☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » השפעה פין טריפהנע ניגונים?

השפעה פין טריפהנע ניגונים?

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1650

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:08 am

· #39894
השפעה פין טריפהנע ניגונים?
זענדיג אז סאיז דא א אשכול דא גוישע זינגערס האט עס מיר אויפן ערשטען בליק מיר געגבערט, היתכן?
סאיז דאך ידוע וואס שטייט אין די חסידישע ספרים איבער די השפעה פין ניגנה.

למעשה האב איך מיר דערמאנט א רמב"ם איבער די נושא וואס האט מיר אביסעל באראיגט.
כהאלט אז דער עולם קען הנאה האבן דערפון.
פירוש המשנוית אבות פרק א משנה יז
"ודע שהשירים המחוברים מאיזה לשון שיהיו צריך שיבחנו בעניניהם אם הם הולכים על דרך הדיבור אשר חלקנוהו, ואמנם ביארתי זה אע"פ שהוא מבואר, מפני שראיתי זקנים והחסידים מאנשי תורתנו כשיהיו במשתה יין כחופה או זולתה וירצה אדם לשיר ערבי אפי' ענין השיר ההוא שבח הגבורה או הנדיבות והוא מן החלק האהוב או בשבחי היין, ירחיקו זה בכל צד מן ההרחקה, ואין מותר אצלם לשמעו, וכשישורר המשורר פיוט מן הפיוטים העבריים לא ירחיקוהו ולא ירע בעיניהם עם היות בדברים ההם המוזהר ממנו או הנמאס, וזה סכלות גמורה שהדיבור לא יאסר ויותר ויאהב וימאס ויצוה באמירתו מצד הלשון שנעשה אבל מצד ענינו שאם יהיה ענין ההוא מעלה יתחייב לאומרו באיזה לשון שיהיה, ואם יהיה כוונת השיר ההוא פחיתות באיזה לשון שיהיה אסור לאמרו.
גם יש לי בזה תוספת כי כשיהיו שני פיוטים ולשניהם ענין אחד מהעיר כח התאוה ושבח אותה וישמח הנפש בה והוא פחיתות והוא מחלק הדיבור הנמאס מפני שהוא מזרז ומעורר על מדה פחותה כמו שהתבאר מדברינו בפרק הרביעי ויהיה אחד משני הפיוטים עברי והאחר ערבי או לעז יהיה שמיעת העברי והדיבור בו יותר נמאס אצל התורה למעלת הלשון שאין צריך שישתמשו בו אלא במעלות כל שכן אם יצטרף אליו שישימו בו פסוק מן התורה או משיר השירים בענין ההוא שאז יצא מחלק הנמאס לחלק הנאסר ומוזהר ממנו שהתורה אסרה לעשות דברי הנבואה מיני זמר בפחיתיות ובדברים מגונים
למעשה קומט אויס אז גוישע ניגינים איז בכלל נישט קיין פראבלעם, אזוי לאנג ווי די תוכן איז אויסגעהאלטן. למשל בן תמלוין האט משבח געווען גאט בענטש אמעריקע.
{אין מאחורי קען מען דן זיין אויב אמאל איז אויסגעהאלטן די ניגינים וואס די רמב"ם רופט "שהוא מזרז ומעורר על מדה פחותה"}
למעשה אויף הערן נשים דאכטס העלפט נישט די רמב"ם ארויס קיין סאך. אפשר וועט מען דארפען מעיין זיין וואס שלמה המלך האט געטאן
"כנסתי לי גם כסף וזהב וסגלת מלכים והמדינות עשיתי לי שרים ושרות ותענוגת בני האדם שדה ושדות" . איך בין זיכער סאיז שוין דא אן אשכול דערוף.

סאיז אינטערסאנט צי באמערקן די לשון "מפני שראיתי זקנים והחסידים מאנשי תורתנו" ווי די רמב"ם פירט אויס אויף זיי "זה סכלות גמורה " . דא רעדט ער פין אסאך וואס האנט שרייבט מען אויף זיי די כ"ק, הגאון, הק, אדמור וכו וכו.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:19 am

· #39901
ווען איינער הייבט אן האקן וועגן די שלעכטע השפעה וואס די גוישע ניגונים האט אויפן מענטש בעט איך עם ער זאל מיר קודם צוצייגן די ארגינעלע אוטענטישע אידישע סטייל נגינה.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:59 am

· #39912
געפילטע פיש
ווען איינער הייבט אן האקן וועגן די שלעכטע השפעה וואס די גוישע ניגונים האט אויפן מענטש בעט איך עם ער זאל מיר קודם צוצייגן די ארגינעלע אוטענטישע אידישע סטייל נגינה.

