☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...

אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15223

אבשלום בן מעכה » זונטאג אפריל 3, 2022 11:30 am

· #497404
אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
אין דעם אנדערן אשכול האט איינער ארויפגעברענגט דעם פראבלעם וואס איז טיילווייז ארומגעשמועסט געווארן אויף אייוועלט, וועגן קאר-סערוויס. די גוי'אישע קאר סערוויס וואס מאכט שוין א לאנגע צייט פראבלעמען אין קדושת ישראל. בשעת וואס די דרייווער פראבירן נאנט צו ווערן מיט די ווייבלעך און מיידלעך, האלטן זייערע טעלעפאן נומערן (וואס זיי האבן בשעת זיי באקומען דעם קאל), פראבירן שרייבן מיט זיי וכו'. טייל פון די דרייווער פארמאגן גרופס, וואו זיי שמועסן צוזאמען און דיסקוסירן די דאזיגע ענינים. בילדער פון פרויען און מיידלעך אין טעקסיס, זענען שוין ארומגעשיקט געווארן און דיסקאסירט געווארן צווישן די בני עם ניכר רח"ל. זיי ווייסן אויך צו וועלכן אדרעס געוויסע ווייבלעך גייען אין געוויסע שעות פארנאכטס, און פאר וועלכן צוועק זיי געפינען זיך דארט... וד"ל. עס איז א מציאות אז צו געוויסע אדרעסן וועלן טעקסיס אנקומען שנעלער וואו צו אנדערע אדרעסן, והחרבן זועק עד לב השמים ואין מי שיכול לעשות דבר.

א חבר האט מיר דעם שבת דערציילט, אז פאר א צייט צוריק האט ער מיטגעהאלטן ביי א שאפינג צענטער, וואו עס איז געווען פארזאמלט פאליציי ארום א טעקסי דרייווער, צוליב אן אינצידענט מיט א אידישע פרוי. אבער דאס איז בלויז א פראצענט פון א פראצענט וואס עס דערקייקלט זיך ביז פאליציי. ליידער כמעט אין אלע פעלער קומט עס נישט אן ביז אהין, וויבאלד מיר רעדן נישט קיין סאך און מיר שעמען זיך. דאס איז טאקע די סיבה פארוואס זיי שפירן אז בנות ישראל הכשרות והצניעות זענען הפקר להביא טרף קל לידם רח"ל היל"ת.

דאס איז בלויז מיט מיידלעך און ווייבלעך. מחנכים און מלמדים ברענגען כסדר ארויף דעם פראבלעם פון קינדער אין די דאזיגע קאר סערוויס. עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן און מען האט שוין אנגעזאגט די קינדער און די עלטערן דערוועגן, אבער ווייניג איז געטון געווארן דערוועגן. אויסער דעם וואס עס איז שוין פארגעקומען ערנסטע מעשיות, ווען קינדער זענען געפארן אין טעקסיס אליין, איז אפילו די נישט ערנסטע מעשיות גענוג ערנסט. אז א דרייווער רעדט צו א קינד נישט איידל, אדער אז ער לאזט אים שפילן מיט זיין סמארטפאון, עפענענדיג פאר אים שערי טומאה, מיט א קלארע צוועק, וויסנדיג אז די מעשה וועט נישט אנקומען אין פאליציי (די מעשיות זענען בפועל געשען, ס'איז נישט קיין משל וכו'...). דאס גייט שוין אריין אין הארבע ענינים אפילו על פי חוק, אבער די זאכן געשעהען ליידער, און מיט די קאמפאניס איז נישטא מיט וועמען צו רעדן און קיינער טוט נישט ערנסט צו די זאך. (ווער רעדט נאך ווען עס רעדט זיך פון א בחור'ל, אדער גרויסע בחור, וועלכער מוטשעט זיך אביסל מיט אידישקייט, און הויבט אליין אן צו רעדן מיטן דרייווער, און יענער ארבעט מיט אים... פארוואס זאל מען לאזן אזעלכע לעכער אין אונזער חינוך, אז א בחור מיט נסיונות זאל עס באקומען מיט א שמוץ אריבער, מען קען דאך מונע זיין דעם חסרון...).

פארוואס זאל מען לאזן אזא פראבלעם אין אונזער מחנה, בשעת עס רעדט זיך פון די טייערסטע וואס מיר פארמאגן. מיט דעם דאזיגן ערל טמא וואלסטו נישט געשיקט קיין שאכטל דזשולערי, סא פארוואס זאלט איר שיקן אייער ב"ב, אשת נעוריך, די שענסטע און טייערסטע וואס איר פארמאגט, אין די הענט פון דעם דאזיגן טמא? - אז ער זאל מאכן בילדער פון איר באהאלטענערהייט און איר ארומשיקן צו זיינע טונקעלע חברים? - בשעת איר זענט אייך מתענג בתענוגים ומתעלס באהבים, ווערט אייער ליבלינג אויסגעטון ברבים, דיסקוסירט, אינאיינעם מיט איר אדרעס און איר נומער. פארוואס? - פארוואס דארפן מיר עס צולאזן?

