☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » היימישע MeToo באשולדיגונגען

היימישע MeToo באשולדיגונגען

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15097
בלאט: 1 2

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:38 am

· #492196
היימישע MeToo באשולדיגונגען
די היימישע MeToo מאוומענט וואס האט אויסגעבראכן נאך די משי זהב און חיים וואלדער פרשיות גאלאפירט מיט אימפעט און סזעט יעצט אויס אז איינמאל די באן האט פארלאזט די סטאנציע וועט מען דאס שוין נישט קענען אפשטעלן

נעכטן האט מען ארעסטירט אן אזויגערופענער אדמו״ר אין ירושלים, סאיז שוין א אלטע פרשה (נישט ברלנד) פאר ווער סאיז באקאנט אבער די פאליציי האט יעצט פיינעלי גענומען עקשן
https://mobile.kikar.co.il/article/410438

היינט האט מירי פורסט געפאוסט אויף פעיסבוק א באשולדיגונג קעגן העסקן הנודע ח.ד. וואס אויב סאיז אמת קומט דא נאך א ערנסטע ערד ציטערניש, זי שרייבט אז מהאט אריינגעגעבן די ערשטע קלאגע און אז סזענען דא צענדליגער קרבנות, עפ״י השמועה געפינט ער זיך יעצט אין חו״ל - מעגליך צו פארמיידן ארעסט
https://www.facebook.com/10000297759479 ... 23313/?d=n

כשרייב דירעקט נישט ארויס זיין פולער נאמען ווייל סאיז נאר א באשולדיגונג לעת עתה, אבער דאס איז זיכער אז דער צונאמי איז אין פולן קראפט און סאיז די העכסטע צייט אז מזאל אפירנעמען די פרעסערישע מנובלים אוכלי נפשות, זאלן זיי זיך באהאלטן ווי אין די מייז לעכער און וויסן אז מגייט מער נישט פארדעקן זייערע שרעקליכע מעשים

סאיז צייט אויסצוהערן די וויי געשריי פון די קרבנות און מקיים זיין ובערת הרע מקרבך

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:30 am

· #492234
ח.ד. האט מיר אייביג אויסגעזעהן צו זיין א ים חזיר.

אין די עניינים ווייס איך נישא, אבער עס איז מיר שוין אויסגעקומען עם צו טרעפן אין הכנסת אורחים'ס. ער האלט זיך פאר א מעידשער סעלעב און לאזט זיך באדינן ווי א פריץ וואס קוקט אראפ אויף די וואס באדינען עם (און עסט ווי 7 מענטשן אויפאמאל), אבער ניטאמאל זאגט ער יש''כ, ממילא מדות מושחתות האט ער זיכער.

צו דאס מאכט עם פאר א מאלעסטער? ימים יגידו.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 12:39 pm

· #492245
וואס אידאס א ים חזיר? 😂

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 12:48 pm

· #492246
איך אויך

צו דאס מאכט עם פאר א מאלעסטער? ימים יגידו.

נו, די חילוק צווישן א חזיר מיט א מאלעסטער איז אז צו דער מאלעסטערער איז דער אנדערע מענטש נאר א געצייג צו באפרידיגן זייער אייגענע תאווה. ד.ה. זיי 'נוצן' אויס אנדערע כדי זיך ליב צו האבן. משא"כ וואס הייסט ביי אונז א חזיר איז עמיצער וואס גאט האט אים געשאנקן א שטארקע איבר און אסאך אהבה קאפעציטעט.

רימון » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:41 pm

· #492248
אלעס דערווייל איז אין ישראל.
וואס איז פשט אז אין אמעריקע רירט זיך עס נישט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:52 pm

· #492249
טאמבל סאס: למעשה איז נישט קיין נפקא מינה צווישן א מאלעסטער און א (ים) חזיר). ביידע זענען דרכן לילך ולהזיק. מ'דארף זיי ביידע (קאטעגאריעס) אפשטעללן בעוד מועד.

די איינציגע זאך וואס אונז דארפן מיר זיין פארזיכטיג איז, אז אין דעם גרויסן אייפער צו אידענטיפיצירן און כאפן מאלעסטערס מכל המינים. זאלל מען נישט חרוב מאכן אומשולדיגע מענטשן און זייערע משפחות. נישט נאר דאס. נאר ווען די ..."איך אויך קנאות"... וועט אריינגיין אין די שוסטער-גאס, אזוי צו זאגן וועט א יעדער וואס וועט האבן דעם קלענסטן סיכסוך מיט א צווייטן, איהם סטראשען אז ער גייט איהם באשולדיגן אין מאלעסטעישן. ואין פודה ומציל
אזוי ווי ס'האטציך שוין ארויסגעוויזן עטליכע מאל. סיי מיט דעם דעמאגאג הידוע, נחום. אויך, אין קאליפארניע איז אין די '80'ער און 90''ער יארן געווען דער מק. מארטין סקאנדאל. וואס דארט איז געווען עפעס א צודרייטע פרוי וואס האט איסגעטראכט א בילבול אז מ'האט מאלעסטירט איהרע קינדער אין דעם מק. מארטין דעי קעיר סענטער. וואס איז געווען איינע פון די בעסטע דעי קעירס אין יענע צייט.'...!"... נו, אין קאליפארניע פעלט (ב"ה) נישט קיין משוגעים. פון איין קעיס איז געווארן צענדליגער. און גלייך אונטער די משוגעים, זענען געשטאנען זייערע סייקייעטריסטס. און אונטער זיי זענען געשטאנען די געלט-גייציגע לאיערס. ביז מ' האט חרוב געמאכט א משפחה. און זייער ביזנעס. וואס ס'האטציך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די גאנצע מעשה איז געווען לא דובים ולא יער...!

