☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין געזעגענונגס דרשה...!

מיין געזעגענונגס דרשה...!

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16628

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:29 pm

· #537311
מיין געזעגענונגס דרשה...!
מורי ורבותי. חשוב'ע ידידים און גוטע פריינט. (איצטיגע און געוועזענע) חברי ה'קאווע שטיבל.

די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער.)..."אין מערבין שמחה בשמחה"... שוין א לענגערע צייט וואס ס'דרייען זיך ביי מיר אין קאפ (אדער אין בויך) מחשבות זרות...יא אפלאזן קאווע שטיבל אדער נישט אפלאזן. פונקט ווען מיין החלטה איז שוין געווען פעסט ביי מיר און די געזעגענונגס דרשה גרייט, האט די חשוב'ע הנהלה באשלאסן אפצושפארן קאווע שטיבל. אמת. ס'האט געהייסן אז נאר פאר א טאג. נאר ס'האטציך (ליידער) פארשלעפט.

צוערשט ווען איך האב אריינגעסיינט דעם פארגאנגענעם דינסטאג און מיטוואך ביניך געווען זיכער אז דער חשוב'ער מנהל האט מיך שוין ווידער "אויסגעשפארט". כדרכו בקודש. נאר איך האב אויך מיטגעהאלטן די הודעה אז ס'איז (צייטווייליג) פארמאכט כדי צוריקצוקומען ביתר שאת וביתר עוז

איז דאך די שמחה (ב"ה) זייער גרויס. און איך פריי מיך אויך מיט אלס (געוועזענער) חבר ה'שטיבל. ממילא איז אפשר נישט אין פלאץ אז איך זאל אריינקומען און אריינמישן מיין אייגענע שמחה. און אפשר די שמחה ביי א געוויסע פאר יחידים. האמת אגיד אז איך גיי אוועק פון קאווע שטיבל מיט (זייער) א שווער הארץ.

איך וועל נאך (אי"ה, בלי"נ) אריינשמעקן אין קאווע שטיבל פון צייט צו צייט. נאר שרייבן וועל איך בלי"נ מער נישט. איך וויל נעמען א שטיקל הפסקה.

כ'האב (פונקט) געטראכט. אפשר אריבערגיין צו הייד פארק, אויב ס'עקזיסטירט נאך. אדער צו איי-וועלט. נאר א יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט א ס'איז נישט לאגיש.

מיין החלטה צו נעמען א שטיקל "ברעיק" איז געקומען מכח כמה טעמים. על פי נגלה און על פי נסתר.

די טעמים עפ"י נגלה זענען זייער פשוט. דער חשוב'ער (געוועזענער) מנהל שליט"א האט עפ"י פקודת געוויסע אויטאריטעטן אין די הויכע פענסטער מיך "געמארקט". א יעדן שני וחמישי האט ער מיר געשיקט "אפיציעלע" ווארנונגען. און א יעדן שני ושלישי מיך "אויסגעשפארט". און פארשטייצעך מיך געמעקט (כמעט) טעגליך. ווען איך האב ארויסגעזאגט א ביסל א שארפע מיינונג וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די אפיציעלע ליניע.

איך האב אפילו באקומען א "ווארנונג" אויב איך האב אויסגעדרוקט ספיקות צי מ'צענזורירט יא. אדער נישט.

שוין. רבותיי האטץ מיר און זייטס מיר. איך ווינטש פאר אלע מיינע איצטיגע און געוועזענע גוטע פריינט א סאך הצלחה. און זיי זאללן זיך ארויפארבעטן דא אין קאווע שטיבל.

איך מוז שוין לויפן צום געיט. מיין פלעין פארט שוין (באלד) אוועק...!

שעפטאל » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:39 pm

· #537315
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
א זיידע בלייבט א זיידע, ער איז מיט זיינע אייניקלעך, א זיידע בלייבט א זיידע אלעמאל!!!

כ'בין שפראך לאז!!!
זיידי, אונז בלייבן משפחה אין אישי!!

אונז אייניקלעך באגלייטן דיך ביז צום געיט, כ'שטיי און ווייז מיט די הענט און מיט הארץ, בשעת כ'ברום זיך אונטער כי מלאכיו יצוה לך, המלאך הגואל, און כי בשמחה תצאו. שנירעלעך פון טרערן גליטשן אראפ אויף די בּעקעלך!!