איך ברענג עס דא ארויף, וויסנדיג אז אויף אייוועלט קען מען נישט רעדן אזוי אפן דערוועגן. אסאך יונגעלייט וואס האבן מעשיות אין דעם פעלד, וועלן נישט שרייבן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען, און טאמער יא, וועלן זיי באהאלטן צען מאל מער ווי וואס זיי אנטפלעקן. דא קען מען שרייבן עטוואס מער. איך בין זיכער אז אסאך מיטגלידער האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין מעשיות, אדער זענען אליין דורכגעגאנגען מעשיות. אדרבה. זאל דער עולם לאזן הערן זייער מיינונג איבער דעם פראבלעם. אולי יחוס ויעזור, אז מען וועט זיך עטוואס אויפוועקן און טון עפעס זאכליך דערוועגן.

(איך וויל נישט אריינגיין אין היימישע טעקסי דרייווערס, וואס דארט איז אויך דא צומאל א פראבלעם. אבער דארט ווערט עס בעסער באהאנדלט און די פראבלעמען זענען ווייניגער שכיח מטעמים מובנים.)

בת קול » זונטאג אפריל 3, 2022 11:52 am

· #497406
פארוואס איז די לעצטע שורה אזוי פיצי?
ווייל עס איז נאך טעבא צו רעדן דערפון?

די פראבלעם איז ריזיג גרויס אויך ביי אונזער ציבור.

לייבל שטילער » זונטאג אפריל 3, 2022 12:21 pm

· #497408
איז דא דער פראבלעם מיט אובער אויך? (זיי זענען זייער שטרענג, די דרייווער ווייסט אז מיט סיי וועלכע קאמפלעינט פון א פאסאנזשיר קען ער פליען)

קבצו זקנים » זונטאג אפריל 3, 2022 12:41 pm

· #497409
לדעתי איז די סיבה פין דעם פראבלעם אן אשכול פון אינזערע פרימקייטען אשר לא קבלנו מסיני אז פרויען טאעהן נישט דרייבן, מילא דארפן זיי נעמען קאר סערוויסעס אין פאר אן היימישין אינגער מאן פאסט עז אויך נישט סי זיין א דרייבער, ספיציעל פאר נסיעות פאר נאכט..

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 3, 2022 12:42 pm

· #497410
מ'דארף טאקע זעהן צו נוצן מער די היימישע קאר סערוויסעס. און האפנטליך האבן זיי די מערסטע ערליכע יונגעלייט... וה' יעזור הלאה...!

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 3, 2022 12:45 pm

· #497412
קבצו זקנים
לדעתי איז די סיבה פין דעם פראבלעם אן אשכול פון אינזערע פרימקייטען אשר לא קבלנו מסיני אז פרויען טאעהן נישט דרייבן, מילא דארפן זיי נעמען קאר סערוויסעס אין פאר אן היימישין אינגער מאן פאסט עז אויך נישט סי זיין א דרייבער, ספיציעל פאר נסיעות פאר נאכט..

איין עצה איז צו מאכן א קאמפעני פון פרויען דרייווערס. אפילו נישט אידישע. אין ניו יארק איז דא אזא קאמפעני. וואו מ'קען פארלאנגען א פרוי דרייווער, לעת הצורך, וד"ל...!

שמן למאור » זונטאג אפריל 3, 2022 1:15 pm

· #497416
אויף אייוועלט האט מען שנעל פארמאכט די אשכול פאר נישט איינגעשריבענע באניצערס, ווייל טייל האבן געניצט זייער שכל און פארגעשלאגן די פשוטע עצה אז פרויען זאלן מאכן לייסנס,

יאסל ראקאווער » זונטאג אפריל 3, 2022 1:19 pm

· #497417
א פראקטישע עצה איז צו ניצען Uber. ס'איז נישטא קיין קאנטאקט און זיי ווייסען גארנישט און Uber נעמט די קאמפלעינטס (אויב ס'מאכט זיך) זייער ערענסט מילא אז ס'איז דא א משגיח פירט מען זיך אויף אנשטענדיג.

אבער פארשטייט זיך פארדעם דארף מען א סמארטפאון..

פאר'ן דאווענען » זונטאג אפריל 3, 2022 2:52 pm

· #497421
בנוגע פרויען דרייוון, ר שמואל ניימאן אין איינע פון זיינע Q&A שיעורים, זאגט אז די פראבלעם פון פרויען דרייוון איז נישט אלס צניעות וכדומ', נאר עס נעמט אוועק פון די צורה פון א מערידזש ווי די מאן דארף זיין א משפיע און די פרוי די מקבל, (ער גייט לשיטתו פאר ווער ס'ווייסט), ווייל ווען די פרוי דרייווט איז זי אזויווי די משפיע און די מאן זיצט אין די זייט ווי א מקבל, הגם מען קען זיך דינגען אויף דעם אבער ס'מיר געווען אינטערסאנט אן אנדערע פערספעקטיוו אויף דעם.

בת קול » זונטאג אפריל 3, 2022 2:55 pm

· #497422
יאסל ראקאווער
א פראקטישע עצה איז צו ניצען Uber. ס'איז נישטא קיין קאנטאקט און זיי ווייסען גארנישט און Uber נעמט די קאמפלעינטס (אויב ס'מאכט זיך) זייער ערענסט מילא אז ס'איז דא א משגיח פירט מען זיך אויף אנשטענדיג.