פתחון פה » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:07 pm

· #492251
רימון
אלעס דערווייל איז אין ישראל.
וואס איז פשט אז אין אמעריקע רירט זיך עס נישט?

קענסט וואלונטירן צו זיין דער ערשטער.

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:08 pm

· #492252
ווער איז די אדמו''ר? די נייעס סטאנציעס זאגן נישט

אישי פליז

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:15 pm

· #492253
עצי שטים
ווער איז די אדמו''ר? די נייעס סטאנציעס זאגן נישט

אישי פליז

מלכה לייפערס שווער

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:37 pm

· #492257
כלבאשבוע
עצי שטים
ווער איז די אדמו''ר? די נייעס סטאנציעס זאגן נישט

אישי פליז

מלכה לייפערס שווער

WOW!! איידעם (שניר) א שטיק שווער...

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:39 pm

· #492258
איינער ווייסט דא ווער מלכה לייפער׳ס שווער איז?
Asking for a friend

petrishke » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:53 pm

· #492262
א חסיד פון ווילנא
איינער ווייסט דא ווער מלכה לייפער׳ס שווער איז?
Asking for a friend

ביטע שרייבן דעם פולע נאמען, און נישט רייצן די נייגער

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:57 pm

· #492263
כלבאשבוע
עצי שטים
ווער איז די אדמו''ר? די נייעס סטאנציעס זאגן נישט

אישי פליז

מלכה לייפערס שווער

איך ווייס נישט אויב ער איז דער שווער. לכאורה שטימט עס נישט לויט די עידזש. זי איז צו אלט צו זיין א שנור ביי איהם. זיינע קינדער זענען א סאך יונגער...!

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:11 pm

· #492272
berlbalaguleh
כלבאשבוע
עצי שטים
ווער איז די אדמו''ר? די נייעס סטאנציעס זאגן נישט

אישי פליז

מלכה לייפערס שווער

איך ווייס נישט אויב ער איז דער שווער. לכאורה שטימט עס נישט לויט די עידזש. זי איז צו אלט צו זיין א שנור ביי איהם. זיינע קינדער זענען א סאך יונגער...!

פארוואס צועט מען אן די עולם'ס נייגער,
זאג ווער איז די אדמו''ר, און ווער איז מלכי לייפער'ס שווער

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:54 pm

· #492278
איך ווייס נישט ווער איז מלכה לייפער'ס שווער. אבער איהר מאן (און זי) זעהט אויס צו זיין מידדל עידזש'ד. און דעם באטרעפנדן..."אדמו"ר'ס... קינדער זענען א סאך יונגער... איך קען זיי. וגם את אביהם...יא ליידער. ס'זענען דא נישט געזינטע מענטשן אויף די וועלט. ה' ירחם...!

איך ווילל נישט זאגן וואס ער האט אלץ אויפגעגעבן. מ'האט געהאפט אז ס'וועט שוין זיין גוט. וה' ישלח לו רפואה שלימה במהרה. מן השמיים...!

מחצה''ק » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 6:11 pm

· #492281
berlbalaguleh
איך ווייס נישט ווער איז מלכה לייפער'ס שווער. אבער איהר מאן (און זי) זעהט אויס צו זיין מידדל עידזש'ד. און דעם באטרעפנדן..."אדמו"ר'ס... קינדער זענען א סאך יונגער... איך קען זיי. וגם את אביהם...יא ליידער. ס'זענען דא נישט געזינטע מענטשן אויף די וועלט. ה' ירחם...!

איך ווילל נישט זאגן וואס ער האט אלץ אויפגעגעבן. מ'האט געהאפט אז ס'וועט שוין זיין גוט. וה' ישלח לו רפואה שלימה במהרה. מן השמיים...!

ער האט עלטערע קינדער בתוכם אין נוא יארק

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:51 pm

· #492285
רעבעצין מלכה לייפער (ה' ישלח לה רפואה שלימה במהרה.) האט קרובים דאהי אין אמעריקע. א שוועסטער. און אפשר (נאך) א מאמע אויך. די שוועסטער'ס קינדער (דער שוואגער, ע"ה זצ"ל?) זענען אלע וואוילע און חשוב'ע יונגעלייט. און זייערע משפחות...!

זי אליין איז אויך א וואוילע אידענע וועלכע האט געטון א סאך גוטס. נאר זי איז ליידער נישט געזונט. נישט קיין וואונדער אז ר' יעקב ליצמאן האט זי פראטעקטעד. און איהר משפחה. זי איז נישט געווען סתם עפעס א געמיינער מאלעסטער פון די גאס. מ'דארף קענען מבחין זיין. זיכער דארף מען אזעלכע מענטשן מאכן אומשעדליך. אבער זיי זענען (ליידער) נישט געזונט...!