יענער ענטפערט, וואס הייסט, זאלכא ווארעמע מקובלדיגע נגינים ווי חייב איניש לבסימי.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:04 am

· #39915
איך רעד נאך מער, האמיר דען א אידישע סטייל מוזיק? אלס וואס מיר האמיר, אונזערע דורכגעווייקטע ווארמע חסידישע ניגונים זענען אדאפטירט פון גוישע סטיילס, אונז יוצאי אייראפע האבן געירשנט רוסיש פויליש ציגיינערישע סטיילס, די יוצאי מדינות המזרח האבן געירשנט פון די יעניגע לענדער, טא ווי איז די ריינע אידישע סטייל?
נא וואס א חילוק צו געירשנט פונעם צוגיינער אינעם אלטן היים צו דעם היפ האפ זינגער פון די בראנקס?

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:10 am

· #39916
געפילטע פיש
איך רעד נאך מער, האמיר דען א אידישע סטייל מוזיק? אלס וואס מיר האמיר, אונזערע דורכגעווייקטע ווארמע חסידישע ניגונים זענען אדאפטירט פון גוישע סטיילס, אונז יוצאי אייראפע האבן געירשנט רוסיש פויליש ציגיינערישע סטיילס, די יוצאי מדינות המזרח האבן געירשנט פון די יעניגע לענדער, טא ווי איז די ריינע אידישע סטייל?
נא וואס א חילוק צו געירשנט פונעם צוגיינער אינעם אלטן היים צו דעם היפ האפ זינגער פון די בראנקס?

ריכטיג. כמיין חייב איניש איז א לעבידיגע משל אויף דעם. דער שיכור פורים שפירט זיך דערהויבן שרייט אין די גאסן שמע ישראל, אין עוד מלבדו אין זינגט א ניגון פין פויערן פין רוסלאנד.
וואס טוט זיך מיט נגונים וואס מיר האבן מקובל פין בית המקדש? כמיין ר שלמה האט געהאט עפעס מקובל פין בית המקדש.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:12 am

· #39917
די פויערן פון אמאל זענען נישט געווען אזוי מגושם מסתמא

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:28 am

· #39922
זר זהב
די פויערן פון אמאל זענען נישט געווען אזוי מגושם מסתמא

איך מיין אז מיר האבן שוין צונימען דא די האוקס פון "אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט" פאנטאזיעס.
וואס דען איז ער געווען אויב נישט מער מגושם? דער אמאליגער פויער איז געווען אן אנאלפאבעט, חוץ פונעם ביטערען טראפ און שמייסען זיין ווייב און אויך צומאל האסן די אידן פארן הארגענען קרייסט ווען די גלח האט אזוי געפרעדיגט האט ער פון גארנישט געוויסט, סא זאג מיר פונקטליך מיט וואס דער היינטיגער גוי איז מער מגושם, וועגן ער האט א אייפאון?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:32 am

· #39924
רוב טריפה ניגונים האבן פשוט נישט א חן. א ניגון פון א ערליכע איד ברענגט ווארעמקייט און הרהרי תשובה.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:40 am

· #39928
דער אפריקאנער אינעם סאב סאהארא מדבר ווערט פונט אזוי אנגעווארעמט פון א ווארעמע רעגעי ווי דו פון די ד' בבות, אויב נישט מער, און דער ספאניאלא פון זיין סאמבא און סאלסא, און דער פון זיין קירכע גאספעל.
ס'האט אלעס צו טוהן ווי אזוי מ'איז אויפגעוואקסן, איטס אבאוט טיים זאלסט כאפען דעם קאנצעפט.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:52 am

· #39937
געפילטע פיש
דער אפריקאנער אינעם סאב סאהארא מדבר ווערט פונט אזוי אנגעווארעמט פון א ווארעמע רעגעי ווי דו פון די ד' בבות, אויב נישט מער, און דער ספאניאלא פון זיין סאמבא און סאלסא, און דער פון זיין קירכע גאספעל.
ס'האט אלעס צו טוהן ווי אזוי מ'איז אויפגעוואקסן, איטס אבאוט טיים זאלסט כאפען דעם קאנצעפט.

