☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האסטו אפשר באמערקט?!

האסטו אפשר באמערקט?!

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16549

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:00 pm

· #535852
האסטו אפשר באמערקט?!
די מנוחה ושלוה פון טינקל'קייט.
די בהלה וריצה פון לעכטיג'קייט. (בשם וואלווי)

די שיינע קול פון שטילקייט.
די נערווירענדיג'קייט פון הויכע גרידער.

די שטארקייט פון זיך אינטערגעבן (לטבע, ללא נודע, לרצון העליון)
די שוואכקייט פון זיך נישט לאזן.

די שלוה פון זיין צוזאמען מיט'ן באליבטן.
אבער די הנאה פון די געגועים פון דערווייטן'ס.

די גוטע הרגשה פון שפירן די אייגענע צער מיט מיטלייד.
די גרויסע צער פון איגנארירן צער.

די ליבשאפט (צו זיך) וואס הערט זיך אמאל ארויס אינעם קול פון א געוויין.
די אכזריות (- פרעמד צו זיך) וואס הערט זיך אמאל ארויס אינעם קול פון א ליצנות'דיגע לאך.

דעם דראנג פונעם הארץ אויסצופלאצן די געפיהלן וואס זענען פארשפארט אונטער די גראטעס ארום איר.
די שמחה און ישוב הדעת וואס מ'קען נאר דערגרייכן נאכן עפענען די גראטעס.

דעם מדה פון טוהן אלעס דורך'ן נישט געבן א דעקל אויף גארנישט.
דעם מדה פון זיך פרעשור'ן אויף אלעס און טוהן גארנישט.

די זיכערקייט וואס קומט פון די הכרה אז גארנישט (און קיינער) קען אנרירן די נשמה.
די פארלוירנהייט פון זיך אנקוקן לויט די מצב אויף דעי וועלט.


---

ונא להוסיף..

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:42 pm

· #535860
.

פונדאַמענטאַל » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 pm

· #535864
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
The sound of silence

Sent from my Pixel 6a using Tapatalk

פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:39 am

· #535882
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
-די זיכערקייט פון ארויסווייזן שוואכקייט (vulnerable)
-די פחד פון ווייזן גבורה.
-די אומשולד פון נעמען אחריות (נישט אויסמישן אחריות / רעספאנסעביליטי מיט guilt, fault, or blame).
-די גוטסקייט פון [צומאל] זיין שלעכט (וכן להיפך).
-די נידעריגקייט פון פרובירן זיין הויעך.
-די געוויין אינעם געלעכטער.

The perfection of imperfection

פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:36 pm

· #535906
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
די שמיציגקייט פון א ריינעם search history...

פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:44 pm

· #535907
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
די ביסל אמת אין יעדע ליגנט

צוזאמגעדרייט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:28 pm

· #535916
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
"אראפ פון וועג" איז זיין וועג ארויף

דאס ווייסע קיטל איז א שווארצע קלייד

דאס ביטערקייט אין א ספעציעלע באטל וויין

מיט א קלארע קאפ קען מען שווינדלען

קעמפן פאר שלום

א טאג קען זיין מער טונקל ווי דאס נאכט

שפילער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:15 am

· #535919
שרייט אויף א מענטש קולות און זאגט עים "דו ביסט א שלעכטער מענטש"

שעפטאל » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:57 am

· #535929
האסטו אפשר באמערקט?!
גוטע חבירים ברענגן ארויס די סוד פון..

זיין יונג אבער גאר אלט.

זיין צובראכן אבער גאר פריילעך.

וויסן גארנישט אבער אלעס.

אויפגעבן דעם אויפגעבן.
--

און בעיקר.. די עקסעפטענס.

קאננעקטן מיט אנדערע אהן דארפן אויפגעבן די עכטע זיך!!

לאוו יא אלל! ❤️

אלע צוזאמען » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:17 am

· #535941
די ווייעכקייט פון די טאטנ'ס שטרענגע רייד.

