☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע

דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16613

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 1:21 am

· #537127
דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע
יוסי גאלדשטיין, דער אפגעפארענע חסידישע איד, וואס איז באקאנט מיט זיינע זאפטיגע מעסעדזשעס וואס פארן ארום פון צייט צו צייט אויף א פליסיגן אידיש, איז ארויסגעקומען מיט א פאדקעסט ווי ער פארציילט זיין געשיכטע.

[במאמר המוסגר, איך אנטשולדיג זיך פארן אויסדריק "אפגעפארן", עס שמעקט נישט גוט און כ'האב עס נישט ליב צו ניצן. וכבר אמר חכם אחד, "אפשר איז ער ארויפגעפארן?", אבער למעשה איז דאס דער טערמין וואס מען ניצט, און כ'האב דערווייל נישט קיין בעסערע אויסדריק]

עס זעט אויס ווי עס קומט המשכים מיט ספאנסערס און עדס, אבער די ערשטע עפיזאד איז שוין ווערד צו הערן. ער פארציילט בקיצור זיין לעבנס געשיכטע און איז מסביר פארוואס ער גייט נישט מיט די חסידישע לבוש הגם ער גלייכט די חסידישע קולטור בכלליות.

עס איז לדעתי זייער וויכטיג אויסצוהערן פון א חינוך שטאנדפונקט, אז מען זאל ארויסהאבן די גרויסע אפעקט וואס עלטערן האבן אויף זייער קינדער, אפילו אויף גאר אינגע קינדער.

דא האט איר די טעלעגראם לינק
https://t.me/yossigoldstein

דא איז זיין טוויטער קאנטע
https://x.com/YossiGoldstein8?t=PHV7exCyjLGeSQ0TUVaOig&s=09
📎 IMG_20231006_012354_367.jpg

דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 1:49 am

· #537129
יוסי איז לענ''ד א געבענטשטע אינגערמאן, גאר קלוג און באהאווענט אין כל מיני נושאים, לדעתי גייט מען נאך אסאך הערן פון אים, און מ'וועט פון אים הנאה האבן.

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 11:59 am

· #537138
יא! כ’קען איהם פונדערנאנט איהם און זיין געשיכטע...
כ’האף אז ער וועט קענען אויפטוהן אויך ביי די אינערליכע חסידישע געזעלשאפט...

חובב ציון » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 12:57 pm

· #537142
א מין גרויל פין א קעפל, אפגעפארענע חסיד?! דער הייליגע איד יוסי גאלדשטיין דערציילט זיין לעבנס געשיכטע, אז מען גייט נישט מיט קיין רעזשוואלקע אין ר״ת גאטשעס איז מען אפגעפארען?

ישראל הלוי » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 1:08 pm

· #537143
חובב בארואיג זיך, זע איינגערינגעלטע אויבן...

איינער קען ברענגען אויף דרייוו? דראפבאקס? איך האב נישט קיין טעלעגראם.

קורקלענד » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 2:31 pm

· #537144
חובב ציון
א מין גרויל פין א קעפל, אפגעפארענע חסיד?! דער הייליגע איד יוסי גאלדשטיין דערציילט זיין לעבנס געשיכטע, אז מען גייט נישט מיט קיין רעזשוואלקע אין ר״ת גאטשעס איז מען אפגעפארען?
שטייט נישט אפגעפארענער איד, שטייט סך הכל אפגעפארענער חסיד.

בית הלוי » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 3:33 pm

· #537147
זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?

דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 3:49 pm

· #537148
בית הלוי
זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
ער האט געגעבן שמועסן אמאל אויף ק''מ. כ'ווייס אבער נישט ווי אזוי ער האט זיך גערופען.

סקעפטיקער » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 4:09 pm

· #537149
שמן למאור
יוסי גאלדשטיין, דער אפגעפארענע חסידישע איד, וואס איז באקאנט מיט זיינע זאפטיגע מעסעדזשעס וואס פארן ארום פון צייט צו צייט אויף א פליסיגן אידיש, איז ארויסגעקומען מיט א פאדקעסט ווי ער פארציילט זיין געשיכטע.

