☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פאליטישע ספיקות

פאליטישע ספיקות

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16460

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:53 am

· #532986
פאליטישע ספיקות
א גוטן חברים.
איך האב א נושא'לע אויסצושמועסן וואס דרוקט מיר א וויילע און איך קען באשטיין עס זאל באקומען אביסל פרישע לופט דא.

איך בין א לינקע בדעה, (אלע רעכטע ארויס...) וועלכע האט מיר אטאמאטיש געברענגט צו טראסטן מער די עסטעבלישמענט ווי מ'רופט עס, עס נעמט בעיקר אריין די מידיע אויפן ברייטן פארנעם, אבער דערונטער ליגט פארשטייט זיך די סייענטיפישע קאנצענסוס און די פאליטישע עסטעבלישמענטס.

שוין נישט פון היינט זענען דא די וועלכע באשולדיגן די מידיע און זיין צו שטארק לינק, עד כדי במזיד פארבלענדן די עולם. אנגעפאנגען מיט קאוויד אין אירע פאליסיס, גלאבאלע אנווארמונג פארשטייצעך, די WOKE און ליבעראלע אגענדעס בנוגע אבארשאן און LGBTQ+, קענסלען די מאסן און צענזורירן געשפרעכן, והאחרון די 'דיעפ-סטעיט' וועלכע שטייט אנקעגן טראמפ מיט ציין און נעגל. א.א.וו.

נעניתי ראשי על כל גל וגל, אויף יעדע נקודה זענען געווען אסאך תירוצים און מהלכים עס יא צו בארעכטיגן. איך בין בדרך כלל געגאנגען מיט די מהלך אז סאציאלאגיש גערעדט זענען די לינקע דא פאר פראגרעס און פאר די טובה פון סאסייעטי בכלליות, אבער פארשטייט זיך אז טעותים זענען אומפאמיידבאר.
לגבי קאוויד – האב איך פארשטאנען אז מאסקעס איז בענעפישעל בפרט אם לא יועיל לא יזיק, לגבי די שטרענגע לאקדאונס און פארמאכן וויכטיגע אינסטיטוציעס ווי מוסדות וכדו' האב איך יא געהאלטן איז ראדיקאל – אן קיין דאטא אויף די קאסט/בענעפיטן דערפון, אבער לאידך גיסא בעת ס'הערשט א פאניק איז שטרענגערע שריט פארשטענדליך, די אינפורסירונג חלק שבו איז נישט קיין סאך אנדערש ווי יעדע אנדערע געזעץ אויף וואס מ'קען זיך אויך דינגען אויף די אקוראטע ווירקונג דערפון (א שטייגער ווי די פינקטליכע ספיד לימיט וכדו') אבער פאלגן דארף מען. לגבי די לעב טעאריע איז מיר גראדע געווען אינטרעסאנט די רעאקציע פון די מידיע אזוי-צוזאגן, בעת איך האב געהאט געהערט שוין ביים אנפאנג פונעם מגיפה פון א (גראדע לינקע) מומחה אז בפשטות איז דאס מעשה ידי אדם, אבער די מידיע איז געווען שטרענג דערקעגן ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש – מ'קען דאס אבער פארשטיין אין די קאנטעקסט פון די רילעישאנשיפ מיט טשיינע וועלכע מ'זוכט נישט איבערצוהיצן.

גלאבאלע אנווארמונג מיין איך נאך יעצט אז ס'איז א מציעות, און אז מיר האבן נאך לכאו' די יכולת עס צו לינדערן.

LGBT איז א פארצווייגטע סוגיא, וכמו"כ אבארשאן, מיט ווייטוג אויף ביידע זייטן, סיי פון די וואס ווילן טענה'ן אז מ'אנערקענט נישט זייער רעכטן גענוג, ולאידך די וועלכע שרייען אז ציוויליזאציע לייגט זיך צאם מיט אזעלכע טוישונגען.

לגבי די טראמפ סוגיא, די נאכאנאנדע רדיפות וועלכע מ'האט אים צוגעטיילט זינט ער לויפט, ובפרט לעצטנס מיט די אלע קרימינאלע אנקלאגעס, וואס איך בארעכטיג ביסודם, איז פארט אביסל שווער די מציעות פון צוטיילונג וואס עס איז גורם, סיי אין ליכט פון די 'האנטער ביידן לעפטאפ' וועלכע איז במזיד פארשוויגן געווארן, סיי אין די יעצטיגע שוחד געשיכטע וואס האלט זיך נאך אינמיטן אויפוויקלען, ווי די רעכטע שווערן זיך אין די קארופציע פון די DOJ וועלכע פייניגט טראמפ בו בזמן אדורכלאזענדיג ביידן מיט קלינטאן לשעבר א.א.וו.

ווי עס איז אבער די שווערסטע אראפצושלינגען איז טאקע לגבי די צענזוראציעס וואס קומען פאר מער און אפטער ווי סיי ווען, הגם עס קען זיין נאך א רעכטע טאלקינג פוינט און אן אויפגעבלאזענע באשולדיגונג, איז עס שוין עכ"פ גענוג מאל געהערט געווארן אז א בעסערע תשובה זאל זיך באדארפן, נעמליך, דאס וואס מ'קענסעלד מענטשן פון פלאטפארמעס, אנגעפאנגען פון גרויסע מידיע נעצן, ביז פאליטישע פאזיציעס, און סאשעל מידיע צענזור, אויף יעדע אגענדע וואס שטומט א משהו ראסיסטיש/אנטי-סייענטיפיש/קאנספיראציע, וואס קענען זיך בסופו של דבר אויסשטעלן גאר צו זיין דאס ווארהייט, וואס הגם אין פרינציפ מאכט עס סענס נישט צו לאזן יעדע שמויגער פארקויפן זיינע לאקשן פאר די מאסן, אבער ווען די דאזיגע שמויגערס פארנעמען גאר א שיינע פראצענט פונעם באפעלקערונג, פארשטיי איך שוין אויך אז מעגליך עס איז צייט פאר א טויש אין צוגאנג, (בען שפירא האט ערגעץ א גוטע שמועס – נישט געקענט יעצט טרעפן – בנוגע דעם נקודה וועגן סייענס, אז זיי דארפן זיך אנפאנגען מער צו מסביר זיין.)

די פריוואטע בארעכטיגונג וואס איך פארשטיי דא איז דא, איז די מציעות פון אומבאלאנס וועלכע הערשט טאקע אין דעם טיילונג צווישן די רעכטע אין די לינקע, עס צו מאכן די פשוט'סטע מעגליך, זע איך די מושג פון ליבעראלן/לינקע (אני בתוכם) אלס חברה וואס זענען מער דא פאר די אמת, וועלכע פירט צומאל אטאמאטיש צו א סעלף דעסטרוקציע, דהיינו פאקטיש גערעדט ווען עס הייבן אן ארויסקומען שמועות/באווייזן איבער אימעילס פון קלינטאן/ לעפטאפ אדער שוחד פון ביידן, וואס געשעט אויפן פלאץ איז, אז זייער ראטעס צווישן דעמאקראטן פאלן, דאס האט מען געזען ביי די 2016 וואלן ווי קלינטאן האט פארלוירן – כמעט זיכער וועגן דעם פרשה, און די זעלבע איז געשען בשעת די פרשה מיטן לעפטאפ - ווי ביידן'ס ציפערן האבן געטראסקעט, דאס איז שוין אפגערעדט די מטעמים וואס די רעכטע מאכן דערפון, וואס האט געברענגט די חברה אין טשארדזש צו פראבירן וואס מער מעגליך אפצושטעלן די פלוס פון אזעלכע אינפארמאציע עכ"פ ווילאנג עס איז נישט באשטעטיגט.
ביי די רעכטע – ובפרט ביי טראמפ זעט מען אבער א פאקערטע פענאנים, א בחינה ווי כאשר יענו אותו – כן יפרוץ, די אנקלאגעס זעט נישט אויס צו האבן קיין נעגאטיווע אפעקט אויף זיינע ציפערן, אויב עפעס שטארקט עס אים נאר, יעצט ובעבר.
ענליך איז אויך לגבי די סייענטיפישע נושאים וועלכע זענען פון א סאציאלאגישן פערספעקטיוו מער וואלנראבעל צו אונטערגעהאקט ווערן דורך יעדע קליינע קאנספיראציע וועלכע איינער קלאפט זיך צאם, וועלכע בארעכטיגט במקצת די געדאנק פון צענזור, פשוט פאר די סעיק פון באלאנסירן דעם אמת.

עס ווערט נאר פארהאנקערט ווען עס קען אנפאנגען צו ווערן קארופטירט פון די מאכט וואס עס שאפט (power corrupts..) און קיין טשעקס אין באלאנסעס איז נישטא געהעריג און פלאץ דערווייל איבער די פלוס פון אינפארמאציע, ממילא בין איך אביסל צומישט איבער דעם נושא, און עס ליגט מיר פאר די אויגן עלאן-מאסק'ס אגענדע פון מאכן ברייטער די פרידאם אוו ספיטש ראלם..

