס, און מיטן אויבערשטן'ס ווייטער. און די ציוניסטישע מדינה וועט בטל ומבוטל ווערן אמן

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:32 pm

· #538494
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אנאנים: ס'איז א שאד זיך צו אויפרעגן אויף איהם. איך פארשטיי אז דיין אידישע נשמה קאכט , אזוי ווי מיין נשמה ווען איינער שרייבט אזעלכע בייזוויליגע, רישעות'דיגע שטותים. דו דארפסט געדענקען אז ער איז (מסתמא) א תינוק שנישבה. איין זאך זעה איך אז ער איז א געשוואלענער עם הארץ.

ער רופט זיך "חוזה בכוכבים". ער איז מער א הוזה ווי א חוזה. ער איז אזוי ווי ישראל קאפקע. (זיכרונו לקללה). ער איז מסתמא א גר אדער א בעל תשובה. און ער מיינט אז ווי מער שנאת ישראל און אהבת ישמעאל ער וועט דעמאנסטרירן וועט ער זיין נאנטער צו ה'.

נ.ב.: איך האב גארנישט אקעגן גרים און בעלי תשובה. איך האב זיי ליעב. פונקט ווי א יעדן איד. נאר זיי זאללן זי נישט מישן אין ריין אידישע עניינים. אין וואס זיי זענען נישט קוואליפיצירט אריינצורעדן.

ברוך שפינוזה » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:55 pm

· #538506
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אין איינע פון די לינקס וואס @אנאנים האט צוגעטשעפעט האב איך געטראפן דעם פאלגענדעם בילד, ווייסט איינער אפשר ווער איז דער איד מיט'ן ווייסן בארד? (אגב, דער ווייס מיט'ן טראציגן שמייכל שטארצט שוין דעמאלטס ארויס..)
📎 קרתא.jpg

אסטראלאג » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:02 pm

· #538507
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
ברוך שפינוזה #
אין איינע פון די לינקס וואס @אנאנים האט צוגעטשעפעט האב איך געטראפן דעם פאלגענדעם בילד, ווייסט איינער אפשר ווער איז דער איד מיט'ן ווייסן בארד? (אגב, דער ווייס מיט'ן טראציגן שמייכל שטארצט שוין דעמאלטס ארויס..)
הגה"צ רבי ישראל פעלדמאן שליט"א, טאטע פון הרה"ג רבי דוד שלמה פעלדמאן שליט"א מגדולי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע

שעפטאל » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:11 pm

· #538508
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אסטראלאג: קוקסט אויס באהאוונט אין די נעמען.
אפשר עפען אן אשכול מיט בילדער און נעמען פון אלע נטורי קרתא?

בעל אחריות » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:18 pm

· #538509
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
איינער ווייסט וואס איז פשט פון ברוך'ס קראש אויף נטורי קרתא מעמבער'ס?

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:57 am

· #538515
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
בעל אחריות #
איינער ווייסט וואס איז פשט פון ברוך'ס קראש אויף נטורי קרתא מעמבער'ס?
ס'איז אזא מין bad boy bad girl זאך....

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:20 am

· #538516
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
וואלווי
בעל אחריות
איינער ווייסט וואס איז פשט פון ברוך'ס קראש אויף נטורי קרתא מעמבער'ס?
ס'איז אזא מין bad boy bad girl זאך....
יא, איך גיי בענענעס פאר bad boys, אלץ קינד פלעג איך זייער ליעב האבן מעשיות איבער קרימינאלן, די ערגסטע טייל פון די מעשה פלעגט אלץ זיין ווען מ'האט איהם געכאפט און איינגעזעצט... אפשר קען איינער געבן א פסיכאלאגישע אנאליז דערויף.

Bad boys bad boys, whacha gonna do, oh whacha gonna do when they come for you

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:53 am

· #538517
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
שעפטאל
אסטראלאג: קוקסט אויס באהאוונט אין די נעמען.
אפשר עפען אן אשכול מיט בילדער און נעמען פון אלע נטורי קרתא?
גם אני מצטרף להנ"ל. @אסטראלאג אפשר קענסטו עפענען אן אשכול איבער די היסטאריע פון די נטורי קרתא אין אמעריקע, ווער זענען אירע גרינדער? וויאזוי האבן זיי געצויגן מעמבערס איבער די יארן? ווער זענען די עיקר משפחות דארט? וויפיל מעמבערס ציילן זיי זיך? א.א.וו. ס'מיר זייער אינטערעסאנט, און איך בין זיכער פאר אנדערע אויך, אינאיינוועגס וועסטו אויך קענען אריינשטופן דיינע טראללערייען און לויבפרייזונג פון דיעס קבוצה, זה נהנה וזה נהנה.