איך האב שוין איינמאל אנגערירט דעם קאנצעפט.
דא איז עס אבער נישט שייך. למעשה זענען מיר נישט אויפגעוואקסן ווי דער גוי, און אויב ציהט דיר זייערע סארט הוליערייען
איז עס אן אינדיקעטאר אויף אינערליכע פארפוילטקייט.

ביי א חתונה קוק דיך אום ווער ס'לעבט אויף ביי די אלע ווילדע ליידיגע ניגונים העסטע אלעס פארשטיין.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:03 am

· #39940
פארפוילטקייט???

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:28 am

· #39962
זר זהב

איך האב שוין איינמאל אנגערירט דעם קאנצעפט.
דא איז עס אבער נישט שייך. למעשה זענען מיר נישט אויפגעוואקסן ווי דער גוי, און אויב ציהט דיר זייערע סארט הוליערייען
איז עס אן אינדיקעטאר אויף אינערליכע פארפוילטקייט.

ביי א חתונה קוק דיך אום ווער ס'לעבט אויף ביי די אלע ווילדע ליידיגע ניגונים העסטע אלעס פארשטיין.

איך האב געזאגט אז מיר ציעט?

דו האסט געזאגט א סטעיטמענט
זר זהב
רוב טריפה ניגונים האבן פשוט נישט א חן. א ניגון פון א ערליכע איד ברענגט ווארעמקייט און הרהרי תשובה.

ס'הייסט אז א אידישע ניגון איז בעצם אן אנדערע סארט ניגון ווי א נישט אידישע, נישט ווייל דיין פריקאנסעפשען איז צוגעוואונט און איז אויפגעוואקסען דערמיט נאר ווייל בטבע איז די ניגון מער "ווארעם" אדער גורם צו הרהורי תשובה. אויף דעם האב איך דיר געענטפערט אז די מעשה איז נישט אזוי, נאר רוב מענטשען נעמען אן אז דאס וואס זיי זענען אויפגעוואקסען איז וואס רעדט צום נשמה, והא ראי' זעסט דאך אז רעפ איז מיר נישט מעורר, איי דער גוי ווערט יא נתעורר, מוז דאך זיין אז ער איז פארגרעבט... סא בעצם זענען אלע סטיילס די זעלבע אז פאר אז ווארעמקייט, נאר יעדער מענטש פערסיווד זיין סטייל פון זיין קולטור ווי די ריכטיג ווארעמע סטייל.
איך האב בכלל נישט גערעדט פון וואס ס'איז מיר מעורר און וואסערע סטייל איך האב ליב, איך ווייס נישט פון ווי פונקטליך דו האסט דאס ארויסעגענומען פון מיין תגובה.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:09 am

· #39974
נאך א זאך, אויב נוצטו די חתונה טאנצער אלץ א מעסטער אויף ניגונים, דערמאן דיך נאר ווי אזוי די זעלבע פעסטע בחורים, (עקשעלי זייער עלטערע ברידער) האבן אריין געהאפקעט אין "וידעו", אין "שמחם" און אין "דאגה מנין". נאוודען? די ציגעלע האט זיך צוגעוויינט.

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:32 pm

· #40023
זר, ווען איך בין געווען א קינד, און כ'בין אדורך א גוי'ס קאר פון וואנעט ס'האט זיך ארויסגעהערט ווילדע ראדיא האב איך אויך פארשטאפט די אויערן און זיך פשוט געעקלט דערפון, וואונדערנדיג זיך ווי מענטשן קענען גלייכן אזא סטיל זינגעריי ווי די טענער גייען אזוי געדרייט ארויף און אראפ, בפרט פרויערישע קולות. און איך בין געווען זיכער אז כ'האב קלאר ארויסגעהערט, ווי זיי זינגען אויף אידישע מיאוסע ווערטער. (וואס דען זינגט מען אין די ראדיא אויב נישט אלע מיאוסע ווערטער וואס דער רבי לאזט נישט זאגן)
אבער מיט די יארן ווי מער מען הערט די אנדערע זייט מטבע, ווערט עס א (עקס) פאקטאר פארוואס ליב צובאקומען די סארט מוזיק, (פארשטייט זיך אינדעם איז שוין דא אלע סארטן, תלוי וואו דו שפירסט דיין שורש נשמה 😉 ) ווייל ווי ער זאגט, די ציגעלע האט זיך צוגעוויינט..

we will » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:56 pm

· #40038
נולד מאוחר

cool!

qwerty » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:55 pm

· #40104
פארגעסט פאר א מעניט וועגען ווערטער. אסאך פון די נייע מדערענע אזוי גערופענע "מוזיק" איז בכלל נישט קיין שום אמת'ע סארט ניגינה נאר געבורטשעט.