הרבה יותר ממה שקראתי יש כאן..

איך קען אבער באשטיין צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו (פראבירנדיג צו זיין די מערסטע אביעקטיוו שייך..) זענען טאקע די לינקע געגאנגען צו ווילד און שארף לעצטנס? אויב יא וואס האט עס צוגעברענגט? און וואס קענען זיי מעגליך טון אנשטאט דעם? אפשר זענען די רעכטע אזוי קארופטירט אז יעדע מיטל זיי אפצושטעלן – ובעיקר טראמפ – איז בארעכטיגט? אדער אפשר איז יא דא מער א ראציאנאלע מהלך זיך צו שלאגן מיט די רעכטע?

בעיקר בין איך געווארן אינספירירט איבער דעם פון די דעבאטע דא איבער די נאמנות פון מידיע היינט צוטאגס,
און פון בען שפירא דא ווי ער ווייזט כלומר'שט אויף די קאנטראל פון די לינקע געמיינדע איבער די אינפארמאציע פלוס, און דא ווי ער בעסיקלי טענה'ט אז די סיבה פארוואס טראמפ ציט אן אזוי שטארק איז ווייל ער איז דער וואס שטעלט זיך ארויס אנקעגן די לינקע.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 3:20 am

· #532987
אידעלאגיע און פאליטיק זענען צוויי אנדערע וועלטן און עס גייט נישט באנעזאם.

פאליטיק וועט דיקטירן וואס א לינקע אדער א רעכטע דארף האלטן טראץ וואס ס'מאכט נישט בכלל סענס מיט די אפיציעלע לינקע אדער רעכטע אידעאלאגיע.

למשל מיט אזא פופצן יאר צוריק זענען לינקע געווען בכלל אנטי מלחמה, און די רעכטע זענען געווען פרא, זייט טראמפ האט אראפגעשטעלט א נייע סטאנדארט פאר די רעכטע בנוגע מלחמה, זעמער פלוצלינג געוואויר געווארן אז די לינקע זענען אייביג יא געווען פרא מלחמה.....

בכלל איז טראמפ מער ווייניגער געווען לינקע אבער אויף די רעכטע זייט. און ס'האט זיך ארויסגעוויזן אויף אסאך פלעצער. איינער פון די סיבות פארוואס איך בין א שטיקל חסיד פון טראמפ איז גראדע ווייל ער איז א לינקע....

בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?

איך בין גענוג אלט צו געדענקען אז די רעפובליקאנער זענען 'אפיציעל' געווען אנטי רוסלאנד און די דעמאקראטן האבן 'אפיציעל' געוואלט בויען א נאנטשאפט. און היינט איז פארקערט.

עס איז סתם אזוי ביטער פאר סיי ווער ס'געט ארויס זייער דעסישען מעיקינג פאר אנדערע, צו ס'זאל זיין די מידיא פון די לינקע אדער רעכטע. מ'דארף אליינס טראכטן און ראציאנאליזירן יעדער אספעקט באזונדער.

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 3:32 am

· #532988
קורקלענד
בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?
לענ"ד גייט עס צוזאמען פון די 'יוטיליטעריען' געדאנק, די איידיע אז reducing suffering איז די איינציגסטע און וויכטיגסטע וועליו כהיום, און דאס שאצט מען דורך זייער א סייענטיפישע מעסטער, אויב וועט גערעכטיגקייט מער ארויסקומען דורך עלימינירן טויט-שטראף - ווייניגער אומשילדיגע גייען ליידן (סטאטיסטיקלי), דאן קען דאס גיין צוזאמען אז 'לעבן און נישט לעבן' (ביי אן עיבור) איז א סאציאלע קאנסטרוקט בפרט לגבי די 'רעכטן' וואס קומען מיט דערמיט, און טאמער וועט די באפעלקערונג לעבן רואיגער און צופרידענער ווען פרויען האבן מער רעכט פאר 'טשויסעס', דאן יאלא.. דאס מיין איך איז די יסוד פון די ליבעראלע אגענדע..

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 3:35 am

· #532989
מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 4:29 am

· #532990
אלפא
קורקלענד
בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?
לענ"ד גייט עס צוזאמען פון די 'יוטיליטעריען' געדאנק, די איידיע אז reducing suffering איז די איינציגסטע און וויכטיגסטע וועליו כהיום, און דאס שאצט מען דורך זייער א סייענטיפישע מעסטער, אויב וועט גערעכטיגקייט מער ארויסקומען דורך עלימינירן טויט-שטראף - ווייניגער אומשילדיגע גייען ליידן (סטאטיסטיקלי), דאן קען דאס גיין צוזאמען אז 'לעבן און נישט לעבן' (ביי אן עיבור) איז א סאציאלע קאנסטרוקט בפרט לגבי די 'רעכטן' וואס קומען מיט דערמיט, און טאמער וועט די באפעלקערונג לעבן רואיגער און צופרידענער ווען פרויען האבן מער רעכט פאר 'טשויסעס', דאן יאלא.. דאס מיין איך איז די יסוד פון די ליבעראלע אגענדע..
די עצם דעבאטע אויף טויט שטראָף קען אויך זיין צו ס'וועט רעדוצירן suffering אויף ביידע זייטן פון די טענה. וכן לאבארשן קען מען זאגן אז רעדוצירן suffering גייט אן ביי די עיבור פונקט ווי ביי די מאמע.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 4:34 am

· #532991
אלפא
מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
זיי האבן געטוישט די פרעצעדענט, און זיי גייען חרטה האבן ווען די רעכטע וועלן מיט זיי מאכן מיט זיי די זעלבע. און זיי וועלן זיך דעמאלט קענען דאנקן פארן זיך אויספלאסטערן די וועג. וואס מען טוהט, טוהט מען פאר זיך. אויב טראמפ מעג ווערן צענזורירט, וועט א צווייטער אויך עווענטועל ווערן צענזורירט און דעמאָלט וועט מען ביטער חרטה האבן פארן עס אדורך לאזן ביי טראמפ.

ירושלימער » זונטאג אוגוסט 6, 2023 5:22 am

· #532992
ווי מיר ווייסן דעם כלל פון סדנא דארעא חד הוא, איך בין אן ארצישראלדיגע און מסתמא וועסטו יעצט אויפהייבן די ברעמען מיט א מה לכהן בבית הקברותדיגע וואונדער, ווייל קיין בלאסן אהנונג אין אמעריקאנער פאליטיק האב איך נישט חוץ פון שטייטצעך דרויסנדיגע אויבערפלעכליכע מיינונגען ווי א אויסלעדישער קען צו האבן [דרך אגב איז ערווארטעט אז אויסלענדישע זאלן אויך אזוי צוגיין צו ארצישראלדיגע פאליטיק בזהירות ובכבוד הראוי און מיט אביסל ענווה, אבער נישט יעצט און נישט דא איז עס די נושא].
עכ"פ כלפי די מידיע, דא אין ארץ ישראל זענען דא די זעלבע טענות און אפשר מער, די פרעסע איז שטארק געשטימט לינק, דאס יעצטיגע שטורעם איבער די משפט-רפורמה, קערט איבער די מדיהנ מיט'ן אפעציעלן שטיצע פון די גרויסע קאנאלן.
למעשה מיין אייגענע שטימונג איז ערגעץ ווי אינדערמיט, אבער די נטיה פון די טעלעוויזיע צו זיין לינק איז ברור כשמש, כאטש די אנדערע זייט שרייען תמ'וואט אז וואס עפעס וכו' וגו' און נאך פארקערט און קוק דא האבן מיר אזוי געזאגט און דא אהער און דא אהין. יעדער האלט איין רעכטער פאר א כפרה הינדל מ'זאל קענען ווייזן און זאגן, אבער בכללות איז די רוח לינק אינגאנצן.
על כל פנים, כ'שטעל מיך פאר אז אין אמעריקע גייט אויך אן אזוי.