אלע צוזאמען » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:17 am

· #538519
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
בעל אחריות #
איינער ווייסט וואס איז פשט פון ברוך'ס קראש אויף נטורי קרתא מעמבער'ס?
ער קומט פון דארט.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:18 pm

· #538527
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נו גילוי

נאזבאם » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 12:48 am

· #538542
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
ברוך שפינוזה #
שעפטאל
אסטראלאג: קוקסט אויס באהאוונט אין די נעמען.
אפשר עפען אן אשכול מיט בילדער און נעמען פון אלע נטורי קרתא?
גם אני מצטרף להנ"ל. @אסטראלאג אפשר קענסטו עפענען אן אשכול איבער די היסטאריע פון די נטורי קרתא אין אמעריקע, ווער זענען אירע גרינדער? וויאזוי האבן זיי געצויגן מעמבערס איבער די יארן? ווער זענען די עיקר משפחות דארט? וויפיל מעמבערס ציילן זיי זיך? א.א.וו. ס'מיר זייער אינטערעסאנט, און איך בין זיכער פאר אנדערע אויך, אינאיינוועגס וועסטו אויך קענען אריינשטופן דיינע טראללערייען און לויבפרייזונג פון דיעס קבוצה, זה נהנה וזה נהנה.
אויב די עפנטס נאך אן אשכול איבער נטורא קרתא מיין'ך אז צום סוף וועט מען דארפן צו בויען אן עקסטרע @קאוועשטיבל.קאם

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 6:34 pm

· #538761
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אנאנים: כ'האב געוואלט שרייבן איינס און א גוטס. נאר איך בין זיכער אז דער מנהל וועט עס אויסמעקן...שוין. זיי דארפן טרעינינג קעמפס וואו מ'לערנט זיך צו נעמען א שויער (לכה"פ) איינמאל א וואך. כדי מ'זאלל נישט סרחנ'ען פון (פארדארבענע) שווייס און אנדערע געשמאקע גרוכ'ן...!

אסטראלאג » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 6:37 pm

· #538762
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
[ציטאט אראפגענומען]
מיר האבן אלעס מיטגעהאלטן, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז געשטאנען פאר א צעהן מינוט און אוועקגעכאפט סיינס, און געשלאגן דער איד מיט די ווייסע בארד, האט ער אים דער עלטערע איד ארויסגעשטיפט אז ער זאל נישט ווייטער אנדרייען מיט זיין רשעות.

סקעפטיקער » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 6:46 pm

· #538765
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
[ציטאט אראפגענומען]
יחיאל משה פאלאק

אסטראלאג » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 6:57 pm

· #538768
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
סקעפטיקער #
יחיאל משה פאלאק

נישט שיין צו פארשעמען א איד ברבים. ער איז א טייערער איד.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 7:02 pm

· #538770
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
א טייערער איד מיט א ווייסע בארד באכעט נישט אריין אין א צווייטן איד.

אסטראלאג » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 7:05 pm

· #538772
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אנטשולדיגט, יענער האט צוגענומען אלע סיינס, און געשלאגן, יענער האט נישט אויפגעהערט מיט זיין ציוניסטישע רשעות.

דערהויבענע איד » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 7:07 pm

· #538773
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
אסטראלאג #
נישט שיין צו פארשעמען א איד ברבים. ער איז א טייערער איד.
לSHIטתך איז ער א טייערע איד וואס האט גוט געטון, טא פארוואס מעג מען נישט וויסן איבער זיינע מצוות ומעשים טובים?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 7:30 am

· #538855
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
berlbalaguleh #
אנאנים: כ'האב געוואלט שרייבן איינס און א גוטס. נאר איך בין זיכער אז דער מנהל וועט עס אויסמעקן...שוין. זיי דארפן טרעינינג קעמפס וואו מ'לערנט זיך צו נעמען א שויער (לכה"פ) איינמאל א וואך. כדי מ'זאלל נישט סרחנ'ען פון (פארדארבענע) שווייס און אנדערע געשמאקע גרוכ'ן...!

ר' בערל, שוין לאנג געוואלט מאכן מיט דיר א אינטערוויו איבער די שטינקעדיגע חברה (כלשונך). ווען האסטו געשמעקט די נטורי קרתא חברה, וואס איז געווען די מעשה? האסט געשמעקט יעדן אינדיווידואל באזונדער אדער אלע צוזאמען קאלעקטיוולי בסקירה אחת? וועלכע חלק פונעם גוף האסטו געשמעקט? די חברה האבן זיך גערן געלאזט אויסשמעקן אדער דו האסט עס ארויפגעצווינגען אויף זיי מיט געוואלד? ווי אזוי ביסטו ארויפגעקומען אויף די גענויע צאל שויערס וואס זיי נעמען, און ווי אפט? און בכלל, אויב גייען זיי מהיום והלאה אנהייבן נעמען טעגליכע שויערס מיט פיינע שמעקעדיגע זייף, גייט דיין התנגדות אקעגן זיי ווערן עטוואס ווייניגער?

זיידע לעבן, איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות וכו' (פאר מער, קוקט אין מיין חתימה)...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 2:12 pm

· #538870
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
דער ענטפער איז צוויי ווערטער. נאר מ'קען עס נישט ארויסשרייבן דא אויף קאווע שטיבל. אפשר אויף פאליש אדער אויף איי-וועלט יא...!

או.קעי. 4 ווערטער. די זעלבע וואס דער מונקאטשער רב זצ"ל דער בעל מנחת אלעזר האט געענטפערט פאר א גערער "חסיד"...!

קוק (ניין נישט הרב קוק---) אריין אין פסוק 'עסטו האבן דעם ענטפער.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 11:49 pm

· #538890
דרשת הרב פעלדמאן שליט״א
איינע פון די הונדערטע פאזעטיווע קאמענטס דא:
This Rabbi is a good human being and a hero, thank you for your support we as muslims respect Jews