ברוך שפינוזה[ציטאט אראפגענומען]
ווייטער איז מען פארנומען מיט וואס יאפפעד וויל, דאס איז די חרדישע מחלה פון נישט האבן קיין אייגענעם רצון נאר אלעס איז חשבונות וויאזוי אפצוטוהן די גאנצע וועלט, לאז אפ יאפפעד פאר א מינוט, וואס ווילסטו? ווילסטו מער לימודי חול אדער נישט? אויב ווילסטו נישט מער לימודי חול זאג עס אפן און גראב, וואס שעהמסטו זיך צו זאגן דעם אמת? ווידער אויב ווילסטו יא דאן וואס איז דאס משוגעת פון זיך זעלבסט באגראבן נאר אפצוטוהן א צווייטן? תמות נפשי עם פלשתים?! ענדערש זאלן אלע מיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות זיין אנאלפאבעטן ווי איידער אז תולי מאסטער זאל פילן א נצחון. ס'דערמאנט פון יענער וואס האט געזאגט פאר'ן קעניג שטעך מיך אויס איין אויג אבי דו זאלסט אויסשטעכן פאר מיין חבר צוויי, נאר גראדע אין דעם פאל שטעכט מען זיך אויס צוויי און פאר יאפפעד איין... אז דו באקומסט וואס דו דארפסט וואס גייט דיך אן אז יענער באקומט אויך דערפון א טובת הנאה?
און באמת איז דאס א מחלה וואס נעמט ארום גאנץ חרדישקייט פון אנפאנג ביז'ן ענדע, צ.ב. קיינער ענדשויט נישט זיך ארומצודרייען מיט א הוט און רעקל אין די זוממערדיגע היצן אבער מ'דארף דאך
ווייזן פאר'ן גוי אז מיר געבן זיך נישט אונטער פאר'ן סעקולארן קולטור. איי דו ביזט דער וואס פארלירט דאס מערסטע אינעם געים דו שוטה איינער? אבער ככה, דאס געשעהט ווען מ'האט נישט קיין self esteem צו נעמען וואס קומט זיך מיר, גוטע מידות צו פארגינען א צווייטן האט מען אויך נישט, בלייבט מען קרח מכאן ומכאן.
דעס איז מסתם די בעסטע ריספאנס וואס כ'האב נאר געליינט אין קאווע שטיבל!
אבער... דו פארופסט דיך מיט עפעס א נאמען וואס איך ווייס נישט אויב א פרומע איד מעג עס ארויפברענגען אויף זיינע לעפצן, אשר על כן טאר מען פון אזא איינעם נישט מקבל זיין אפילו די מינדעסטע סנעפל פעקט! און אפגערעדט א האום ראן... סארי
קידינג עסייד, וואס דארף מען מער ווי די כפירה'שע רעיפ קולטור מענטאליטי ביי די מי טו מעשיות, ווי כאילו מייסטנס פרויען וויקטים'ס קומען ארויס צו סטראשענען איינעם... WOW
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=15097&start=50
ביזט אזוי גערעכט מיט דעם, לייק. חסידים כאפן נישט, מענטשן האבן אייגנטליכע מאראלן און זאכן וואס זיי קעירן פאר, און דא קומט מען פול סירקל ווייל ווען וואלט מען מיט זיי געלערנט סיוויקס וואלטן לכאורה מער חסידים פארשטאנען וואס מיינט עכטע אקטיוויזם, און פאליטישע ענגעדזשמענט נישט ווי אונזער פארשאלטענע בלאק וואוט, ווי מ'וואוט מיט די בערזל און טראכט מיט די וועילפער בענעפיטן...
ווען איך קען ווען שרייען פון די פרידאם טאוער וואלט איך געזאגט פאר חסידים: קוק עני ווייז ניוס דאקומענטאר, ס'איז דא מענטשן וואס קעירן און טראכטן אינדרויסן פון זייערע ד' אמות. ס'איז פארהאן אזא זאך ווי קעמפן פאר סאציאלע יוסטיץ, עטיקס, ניגלעקט, מאדערנע און גוים טוען אמאל חסד אויך, נישט יעדע זאך איז געלט אדער אגענדע'ס אפצוטוהן די רעבע וואס האט געפראסקעט. למעשה, לויט ווי איך קוק מיך אום, אנדערש ווי מ'שמועסט אין הופער בית מדרש, יאפעד איז מער פאפולער ווי קיינמאל פריער, צענדליגע גוים און פרייע ווערן געוואר פון זיי יעדן טאג, די אידישע מאנהעטן איז אויף, ברעד לענדער קומט רעדן, ס'איז אין די לאקאלע נייעס אויף ניו יארק 1, די ערשטע ני"ט ארטיקל פארמאגט אריבער 3,300 קאמענטארן ס'איז שוין נישט "מאסטער מיט צוויי פארביטערטע באמעס האבן א אישאו און עפענען אן ארגענעזאציע" רבותי... וועקט אייך אויף. יאפעד גייט נישט אין ערגעץ! נעקסט, איך הער שוין נישט די תירוצים, ווייל די תירוצים איז אזוי אלט ווי די מערכה זעלבסט. נאך עלטער.