☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16560

ברוך שפינוזה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:19 pm

· #536122
מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
ס'איז אנגעקומען א ביכל אין מיינע הענד וואס פארציילט א מעשה איבער א איד מיט'ן נאמען מאיר אנשיל ראטשילד, לאמיר צוזאמען ליינען דאס ביכל און זעהן צו מיר קענען דערגיין דעם אידענטיטעט פון דעם מאיר אנשיל'ן. 📎 2.jpg 📎 3.jpg דא באגעגענען מיר זיך מיט א "זיסע אינגל מיט פאות" וואס הייסט מאיר אנשיל ראטשילד און וואוינט אינעם אידישן געטאו אין פראנקפורט, לאמיר זעהן צו מיר קענען שאפן נאך איינצעלהייטן איבער אונזער העלד דער געשיכטע.
📎 4.jpg 📎 5.jpg דא איז ער שוין נישט סתם א איד, ער וויל נישט אויפגעבן זיין רעליגיע פאר קיין שום געלט אין דער וועלט, ממש א מסירות נפש איד, impressive, לאמיר זעהן ווייטער.
📎 6.jpg זעהט מען דא ווייטער נאכמאל אז דער מאיר אנשיל ראטשילד וואוינט אויפ'ן אידנגאס אין פראנקפורט, ד.ה. ער וואוינט ממש עקראס די סטריעט פון ראדני, כ'מיין מער אידיש פון דעם קען מען דאך נישט זיין, נישט אזוי? לאמיר זעהן...

ברוך שפינוזה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:19 pm

· #536123
📎 7.jpgדא זעהט מען אז ער איז געוועהן איינגעקלאפט מיט'ן קייזער און א גרויסער ביזנעסמאן, דארף ער דאך זיכער צו זיין גענוג א וויכטיגע היסטארישע פערזאן אז מ'זאל קענען טרעפן אויפ'ן געוועב אינפארמאציע איבער איהם. געזאגט און געטוהן, און א שנעלע גוגל זוך ברענגט מיר טאקע ארויף צוויי מענטשן, א טאטע מיט א זוהן, ביידע מיטן נאמען מאיר אנשיל ראטשילד. 📎 father.jpg 📎 son.jpg די פראבלעם איז אבער גאנץ אפפענטזיכליך, נישט דער טאטע און נישט דער זוהן קוקן אויס ווי היימישע אידן... און בכלל, זייט ווען געבן אידן א נאמען נאך א לעבעדיגע טאטע? איז צום ערשט האב איך געטראכט אז מ'קען איינזעצן דעם פסוק אז אונזער העלד איז דער טאטע ראטשילד און באמת אלץ קינד האט ער יא געהאט פאות נאר ער איז שפעטער געווארן אטד, זיך אפגעשניטן די בארד און פאות געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך אליין. איז לאמיר זעהן צו מ'קען אזוי איינזעצן...
📎 8.jpg 📎 9.jpg

ברוך שפינוזה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:19 pm

· #536124
📎 10.jpg 📎 11.jpg 📎 12.jpg 📎 13.jpg 📎 14.jpg דא זעהט מען שוין נישט סתם א מאיר אנשיל, א "רבי" מאיר אנשיל איז ער מיר געווארן, הגם מ'קען נאך איינזעצן אז ער איז אפגעפארן סוף ימיו, זעהט אויס ווי נאך א יוחנן כהן גדול קעיס.

