☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16625
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:57 am

· #537489
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
עס פעלט די אפציע פון זוכן מיט גוגל

יאסל ראקאווער » זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:53 pm

· #537576
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
שכויעך הרבה מאוד

שלג זהב » זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:32 pm

· #537584
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
שמעקעדיג #
למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.
מ'קען נישט מאכן עפעס אזויווי טעפעטאלק אז מ'קען זעהן די סכום לייקס, און ווען מ'קליקט אויף די נאמבער זעהט מען א ליסט פון אלע וואס האבן געלייקט?

שעפטאל » זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:41 pm

· #537585
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
מ'באקומט נאך נישט קיין נאטיפעקאציע ווען מ'ווערט גע'טעג'ט

ווי אויך, אויב מ'שרייבט זיך איין אז מ'זאל נישט זעהן אז מ'איז יעצט דא, זעהט מען נאך אלס דעם ניק אונטען ביים פארום ווי ער געפינט זיך [נאר מיט שיעפע אויתיות]

פרוכט זאפט » זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:01 pm

· #537586
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
ס'איז דא א וועג צו זעהן אלע לייקערס, נישט נאר די ערשטע 15?

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:50 am

· #537603
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
שוין אפאר טעג וואס איך פרוביר צו אריינגיין אינעם שטיבל דורך טאפאטאלק, שוין אפדעיטעד, פון פריש אינסטאלירט, און אינגאנצן געמעקט די עפפ... ווען כ'האב געטראכט לאמיך ביז דערווייל ליינען אויפן סייט.....

וואו! הערליך און שנעל, ממש וואס די רבי (שמעקעדיג) האט געבעטן!

יש"כ מנהל, לאשיצער, און אלע אנדערע וואס האבן ארויסגעהאלפן.
כ'פיל מיך סוקסעספול אז איך בין געװען גרייט צו העלפן....

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:55 am

· #537604
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
קומענדיג פון טאפאטאלק... איז מעגליך צו מעקן אשעולות אלס געליינט (mark as read)?

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:03 pm

· #537639
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
מיך איז זייער שווער צו ליינען אויף די נייע סיסטעם. איך ברויך די שיינע גראבע אותיות פון טאפעטאלק. הגם די נייע סיסטעם איז בעסער פונעם אמאליגן סייט, איז דאס נאכאלץ זייער רוישיג און קליין.

@אנאנים שכוח פאר אלע ארבעט וואס מען לייגט דא אריין. אויב מעגליך צוריק צו עפענען טאפעטאלק אדאנק.

שעפטאל » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:40 am

· #537661
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
מ'קען אויסשטעלן מ'זאל נישט זעהן די לעצטע מאל כ'האב אריינגעסיינט? (ביי די אלטע סיסטעם האט עס גע'ארבעט)

יישר כחכם!

הערינג מאכער » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 4:11 am

· #537671
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
מ'זאל מאכן אביסל א שטערקערע צענזור, אן בילדער פון פרויען וכדו'... נישט אזוי ווי איי וועלט אבער פארט זאל די קאווע שטיבל פלאטפומע האבן אן אידישן טעם. א דאנק!

קהל'ס נער » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:26 am

· #537679
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
הערינג מאכער #
מ'זאל מאכן אביסל א שטערקערע צענזור, אן בילדער פון פרויען וכדו'... נישט אזוי ווי איי וועלט אבער פארט זאל די קאווע שטיבל פלאטפומע האבן אן אידישן טעם. א דאנק!
אויסגעלאסענע בילדער זענען נישט ערלויבט דא.
צניעות׳דיגע בילדער איז נישטא קיין שום סיבה צי מעקן, אלע היימישע צייטונגען ביז דרייסיג/פערציג יאר צוריק האבן ענטהאלטן בילדער פון פרויען.
ס׳איז די היינטיגע ענטייטעלד (פאר מיין שמירת עינים ברויך מען פארמעקען די פרויען) מענטעליטי וואס האט דאס גורם געוועהן.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:44 pm

· #537736
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
הערינג מאכער #
מ'זאל מאכן אביסל א שטערקערע צענזור, אן בילדער פון פרויען וכדו'... נישט אזוי ווי איי וועלט אבער פארט זאל די קאווע שטיבל פלאטפומע האבן אן אידישן טעם. א דאנק!
דיר שטערט ווען ס'דא בילדער פון פרויען וואס זענען אנגעטון צניעות'דיג? מיר נישט.!

