☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')

די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1651

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:44 am

· #39909
די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')
א המשך פון די אשכול, אנדערע סארט פראגעס וואס איך וואלט געוואלט זעהן דיסקוסירט, איך וויל אבער נישט צומישן יענעם אשכול. איך באדאנק אלע מגיבים יודעי ספר פון פארנאויס.

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען, וויאזוי גייט די וועלט אויסזעהן?

(1) וואו גייען אלע גויים גיין? זיי וועלן זעהן אלע אידן גייען ארויף קיין אר"י, וואס גייען זיי טראכטן? די וועלט גייט אנגיין עולם כמנהגו?

(2) ווען משיח גייט קומען גייט מען לעבן אייביג?

(3) גייט מען קענען טעקסטן דעם כהן גדול פרעגן צי ער איז עוועיליבל יעצט פאר א קרבן תודה?

(4) איך זאג דייקא א 'קרבן תודה' ווייל מ'גייט דאך שחט'ן דעם יצר הרע יא? ד.מ. אז אידן גייען מער קיינמאל זינדיגן. גייט טאקע בטול ווערן די קרבן חטאת, אשם, עולה ויורד?

שימעלע » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:23 am

· #39919
איין זאך איז אינטערסאנט כהאב באמערקט פאריגע וואך אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין רציחה ווייל עס שטייט און די תורה אז מוועט דארפען אנגרייטען נאך דריי ערי מקלוט.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:51 am

· #39936
כמיין כהאב אמאל געזען א ביאור פין רב קוק אויף וועדשזעטעריניזעם. ער איז מדייק פין עפעס א לשון הפסוק אז אין בית השלישי גייט מען נישט מקריב זיין קיין בהמות. נאר געוויקסען.

a1b2 » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:51 am

· #39965
איך וויל זייער וויסן ווער גייט נישט אויפשטיין תחיית המתים, ווער יא?

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:59 am

· #39971
כי לא ידח ממנו נדח. חוץ די אפיקורסים בפרהסיא און ערב רב.

a1b2 » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:02 am

· #39972
לשון מלכי פ'ג' פ'ב'
וּמִי מְכַלְכֵּל אֶת יוֹם בּוֹאוֹ וּמִי הָעֹמֵד בְּהֵרָאוֹתוֹ כִּי הוּא כְּאֵשׁ מְצָרֵף וּכְבֹרִית מְכַבְּסִים:

רש"י ומי מכלכל. ומי יכיל : ומי העומד. שיוכל לעמוד : וכבורית מכבסים. כבורית של מכבסים שמעביר את כל הכתם כן יעביר כל הרשעה, בורית עשב הוא שמעביר את הכתם בלע''ז שנייר''א ולשון בורית ידבר המצחצח ומטהר כמו (תהלים ע''ג) לברי לבב : (רש"י)

מצודת דוד ומי מכלכל. ומי יוכל לסבול את יום בוא המלאך המפנה הדרך ומי היוכל להתקיים ביום שיהיה נראה ונגלה המלאך ההוא והוא כפל ענין במ''ש : כי הוא. כי המלאך ההוא יהיה כאש המצרף את הכסף ושורף את הסיג וכבורית של המכבסים שמסיר כתמי הבגדים כי כן הוא ישמיד ויכלה כל הפושעים והמורדים : (מצודת דוד)

מצודת ציון מכלכל. יסבול כמו ומי יכילנו (יואל ב) : מצרף. ענין זכוך מהסיג כמו צרפתיך ולא בכסף (ישעיה מח) : וכבורית. שם עשב המנקה וכן ותרבי לך בורית (ירמיה ב) : מכבסים. מלשון כבוס : (מצודת ציון)
עס כאפט א פחד

קאנצעפט » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:22 am

· #39978
זר זהב
א המשך פון די אשכול, אנדערע סארט פראגעס וואס איך וואלט געוואלט זעהן דיסקוסירט, איך וויל אבער נישט צומישן יענעם אשכול. איך באדאנק אלע מגיבים יודעי ספר פון פארנאויס.

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען, וויאזוי גייט די וועלט אויסזעהן?