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:58 pm

· #492287
ר׳ בערל, טוה א טובה און ליין די געשיכטעס פון די געליטענע

פראטעקטען דארף מען די וויקטעמס און מדארף טוישן די קולטור פון פארענטפערן און טרייען פארדעקן די סארט מעשים

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:14 pm

· #492288
כלבא שבוע: דו ביסט גערעכט, נאר דו האסט נישט ריכטיג אפגעליינט מיין מיינונג. איך האב נישט געזאגט (אפילו פאר איין מינוט) אז מ'דארף זיי פראטעקטן און נישט באשטראפן. זיכער! איך האב שטארק מיטלייד מיט די וויקטימס, און איך האב מדגיש געווען אז מ'דארף זיי מאכן אומשעדליך ווי פריער. נאר אין די זעלבע צייט טענה איך (אזוי ווי איך קען די עטליכע באשולדיגטע מענטשן) אז זיי זענען (ליידער) נישט געזונט...! איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א טעראפי וואס קען זיי העלפן, ה' ירחם...!

ס'איז שווער מסביר צו זיין פסיכאלאגיש. נאר לאמיר זאגן אין פארגלייך צו א (רעלאטיוו) געזונטן מענטש, וואס ער/זי האט (ב"ה) נישט די גלוסטונגען וואס אט די מענטשן האבן. זיי שטייען פאר אומגעהויערע נסיונות א יעדן טאג, און צומאל קענען זיי זיך נישט גובר זיין. דאס קען אפשר (טיילווייז) פארענטפערן די סתירה. מ'זעהט דאך א חשוב'ן (פאבליק) מענטש וואס טוט א סאך גוטס, ער איז לאמיר זאגן א מגיד שיעור, אדער אן אנדער בעל צדקה וחסד, אבער ער איז ליידער געשלאגן מיט די מכה אשר לא כתובה בתורה...!

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:24 pm

· #492315
אויב איינער פילט אז ער קען זיך ממש נישט איינהאלטן, זאל ער מוחל זיין אין גיין פאר טעראפי, און זיכער נישט אריינגיין אין די חינוך ליין וואס די אפערטוניטיס זענען אסאך גרינגער, לנזיר אמרינן סחור סחור לכרמא אל תקרב, רעביצין לייפער וכת דילה, וואס זוכן ענק צווישן קינדער? נניח אז ביסט קראנק פאר דעם, איז עס א תירוץ? גיי פאר העלפ, און ווי לאנג דו ווערסט נישט געזונט, אנטלויף פון קינדער, און זיכער ווער נישט קיין פרינסיפעל, ביסטו דיך אליינס שולדיג! יעצט קענסטו שימלען אין תפיסה עמו"ש, איך פארלאז נישט קיין איין טרער אויף דיך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 10:51 pm

· #492322
קהל'ס נער: איך בין מסכים מיט דיר אויף 100% . אויך דיין נקודה אז די מענטשן דארפן זיין די לעצטע מענטשן צו זיין אין די חינוך ליין.

אונטער חכם » פרייטאג יאנואר 21, 2022 1:30 am

· #492354
Re: היימישע MeToo באשולדיגונגען
אויף כיכר שרייבן זיי אז די עדה איז שוין געווען אינוואלווד אין די חוסטער פרשה.

איינער ווייסט מער דיטעילס?

זעהט אויס אז פאר הרב אליהו איז געווען די עדה.

כלבאשבוע » פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:01 am

· #492362
אונטער חכם
אויף כיכר שרייבן זיי אז די עדה איז שוין געווען אינוואלווד אין די חוסטער פרשה.

איינער ווייסט מער דיטעילס?

זעהט אויס אז פאר הרב אליהו איז געווען די עדה.

דא האסטו פון שאולזאן מער פרטים, אבער נעם עס נישט אן אלץ תורת משה ווייל ער שרייבט געווענליך הוידל בוידל
https://bshch.blogspot.com/2022/01/blog-post_934.html

היסטאריע » פרייטאג יאנואר 21, 2022 8:12 am

· #492366
דרייסיג יאר צוריק האט ער געהאט א ישיבה, און ער פלעגט רעדן מיט בחורים וועגן דער חטא הידוע אויף א גראבע וועג. א בחור האט געהאט א טעיפ, און פין דעם איז געוועהן די שערוריה. שולזאהן נישט הוידל מיט בוידל כדרכו.

כלבאשבוע » פרייטאג יאנואר 21, 2022 11:55 am

· #492372
פאליציי ארעסטירט א באקאנטער ״מחנך״ פון אלעד
https://www.mako.co.il/news-law/2022_q1 ... e71026.htm
https://ch10.co.il/news/717010/?fbclid= ... eXLHHrP2Uk

אביגיל היילברון אויף פעיסבוק איז מגלה אז מרעדט פון מרדכי בארי
https://www.facebook.com/1489592601/pos ... 46818/?d=n

שוין דא פארטיידיגערס אויך ב״ה (מיט א בילד)
https://twitter.com/ecx6esjz7weiuxd/sta ... 16832?s=21

קאמארנער » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 3:05 pm

· #492416
די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.