א גאנצע תקופה פון ק"ש פאהרט אוועק!! 😢

זיידי ווי אלל לאוו יא!!
ווי שטארק אונז ווילען אפהאלטן דעם עראפלאן פון פאהרן רעספעקטן אונז דיין החלטה, אבער מיטן האפענונג אז דו קומסט באלד צוריק!!

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:39 pm

· #537316
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
ווי וויל מיס יו.

בעל אחריות » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:55 pm

· #537321
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
עס טוט מיר באמת וויי. זאלסט האבן הצלחה ווי דו גייסט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:11 pm

· #537323
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
קהל'ס נער #
ווי וויל מיס יו.
Not so sure. At least some of us...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:14 pm

· #537324
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
בעל אחריות #
עס טוט מיר באמת וויי. זאלסט האבן הצלחה ווי דו גייסט.
בעל אחריות: ייש"כ. אמן.טרינק א גלעזל (אדער צוויי) בראנפן. וועט די ווייטאג (בעז"ה) אוועקגיין...!

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:37 pm

· #537328
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
מיט די נייע סיסטעם האב איך נישט נאכנישט אויסגעפיגערט וויאזוי צו לינקען, אבער מיין ערשטע תגובה (חוץ אין שלום עליכם) דא אין שטיבל איז געווען לכבוד ערעב בערעליינו זז"ג.

אוי זיידעניו אוי זיידע.
דו וועסט זיין אן אבידה.
וואויל איז פאר די אויגן וואס האבן געזעהן אויגן...

(וויאזוי וואלט סענדער דער דייטש געשריבען אין אזא פאל?!)

ששון ושמחה » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:58 pm

· #537330
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
מ'וועט זיך בענקען זיידי

היכי דמי » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:05 pm

· #537331
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
אוי רבי בערל
א בשורה א שווער׳ל
ער אנטלויפט ווי א סקווערל

זיידי וועסטו בלייבן
איך האף וועסט נאך שרייבן
ווער טוט דיר פארטרייבן

עס טוט זיך א בהלה
ווען אונזער אלטע בעל עגלה
שטייט שוין ביים שוועל די שמאלע

עס ציפט מיר ווי צוויבל
אז דו פארלאזט אונזער שטיבל
ביזט דאך די בעסטע דא, איז ביי אונז מקובל

מען טוט זיך נישט געזעגענען
האפונונג טוט רעגענען
אז מען וועט דיר נאך דא באגעגענען

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:42 pm

· #537339
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
מיין זיידע האט מיר דערציילט
זיכרונות מיטגעטיילט
וואס ער איז אלץ אדורך אין לעבן......

וואס איז אמאל געווען וועט שוין נישט זיין מער.

זיידיניו, מיין זיידע...

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:45 pm

· #537340
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
בערל, מ'קען נאך אריינגעבן א פעטישען צי טוישן די גזירה? כ'בין זיכער כ'קען ארויפטרייבן 10 טויזענט חתימות.

שפילער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:54 pm

· #537346
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
חברה אל תדאג וויזוי איך קען ר בערל איז ער ציריק אין no time
😂

פערינא » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:49 pm

· #537356
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
רבי בערל, האסט געפרעגט ביי איצא' צו ער לאזט אייך אוועק פון דא?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:09 am

· #537385
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
טמיר #
בערל, מ'קען נאך אריינגעבן א פעטישען צי טוישן די גזירה? כ'בין זיכער כ'קען ארויפטרייבן 10 טויזענט חתימות.
טמיר: ייש"כ פאר דיין רצון הטוב. און דיינע מעשים טובים. נאר איין מעקער. .אדער "דיליעט" קנעפל איז שטערקער פון חתימות.10,000

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:10 am

· #537386
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
👍 😃
פערינא #
רבי בערל, האסט געפרעגט ביי איצא' צו ער לאזט אייך אוועק פון דא?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:13 am

· #537387
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
שפילער #
חברה אל תדאג וויזוי איך קען ר בערל איז ער ציריק אין no time
😂
שפילער: אמת. (טיילווייז) ער האט אפילו נאך נישט געמאכט קיין בואי בשלום. זיכער נישט קיין עושה שלום.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:16 am

· #537388
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
הגה"ה: זאגט דער רמ"א. אדער דער בעל עגלה. מיין "נישט שרייבן תגובות" מיינט נישט אז איך וועל נישט לייקן תגובות הגונות. אדער ענטפערן אויף גוטע און אויפריכטיגע מאמרים.