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 7:19 am

· #532995
קורקלענד
אלפא
מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
זיי האבן געטוישט די פרעצעדענט, און זיי גייען חרטה האבן ווען די רעכטע וועלן מיט זיי מאכן מיט זיי די זעלבע. און זיי וועלן זיך דעמאלט קענען דאנקן פארן זיך אויספלאסטערן די וועג. וואס מען טוהט, טוהט מען פאר זיך. אויב טראמפ מעג ווערן צענזורירט, וועט א צווייטער אויך עווענטועל ווערן צענזורירט און דעמאָלט וועט מען ביטער חרטה האבן פארן עס אדורך לאזן ביי טראמפ.
איך הער.
די שאלה איז האבן זיי באמת אויסגעפלאסטערט א נייע פרעצעדענט דא?
למעשה זעט מען ווייט נישט די זעלבע התנהגות כלפי דע'סענטיס אדער אנדערע 'רעכטע אגענדעס' (WOKE איז א נושא פאר זיך לדעתי.) .
ס'קען זיין ווי בען שפירא טענה'ט אז דאס איז טאקע מכח וואס טראמפ איז די איינציגסטע דא וועלכע איז אויסגעשפראכן אנקעגן - און אונטערצוברענגען די לינקע (נא, קען דאך זיין ער האט אנגעהויבן?!), וואס פארדעם איז די גאנצע מערכה אזוי שטארק געצילט צו אים. ס'קען אבער אויך זיין (וואס איך בין נוטה מער צו טראכטן.) אז טראמפ איז פשוט א טאטאלן משוגענער - ווי רוב פון זיינע שטיצער וועלן אפי' מודה זיין - און די עסטעבלישמענט איז עלערדזשיק צו אזאנע פארשוינען, דערפאר זעט מען טאקע נישט די אלע מערכות אזוי ווייט געצילט אנקעגן רעכטע איידעאלאגיעס אדער אנקעגן אנדערע קאנדידאטן, ענדערש איז עס זייער ספעציפיש אנקעגן די כאראקטער און מעשים פון טראמפ אליין.
אין פאקט הערט מען גאנץ קלאר פון הונטער די קוליסן אז די דעמאקראטן ציטערן פון א צווייטע קאנדידאטור אנגעקן ביידן, ווייל דארט האבן זיי טאקע ווייניגער שאנסן, און ווייניגער פיילן דערקעגן..

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 10:16 am

· #533002
לדעתי.

טראמפ איז אריינגעקומען אין וואשינגטאן מיט א געוויסע ציל צו מאכן ספעציפישע רעפארמען און אזוי ארום אריינגיין אין היסטאריע אלס איינער וואס האט געטוישט און איבערגעמאכט און אויסגעראטן פראבלעמען אין וואשינגטאן. ער האט זיך אבער פארעכנט און נישט געכאפט ווי דורכגעפוילט וואשינגטאן איז באמת און דערפאר האט ער באצאלט א טייערע פרייז.

טראמפ איז גראדע מער א לינקער ווי א רעכטער בשיטה און איז אויך מער א פראקטישע מענטש. פארשטייט זיך ווען מ'קוקט איהם און אביעקטיוו. באזירט ספעציפיש אויף זיינע פערזענלעכע סטעיטמענטס און מעשים (לדעתי לויט ווי איך האב איהם אפגעלערנט אן די אינטערפעראציע פון די פרעסע).

די סיבה פארוואס זיי האבן איהם פיינט איז ווייל ער האט צובראכן זייער גאנצע מאשין פון קארופציע און ס'האט זיי זייער געשאדט זייער ביזנעס.

נעם א שטייגער ווי מידל איסט שלום. שוין יארן וואס פאליטיקער שרייען אז ס'איז משוגע שווער צו מאכן שלום דארט. בעת ווען פאר זייער אינטערעסע איז ווערט וואס מער מחלוקת. ס'ברענגט זיי כבוד און אסאך געלט. דערפאר האט מען אייביג געגעבן הילף פאר פאלעסטינער און פאר ישראל, זאלן ביידע האבן גענוג זיך צו פארמעסטן. אזוי זאל די ביזנעס ווייטער פארן און מ'זאל קענען רעדן ווייטער פון שלום. ביז טראמפ איז געקומען, און האט אנגעהויבן רעדן פראקטיש. ווילסט הילף הער אויף די טעראר. לאמיר מאכן א פלאן. ביז אפאר וואכן איז מידל איסט געווארן פיל מער שלום'דיג און מענטשן האבן אקטועל פאראויס געזען האפענונג פאר א שלום. טעראר האט זיך פארמינערט און די וועלט איז געווען א בעסער פלאץ. ער האט גערוקט די עמבעסי צייגנדיג אז ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה און אלע סטראשונגען האבן זיך אויסגעלאזט א זייפנבלאז. ווער האט געהאט א פארלוסט פון די אמת'ע שלום. אמת'ע פאליטיקער.... אזוי איז דא מער און מער פעלער ווי ס'איז ארויסגעקומען און ס'האט זיי זייער וויי געטוהן.

ערנסטגערעדט » זונטאג אוגוסט 6, 2023 10:37 am

· #533004
פאליטישע ספיקות
מקען נישט פארענטפערן די אייגענע פארטיי אייביג
אזוי ווי מקען נישט אלס פארענטפערן דעם רבי׳ן, סוועט אייביג באדערן געוויסע זאכן. איך בין אויך מער לינק ווי רעכט, בלויז ווייל די רעכטע פשוט מאכן אויף מעשיות און קאנספיראציעס. טראמפ קען מען נאכגיין, יעדע קוריאזע זאך וואס ער האט געזאגט איז באזירט אויף עפעס און נישט בלויזע לופט. די שאלה איז צו ער האט עס געהערט אויף פאקס אדער אויף ניוזמעקס אבער ער פלעפלט נאך.
קודם אז סזאל זיין אזא איינער וואס איז דער מערסט ארויפגעקוקטע מענטש פרעדיגט נאך אזאנע מעשיות איז א פראבלעם פאר זיך.
דאס אז א יאנואר 6 מעשה האט געקענט פאסירן איז גענוג ער זאל גיין אין גלות, שלום עלי די אבראהאם אקארדס, שלום עלי די מעקסיקא בארדער וואנט, שיקטס אים אוועק, איך וויל אים מער נישט זען.
צו העלפט די מידיע מיט שנאה קאמפיין? זיכער יא, אבער אין מידיע זענען ביידע פארטייען אייניג, קיינער איז נישט ׳פעיר און באלאנסירט׳ און אין א געוויסע וועג האב איך יא ליב טראמפס מלחמה אויף די מידיע, ווייל זיי פיטערן יעדן מיט זייער אגענדעס… אבער מדארף הערן ביידע און וויסן אז די אמת איז געווענליך ערגעץ אינצווישן. אבער קשיות און ספיקות וועט אייביג זיין

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 10:47 am

· #533005
דאס אז דו זעסט אז יאנואר זעקס איז געווען אזא געפערלעכע געפאר איז אויך פשוט ווייל די מידיא ארבעט אויף דיר. איך האב געזען אינגאנצן א צוויטע בילד אין יאנואר זעקס אויף כמעט איעדע לעוועל.

אויך דארף מען נישט באלאנגן בכלל צו א פארטיי און א גוטן טאג. אזוי דארף מען קיינעם נישט פארענטפערן און מ'קען בלייבן עטוואס מער אביעקטיוו און אומאפהענגיק.

אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 11:15 am

· #533006
קורקלענד
דאס אז דו זעסט אז יאנואר זעקס איז געווען אזא געפערלעכע געפאר איז אויך פשוט ווייל די מידיא ארבעט אויף דיר. איך האב געזען אינגאנצן א צוויטע בילד אין יאנואר זעקס אויף כמעט איעדע לעוועל.
די טיפערע שאלה בכל אופן דא, איז צו דיין בליק קומט נישט פון די מידיע? קומט עס יא דען פון א וואקיום אינסולירטע מיינונג - אומאפהענגיג פון פארטיי, פראפאגאנדע, און נאראטיוון?
נעמליך, די טריקענע פאקטן זאגן דאך למעשה כמעט גארנישט - זען ווי מ'ברעכט זיך איין אינעם קאפיטאל געביידע קען האבן 100 הסברים צו זיין געפערליך אדער גאר עק וועלט, און ווי אויך 101 סיבות צו זיין בארעכטיגט (אלס אויפן הייפאטעטישן ראלם..), ווען מיר וואלטן דאס געזען אין צפון-קאריע וואלטן מיר לכאו' אלע מסכים געווען אז עס איז גוט, לעומת אויב געשעט דאס אויף א גרינעם דינסטאג אין ענגלאנד וואלטן רוב לכאו' געהאלטן אז ס'נישט גוט. פארשטייט זיך אז נאראטיוו פון איין סארט אדער א צווייטן מוז אריינשפילן כדי צו ערגענצן די בילד..

די שאלה איז נאר פון ווי די נאראטיוו שטאמט, איז עס דיירעקט ארויס פון די לינקע מידיע? איז עס דיירעקט ארויס פון די רעכטע - קאנטער מידיע (יא, דאס אז די מידיע איז בייעסד לינקס איז אויך במדת מה א רעכטע נאראטיוו..)? אדער איז עס שוין א משהו צוגעפיקסט און גערייניגט פון אייגענע בייעס אויף ווי ווייט מעגליך, צו זיין ווי מער אקוראט און אביעקטיוו?

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 11:26 am

· #533007
קורקלענד
אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.
דא קומסטו צו צו א צווייטע נקודה, וואס באמת שטייט די קאנסערוואטיווע לאגער פאר?
איז עס זיך צו שלאגן מיט WOKE? אדער זיך צו שלאגן אויף 'נוגע'דיגע' מערכות - ווי דו רופסט עס? how about זיך בכלל נישט שלאגן, נאר אנפאנגען ברענגען צום טיש עפעס זאכליכע פילאסאפיעס און פאליטיק, אזוי ווי די לינקע - וועלכע זענען לכל הדעות נישט נאר דא אלס אן אפאזיציע..?!