אבער, מיר זעהען דאך נאך איינצעלהייטן, דער "רבי" מאיר אנשיל האט זאגאר געלעבט אין די צייטן פון די נאפאליאנישע מלחמות, נו, לאמיר זיך ווייטער נעמען צום וויקיפעדיע זוכן וועלכע מאיר אנשיל האט דעמאלטס געלעבט. שטעלט זיך ארויס אזוי, פרידריך וויליאם III פון פרייסין איז געבוירן אין יאר 1770 און איז געוועהן קעניג פון פרייסין פון יאר 1797 ביז 1840 ד.ה. ער איז געוועהן קעניג ווען נאפאליאן האט איינגענומען די הייליגע רוימישע אימפעריע אום 1806. מאיר אנשיל דער צווייטער איז געבוירן אום 1773, ד.ה. ער איז געוועהן מיט 3 יאר עלטער פון קעניג וויליאם. אין אנדערע ווערטער, די ערשטע בילד ווי מ'זעהט די צוויי קינדער וויליאם III מיט מאיר אנשיל II צוזאמען וואלט טעכניש געקענט זיין אמת, ס'איז אבער זייער שווער איינצוזעצן אז דער טאטע מיט'ן הוילן קאפ האט געהאט א זוהן וואס האט אזוי אויסגעקוקט... ווער רעדט נאך אז ער האט געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך, צו רעליגיעז האט ער נישט געקענט זיין...

מ'דארף דאך אבער צוענדיגן די מעשה, איז לאמיר זעהן וואס איז געווארן מיט "רבי" מאיר אנשיל'ס זוהן

ברוך שפינוזה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:20 pm

· #536125
📎 15.jpg 📎 16.jpg ויי ויי ויי האט דער מאיר אנשיל געהאט א זוהן, קוקט איהם נאר אן, זעהט גראדע אויס א שטיקעלע מאדערנעזירט אבער א פולן בארד טראגט ער נאך, אפילו דעם וואלענעם טלית קטן טראגט ער נאך מיט'ן אויפגעריסענעם אידישן שטאלץ, ממש א נחת צוצוקוקן!

איא? לאמיר זעהן וואס וויקיפעדיע האט צו זאגן דערויף. 📎 Screenshot 2023-09-18 000907.png טו מעיק עי שורט סטארי לאנג, הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, מאיר אנשיל האט קיין קינדער נישט געהאט, קינדער מיט טלית קטנ'ס איז דאך אפגערעדט... און דאס אנעם גריבלען צופיל אינעם עצם געשיכטע איבער קעניג וויליאם'ס גיין אין גלות. ווי ווייט וויקיפעדיע ווייסט צוזאגן איז קעניג וויליאם געגאנגען אין גלות אום 1806 און צוריקגעקומען אום 1813, "רבי" מאיר אנשיל איז אוועק אום 1855 ווען נאפאליאן איז שוין טויט געוועהזן פאר 30 יאר...

שוין, איין פרט בלייבט נאך אויסצוקלארן. וויאזוי האט אויסגעקוקט דעם מזרח וואנט אינעם פראנקפורטן שוהל? און געדענקט, דא רעדט מען אין די צייטן וואס דער הפלאה, א תלמיד פונעם מעזריטשן מגיד, איז געוועהן רב דארט. דער הפלאה איז אוועק אום 1805, א יאר פאר נאפאליאן האט איינגענומען פרייסין און קעניג וויליאם איז געגאנגען אין גלות, ד.ה. אז "רבי" מאיר אנשיל איז שוין לכאורה געוועהן פון די חשובי העדה. זיצט זיך אזוי פון איין זייט דער רב דער בעל הפלאה מיט'ן שטריימל און בעקיטשע, ווייסע זאקן (אקעי, מאיר אנשיל איז לכאורה אויך געגאנגען מיט ווייסע זאקן 😂 ) מיט געפלאכטענע עטרה, פון דער אנדערער זייט זיצט מאיר אנשיל אויסקוקענדיג וויאזוי ער קוקט אויס, וויאזוי האבן די אלע חשובי הקהל אינצווישן אויסגעקוקט? ווילאנג ס'נישט דא קיין בילדער דערפון קען מען זיך פאנטאזירן וואס מ'וויל. 😛

סקעפטיקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:00 am

· #536127
ברוך שפינוזה
א שנעלע גוגל זוך ברענגט מיר טאקע ארויף צוויי מענטשן, א טאטע מיט א זוהן, ביידע מיטן נאמען מאיר אנשיל ראטשילד.