אבער פארשטייט זיך פארדעם דארף מען א סמארטפאון..

אובער איז 2-3$ טייערער און עס מאכט א גרויסע חילוק ווען מען נעמט זיי אפאר מאל א טאג. ווי אויך קען זיי נעמען א האלבע שעה אנצוקומען אין מאנסי.
עס איז נישט אזוי גרינג ווי אין שטאט.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אפריל 3, 2022 3:11 pm

· #497423
Re: אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
בת קול
יאסל ראקאווער
א פראקטישע עצה איז צו ניצען Uber. ס'איז נישטא קיין קאנטאקט און זיי ווייסען גארנישט און Uber נעמט די קאמפלעינטס (אויב ס'מאכט זיך) זייער ערענסט מילא אז ס'איז דא א משגיח פירט מען זיך אויף אנשטענדיג.

אבער פארשטייט זיך פארדעם דארף מען א סמארטפאון..

אובער איז 2-3$ טייערער און עס מאכט א גרויסע חילוק ווען מען נעמט זיי אפאר מאל א טאג. ווי אויך קען זיי נעמען א האלבע שעה אנצוקומען אין מאנסי.
עס איז נישט אזוי גרינג ווי אין שטאט.
לאמיר נישט אריינגיין אין די געלד חלק. ווייל נאך וואס עפעס געשעהט גייט יעדער זיין גרייט צו באצאלן די $2-3 מער.

אובער אויב מוועט עס ניצען מער וועט אונהייבן זיין מער קארס אין די געגענט.

לכבוד שבת קודש » זונטאג אפריל 3, 2022 3:17 pm

· #497424
אייוועלט מאכט א טראסק פון גארנישט, און מיר טאנצן זיי נאך.

מאכט זיך אמאל איינער זאגט א ווארט פאר א פרוי, איז וואס? - דאס געשעט אויך אין וואל-מארט און אין יעדע גוי'אישע פלאץ. איז טאקע ביי טעקסיס דראסטיש מער ווי אנדערע פלעצער? - האט איינער דא שוין געהאט א מעשה? - דא דרייען זיך אסאך היימישע אידן. אדרבה, קומט ארויף און זאגט. וויפיל פראצענט קענען טאקע זאגן אז זיי האבן שוין געהאט אן ערנסטע פראבלעם. איך רעד נישט פון זאגן א ווארט, איך רעד פון עפעס מער..

איך זאג נישט, אויב מען קען זיך צוריקהאלטן פון פארן אין א טעקסי, איז זיכער בעסער. פונקט אזוי ווי ס'איז בעסער צו נישט צו גיין אין א גוי'אישע געשעפט, אבער איבערקערן א שטאט? - פארוואס? - ווייל אפאר מענטשן חלומ'ען הויך אז שווארצע טעקסי דרייווערס ליגן מיט היימישע פרויען? - זאלן זיי גיין אויף טעראפי און אפלאזן דעם עולם.

כרם זית » זונטאג אפריל 3, 2022 3:20 pm

· #497425
Re: אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
מיר האט דערציילט א בחור אז ער איז געזעצן אין א ספאנישע קאר קאמפאני אין ספרינג וואלי, און ער האט מיטגעהאלטן ווי דער דרייווער פראבירט צו פלירטן מיט א היימיש מיידל ביי א אינטערסעקשן, ה''י.

היסטאריע » זונטאג אפריל 3, 2022 4:15 pm

· #497426
עס איז דא א היימישער זאך וואס הייסט טרעמפ וואס זיי אובערען א קאר פאר אייך.

יָדוֹרָש » זונטאג אפריל 3, 2022 4:20 pm

· #497427
וואו זענען די פרויען אין די שמועס? עס איז א פראבלעם פאר זיי און אפעקטירט זיי בעיקר, איז וואו קען מען הערן וואס די פרויען זאגן וועגן די שמועס?

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 3, 2022 4:49 pm

· #497433
יָדוֹרָש
וואו זענען די פרויען אין די שמועס? עס איז א פראבלעם פאר זיי און אפעקטירט זיי בעיקר, איז וואו קען מען הערן וואס די פרויען זאגן וועגן די שמועס?

וואס פאלט דיר ביי?!
ליין דעם קעפל: "אונזערע ווייבער זענען הפקר" ס'איז א מענערישע פראבלעם אז זייערע ווייבער זענען הפקר... 😕

בת קול » זונטאג אפריל 3, 2022 4:56 pm

· #497434
יָדוֹרָש
וואו זענען די פרויען אין די שמועס? עס איז א פראבלעם פאר זיי און אפעקטירט זיי בעיקר, איז וואו קען מען הערן וואס די פרויען זאגן וועגן די שמועס?

נעם מיין ווארט אז פרויען ווילן דרייוון.

כרם זית » זונטאג אפריל 3, 2022 5:46 pm

· #497437
Re: אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
און די מענער אויך. עס איז סאך מער פראקטיש אז זי קען אליינ'ס גיין שאפינג ביינאכט אדער זונטאג.