אין די אלטע אידישע ליכט איז א סאך מאל געווען בילדער פון די סאטמאר'ע רביצין ווען זי האט באזוכט אין בית לפליטות אדער אין בנות ירושלים. או. קעי. דאמאלס האט זי נאך געהייסן "הרבנית פיגא טייטלבוים". שפעטער האט מען זיך דערמאנט אז זי הייסט אויך "אלטא".

Media » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:37 am

· #537855
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
לאשיצער #
שמעקעדיג #
למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.

אייוועלט ניצט אן אנדערע עקסטענשאן פאר זייערע לייקס. כ'דארף זען צי ס'איז מעגליך אריבערצופירן די דעיטא פון איין עקסטענשאן אין א צווייטן.
דא האסטו א נייע גוטע לייק קנעפל עקסטענטשן
https://www.canidev.com/store/cbb-reactions?v=1.0.1&lang=en

דא האסטו א DEMO
https://demo.canidev.com/phpbb32x/ucp.php?mode=autologin&i=cbb-reactions

Media » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:02 am

· #537856
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
פארוואס האב איך פארלוירן די אפציע פון פריוואטע מעסעדזשעס?

טראפעלע » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:14 pm

· #537870
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
יעצט באמערקט אז די נייע אפדעיט האט אויך געברענגט לינק פריוויוס פאר יוטוב. נייס נייס 👍👍

אלפא » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:28 pm

· #537871
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
יישר כח פאר די ''אקטיווע אשכולות'' שארטקאט..

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:00 pm

· #537872
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
אלפא #
יישר כח פאר די ''אקטיווע אשכולות'' שארטקאט..

לאשיצער » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:04 pm

· #537873
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
אלפא #
יישר כח פאר די ''אקטיווע אשכולות'' שארטקאט..

איך ארבעט יעצט אויף "נייע אשכולות" אויך.

שפילער » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 11:33 pm

· #538122
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
למעשה קען מען טוישן אז מען זאל זעהן די ערשטע הודעה און נישט די לעצטע הודעה?
א דאנק

פשוטע אלף בית » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:38 am

· #538133
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
מיר וועלן בעזהשי"ת עפענען אן אשכול למען זיכוי הרבים,
פארוואס זענען מיר נישט בארעכטיגט?

פשוטע אלף בית » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:36 am

· #538135
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
[ציטאט אראפגענומען]
אהה אקעי👍

פשוטע אלף בית » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:59 am

· #538146
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
[ציטאט אראפגענומען]
איך וויל ארויפלייגען ווידעאוס לזיכוי הרבים

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 5:36 pm

· #538233
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
די נייע אשכולות איז די זעלבע ווי די אקטיווע אשכולות דהיינו מען טרעפט דארט אלטע אשכולות.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 7:21 pm

· #538237
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
קאצקע ציקער: דאס איז נישט קיין חיסרון וואס דארף א טויש.

א יעדע אשכול וואס ווערט באהאנדלט אין יעצטיגן מאמענט גייט אריין אין "אקטיווע אשכולות"...!

כף הקלע » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:55 pm

· #538242
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
א יישר כח פאר די דערפרישטע וועבזייטל.

אפשר זאל די לייק קנעפל זיין צום סוף פון א תגובה, אז עס זאל זיך גרינג לייקען אן דארפן צוריק ארויף סקראלען צו די לייק קנעפל.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:43 pm

· #541667
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
עס וואלט געווען א שטארקע תועלת אויב מען קען צוריק ברענגען דעם געשמאקן מהלך פון שטעלן א לינק מיט טעקסט פאר לינק.

הערשער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 5:36 pm

· #541755
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
שמן למאור #
עס וואלט געווען א שטארקע תועלת אויב מען קען צוריק ברענגען דעם געשמאקן מהלך פון שטעלן א לינק מיט טעקסט פאר לינק.
מ'קען נאך

דעיס מיינסטו?