און בכלל, זייט ווען געבן אידן א נאמען נאך א לעבעדיגע טאטע? איז צום ערשט האב איך געטראכט אז מ'קען איינזעצן דעם פסוק אז אונזער העלד איז דער טאטע ראטשילד און באמת אלץ קינד האט ער יא געהאט פאות נאר ער איז שפעטער געווארן אטד, זיך אפגעשניטן די בארד און פאות געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך אליין.
צו אויסקלארן די ענין, די טאטע האט געהייסן (משה) מאיר און די זוהן האט געהייסן אמשל (אנשיל), נאר כנהוג אין דייטשלאנד האט מען גערופן דעם זוהן אויך אויפן טאטן'ס נאמען, האט דער טאטע געהייסן מאיר אמשל ע"ש אביו און די זוהן אמשל מאיר ע"ש אביו
ברוך שפינוזה
די פראבלעם איז אבער גאנץ אפפענטזיכליך, נישט דער טאטע און נישט דער זוהן קוקן אויס ווי היימישע אידן... און בכלל, זייט ווען געבן אידן א נאמען נאך א לעבעדיגע טאטע? איז צום ערשט האב איך געטראכט אז מ'קען איינזעצן דעם פסוק אז אונזער העלד איז דער טאטע ראטשילד און באמת אלץ קינד האט ער יא געהאט פאות נאר ער איז שפעטער געווארן אטד, זיך אפגעשניטן די בארד און פאות געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך אליין. איז לאמיר זעהן צו מ'קען אזוי איינזעצן...
די מעשה רעדט לכאורה פונעם טאטן, וואס ער איז דער ראש השושילתא למשפחת ראטשילד האבאראנען, און ער איז לכאורה געווען א שומר תורה ומצוות און אויסגעזעהן ווי אסאך אנדערע דייטשע אידן דעמאלטס, רמ"ד און נה"ו האבן נישט אויסגעזעהן אנדערש (די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)

א בילד פון זיין מצבה 📎 277px-Grabstein_Mayer_Amschel_Rothschild.jpg

אלע צוזאמען » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:15 am

· #536130
ברוך שפינוזה
.....
אנטשולדיגט מיר אבער צו מיר קוקט אויס ווי די מאכסט חוזק פון זיך אליינס, אדער גאר פון אונז אלע, זייט ווען בויעט מען געביידעס אויף בילדער וואס זענען געמאלן געווארן? נאך דערצו דורך מעשה דערציילער מעלער'ס, ווען די מעלער וואלט געווען א פריוואט באשטעלטע מעלער דורך די משפחה, וואלסטו געקענט האבן א קשיא, אבער אזוי!?!
די ערשטע צוויי דורות פון די 'רוטשילד' פאמיליע איז געווען פרומע ארטאדאקסישע אידן, ביי די אייניקלעך האט מען אנגעהויבן ווערן מאדערן.

מחונך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:20 am

· #536131
אויב איך מאך נישט א טעות האט ר שמשון רפאל הירש עכט נאר געהייסן רפאל און זיין טאטע האט געהייסן שמשון און ער איז באקאנט אלס ר שמשון רפאל צוליב מנהג היעקעס

אלע צוזאמען » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:25 am

· #536133
פאר דיר @ברוך שפינוזה וואלט געפאסט צו פרעגן אויף די מקור פון 'רוטשילד'ס עשירות.

ברוך שפינוזה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:46 am

· #536139
סקעפטיקער
(די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)
פון וואו ווייסטו?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:59 am

· #536141
מחונך
אויב איך מאך נישט א טעות האט ר שמשון רפאל הירש עכט נאר געהייסן רפאל און זיין טאטע האט געהייסן שמשון און ער איז באקאנט אלס ר שמשון רפאל צוליב מנהג היעקעס
די זעלבע איז מיט ר' יעקב (פון) עמדין. אריגינאל האט ער געהייסן ר' יעקב פאן (די שטאט) עמדין. נאר מ'האט שפעטער געדראפט דעם "מאדיפייער" און מ'האט איהם גערופן ר' יעקב עמדין.

אויך ביי ר' מאיר אנשיל, האט מען איהם אין אנהייב גערופן פאן ראטשילד ווייל ער האט געהאט א רויט קאלירטן טאוול אויף זיין הויז.

