☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16581
בלאט: 1 2

צוזאמגעדרייט » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:51 am

· #536531
אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
דרייט זיך ארום א מעסעדזש וואס לויטעט אז עטליכע פרויען זענען לעטצטענס באגוואלדיגט געווארן אין מאנסי דארעך נישט אידישע טעקסי דרייווער'ס.

ווייסט איינער אויב עס האט א פארלעסליכע מקור?

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230922/c55691e2991c6a2ce6191c2ce8b14501.jpg

שלג זהב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:53 am

· #536532
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

צוזאמגעדרייט » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:57 am

· #536534
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
אגב כ'האב קיינמאל נישט געזען א מעסעדזשעס ארומפארן אז היימישע דרייווערס צעלאָזן זיך די הענט... בלויז גוים ווייסן פון דעם אז היימישע פרויען האבן מורא צו פארציילן? אידישע דרייווערס ווייסן נישט?...

מאנכע טענהן אז דאס איז א קאמפיין דורעך די אידישע קאר סערוויס'עס.

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:09 am

· #536537
נקוט האי כללא
עניטינג מיט די נאמבער 3 איז שקר

פינקע בלומען » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:49 am

· #536538
וואס הייסט באגוואלדיקט, touched inappropriately?
אדער גערעדט אומאיידל?

ערנסטגערעדט » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 9:03 am

· #536543
זיי זאגן sexually abused נישט verbally

צוזאמגעדרייט » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:20 am

· #536554
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
-באקומען אין אישי-

עס איז לכאורה אמת.

כ'האב א חבר וועלכע ארבעט פאר חברים אין מאנסי וועלכער האט מיר געזאגט שוין א שטיק צייט צוריק אז זיי האבן לעצטנס די מעשיות זייער אסאך און די פאריקטע עולם האלטן נישט ביים מאכן קיין פאליס רעפארט.

קענסט עס שרייבן אן מיין נאמען.

ידידך ______

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:34 pm

· #536558
איך קען פערזענליך א פרוי וואס איז פארשוועכט געווארען פון א טעקסי דרייווער אין מאנסי.
אבער מען דארף געדענקען אז א פרוי זאל דרייון איז אסור משום פריצות……

צוזאמגעדרייט » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:43 pm

· #536559
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
קהל'ס נער
איך קען פערזענליך א פרוי וואס איז פארשוועכט געווארען פון א טעקסי דרייווער אין מאנסי.
אידישע אדער גוישע?

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:44 pm

· #536560
דרייט זיך יעצט א קליפ אויף וואטסעפ, מען זעיט נישט קיין סאך אבער ס׳׳קלאר אז עפעס איז געוועהן דארט, נישטא קיין רויעך אן פייער.

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:44 pm

· #536561
צוזאמגעדרייט
קהל'ס נער
איך קען פערזענליך א פרוי וואס איז פארשוועכט געווארען פון א טעקסי דרייווער אין מאנסי.
אידישע אדער גוישע?

Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
איך ווייס נישט, למאי נ״מ?

דערהויבענע איד » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:53 pm

· #536564
קהל'ס נער
איך קען פערזענליך א פרוי וואס איז פארשוועכט געווארען פון א טעקסי דרייווער אין מאנסי.
אבער מען דארף געדענקען אז א פרוי זאל דרייון איז אסור משום פריצות……

כאפסט נישט, אונז זעמיר סתם שוטים אז מ'מיינט דא פריצות אדער זנות, מ'דארף אנהאלטן די טראדיציע פון פרויען דרייוון נישט, אלעס אנדערש איז נישט נוגע.

אן די מעשה צו מיט די מעשיות, יעדער איינער איז מודה אז קאר סערוויסעס פארגרעסערט די ריזיקע פון רעיפ, ביי חסידים דרייוון נישט קיין פרויען פונקט ווי קינדער דרייוון נישט.

סביב העולם » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:07 pm

· #536566
קהל'ס נער
דרייט זיך יעצט א קליפ אויף וואטסעפ, מען זעיט נישט קיין סאך אבער ס׳׳קלאר אז עפעס איז געוועהן דארט, נישטא קיין רויעך אן פייער.
וואו קעמענעס זעהן? פרטי איז אויך גוט...