היסטאריע » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 10:51 pm

· #492444
איך מיין אז דער ליצנות לעוועל איז שוין ביי די העכסטע קלימאקס לעוועל וואס איז שייך. טאמער איינער איז געווארען געטשעפעט ווערט ער/זי נישט קיין צרוע זב וחוטם. קענסט פארציילן, און עס איז שוין הויך צייט אונז זאלען אויפהערן מיט די באבע תירוצים פאר די אלע חברה, און זאל עס גיין אין קארט, טאמער איז עס נישט אמת וועט גארנישט ווערען דערפון.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:01 pm

· #492445
🤓 היסטאריע: אבער ביז ס'קומט אן צו קאורט. לויפט ארום דער אזוי-גערופענער וויקטים און באשמוצט א מענטש ברבים על לא דבר. נאכדעים ווען ס'שטעלט זיך טאקע ארויס אין קאורט אז ס'איז לא דובים ולא יער. אלעס הוילע (קראנקע) פאנטאזיעס. אבער יענעם מענטשנ'ס רעפוטאציע ליגט שוין חרוב ונחרב. ער און זיין משפחה...!

פרעזידענט רעיגן האט געהאט איינעם א מיניסטער וואס מ'האט אויסגעטראכט אויף איהם אלערליי בילבולים אז ער איז דער ערגסטער קרימינאל וכו'. נאכדעים האט איהם א קאורט אומצוויידייטיג ריינגעוואשן. (ער האט אויך געמוזט רעזיגנירן פון זיין אמט.). האט ער געפרעגט מיט פארביטערטקייט..."צו וועלכן אפיס זאלל איך מיך ווענדן צוריקצובאקומען מיין (גוטע) רעפוטאציע...?!

שפילער » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:05 pm

· #492446
קאמארנער
די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.

דיין יוזערנעם שטימט מיט דיין תגובה וד"ל 😂

לאוולי » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:51 pm

· #492450
הע, ווען איך זאל אנהויבן ארויסקומען באשולדיגן...

יאסל ראקאווער » זונטאג יאנואר 23, 2022 12:13 am

· #492452
קאמארנער
די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.

מ'ווערט ליידער א צרוע וזב נאך ווערן victimized. נבא ולא ידע מה נבא.

קאמארנער » זונטאג יאנואר 23, 2022 12:53 am

· #492455
היסטאריע
איך מיין אז דער ליצנות לעוועל איז שוין ביי די העכסטע קלימאקס לעוועל וואס איז שייך. טאמער איינער איז געווארען געטשעפעט ווערט ער/זי נישט קיין צרוע זב וחוטם. קענסט פארציילן, און עס איז שוין הויך צייט אונז זאלען אויפהערן מיט די באבע תירוצים פאר די אלע חברה, און זאל עס גיין אין קארט, טאמער איז עס נישט אמת וועט גארנישט ווערען דערפון.

אנשטאט עס זאל קודם גיין אין קאורט אין דארטן ווערן אויפגעדעקט צו ס'אמת צו נישט, לויפט מען גלייך צום 'פובליק קאורט' -די סאציאלע מידיע נעצן וואס דינען ווי ריכטער און דערצו אויך ווינדערליך ווי א פסיכאלאג און סאושעל ווארקער און דארט שיסט מען, הענגט מען, און מען מחליט ווער איז שולדיג און ווער נישט. ביז מ'קומט אן צום געריכט און צו די וואס דארפן טאקע זיך באנעמען מיט דעם קעיס בלייבט איבער א טויטע קערפער און צעיוזשעטע מאסן וואס שאלן אין פריידן.
און יא, די אלע מאלעסטערס דארפן אפזיצן זייערע פארדינטע יארן עד הסוף און אפגעבן א דין וחשבון פונקט אויף וואס זיי האבן אפגעטאן. אבער די וועג ווי ס'ווערט דורכגעפירט איז נישטא נישט קיין אמת און נישט קיין גערעכטיגקייט.איין גרויסע גרויל פעסטיוואל.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:32 am

· #492475
היסטאריע: די שערוריה (אין ארץ ישראל) מיט דעם אדמו"ר איז נישט וועגן דיבורים. נאר איבער מעשים (מגונים)...!

אויך. די הויפט באשולדיגערינס אקעגן מלכה לייפער אין אויסטראליע זענען 2 שוועסטערס וועלכע קומען פון א צובראכענע משפחה. וואס האט זיך געוואקלט אלע יארן צווישן זיין רעליגיעז און פריי. זיי זענען אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע, נישט געזינטע אטמאספער. וואס צום סוף האבן זיך די עלטערן צוטיילט. איינע פון די שוועסטערס. די הויפט באשולדיגערין, איז אויף די פרעס קאנפערענץ געווען אנגעטון שרעקליך. שוארק פריצות'דיג און רייצנד. אויך האט זי מודה געווען אז זי איז געווען אין א מענטל אינסטיטוט א יוצאת ונכנסת.

דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. אבער דאס ווייזט אויך אז מ'איגנארירט דעם מענטל מצב אדער מאטיוואציע פון דעם באשולדיגער אין א סאך פון די קעיסעס. מ'מאכט זיך כאילו דאס עקזיסטירט נישט...!