איך בין באמת נישט אויסגעקאכט און די היסטאריע ארום די פאליטיק, און פונקטליך וואס בוש ודעימיה זענען יא אדער נישט געווען, קוים ווייס איך וואס טראמפ איז דא פאר, אבער הא גופא, אפשר איז דא דא עפעס סאציאלאגישע אינערציע (inertia) אויף עפעס א דיירעקציע, און עס מיינט נישט אז איינער איז דא ארונטער-צו-רייסן די רעכטע א.ד.ג.
דאס אז לינקע אגענדעס פיקן אויף דאס איז א מציעות, אנגעפאנגען פון LGBT איידעאלאגיע, ביז די ברייטע אנטי-רעליגיע דיירעקציע וואו די וועלט פארט, א.א.וו. וואס ס'קען זיין איז די שולד פון די מידיע (ווי בען שפירא טענה'ט), אבער לאידך גיסא קען זיין א נאטורליכע (free fall) דיירעקציע, וואו די מידיע בס"ה רעפלעקטירט דאס..

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 6, 2023 1:23 pm

· #533011
אלפא
מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
די לינקע וועלן קיינמאל נישט מודה זיין אז זיי האבן געהאט א טעות. אין א זאך וואס איז קעגן זייער אידעאלאגיע אדער אגענדא. אזוי ווי קורקלאנד האט געזאגט. אז לכאורה האבן זיי א תרתי דסתרי אידעאלאגיע. די זעלבע מענטשן וועלכע זענען (אין פרינציפ) אקעגן טויט שטראף אפילו פאר די מערסטע אכזריות'דיגע רציחה, זענען (אייביג) פרא-אבארשן. מיט אלע פארשידענע יופעמיזמס וואס זיי לייגן צו.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 1:59 pm

· #533014
berlbalaguleh

און אויך די רעכטע.

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:07 pm

· #533016

איך מיין אז די לינקע וועלן שנעלער מודה זיין און זייערע טעותים ווי די רעכטע. מ'האט דאס געזען ביי קאוויד ווי די לינקע צייטונגען רעפארטן אלע טעותים וואס סייענס און גאווערנמעט האט געטון דעמאלס. איך מיין אבער ס'וועט ארויסקומען נאך שטערקער אויב ביידן'ס קארופציעס וועלן ווערן מער פעסטגעשטעלט, ווי לינקע זייען אדמיטן זיין אורטייל (הגם מעגליך נישט אזוי שארף) אסאך שנעלער ווי אני טראמפיען איז גרייט צו מסכים זיין אז טראמפ איז נאר מעגליך באגאנגען עפעס אן עוולה..

ס'דערמאנט מיר וואס א חבר מיינע האט געטענה'ט איבער די רעכטע היפאקריטיע, אויף דעם וואס די רעכטע רעדן זיך אפ ווי שטארק מ'האט גע'רודפ'ט טראמפ אויפן בענקל און יעצט, בעת וואס ביידן גייט אריבער גארנישט ווייניגער רדיפות סיי לגבי זיין עלטער/געזונט צושטאנד יעדעס מאל ער פארגעסט א זאץ אדער פאלט אראפ, און סיי מיט זיין זון'ס געשעפטן. און נישט פארגעסן פון זיין קארופטירטע מידיע און DOJ...

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:10 pm

· #533017
אלפא
קורקלענד
אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.
דא קומסטו צו צו א צווייטע נקודה, וואס באמת שטייט די קאנסערוואטיווע לאגער פאר?
איז עס זיך צו שלאגן מיט WOKE? אדער זיך צו שלאגן אויף 'נוגע'דיגע' מערכות - ווי דו רופסט עס? how about זיך בכלל נישט שלאגן, נאר אנפאנגען ברענגען צום טיש עפעס זאכליכע פילאסאפיעס און פאליטיק, אזוי ווי די לינקע - וועלכע זענען לכל הדעות נישט נאר דא אלס אן אפאזיציע..?!

איך בין באמת נישט אויסגעקאכט און די היסטאריע ארום די פאליטיק, און פונקטליך וואס בוש ודעימיה זענען יא אדער נישט געווען, קוים ווייס איך וואס טראמפ איז דא פאר, אבער הא גופא, אפשר איז דא דא עפעס סאציאלאגישע אינערציע (inertia) אויף עפעס א דיירעקציע, און עס מיינט נישט אז איינער איז דא ארונטער-צו-רייסן די רעכטע א.ד.ג.
דאס אז לינקע אגענדעס פיקן אויף דאס איז א מציעות, אנגעפאנגען פון LGBT איידעאלאגיע, ביז די ברייטע אנטי-רעליגיע דיירעקציע וואו די וועלט פארט, א.א.וו. וואס ס'קען זיין איז די שולד פון די מידיע (ווי בען שפירא טענה'ט), אבער לאידך גיסא קען זיין א נאטורליכע (free fall) דיירעקציע, וואו די מידיע בס"ה רעפלעקטירט דאס..
עס איז דא א קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע, און דערנאך זענען דא פאליטיקער וואס פארופן זיך קאנסערוועטיווע, ס'זעלבע איז אויף די לינקע זייט. למשל די סופרים קאורט איז אפיציעל קאנסערוואטיוו. לויט די אפיציעלע קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע דארף די פעדעראלע רעגירונג האבן גאר מינימאלע רעכטן איבער די אמעריקאנער בירגער. טראץ וואס די סופרים קאורט איז 'אפיציעל' קאנסערוואטיוו האב איך געליינט אז איבער אכציג פראצענט פון קלאגעס איבער אזעלכע אנגעלעגנהייטן האט די קאורט געגעבן פאר די רעגירונג. איז דאס קאנסערוואטיוו? ניין. נאר דאס ווערט נישט באריכטעט אין די אלגעמיין און דאס איז עס.

'נאציאנאלע זיכערהייַט' איז געווארן א תירוץ נאך ניין עלעווען פאר יעדע אומרעכט וואס די רעגירונג באגייט. טראץ וואס אין רוב פעלער האט עס גארנישט מיט 'נאציאנאלע זיכערהייַט'. בוש און שפעטער אובאמא האבן אראפגעווארפן אסאך טשעקס און באלאנסעס אין נאמען פון 'נאציאנאלע זיכערהייַט'.

עדווארד סנאודן האט אויפגעשאקעלט א וועלט לאזנדיג וויסן פאר די גאנצע וועלט וואספארא ליגנערס און באנדיטן די אמעריקאנער רעגירונג איז. און ביידע פארטייען האבן איהם גע'רודפט.

לויט די לינקע אידעאלאגיע וואלט דזשוליען אסאנזש געדארפט זיין די גרעסטע העלד פון אונזער יאר הונדערט. און למעשה שמאכט ער אריין. ווייל פאוער און קאנטראל דרייען די וועלט.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:14 pm

· #533018
אלפא
איך מיין אז די לינקע וועלן שנעלער מודה זיין און זייערע טעותים ווי די רעכטע. מ'האט דאס געזען ביי קאוויד ווי די לינקע צייטונגען רעפארטן אלע טעותים וואס סייענס און גאווערנמעט האט געטון דעמאלס. איך מיין אבער ס'וועט ארויסקומען נאך שטערקער אויב ביידן'ס קארופציעס וועלן ווערן מער פעסטגעשטעלט, ווי לינקע זייען אדמיטן זיין אורטייל (הגם מעגליך נישט אזוי שארף) אסאך שנעלער ווי אני טראמפיען איז גרייט צו מסכים זיין אז טראמפ איז נאר מעגליך באגאנגען עפעס אן עוולה..

ס'דערמאנט מיר וואס א חבר מיינע האט געטענה'ט איבער די רעכטע היפאקריטיע, אויף דעם וואס די רעכטע רעדן זיך אפ ווי שטארק מ'האט גע'רודפ'ט טראמפ אויפן בענקל און יעצט, בעת וואס ביידן גייט אריבער גארנישט ווייניגער רדיפות סיי לגבי זיין עלטער/געזונט צושטאנד יעדעס מאל ער פארגעסט א זאץ אדער פאלט אראפ, און סיי מיט זיין זון'ס געשעפטן. און נישט פארגעסן פון זיין קארופטירטע מידיע און DOJ...
עבר זמנו בטל קרבנו. זיי זענען טאקע מודה 'ווען ס'איז שוין נישט נוגע'. די פראבלעם איז נישט אז זיי האבן דעמאלט נישט געוויסט אדער אז זיי זענען יעצט נישט מודה. די פראבלעם איז אז מען ווערט וואס א טאג ס'גייט אדורך מער געוואויר, אז זיי האבן דעמאלט גוט געוויסט און דווקא פארדרייט א קאפ און פרובירט אריינצורעדן די וועלט כל מיני שקר. דאס איז א אויסגערעכנטע סטראטעגיע וויאזוי זיי פירן דורך וואס ספעלט זיי אויס. און דערנאך זענען זיי נאך אויפריכטיגע אנשים אמת אויך.

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:15 pm

· #533019
יא יא, דערצו זענען זיי אויך (בדרך כלל) מודה!