שלג זהב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:55 pm

· #536568
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
ק/פ

איך ווייס פון א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואך מיט א טעקסי,
א חסידישע פרוי איז געפארן אין א טעקסי און זי האט געזען אז די דרייווער פארט נישט די גוטע וועג, נאך צוויי מינוט שטעלט זיך די טעקסי אפ אין א זייט און גייט ארויס פון די קאר, און גייט אריין אין די בעק ווי די פרוי זיצט, ער מאכט צו די טיר, און נעמט ארויס א "מעסער" און ער זאגט איר אויב די גייסט זאגן פאר איינעם אדער איך גיי צוריקהערן פון ערגעץ וואס איך גיי יעצט טון מיט דיר גיי איך דיר שטעכן, און די פרוי נישט האב קיין אנדערע ברירה איז געבליבן שטיל, און דער דרייווער'ס הענט האט זיך צופארן פאר א צוויי מינוט, נאכדעם איז ער געגאנגען מיט זיין מויל, פאר אפאר מינוט ביז ער האט זי גוט צוביסען אויף א נישט גוטע פלאץ, האט ער זי שנעל אהיימגעטראגן, פון ווי זי האט גלייך געדארפט גיין אין שפיטאל, און יעצט זוכט מען נאך דער דרייווער...📎 IMG_20230922_13.jpg

kolal1 » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:19 pm

· #536569
דערהויבענע איד
קהל'ס נער
איך קען פערזענליך א פרוי וואס איז פארשוועכט געווארען פון א טעקסי דרייווער אין מאנסי.
אבער מען דארף געדענקען אז א פרוי זאל דרייון איז אסור משום פריצות……

כאפסט נישט, אונז זעמיר סתם שוטים אז מ'מיינט דא פריצות אדער זנות, מ'דארף אנהאלטן די טראדיציע פון פרויען דרייוון נישט, אלעס אנדערש איז נישט נוגע.

אן די מעשה צו מיט די מעשיות, יעדער איינער איז מודה אז קאר סערוויסעס פארגרעסערט די ריזיקע פון רעיפ, ביי חסידים דרייוון נישט קיין פרויען פונקט ווי קינדער דרייוון נישט.
עס איז קלאר אז פרויען דרייווען איז די איינציגסטע עצה
די שאלה איז נאר וויאזוי עס געשעהט
וויפיל פרויען גייען ליידן

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:43 pm

· #536570
סביב העולם
קהל'ס נער
דרייט זיך יעצט א קליפ אויף וואטסעפ, מען זעיט נישט קיין סאך אבער ס׳׳קלאר אז עפעס איז געוועהן דארט, נישטא קיין רויעך אן פייער.
וואו קעמענעס זעהן? פרטי איז אויך גוט...
ק״ש טעלעגראם טשענעל

kolal1 » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:48 pm

· #536571
קהל'ס נער
סביב העולם
קהל'ס נער
דרייט זיך יעצט א קליפ אויף וואטסעפ, מען זעיט נישט קיין סאך אבער ס׳׳קלאר אז עפעס איז געוועהן דארט, נישטא קיין רויעך אן פייער.
וואו קעמענעס זעהן? פרטי איז אויך גוט...
ק״ש טעלעגראם טשענעל
פארוואס נישט לייגן דא אויך

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:01 pm

· #536573
נו פרוביר

טמיר » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:03 pm

· #536574
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
מ'זעהט גארנישט דארט. א שאד די צייט

בונה של טוב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:31 pm

· #536575
א דאנק פאר׳ן עפענען אן אשכול וועגן דעם. שוין די העכסטע צייט. עס רייסט ביים הארץ צוצוקוקן די הפקירות

איך האב שוין גאר א לאנגע צייט צוריק געהערט (8 חדשים אדער מער) וועגן א יונג מיידל וועלכע איז נעבעך טראמאטיזירט געווארן
ווען זי איז אליין געפארן מיט א לאטיינישע דרייווער און ער האט געשפילט מיט אירע ברוסטן (זי האט נעבעך נישט געוואוסט וואס גייט פאָר ווייל מ׳האט איר קיינמאל קיין בּעיסיקס נישט געלערנט)

