☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הגרמ"ש: עס איז צייט זיך אפצורייסן פון אונזער מסורת!

הגרמ"ש: עס איז צייט זיך אפצורייסן פון אונזער מסורת!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16529

פארוואס? » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 12:37 pm

· #535220
הגרמ"ש: עס איז צייט זיך אפצורייסן פון אונזער מסורת!
לאמיר לערנען א שטיקל גמרא צוזאמען.

די גמרא אין מגילה (דף כ"ג עמוד א) זאגט:
הכל עולין למנין שבעה ואפילו קטן ואפילו אשה אבל אמרו חכמים אשה לא תקרא בתורה מפני כבוד צבור.
ד. ה. יעדער קען ווערן גערעכנט פאר די זיבן עולים (די זיבן עליות ביים שבת'דיגן לייענען). אפילו א קליין קינד, און אפילו א פרוי. אבער חכמים האבן מתקן געווען אז א פרוי זאל נישט צוליב דעם כבוד פונעם ציבור.

פארוואס איז נישט קיין כבוד פארן ציבור אז א פרוי זאל לייענען?

אז איינער לייענט די ווערטער פון די ברייתא מיט פונקטליכקייט, וועט גלייך זעהן אז עס איז דא א שטיקל טויש אינעם שפראך, אנהייב רעדט מען פון "עולה זיין" און דערנאך שטייט "לא תקרא בתורה" - זי זאל נישט לייענען. עס איז דא א חילוק פון עולה זיין און לייענען.

ווי באקאנט, אין די צייטן פון חז"ל איז געווען דער סדר אז דער וואס האט עולה געווען האט געלייענט אין די תורה. דעריבער רעדט מען דא פון דעם אז די פרוי זאל לייענען די חלק פון די תורה ביי איהר עליה.

די ראשונים ערקלערן דעם ענין פון כבוד הציבור, אז עס איז נישט קיין כבוד אז קיינער פון די מענער זאל נישט קענען לייענען און זיי זאלן דארפן צוקומען צו א פרוי זאל זיי דארפן מוציא זיין. דער דאזיגער ערקלערונג שטימט זייער גוט מיט אן אנדערע גמרא (ברכות כ ע"ב) וואס נוצט זייער אן ענליכע אויסדרוק לגבי די שאלה צו א פרוי קען מוציא זיין מענער מיט ברכות.

עס איז קלאר פון די גמרא אז בעצם איז נישטא קיין שום הלכה'דיגע אפהאלט אז א פרוי זאל עולה זיין צו די תורה, עס איז נאר דא א טעכנישע פראבלעם פון כבוד הציבור. עס איז שוין פארגאסן געווארן אסאך טינט צווישן די אלטע פוסקים צו דער ציבור קען מוחל זיין אויף זייער כבוד. אבער אין יעדנס פאל - היינטיגע צייטן ווען מיר פיהרן זיך נישט אז דער וואס באקומט די עליה זאל לייענען אין די תורה, איז זיכער נישט פארהאן קיין שום אפהאלט אז א פרוי זאל עולה זיין לתורה.

די אויבנדערמאטע גמרא איז נישט סתם עפעס אן אגדתא אין סוף כתובות, עס איז בעצם גע'פסק'נט אזוי אין שולחן-ערוך (או"ח סי' רפ"ב סעי' ג). דער מחבר ברענגט אראפ די אויבנדערמאנטע גמרא אן קיין שום באגרעניצונג אדער תנאי.

אין פאקט, דער מהר"מ פון רוטנברוג (א ברייט בארימטער אשכנזישער פוסק, וואס רוב פון אונזערע היינטיגע פסקים גייען לויט איהם) שרייבט אין א פסק, אז אין א שטאט ווי אלע זענען כהנים - זאל די ערשטע צוויי עליות זיין פון כהנים, און דאס איבעריגע זאלן עולה זיין נשים. ער שרייבט נישט קיין "היתר", ער שרייבט א חיוב, אזוי זאל לכתחילה זיין.


על כל פנים, עס איז קלאר אז ע"פ הלכה איז נישטא קיין שום אפהאלט אז א פרוי זאל קענען באקומען אן עליה. און אזוי פיהרט מען זיך טאקע אין עטליכע ארטאדאקסישע קהילות.

ביז יעצט רעדן מיר פון אן עליה. וואס איז מיט אנדערע כיבודים? אזוי ווי הגבהה און גלילה? דאס איז שוין אפילו נישט דורכגעשמועסט אין די פוסקים. ווייל עס איז פשוט און קלאר אז א פרוי קען עס זיכער באקומען. אויב א קטן קען באקומען גלילה, פארוואס זאל א פרוי נישט מעגן באקומען?

עס איז ידוע באקאנט און דאקאמענטירט לאורך כל הדורות אז מ'האט רוהיגערהייט מכבד געווען א פרוי מיט גלילה. אריינגערעכנט ביז ממש לעצטנס בעפאר די דת החרדיזם האט איבערגענומען א גרויסן חלק פונעם ארטאדאקסישן ציבור.

---

כלפי מה הדברים אמורים? לעצטע וואך איז א פרוי (וואס האט מנדב געווען א ספר-תורה) מכובד געווארן צו מאכן גלילה אין א שוהל אין שטאט בית-שמש. דאס האט ארויפגעברענגט די צארן פון די היינטיגע חרדישע פירער, עד כדי כך אז הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט געשריבן מיט זיין האנטשריפט:
אחינו בית ישראל נתנתק מהם ויהיה טוב לנו ולבנינו
טייערע ברודער - שרייבט ר' משה - לאמיר זיך אפטיילן פון זיי און עס וועט זיין גוט פאר אונז און אונזערע קינדער.