יָדוֹרָש » זונטאג אפריל 3, 2022 5:48 pm

· #497438
בת קול
יָדוֹרָש
וואו זענען די פרויען אין די שמועס? עס איז א פראבלעם פאר זיי און אפעקטירט זיי בעיקר, איז וואו קען מען הערן וואס די פרויען זאגן וועגן די שמועס?

נעם מיין ווארט אז פרויען ווילן דרייוון.

דאס איז פארבינדן מיט די קאר סערוויס שמועס, אדער סתם אזוי?

זופ מיט מאנדלען » זונטאג אפריל 3, 2022 6:01 pm

· #497439
עצי שטים
אויף אייוועלט האט מען שנעל פארמאכט די אשכול פאר נישט איינגעשריבענע באניצערס, ווייל טייל האבן געניצט זייער שכל און פארגעשלאגן די פשוטע עצה אז פרויען זאלן מאכן לייסנס,

מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי, נישטא אזא אפציע בכלל אויף אייוועלט. אדער איז עס פארמעקט אדער קען עס יעדער זעהן. אט איז די לינק.

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=54115&view=unread#unread">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... ead#unread</a>

שמן למאור » זונטאג אפריל 3, 2022 6:18 pm

· #497440
זופ מיט מאנדלען
עצי שטים
אויף אייוועלט האט מען שנעל פארמאכט די אשכול פאר נישט איינגעשריבענע באניצערס, ווייל טייל האבן געניצט זייער שכל און פארגעשלאגן די פשוטע עצה אז פרויען זאלן מאכן לייסנס,

מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי, נישטא אזא אפציע בכלל אויף אייוועלט. אדער איז עס פארמעקט אדער קען עס יעדער זעהן. אט איז די לינק.

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=54115&view=unread#unread">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... ead#unread</a>

זיי האבן עס צוריק גע'עפנט,
פון פרייטאג בערך 3:00 ביז היינט איז עס געווען אויף דעם אנשטעל
איך האב פראבירט אריינצילאגן און דאס איז ארויפגעקומען

ברוינשטיין » זונטאג אפריל 3, 2022 8:17 pm

· #497444
Re: אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
ס'איז אינטערעסאנט אָנצומערקן אז אין די מוסלעמענישע וועלט איז אויך אָנגענומען אז פרויען דרייוון נישט, לויט ווי איך פארשטיי קומט די מהלך החיים פון א שטאַנדפונקט אז פרויען זאָלן נישט זיין קיין אייגענע מענטשן פאַר זיך אליינס, נאר זיי זאָלן מוזן זיין אָנגעוואָנדן אין זייערע מענער אָדער עלטערן וכדומה. לדוגמא אין איראַן (אזוי מיין איך) טאָר א פרוי נישט ארויסגיין אַליינס אָן איר מאַן.

מיין מיינונג: עס קומט פון אַן אינערליכע שרעק וואָס געוויסע מענער האָבן, ספעציעל קאָנטראָל פריקס אָדער קולט פירער, זיי פאָרכטן אַז פרויען זאָלן ווערן עפעס ווערד, וויבאַלד לויט זייערע אידיאָלאגיעס זענען פרויען אום טויגליך אָדער אום קאָמפּיטענט, ממילא צוליב דעם אינטערדריקען זיי אלע פרוי פּערזאָנען אזוי אַז זיי בלייבן גערעכט...

איזה בושה!

ששון ושמחה » זונטאג אפריל 3, 2022 9:04 pm

· #497445
נאך א זאך וואס איז גורם די שרעקליכע מעשיות אז אונזערע פרויען קענען נישט רופען אָבער uber. וואס אוודאי געשעהט אויך מעשיות ביי אָבער, אבער ס'איז שטארק רעגעלעיטעד, רוב מאל האבן זיי קעמרעס אין קאר, און מ'קען זעהן פינקטליך ווי זיי זענען געפארן, און מ'קען תיכף רעיטן אנאנימעסלי יעדע דרייווער. דאס איז אסאך אסאך מער סעיף ווי קאר סערוויסעס וואס די היימישע עולם ניצט ווי ס'איז נישט דא קיין שום דין וחשבון.

נאך מער, וויבאלד ביי אָבער איז דא א קאנטראל אויף די דרייווער'ס פאלן ארויס די שלעכטע דרייווער'ס וואס באקומען שלעכטע רעיטינג'ס, און ווי מיינט עטץ גייען זיי ארבייטן? ביי די פשוט'ע קאר סערוויסעס וואס אונזערע פרויען נעמען!!

____
אה, יעצט זעה איך אז @יאסל ראקאווער האט שוין געשריבן מעין זה. אבער כ'האב מוסיף געוועהן א וויכטיגע נקודה

מונטסורי » זונטאג אפריל 3, 2022 9:13 pm

· #497447
ברוינשטיין
ס'איז אינטערעסאנט אָנצומערקן אז אין די מוסלעמענישע וועלט איז אויך אָנגענומען אז פרויען דרייוון נישט, לויט ווי איך פארשטיי קומט די מהלך החיים פון א שטאַנדפונקט אז פרויען זאָלן נישט זיין קיין אייגענע מענטשן פאַר זיך אליינס, נאר זיי זאָלן מוזן זיין אָנגעוואָנדן אין זייערע מענער אָדער עלטערן וכדומה. לדוגמא אין איראַן (אזוי מיין איך) טאָר א פרוי נישט ארויסגיין אַליינס אָן איר מאַן.