כרעדט שוין נישט פון "ראפ".

אדרבה, טריי "זינגען" ראפ אן ווערטער, כלל נישט קיין שום סארט ניגינה נאר געקנאקט און געבורטשעט.

אפילו די בעסטע און פון די מאדערענע "ניגונים" אנטהאלט זייער ווייניק תוכן, ווען מען טרייט דאס צי זינגען אן ווערטער.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:00 pm

· #40107
אונגארישע זינגערין זינגט סאלא קאקאש
מערק אן "יבנה המקדשי"...
איך ווייס נישט צי זי איז א איד.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:17 pm

· #40110
זר זהב
אונגארישע זינגערין זינגט סאלא קאקאש
מערק אן "יבנה המקדשי"...
איך ווייס נישט צי זי איז א איד.

משוגענער דו....(סליחה)
אין 3 וואכן פון היינט, ווען דער בעל-תפילה וועט זינגען "מכלכל חיים" אויף דעם ניגון וועל איך טראכטען פון די נאקעטע פרוי.
לא"ל

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:34 pm

· #40117
.... זי איז איז גאנץ מאדעסט. כ'וואלט נישט ארויפגעלייגט אן אויסגעלאסענע קליפ

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:38 pm

· #40119
דאס איז ביים דזשואיש זומער פעסטיוואל אין בודאפעסט, אינעם גרויסען נעלאגישען שול אויף דאהאני שטראסע.

דא האסטו עס געשפילט אויף א פידל, זייער שיין.

יואליש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:50 pm

· #40242
געפילטע פיש
דאס איז ביים דזשואיש זומער פעסטיוואל אין בודאפעסט, אינעם גרויסען נעלאגישען שול אויף דאהאני שטראסע.

דא האסטו עס געשפילט אויף א פידל, זייער שיין.

גאר שיין! דרייט אן די געדערים.

we will » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:06 pm

· #40244
Now I hear more melodies from this woman, it's sounding perfectly orthodox. I think thet next Saturday I will play them melodies, and say thet it's very old melodies, originated by the Baal Shem Tov

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:09 pm

· #40245
Next Saturday? I

we will » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:15 pm

· #40246
Yes, I will sing them on the Shabbat table

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:18 pm

· #40247
אה, ווייל דו האסט געשריבן PLAY האבעך נישט פארשטאנען.

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:20 pm

· #40248
?On the table

No_name » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:39 pm

· #40251
אין אלע צייטן האט די אידישע מוזיק אויסגעקוקט ווי די סביבה אין ווי מ'האט געלעבט, אמאל איז אלעס געווען קלאסישע מארשן גיט א קוק אויף יו"ט ערליכס זאכן, היינט איז נישטא בנמצא אזא סטייל היינט איז אלעס פאפ (איך רעד פון די כשר'ע ניגונים) אזוי גייט עס צוביסלעך אדאפטירט מען די סטייל מוזיק ווא מען וואוינט.

אויב איר ווילט זיך גיין מתווכח זיין אויב ראפ איז שיין און צו ס'הייסט נגינה? זייער גערן, איך קען דיר מסביר זיין דעם גאנצן ענין פון ראפ, אבער לגבי אידיש-גויאיש, איז קלאר ווי די טאג אז אלע צייטן האבן די ניגונים אויסגעקוקט ווי דאס פלאץ וואו מען האט געוואוינט, היינט וואוינט מען אין אמעריקא, דעריבער קוקט אונזער מוזיק אויס אזוי...

qwerty » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:43 pm

· #40278
No_name

וואס די זאגסט אז עס האט אלעמאל אביסעל א שייכות צי דעם רוח המקום איז רעכטיג אבער עס איז דא נאך א פאר פרטים אין דעם וואס מדארף נעמען אין באטראכט:

אמאליקע צייטען איז די גויעשע נגינה אין פארשידענע מדינות געווען מלא תוכן מיט זייער טיפע און רייכע הרגשים.