דיכטער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:00 am

· #535945
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
דער געווינס פון פארלירן און דער פארלוסט פון געווינען.
דער פארלוירנקייט פון געפונען און דער געפינס פון בלאנדזשען.
דער גליקליכקייט פון אויפגעבן און דער אומגליק פון איינגעבן.
דער דרוק פון פרייהייט און דער פרייהייט פון דרוק.
דער קלאהרקייט פון צעמישעניש און דער קאמפלעקציטעט פון פשטות...

שעפטאל » זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:16 am

· #538029
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
ווי נארמאל ס'איז צו זיין משוגע, און ווי משוגע ס'איז צו זיין נארמאל

נישט יעדער ווערט געבוירן צו זיינע עלטערן. (ביאור: א נשמה וואס זיינע עלטערן זענען נישט דא בעוה"ז ווערט געבוירן ביי אנדערע עלטערן, ער ווערט אדאפטירט ביי זיי. ס'דא דיינע קינדער, און ס'דא קינדער)

דעם שטילען פראגע וואס ווערט נישט פארענטפערט: פארוואס בין איך דא? וואס טוה איך דא? ווי בין איך אין דעם וועלט?
און אז די איינציגסטע תשובה אנשטאט אן ענטפער איז טראסט אין זיין פלאן, ליבשאפט, און השגחה.

אמאל די איינציגסטע וועג פון עפענען דאס הארץ איז דורך עס צוברעכן (יסורים ממרקים)

אמאל איז מען מיטן באשעפער אליין דורך שראום'ס, און אז דעם תגובה איז געשריבן אויף שראום'ס..

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:22 am

· #538037
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
:דאבללייק:


שעפטאל #

נישט יעדער ווערט געבוירן צו זיינע עלטערן. (ביאור: א נשמה וואס זיינע עלטערן זענען נישט דא בעוה"ז ווערט געבוירן ביי אנדערע עלטערן, ער ווערט אדאפטירט ביי זיי. ס'דא דיינע קינדער, און ס'דא קינדער)
וואס-דו-זאגסט? כ׳ברויך א ביאור אויפן ביאור...

שעפטאל » זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:02 pm

· #538038
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
בתוך עמי: מן הסתם יש מקורות. אויפן מינוט געדענק איך נאר די מימרא פון צדיקים: מ'ווארפט די איבריגע נשמות, דער וואס כאפט (זיי) כאפט.

אור החיים הקדוש מסביר עפ"ז הפסוק: יש אח רחוק - ס'דא ברידער'ס בנפש ולא בגוף, וכן להיפך.

איינער האט נאך א מקור?
---

כ'זעה האסט פארפאסט די לעצטע שורה אז דעי השגות האבעך געזעהן אין די עולם הנשמות.. ס'דארף נישט קיין מקור.. 😉

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:20 pm

· #538040
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
שעפטאל #
בתוך עמי: מן הסתם יש מקורות. אויפן מינוט געדענק איך נאר די מימרא פון צדיקים: מ'ווארפט די איבריגע נשמות, דער וואס כאפט (זיי) כאפט.

אור החיים הקדוש מסביר עפ"ז הפסוק: יש אח רחוק - ס'דא ברידער'ס בנפש ולא בגוף, וכן להיפך.

איינער האט נאך א מקור?
---

כ'זעה האסט פארפאסט די לעצטע שורה אז דעי השגות האבעך געזעהן אין די עולם הנשמות.. ס'דארף נישט קיין מקור.. 😉
און דו האסט פארפאסט מדייק צו זיין אין מיינע ווערטער... 😉 🙂

כ׳האב נישט געבעטן קיין ׳מקור׳, כ׳האב געבעטן א ׳ביאור׳, כ׳האב פשוט נישט פארשטאנען דעם ענין.