מיין מיינונג: עס קומט פון אַן אינערליכע שרעק וואָס געוויסע מענער האָבן, ספעציעל קאָנטראָל פריקס אָדער קולט פירער, זיי פאָרכטן אַז פרויען זאָלן ווערן עפעס ווערד, וויבאַלד לויט זייערע אידיאָלאגיעס זענען פרויען אום טויגליך אָדער אום קאָמפּיטענט, ממילא צוליב דעם אינטערדריקען זיי אלע פרוי פּערזאָנען אזוי אַז זיי בלייבן גערעכט...

איזה בושה!

מענין לענין, אן אינטערעסאנטע בוך כ׳האב געליינט א וויילע צוריק, די געשיכטע פון א פרוי אין סודיע אראביע וואס האט זיך געוואגט צו דרייווען:
Daring to Drive: A Saudi Woman's Awakening
Book by Manal al-Sharif

בת קול » זונטאג אפריל 3, 2022 9:24 pm

· #497448
ברוינשטיין
ס'איז אינטערעסאנט אָנצומערקן אז אין די מוסלעמענישע וועלט איז אויך אָנגענומען אז פרויען דרייוון נישט, לויט ווי איך פארשטיי קומט די מהלך החיים פון א שטאַנדפונקט אז פרויען זאָלן נישט זיין קיין אייגענע מענטשן פאַר זיך אליינס, נאר זיי זאָלן מוזן זיין אָנגעוואָנדן אין זייערע מענער אָדער עלטערן וכדומה. לדוגמא אין איראַן (אזוי מיין איך) טאָר א פרוי נישט ארויסגיין אַליינס אָן איר מאַן.

מיין מיינונג: עס קומט פון אַן אינערליכע שרעק וואָס געוויסע מענער האָבן, ספעציעל קאָנטראָל פריקס אָדער קולט פירער, זיי פאָרכטן אַז פרויען זאָלן ווערן עפעס ווערד, וויבאַלד לויט זייערע אידיאָלאגיעס זענען פרויען אום טויגליך אָדער אום קאָמפּיטענט, ממילא צוליב דעם אינטערדריקען זיי אלע פרוי פּערזאָנען אזוי אַז זיי בלייבן גערעכט...

איזה בושה!

מען האט אויך זייער מורא אז פרויען זאלן זיין אינדעפענדענט און נישט אפפיצן פון די מענער.
Instead פון אויסלערנען די מענער צו זיין valuable און אן asset, נעמט מען אוועק פרויען רעכטן זיי צו האלטן אין קאנטראל.

שאלתיאל » זונטאג אפריל 3, 2022 10:25 pm

· #497451
ברוינשטיין
ס'איז אינטערעסאנט אָנצומערקן אז אין די מוסלעמענישע וועלט איז אויך אָנגענומען אז פרויען דרייוון נישט, לויט ווי איך פארשטיי קומט די מהלך החיים פון א שטאַנדפונקט אז פרויען זאָלן נישט זיין קיין אייגענע מענטשן פאַר זיך אליינס, נאר זיי זאָלן מוזן זיין אָנגעוואָנדן אין זייערע מענער אָדער עלטערן וכדומה. לדוגמא אין איראַן (אזוי מיין איך) טאָר א פרוי נישט ארויסגיין אַליינס אָן איר מאַן.

מיין מיינונג: עס קומט פון אַן אינערליכע שרעק וואָס געוויסע מענער האָבן, ספעציעל קאָנטראָל פריקס אָדער קולט פירער, זיי פאָרכטן אַז פרויען זאָלן ווערן עפעס ווערד, וויבאַלד לויט זייערע אידיאָלאגיעס זענען פרויען אום טויגליך אָדער אום קאָמפּיטענט, ממילא צוליב דעם אינטערדריקען זיי אלע פרוי פּערזאָנען אזוי אַז זיי בלייבן גערעכט...

איזה בושה!

לויט וועלכע אידעלאגיע זענען פרויען אום טויגליך אדער אום קאמפיטענט?

די געשפינטע קאנספיראציע טעאריעס אויסגעמישט מיט פעמיניסטישע וויי געשרייען אין דעם אשכול פירן מיך צו טראכטן אז אז מ'האנדלט דא מיט היסטערישע פרויען שרייבערינס.

יעקב מעקסוועל » זונטאג אפריל 3, 2022 11:13 pm

· #497452
פאר איך שרייב וויל איך מקדים זיין, איך בין באמת נישט באקאנט מיט די מציאות פון די נושא.

אויב רעדט מען פון מענטשן וואס באצוואונגען פרויען און מיידלעך, דארף מען אוודאי זיך באגיין די הארבסטע מיט זיי.