טייערע ברודער - שרייבט ר' משה - עס איז שוין צייט צו גיין א שטאפל ווייטער, און זיך אינגאנצן אפרייסן פון אונזערע מקורות. לאמיר פארגעסן פון גמרות, שולחן ערוך און מהר"מ רוטנבורג. אונז זענען מיר שוין צו ווייט פארפארן אז מיר זאלן נאך קענען זיך רעכענען מיט אזעלכע פסקים.

ואנן, מה נעני אבתרייה.

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 1:21 pm

· #535240
דא טוהט הרב יששכר כץ דורך לאורכה דעם ענין פון האשה לעלות לקריאת התורה, אין אַן אנטווארט צו זיי וואס האבן דאס גע'אסר'ט.

עס דערמאנט אויך פון אַסקער וויילד׳ס מימרא:
Women have a much better time than men in this world; there are far more things forbidden to them
ואגב, פונקט זעה איך אין מושגי שוא והאמת לר' חיים הירשנזון זצ"ל (אינעם קאנטעקסט אז "קאמאן סענס" איז ל"ד א קובע):
גם במדינות אשר לצדק ישורו יש לוחמים נגד זכיות נשים בהבחירות וחושבים בהשכל הפשוט שלהם כי האשה נבראת רק לרקחות ולטבחות ולמלאות תאות בעלה ואין חכמה לה אלא בפלך וחושבים את עצת ממוכן לחכמה כעצה תכון, אשר באמת חיה חכם בעיניו ובעיני המלך הטפש, ובלתי ספק אחרי חמשים שנה ירגיש כל איש בשכל פשוט שאין שנוי הגזירה והבניה והתמונה והמראה הכח והחלשות משנה את זכות האיש במה ששייך לו

טמיר » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 2:51 pm

· #535244
Re: הגרמ"ש: עס איז צייט זיך אפצורייסן פון אונזער מסורת!
גלילה איז שוין נעקסט לעוועל.

איך קען זעהן אז אין די צייטן פון די רמ"א זאל ןוערן א פולמוס איבער דעם. אבער זיי מחרים זיין איבער דעם איז נעקסט לעוועל קצוניות

שמן למאור » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 3:05 pm

· #535245
לכאורה איז וועגן אזעלכע סארט זאכן געווען א קעגנערשאפט אז ער זאל ווערן גאב"ד, נישט אזוי? ב"ה אז געוויסע אין די עדה החרדית האלטן זיך נאך צום מסורה און וועלן נישט צולאזן א גאב"ד וואס רייסט זיך אפ פון אפענע גמרות און פסקי שו"ע...

יענץ געלעכטער.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 4:57 pm

· #535254
שמן למאור
לכאורה איז וועגן אזעלכע סארט זאכן געווען א קעגנערשאפט אז ער זאל ווערן גאב"ד, נישט אזוי? ב"ה אז געוויסע אין די עדה החרדית האלטן זיך נאך צום מסורה און וועלן נישט צולאזן א גאב"ד וואס רייסט זיך אפ פון אפענע גמרות און פסקי שו"ע...

יענץ געלעכטער.
נעואדע, ביי אלע חולקים אויף איהם זענען פרויען געהעריג עולה ששי און זענען בעלי קורא'ס, כמיין "אשה-קורא'ס".

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 5:04 pm

· #535255
Re: הגרמ
.

שערי יושר » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 7:43 pm

· #535266
Re: הגרמ
.

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 8:33 pm

· #535270
.

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 9:40 pm

· #535276
מעשה חרדיזם אין א זייט געלייגט, וכי לגבי משה מילתא זוטרתא היא? ס'זעהט אויס גאנץ קלאר אז ס'איז אנגענומען און אויסגעהאלטן להלכה, קריגט ער דען אויף די עצם געדאנק מיט א טענה אז ס'איז קעגן יסודי הדת? האט ער אמאל געשריבן להלכה וועגען דעם נושא?

אלפבינה » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 11:34 pm

· #535280
וואו איז די תשובה פון מהר”מ מרט”ב, בבקשה?

אלפבינה » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 11:41 pm

· #535281
אלפבינה
וואו איז די תשובה פון מהר”מ מרט”ב, בבקשה?
מצאתי: דפוס פראג סימן ק"ח.
https://www.sefaria.org/Teshuvot_Maharam%2C_Prague_Edition.108.3?lang=bi

אלפא » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 9:47 am

· #535301
אמאל געהערט פון המשפיע ר' יחזקאל רפאפורט שליט"א אז מיר פאלגן נישט די עלטערן ווייל אזוי שטייט אין שו"ע, נאר מיר פאלגן דעם שולחן ערוך ווייל אזוי האבן אונזער עלטערן געטון! (ויש לדון בדבר)

בכל אופן די פילאסאפישע געדאנק דערפון כלפי 'מחוייבות' און אטאריטעט איז היבש שטארק, אז אידישקייט איז דאס וואס אידן פירן זיך (און דאס איז אויך וואס האט געגעבן די סמכות פאר חז"ל און פאר די 'סתימת הש"ס לויט אסאך פוסקים ואכמ"ל) און נישט פאקערט.
(עס האט אימפליקאציעס לגבי די מעמד און הייארכיע פון אסאך מצוות וועלכע זענען העכער געשטעלט אדער נידריגער געווארן במשך הזמן, צוויי נארישע דגמאות זענען די 'מצוה' פון גיין א קאפל - לעומת ארויסנעמען ביינער פון די פיש שבת אדער אפווישן נאסע האר שבת (וואס גרעניצט זיך ענדערשע מיט א דאורייתא), אזוי אויך די 'היתר' צו הערן מוזיק וואס איז בפשטות נישט מבואר...)

לגבי מעמד נשים איז דאס זייער בולט, און דאס איז לכאו' וואס הגרמ"ש האלט...