☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אהרן רזאל

אהרן רזאל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16652

אלפא » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 3:07 pm

· #538096
אהרן רזאל
ווער ס'קען דעם ניגון זאל אויפהייבן די האנט!





פאר אפאר יאר צוריק איז ארויסגעקומען פון אהרן רזאל אן אלבום מיט דעם ניגון דערין (די מעשה קומט פון ר' שלמה'לע).



עס האט מיר גלייך געכאפט, כ'ווייס נישט פארוואס פונקטליך, אבער עס איז א שטיק הארץ - אביסל טרויעריג אויך, באגלייט מיט טיפע קאורדס אין הערליכע סטרינגס - ווי נאר די רזאל'ס קענען - איך האב אויסגעהערט די ניגון צענדליגע מאל אויב נישט הונדערט לכאו'...

און יעצט דערמאנט ער מיר דערפון, גאנץ גוט איבערגעטייטשט, און די מוזיק איז גאוניש נאכגעשפילט. (זיין ארגינעלע שטימע קען מען נישט נאכמאכן...)

איי קינדערלעך טייערע זיסע קינדערלעך - מתוך האש הקול עוד מדבר - הדבר הכי גדול הכי גדול בעולם הוא לעשות טובה למישהו אחר...

איך קען שמועסן שעות פון די רזאל'ס ניגונים וועלכע האבן באגלייט און פרייליכע צייטן און אין שוואכערע מאמענטן, אזוי אויך און פשוט'ע מינוטן ווען מ'האט זיך פארבענקט...
הייליג און טיף.

מ'קען אבער נישט שליסן אן שטעלן די פראגע פארוואס פייגלעך זינגען?...



טאמער איר קענט אים נישט - זייט מוחל און טשעקט אים אויס, (זיין ברודער יונתן איז זיך אויך ווערד זיין געלט..)
און טאמער קענט איר אים יא - בין איך זייער פרייליך! 🙂

אלפא » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 3:14 pm

· #538097
Re: אהרן רזאל
איך קען שטיין אין לינקן אלע זיינע אלבום'ס, סינגל'ס, און קליפ'ס. #מתוך-חבתם-מונה-אותם...

עס איז זיך ווערד יעדעס באזונדער די פולע אטענשאן... הלואי ווען מ'קען ווען קומזיצן אויף א פארום...

איך וויל נאר נישט פייניגן די מענטשהייט דא. ווער עס וויל איז מכובד אויסצוהערן און זיך צו באלעקן מיט די געשמאקע ניגונים, הימלישע מוזיק, צודרייטע קאורדס, און טיפע שטימע...

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:20 pm

· #538103
Re: אהרן רזאל
א דאנק פאר די ניגון. קענסט לייגן די ארגינאלע פון שלמה'לע?

אלפא » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:25 pm

· #538104
Re: אהרן רזאל
איך האב עס קיינמאל נישט געהערט דיירעקט פון אים. און איך ווייס נישט ווי עס איז דא צו הערן..
די טאן איז רזאל'ס בכל אופן..

שטריימל box » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:07 pm

· #538115
Re: אהרן רזאל
איך אויך #
א דאנק פאר די ניגון. קענסט לייגן די ארגינאלע פון שלמה'לע?