אויב רעדט מען פון מענטשן וואס טוען מעשים מרצונם הטוב, וואס קומט דא אריין צו רעדן פון טעקסיס? עס איז נישט קיין חילוק מיט וועם די מעשה איז, די נקודה איז אז מענטשן טוען מעשים אנדערש ווי מען האט זיי אויסגעלערט. אפשר איז צייט צו מאכן זיכער אז די פרויען זענען צופרידן אינדערהיים אז זיי זאלן נישט ווערן אזוי שנעל איבערגערעדט, און בכלל געבן א בעסערע חינוך צו פארשטיין וויאזוי עס קומט זיך אויפצופירן צווישן מענטשן לגבי די ענינים, פאר מענער און פאר פרויען.

וועגן די נושא פון דרייוון, האב איך נאכנישט געטראפן קיין שום בר דעת וואס האלט די איסור פאר פרויען און היתר פאר מענער מאכט סענס.

בת קול » מאנטאג אפריל 4, 2022 12:08 am

· #497453
יעקב מעקסוועל

זייער גרינג צו באשאפן א סיבה.
מען ווארפט ווערטער ווי צניעות, פירצה, רב וואזנער, און נאכדעם איז זעלבסט פארשטענדליך פארוואס עפעס וואס איז מותר פאר מענער איז אסור פאר פרויען.

דערהויבענע איד » מאנטאג אפריל 4, 2022 1:23 am

· #497454
אין מיין האמבל אפינען רעדט מען דא פון צווי זאכן, איינס אז ס'נישט דא קיין פשט אז פרויען דרייוון נישט, נאך איינס אז ס'איז דא אסאך מכשולות מיט קאר סערוויס.

איך מיין אז יעדער דא איז מסכים אז אויב ס'איז דא א אמת'ע סיבה פאר פרויען נישט צו דרייוון וועט מען שוין טרעפן א סעיפ וועג צו מאכן טריפס, ( והא ראי' מיט א קינד וואס מ'קען מעלעסטן פארשטייט יעדער אז מ'קען נישט מער טון פון וואס מ'קען,) און יעדער איז מסכים אז אויב ס'איז סתם א שטות פאר פרויען נישט צו דרייוון דארפן זיי קענען נעמען לייסענעס אפילו זיי וואוינען נישט אין מאנסי אדער אין פלעצער ווי מ'דארף א קאר, אלא מאי קען מען סתם דיסקאסן די ענין פון דרייוון ביי פרויען.

מונטסורי » מאנטאג אפריל 4, 2022 8:36 am

· #497457
@יעקב מעקסוועל כ׳בין אויך נישט באהאווענט אבער אויבנאויפיג קוקט אויס מ׳רעדט נישט דווקא מרצונם הטוב נאר פון ווערבעל הערעסמענט, טעקסט, וכדו׳. מכשולות מיינט מען מסתמא **** בילדער אד״ג, וואס אויב איז דאס טאקע א פארשפרייטע פראבלעם אין א ספעציפישע אינדוסטריע ברויך מען רעדן דערוועגן.

און ס׳איז ריכטיג טאקע אז די צוויי ענינים, פרויען דרייווען און סעקסועלע הערעסמענט אין די לאקאלע קאר סערוויס ביזנעס האבן נישט קיין דירעקטע שייכות ווי @דערהויבענע איד טענה׳ט, דאך איז עס א געשמאקע טול-קורה-מבין-עינך-ליין וואס ס׳גלוסט זיך נישט ארויסצולאזן, עם עקש תתפתל, דאנט ווארי, די וואס אסר׳ן פרויען דרייווען זענען נישט צופיל מער אויפריכטיג.

צידה לדרך » מאנטאג אפריל 4, 2022 10:37 am

· #497462
[ציטאט אראפגענומען]

דערמאנט מיר א מימרא וואס מען זאגט פונעם מלאך זצ"ל:

ער איז אמאל אדורך געגאנגען א געשעפט, זעהט ער א טאוועל,"מיר פארקויפן גוטע אלטע בראנפען"!

האט דער מלאך געזאגט, "כ'האב דריי פירכות, אויף דעם טאוועל",

1) וואס הייסט "גוטע" בראנפען, וועלכע בראנפען איז דען נישט גוט?

2) "אלטע" בראנפען, ווי קען זיין אז איינער האט בראנפען, און ער לאזט עס אלט ווערן?

3) מיר "פארקויפן", וועלכע נער האט בראנפען און ער פארקויפט עס?!!

לענייננו

1) וועלכע פרוי וועט ראוד רעיזשן

2) וועלכע שפיצעל לעידי וועט דרייווען א יוקאן?

כרם זית » מאנטאג אפריל 4, 2022 10:40 am

· #497463
Re: אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
איך מיין אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו זאגן אז הרב וואזנער האט געהאלטן אז פרויען זאלן נישט דרייוון וויבאלד מען דארף אראפקלאפן די פרויענ'ס ווערט. עס איז ס''ה די פשטות המחשבה פון די אלטע היים. יא, אינדערהיים האט מען טאקע אזוי געהאלטן אבער ווען א פוסק זאגט אז א פרוי זאל נישט דרייוון גייט ער נישט אריין אין די פיליזאפישע חשבונות. ער מיינט אז וואס ער זאגט איז פשוטע הלכה.