די אידישע טעקסי קאמפעני האט גארנישט געקענט אויפטון נאכדעם וואס איר טאטע האט זיך געבעטן ברחמים צו מאכן א שווייג דערפון ווייל ס׳קען איר שאדן טון פאר שידוכים (אוודאי זענען זיי געגאנגען צו פאליציי אבער אָן די קאאפעראציע פונ׳ם וויקטים קענען זיי גארנישט מאכן אפצוהיטן אנדערע)

די ביטערע איראניע איז אז דער טאטע כאפט נישט וויפיל מער ס׳פאר׳הרג׳עט א קינד (און אפילו אן ערוואקסענע) ווען זיי מוזן האלטן בסוד אזא שרעקליכע איבערלעבעניש

אפשר וועט ער טון א געלונגענע שידוך אבער וואס האט ער דערפון אויב זיין טאכטער איז חרוב און זיינע אייניקלעך וועלן ליידן דערפון

אלע צוזאמען » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:37 pm

· #536577
בונה של טוב

וואס איז די משוגעת פון נישט וועלן גיין צו די פאליציי?

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:08 pm

· #536580
איין זאך איז שווער צום גלויבן, די אלע דרייווערס ווייסן דאך אז מ'האט א רעקארד ווער האט גענומען דעם קאלל, און ער האט לייסענס און TLC לייסענס. עפעס הערטציך נישט

טמיר » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:19 pm

· #536581
אלע צוזאמען
וואס איז די משוגעת פון נישט וועלן גיין צו די פאליציי?
דו וואלסט געוואלט נעמען א שנור וואס איז נאנס געווארן? וויסנדיג אז עס איז דא א מעגליכקייט אז זי איז געווארן עטוואס געדעמעדזשט סעקסועלי?

ביי א חתונה געהאטע פרוי איז די קשיא שווערער.

ברוך שפינוזה » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:48 pm

· #536582
די חסידישע עולם איז סעקסואלי דעמעדשד אנדעם אויך און קיינער קימערט זיך נישט, אדרבה, מ'האלט אז אזוי קומט עס.

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:50 pm

· #536583
סוף טוב הכל טוב
שווער צום גלויבן, די אלע דרייווערס ווייסן דאך אז מ'האט א רעקארד ווער האט גענומען דעם קאלל
ווער זאגט,

און ער האט לייסענס
ע״פ רוב אומלעגאלע אימיגראנטן מיט פאלשע לייסענס

און TLC לייסענס
אין מאנסי האט קיינער נישט.

עפעס הערטציך נישט
בקיצור מען פרעגט נישט אפ קיין מעשיות מיט סברות

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:53 pm

· #536584
סוף טוב הכל טוב
איין זאך איז שווער צום גלויבן, די אלע דרייווערס ווייסן דאך אז מ'האט א רעקארד ווער האט גענומען דעם קאלל, און ער האט לייסענס און TLC לייסענס. עפעס הערטציך נישט
זייער זייער אסאך טריפס ווערט גענומען ביי פיק-אפ ביי ראקלענד קאושער וכדומה א קאלל וואס ס’איז נישט געווארן גע’דיספעדשט

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:58 pm

· #536585
ווי שוין דערמאנט עטליכע מאל דא אין בית קפה אז ר’ שמואל ניימאן זאגט אז נישט לאזן פרויען דרייוען קומט פון די סטרא אחרא

די אנדערע זייט » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 5:10 pm

· #536586
איך פארשטיי נישט ווי אזוי די פראבלעם גייט ווערן אויס, אויב מ'איז מתיר לכתחילה אז פרויען זאלן מעגן דרייווען,
האט יעדע מאן א קאר?
און אפילו איינער וואס האט גייט יעצט האבען צוויי?
און די בחורים און גרויסע מיידליך יעדער גייט האבען א קאר?
ס'גייט אפשר אביסעל בעסער מאכן אבער מ'גייט נאך אלץ ניצן אסאך קאר סערווערס אפילו מ'איז מתיר