שעפטאל » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:57 am

· #537392
שעפטי'ס געזעגענונג'ס דרשה!
יא. ס'איז אויך געקומען מיין צייט זיך צו געזעגענען 😞

מיין החלטה איז געקומען מכח כמה טעמים. על פי נגלה ועל פי נסתר.

די טעמים עפ"י נגלה זענען זייער פשוט. היות כ'שרייב מיט הארץ און סתם ענק צו מאכן שמייכלן, האבן געוויסע ניקים אפגעמאכט אז כ'שרייב כפירה ח"ו! יא. מ'איז מיך חושד אין אזא שענדליכע זאך!

אינעם בלוט באד אשכול, https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=537170#p537170 האבעך זיך אויסגעוויינט מיט אלע איוב טענות און אויסגעפיהרט אז דער רבונו של עולם איז ווייטער גוט, אפי' מ'פארשטייט נישט, און זיך געבעהטן ביי אהים כבן המתחטא לאביו צו היטן די אידישע ברידער'ס.

כ'באקום א ווארענונג אז מ'קען נישט שרייבן כפירה ברמיזה.
[ניין. די מנהל האט נישט קיין צייט צו ליינען מיינע געפיהלן אשכולות, אבער אז מ'דריקט דעם באריכט קנעפל, טוהט ער כאטש זיין דשאב צו דערמאנען. כ'האב אויף עם בכלל נישט קיין טענות. פארקערט, אהן עם - איש את רעהו חיים בלעו.]

אבער טייערע באריכט'ער ניק!
ווי ביסטו געוועהן אין אישי?! קענסט מיך נישט אישי'ן?! האסט א אהנונג ווי סאך מאל כ'רעדאגיר עפעס צוליב א איידעלע אישי?! ווייסטו ווי סאך אשכולות כ'שיק קודם צו אלטגעזעסענע עהרליכער ניקים אנצופרעגן אויב ס'קען חלילה געהערט ווערן אויף א וועג שלא על פי תורה?! האסט א אהנונג ווי סך אשכולות כ'לאז ליגן אינעם שייער צוליב א הערה מקודם פון א ניק?!

כ'קען נישט שרייבן אונטער פרעשור! כ'פיהל נישט וועלקאם ווען מ'קוקט מיך אהן ווי א כפירה ברמיזה שרייבער! אזאש מ'דארף גיין אונטער מיין ריקן!

איך מוז שוין לויפן צום געיט. מיין פלעין מיט זיידי פארט שוין (באלד) אוועק...!

הגה"ה: זאגט דער רמ"א. מיין "נישט שרייבן תגובות" מיינט נישט אז איך וועל נישט לייקן תגובות הגונות. אדער ענטפערן אויף גוטע און אויפריכטיגע מאמרים. און עפענען נייע אשכולות.

ס'איז סתם אויסצוגעבן מיין ווייטאג, און זעהן ווי מ'בעהט זיך "פליז בלייב" ווי וויל מיס יא! מיט שיינע מצוה טאנץ גראמען..

זיידי, יעצט גייען אונז האבן וואס צו טוהן אויפן פלעין, אונז גייען ליינען אונזערע הספדים...

לאוו'לי זיידי בערל, ס'האט דיך געלונגען... 😂
האסט אונז אלע מיט'גענימען אויפן רייד... 😂

זיידי איז און בלייבט מיט אונז, געזונט ווי א גוי, פריש ווי א יונג בחור'ל, און משוגע ווי משוגע גוט, ביז די הונדערט און צוואנציג שנים ונשים!!!

בעל אחריות » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 11:05 am

· #537401
Re: שעפטי'ס געזעגענונג'ס דרשה!
שעפטאל #

בכלל נישט קיין כפירה, האסט זיך אויסגעמושעסט מיטן באשעפער אויף די געזונטסטע אופן, יעדע נארמאלע מענטש האט אמאל דעי געפילן, פארקערט דער וואס פרעגט קיינמאל נישט קומט עס אפטמאל ווייל ער האט שוין אויפגעגעבן האפענונג אז עס בכלל דא א תירוץ

קאך_לעפל » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:48 pm

· #537411
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
ו.ב.י.ל.י.כ.ל.