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:48 am

· #492490
כלבאשבוע
פאליציי ארעסטירט א באקאנטער ״מחנך״ פון אלעד
https://www.mako.co.il/news-law/2022_q1 ... e71026.htm
https://ch10.co.il/news/717010/?fbclid= ... eXLHHrP2Uk

אביגיל היילברון אויף פעיסבוק איז מגלה אז מרעדט פון מרדכי בארי
https://www.facebook.com/1489592601/pos ... 46818/?d=n

שוין דא פארטיידיגערס אויך ב״ה (מיט א בילד)
https://twitter.com/ecx6esjz7weiuxd/sta ... 16832?s=21

בית המשפט האט אראפגענומען דעם צו איסור פרסום
https://www.ynet.co.il/news/article/s1vt325tk

פרימארגען » דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:35 am

· #492766
berlbalaguleh
היסטאריע: די שערוריה (אין ארץ ישראל) מיט דעם אדמו"ר איז נישט וועגן דיבורים. נאר איבער מעשים (מגונים)...!

אויך. די הויפט באשולדיגערינס אקעגן מלכה לייפער אין אויסטראליע זענען 2 שוועסטערס וועלכע קומען פון א צובראכענע משפחה. וואס האט זיך געוואקלט אלע יארן צווישן זיין רעליגיעז און פריי. זיי זענען אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע, נישט געזינטע אטמאספער. וואס צום סוף האבן זיך די עלטערן צוטיילט. איינע פון די שוועסטערס. די הויפט באשולדיגערין, איז אויף די פרעס קאנפערענץ געווען אנגעטון שרעקליך. שוארק פריצות'דיג און רייצנד. אויך האט זי מודה געווען אז זי איז געווען אין א מענטל אינסטיטוט א יוצאת ונכנסת.

דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. אבער דאס ווייזט אויך אז מ'איגנארירט דעם מענטל מצב אדער מאטיוואציע פון דעם באשולדיגער אין א סאך פון די קעיסעס. מ'מאכט זיך כאילו דאס עקזיסטירט נישט...!

וואס האט די מענטל ״מצב״ מיט די קאורט קעיס?

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:00 pm

· #492811
קאמארנער
היסטאריע
איך מיין אז דער ליצנות לעוועל איז שוין ביי די העכסטע קלימאקס לעוועל וואס איז שייך. טאמער איינער איז געווארען געטשעפעט ווערט ער/זי נישט קיין צרוע זב וחוטם. קענסט פארציילן, און עס איז שוין הויך צייט אונז זאלען אויפהערן מיט די באבע תירוצים פאר די אלע חברה, און זאל עס גיין אין קארט, טאמער איז עס נישט אמת וועט גארנישט ווערען דערפון.

אנשטאט עס זאל קודם גיין אין קאורט אין דארטן ווערן אויפגעדעקט צו ס'אמת צו נישט, לויפט מען גלייך צום 'פובליק קאורט' -די סאציאלע מידיע נעצן וואס דינען ווי ריכטער און דערצו אויך ווינדערליך ווי א פסיכאלאג און סאושעל ווארקער און דארט שיסט מען, הענגט מען, און מען מחליט ווער איז שולדיג און ווער נישט. ביז מ'קומט אן צום געריכט און צו די וואס דארפן טאקע זיך באנעמען מיט דעם קעיס בלייבט איבער א טויטע קערפער און צעיוזשעטע מאסן וואס שאלן אין פריידן.
און יא, די אלע מאלעסטערס דארפן אפזיצן זייערע פארדינטע יארן עד הסוף און אפגעבן א דין וחשבון פונקט אויף וואס זיי האבן אפגעטאן. אבער די וועג ווי ס'ווערט דורכגעפירט איז נישטא נישט קיין אמת און נישט קיין גערעכטיגקייט.איין גרויסע גרויל פעסטיוואל.

מסכים. דאס וואס מען מאכט א גרויסע עסק פין דעם אין די צייטונגען, ברענגט אז ווען עס געשעהט באמת, קען דער קרבן גארנישט טוהן.

ווען עס ווערט א גרויסע פרסום אין צייטונגען, איז מיין כלל, מן הסתם איז עס נישט געשעהן אזוי ווי זיי זאגן.

כלבאשבוע » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:52 am

· #498070
כלבאשבוע
היינט האט מירי פורסט געפאוסט אויף פעיסבוק א באשולדיגונג קעגן העסקן הנודע ח.ד. וואס אויב סאיז אמת קומט דא נאך א ערנסטע ערד ציטערניש, זי שרייבט אז מהאט אריינגעגעבן די ערשטע קלאגע און אז סזענען דא צענדליגער קרבנות, עפ״י השמועה געפינט ער זיך יעצט אין חו״ל - מעגליך צו פארמיידן ארעסט
https://www.facebook.com/10000297759479 ... 23313/?d=n

כשרייב דירעקט נישט ארויס זיין פולער נאמען ווייל סאיז נאר א באשולדיגונג לעת עתה, אבער דאס איז זיכער אז דער צונאמי איז אין פולן קראפט און סאיז די העכסטע צייט אז מזאל אפירנעמען די פרעסערישע מנובלים אוכלי נפשות, זאלן זיי זיך באהאלטן ווי אין די מייז לעכער און וויסן אז מגייט מער נישט פארדעקן זייערע שרעקליכע מעשים

