☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א דשאב אהן ארבעטן

א דשאב אהן ארבעטן

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16656

שעפטאל » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:59 pm

· #538244
א דשאב אהן ארבעטן
כ'זיך ערענסט א דשאב. ס'געט א סענס אוו פאורפעס. מ'קען אינוועסטן איבריגע געלט. כ'בין ב"ה טויגליך, כ'וועל צופרידן שטעלן מיין בעה"ב.

נישט א פיזיקל דשאב, כ'האב נישט קיין נערוון צו שטיין אויף א לייטער און שלעפן ווייער'ס.

נישט א דשאב וואס טראגט אחריות, פאר דעי געלט קענעך שוין עפענען א ביזנעס.

נישט א דשאב וואס מ'דארף רעדן צו קאסטימער'ס, וואס פעהלט מיך אויס צעפרידן שטעלן אומצופרידענע מענטשן.

נישט א אפיס דשאב, כ'וויל פארברענגן מיט מענטשן.

נישט א 9 טא 5 דשאב, כ'וויל זעהן די זין און ביימער, שפאצירן אביסל.

נישט א דשאב וואס מ'דארף אסאך ארבעט, כ'קען באשטיין צו ליינען ק"ש.

כ'זיך און כ'זיך.. כ'הענג דא אויף א צעטל:

א טויגליכער פרייליכער געשמאקער אחריות'דיגער יונגערמאן איז גרייט צו טוהן פאר אייך סיי וואס, ווי
שמועסן מיט אייך, אויסהערן אייער ווייטאג'ן.
קלינען אייער שטיב,
שפאצירן מיט אייער הינטל,
קאכן גאר בא'טעמ'טע נאכטמאל,
בעיביסיטן אייערע קינדערלעך,
לערנען און שמועסן מיט אייער בחור'ל.
טרינקן מיט אייך אייוואסקא. (שוין געטרינקן מיט אפאר גדולים פון שטיבל..)
כאפט אריין פאר ער ווערט פולי בוק'ט!

פאר מער אינפא. אישי'ט שעפטי...

--
נאך איידיעס? ביטע רופט זיך אהן ווארעם..

ים של שלום » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:16 pm

· #538245
Re: א דשאב אהן ארבעטן
שעפטי, די ווייסט ווער עס זיכט גענוי אזא ארבעטער? דיין ווייב....

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:35 am

· #538248
Re: א דשאב אהן ארבעטן
שעפטי, די אנדערע וואך האב איך געזעהן א צעטל אין שול ביים סינק וועגן הלכה ולא למעשה. לכאורה איז דאס וואס די זיכסט.

שעפטאל » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:57 am

· #538250
Re: א דשאב אהן ארבעטן
ס'עולם אישי'ט עצות..
מ'קען עס שרייבן ברבים..

והנה:
ברענג אריבער שוואצע גארבידש בעג'ס פון איין פלאץ צום צווייטען. (מעגסט עס נישט עפענען. מאך זיכער א פאליציאנט שטעלט דיך נישט אפ. גאר גוט באצאהלט)
שרייב פארן מאמענט.
רעד אויף קול מבשר. (וכדי שלא יהיה גילוי, זאלעך זיך רופן שפעטי..)
ארבעט אין א קירוב ישיבה
פארקויף פטריות
א פאנדרעיזער
ווער א שאמאן
פארקויף זיך אלס א קנעכט..

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:30 am

· #538252
Re: א דשאב אהן ארבעטן
הייב אן א פאדקעסט

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 2:52 am

· #538254
Re: א דשאב אהן ארבעטן
א קידוש החמה מנין שלעפער?

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:13 am

· #538262
Re: א דשאב אהן ארבעטן
טאמבל סאס #
א קידוש החמה מנין שלעפער?
דאס איז גוט פאר א סייד דזשאב.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:02 am

· #538263
Re: א דשאב אהן ארבעטן
גיי אויף אנלי פענס, דארפסט נישט גארנישט טוען נישט קיין לייטער נישט קיין אפיס ניטאמאל קליידער דארף מען…..😂😂😂

שעפטאל » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:21 pm

· #538275
Re: א דשאב אהן ארבעטן
וואס מיין פריעדיגע דשאב'ס זענען געוועהן?

לייקן יעדע תגובה וואס כ'קען נאר. אבער כ'האב געפלאצט. כ'געב איין גרויסע לייק פאר יעדעם, כ'קען נישט מער..

באס רבי. ווי סך קען איך שרייען מ'זאל זיצן, נישט ארויסשטעקן די הענט פון די פענסטער?

ארויסגעבן ווידיאוס מיט א פארדעקטן פנים. ווי סך ענערגיע קען מען ארויסגעבן?

קיפּן קאמפעני פאר אפאר גבירים, כ'פלעג ארום פאהרן מיט זיי איבעראל. שוין געוועהן אויף איין טיש מיט אזויפיהל סעלעבּ'ס, אלע זענען די זעלבע בשר ודגים, זעלבע טיפשים. כ'האלט נישט אויס מער. ווי סך קענעך פאלש לאכן פונעם עושר'ס דשאק'ס? (למעשה איז עס נישט אזוי געפערליך..)