לאוולי » מאנטאג אפריל 4, 2022 11:36 am

· #497465
דער פראבלעם איז אויך מיט בחורים. אסאך מאל קומען פרויען דרייווערס, און טאמער א בחור גייט מיט דעם, קענען זיי רעדן נישט שיין. אפילו מיט מענער דרייווערס, קען זיין פראבלעמען. קוים אפאר וואכן צוריק, געדענק איך ווען א בחור איז געקומען אין ישיבה אינגאנצן אויפגעשוידערט, אז א לא-פאמיליא דרייווער האט גערעדט צו אים נישט שיין (פרטים געהיטן אין די מערכת).

ס'איז דא בכלל עפעס וואס מען קען טון?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 4, 2022 1:58 pm

· #497477
ווען איך וואלט געווען א רעדנער אדער שרייבער וואס שרייבט אין די וועלט אריין (אן א תכלית און צוועק) אזוי ווי הרב ישראל מ. סופר אדער הרב ש.ב. מרגליות, וואלט איך געזאגט אז די מאנסי'ער (און אפשר די בארא-פארק-ווילאמסבורג) קאר סערוויס דרייווערס זענען א גילגול פון די פארצייטיגע מדינים וועלכע האבן געמאכט די אידן זינדיגן אין מדבר. פארשטייצעך. נישט די היימישע. נאר די ציגיינערישע פון לא פאמיליא אדער קאנטינענטל טעקסי, וכדומה....!

ס'איז דא נאך א חיסרון אין נוצן די גוי'אישע קאר סערוויסעס. זיי ווייסן פונקטליך פון אלע היימישע געשעפטן, אזוי ווי נישט לייסנס'ד בעיבי סיטינג און דעי קעיר מיט וואס די היימישע פרויען באשעפטיגן זיך פאר פרנסה. ס'איז שוין געווען מער ווי איין פאל אז די ציגיינערס פון די קאר סערוויס קאמפעני האבן געמסר'ט אויף אידן...!

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 4, 2022 6:49 pm

· #497488
הגאון ר’ שמואל ניימאן שליט"א האט זיך שוין אויסגעדריקט אז דאס נישט לאזן פרויען דרייווען קומט פון די סטרא אחרא !!

מונטסורי » מאנטאג אפריל 4, 2022 8:02 pm

· #497489
פאר'ן דאווענען
בנוגע פרויען דרייוון, ר שמואל ניימאן אין איינע פון זיינע Q&A שיעורים, זאגט אז די פראבלעם פון פרויען דרייוון איז נישט אלס צניעות וכדומ', נאר עס נעמט אוועק פון די צורה פון א מערידזש ווי די מאן דארף זיין א משפיע און די פרוי די מקבל, (ער גייט לשיטתו פאר ווער ס'ווייסט), ווייל ווען די פרוי דרייווט איז זי אזויווי די משפיע און די מאן זיצט אין די זייט ווי א מקבל, הגם מען קען זיך דינגען אויף דעם אבער ס'מיר געווען אינטערסאנט אן אנדערע פערספעקטיוו אויף דעם.

שמחהלע קאפשטיק
הגאון ר’ שמואל ניימאן שליט"א האט זיך שוין אויסגעדריקט אז דאס נישט לאזן פרויען דרייווען קומט פון די סטרא אחרא !!

היאך יתקיימו שניהם?

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 4, 2022 8:16 pm

· #497490
מונטסורי

ויש ליישב, אז טאקע נאר בלויז ווען די פרוי דרייווט דעם מאן זי זיצט ביים רעדל און ער זיצט אין פראנט-סיט דערנעבן.
משא"כ ווען זי דרייווט אליין...
ומהאי טעמא ברויכט מען צו האבן א גוטע שלום בית, ווייל אז נישט she will drive you crazy. ס’וועט נישט טויגן...

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 4, 2022 9:12 pm

· #497495
ברוינשטיין
ס'איז אינטערעסאנט אָנצומערקן אז אין די מוסלעמענישע וועלט איז אויך אָנגענומען אז פרויען דרייוון נישט, לויט ווי איך פארשטיי קומט די מהלך החיים פון א שטאַנדפונקט אז פרויען זאָלן נישט זיין קיין אייגענע מענטשן פאַר זיך אליינס, נאר זיי זאָלן מוזן זיין אָנגעוואָנדן אין זייערע מענער אָדער עלטערן וכדומה. לדוגמא אין איראַן (אזוי מיין איך) טאָר א פרוי נישט ארויסגיין אַליינס אָן איר מאַן.

מיין מיינונג: עס קומט פון אַן אינערליכע שרעק וואָס געוויסע מענער האָבן, ספעציעל קאָנטראָל פריקס אָדער קולט פירער, זיי פאָרכטן אַז פרויען זאָלן ווערן עפעס ווערד, וויבאַלד לויט זייערע אידיאָלאגיעס זענען פרויען אום טויגליך אָדער אום קאָמפּיטענט, ממילא צוליב דעם אינטערדריקען זיי אלע פרוי פּערזאָנען אזוי אַז זיי בלייבן גערעכט...