אלפא » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:18 pm

· #533020
אודאי איז דאס נוגע!
די עלאן מאסק אגענדע (איך ווייס נישט באמת אויב ער איז רעכט אדער לינק געשטומט..) גייט באקומען מאמענטום פון די לינקע פונקט אזוי לדעתי. טאקע נאר ווייל זיי קענען מודה זיין אז זיי זענען געווען אביסל צו פאוערפול אין געוויסע מצבים.
עס איז אייביג נוגע צו פארבעסערן די עתיד - פאר אן אויפריכטיגע לידערשיפ..

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 6, 2023 2:54 pm

· #533021
אלפא
אודאי איז דאס נוגע!
די עלאן מאסק אגענדע (איך ווייס נישט באמת אויב ער איז רעכט אדער לינק געשטומט..) גייט באקומען מאמענטום פון די לינקע פונקט אזוי לדעתי. טאקע נאר ווייל זיי קענען מודה זיין אז זיי זענען געווען אביסל צו פאוערפול אין געוויסע מצבים.
עס איז אייביג נוגע צו פארבעסערן די עתיד - פאר אן אויפריכטיגע לידערשיפ..
ס'מער נישט נוגע קיין אפס קצהו פון וואס ס'האט זיך דעמאלט אויסגעפעלט. די וועלט האט זיך איבערגעדרייעט, און טאקע דארט ווי אלעס האט זיך אנגעהויבן איז געווען א לעב וואס האט דאס פראקטיצירט, מיט אמעריקאנער געלטער. אויסגעצאלט און געפארשט דורך און די וואס זענען דא געשטאנען ביים רעדל און איינגעפירט פאליסי. ווען די פרעסע וואלט דאן אינוועסטיגירט וואלט מען בלי ספק געהאט אינגאנצן א אנדער דעוועלאפמענט מיט קאוויד. די מציאות איז אז נישט נאר זיי האבן פשוט נישט אינוועסטיגירט. זיי האבן אויך געמאכט די קאוועראפ. אצינד וואס ס'זאל נאר ארויסקומען וועט נישט קיין סאך אויפטוען קעגן וואס ס'וואלט געקענט דעמאלט.

פאוטשי וואלט לכאורה גלייך געפלויגן. און מ'וואלט נאך געהאט א שאנס אויסצופארשן וואס פונקליך ס'האט פאסירט. אנשטאט האט מען פארברענט די גאנצע לעבן און דערנאך מודה געווען......

אלפא » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:38 pm

· #533567
מענין לענין, אליעזר קרויס אין זיינע לעצטע צוויי שמועסן דא און דא אנאלאזירט די נושא פון די deep state, וואס ווי ער איז מסביר זיך צום פענאנים פון איינגעווארצעלטע יסודות אין א ספעציפישן סיסטעם וועלכע מאכט שווער און כמעט אוממעגליך אפי' פאר א פירער פונעם סיסטעם זיך ארומצושפילן אדער טוישן די נארמעס דערין.
עס איז הייס אין די פאליטישע גאס בנוגע די מערכה וואס טראמפ האט געזאלט אנפירן אנקעגן די אזוי-גערופענע איינגעגעסענע לינקע אגענדעס (deep state) אין די שישקעס פון די גאווערנמענט און אין די דזשאסטיס סיסטעם והמסתעף, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די 'צודרייטע' פאליטישע רדיפות אנקעגן אים אויף יעדע אופן נאר שייך. ער מאכט נישט אינגאנצן אוועק די געדאנק פון דיעפ סטעיט אלס טובה, לדוגמה אויב קומט טאקע ווען ארויף א דיקטאטור אדער רשע אזוי ווי היטלער בשעתו - ווי א דיעפ סטעיט וואלט געווען א געוואונטשענע זאך אונטערצוברענגען אזאנע רעוואלוציעס, דא ביי טראמפ איז ער גראדע ביי די מיינונג אז היסטאריע וועט אויס'פסק'נען טראמפ צו די גוטע זייט (נעמליך, אויפצושאקלען און אונטערצוברענגען די קוראפטירטע און פארפוילטע חלקים פונעם גאווערנמענט) ואכמ"ל.

ער גייט ווייטער מיטן מסביר זיין די פענאנים פון דיעפ סטעיט אלס א ברייטערע סאציאלאגישע מציעות, והנוגע לעניינינו לגבי אונזער איינגעגעסענע סיסטעם מיט געוויסע פארפוילטקייטן וואס קומען מיט דערמיט - וועלכע איז לכבוד דעם 'דיעפ סטעיט' מציעות כמעט אוממעגליך צו טוישן, הן בנוגע חתונה מאכן אדער דירות וכדו' מיט וואס ער איז זייער פארנומען - און עסט זיך אז שינויים לטובה געבן זיך נישט איין ווי עס דארף צו זיין, אזוי אויך וואלט ער ווען געוואלט קענען מער אויפטון און רעוואלוציאנירן איבער די מצב החינוך והישיבות, אבער ער פילט אינסטינקטיוולי די פאש-בעק טאקע פון אט דעם דיעפ סטעיט בתוכינו..

בעצם קען מען אים פערזענליך אנקוקן היבש קאהערענט מיט זיין בליק איבער די 'סיסטעם' אזוי-צו-זאגן, בנוגע טראמפ אינעם גאווערנמענט, און זיינע מיינונגען איבער די סאציאלאגישע פראבלעמען וועלכע מ'דארף באקעמפן פאר יעדן פרייז ביי אונז.

ווי איך בין אבער אביסל צומישט - און איך בין נייגעריג אינעם דעת הקהל - איז דאס וואס איך זע יא א שטיקל חילוק צווישן די צוויי קעיסעס, דהיינו צווישן די 'גאווערנמענטאל דיעפ סטעיט' וועלכע איז יא א געוואונטשענע זאך לדעתי - הגם עס דארף אייביג זיין - און עס איז במדת מה אריינגעבויט אינעם סיסטעם - א מהלך פון טשעקס און באלענסעס אז עס זאל נישט פארן צו שיף און איין דיירעקציע, די סיבה פארוואס טאקע עס איז גוט פון א סאציאלאגישן פערספעקטיוו איז בעיקר פאר די סטאביליטעט פון א פלאץ, ווי עס דארף האבן אן איינגעגעסענע סיסטעם מיט נארמעס אז עס זאל נישט ווערן צופארן יעדע שני וחמישי אדער מיט א פארשלאג פון איינעם'ס דמיונות. ואליבא דאמת געשעט דאס אטאמאטיש - ווי ער ערווענט שוין - עס איז נישט קיין זאך אויף וואס קארפן קעפ דארפן זיצן און אויסארבייטן די פרטים, סאסייעטי באשאפט עס אליין.
ולאידך גיסא בין איך מסכים אז אונזער סיסטעם האט ריזיגע חסרונות (אויך מעלות...) און לעכער, וועלכע איז שווער צו פיקסן טאקע ע"פ רוב מכח דעם דיעפ סטעיט פון סאציאלאגישע ענערציע, ווי ס'דארף יא זיין עפעס א מהלך אויסצוקראסן די דיעפ סטעיט דא.

עס איז יתכן איך טאנץ דא אויף צוויי חתונות און איך בין אביסל היפאקריטיש לגבי דעם, ואדרבה ירא הקהל וישפוט, איך מיין אבער פארט אז עס זענען דא נאך אסאך (בפרט מער די סעקולארע דא אין שטיבל) וועלכע פארשטייען אויך ווי מיר - און אפשר קענען זיי עס בעסער מחלק זיין.

איין זאך וואס קען זיין איז די סקעיל פון די פראבלעמען לעומת די סאלושאן, דהיינו, אין די גאווערנמענט זענען די פראבלעמען און קארופציעס צו קליין (עכ"פ אין די לינקע געדאנקען-גאנג) לעומת די חרבנות וואס א טראמפ 'סאלושאן' ברענגט מיט זיך. משא"כ אין אונזער סיסטעם ווי ריכטיגע שריט און פארבעסערונגען ווערט אפגעהאלטן דורך זייער קארופטירטע לידערשיפ און סיסטעם וכו'.