בן ישי » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:03 pm

· #537414
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
איך האב געוואלט אנהייבן שרייבן א לאנגע מגילה זיך בעטן ביי אונזער באליבטע זיידע אונז נישט איבערצולאזן, ארויסברענגען ווי מיר האבן דווקא יא שטארק הנאה פון די זיסע תגובה'לעך וועגן די אלטע גיטע צייטן מיט ר' סענדר'ן וכו', די מעשיות וואס זענען אלץ געשעהן ביים דרייוון די באסעס, ווער רעדט נאך ווען מ'האט געעפענט אשכולות איבער אורעגוויי (וואס איז די ספעלינג? אה נאך זכרונות איבער פאררעכטן ספעלינג מיסטעיקס...) און נאך און נאך.
אבער איך האב מחליט געווען אז ס'פעלט נישט אויס! זיידי גייט נישט קיין ערגעץ! ער האט אפילו נישט וואו צו גיין!

זיידי ר' בערלניו איז היר טו סטעי טיל די האנדרעד טוואנטי געזונטערהייט!!

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:04 pm

· #537421
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
קאך_לעפל #
ו.ב.י.ל.י.כ.ל.
ק*ק לעפל: בת ק' כבת (ענדע) כ'...טעיק דיס...י.ג.ד.מ.פ.מ.פ.פ.ג.ע.פ.י.ד.ד.א.ד.ד.ו.ב.ע.ד.פ.ט.ק.י.פ.ע.א.ע.א.י.א.פ.ש....לעולמי עד. אכיה"ר. אמן ואמן.

נ.ב.: ג.ה.ד.א.א.צ.ש.ו.ה.א.ז.פ....!
כ'האב מיך דערמאנט נאך עפעס. כדי לא להשאיר את הנייר חלק...!
ט.ב.ס.מ.ב.מ.א.א.א.מ.א.פ.פ.ר....!

מסירת מודעה: צו אלע מיינע אמת'דיגע גוטע פריינט. די אויבנדערמאנט שורות זענען אלץ "ברכות". אין דריי פארשידענע שפראכן..אידיש. ענגליש און אונגאריש

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:11 pm

· #537422
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
berlbalaguleh #
👍 😃
פערינא #
רבי בערל, האסט געפרעגט ביי איצא' צו ער לאזט אייך אוועק פון דא?
פון איצא לכאורה נישט, אבער כ'בין זיכער אז ס'איז איבערגעשמועסט געווארן מיט הרב ש.ב. מרגליות שליט"ע המכונה שמואל שלמה טעללער און מיט הרב ישראל מ. סופר שליט"ע המכונה מנשה פיליפ.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:17 pm

· #537423
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
שמן למאור: ייש"כ. איין זאך זעה איך אז דו האסט (ב"ה) א גוטן זיכרון. דו זאגסט נאך די דברי חכמים ככתבם וכלשונם. נישט א יעדער כאפט דעם דזשאוק.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:48 pm

· #537425
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
צוריק צו מיינע אמת'דיגע גוטע פריינט. בעל אחריות און שעפטאל ה' עליהם יחיו. (אין מוקדם ומאוחר בתורה.). ווען איך האב געליינט שעפטאל'ס החלטה (ח"ו) איבערצולאזן קאווע שטיבל. (דאס איז עכט כפירה. נישט נאר ברמז). ביניך געווארן זייער שטארק טרויעריג. נאר שפעטער ווען איך האב געהערט אז ער פלאנט צו גיין אין גלות צוזאמען מיט מיר, ביניך געווארן זייער שטארק פרייליך.

נאר ערנסט גערעדט: די אלע "חשוב'ע" ניקס וועלכע האבן דיך "פארמסר'ט" פאר די הנהלה האבן זעהט אויס פארגעסן. אדער קיינמאל נישט געלערנט די משנה אין מס' אבות..."והוי דן את כל האדם לכף זכות".