ס'איז אונטערסאנט ווי די עולם האלט אז דעס איז די פראבלעם

החוקר » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 5:11 pm

· #536587
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
שמחהלע קאפשטיק
ווי שוין דערמאנט עטליכע מאל דא אין בית קפה אז ר’ שמואל ניימאן זאגט אז נישט לאזן פרויען דרייוען קומט פון די סטרא אחרא
פאר'ן דאווענען
בנוגע פרויען דרייוון, ר שמואל ניימאן אין איינע פון זיינע Q&A שיעורים, זאגט אז די פראבלעם פון פרויען דרייוון איז נישט אלס צניעות וכדומ', נאר עס נעמט אוועק פון די צורה פון א מערידזש ווי די מאן דארף זיין א משפיע און די פרוי די מקבל, (ער גייט לשיטתו פאר ווער ס'ווייסט), ווייל ווען די פרוי דרייווט איז זי אזויווי די משפיע און די מאן זיצט אין די זייט ווי א מקבל, הגם מען קען זיך דינגען אויף דעם אבער ס'מיר געווען אינטערסאנט אן אנדערע פערספעקטיוו אויף דעם.
היאך יתקיימו שניהם?

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 5:13 pm

· #536588
זייער פשוט לגבי די שאלה פון טעקסיס. ווייל ווי מער פרויען וועלן דרייווען אלץ מער היימישע טעקסיס וועלן זיין עוועליבעל,
לעת עתה ווען מען רופט פאר א היימישע קאר סערוויס רוב מאל איז עס נישט עוועליבעל פאר 15 מינוט,
און אפט מאל איז גארנישט עוועליבעל,
די לאטיינישע טעקסיס קומען ביז א מינוט צוויי

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 5:14 pm

· #536589
החוקר
שמחהלע קאפשטיק
ווי שוין דערמאנט עטליכע מאל דא אין בית קפה אז ר’ שמואל ניימאן זאגט אז נישט לאזן פרויען דרייוען קומט פון די סטרא אחרא
פאר'ן דאווענען
בנוגע פרויען דרייוון, ר שמואל ניימאן אין איינע פון זיינע Q&A שיעורים, זאגט אז די פראבלעם פון פרויען דרייוון איז נישט אלס צניעות וכדומ', נאר עס נעמט אוועק פון די צורה פון א מערידזש ווי די מאן דארף זיין א משפיע און די פרוי די מקבל, (ער גייט לשיטתו פאר ווער ס'ווייסט), ווייל ווען די פרוי דרייווט איז זי אזויווי די משפיע און די מאן זיצט אין די זייט ווי א מקבל, הגם מען קען זיך דינגען אויף דעם אבער ס'מיר געווען אינטערסאנט אן אנדערע פערספעקטיוו אויף דעם.
היאך יתקיימו שניהם?
ווען דער מאן איז נישט אין קאר דעמאלטס זאל זי זיין די נהגה...

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 6:30 pm

· #536592
די אנדערע זייט
איך פארשטיי נישט ווי אזוי די פראבלעם גייט ווערן אויס, אויב מ'איז מתיר לכתחילה אז פרויען זאלן מעגן דרייווען,
האט יעדע מאן א קאר?
98% האט

און אפילו איינער וואס האט גייט יעצט האבן צוויי?
יא

און די בחורים און גרויסע מיידלעך יעדער גייט האבען א קאר?
יא, אויב נישט זאל די מאמע זיי דרייווען

ס'גייט אפשר אביסל בעסער מאכן אבער מ'גייט נאך אלץ ניצן אסאך קאר סערוויס אפילו מ'איז מתיר
האסט א בעסערע עצה?

ס'איז אינטערסאנט ווי די עולם האלט אז דעס איז די פראבלעם
נאר וואס איז די פראבלעם?

שלג זהב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 6:38 pm

· #536595
גענומען פון די קאמענטס:
https://t.me/tagliche_news/2785
📎 Comment 1.jpg

שלג זהב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 6:38 pm

· #536596
#2
📎 Comment 2.jpg

שלג זהב » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 6:38 pm

· #536597
#3
📎 Comment 3.jpg

שלג זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 10:55 pm

· #536603
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
ק/פ

הערט א מעשה וואס איז אריינקימען צום מערכת.