למשל א גוי האט געקענט מאכן א ניגון פין געגואים און כלות הנפש פאר זיינע גוישע זאכן וואס ער וויל אבער עס איז געווען זייער טיף רייך און מלא תוכן - האט א איד געקענט נעמען אדער דעם ניגון אליין און דאס פארוואנדלען אנשטט כלות הנפש פון דעם גוי פאר זיין באליבטע, אלס א ניגון פון כלות הנפש פון אידען צום אויבערשטן - אדער אויב נישט דעם ניגון אליין אדאפטירען דעם רוח און סטייל....

עד"ז גוישע ניגוני שמחה זענען אמאל געווען מלא תוכן, טיף און מיט אן אינערלעכע רייכקייט, טיפקייט און ברייטייט הרגשים...

ממלה איז אז מען אדאפטירט, איז עס געווען אויסערגעווינלעך גיט ציגעפאסט פאר אינדז.

משא"כ היינט, על כל פנים אין אינדזער אמע-ריקה איז דער רוח פנימי פון אמעריע געבויט אויף דעם יסוד פון פרייהייט וואס זיי טייטשען עס אויס נישט אלס חרות נאר אלס הפקרות און צולאזענקייט - ממלה קען מען שוין פין אזא סארט מוזיק וואס איז מלא פוסטקייט-רוח און מלא רוח-הפקרות און מלא רוח-פריקת-עול איז פין אזא גארבעדז-מוזיק בלייבט גארנישט איבער וואס איז נאך ניצבאר צי "אדאבטירען"

לאדיך אפ » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:52 pm

· #40280
אודאי בלייבט איבער! א ריכטיגע ויגבה לבו דרכי ה' פיללינג!

שלמה_דיין » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:26 pm

· #40647
רעפ וואס איז מלא תוכן ויראת שמים!
פאר די אלע וואס קענען נישט טרעפן יראת שמים אין די היינטיגע מאדע נגינה דמתקרי רעפ, זאלן במחילה אויסהערן דעם יוטוב וועלן זיי שוין זען אז אם ריק הוא "מכם", אונז דארפן נאר בעסער זוכן, גאט קען מען איבעראל טרעפן.

qwerty » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:19 pm

· #40675
שלמה_דיין
פאר די אלע וואס קענען נישט טרעפן יראת שמים אין די היינטיגע מאדע נגינה דמתקרי רעפ, זאלן במחילה אויסהערן דעם יוטוב וועלן זיי שוין זען אז אם ריק הוא "מכם", אונז דארפן נאר בעסער זוכן, גאט קען מען איבעראל טרעפן.

לפענ"ד איז עס אינגאנצין נישט קיין גדר ניגון און דער אן הוחן איז אז מן עס בו אופן נישט "זינגן" אן ווערטער.

ווער עס רעדט אונגאריש איז דאך אויך מיט "טעמי המיקרא" אבער קיין ניגון איז עס נישט.

און סאיז דאך א נ"מ להלכה בנוגע קול אישה ווען מהערט א פרוי רעדען אויף אינגאריש 😂

און עד"ז דענק איך אז ראפ איז נישט שייך אין דעם גדר פין קול אישה ווייל סאיז נאך וויניגער ווי אונגאריש.

No_name » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:45 pm

· #40737
qwerty

משא"כ היינט, על כל פנים אין אינדזער אמע-ריקה איז דער רוח פנימי פון אמעריע געבויט אויף דעם יסוד פון פרייהייט וואס זיי טייטשען עס אויס נישט אלס חרות נאר אלס הפקרות און צולאזענקייט"[/b]

זייט ווען? דו רעדסט פון היינטיגע מוזיק ווי איין זאך, ס'זענען דא איך ווייס נישט וויפיל סטיילס מוזיק, און דו האסט אלעס אפגעפסל'ט אז ס'ברענגט ארויס הפקירות, ס'הייבט זיך נישט אן, איך קען אמאלךיגע גויאישע מוזיק און איך קען היינטיגע מוזיק, און איך דיסאגרי, ס'איז דא אלע מיני מוזיק.