נאך א נקודה וואס איך טראכט איז די פערסאנאליטי - נישט איידעאלאגיע - פון טראמפ, וועלכע איז די פראבלעם דא, נעמליך, די געדאנק אביסל אויפצושאקלען די גאווערנמענט אויף א געזונטע וועג קען יתכן זיין געראטן, נעם אזא איינער ווי בען שפירא אדער אפי' ראן דע'סענטיס וועלכע לדעתי האבן צו פארקויפן (עכ"פ פון א מעסיגע קוק-ווינקל) אפאר ריכטיגע נקודות, ולאידך האבן זיי נישט דעם דעסטרוקטיווע מאכט אזויווי טראמפ צו אנזייען כאאס, חרבנות, און צוטיילונג, וועלכע וואלטן מעגליך געווען געזונט פאר די באלאנס פון א סיסטעם (אדער דיעפ סטעיט..). אדער אויב מ'וויל עס אפי' נעמען צו לעיזער קרויס אליין, וועלכע גייט שוין אזוי אויך מיט א 'פאני' מאנטל אויפן גאס און טוט נאך געוויסע מאדנע זאכן און פאבליק - אבער פארשטייט אויך צום זעלבן צייט אז שינויים נעמען צייט (וויפיל ער זאל זיך נאר רעגן דערויף..) און אז מ'קען נישט אריינקומען אין א סאסייעטי איבערדרייען די נארמען איבער נאכט - ואולי קיינמאל נישט - וועלכע ווייזט שוין אויף באזעסנקייט און מענטשליכקייט לכה"פ - אפגעזען זיינע מיינונגען און איידעאלאגיעס. אנדערש ווי טראמפ אליין וועלכע (נניח דאס איז טאקע זיין -גוטע- כוונה) איז בסופו של דבר א טאטאלע משוגע'נער נישט פון היינט אן, און זיין אנוועזענהייט לאזט בהחלט איבער מער שאדן ווי אויפטוה וד"ל.
די שאלה איז נאר אויב איז דאס אמת דאן לעיזער שפיקח הוא מה ראה לשטות זה?!
ער זאגט גראדע ערגעץ אויף א פלאץ אז מ'דארף האבן דעם משוגע'נע אנצופאנגען א רעוואלוציע (זעט אויס ער פילט אליין וויי ווייניג זיינע ווערטער טוען אויף בתור רעדן..). וועט מען מוזן זאגן אז ער זעט נישט איין די לאנג-טעמיניגע חורבן פון אן אומאויסגערעכענטע רעוואלוציע - במקום עוואלוציע וועלכע גייט צוביסלעך און רואיג...

אין קורצן, אלס איינער וואס זוכט צו פארשטיין די סאציאלאגיע און ענערציע פון סאסייעטי, בעת וואס די פילונג זאגט אז די ברייטע גאס האט עס בעסער ווי אונז, זוך איך צו פארשטיין וואו/צו די לאך ביי אונזער סיסטעם איז טאקע גרעסער ווי די אלגעמיינע סיסטעמאטישע פראבלעמען, און אויב יא פארוואס?

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:13 am

· #533603
אויב איז די אידיי פון פרייהייט אראפגעשטעלט מיט די יסודות פון דעמאקראטיע, דאן איז די גאנצע איידיע פון א דיעפּ סטעיט פארקערט ווי דעמאקראטיע. וואס איז מער ווייניגער א דיקטאטור. הייבט זיך אן די תורות אז ס'קען זיין א גוטע דיקטאטור אויך. דארף מען איבערקוקן היסטאריע.

מיין צוויי צענט האט מיר אויפגעוויזן אז מענטשן זענען סעלפיש און מיינען נישט די כלל. און דאס זעלבע זענען מיט די דיעפּ סטעיט חברה. זיי מיינען נישט מיר און נישט דיר. ס'איז נישט במציאות אז ס'זאל זיין א גוטע זאך.

עס איז א פארצווייגטע נושא אבער פונקט אזויווי זיי זענען דובר אין אונדזער סאסייעטי. פאר די זעלבע סיבות איז אזוי אויף די גרעסערע בילד אויך.

אלפא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 7:28 am

· #533609
קורקלענד
אויב איז די אידיי פון פרייהייט אראפגעשטעלט מיט די יסודות פון דעמאקראטיע, דאן איז די גאנצע איידיע פון א דיעפּ סטעיט פארקערט ווי דעמאקראטיע. וואס איז מער ווייניגער א דיקטאטור. הייבט זיך אן די תורות אז ס'קען זיין א גוטע דיקטאטור אויך. דארף מען איבערקוקן היסטאריע.

מיין צוויי צענט האט מיר אויפגעוויזן אז מענטשן זענען סעלפיש און מיינען נישט די כלל. און דאס זעלבע זענען מיט די דיעפּ סטעיט חברה. זיי מיינען נישט מיר און נישט דיר. ס'איז נישט במציאות אז ס'זאל זיין א גוטע זאך.
די פראבלעם איז אז 'דיעפ סטעיט' אפי' לויט ווי ער איז דאס מסביר באשטייט נישט פון קיין 'מענטש' זיכער נישט קיין 'דיקטאטור'. עס איז א סאציאלאגישע צוזאמשטעל פון סיי די 'מענטשן' וועלכע זיצן אויף לאנג טערמיניגע העכערע פאזיציעס און בעיקר פון סאסייעטי אליין וועלכע וויל עס זאל זיין אזוי - עס זאל האבן סטאביליטעט ('סאסייעטי' מיינט נישט דוקא וואס זיי וואטן אריין, עס קען מיינען פסיכאלאגיש וויאזוי מ'לאזט עס לויפן און מ'וויל נישט קיין טויש וכדו',)

עס קען זיך טאקע מאכן מיט די צייט אז געוויסע 'סעקטעס' באקומען מער מאכט ווי אנדערע וועלכע איז נארמאל לויט וויאזוי די דינאמיקס פון פאוער פארט - אבער אויפן ברייטן פארנעם איז דא גענוג פלאץ בפרט און א דעמאקראטישן סאסייעטי נאך עס איבערצודרייען בעוד מועד.. (יא, איך האלט אז ווען נישט טראמפ יעצט אויפן באלאט האבן רעפובליקאנער א גרעסערע שאנס פאר די קומענדיגע פרעזידענסי - טאקע ווייל אסאך אינדיפענדענטס און אפי' געוויסע דעמאקראטן האבן געקויפט די רעכטע פראפאגאנדע אז די לינקע זענען געגאנגען צו ווייט!)

עס לוינט נישט צו ארום טוישן מענטשן און איבערצודרייען די FBI אדער עני אנדערע חלק אין גאווערנמענט איבער נאכט אדער אפי' איבער 4 יאר, עס איז א לענגערע פראצעדור מאכענדיג זיכער אז אלעס בלייבט סטאביל אין די meantime. די זעלבע איז אין אונזער סיסטעם.
די חילוק איז נאר, וואס איך מיין, אז ביי אונז איז טאקע נישטא קיין שום מהלך פון טשעקס און באלאנסעס וועלכע פארשטערקערט די אומבאלאנס פון פאוערס אויף א צודרייטן פארנעם - אטאמאטיש ברענגט עס מיט די מעגליכקייט פון דיקטאטורשאפט דורך איין גבר אלים וועלכע האט אפגעקויפט די שישקעס. משא"כ ביים גאווערנמענט, ווי סיי יעדער פאר זיך האט למעשה מורא פאר זיין בענקל (פאר די לאנג-ראן מער ווי אויפן קורצן..). סיי זענען זיי און ערשטן פלאץ מער עדיוקירט און פירן א פלאץ. און בעיקר איז טאקע דא די טשעקס און באלאנסעס אין פלאץ, אנגעפאנגען פון די מידיע, ביז אזאנע ווי טראמפ וועלכע דארפן אויפצודעקן פראאד וכדו' - און ביז דערווייל האט ער נישט געטראפן צופיל מער ווי אזויגערופענע 'קארופציע' אנקעגן אים אליין והמסתעף.. קען זיין דו האלסט עס איז נישט גענוג טשעקס און באלענסעס ממילא איז עס מער דומה צו אונזער סיסטעם?! על זה אנו דנין..

אלפא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:30 am

· #533616
זע איך יעצט אז דא אויף אייוועלט האט איינער געעפענט אן אשכול מסביר צו זיין די קארופציע פון די דעמאקראטן און די אויפטואונגען פון טראמפ דאס אונטערצוהאקן וואס דערפאר האבן די דעמאקראטן אים פיינט שנאת מוות.
אפאר נקודות ווערן דארט צונומען (דא און דא), ווייניג ווערן אבער געהעריג דעבאטירט אין יענעם אשכול וועלכע ווערט שנעל היציג און ארויס פון קאנטעקסט. (אפאר פון די גוטע דא דא און דא יעו"ש)

וואס ווערט אבער איגנארירט דארטן איז די פשוטע סאציאלאגיע פון פאליטיק בכלליות (וועלכע איז לענ"ד שווערע אויסצושמועסן אויף אייוועלט זייענדיג ביסודו מער אן אקאדעמישן נושא..) דהיינו, מען מוז נישט לייקענען אין אלע אישוס אדער עוולות וואס דעמאקראטן באגייען, אזוי אויך איז עס נישט קיין שווארץ-וויס שאלה צו טראמפ איז גערעכט אדער אומגערעכט, עס איז א ריזיגע ספעקטרום פון מאכט און סאציאלע באלאנס וועלכע דרייווט פאליטיק וויאזוי עס פארט בד"כ, הגם פעולות פון אינדיווידואלע יחידים און פון אינדיפענדענט אינסטיטוציעס קענען האבן - און האבן גראדע אסאך אימפאקט אויף די דיירעקציע פון פאליטיק.
און מיין פארשטאנד איז מידיע א רעפלעקציע פון די עדיוקירטע מאסן, ממילא האט זיך עס גענויגט לינקס אינעם לעצטן תקופה (הער דא איבער די ברייטע דיווישאן וואס פאליטיק האט גענומען און פארוואס) הענס די אקאדעמיע איז געווארן א לינקע אינסטיטוציע וד"ל.
דעמאקראטן זוכן נישט דוקא מער מאכט ווי רעפאבליקאנער זוכן, יעדער זוכט בס"ה צו פאשפרייטן זיין איידעאלאגיע מיט אלע מיטלען אוועילעבל.
טראמפ האט געברענגט אומסטאביליטעט און צוטיילונג אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם (הגם עס איז דעבעיטעבל ווי ווייט עס איז זיין שולד לעומת סאסייעטי'ס דרייוו..) דאס איז אלס זיין פערסאנאליטי פון ליב האבן כאאס און מחלוקת און טון אלעס פאר זיין עגא ווילאנג עס לייגט אים אונטערן ספאט-לייט. וואס מאכט אים פארהאסט ביי יעדן רעכט-דענקיגע מענטש, חוץ טאמער איז ער מער בייז אויף די לינקע אגענדעס (טיילווייז אויפגעבלאזן דורך טראמפ אליין..)