אויב ביסטו אונטער די 18 דרוק די # קנעפל..

תושבי מאנסי באו חשבון!

א גוטן טייערע אידן. כ׳בין א אינגערמאן א בן תורה וואס ס׳גייט מיר גאנץ ווייניג אן די נייעס׳לעך וואס שפילט זיך אפ ארום מיר. אבער דאסמאל האט מיר א געוויסע נייעס׳ל פון פריש אויפגעוועקט א וואונד וואס האט זיך נאכנישט פארהיילט!

ומעשה שהיה כך היה:
מיין שוועסטער א מיידל וואס ארבעט אין א אפיס אין מאנסי, און איז געוואוינט צו נעמען טעגליך א קאר-סערוויס, האט עטליכע טעג אריין אין איר פרישע ארבערט באמערקט אז די חילוק אין פרייז צווישן די היימישע און גויאישע קאר-סערוויס׳עס זענען היבש גרויס, אזש, אז אויבן אויף לוינט זיך צו רופן ענדערשט א גויאישע טעקסי.

אומר ועושה. זי האט באשטעלט טעגליך א קאר, און נאך אפי׳ געמאכט א סטאפ ביי איר חבר׳טע, אלעס פאר די זעלבע פרייז וויפיעל עס קאסט א וואן-וועי ביי די היימישע!

עטליכע טעג זענען פארביי ווען מיין טאטע זאל זיין געזונט האט איר איינטאג באמערקט ארויס קומען פון א ״אמעריקען לאטינא״ טעקסי. מיין טאטע האט איר גלייך פארגעהאלטען פארוואס זי שטיצט נישט א איד? און די סכנה וואס הערשט מיט די נידריג קלאסישע ״אינטערשנעשנל״, און וויפיעל מאל האט מען שוין געהערט (און וואס מען האט נישט געהערט) ״מעשיות שלא יעשו״ ווי דרייווער האבען זיך צו פירט די הענט…

היבש נאיוו איז מיין שוועסטער געווען, און האט בכלל נישט פארשטאנען וואס מיין טאטע וויל פון איר לעבן האבען… אבער כדי נישט צו ציען מיין טאטעס אויפמעקזאמקייט האט זי באשלאסען צו רופען א גויאישע טעקסי בלויז אינדערפרי ווען מיין טאטע איז נישט אינדערהיים.

אזוי איז אדורך טעג און וואכן און אלעס איז געפארן בשלום ביז…
איינטאג זאגט איר די דרייווער אז ער געבט איר זיין פריוואטע נאמבער, און אויב זי באשטעלט אים טעגליך, וועט ער איר געבן ביליגערע פרייז.
מיין שוועסטער האט מיט פרייד אנגענומען דעם אנבאט און אים גערופן טעגליך אינאיינעם מיט איר חבר׳טע.

עטליכע טעג זענען פארביי, די דרייווער קומט ווי א זייגער, און אלעס פארט כ׳מעשה…

ביז… געווען איז דאס ציפרי, און די טרעפיק אין מאנסי איז ווי יעדער ווייסט געפערליך אין די ראש-אווער, ממילא ווען די דרייווער האט געזאגט אז ער וויל נעמען א אנדערע וועג איז דאס בכלל נישט געווען אויפפאלענד…
די דרייווער האט זיך פארקירוועט פון דעם ״דרך המלך״, און איז אריין געפארען אין א דעד-ענד. נאך פאר וואס ווען ווי האט מיטאמאל ארויסגעוואקסען ווי פון די ערד אפאר יאנגסטער… זיי האבען א עפן געטאן די טיר און זיי אריין געצווינגען אין א פארלאזטע געביידע[emoji33]

טייערע אידן: מיינע עלטערן האבען פארשטייטזיך די מעשה נישט געוואלט גיין ריפארטען פאר די פאליציי, נישט ווילנדיג עס זאל שאטען פאר שידוכים פאר די צוויי קרבנות ה״י…
איך ווייס דאך יא די אמת, קום איך כאטש פארציילן די געשיכטע כדי אידן זאלן זיך אויפוועקן!

(מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די אינהאַלט )

@tagliche_news

אונטער חכם » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 11:08 pm

· #536604
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
שווער צו גלייבן אז מעשיות געשעען כסדר, סזענען זיכער דא גענוג און נאך היימישע אידן וואס וועלן נישט זיין שטיל אויב אזא מעשה געשעהט ביי זיי.

שמן למאור » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 11:22 pm

· #536606
אונטער חכם
שווער צו גלייבן אז מעשיות געשעען כסדר, סזענען זיכער דא גענוג און נאך היימישע אידן וואס וועלן נישט זיין שטיל אויב אזא מעשה געשעהט ביי זיי.
די מיינסט עס אמת'דיג, אדער דו מאכסט זיך נאר?

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 11:23 pm

· #536607
פ"וו קען מען וויסן אויב דאס איז נישט סתם פאבריקאציעס פון קאמפעטישן, אידישע קאר סערוויס?
איך זאג נישט קיין מיינונג איך פרעג בלויז.
(כאילו, א אידישע דרייווער קען נישט טוהן קאנעוויירעס!)

LIVE112233 » זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:54 am

· #536611
20 יאר צוריק האט א היימישע מוסד אין מאנסי געמאכט א תקנה אז יעדע מיידל וואס קומט אן אין סקול שפעט, אפילו (בדוקא) די עלטערע מיידלעך, דארפן האבן א צעטיל וואס שטימט מיט די זייגער, משום מעשה שהיה, משלנו! בשדה מצאה עד הסוף וד"ל, אין די פירצה קורא לגנב איז געוועזן, ניצן די זעלבע דרייווער יעדן טאג, יעדע וואך, משפחה דרייווער. איינמאל עס איז לבו גס בה, העלפט נישט קיין שום יחוד חשבונות נאר אן עכטע שומר. די זאכן זענען אמת אפילו מען הערט נישט, ווייל מען רעדט נישט.

קהל'ס נער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am

· #536615
סוף טוב הכל טוב
פ"וו קען מען וויסן אויב דאס איז נישט סתם פאבריקאציעס פון קאמפעטישן, אידישע קאר סערוויס?
איך זאג נישט קיין מיינונג איך פרעג בלויז.
(כאילו, א אידישע דרייווער קען נישט טוהן קאנעוויירעס!)
יעדער ווייסט אז די מעשיות געשעהען זיי מברר אביסל מער, זעהט אויס אז די וואוינסט נישט אין מאנסי.
נאמבער 2 די אידישע טעקסי זענען אסאך ביזיער ווי די גויאישע, די איינציגסטע ריזען מען ניצט די גויאישע איז ווייל ס׳נישטא געניג אידישע, אויב מורא האבן פון קאמפעטישען איז עס די גויים נישט די אידן.
און אין הכי נמי פון אידישע טעקסיס דארף מען אויכט מורא האבן, און די עכטע סאלושען איז אז פרויען זאלן דרייווען און זיך נישט מייחד זיין מיט פרעמדע מענער ביינאכט אין א קאר מיט טינטעד ווינדאוס).

שלג זהב » זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:47 am

· #536630
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
קהל'ס נער
און די עכטע סאלושען איז אז פרויען זאלן דרייווען און זיך נישט מייחד זיין מיט פרעמדע מענער ביינאכט אין א קאר מיט טינטעד ווינדאוס).
דאס גייט אבער נישט פון איין טאג צום צווייטן, לייגן לייוו דעש קעם'ס איז מער רעאליסטיש.

שלג זהב » זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:45 pm

· #536634
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
https://t.me/aleph_Channel_1/1234

אינטערוויו:
עס קומט פרישע רעגעלאציעס אין מאנסי!
טעקסי דרייווער וועל דארפן דורכגיין בעגראנד טשעקס אין יעדע קאר וועט דארפן האבן א סטיקער פין די טאן אף ראמאפא!

דאס קומט נאך באריכטן אז טעקסי דרייווערס האבן אטאקירט היימישע פאסאזשירן רח"ל. דער ציבור ווערט גערופן זיך צו באניצן נאר מיט די פאראנטווארטליכע קאר סערוויס פירמעס:
עסקן הרב יוסף מארגארעטן פין חברים דראקלאנד.