עסקן מוכר בציבור החרדי עצור בחשד שתקף מינית שתי נשים
אלחנן (חונה) דייטש, העוסק בפעילות פילנתרופית, חשוד שביצע עבירות מין בשתי נשים שנעזרו בו. לפי המשטרה, לחוקרים יש מידע על נפגעות נוספות. החשוד הכחיש בתחילה כל קשר למתלוננות, וכעת טוען שהיחסים עמן היו בהסכמה
https://www.haaretz.co.il/news/law/.premium-1.10727527

שאלתיאל » מיטוואך אפריל 13, 2022 2:56 pm

· #498084
רשת 13, תחקיר עדויות על עבירות מין וניצול בקהילה שהנהיג הרב משה יזדי בירושלים

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 13, 2022 8:40 pm

· #498116
פרימארגען
berlbalaguleh
היסטאריע: די שערוריה (אין ארץ ישראל) מיט דעם אדמו"ר איז נישט וועגן דיבורים. נאר איבער מעשים (מגונים)...!

אויך. די הויפט באשולדיגערינס אקעגן מלכה לייפער אין אויסטראליע זענען 2 שוועסטערס וועלכע קומען פון א צובראכענע משפחה. וואס האט זיך געוואקלט אלע יארן צווישן זיין רעליגיעז און פריי. זיי זענען אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע, נישט געזינטע אטמאספער. וואס צום סוף האבן זיך די עלטערן צוטיילט. איינע פון די שוועסטערס. די הויפט באשולדיגערין, איז אויף די פרעס קאנפערענץ געווען אנגעטון שרעקליך. שוארק פריצות'דיג און רייצנד. אויך האט זי מודה געווען אז זי איז געווען אין א מענטל אינסטיטוט א יוצאת ונכנסת.

דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. אבער דאס ווייזט אויך אז מ'איגנארירט דעם מענטל מצב אדער מאטיוואציע פון דעם באשולדיגער אין א סאך פון די קעיסעס. מ'מאכט זיך כאילו דאס עקזיסטירט נישט...!

וואס האט די מענטל ״מצב״ מיט די קאורט קעיס?

זייער א סאך: ווי בענקען נאך פובליסיטי און ..."פעים"...די הויפט באשולדיגערין אין מלכה לייפער'ס קעיס איז בשעת די פרעס קאנפערענס געווען אנגעטון שרעקליך פריצות'דיג און זאגאר פראוואקאטיוו. וואס האט זי געוואלט ..."זאגן"?!...דאס אליינס איז א סימן פון א חיסרון אין סעלף רעספעקט. און אזא מענטש איז נישט זייער שטארק באגלייבט אלס עדות. נאר. כמו שאמרתי. אז דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. ווייל ס'איז דא א סאך עווידענס (אויך פון אנדערע סאורסעס) אקעגן איהר...!

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 10, 2022 1:34 pm

· #501896
מרדכי שולמן, א קינדערגארטן רבי

"אנס את הבן שלי ואיים שיהרוג אותו": רב נחשד בעבירות מין בילדי גן
https://13tv.co.il/item/news/domestic/crime-and-justice/pedo_jerusalem-903025500/

כלבאשבוע » דאנערשטאג יוני 23, 2022 3:12 pm

· #502838
חשיפת 'זופניק': שלושה דיינים שהתכנסו כבית דין מיוחד לדון בתלונות חמורות שהוגשו נגד דיין מפורסם ומוערך, חרצו את דינו - יעזוב את העיר בה התגורר ויעבור לעיר מרוחקת, ובנוסף ישלם סכום כסף גדול, כפיצוי. ובערת הרע.

https://www.kikar.co.il/421691.html

סאנטיאגא » מוצ"ש יולי 23, 2022 10:57 pm

· #504847
רימון
אלעס דערווייל איז אין ישראל.
וואס איז פשט אז אין אמעריקע רירט זיך עס נישט?
זייער פשוט, ישראל איז א אידישע מדינה און אז אידן זענען די מאיאריטעיט איינוואוינער מיינט דאס אז די מידיא איז נענטער צו די קאך און דעריבער מער קאנצענטרירט מהנעשה והנשמע (און ווייל זיי זענען אויך אידן) אז ווען ס'קומט אפילו צו אן עגונה נעמט זיך די געריכט אן, אבער דא ווי די סעקולארע פאפולאציע איז גרויס, און אידן א מינאריטעיט, און היימישע אידן אן איזיאלירטע עקסענטריק מיעוט שבמיעוט, ווערט אטאמאטיש נישט גענוג (גארנישט?) געטאן דערוועגן. אין צוגאב צו דעם העלפט נישט ארויס אז לעומת זה די ארטאדאקסישע מידיא איז קאמוניסטיש קאנטראלירט וואס מ'זאגט און וואס מ'זאגט נישט - אפי' אויב דער פובליקאציע איז נישט אונטער קיין קהילה אדער רב, וועט ער זיך נישט אנהייבן מיט דאאס טוירע (ליין טעראר) זיצן זיי מיט פארלייגטע הענט און פארקלעבטע אויגן, א פארטיגן תירוץ האט מען לשון הרע. אז איינער דיסעגריט האט ער זעלטן די גאט"ס ארויסצוקומען אויף טוויטער לאזן הערן זיין מיינונג אונטערן עכטן נאמען, אין די גרויסע בילד: קיין אויפוואכונג, קיין צוזאמענקונפטן, קיין פארדאמונגען, קיין פראפעגאנדע, קיין חזרים watch קינדער קארטלעך וואס ווארנט זיך צו היטן ממשחיתים רעים, נישט נאר וואס מ'פאשרייט נישט די נבלה בישראל געט מען נאך שבחים און הספדים פאר א הסכמה, טראגט דאס אזא ביטער פנים. און די גאנצע מלחמה באשטייט פון נ.ר. עפעס א בעדערענער צבי גלאק און אפאר (אפגעפרעגטע פעך-פוי לינקע) אקטיוויסטן אויף אינסטעגראם און ק"ש, וואס טיילן אינגאנצן נישט "אונזערע" השקפות איז דאך כלל נישט נוגע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, גענוי ווי מ'זעהט ביי די לימודי חול פארלעצונגען. והעיר ניו יארק יצ"ו נבוכה..