אלפא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:51 am

· #533618
ווי די 'סכנה פאר דעמאקראטיע' איז נולד געווארן, איז אויך לכאו' אומריכטיג צו טייטלען צו די 2020 עלעקשאן דינייעל אדער JAN 6 פאר זיך.
'דעמאקראטיע' איז ביסודו א מהלך צוזאמצוברענגען פאליטיק און די פאלק אויף די בעסטע אופן מעגליך, אנגעפאנגען מיטן אויסהערן יעדעם'ס מיינונג צוגלייך דורך וויילן און רעפרעזענטאטן, ביזן איינשטעלן א סיסטעם פון טשעקס און באלענסעס (יעדע מדינה אויף זיין פארנעם, אין אמעריקא איז עס בעיקר דורך די דריי אפגעזונדעטע אפטיילונגען פון גאווערנמענט פלוס די פרייהייט פון אויסדרוק..) אז מאכט פון איין זייט זאל נישט אונטערדרוקן די צווייטע זייט - ווער-אומער עס שטייט נאר דארט, פארשטייט זיך אז די מערסט עפעקטיווע און ראציאנאלע-יושר'דיגן וועג איז צו גיין מיטן רוב אויף א צוטיילבארן אישו א.א.וו.

איך בין נישט באמת אויסגעקאכט אין די היסטאריע פון די טיילונג און פאוער-שיפט צווישן דעמאקראטן/רעפובליקאנער, אזוי פיל הער איך און פארשטיי איך יא, אז די פענאנים פון אזא צוטיילטע פאליטיק (סיי אין אמעריקא סיי און ענגלאנד און אין מדינת ישראל) איז א נייע מציעות וואס האט זיך געשאפן, אויב נישט דורך טראמפ אליין - לייגט ער זיכער צו האלץ צום פייער. וואו אנשטאט דאס אז די פירערשאפט זאל אינזין האבן די גאנצע לאנד ביינזאם אפגעזען ווי ווייט איינשטמיג מ'איז אויף יעדע פרטיות'דיגע אישו, האט זיך עס געטוישט צו א מושג פון פארטיי-בעיסד פירערשאפט ווי די רעפאבליקאנער (ובראשם טראמפ) זאגן קלאר אז זיי קערן נאר פאר זייער לאגער אדער פאר א געוויסע סעקטע פונעם פאלק, לעומת אפי' די יעצטיגע (קארופטירטע) דעמאקראטיע וועלכע אין פרינציפ עכ"פ זאגן זיי - און לאזן זיך פארהאלטן אויפן זיין איינזייטיג אויפן ברייטן פארנעם!

דא איז ווי די 'סכנה' פארן עתיד און סטאביליטעט פון סאסייעטי לענ"ד ליגט. אויב איינער האלט טאקע אז מ'איז לאיזה סיבה ביי א מצב פון וואס די סעקאנד אמענדמענט האט זיך באצויגן - אז געווער איז וויכטיג ווען די גאווערנמענט איז געגאנגען צו ווייט - דאן פארשטיי איך א בארעכטיגונג צום 'טראמפ' באוועגונג, הגם ביז דערווייל האב איך נאכנישט אין ערגעץ געזען אדער געהערט א מאסגעבענדע הסבר פארוואס דעסטרוקטיווע מאכט איז די איינציגסטע וועג אונטערצוהאקן די אומזיגבארע דעמאקראטישע דיקטאטורשאפט...

איך בין אפען פאר הסברים.

אלפא » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 7:02 pm

· #534359
https://www.youtube.com/watch?v=PqpYxD71hJU
זייער א שטארקע דיסקוסיע איבער די גרויסע פראגעס, און טאמער תשובות זענען טאקע אזוי פשוט...

אלפא » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:31 pm

· #546518
Re: פאליטישע ספיקות
א געלונגענע שמועס צווישן בען שפירא און די בעל ה'דעסטיני' פאדקאסט, אנגעפירט דורך לעקס פרידמאן.

זיי גייען אדורך אסאך פאליטישע נושאים און צונעמען די רעכט/לינקע פערספעקטיוון דערויף.

דאס איז פון די דיסקריבשאן:
OUTLINE:
0:00 - Introduction
1:36 - Liberalism vs Conservatism
6:49 - Education
23:06 - Trump vs Biden
43:31 - Foreign policy
56:28 - Israel-Palestine
1:11:25 - Russia-Ukraine
1:23:04 - January 6
1:39:03 - Abuse of power
1:49:01 - Wokeism
1:55:42 - Institutional capture
2:09:36 - Monogamy vs open relationships
2:14:29 - Rapid fire questions

איין הערה'לע האב איך פאר בען שפירא, נאך וואס ער רעדט זיך אפ אז געוויסע פראבלעמען קומען פון די צוזאמפאל פון רעליגיע און מערידזש, וואס איז זיין וויזיע וויאזוי עס צוריק-צו-שטעלן איינמאל מ'האלט דא? עס זעט אויס ווי ער איז זייער גוט אין אידענטיפיצירן דעם פראבלעם און קריטיקירן יעדע זאך וואס האט נישט קיין דיירעקטע שייכות דערמיט, אבער איך זע נישט זיין מהלך צו נעמען אזא סאסייעטי און יא עפעס טון דערמיט, חוץ פון 'עס לאזן פאר לאקאלע אטאריטעטן' ואני את נפשי הצלתי...

אלע צוזאמען » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:20 am

· #548792
Re: פאליטישע ספיקות-דזשאן פעטערמאן
’סענאטאר דזשאן פעטערמאן’ דער באלקי האסקי אויפגעבלאזענער סאציעליסט פון ’פענסילוועניע’ וואס דרייט זיך ארום אין ’די.סי.’ מיט א האדי, און האט אויפגעריסן אמעריקאנע פאליטיק נישט לאנג צירוק נאכן אנפירן א סענאט סעסיע אנגעטון ווי א גאסן פעדלער פון ’די בראנקס’, דער זעלבער וואס האט נאך נישט געהאט קיין איין דזשאב אין לעבן, און געלעבט ביז יעצט פון זיין מאמע’ס פעי טשעק, דער יעניגער וואס בלויז געציילטע חדשים צירוק איז ער געווען דער ציל פון קאנסערוואטיווע און רעפובליקאנע אטאקעס, אלס דער וואס גייט אונטערברענגן אמעריקע, יא, טאקע ער, איז דער פריש’סטער כוכב ביי די רעכטע און לאנד.

עפעס קוקט ער נישט אויס ווי דער זעלבער ’פעטערמאן’ וואס האט זיך אויפן קאמפיין שטראז דערקלערט אלס ’פעטערוואמען’ צו געווינען נאך פוינט’ס ביי די אולטרא לינקע, צוויי שטארק צוטיילענדע נושאים אין לאנד, ווי ער שטעלט זיך ארויס גאר שטארק אויף די רעכטע זייט פונעם רעגן-בויגן, און הייטערט אויף די רעפובליקאנער און מאכט די לינקע שפייען גאל, די לאנד באבלט מיט די בארדער, די גרעניץ מיט מעקסיקא, און אנדערש ווי רוב דעמאקראטן האט ער זיך גלייך ביים אריינקומען געשטעלט אויף די זייט פון רעפובליקאנער אז ס’איז א געפערליכן פראבלעם, און ער האלט אין קריטיקירן די ’ביידען אדמיניסטראציע’ איבער די נושא.

הארט נאך די ברוטאלע אטאקע אויף מדינת ישראל דעם פארלאפענעם שמחת תורה, האט דער ריז פעטערמאן זיך געשטעלט אויף די ריכטיגע זייט פון היסטאריע און דערקלערט זיין אומצוויידייטיגע שטיצע פאר די איזרעלי ריספאנס צו די מאסן שחיטה, און זייט דעמאלט איז זיין סופארט נאר געוואקסן, עטליכע נעכט צירוק ווען ראדיקאל לינקע חאמאס שטיצער האבן פראטעסטירט פארנט פון זיין הויז, איז ער ארויסגעקומען פאכענען מיט א גרויסע בלוי און ווייסע פלעג, און נאר נעכטן האט ער געגעבן א שטארקע רעדע, (מיטן האדי) ווי ער האט אראפגעריסן די וואס פארלאנגן א שטילשטאנד.