דו דארפסט נישט זייין באזארגט אז מ'האט דיך באשולדיגט אין "כפירה" רחמנא ליצלן מהאי דעתא. (ס'איז כמעט אזוי שלעכט ווי ציונות.)
ווייל דו ביסט אין איין ליעג (כת/גרופ) מיט די גרעסטע צדיקים. ס'איז ידוע די מעשה אז דער הייליגער בארדיטשוב'ער רב האט אמאל אום ר"ה ביי דעם פיוט פון לק-ל עורך דין, זיך אויסגעטענה'ט כביכול מיט דעם באשעפער איבער די אלע צרות און שוועריגקייטן וועלכע האבן באטראפן כלל ישראל אין זיינע צייטן. ביז ער האט אויסגעפיהרט..."לקונה עבדיו בדין". און אויב אונז זעמיר די קנעכט פון הייליגן באשעפער דארף ער אונז צושטעללן בני, חיי ומזוני. ווי ס'קומט זיך פאר קנעכט...!

אויך ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א צדיק, אן אייניקל פון קאזשניצער מגיד וועלכער האט אין א שמועס זיך "אפגערעדט" אויף די צרות ישראל. און ער האט געבעטן די מענטשן וועלכע זענען אנוועזנד געווען אז זיי זאללן מסכים זיין מיט זיינע טענות, כביכול צום באשעפער.

וואס דו האסט געטון איז בכלל נישט קיין "כפירה" נאר דער גרעסטער פארם פון אמונה בהשי"ת.

הרה"ק מ'ברסלב זי"ע האט דאך אויך אייביג מייעץ געווען פאר זיינע תלמידים וחסידים אז מ'זאל זיך אויסטענה'ן מיט'ן באשעפער...!

שעפטאל » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 4:19 pm

· #537428
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, די געזעגענונג'ס פּאראדע גייט אהן מיטן גאנצען קנאק.

אבער למען האמת. עטץ זעהט'ס יעצט די רעדאגירטע ווערסיע, כ'האב עס רעדאגירט צוליב רעספעקט פארן חשובע'ן באריכט'ער.

(כ'האב געשריבן דעם פסוק אין תהילים עורה למה תישן השם אין אידיש. און אנשטאט די פראגע צייכן, האבעך געשריבן, דאס ביסטו?! הזאת נעמי?! ע"כ

ווי סאך אמונה בחסד השם ליגט אין דעם שאלה!

איי געס אפּען קאמיאניקיעשן מיט די אייבישטער איז כפירה, נישט תפילה והתבודדות...)

כ'גיי זיך מחזק זיין נישט צו עקספעקטן טראסט און אמת'דיג'קייט פון מענטשן וואס זאגן נאך ליגענט צו זיך אליין. נישט צו געבן אזא גרויסע דעקל פאר מענטשען וואס דשאדשן, ווי דער הייליגער ר' אלימלך קאהן האט געזונגען "איך גיי זיך מיין וועג, און כ'מאך זיך נישט וויסענדיג" 😛
---

נאכן באקומען א געבעהט פון א ברידער אין אישי כ'זאל נישט אוועק גיין. לייגעך צו מיין ענטפער אין אישי:

כ'באמערק אז כ'האב זיך נישט גענוג קלאר מסביר געוועהן.

די גאנצע תגובה איז געוועהן איין שטיק ווערטל
ארויסצוברענגן אז ר' בערל'ס געזעגענען מיינט נישט אוועק גיין 😃
אדרבה ליין עס איבער... כ'ניץ זיינע לשונות.. וכו'

כ'האב אגב אריינגעלייגט א מחשבה אז מ'דארף נישט באריכטן ווען מ'קען יענעם אישי'ן.

נאכדעם וואס חברה האבן קאמענטירט אויפן טפל בנוגע דעם באריכט, האב איך שוין אויך "מיטגעוויינט".. און זיך "מחזק" געוועהן..

אבער ביני ובינך.. כ'זעה זייער קלאר (יעצט, ווען די כעס אויפן בלוט באד איז מער נישט אזוי שטארק) אז יענע תגובה קען געליינט ווערען ווי א חוצפא כלפי שמיא ח"ו. (אבער, נישט ערגער ווי אסאך גאנצע אשכולות דא..) ס'איז פשוט גרינגער עס צו הערן פון א ניק, ווי צו זעהן א תגובה פונעם מנהל. (ווייל ס'מאכט מיך פיהלן איינגעצוימט פון שרייבן. @מי אני ברענגט ערגעץ: מ'זאל שרייבן שיכור און רעדאגירן ניכטער. וד"ל)

זארג נישט, כ'גיי נישט צוליב א טעות פונעם באריכט'ער. און פארקערט, די מנהל איז זייער רעספעקטפול, ער האט מיך שטילערהייט גע'אישי'ט דערמאנען, ניטאמאל קיין ווארענונג. (ער וואלט פונקט אזוי געקענט שרייבן מיט רויטע אותיות אינעם תגובה אליין.)

