☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » די קאָפּ-קעיק לעידי

די קאָפּ-קעיק לעידי

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16604

הבחור_הזעצער » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 2:49 am

· #536964
די קאָפּ-קעיק לעידי
פאר די וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די תש״מ-נ יארן, וועלן געוויס געדענקען די מיסטעריעזע פרוי וועלכע מען פלעגט רופן די ״קאָפּ-קעיק לעידי״ און פלעגט זיין באקאנט מיטן שרייען מיט אומבאנומענע קולות אויף די גאסן.

זי איז אנגעבליך געווען א אידיש-אפשטאמיגע וועלכע איז ל״ע בארירט געווארן.

עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן אויב עמיצער האט מער דעטאלן איבער איר אדער/און איר שיקזאל.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 7:57 am

· #536968
אוודאי געדענק מיר איר... נעבעך.

דא האט מען אמאל פרובירט דערגיין איר שיקזאל
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=36832#p36832

קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 2:09 pm

· #536974
הבחור_הזעצער
פאר די וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די תש״מ-נ יארן, וועלן געוויס געדענקען די מיסטעריעזע פרוי וועלכע מען פלעגט רופן די ״קאָפּ-קעיק לעידי״ און פלעגט זיין באקאנט מיטן שרייען מיט אומבאנומענע קולות אויף די גאסן.

זי איז אנגעבליך געווען א אידיש-אפשטאמיגע וועלכע איז ל״ע בארירט געווארן.

עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן אויב עמיצער האט מער דעטאלן איבער איר און איר שיקזאל.
די בעלת הקאפ קעיק האב איך נישט זוכה געוועהן צי קענען אבער איר זוהן וואס איז געשטאנען ביי זעלדא׳ס געדענק איך גוט אוי האט מען געציטערט פונעם

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 2:13 pm

· #536975
ווי ווייט איך ווייס איז דער פון זעלדא'ס געווען ר' שמערל גרינבערג ע''ה, דאכט זיך גארנישט צוטוהן מיטן קאפ קעיק לעידי.

זי האט אבער א אייניקל וואס דרייט זיך אויף די גאסן און דא דארט האט ער מיר אפגעשטעלט מיט וויכטיגע אנווייזונגען. למשל אין שאפרייט ציווישן די סיריעלס האט ער מיר געזאגט אמאל אז מ'דארף זייער אובאכט גיבן ווייל טייל סיריעלס זענען נישט כשר.....

קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 2:15 pm

· #536976
קורקלענד
ווי ווייט איך ווייס איז דער פון זעלדא'ס געווען ר' שמערל גרינבערג ע''ה, דאכט זיך גארנישט צוטוהן מיטן קאפ קעיק לעידי.

זי האט אבער א אייניקל וואס דרייט זיך אויף די גאסן און דא דארט האט ער מיר אפגעשטעלט מיט וויכטיגע אנווייזונגען. למשל אין שאפרייט ציווישן די סיריעלס האט ער מיר געזאגט אמאל אז מ'דארף זייער אובאכט גיבן ווייל טייל סיריעלס זענען נישט כשר.....
ביסט גערעכט.
איר זיהן איז מאיר המכונה מעיער ער דרייט זיך אין וויליאמסבורג א אינטערעסאנטער בחור

שפילער » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 2:42 pm

· #536977
זי פלעגט זיך דרייען אין בארא פארק אויך? געהערט האב איך פון איר אבער געזעהן קיינמאל... יענקל פעפערקארן האט מען געזעהן

קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 3, 2023 9:31 am

· #537006
שפילער
זי פלעגט זיך דרייען אין בארא פארק אויך? געהערט האב איך פון איר אבער געזעהן קיינמאל... יענקל פעפערקארן האט מען געזעהן
זי האט געוואוינט אין בּ''פּ.

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך אקטאבער 4, 2023 8:36 am

· #537045
אלת קינד געדענק איך אז מ׳פלעגט זאגן אז זי וואוינט אויף די בארא פארק וויליאמסבורג באס! ווייזט אויס אז זי פלעגט אסאך פארן צווישן וויליאמסבורג אין בארא פארק. זי פלעגט שרייען those kids with the payos אלעמאל פלעג איך מורא האבן זי זאל נישט אפשניידן מיינע פיאות.

בת קול » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 4:38 am

· #537089
לכאורה איז זי נפטר געווארן ערגעץ צווישן ס״ב-ס״ו.