איזה בושה!

<a class="postlink" href="/post/385466">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 66#p385466</a>

פאר'ן דאווענען » דינסטאג אפריל 5, 2022 12:57 pm

· #497592
שמחהלע קאפשטיק
הגאון ר’ שמואל ניימאן שליט"א האט זיך שוין אויסגעדריקט אז דאס נישט לאזן פרויען דרייווען קומט פון די סטרא אחרא !!

וואו האט ער זיך דאס אויסגעדרוקט? מען קען עס הערן ערגעץ?

יתכן מאד אז ער האט געטוישט זיין מיינונג איבער דעם, אדער אז ס'ווענט זיך ווער עס פרעגט.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אפריל 5, 2022 3:12 pm

· #497603
פאר'ן דאווענען
שמחהלע קאפשטיק
הגאון ר’ שמואל ניימאן שליט"א האט זיך שוין אויסגעדריקט אז דאס נישט לאזן פרויען דרייווען קומט פון די סטרא אחרא !!

וואו האט ער זיך דאס אויסגעדרוקט? מען קען עס הערן ערגעץ?

יתכן מאד אז ער האט געטוישט זיין מיינונג איבער דעם, אדער אז ס'ווענט זיך ווער עס פרעגט.

איך האב עס געהערט פון איהם ביי א Q&A סעסיע דעם אנפאנג ווינטער

פרייליכע יוד » דינסטאג אפריל 5, 2022 3:14 pm

· #497605
שמחהלע קאפשטיק
מונטסורי
פאר'ן דאווענען
בנוגע פרויען דרייוון, ר שמואל ניימאן אין איינע פון זיינע Q&A שיעורים, זאגט אז די פראבלעם פון פרויען דרייוון איז נישט אלס צניעות וכדומ', נאר עס נעמט אוועק פון די צורה פון א מערידזש ווי די מאן דארף זיין א משפיע און די פרוי די מקבל, (ער גייט לשיטתו פאר ווער ס'ווייסט), ווייל ווען די פרוי דרייווט איז זי אזויווי די משפיע און די מאן זיצט אין די זייט ווי א מקבל, הגם מען קען זיך דינגען אויף דעם אבער ס'מיר געווען אינטערסאנט אן אנדערע פערספעקטיוו אויף דעם.

שמחהלע קאפשטיק
הגאון ר’ שמואל ניימאן שליט"א האט זיך שוין אויסגעדריקט אז דאס נישט לאזן פרויען דרייווען קומט פון די סטרא אחרא !!

היאך יתקיימו שניהם?

ויש ליישב, אז טאקע נאר בלויז ווען די פרוי דרייווט דעם מאן זי זיצט ביים רעדל און ער זיצט אין פראנט-סיט דערנעבן.
משא"כ ווען זי דרייווט אליין...
ומהאי טעמא ברויכט מען צו האבן א גוטע שלום בית, ווייל אז נישט she will drive you crazy. ס’וועט נישט טויגן...

יתכן ער איז גערעכט אבער איך וואלט אסאך בעסער געוואלט מיין וויב זאל דרייוען ווי איך זאל זיין איר קאר סערוויס אדער גיין מיט אבער

לאוולי » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 11:44 am

· #497740
אויף אייוועלט דערציילט מען אסאך ערשט האנטיגע מעשיות פון פרויען אין טעקסי'ס. אינטערעסאנט אז דא הערט מען גארנישט. אפשר געשעט דאס נאר מיט אייוועלט ליינער?

בת קול » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 11:52 am

· #497741
איך האב שוין געהאט צענדליגע מעשיות פון inappropriate דרייווער.
אבער אזויווי איינער שרייבט דארט, רוב מאל דערציילן ס די פרויען און קינדער אפילו נישט איבער.

אויף דיין שאלה- אפשר דרייוון רוב פרויען פון מענער אויף קאווע שטיבל, און האבן נישט די פראבלעם.

כרם זית » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 12:25 pm

· #497745
Re: אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...
וועקער-11

בת קול » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 5:35 pm

· #497760
געווען אויף אייוועלט פריער.
שוין געמעקט אוודאי.

📎 BE102419-D854-42FA-B4AE-D8469421E8BD.jpeg

מונטסורי » פרייטאג אפריל 8, 2022 3:35 pm

· #497797
בת קול
געווען אויף אייוועלט פריער.
שוין געמעקט אוודאי.

📎 BE102419-D854-42FA-B4AE-D8469421E8BD.jpeg

אנבעליוועבל. גיי פארשטיי וואס דער אחראי האט אין קאפ ביים מעקן אזא האלב קריפטיק תגובה. ס׳איז א וויכטיגע נושא למען השם, נישט שיקן קיין אינגע קינדער אליין אין א קאר סערוויס מיט א פרעמדע דרייווער, זאל עס זיין א איד אדער א גוי. ס׳דאך אזא דבר פשוט אז אינגערע טינעידשזערס האבן נישט וואס צו זיין ביחידות אין א קאר סערוויס, דאך אבער מענטשען זענען נזנח אין דעם, עכ״פ ווען איינער איז מעורר און דערציילט בדידי הוי עובדא, לאז געמאכט.