☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » קען מען ווערן סאושעל?

קען מען ווערן סאושעל?

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16458

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:04 pm

· #532735
קען מען ווערן סאושעל?
מיין פראגע באציט זיך נישט צו מענטשן מיט שווערע סאציאלע פראבלעמען, און נישט צו אזעלכע וואס באזיצן נישט די מינימאלע סקילס ווי אזוי זיך אומצוגיין און קאנעקטן מיט מענטשן (אורחים בלע”ז) נאר דייקא געשמאקע נארמאלע מענטשן וועלכע קענען זיין באליבט און לייכט אין זייער סביבה און קענען אפי’ גוט אפקויפן מענטשן, אבער ווען ס’קומט צו סיי וועלכע סאושעל מאורע ארויס פון זייער טאג טעגליכן סדר היום, אדער ווען זיי באגענען זיך מיט צופיל פרעמדע מענטשן אינדרויסן פון זייער אינערליכן צירקל, וועלן זיי ווערן אומבאקוועם און שפירן נישט אין פלאץ. מען קען עס רופן אן אינטראווערט אדער סיי ווי אזוי מ’וויל.

דער פראבלעם קומט די מערסטע ארויס צום אויבערפלאך ביי משפחה שמחות וכדו’, וואו דער סאושעל מענטש וועט תיכף איינקלאפן מיט יעדן עלטער פעטער און שטיף קאזין מיט אזא נאטירליכקייט, בעת וואס דער אנדערער שטייט ווי א נאר אויפ’ן מארק זיך בייסנדיג די ליפן זיך וואונדערנדיג וואו זיין צונג וועלכע דינט אים שטענדיג אזוי גוט איז פלוצלינג נעלם געווארן.

איז וואס האלטן די היגע פילאזאפן, איז מעגליך פאר אן אינטראווערט צו ווערן אן עקסטראווערט כאטש לעת הצורך?

גאסט » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:13 pm

· #532738
מהיכי תיתי introvert? א introvert נעמט זיין חיות פון זיין רואיגקייט מיט זיך, און עס באדערט עם נישט דאס נישט ארומלויפן פון מעכל צו רעכל. אטן אויך לאו דוקא איז זיין צינג פארשטייפט ווען ער דארף יא עפעס זאגן.

און א introvert קען נישט ווערן א extravert.

Social anxiety?

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:36 pm

· #532742
גאסט
מהיכי תיתי introvert? א introvert נעמט זיין חיות פון זיין רואיגקייט מיט זיך, און עס באדערט עם נישט דאס נישט ארומלויפן פון מעכל צו רעכל. אטן אויך לאו דוקא איז זיין צינג פארשטייפט ווען ער דארף יא עפעס זאגן.

און א introvert קען נישט ווערן א extravert.

Social anxiety?
איך רעד נישט פון סאושעל ענקזייעטי און נישט פון א פארשטייפטע צונג ווען ער דארף עפעס זאגן, נאר א נאטירליכע צוריקגעצויגנקייט און נישט גוטע געפיל אין שטארק סאציאלע מצבים. טאקע נישט אלע אינטראווערטס ליידן דערויף, אבער באופן כללי וועלן בעיקר די אינטראווערטס זיך אידענטיפיצירן מיט די סארט זאכן.

שפילער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:45 pm

· #532743
אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:52 pm

· #532744
שפילער
אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.

שעפטאל » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 8:07 pm

· #532747
עמק הבכא
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
פארוואס נישט? ווייל יעדער קוק'ט און טראכט וואסי פשט אז דער עמק איז עפעס מער שטיל ווי געווענדליך.. וכדו'

און פארוואס נישט רעדן? עפעס א אנדערע בּעליעף וואס ליגט אונטער דעם שטילקייט.

ס'ברענגט מיך ארויף קאשמארען, זכרונות!

אויב האסט שוין פראבירט טערעפי אהן קיין תוצאות. קענסטו בעז"ה היילן די שורש און טוישן דיין DNA דורך אייוואסקא

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 8:24 pm

· #532749
שעפטאל
עמק הבכא
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
פארוואס נישט? ווייל יעדער קוק'ט און טראכט וואסי פשט אז דער עמק איז עפעס מער שטיל ווי געווענדליך.. וכדו'

און פארוואס נישט רעדן? עפעס א אנדערע בּעליעף וואס ליגט אונטער דעם שטילקייט.