סקעפטיקער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:14 pm

· #541770
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
מ'דארף זיך אבער אליינס ארומשפילן. עס גייט שוין נישט אטאמאטיש ווי אמאל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:53 am

· #542676
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
אין די אלטע פארצייטישע שטיבל האט מען געקענט סורטשן מיט גוגל.
זייט די מתחדשים האבן זיך אנגערוקט קען מען דאס מער נישט טון, צום באדויערן.
איז שייך עס צוריקצוברענגען?

סקעפטיקער » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:22 am

· #542702
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
שמעקעדיג #
אין די אלטע פארצייטישע שטיבל האט מען געקענט סורטשן מיט גוגל.
זייט די מתחדשים האבן זיך אנגערוקט קען מען דאס מער נישט טון, צום באדויערן.
איז שייך עס צוריקצוברענגען?
טאקע א שאד, דערווייל נוץ דאס

גוגל סוירטש קאווע שטיבל

אלפא » מיטוואך יאנואר 3, 2024 2:12 pm

· #543483
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
איך האב נארוואס באמערקט די אפציע פון 'גירסא להדפסה' ארויסצודריקן א גאנצע בלעטל נארמאלערהייט (אן דארפן קאפי-פעיסטן וכו' - וואס איך האב געטון ביז יעצט). יישר כח!

איז אויך דא א מעגליכקייט צו דריקן א גאנצע אשכול אויפאמאל? אדער גייט עס נאר פאר יעדן בלאט באזונדער?

נעקסט לעוועל » מיטוואך יאנואר 3, 2024 2:14 pm

· #543484
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
אלפא #
איך האב נארוואס באמערקט די אפציע פון 'גירסא להדפסה' ארויסצודריקן א גאנצע בלעטל נארמאלערהייט (אן דארפן קאפי-פעיסטן וכו' - וואס איך האב געטון ביז יעצט). יישר כח!

איז אויך דא א מעגליכקייט צו דריקן א גאנצע אשכול אויפאמאל? אדער גייט עס נאר פאר יעדן בלאט באזונדער?
What is it better then the Cntl P?

אלפא » מיטוואך יאנואר 3, 2024 2:19 pm

· #543487
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
עס געבט נאר די תוכן אן די גאנצע לעיאוט..

אזוי אויך קען מען זיך ארום שפילן וויפיל זאל גיין אויף איין בלאט ווען מ'דרוקט עס.

נעקסט לעוועל » מיטוואך יאנואר 3, 2024 4:47 pm

· #543519
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
אלפא #
עס געבט נאר די תוכן אן די גאנצע לעיאוט..

אזוי אויך קען מען זיך ארום שפילן וויפיל זאל גיין אויף איין בלאט ווען מ'דרוקט עס.
איך זעה נישט וואס סאיז בעסער
אדרבה, די אלטע וועג פון קאנטראל P באקומסטע כאטש א שיין דעטאלירטע פעידש, ווס. די נייע וועג קוקט עפעס אויס ווי אלד פעישאנעד HTML
📎 img1.png 📎 img2.png

אלפא » מיטוואך יאנואר 3, 2024 4:53 pm

· #543520
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
נעקסט לעוועל #
אלפא #
עס געבט נאר די תוכן אן די גאנצע לעיאוט..

אזוי אויך קען מען זיך ארום שפילן וויפיל זאל גיין אויף איין בלאט ווען מ'דרוקט עס.
איך זעה נישט וואס סאיז בעסער
אדרבה, די אלטע וועג פון קאנטראל P באקומסטע כאטש א שיין דעטאלירטע פעידש, ווס. די נייע וועג קוקט עפעס אויס ווי אלד פעישאנעד HTML
יעדעם זיינס!

בכל אופן קען מען אבער נישט פרינטן די גאנצע אשכול אויפאמאל?! מ'דארף טון די שטיק מיט יעדע בלרט באזונדער.
אדער איז יא דא א וועג?

טירן » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:24 am

· #547966
Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל
סיי אידטיש אין איי וועלט זענען סאך בעסערע סייט'ס אויב ס'איז גרינג צו טוישן וואלט איך געראטן צו טוישן
בלאט: 1 2