אלטע זכרונות
קאני ראטענבערג ע"ה










שמואל הלויאמאליגע פוד סטעמפס
נוי יארקטאטע אין הימעל!!!! הערשט יעצט כאפ איך מיר, עס וואקסט אויף א נייע דור אן קאני, שרייער פון טשעבינע ישיבה, די אומפארגעסליכע קאפ-קעיק לעדי, און נאך.....
די יונגווארג הייבט נישט אן צו וויסען פון די אלע זאכן.....
שמואל הלויקאני ראטענבערג ע"ה
לעמילפאר סאם ריזען קען איך נישט זעהן די פיקטשערס פון שמואליק. האט נאך איינער די פראבלעם? אלע אנדערע זעה איך געהעריג.
שמואל הלויס'האט מיט דיין פילטער צו טון.
נוי יארקטאטע אין הימעל!!!! הערשט יעצט כאפ איך מיר, עס וואקסט אויף א נייע דור אן קאני, שרייער פון טשעבינע ישיבה, די אומפארגעסליכע קאפ-קעיק לעדי, און נאך.....
די יונגווארג הייבט נישט אן צו וויסען פון די אלע זאכן.....
געפילטע פישאונזערע קינדער ווייסען נישט וואס א פענסיל און א טעיפ האבן איינגעלייגט...
איך אויךלהוי ידוע אז מ'קען אויך נוטצן א פען דערפאר.
גאלדאיינער האט נאך די "האנדל ערליך" געים, מ'קען קויפן, בארא פארק, וויליאמסבורג, ליזענסק, הכנסת אורחים
יידלגאלדאיינער האט נאך די "האנדל ערליך" געים, מ'קען קויפן, בארא פארק, וויליאמסבורג, ליזענסק, הכנסת אורחים
א גאר אינטערעסאנטע בלאג פאוסט איבער האנדל ערליך.
זר זהבאוי דעי פוד סטעמפס וואס מיין מאמע פלעגט אלץ אפרייסן אזוי ווי פון א בוים, אוי ווען נישט יענע פוד סטעמפס וואלט איך היינט געהארעוועט פאר א דאלער. ודו"ק
דו"קתי...
יידלשמואל און געפילטע, ייש"כ פארן מיך אריינברענגן אין א נאסטאלגישע מוט.
לעמילדעיס קוקט אויס מער ווי א תפיסה ווי א פלאץ פאר אידישע קינדער
נאך א מזל איך האב נישט געלערענט אין סאטמער
קלארווער רעדט נאך ווען די גאנצע לאנטש רום האט זיך צוזאמען געשטופט ארויסצוגיין, נאך די 'באשאלום' כתינוק הבורח מבית אסורים
שמואל הלויפון די תפיסה רעדט מען אבער מיט נאסטאגאלישע זכרונות, עני סאטמארער איד פון ארום זעכציג יאר און אראפ, וועט וויסן צו דערציילן גאר געשמאקע זיסע זכרונות פון אט די תפיסה ווי דו רופסט עס.
לעמיליעצט רעדסטו שוין פון שנאה נישט ווייל עס באדערט דיך
קלארדאס וועט מיר נישט ארויסגיין פין די נאז לעכער
נאך יעדע פרישטוג, לאנטש, סאפער ווי מען פלעגט זיך שטופן ביי די לאנגע דורכגאנג אנצוקומען אין לאנטש רום פאר די ליפטיגע ברויט
עס פלעגן זיך צאמשטופן איבער טויזענט קינדער אנצוקומען אינעווייניג אין לאנטש רום ווי מ'פלעגט זיך תיכף אויסגעליטשן אויף נאסע זעגעלעך - וואס קיינער ווייסט נאכנישט וואסערע ניצן דאס האט געברענגט אין פארוואס פינקט 'זעגעלעך' איז געווען אזא השפעה בשעת א עיר קאנדישאן איז געווען די זעלבע איסור ווי א קאמפיוטער...
אוי, ווער רעדט נאך ווען די גאנצע לאנטש רום האט זיך צוזאמען געשטופט ארויסצוגיין, נאך די 'באשאלום' כתינוק הבורח מבית אסורים
די קלימאקס פלעגט געשעהן ווען עס האט גערעגנט, קוים וואס 1 שירעם האט זיך געקענט עפנען אין דא שטופן זיך אזויפיל קינדער אין יעדער מוז דאך אפען האלטען שירעם
אויב די פארבליטשטע קאפעל (וואס איז ממילא געווען איבערגעדרייט) אדער די 'קעמפ היט' (וואס ליגט אין די ריזיגע גארבעזש בעג וואס מ'נעמט פין אינטער אלע גארבעזש קענס) וועט ח''ו נאס ווערן
פלאטשקענדיג אין די ריזיגע 'פארעלס' מיט שמיציגע וואסער, מיט וואס די טונעל איז געווען אויך באשאנקען, ווייל קעמפ האט נישט געהאט קיין געלט צו פעיווען די לעכער מיט קוילן, (ביי די משפחות באנגעלויס האט מען געהאט א 'נדבן'..)
אויב איז נישט גענוג איז אייביג געווען אפען א טיר אינמיטן דעם טונעל, וועלכע האט געפירט צו א ביה''כ וואס האט מ'האט שוין נישט געפלאנזשט זינט ... האט עס געניצט (אויף די רעכטע זייט פין די בילד)
אין די וואס האבען נישט געקענט שטופן פלעגן אטאמאטיש אריינפליען אויף די ביה''כ, ווי די פלאר איז געווען א אינטש טונקעלע וואסער מיט זעגעלעך..
אה, מ'קומט שוין ענדליך אן צו די סינקס פלעגט די ריזיגע ווינדוי פען אריינבלאזען די געשמאקע אייער גראך פין די מילכיגע קאך צו געבן די ריכטיגע אפעטיט פאר די וועזשטעבל סעלעט וואס די גוי פלעגט פארזוכן בשעת צאממישן מיט בלויזע שווארצע הענט
אבער ביז די סינקס, יא, די סינקס זענען אויך געווען אין דעם טונעל...מ'קען עס נישט מסביר זיין פארוועם עס האט דאס נישט סורווייווט
די האנטוך ווי יעדער האט אריינגווישט די נאז אין די הענט נאך נטילת ידים איז פארשטייט זיך אויך געווען אין דעם טונעל
אבער 'יעדער' איז סוכ''ס אנגעקומען אין לאנטש רום
ווי מ'האט באקומען מיט פלעכטער פאר'ן נישט מיטזינגען 'ויושעינו'
זשאסט זכרונות פין נעפאנק
לעמילווייל דעיס זענען אידען מ'איז צופרידען ווי מ'איז אבער טו מיך א טובה א פלאץ ווי אידישע קינדער לערנען תורה זאל אזוי אויס קוקען??? איך מיין עס פאסט נישט
אוקעי צוריק צום נושא
געפילטע פיששמואל הלויפון די תפיסה רעדט מען אבער מיט נאסטאגאלישע זכרונות, עני סאטמארער איד פון ארום זעכציג יאר און אראפ, וועט וויסן צו דערציילן גאר געשמאקע זיסע זכרונות פון אט די תפיסה ווי דו רופסט עס.
די אלטע אידן רעדן אויך פונעם אלטע היים מיט נאסטאלגיע, ווי מ'האט אונז פיינט געהאט און אויסגעטיילט ציפקע צרות אויף טריט און שריט.