בקיצור כ'בין נישט אזא סייקאו..
גוטע וואך ברידער

שפילער » פרייטאג אקטאבער 13, 2023 4:37 pm

· #537429
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
שעפטאל #
כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, די געזעגענונג'ס פּאראדע גייט אהן מיטן גאנצען קנאק.

אבער למען האמת. עטץ זעהט'ס יעצט די רעדאגירטע ווערסיע, כ'האב עס רעדאגירט צוליב רעספעקט פארן חשובע'ן באריכט'ער.

(כ'האב געשריבן דעם פסוק אין תהילים עורה למה תישן השם אין אידיש. און אנשטאט די פראגע צייכן, האבעך געשריבן, דאס ביסטו?! הזאת נעמי?! ע"כ

ווי סאך אמונה בחסד השם ליגט אין דעם שאלה!

איי געס אפּען קאמיאניקיעשן מיט די אייבישטער איז כפירה, נישט תפילה והתבודדות...)

כ'גיי זיך מחזק זיין נישט צו עקספעקטן טראסט און אמת'דיג'קייט פון מענטשן וואס זאגן נאך ליגענט צו זיך אליין. נישט צו געבן אזא גרויסע דעקל פאר מענטשען וואס דשאדשן, ווי דער הייליגער ר' אלימלך קאהן האט געזונגען "איך גיי זיך מיין וועג, און כ'מאך זיך נישט וויסענדיג" 😛
פונקט לעצטענס געשמיעסט מיט איינעם האב מיר גערעדט וועגן די קשיא פון בחירה און ידיעה זאג איך עים אז איינער פרעגט דעי קשיא איז שוין גיט , אנדערע פרעגן עס ניטאמאל (מער)

הרב שיף » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 7:15 pm

· #537437
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
זיידי איך האב געוואלט מאסערן די ערשטע תגובה. אז דו וועסט זיך נישט קענען זעגענען וועסטו נישט קענען גיין, כאפט'ס אים אועק דעם פאספארט.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 9:19 pm

· #537441
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
הרב שיף: אויסער דעם אמריקאנעם פאספארט האביך נאך 2 אנדערע. איינס פון קענעדע. אויך פון מדינת ישראל...!

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 9:54 pm

· #537448
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
איינער האט אמאל געהאט דא א אונטערשריפט "הילד איננו, דער בחור איז דא"!
לענינינו.....

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:05 pm

· #537451
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
😃 😃 😃

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 9:14 pm

· #537652
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
געהערט א חשוב'ן איד זאגן/פרעגן..."ווען גייט ער שוין. ר'איז נאכאלץ דא"...!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:35 pm

· #537655
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
berlbalaguleh #
געהערט א חשוב'ן איד זאגן/פרעגן..."ווען גייט ער שוין. ר'איז נאכאלץ דא"...!
אזא בחינה ווי חבל על דמשתכחין ולא מתאבדין 😂

שפילער » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:02 am

· #537656
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
ר'בערל איך וועל אייך מגלה סוד זיין קיינער גייט נישט אוועק פון דא רוב חברה בלייבן דא נאר זיי שרייבן נישט אבער ליינען ליינען זיי אלע ....

שעפטאל » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:03 am

· #537657
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
זיידי: א שאד דו האסט נישט געגאנגען
כ'האב שוין צוגעגרייט אן אשכול "אונזער זיידע וואס אונז האבן פארטריבן" (כמו שקטנתי מכל החסדים..)
😉 😂 😳 😈 😈 😮 :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :ששש 😁

(די אלע לאכער'ס און וויינער'ס זענען צו דערמאנען די גוטע צייטן ווען זיידי פלעגט זיי אויסטיילן..)

לחיים זיידי! לחיים ק"ש!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 3:46 am

· #537669
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
שמעקעדיג #
berlbalaguleh #
געהערט א חשוב'ן איד זאגן/פרעגן..."ווען גייט ער שוין. ר'איז נאכאלץ דא"...!
אזא בחינה ווי חבל על דמשתכחין ולא מתאבדין 😂
על אפך ועל חמתך: דו און דיין גוטער פריינט. וכל שום וחניכא דאית ליה...!