זיין אריגינאלער נאמען איז געווען "בויער".

נאך אן אינטרעסאנטע זאך. אלע נישט אידישע (גוי'אישע) מקורות רופן איהם "אמשעל" מיט א מ"ם.

די גאנצע אומקלארקייט (קאנפיוזש'ן) נעמט זיך (לענ"ד) פון דעם פאקט אז ר' מאיר אנטשיל (דער ערשטער)'ס זוהן איז געווען נישט רעליגיעז. און זייןזוהן ר' שמעון וואלף איז עפ"י כמה סיבות שונות געווארן א בעל תשובה. און ער איז געווען א תלמיד פונ'ם כתב סופר.

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:01 am

· #536144
אויף הרה״צ ר׳ איזי אנגלענדער וועט מען נישט פארציילן אז ער איז געווען א חסיד א צדיק? ווען ער קומט היינט צום טיש גייט ער כמעט מיט א בעקיטשע… אזוי גייט דאס. געלט איז יראת שמים. געלט איז פרימקייט. געלט איז פיאות. געלט איז אלעס……

סקעפטיקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:37 am

· #536155
ברוך שפינוזה
סקעפטיקער
(די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)
פון וואו ווייסטו?
עס איז צורתו מוכחת עליו, אבער חוץ מזה איז מאיר אנשיל געווען די יארגאנג ווי פרידריך וויליאם דער צווייטער, וואס האט שוין נישט געלעבט ביי די מלחמות פון נאפאליאן

נחבא » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:12 am

· #536156
מחונך
אויב איך מאך נישט א טעות האט ר שמשון רפאל הירש עכט נאר געהייסן רפאל און זיין טאטע האט געהייסן שמשון און ער איז באקאנט אלס ר שמשון רפאל צוליב מנהג היעקעס
ער האט געהייסן שמשון, און זיין טאטע רפאל.

ברוך שפינוזה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 7:48 pm

· #536189
סקעפטיקער
ברוך שפינוזה
סקעפטיקער
(די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)
פון וואו ווייסטו?
עס איז צורתו מוכחת עליו, אבער חוץ מזה איז מאיר אנשיל געווען די יארגאנג ווי פרידריך וויליאם דער צווייטער, וואס האט שוין נישט געלעבט ביי די מלחמות פון נאפאליאן
באמת זענען געוועהן אסאך וויליאמס, מאיר אנשיל איז געוועהן די זעלבע יארגאנג ווי וויליאם I פון העסן-קאסעל און מאיר אנשיל איז געוועהן איינגעשטעלט אין זיין הויף. וויקיפעדיע האט גראדע אן אנדערע ווערסיע פון דעם געשיכטע, זעה דא אונטער די שטיקל Reign (יעצט איבערקוקענדיג די ביכל זעה איך טאקע אז דער וויליאם ווערט אין ערגעץ נישט באטיטלט אלץ קייסער אדער קעניג).

ברוך שפינוזה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:04 pm

· #536192
berlbalaguleh
נאך אן אינטרעסאנטע זאך. אלע נישט אידישע (גוי'אישע) מקורות רופן איהם "אמשעל" מיט א מ"ם.
ס'די זעלבע נאמען, אין דייטש איז עס מיט מ"ם און אין אידיש מיט א נו"ן, די מ"ם און נו"ן טוישן זיך אסאך אויף צווישן אידיש און דייטש, צ.ב. זאמד - sand, צוים - zaun.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:42 pm

· #536225
יום טוב ליפמאן צונז
אויף הרה״צ ר׳ איזי אנגלענדער וועט מען נישט פארציילן אז ער איז געווען א חסיד א צדיק? ווען ער קומט היינט צום טיש גייט ער כמעט מיט א בעקיטשע… אזוי גייט דאס. געלט איז יראת שמים. געלט איז פרימקייט. געלט איז פיאות. געלט איז אלעס……
הער צונז: ווען דו וועסט דיך אזוי צושטעללן צו דעם באבוב'ער רב אדער סיי וועלכן אנדער'ן רב אזוי ווי (ר') איזי ענגלענדער שטעלט זיך צו, וועט מען דיך אויך באטיטלען אלס הגאון הצדיק החסיד. דו וועסט אליין קענען אויסוועהלן וועלכן טיטל דו ווילסט. ווילאנג דו טוסט דאס נישט קענסטו נישט רעדן (אפילו סארקאסטיש).