סאנטיאגא » מוצ"ש יולי 23, 2022 11:39 pm

· #504850
berlbalaguleh
זי אליין איז אויך א וואוילע אידענע וועלכע האט געטון א סאך גוטס. נאר זי איז ליידער נישט געזונט. נישט קיין וואונדער אז ר' יעקב ליצמאן האט זי פראטעקטעד. און איהר משפחה. זי איז נישט געווען סתם עפעס א געמיינער מאלעסטער פון די גאס. מ'דארף קענען מבחין זיין. זיכער דארף מען אזעלכע מענטשן מאכן אומשעדליך. אבער זיי זענען (ליידער) נישט געזונט...!
וויאזוי פונקטליך זעהט אויס א געמיינע מאלעסטער פון די גאס? עפעס א סימן קענסטו געבן? אלע זענען קראנק! רחמנות האבן האט מען געקענט פאר דעם, אבער איינמאל מ'הייבט הענט איז אן אנדערע דין, די וואס האלטן פון שלאגן קינדער האלטן אוודאי נישט אז זיי זענען אכזרים, אבער וואס זאל איך טוהן אז דו האסט געקראזט א ליין און געווען א חצוף פאר טאטי/מאמי?

און אז דו רעדסט פון מבחין זיין, דארף מען רעדן פון די חילוק צווישן א מאלעסטער און א פעדאפייל איינער רירט צו, און איינער האט פייגעלעך אין קאפ און לאו דוקא עקט דערויף, פארשוינען אין די צווייטע קלאס זוכן זיך אפטמאל טאקע צו העלפן.

די וואונדער איז פארוואס קיין איין איד וואס ווערט געטשארדזשט מיט מאלעסטעישן וכו' איז קיינמאל נישט שולדיג. דאס איז אן אומפארענטפערטע מדרש פליאה

סאנטיאגא » מוצ"ש יולי 23, 2022 11:39 pm

· #504851

סאנטיאגא » מוצ"ש יולי 23, 2022 11:53 pm

· #504853
קאמארנער
די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.
די victim blaming דא איז אנבעליוועבל. קודם וואס איז? ווייל ס'איז לאנג צוריק איז וואס? איז עס אפגעווישט, ווי אן אלטער חוב? איך האלט אז א felony (וואס איז א ערגערע פארברעך ווי א misdemeanor) זאל נישט האבן קיין שום לימיט! דו ווייסט אז אין געוויסע סטעיטס איז די לימיט אויף די זאכן בלויז צען יאר? וואס איז צען יאר? פאר אזא זאך? גארנישט. און פארוואס עפעס צען?

ניין I do not believe all women אבער, נאר ווייל די דור פון אונזערע עלטערן האבן זיך איינגערעדט אז צושטאפן די געפילן אין א פאס און עס ארויפווארפן העכער די ספרים שאנק ווייזט אויף גבורה מיינט נישט אז ס'האט געארבעט... זיי מיר נישט אזוי באזארגט, דערווייל האט נאך יארמע רב נישט אפגעלאכט דערפון...