און ביידעוועי, די הקפה ניגון וואס מ'זינגט אין דיין שול ברענגט אויך ארויס צולאזנקייט, אויב דו גלייבסט נישט גיב א קוק ש"ת אין שול וועסטו זעהן אז מ'הויבט אן צו זינגען דעם רבין'ס - זיידן'ס - עלטער פעטער'ס הקפה ניגון, נעמט מען זיך פלוצלינג טאנצן.... יעדער קאנעקט צו זיין מוזיק וואס ער האט ליב, און דאס מאכט איהם לעבעדיג (א.ק.א צולאזט) איינער גייט פאר זעקסטע הקפה ניגון און א צווייטער פאר רעביצין בריינדל שפירא'ס געזאנגען. מיינט נישט אז דאס ברענגט ארויס ווייניגער צולאזנקייט.

No_name » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:49 pm

· #40741
qwerty
שלמה_דיין

לפענ"ד איז עס אינגאנצין נישט קיין גדר ניגון און דער אן הוחן איז אז מן עס בו אופן נישט "זינגן" אן ווערטער.

ווער עס רעדט אונגאריש איז דאך אויך מיט "טעמי המיקרא" אבער קיין ניגון איז עס נישט.

און סאיז דאך א נ"מ להלכה בנוגע קול אישה ווען מהערט א פרוי רעדען אויף אינגאריש 😂

און עד"ז דענק איך אז ראפ איז נישט שייך אין דעם גדר פין קול אישה ווייל סאיז נאך וויניגער ווי אונגאריש.

ווען רעב חאמענדל פלעגט גראמען (אדער ווען שלמה יעקב געלבמאן גראמט) אויף די באקאנטער אור אלטער גראמען ניגון "א ברוכים הבאים פאר גרויסן זיידן יאדידאדידאדידיי טירידאדיי..." איז עס אויך נישט בגדר ניגון?

רעבעל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:28 am

· #40784
qwerty

וואס די זאגסט אז עס האט אלעמאל אביסעל א שייכות צי דעם רוח המקום איז רעכטיג אבער עס איז דא נאך א פאר פרטים אין דעם וואס מדארף נעמען אין באטראכט:

אמאליקע צייטען איז די גויעשע נגינה אין פארשידענע מדינות געווען מלא תוכן מיט זייער טיפע און רייכע הרגשים.

למשל א גוי האט געקענט מאכן א ניגון פין געגואים און כלות הנפש פאר זיינע גוישע זאכן וואס ער וויל אבער עס איז געווען זייער טיף רייך און מלא תוכן - האט א איד געקענט נעמען אדער דעם ניגון אליין און דאס פארוואנדלען אנשטט כלות הנפש פון דעם גוי פאר זיין באליבטע, אלס א ניגון פון כלות הנפש פון אידען צום אויבערשטן - אדער אויב נישט דעם ניגון אליין אדאפטירען דעם רוח און סטייל....

עד"ז גוישע ניגוני שמחה זענען אמאל געווען מלא תוכן, טיף און מיט אן אינערלעכע רייכקייט, טיפקייט און ברייטייט הרגשים...

ממלה איז אז מען אדאפטירט, איז עס געווען אויסערגעווינלעך גיט ציגעפאסט פאר אינדז.

משא"כ היינט, על כל פנים אין אינדזער אמע-ריקה איז דער רוח פנימי פון אמעריע געבויט אויף דעם יסוד פון פרייהייט וואס זיי טייטשען עס אויס נישט אלס חרות נאר אלס הפקרות און צולאזענקייט - ממלה קען מען שוין פין אזא סארט מוזיק וואס איז מלא פוסטקייט-רוח און מלא רוח-הפקרות און מלא רוח-פריקת-עול איז פין אזא גארבעדז-מוזיק בלייבט גארנישט איבער וואס איז נאך ניצבאר צי "אדאבטירען"

אזוי! דאס איז א היינטיגע גוישע ניגון
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=j4MfFs_fbK8">http://www.youtube.com/watch?v=j4MfFs_fbK8</a>
(אכטונג קול באישה)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:50 am

· #40790
"ברעיק אוועי" פון קעלי קלארקסאן איז זייער שיין. איך וויל נישט לינקן.

רעבעל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:58 am

· #40791
[ציטאט אראפגענומען]

qwerty

אמאליקע צייטען איז די גויעשע נגינה אין פארשידענע מדינות געווען מלא תוכן מיט זייער טיפע און רייכע הרגשים.