(2) ווען משיח גייט קומען גייט מען לעבן אייביג?


ס'א באקאנטע מחלוקה צווישן רמב"ם און רמב"ן. דער רמב"ם זאגט אז נאך די ימות המשיח גייט דער וועלט חרוב ווערן, און ס'וועט הערשן בלויז "עולם הבא" וואו דער נפש גייט ארומשוועבן. דער רמב"ן פרעגט דאס אפ און טענה'ט אז די גופים גייען אויך בלייבן לעולם ועד.
ווער עס קען זאל עס ביטע קלארער צוברענגען.

a1b2 » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:13 pm

· #40005
"יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו שנשמור חוקיך בעולם הזה ונזכה ונחיה ונראה ונירש טובה וברכה לשני ימות המשיח" תפלת "ובא לציון"
"הרחמן הוא יחיינו ויזכנו ויקרבנו לימות המשיח" . ברכת המזון

מהות ימות המשיח

מהות ימות המשיח הם חזרת העולם לתיקונו הרוחני השלם, כבזמן אדם הראשון קודם החטא
מהר"ל, נצח ישראל, פרק נ'. ויסוד דבריו מבואר ברמב"ן עה"ת פרשת בחוקותי כ"ו, ו'.

a1b2 » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:15 pm

· #40009
אמרו חכמים אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד . רצונם לומר, כי בימות המשיח לא תשתנה הנהגת העולם מהנהגה שעל פי דרך הטבע, להנהגה שלא על פי דרך הטבע, לא יתחוללו ניסים ונפלאות, ולא יתחדשו דברים אשר לא היו מאז ומעולם, אלא עולם כמנהגו נוהג ואין כל חדש תחת השמש. ברכות דף ל"ד ע"ב, שבת דף קנ"א ע”ב. פסחים דף ס"ח ע”א. סנהדרין דף צ"ט ע"א וע"ב, וכן סובר הרמב"ם בפרק י"ב מהלכות מלכים הלכה א'.

qwerty » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:29 pm

· #40113
"זר זהב" האט פריער אנגעפונגן אן אנדער אשכול וואס וואס רעדט ארום די כונת הבריאה - און יעצט וועגען משיח'ן, אבער באמת גייט עס ציזאמען ווייל הא בהא תליא.

לא אברא עלמא אלא למשיחא.

ד.ה. אז ביי "די ענד אפ די גיים" וועט די גרעסטע דערגרייכונג זיין אז עס וועט וועט זיך שפירען ווי די גאנצע וועלט איז אינגאנצען אדורכגעדרונגען און געווארען א כלי צי געטלעכקייט, אלס א דירה בתחתונים.

כדי דאס זאל זיין, מיז די וועלט בלייבן ווייטער בגשמיות אזוי ווי היינט אבער דער אונטערשייד איז אז יעצט זעט מען נאר די גשמיות אבער בימות המשיח וועט זיך זען אז דער אמת פין דעם דבר גשמי, איז באמת אלקות (געטלעכקייט).

נאך א פשט » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:51 am

· #41828
די ענטפער איז אזוי דער רמב"ם זאגט "וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת"
בקיצור, וועיט ענד סי.

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:56 am

· #42048
נאך א פשט
די ענטפער איז אזוי דער רמב"ם זאגט "וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת"
בקיצור, וועיט ענד סי.



דאס איז נישט קיין "בלאנקעט סטייטמעט" אויף "אלעס".

און נישט אויף "אלעס" זאגט מען "וועיט ענד סי".

נאר בנוגע געוויסע זאכען, וואס אין דעם איז דא מחלוקת און אפילו אין די זאכען נאר אויב עס איז נישט דא קיין הכרעה אין דעם.

אבער מיר רעדען דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר.

נאך א פשט » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:29 pm

· #42297
qwerty
אבער מיר רעדן דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר.