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:53 am

· #536233
ברוך שפינוזה
berlbalaguleh
נאך אן אינטרעסאנטע זאך. אלע נישט אידישע (גוי'אישע) מקורות רופן איהם "אמשעל" מיט א מ"ם.
ס'די זעלבע נאמען, אין דייטש איז עס מיט מ"ם און אין אידיש מיט א נו"ן, די מ"ם און נו"ן טוישן זיך אסאך אויף צווישן אידיש און דייטש, צ.ב. זאמד - sand, צוים - zaun.
איך האב נאר געברענגט דעם פאקט. די גראמאטישע דיפערענץ איז פון קלענערע וויכטיגקייט. ס'איז קלאר אז מ'רעדט דא פון דעם זעלבן מענטש.

הגאון הצדיק » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:43 am

· #540403
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר

קליינע צדיק » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 10:58 am

· #540419
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)

סקעפטיקער » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 12:16 pm

· #540428
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
הגאון הצדיק #
און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
די מעשה גייט אויף ר' הירש'לע טשארטקוב'ער, און גייט אפעציעל אויף ר' מאיר אנשיל הנ"ל, אבער קען נישט שטימען מיט די יארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=8741

סקעפטיקער » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 12:17 pm

· #540429
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
קליינע צדיק #
עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
די לעגענדע'ס גייען געווענליך אויף ר' שמעון וואלף ראטשילד
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7%9E%D7%A2%D7%95%D7%9F_%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%A8%D7%95%D7%98%D7%A9%D7%99%D7%9C%D7%93

הגאון הצדיק » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 1:33 pm

· #540437
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
קליינע צדיק #
עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
די מעשה איז מיטן ערשטער באבוב'ער רב הה"ק ר' שלמה ה"ש וואס האט עים גענטפערט אז ווען סוואלט געווען א חומרא וואלט די סאנדז'ע זיידע וואס טאקע ער האט קיין געלט נישט גיהאט אבער פאר קיין מצוה האט ער קיין געלט נישט געטאן שפארן

הגאון הצדיק » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 1:34 pm

· #540438
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
סקעפטיקער #
הגאון הצדיק #
און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
די מעשה גייט אויף ר' הירש'לע טשארטקוב'ער, און גייט אפעציעל אויף ר' מאיר אנשיל הנ"ל, אבער קען נישט שטימען מיט די יארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=8741
קען זיין מיין רבי אין חדר האט עס דערציילט אויפן חכ"צ

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 1:48 pm

· #540440
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
די לעגענדע'ס גייען געווענליך אויף ר' שמעון וואלף ראטשילד
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7%9E%D7%A2%D7%95%D7%9F_%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%A8%D7%95%D7%98%D7%A9%D7%99%D7%9C%D7%93
און אויף איהם שטימט עס דען יא? א קאפל האט ער נישט געהאלטן ביים גיין אבער אן עקסטערע הויז פאר פסח דאס יא!

הגאון הצדיק » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 1:54 pm

· #540443
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
הגאון הצדיק #
סקעפטיקער #
הגאון הצדיק #
און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
די מעשה גייט אויף ר' הירש'לע טשארטקוב'ער, און גייט אפעציעל אויף ר' מאיר אנשיל הנ"ל, אבער קען נישט שטימען מיט די יארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=8741
קען זיין מיין רבי אין חדר האט עס דערציילט אויפן חכ"צ
איך זעה יעצט דארטן אז די באבוב'ע רב ז"ל הה"ק ר' שלמה (השני) ה"ש בעל דברי/חכמת שלמה האט אויך אזוי דערציילט אויפן חכ"צ

לייביששרייבער » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 2:03 pm

· #540445
Re:
ברוך שפינוזה #
15.jpg
16.jpg

ויי ויי ויי האט דער מאיר אנשיל געהאט א זוהן, קוקט איהם נאר אן, זעהט גראדע אויס א שטיקעלע מאדערנעזירט אבער א פולן בארד טראגט ער נאך, אפילו דעם וואלענעם טלית קטן טראגט ער נאך מיט'ן אויפגעריסענעם אידישן שטאלץ, ממש א נחת צוצוקוקן!