למשל א גוי האט געקענט מאכן א ניגון פין געגואים און כלות הנפש פאר זיינע גוישע זאכן וואס ער וויל אבער עס איז געווען זייער טיף רייך און מלא תוכן - האט א איד געקענט נעמען אדער דעם ניגון אליין און דאס פארוואנדלען אנשטט כלות הנפש פון דעם גוי פאר זיין באליבטע, אלס א ניגון פון כלות הנפש פון אידען צום אויבערשטן

יואליש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:33 am

· #40804
וואס אונגאריש, ווען אונגאריש. אונזערע אונגאריש האבן נישט די שפראך פון געפיל, נישט אין קונסט און זיכער נישט אן טאג טעגליכע שפראך. ס'גרעסטע אויסדריק פון געפיל זייערע איז קישן די האנט פון א רבי. דאס אויבענדערמאנטע שיר של עדן איז רוי געפיל, סיי דאס ליד און סיי די אויסדריק.

ידען » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:09 am

· #40813
געפילטע פיש
דאס איז ביים דזשואיש זומער פעסטיוואל אין בודאפעסט, אינעם גרויסען נעלאגישען שול אויף דאהאני שטראסע.

דא האסטו עס געשפילט אויף א פידל, זייער שיין.

כאב שוין ערענסט געטראכט צו ווערן א נעאלאג נאכן הערן די שיינע פידעל אבער די דרשה נאכדעם האט מיר געטוישט מיינע מחשבות...

qwerty » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:08 pm

· #40902
“Rap Music Is Not Music”
יעדער מין תועבה, קען מען אלעמאל געפינען איינער וואס טענה'ט אז סאיז בא עם זיס און געשמאק כאטש עס איז נאר אן עקלדיקע זאך איינגעוויקלט אין א זיסען צוקער.

אנדערע ריפען עס אן אויף אידיש, "דרעק מיט פעפער"
אדער אויף ענגליש בלשון נקי' "Sugar coated turd"
<a class="postlink" href="http://www.urbandictionary.com/define.php?term=Sugar%20coated%20turd&defid=3998619">http://www.urbandictionary.com/define.p ... id=3998619</a>

“Rap Music Is Not Music”
“Rap Music” is not music but it is a cleverly marketed euphemism disguised to give the obnoxious noise societal legitimacy.

<a class="postlink" href="http://www.authorsden.com/visit/viewArticle.asp?id=18543">http://www.authorsden.com/visit/viewArt ... p?id=18543</a>

No_name » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:38 pm

· #41084
זאגט איינער וואס קען נישט קיין מוזיק....

רעפ איז "רידעם" (Rhythm) און גראמען. ס'איז די חכמה פון זיך אויס גיסן דאס הארץ און זאגן וואס מ'האט צו זאגן אין גראמען און אויפן ביעט,

ס'איז איינגעטיילט אין צוויי, איין חלק איז די גראמען, און די אנדערע חלק איז די Rhythm.

דו קענסט אסאך מאל משוגע ווערן וויאזוי די חברה האלטן זיך אויפן ביעט, נאכן זאגן א גאנצער זאץ און דו מיינסט אז יענער איז שוין לאנג פארלוירן, אבער ביי די ענד פונעם זאץ איז ער דא.
איך וועל אייך געבן א משל דאס צו פארשטיין, אסאך מאל ביי א חתונה ווי ס'איז דא א לייוו בענד, קען מען זעהן ווי דער דראמער צולאזט זיך און נעמט זיך אליין האקן און מ'כאפט נישט ווי ער האלט, אבער ער האלט אן א געוויסער Pattern, וואס דאס איז די ביעט (איך רעד פארשטייט זיך פון גוטע חברה וואס קענען זיך האלטן) די זעלבע זאך איז מיט דעם.
אויב האלט איר אז Rhythm איז א חלק פון מוזיק, דאן איז רעפ אויך א חלק פון מוזיק.

און אגב ס'זענען דא אסאך רעפ וואס האבן אין די בעקגראונד טענער, וואס דאס האט צוטוהן מיטן רעפ, אבער דאס איז נישט איבעראל, און נישט יעדער פארשטייט דערצו.