@aleph_media

צפת » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:31 am

· #536659
כ'מיין מ'דארף טוישן די נאמען.

אנשטאט 'טעקסי'ס' מיט א ט', זאל מען זיי אנהויבן רופן מיט א ס' פון אנהויב, ודו"ק

כף הקלע » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:22 am

· #536662
צפת
כ'מיין מ'דארף טוישן די נאמען.

אנשטאט 'טעקסי'ס' מיט א ט', זאל מען זיי אנהויבן רופן מיט א ס' פון אנהויב, ודו"ק
דאס האט דאס יענער פון ק"י געטענה'ט, ער'ט דאך נאר געפרעגט פאר א טעקסי

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:50 am

· #536760
ביז ממש לעצטענס האבן מאנסי'ע פרויען געטריבן קארס
דוכט זיך אז דער טשענדזש איז געשען ווען וויזניץ האט "איבערגענומען" און צוביסלעך ארויסגעריקט די "ישיבה'שע".
ווער קען אריינפילן מער אינפארמאציע?

שלג זהב » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:49 pm

· #536774
Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי
ווייס מיר שוין ווער ס'האט אנגעדרייט ס'גאנצע שערורי'...📎 Screenshot_20230927_17_WhatsApp.jpg

ביבער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:33 pm

· #536778
שלג זהב
ווייס מיר שוין ווער ס'האט אנגעדרייט ס'גאנצע שערורי'...📎 Screenshot_20230927_17_WhatsApp.jpgScreenshot_20230927_17_WhatsApp.jpg
אויך געטראכט אזוי. איך האב געווארט צו זעהן לכה"פ איין פאליס רעפארט אדער איין וועריפייד נייעס פון די אלע לעצטיגע מעשיות (כקויף נישט די בולשות פון פראטעקטן. וויקטים איידענטיטי איז אייביג פראטעקטעד. און די ווידיעאו ווי איינער זעצט זיך אריין קען זיין א באצאלטע שפיל). יעצט קוקט עס מיר אויס ווי א מארקעטינג פאר די נייע קאר סערוויס וואס האט באשלאסן צו געבן דעם עולם דעם ערשטן טריפ פאר פרי.

ערנסטגערעדט » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:19 pm

· #536789
עקלדיג פוי
דאס איז די תירוץ פאר אלע פראבלעמען, א מאושר טעקסי אונטער די רבנים
א פרישע ווינט פון קאנטראל
נעקסטע יאר גייט אויפן אפליקאציע פונעם מוסד זיין א שאלה נוצט אייער משפחה א מאושר טעקסי אדער נישט מאושר
און השומרים גייט האבן א טעלעפאן ליין מיט א גליון וועגן די שעדליכע טעקסיס סאיז נאר א פראבלעם וויאזוי גייען זיי קענען שרייבן פונקטליך וואס איז געשען אויף א פרומען אופן…

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:36 pm

· #536796
סוף טוב הכל טוב
ביז ממש לעצטענס האבן מאנסי'ע פרויען געטריבן קארס
דוכט זיך אז דער טשענדזש איז געשען ווען וויזניץ האט "איבערגענומען" און צוביסלעך ארויסגעריקט די "ישיבה'שע".
ווער קען אריינפילן מער אינפארמאציע?
יא!
ווען מיר זענען געווען קינדער - 30 - 40 יאר צוריק האבן אסאך "היימישע" מאמעס געדרייווט אין מאנסי אינקלודעט די וואס האבן געשיקט אין די היימישסטע מוסדות ווי וויזניץ, סאטמאר וכו’ איך געדענק ווען איך פלעג פארשפעיטיגען דעם באס פלעג איך גיין מיט מיין שכנט’ע אין חדר אריין,
עד שבאו די עקסטרעמיסטען [מעגליך יוצאי ווילי] און האבן קראנק געמאכט מאנסי מיט זייערע משוגעת’ן וואס אונז ליידען פון זיי עד עצם היום הזה ועוד ידם נטוי’ הי’ לא תהי’...
בלאט: 1 2