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 12:56 am

· #504856
סאנטיאגא
רימון
אלעס דערווייל איז אין ישראל.
וואס איז פשט אז אין אמעריקע רירט זיך עס נישט?
זייער פשוט, ישראל איז א אידישע מדינה און אז אידן זענען די מאיאריטעיט איינוואוינער מיינט דאס אז די מידיא איז נענטער צו די קאך און דעריבער מער קאנצענטרירט מהנעשה והנשמע (און ווייל זיי זענען אויך אידן) אז ווען ס'קומט אפילו צו אן עגונה נעמט זיך די געריכט אן, אבער דא ווי די סעקולארע פאפולאציע איז גרויס, און אידן א מינאריטעיט, און היימישע אידן אן איזיאלירטע עקסענטריק מיעוט שבמיעוט, ווערט אטאמאטיש נישט גענוג (גארנישט?) געטאן דערוועגן. אין צוגאב צו דעם העלפט נישט ארויס אז לעומת זה די ארטאדאקסישע מידיא איז קאמוניסטיש קאנטראלירט וואס מ'זאגט און וואס מ'זאגט נישט - אפי' אויב דער פובליקאציע איז נישט אונטער קיין קהילה אדער רב, וועט ער זיך נישט אנהייבן מיט דאאס טוירע (ליין טעראר) זיצן זיי מיט פארלייגטע הענט און פארקלעבטע אויגן, א פארטיגן תירוץ האט מען לשון הרע. אז איינער דיסעגריט האט ער זעלטן די גאט"ס ארויסצוקומען אויף טוויטער לאזן הערן זיין מיינונג אונטערן עכטן נאמען, אין די גרויסע בילד: קיין אויפוואכונג, קיין צוזאמענקונפטן, קיין פארדאמונגען, קיין פראפעגאנדע, קיין חזרים watch קינדער קארטלעך וואס ווארנט זיך צו היטן ממשחיתים רעים, נישט נאר וואס מ'פאשרייט נישט די נבלה בישראל געט מען נאך שבחים און הספדים פאר א הסכמה, טראגט דאס אזא ביטער פנים. און די גאנצע מלחמה באשטייט פון נ.ר. עפעס א בעדערענער צבי גלאק און אפאר (אפגעפרעגטע פעך-פוי לינקע) אקטיוויסטן אויף אינסטעגראם און ק"ש, וואס טיילן אינגאנצן נישט "אונזערע" השקפות איז דאך כלל נישט נוגע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, גענוי ווי מ'זעהט ביי די לימודי חול פארלעצונגען. והעיר ניו יארק יצ"ו נבוכה..
אז די רעדסט וועגן קארטלעך, אפשר בעט מען טאקע השומרים זאלן צולייגן צו זייער קארטלעך קאלעקשן אזעלכע וואס ווארענען פון פעדאפילס וכד’. וועלכע פיקטשער צו לייגן לאז איך פאר זיי, אבער אפשר ווי א אינגערמאן (לאו דווקא מיט א סמארטפוין) ווארפט אריין א אינגל אין דאמפסטער?... די חברה הרג’ענן דאך קינדער רח’’ל

יעלה ויבא » זונטאג יולי 24, 2022 1:31 am

· #504857

סאנטיאגא » זונטאג יולי 24, 2022 11:28 pm

· #504934
https://www.newhavenindependent.org/article/court_considers_new_evidence_in_greer_rape
אן אלטע קעיס פון א מגיד שיעור וואס האט באלעסטיגט צוויי סטודענטן, ער איז שוין געזעצן, ער האט שוין געצאלט מיליאנען אבער דער אויסווארף פרובירט עס יעצט צו אפיעלן טענה'נדיג אז די בחורים זענען שוין געווען 16 און אין קאנטעיטקוט איז עס די age of consent און ער האט געווארט... עטס הערטס ווערטער? אן 80 יעריגע חזר שרייט אז ער האט געווארט צו גיין מיט א 16 יעריגער בחור... מ'דארף לאכן? וויינען?
איי א לערער טאר נישט האבן קיין רילעשענשיפס מיט סטודענטן? אבער ער איז א צדיק...

זעהט אויס משכב זכר גייט אים נישט אזוי אין לעבן ווי זיין מיט א מיינאר

און קאמארנער די מעשה איז פארגעקומען צווישן 02' און 05' לויט דעם באריכט האט מען אים ניטאמאל געקלאגט אויף די פארגוואלדיגונגען נאר אויף injury of a minor ווייל די ריכטער טענה'ט אז פארפאלן ס'איז שוין נאך statue of limitation קען מיר איינער אויפקלערן פארוואס איז דא א לימיט אויף statutory rape?

סאנטיאגא » זונטאג יולי 24, 2022 11:35 pm

· #504936
מתבודד
אז די רעדסט וועגן קארטלעך, אפשר בעט מען טאקע השומרים זאלן צולייגן צו זייער קארטלעך קאלעקשן אזעלכע וואס ווארענען פון פעדאפילס וכד’. וועלכע פיקטשער צו לייגן לאז איך פאר זיי, אבער אפשר ווי א אינגערמאן (לאו דווקא מיט א סמארטפוין) ווארפט אריין א אינגל אין דאמפסטער?... די חברה הרג’ענן דאך קינדער רח’’ל
און רעדן מיאוסע ווערטער און זיי טראומאטייזן מיט גרעפיקס? נא וועי

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 11:55 pm

· #504937
סאנטיאגא
מתבודד
אז די רעדסט וועגן קארטלעך, אפשר בעט מען טאקע השומרים זאלן צולייגן צו זייער קארטלעך קאלעקשן אזעלכע וואס ווארענען פון פעדאפילס וכד’. וועלכע פיקטשער צו לייגן לאז איך פאר זיי, אבער אפשר ווי א אינגערמאן (לאו דווקא מיט א סמארטפוין) ווארפט אריין א אינגל אין דאמפסטער?... די חברה הרג’ענן דאך קינדער רח’’ל
און רעדן מיאוסע ווערטער און זיי טראומאטייזן מיט גרעפיקס? נא וועי
מ’רעדט דאך אלץ לשיטתם!.....
בלאט: 1 2