כ'פלאץ שוין פון ליידיג גיין, עני איידיעס פליז?

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:06 pm

· #538276
Re: א דשאב אהן ארבעטן
שעפטאל #
כ'פלאץ שוין פון ליידיג גיין, עני איידיעס פליז?
וואלטיך געהאט; וואלטיכעס געניצט ס׳איידיע פאר מיר אליין.... 🙂

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:10 pm

· #538277
Re: א דשאב אהן ארבעטן
א סעילס מאן וואס גייט ארום איבערן גארער וועלט מיינעך פיט דיין דעסקריפציע און כנראה לי ביזטו טויגלעך דערצו

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:29 pm

· #538282
Re: א דשאב אהן ארבעטן
שעפטאל #
וואס מיין פריעדיגע דשאב'ס זענען געוועהן?

לייקן יעדע תגובה וואס כ'קען נאר. אבער כ'האב געפלאצט. כ'געב איין גרויסע לייק פאר יעדעם, כ'קען נישט מער..

באס רבי. ווי סך קען איך שרייען מ'זאל זיצן, נישט ארויסשטעקן די הענט פון די פענסטער?

ארויסגעבן ווידיאוס מיט א פארדעקטן פנים. ווי סך ענערגיע קען מען ארויסגעבן?

קיפּן קאמפעני פאר אפאר גבירים, כ'פלעג ארום פאהרן מיט זיי איבעראל. שוין געוועהן אויף איין טיש מיט אזויפיהל סעלעבּ'ס, אלע זענען די זעלבע בשר ודגים, זעלבע טיפשים. כ'האלט נישט אויס מער. ווי סך קענעך פאלש לאכן פונעם עושר'ס דשאק'ס? (למעשה איז עס נישט אזוי געפערליך..)

כ'פלאץ שוין פון ליידיג גיין, עני איידיעס פליז?
הייבן אן לייקן פאר געלד, לאמיר זאגן צעהן דאלער א חודש, און פארדעים וועסטו לייקן יעדן איינציגע תגובה פאר יענעם חודש פאר דער ניק, ס׳דא א ערך פון הונדרעט אקטיווע שרייבער, דאס מיינט האסט א פאטענטשעל פון א טויזענט דאלער א חודש.
איינמאל ק״ש איז מעקסט out, גיי עפען נאך א ברענטש אין אייוועלט, נאכדעים אידטיש, פארום אוצר החכמה, Imamother, און עווענטשילי ביי די (געשטארבענע) רעדיט געמיינדע פון (די אויסגעשפארטע) רביה״ק השלישי, קאווע שטיבעל טשעט אויף טעלעגראם, וכו׳ וכו׳ די אפערטוניטיס זענען ענדלאז….

ים של שלום » פרייטאג אקטאבער 27, 2023 12:36 am

· #538312
Re: א דשאב אהן ארבעטן
ווער א פאבליק סקול טיטשער פאר א קורצע צייט און דערנאך פאלג נישט די פרינסעבעל און מען וועט דיר צאהלן צו זיצן און טוהן גארנישט.https://www.nbcnews.com/id/wbna31494936

פאלאצ'ינטא » זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:11 am

· #538385
Re: א דשאב אהן ארבעטן
מען זאגט אז בחורים זענען די איינציגסטע וועליכע קענען עפענען א פלשעל ביר אן א עפענער און די איינציגסטע וועליכע קענען עפענען א גמרא און נישט לערנען... זיי וואקסען אויס א אינגערמאן וועליכע קען האבען א א דז'אב און נישט ארבייטען

תקע בשופר » זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:08 pm

· #538401
Re: א דשאב אהן ארבעטן
אונזערע טאטעס האבן שווער גארבעט פון 9-5 בכמות ובאיכות. פון פינעף ביז ניין, האבן זיי געלעבט א לעבן נישט געטראכט פון די ארבעט גארנישט.

אונז זעמיר געלונגען, טיכטיגע חברה, אונז דריי מיר סיך אאויס פון ארבעטן, די פראבלעם איז אבער אז די ארויסדרייען פון ארבעטן פארנעמט אונז די גאנצע 24 שעה פון טאג.

חדשים » זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:25 pm

· #538404
Re: א דשאב אהן ארבעטן
ווער א מקובל... ס’קוקט אויס ווי די האסט גוטע ענערדזשי...

שעפטאל » זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:35 pm

· #538406
Re: א דשאב אהן ארבעטן
תקע בשופר #
אונזערע טאטעס האבן שווער גארבעט פון 9-5 בכמות ובאיכות. פון פינעף ביז ניין, האבן זיי געלעבט א לעבן נישט געטראכט פון די ארבעט גארנישט.

אונז זעמיר געלונגען, טיכטיגע חברה, אונז דריי מיר סיך אאויס פון ארבעטן, די פראבלעם איז אבער אז די ארויסדרייען פון ארבעטן פארנעמט אונז די גאנצע 24 שעה פון טאג.
זאל דער דערבארימדיגער טאטע אונז באהיטן פון דארפן ארבטן פון 9-5. שוין צייט פאר גאולה
מ'טוהט וואס מ'האט א פּעשין און מ'בּילט דערפאר 😂