איא? לאמיר זעהן וואס וויקיפעדיע האט צו זאגן דערויף.
Screenshot 2023-09-18 000907.png

טו מעיק עי שורט סטארי לאנג, הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, מאיר אנשיל האט קיין קינדער נישט געהאט, קינדער מיט טלית קטנ'ס איז דאך אפגערעדט... און דאס אנעם גריבלען צופיל אינעם עצם געשיכטע איבער קעניג וויליאם'ס גיין אין גלות. ווי ווייט וויקיפעדיע ווייסט צוזאגן איז קעניג וויליאם געגאנגען אין גלות אום 1806 און צוריקגעקומען אום 1813, "רבי" מאיר אנשיל איז אוועק אום 1855 ווען נאפאליאן איז שוין טויט געוועהזן פאר 30 יאר...

שוין, איין פרט בלייבט נאך אויסצוקלארן. וויאזוי האט אויסגעקוקט דעם מזרח וואנט אינעם פראנקפורטן שוהל? און געדענקט, דא רעדט מען אין די צייטן וואס דער הפלאה, א תלמיד פונעם מעזריטשן מגיד, איז געוועהן רב דארט. דער הפלאה איז אוועק אום 1805, א יאר פאר נאפאליאן האט איינגענומען פרייסין און קעניג וויליאם איז געגאנגען אין גלות, ד.ה. אז "רבי" מאיר אנשיל איז שוין לכאורה געוועהן פון די חשובי העדה. זיצט זיך אזוי פון איין זייט דער רב דער בעל הפלאה מיט'ן שטריימל און בעקיטשע, ווייסע זאקן (אקעי, מאיר אנשיל איז לכאורה אויך געגאנגען מיט ווייסע זאקן 😂 ) מיט געפלאכטענע עטרה, פון דער אנדערער זייט זיצט מאיר אנשיל אויסקוקענדיג וויאזוי ער קוקט אויס, וויאזוי האבן די אלע חשובי הקהל אינצווישן אויסגעקוקט? ווילאנג ס'נישט דא קיין בילדער דערפון קען מען זיך פאנטאזירן וואס מ'וויל. 😛
ווי אזוי זאגט יענער ווי לאנג עס איז שבת און עס איז נישטא קיין גוגל וועסטו זיין גערעכט.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:55 pm

· #540474
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
קליינע צדיק #
עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
קליינע צדיק: די אלע מעשיות פון די אויסערגעווינליכע זאכן וואס ער האט געטון און זיינע אויסערגעוויינליכע הנהגות אין אידישקייט (איבער וואס ס'איז דא צענדליגער מעשיות) זענען נישט געווען ביי מאיר אנטשיל ראטשילד. נאר ביי זיין אייניקל ר' שמעון וואלף ראטשילד. וועלכער איז געווען א תלמיד פון כתב סופר. (און א שטיקל בעל תשובה). אלס תינוק שנשבה. ווייל זיין טאטע האט איהם גארנישט געלערנט פון אידישקייט.

כרם זית » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 10:27 pm

· #540477
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
ר'בערל ער איז נישט געווען א תלמוד פון דער כתב סופר, ער האט לכאורה קיינמאל נישט געלערנט אין א ישיבה, ער איז געווען שטארק באפריינדעט מיט אים און געשטיצט זיין ישיבה.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:40 am

· #540591
Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?
כרם זית: איך האב געליינט אין א פארלעסליכן מקור אז ער איז יא געווען א תלמיד אויף עפעס א פארמאט פונ'ם כתב סופר. ווייל מיט זיין גוטן קאפ האט ער זיך ארויפגעארבעט צו זיין א תלמיד חכם. כאטש ער האט אנגעהויבן אלס בעל תשובה.