שעפטאל » זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:45 pm

· #538041
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
😃 נכון
--
די מדרש זאגט, די אייבישטער שיקט אראפ אגודות אגודות אויף דעם וועלט. געוויסע מענטשן וואס אונז טרעפן זענען שוין געוועהן גאר גוטע פריינט, ברידער'ס, און שכנים, דארטן.

והנה. יעדע נשמה האט פירות וואס ברענגן ארויס געוויסע חלקי הנפש און פארשפרייטען עס מער, ברא כרעא דאביה.

מ'וועט מען אמאל שענקן נאך קינדער וואס זייערע נשמות זענען נישט זיינע.

איינע פון די רוזין'נע צדיקים האט עס גע'משל'ט: די האן איז געזעצן אויף אן איי פון א קאטשקע מיינענדיג ס'איז איר'ס. גייענדיג נעבן א וואסערל האט די קאטשקע אריינגעשפרינגן און אנגעהויבן שווימען. נעמט זיך די מאמע האן שרייען "אוי וויי דו ווערסט דערטראנקן!", ענטפערט די קינד "מאמע, כ'בין אן אנדערע מין"!

(לדאבוננו ס'דא עלטערן וואס פון גרויס טראומע פון די וואסער הארגענען זיי די קאטשקע קינד, כדי ער זאל זיך נישט דערטרענקן)

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:08 pm

· #538044
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
שעפטאל #
😃 נכון
--
די מדרש זאגט, די אייבישטער שיקט אראפ אגודות אגודות אויף דעם וועלט. געוויסע מענטשן וואס אונז טרעפן זענען שוין געוועהן גאר גוטע פריינט, ברידער'ס, און שכנים, דארטן.

והנה. יעדע נשמה האט פירות וואס ברענגן ארויס געוויסע חלקי הנפש און פארשפרייטען עס מער, ברא כרעא דאביה.

מ'וועט מען אמאל שענעקן נאך קינדער וואס זייערע נשמות זענען נישט זיינע.

איינע פון די רוזין'נע צדיקים האט עס גע'משל'ט: די האן איז געזעצן אויף אן איי פון א קאטשקע מיינענדיג ס'איז איר'ס. גייענדיג נעבן א וואסערל האט די קאטשקע אריינגעשפרינגן און אנגעהויבן שווימען. נעמט זיך די מאמע האן שרייען "אוי וויי דו ווערסט דערטראנקן!", ענטפערט די קינד "מאמע, כ'בין אן אנדערע מין"!

(לדאבוננו ס'דא עלטערן וואס פון גרויס טראומע פון די וואסער הארגענען זיי די קאטשקע קינד, כדי ער זאל זיך נישט דערטרענקן)
אההההה..... 👍

דער עיקר נקודה שפאַרסטו איין אין גראטעס, אזוי? לאזעס ארויס!
אויב האסטו מורא דערפון, נו, אפשר איזעס נישט דיינע... 😉

Simplesimon » זונטאג אקטאבער 22, 2023 9:11 pm

· #538072
Re: האסטו אפשר באמערקט?!
די יונגע אדערלעך און אן אלטן הארץ
דעהם אלטן אויסגעטריקנטע קוואל אונעם יונגן זעהל

די ברייטקייט פונעם צוקוועטשן
דעהם שמאלקייט פונעם ברייטן

דעהם שטילן געבעהט וואס איז בוקע רקיעים
דעהם געשריי און בהלה וואס בלייבט שטעקן אונעם האלז

דער לאנגן צינג וואס דערגרייכט נישט
דעהם כבד לשון וואס שלינגט א וועלט

דעהם טיפן קעשענע אהן אן עפענונג
דעהם ענגן קניפעלע וואס האלט אונטער אלעמען

דעהם מחבר ספרים ג' כרכים שלשול
דער כובש נביאתו א מעיין המתגבר

דער וויכטיג מאכער קשקוש קריא
דער הרוצה בעילם אבער בונה ומקים

דער צדיק כתמר ואוי לסביבו
דער געקלאפטן הושענה וואס אשרי ילדתו