[במאמר המוסגר, איך אנטשולדיג זיך פארן אויסדריק "אפגעפארן", עס שמעקט נישט גוט און כ'האב עס נישט ליב צו ניצן. וכבר אמר חכם אחד, "אפשר איז ער ארויפגעפארן?", אבער למעשה איז דאס דער טערמין וואס מען ניצט, און כ'האב דערווייל נישט קיין בעסערע אויסדריק]

עס זעט אויס ווי עס קומט המשכים מיט ספאנסערס און עדס, אבער די ערשטע עפיזאד איז שוין ווערד צו הערן. ער פארציילט בקיצור זיין לעבנס געשיכטע און איז מסביר פארוואס ער גייט נישט מיט די חסידישע לבוש הגם ער גלייכט די חסידישע קולטור בכלליות.

עס איז לדעתי זייער וויכטיג אויסצוהערן פון א חינוך שטאנדפונקט, אז מען זאל ארויסהאבן די גרויסע אפעקט וואס עלטערן האבן אויף זייער קינדער, אפילו אויף גאר אינגע קינדער.

דא האט איר די טעלעגראם לינק
https://t.me/yossigoldstein

דא איז זיין טוויטער קאנטע
https://x.com/YossiGoldstein8?t=PHV7exCyjLGeSQ0TUVaOig&s=09
חוץ טעלעגראם איז דא נאך ערגעץ אים צו הערן?

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 4:26 pm

· #537151
חובב ציון
א מין גרויל פין א קעפל, אפגעפארענע חסיד?! דער הייליגע איד יוסי גאלדשטיין דערציילט זיין לעבנס געשיכטע, אז מען גייט נישט מיט קיין רעזשוואלקע אין ר״ת גאטשעס איז מען אפגעפארען?
ווי כ'האב טאקע געשריבן, פיל איך זיך נישט באקוועם מיטן ניצן דעם אויסדריק. אדרבה קום אריין מיט א בעסערן אויסדריק, און כ'בין גרייט צו טוישן. הייליג איז יעדע איד, איך האב אבער געזיכט א ווארט וואס וועט געבן צו פארשטיין אז ער איז מער נישט קיין פרומע איד, וואס דאס איז דאך די געדאנק וואס ער קומט דא פארציילן -וויאזוי דאס האט פאסירט.

אויב מיינסטו מיט דיין מחאה צו זאגן אז ער איז נאכאלץ ערליך, און האט זיך בלויז געטוישט זיין לבוש, דאן זייט וויסן אז ער שטעלט זיך אפעציעל ארויס אלס אפיקורס.

שפילער » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 5:13 pm

· #537153
בית הלוי
זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך

דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 5:45 pm

· #537155
שפילער
בית הלוי
זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
ער האלט זיך פאר אן אטעיאיסט. כ'גלייב אז נישט דאס איז וואס דו מיינסט.

א קאפל גייט ער געווענליך נישט, און חוץ לימוד התורה טוט ער נישט קיין מצוות. ער איז אזוי אפגעפארן, אז ער טוט אויך נישט קיין עבירות...

שפילער » פרייטאג אקטאבער 6, 2023 5:59 pm

· #537156
דערהויבענע איד

און ער געט שיעורים אויף הלכה אויף זיין טשענעל... וויזוי ארבעט ביידע צוזאמען?..

דערהויבענע איד » זונטאג אקטאבער 8, 2023 9:19 pm

· #537160

לערנען קען ער גוט, אלץ בחור האט ער געהארעוועט. פאר מער דערוועגן, הער זיין געשיכטע.

שפילער » זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:09 pm

· #537581
Re:
דערהויבענע איד #
שפילער
בית הלוי
זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
ער האלט זיך פאר אן אטעיאיסט. כ'גלייב אז נישט דאס איז וואס דו מיינסט.

א קאפל גייט ער געווענליך נישט, און חוץ לימוד התורה טוט ער נישט קיין מצוות. ער איז אזוי אפגעפארן, אז ער טוט אויך נישט קיין עבירות...
ער גייט יא מיט א קאפל

Visionary » זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:21 pm

· #537582
Re: דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע
איז ער א זוהן פון ר' ירמיהו?

צקון לחש » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:14 pm

· #537731
Re: דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע
Visionary #
איז ער א זוהן פון ר' ירמיהו?

יא (ר' נתן ירמיה מח"ס מגדנות נתן)