עטץ קענטס מיך מעקן, דיליעטן, אויסשפארן און שיסן. איך בין נאכאלץ דא, בחסדי ה'...!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 3:49 am

· #537670
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
😈 🙄 😈 😉 🤓 🤓 ➡️ :דיסלייק :אויוויי: :קראץ: :לשוןהרע: :געוואלד: :שפעט: :דיסלייק: :אומגלויבליך: :פארשוויצט: וואס האט עטץ געמיינט? ס'איז נאר א שפיעל. ס'איז אן אמת'ע מלחמה...תקיעה שברים תרועה...!

שפילער » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:52 am

· #537680
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
berlbalaguleh #
😈 🙄 😈 😉 🤓 🤓 ➡️ :דיסלייק :אויוויי: :קראץ: :לשוןהרע: :געוואלד: :שפעט: :דיסלייק: :אומגלויבליך: :פארשוויצט: וואס האט עטץ געמיינט? ס'איז נאר א שפיעל. ס'איז אן אמת'ע מלחמה...תקיעה שברים תרועה...!
אויב די סמייליס קימען ציריק האט זיך אלעס געלוינט זיידי.....

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:53 pm

· #537698
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
berlbalaguleh #
שמעקעדיג #
berlbalaguleh #
געהערט א חשוב'ן איד זאגן/פרעגן..."ווען גייט ער שוין. ר'איז נאכאלץ דא"...!
אזא בחינה ווי חבל על דמשתכחין ולא מתאבדין 😂
על אפך ועל חמתך: דו און דיין גוטער פריינט. וכל שום וחניכא דאית ליה...!

עטץ קענטס מיך מעקן, דיליעטן, אויסשפארן און שיסן. איך בין נאכאלץ דא, בחסדי ה'...!

אוי זיידי אפילו א ווערטל פארנעמט איר נישט... וואס וועט זיין דא?

טוב לשמוע גערת חכם.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:56 pm

· #537699
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
berlbalaguleh #

על אפך ועל חמתך: דו און דיין גוטער פריינט. וכל שום וחניכא דאית ליה...!

עטץ קענטס מיך מעקן, דיליעטן, אויסשפארן און שיסן. איך בין נאכאלץ דא, בחסדי ה'...!

זיידי,
איך טראכט דאך איר זאלט זיך גיין אונטערזוכן, די קאמפלעקס דיינע אין יעדע פערטע תגובה אז איך אדער א צווייטער האט עפעס אקעגן דיר גייט שוין ארויס פון אלע פראפארציעס, קוקט אויס ווי די בלוט פרעשור איז נישט בסדר, עס קען שאטן פאר דיין געזונט, סטרעס איז א סיילענט קילער, בפרט אין דיין עידזש.... גיב אכטונג זיידי!! (לאמיר האפן עס איז נישט קיין סימן פון אלצהיימערס ח"ו.)

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:09 pm

· #537702
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
שמעקעדיג: זיכער. ס'איז נאר א שפיעל. און א ווערטל.

איך האב געקענט א שוחט וואס ביי א יעדן טשיקן אדער בהמה גסה וואס ער האט געשחט'ן האט ער געזינגען אן אנדער'ן ניגון.

ביי איינעם האט ער געזינגען לא-ל אשר שבת. ביי א צווייטן (בהמה) האט ער געזינגען דעם רעבי'ן ר' מיילעך'ס טאנץ. און ביי א דריטן, יום זה מכובד מכל ימים...!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:33 pm

· #537734
Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!
שפילער #
ר'בערל איך וועל אייך מגלה סוד זיין קיינער גייט נישט אוועק פון דא רוב חברה בלייבן דא נאר זיי שרייבן נישט אבער ליינען ליינען זיי אלע ....
שפילער: איך האב אויך געפלאנט צו טון די זעלבע. דערווייל וויל איך (נאך) אריינכאפן.

כ'האב מורא אז איך וועל מוזן זאגן נאך א געזעגענונגס דרשה. איך האב שוין אריינגעריקט מער תגובות זינט מיין געזעגענונגס דרשה ווי (כמעט) סיי ווען פריער...לאל.