אין די ספרי חסידות זענען די זאכען אפשר קלאר למעלה משום ספק, אבער אין די ספרי הראשונים זענען די זאכען בכלל נישט קלאר און עס איז דא גרויסע מחלוקות אין די אלע ענינים, און טאקע וועגן דעם זאגט דער רמב"ם אויף די אלע זאכן אז "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו". נאך מער, בפשטות גייט די "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו" ארויף אפילו אויף די זאכן וואס די רמב"ם אליינס האט יא געהאט א קלארע שיטה, אעפ"כ האט די רמב"ם פארשטאנען אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף "100 פראצענט".

qwerty » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:40 pm

· #43654
הלכה כבתראי
נאך א פשט
qwerty
אבער מיר רעדן דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר.

אין די ספרי חסידות זענען די זאכען אפשר קלאר למעלה משום ספק, אבער אין די ספרי הראשונים זענען די זאכען בכלל נישט קלאר און עס איז דא גרויסע מחלוקות אין די אלע ענינים, און טאקע וועגן דעם זאגט דער רמב"ם אויף די אלע זאכן אז "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו". נאך מער, בפשטות גייט די "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו" ארויף אפילו אויף די זאכן וואס די רמב"ם אליינס האט יא געהאט א קלארע שיטה, אעפ"כ האט די רמב"ם פארשטאנען אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף "100 פראצענט".


א - וועמען ארט טאמער איז עס בלויז 99%? 😂

ב - סאיז דא זאכען אין גמרא אויך וואס בלייבט "תיקו" - ממלא איז וואס? וועמען ארט עס?
צידען דערפאר ווייל עס בלייבט "תיקו" טאר מען עס נישט לערנען אדער זיך מפלפל זיין אין דעם?
אדרבה עס בלייבט א חלק אין תורה .... אפילו די הווא אמינה און אפילו דער ספק אויך (דארף מען אויך פריער מאכען ברכת התורה פארן דאס לערנען) - נישט נאר די מסקנה

ג - סאיז דא זייער אסאך זאכען וואס כאטש אמאל איז עס געווען בספק על פי תורה אבער שפעטערדיקע דורות האט מען מכריע געווען לויט איין צד.

און כאטש אז "אכשר דרא" בתמי', אבער דאך זענען די שפעטערדיקע אזוי ווי א "ננס העומד על גבי ענק" און הלכה כבתראי, ווייל זיי האבען געוואוסט וואס די פריערדיגע האבען געזאגט און אעפ"כ גע'פסק'נט לפי המסקנה ..... כך וכך ...

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:44 pm

· #43712
ערשטענס איז א גרויסע שאלה צו עס איז בכלל שייך צו מכריע זיין און עניני אמונות ודעות. די רמב"ם אליינס האט קלאר געהאלטן אז נישט. אין פירוש המשנה מסכת סוטה פרק ג משנה ג זאגט ער "וכבר אמרתי לך לא פעם שאם נחלקו חכמים באיזה השקפה ודעה שאין תכליתה מעשה מן המעשים הרי אין לומר שם הלכה כפלוני" ווי אויך אין מסכת סנהדרין פרק י "כבר הזכרנו לך כמה פעמים שכל מחלוקת שתהיה בין החכמים ואינה תלויה במעשה אלא קביעת סברה בלבד אין מקום לפסוק הלכה כאחד מהם". אזוי אויך אין מסכת שבועות פרק א משנה ד זאגט ער "וכבר ביארנו שכל סברא מן הסברות שאין בה מעשה מן המעשים שנחלקו בה חכמים לא נאמר בה הלכה כפלוני". ממילא איז נישט שייך צוזאגן אז די שפעטערדיגע דורות האבן מכריע געווען. (חוץ אויב מען זאגט אז די שפעטערדיגע דורות האבן מכריע געווען אין דעם אליינס, צו מען קען מכריע זיין אדער נישט 🙂 )

צווייטנס, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען טאר נישט לערנען אדער זיך מפלפל זיין אין די זאכן, איך האב נאר געזאגט אז קיין זיכערע ענטפער איז נישט דא און ממילא וועיט ענד סי.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:58 pm

· #43799
דער איד איז גאר א גרויסער נער. אויב וואלט ער געגלייבט וואלט ער דאך אפילו לשיטתו געהאט א טשאנס אויפצושטיין.