☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16630

היכי דמי » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:18 pm

· #537332
רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
שטייענדיג אין אזעלכע שווערע טעג פון קריג איז דא א לייט אין די טונעל, זעהנדיג אז אונזער דור האט נאך אזעלכע גרויסע צדיקים ווי אמאל.

ביי אסאך הויפן גייט ארום שמועות אז מען האט געזעהן עפעף אויסטערליש אויף זייער רבי׳ן, און איצט שטעלט מען עס צוזאם אז ער האט מרמז געווען די מלחמה

היכי דמי » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:19 pm

· #537333
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
א ווערטל דרייט זיך ארום אז די עף בי איי האט געעפענט אן אויספארשונג אויף אלע רבנים וואס האבן געוואוסט.

שפילער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:38 pm

· #537336
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
די אלע גרויסע צדיקים אפשר זאגן זיי עס אסאך מאל אז רבותי סקימט גרויסע צרות און פשוט יעצט איז עס געלונגען?..

סקעפטיקער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:40 pm

· #537338
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:47 pm

· #537341
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
אויב די רבנים קענען מעגליך קומען אין אישי מיט די לאטערי נומבערס, נאר אין אישי שטייטצעך.

סקעפטיקער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:49 pm

· #537342
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
אינגערמאנטשיקל #
אויב די רבנים קענען מעגליך קומען אין אישי מיט די לאטערי נומבערס, נאר אין אישי שטייטצעך.
ביסט דיך נישט גרייט צו טיילן ביליאנען דאלארן מיט טויזענטער אידן? וועסט נאכאלץ האבן גענוג

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:21 pm

· #537353
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
וואס האבן זיי געוויסט? האבן זיי פאראויס געזען די גאנצע געשעעניש, דאן זענען זיי מחבלים, גארנישט בעסער ווי דער מוסלעמענער מ.פ.
וואס האבן זיי געזעהן?

בעל אחריות » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:41 pm

· #537354
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
זיי האבן נישט געוויסט, זיי האבן מרגיש געווען.

שפילער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:42 pm

· #537355
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
אלע צוזאמען #
וואס האבן זיי געוויסט? האבן זיי פאראויס געזען די גאנצע געשעעניש, דאן זענען זיי מחבלים, גארנישט בעסער ווי דער מוסלעמענער מ.פ.
וואס האבן זיי געזעהן?
כלל ישראל זקוק לישועות , אי אפשר אפילו לתאר באיזה סכנה כלל ישראל נמצא

זה לשון קדשו פון ר'מיכל זילבער

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:52 pm

· #537359
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
לויט ווי איך פארשטיי לויפן די אלע מימרות און פחד'דיגע לשונות עווער סינס. נאר ווען עס פאסירט טאקע עפעס נעמט מען אפיר די באהאלטענע אפיקומן, און דער וואס האט פונקט געזאגט אין די גוטע צייט די ריכטיגע ווערטער דער איז דער געווינער!

בעל אחריות » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:55 pm

· #537360
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
טמיר #
לויט ווי איך פארשטיי לויפן די אלע מימרות און פחד'דיגע לשונות עווער סינס. נאר ווען עס פאסירט טאקע עפעס נעמט מען אפיר די באהאלטענע אפיקומן, און דער וואס האט פונקט געזאגט אין די גוטע צייט די ריכטיגע ווערטער דער איז דער געווינער!
אזוי אויך זענען די לשונות אפט מאל גאר פארעווע און vague, און ווען עס געשעהט גארנישט זעהט נישט אזוי שטארק אויס אז דער רבי איז נישט גערעכט געווען.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:58 pm

· #537361
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
אמשינובער רבי האט יעצט ביים קלאפן הושענות אויסגעריפן אז מארגן שמחת תורה גייט געשעהן וואס איז געשעהן……


אן עי סיריעס נאוט, די אלע רבנים וואס האבן קלאמפישט געוויסט, פארוואס האבן זיי נישט געווארענט?
אז זיי ווייסן נישט קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער אז זיי ווייסן יא קומט זיי שוין איינמאל פעטש.

ווער געדעינקט ווען ר׳ חיים קנייבסקי האט פרעדיקטיד אז די דריי בחורים ביי צוק איתן וועלן אהיים קומען לעבעדיג.