נאכדעם איז דא די גראמען חלק, וואס ס'זענען דא בעסערע און שוואכערע, די זעלבע ווי גראמערס ביינונז, ס'זענען דא פרילענסערס, וואס קענען זיך ארויף שטעלן אויפן סטעידזש און זיך נעמען אויסגיסן זייער הארץ און זאגן אלעס וואס ליגט זיי אין בויך, (א שטייגער ווי פאר מ'רופט אויס די פעטערס פון די קאזינס) און נאכדעם זענען דא די וואס קענען נישט אזוי ווייט נאר דארפן זיך פארקוקן און זאגן פון צעטיל.
אויף דעם חלק קען מען זיך דינגען צו ס'האט מיט מוזיק צוטוהן.

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:58 am

· #48082
הער אויס דא
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=DuTuKufvgO4&feature=player_embedded">http://www.youtube.com/watch?v=DuTuKufv ... r_embedded</a>
ווי ער זינגט מיט אזא געשמאק.

אויך דא
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=endscreen&NR=1&v=CjwKuYmzWYg">http://www.youtube.com/watch?feature=en ... jwKuYmzWYg</a>

עס לוינט זיך אויסצוהערן, די גאנצע נשמה ליגט דערין.

פויער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:48 am

· #48097
דאס איז קלאר אז די ניגונים פון די גוים זענען שעדליך און האבן א שטארקע השפעה אויפן מענטש. איך בין א מוזיק-עדיקט, איך לעב און אטעם מוזיק, פאר עטליכע יאר צוריק בין איך ליידער אריינגעכאפט געווארן פאר א קרבן צו די גוי'שע מוזיק וואס האט מיך ממש פאר'כישוף'ט און פארדראגט ווי חשיש.. כ'פלעג מיך אנהערן טאג און נאכט מיט די סארט גוף און דאס פלעגט מיך צוטרעטן צום הארץ און נשמה, איך פלעג מיך קענען נעמען טאנצן אינמיטן די ארבעט, וויינען אזש ביז טרערן, מיין קאפ און מחשבה זענען געווען ממש צוגעקניפט צו די ארטיסן.
יא! כ'מוז מודה זיין, די ניגונים זענען געווען צום זאך, אבער דאס איז שעדליכער ווי סם!

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:04 pm

· #48123
פויער

איך קען איינעם וואס האט די זעלבע רעאקציע צום זעקסטע הקפה ניגון. ער נעמט זיך וויינען און טאנצן, ווערט צוגעקניפט צים ארטיסט.
איך האב אלץ געמיינט ס'איז זיין פראבלעם, נישט דעם ניגון'ס.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:41 pm

· #48154
נולד מאוחר
איך קען איינעם וואס האט די זעלבע רעאקציע צום זעקסטע הקפה ניגון.

וואס איז דאס?

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:56 pm

· #48161
האט איר געוויסט אז סאל א קאקאש קען אויך זיין א טאנץ ניגון?

הערט דא
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=89m4v0pK-uU&feature=related">http://www.youtube.com/watch?v=89m4v0pK ... re=related</a>

פויער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:21 pm

· #48213
נולד מאוחר
פויער
דאס איז קלאר אז די ניגונים פון די גוים זענען שעדליך און האבן א שטארקע השפעה אויפן מענטש. איך בין א מוזיק-עדיקט, איך לעב און אטעם מוזיק, פאר עטליכע יאר צוריק בין איך ליידער אריינגעכאפט געווארן פאר א קרבן צו די גוי'שע מוזיק וואס האט מיך ממש פאר'כישוף'ט און פארדראגט ווי חשיש.. כ'פלעג מיך אנהערן טאג און נאכט מיט די סארט גוף און דאס פלעגט מיך צוטרעטן צום הארץ און נשמה, איך פלעג מיך קענען נעמען טאנצן אינמיטן די ארבעט, וויינען אזש ביז טרערן, מיין קאפ און מחשבה זענען געווען ממש צוגעקניפט צו די ארטיסן.
יא! כ'מוז מודה זיין, די ניגונים זענען געווען צום זאך, אבער דאס איז שעדליכער ווי סם!

איך קען איינעם וואס האט די זעלבע רעאקציע צום זעקסטע הקפה ניגון. ער נעמט זיך וויינען און טאנצן, ווערט צוגעקניפט צים ארטיסט.
איך האב אלץ געמיינט ס'איז זיין פראבלעם, נישט דעם ניגון'ס.

גראדע איז די זעקסטע הקפה ניגון אויך א שטארקע טיפע תנועה (ווער האט דאס געמאכט?) אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.