די גאנצע געשיכטע מיט אים ביז אהער,האט מיר אריינגעלייגט אין פאליטישע ספיקות.

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 3:34 pm

· #548829
Re: פאליטישע ספיקות
די OCT 7 אטאקע האט ווי עס שיינט גאר שטארק ארויסגעברענגט א שניט אין די לינקע לאגער, ווי צענטראלע ליבעראלע - די וועלכע האלטן פון רוב לינקע אגענדעס אויף א מעסיגן פארנעם - זענען געווארן צודרוקט אונטערן פראגע צו זיי שטיצן די מדנ"י כלומר'שטע 'גענאסייד' און די גאנצע פאלעסטינע זאווערוכע, און די מיט שכל וועלכע פארשטייען אביסל צו די מצב און פארשטייען אז די מציאות איז נישט אייביג ווי WOKE וואונטשט זיך - זענען שנעל געווארן אפגעזיגלט אלס 'רעכטע' 'ראסיסטן' וכל החניכא, און געדארפט איבערטראכטן זייערע שטעלונג.
דאס האט ווי עס שיינט אויפגעשאקלט זייער אסאך וועלכע האבן ווי נישט ווי מחפה געווען אויף די WOKE ראדיקאלן (אני בתוכם), און אסאך פון די קומען יעצט מער ארויס קלארער אנקעגן די משוגעתן און טפשות וואו עס האט אונז אריינגעפירט.

וואס יא? ווי איך לערן עס אפ, איז דא די לינקע איידיע פון 'פראגרעס' און פארשטיין די וויקטים וכו' וועלכע איז ביסודו נישט שלעכט, נאך מער, ווילאנג עס לויטערט אז איך זאל איינגעבן פון מיר כדי צו מאכן אביסל בעסער פאר יענעם איז עס לכאו' געוואונטשן און קען פארמערן סימפאטיע. וואו עס הייבט אן גיין קרום איז ווען איך בין די וויקטים און איך הייב אן פארלאנגען אז יענער זאל איינגעבן און פארשטיין און מ'וויל אונטערברענגען די סיסטעם וואס איז נישט געבויט דוקא אזוי (- הומען נאטור..), און דאס איז אביסל געשען דא, ווען קודם זענען געוויסע אויפגעקומען מיט די איידעאלאגיע פון מער טאלערירן און מער איינגעבן אויף די 'אייגענע' חשבון, דאס האט זיך דאן אריבערגעגאסן ווי מינאריטעטן האבן אנגעפאנגען פארלאנגען די רעכטן, און WOKE האט זיך צוגעשטעלט צו דעם צו ארונטער-רייסן 'יענעם'ס' סיסטעם וועלכע אפרעססט און איז געבויט אויף פריוויליגיע מיט אלע שטותים וגומר..
די ליניע צווישן פארשטיין די מינאריטעט און האלטן אז עס באלאנגט זיך אז זיי זאלן הערשן דאס איז א גרויע, און דאס איז ארויפגעקומען יעצט אויפן אויבערפלאך פאר די ציוויליזירטע צווישן אונז נאכאמאל איבער-צו-רעכענען זייער איידעאלאגיעס און שטעלונגען.

אלפא » דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:06 pm

· #549522
Re: פאליטישע ספיקות

די קעפעלע » מיטוואך יולי 24, 2024 10:05 pm

· #568747
Re: פאליטישע ספיקות

קורקלענד » מיטוואך יולי 24, 2024 10:55 pm

· #568751
Re: פאליטישע ספיקות
אלפא #

ואני אומר אז פונקט אזויווי ביסט בייעסט אויף לינקס ביסטו בייעסד אויף די איזראעל פייט.

אבער ציוואס פעלט דיר אויס צו זיין אויף די לינקע זייט און 'אריינפיטן' אין זייער באקס און שיטה מיט וואס נאר זיי קומען אויף? פארוואס קענסטו נישט אליינס אפמאכן אומאפהענגיק וואו דו שטייסט אפגעזען צו דו האלטסט זיך לינקס אדער וויל דו ביסט א איד און הערשט דערנאך אריינקוקן צו וואס דו האלטסט שטימט אויך מיט וואטעווער דו טראכסט 'אריינצופיטן' אין?

סקעפטיקער » דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:00 pm

· #568790
Re: פאליטישע ספיקות
די קעפעלע #
זעה די ארטיקל באריכות, בעיקר קומט עס פון איר מאן'ס פארדינסטן
https://www.newsweek.com/how-nancy-pelosi-net-worth-vastly-increased-while-house-speaker-1762361

נאך א שמויגער » דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:39 pm

· #568814
Re: פאליטישע ספיקות
סקעפטיקער #
די קעפעלע #
זעה די ארטיקל באריכות, בעיקר קומט עס פון איר מאן'ס פארדינסטן
https://www.newsweek.com/how-nancy-pelosi-net-worth-vastly-increased-while-house-speaker-1762361
וויזוי ווייטס ער וואס צו קויפן אדער פארקויפן?

סקעפטיקער » דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:59 pm

· #568816
Re: פאליטישע ספיקות
נאך א שמויגער #
וויזוי ווייטס ער וואס צו קויפן אדער פארקויפן?
No idea
?Why does it matter

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יולי 25, 2024 6:30 pm

· #568817
Re: פאליטישע ספיקות
סקעפטיקער #
נאך א שמויגער #
וויזוי ווייטס ער וואס צו קויפן אדער פארקויפן?
No idea
?Why does it matter
גוטע קשיא...

נאך א שמויגער » פרייטאג יולי 26, 2024 11:56 am

· #568855
Re: פאליטישע ספיקות
סקעפטיקער #
נאך א שמויגער #
וויזוי ווייטס ער וואס צו קויפן אדער פארקויפן?
No idea
?Why does it matter
זי איז א גרויסע פירער׳קע אין קאנגרעס. זי ווייסט וועלכע קאמפאניס גייען באלד פארדינען אדער פארלירען פון נייע בילס. בקיצור, אינסיידער טרעידינג.

סקעפטיקער » פרייטאג יולי 26, 2024 12:32 pm

· #568857
Re: פאליטישע ספיקות
עטס האטס באמערקט ווי מ'האט געסוויטשט טאפיק? בען שפירא איז געקומען מיט א באמבע טענה אז אירע פארדינסטן מיט אירע פארמעגן'ס שטימען נישט, אויף דעם האב איך געזאגט אז עס האט מיט איר מאן. קומט מען שרייען אז איר מאן מאכט געלט ווייל זי ווייסט, וואו אין די וועלט קומט דאס דא אריין? בען שפירא'ס באמבע קשיא איז שוין פארענטפערט.

אלע צוזאמען » פרייטאג יולי 26, 2024 1:42 pm

· #568862
Re: פאליטישע ספיקות
סקעפטיקער #
עטס האטס באמערקט ווי מ'האט געסוויטשט טאפיק? בען שפירא איז געקומען מיט א באמבע טענה אז אירע פארדינסטן מיט אירע פארמעגן'ס שטימען נישט, אויף דעם האב איך געזאגט אז עס האט מיט איר מאן. קומט מען שרייען אז איר מאן מאכט געלט ווייל זי ווייסט, וואו אין די וועלט קומט דאס דא אריין? בען שפירא'ס באמבע קשיא איז שוין פארענטפערט.
נעקסט טיים הער אויס אביסל ’בען שפירא’ וועסטו וויסן אפאר זאכן, ער ווייסט אויך אז ס’קומט פון איר מאן, ער וויל ארויסברענגן אטא די פוינט, די מאסיווע אינסיידער טרעידינג וואס קומט פאר אויף ’קעפיטאל הילל’.

קורקלענד » פרייטאג יולי 26, 2024 2:45 pm

· #568864
Re: פאליטישע ספיקות
סקעפטיקער: דו מאכסטעך ווי א תּם? אדער דו כאַפּסט טאקע נישט?

סקעפטיקער » מוצ"ש יולי 27, 2024 11:17 pm

· #568881
Re: פאליטישע ספיקות
אלע צוזאמען #
נעקסט טיים הער אויס אביסל ’בען שפירא’ וועסטו וויסן אפאר זאכן, ער ווייסט אויך אז ס’קומט פון איר מאן, ער וויל ארויסברענגן אטא די פוינט, די מאסיווע אינסיידער טרעידינג וואס קומט פאר אויף ’קעפיטאל הילל’.
די ווידא וואס ער האט געברענגט זאגט בכלל נישט דאס, און ברענגט נישט קיין שום ראי' דערצו.

איך בין גראדע א שטארקע מתנגד צו די אינסיידער טרעידינג, און מעגליך אז דאס איז די קעיס דא ביי פעלאוסי אויך. אבער נישט דאס איז געווען זיין קשיא/טענה בכלל