טמיר » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:11 am

· #537364
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
קהל'ס נער #
אמשינובער רבי האט יעצט ביים קלאפן הושענות אויסגעריפן אז מארגן שמחת תורה גייט געשעהן וואס איז געשעהן……


אן עי סיריעס נאוט, די אלע רבנים וואס האבן קלאמפישט געוויסט, פארוואס האבן זיי נישט געווארענט?
אז זיי ווייסן נישט קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער אז זיי ווייסן יא קומט זיי שוין איינמאל פעטש.

ווער געדעינקט ווען ר׳ חיים קנייבסקי האט פרעדיקטיד אז די דריי בחורים ביי צוק איתן וועלן אהיים קומען לעבעדיג.
די אמשינאווער וויץ איז איינס און א גוטס 😂

צי די סיריעס נאוט. גראדע הייסט עס אז ר' מיכל'ס גבאי האט פרובירט צי קאנטאקטן די שב"כ הויפט, ער האט נאר נישט געקענט עם ריטשן...

ערנסט גערעדט, דעיס איז א נערישע טענה, סארי. זיי ווייסן נישט פונקטלעך וואס ווען וואו, עס איז עפעס אן הרגשה.

פונדאַמענטאַל » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:34 am

· #537371
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
שמיני עצרת ביינאכט האב איך געשפירט א זעלטענע בויך ווייטאג, אזא וואס איך האב נישט געשפירט זינט די לעצטע מאל איך האב געהאט אזא בויך ווייטאג. אזש אז מיינע נאנטע האבן זיך געווינדערט וואס דאס קען באדייטן. שפעטער האט מען שוין אלעס פארשטאנען, אין די צייט וואס איך האב געשפירט די בויך ווייטאג האבן די רוצחים געשאסן די מיסילס, און פאר יעדע מיסיל וואס די אייראן דאום האט אויפגעשאסן האבן מיינע געדערים געטרייסלט. שפעטער האבן מיינע פיס וויי געטון, מיינע נאנטע האבן זיך שטארק געוואונדערט - ווייל געווענליך נאכן טאנצען הקפות טוט עס נישט אזוי וויי. שפעטער האט מען שוין אלעס פארשטאנען, אין די צייט וואס מיינע פיס האבן וויי געטון האבן די רוצחים אריינגעדרינגען אין ארץ ישראל, און דאס ווייסט דאך אויף עקבתא דמשיחא וואס איז דאך א רמז אויף די פיס. שפעטער ביים סעודה האב איך געטרינקען גאר א גוטע וויין און איך בין געווארן אביסל העכער. מיינע נאנטע האבן עדות געזאגט אז זינט די לעצטע מאל איך האב געטרינקען א גוטע משקה בין איך נישט געווען אזוי בגליפין. שפעטער האט מען שוין אלעס פארשטאנען, דאס איז געווען ווען די רוצחים האבן דערמארדעט די אומשילדיגיע אידן, און זענען ליידער געווען אין א מצב פון טויט, און עס איז ידוע אז שכרות איז רומז אויף טויט.

מיין נקודה איז צווייפאכיג. איינס, פארוואס נעמען נאך מענטשן ערנסט די בול***. צוויי, אין א צייט וואס כלל ישראל האט געליטן אזא טראגעדיע איז נישט קיין צייט צו דאס אנהענגן אין אויסערליכע פאקטארן, גיב מיר נישט קיין גורמים - קיין תיקונים - און קיין נביאים.

שיקט דאס ארום צו לפחות 13 מענטשן און איך וועל אייך געבן א sneak peek די קומענדיגע מאל מען שטייט פאר א טראגעדיע ר''ל.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:36 am

· #537390
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
שפילער #
די אלע גרויסע צדיקים אפשר זאגן זיי עס אסאך מאל אז רבותי סקימט גרויסע צרות און פשוט יעצט איז עס געלונגען?..
איך געדענק: אין יארע '81 למספרם, שטייצעך. גלייך נאך וואס פרעזידענט ראנאלד רעיגען האט געוואונען די עלעקשנס, האבן עטליכע בארימטע "יודעי דבר" און בעלי "רוח הקודש" פאראויסגעזאגט אז ס'קומט "שווערע צייטן. און דערווייל האט דער עולם (ב"ה) געהאקט אויף ביידע באקן. סיי עקאנאמיש. און סיי פאליטיש. ריעל עסטעיט. און ביזנעס בכלל איז ארויף צו גאר הויכע שטאפלען. און די היימישע "תרפ"ט ארגאניזאציעס" האבן באקומען ריזיגע פאנדן. א שיינע פאר אידן האבן מער נישט געדארפט גיין אין דזשאב צו זוכן פרנסה. דער נייער פרעזידענט איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה וויאזוי צו גיסן געלט פאר זיינע שטיצערס וידידים. ער האט מחדש געווען אזא זאך ווי ..."בלאק גרענטס". אהינגעווארפן א פופציגער אדער א מאה'לע (אלף, שטייצעך) א יעדע פאר חדשים. אן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:43 am

· #537391
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
אלע צוזאמען #
וואס האבן זיי געוויסט? האבן זיי פאראויס געזען די גאנצע געשעעניש, דאן זענען זיי מחבלים, גארנישט בעסער ווי דער מוסלעמענער מ.פ.
וואס האבן זיי געזעהן?
זיי האבן פאראויסגעזעהן אז צוליעב די גרויסע חטאים פון כלל ישראל רחמנא ליצלן. אזוי ווי די פרויען וועלכע האבן רויטע טורבאנס און לאנגע פאנדיאלאוס. און לאנגע שייטלעך, שטייצעך. קען ח"ו קומען גרויסע צרות אויף כלל ישראל.

מיסטעריע » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:13 pm

· #537461
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
סקווירא
📎 IMG-20231013-WA0099.jpg 📎 IMG-20231013-WA0098.jpg

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:06 am

· #537484
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
מיסטעריע #
סקווירא
פשיהא, דאס איז דאך ממש אפענע רוח הקודש, ובפרט אז ער האט משנה געווען ברכת הקודש (שטייט אפילו נישט וואס ער האט משנה געווען, אבער מי יעמוד בסוד קדושים).

גראדע אז איך האב געטראכט לגבי שאקלן אויף דרום זייט אז דאס האט ציטון מיט די קאסאנע בית מדרש אין די מייל, וואס איז אויף דרום זייט פונעם שטעטל, אדער מיט מהר"יי מ'ראחמיסטריווקא מאנסי, אבער ווי געזאגט, מי יעמוד בסוד קדושים.

וואלווי » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:48 am

· #537488
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
און דאס אלעס האט חמס געוויסט.
און דאך מצער געווען דעם צדיק..

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:58 am

· #537490
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
טמיר #
קהל'ס נער #
אמשינובער רבי האט יעצט ביים קלאפן הושענות אויסגעריפן אז מארגן שמחת תורה גייט געשעהן וואס איז געשעהן……


אן עי סיריעס נאוט, די אלע רבנים וואס האבן קלאמפישט געוויסט, פארוואס האבן זיי נישט געווארענט?
אז זיי ווייסן נישט קען מען נישט האבן קיין טענות, אבער אז זיי ווייסן יא קומט זיי שוין איינמאל פעטש.

ווער געדעינקט ווען ר׳ חיים קנייבסקי האט פרעדיקטיד אז די דריי בחורים ביי צוק איתן וועלן אהיים קומען לעבעדיג.
די אמשינאווער וויץ איז איינס און א גוטס 😂

צי די סיריעס נאוט. גראדע הייסט עס אז ר' מיכל'ס גבאי האט פרובירט צי קאנטאקטן די שב"כ הויפט, ער האט נאר נישט געקענט עם ריטשן...

ערנסט גערעדט, דעיס איז א נערישע טענה, סארי. זיי ווייסן נישט פונקטלעך וואס ווען וואו, עס איז עפעס אן הרגשה.
כ'ווייס נישט קיין סאך וועגן הרגשות, אבער כ'וועל אנפרעגן ביי מיין ווייב...

כספי » זונטאג אקטאבער 15, 2023 7:30 pm

· #537563
Re: רבנים וועלכע האבן פאראויסגעזעהן די מלחמה
מיך זעט נישט אויס אז ס'איז דא איין נארמאלער מענטש וואס נעמט עס בכלל ערנסט, אויסער אפשר די חסידים פון די אייגענע רבי'ס וואס דאס איז נישט שווער, אויף חסידים פרעגט מען נישט קיין קושיות, בפרט ביי די סארט חצירות וואס מ'פרעדיגט אז דער רבי האט רוה"ק קומט ארויס אזא מעשה, איז דאך מורא'דיג שווער, היתכן ער האט גארנישט געזען, קומט מען אויף מיט די אלע מייסעס