ס'ברענגט מיך ארויף קאשמארען, זכרונות!

אויב האסט שוין פראבירט טערעפי אהן קיין תוצאות. קענסטו בעז"ה היילן די שורש און טוישן דיין DNA דורך אייוואסקא
איך פרעג נישט פאר מיר, נאר פאר א חבר. כאטש איך קען אפשר רילעיטן דערצו למחצה ולשליש. (אנדערש וואלט זיך יענער נישט מיט מיר דורכגערעדט).

האלטסט טאקע אז מ’קען גענצליך טוישן DNA דורך סייקעדעליקס?

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 8:54 pm

· #532753
Re: קען מען ווערן סאושעל?
@עמק הבכא

דיין ניק נאמען ברענגט קאשמארן פונעם עמק הבכא! נאכאיינער שפירט אזוי? אדער בין איך דער איינציגסטער. אזויווי איינער זאל זיך א נאמען געבן "שאול תחתיות" "גיהנם" "יגון שאולה" "כף הקלע" וואטעווער יו געט מיי פאינט.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שעפטאל » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:10 pm

· #532756
עמק: לא אמרתי גענצלעך טוישן, אבער טוישן.

אונז מיינען אז די DNA בלייבט פונקטלעך די זעלבע פאר אייביג, ס'נישט אזוי.

אסאך זאכן מאכן א טויש אין די DNA, אפי' זוהן שטראלן.

כ'האב נישט קיין צייט נאכצוקוקן דעי אינפורמציה כעת. אפשר איז דאס נישט אזוי. ווער ס'טרעפט מקורות (בעד צו נגד) זאל ביטע ברענגען.
יישר כחכם

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:11 pm

· #532757
Re: קען מען ווערן סאושעל?
עמק

נעקסט. דיין שאלה צו א אינטראווארט קען ווערן אן עקסטראווארט די תירץ איז ניין! אבער מיט ריכטיגע עקסערסייז און מיטן ארבייטן דערויף קען מען עס אויסארבייטן על צד היותר טוב. איי וועסטו פרעגן אזויווי @שפילער האט געפרעגט, אויב ביסטו בטבע אן אינטראווארט דאן שטערט דיך לכאורה נישט צו זיין איינס?? און דער ריכטיגער ענטפער פארדעם וועט לכאורה זיין אז פונקט אזויווי א עקסטראווארט קען ווערן געטריבן פון עקסטרע ענערגיע צו זיין מער עקסטראווארט קען פונקט אזוי אן אינטראווארט ווערן געטריבן פון עקסטערע ענרגיע צו ווערן מער אריין געטאקט אין זיין פארמאכטקייט

און כ'זעה עס טאקע ביי מיר, איך בין בטבע אן אינטראווארט און ווען כ'בין געווען אינגער האב איך עס געהאט אסאך ערגער, ביז כ'האב מיך גענומען אין די האנט אריין און אויסגעפאלגט וואס פראפעשאנעלס האבן מיך פארגעשריבן וויאזוי און אין וועלכע זאך כ'ברויך ארבייטן אויף מיר וב"ה עלתה בידי ארויסצוקריכן פון די עקסטערע נעגאטיווע סאציעלע אישוס מיט וואס אינטראווארטס ווערן געטריבן ווי למשל זיך שעמען אין פובליק וכדומה. די אינטערשטע שורה איז אז ס'גארנישט ראנג צו זיין אן אינטראווארט אדער אן עקסטראווארט, די פראבלעמען דערפון זענען נאר פון די עקסטערע נעגאטיווע ענערגיע וואס ביידע פארמאגן און פון יענץ קען מען הונדערט פראצענט פטור ווערן

און פטור צו ווערן דערפון מוז נישט קומען פון סייקעדעליקס ווי ידידנו הנכבד @שעפטאל שלאגט פאר. נאר פון פשוטע איידיעס און טוהן די נויטיגע עקסערסייז מיט עקשנות

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שעפטאל » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:14 pm

· #532758
נכון!
סייקעדעליק'ס איז די עצה אויב טערעפי מיט עקשנות האט נישט געהאלפן.
ס'איז ווי מ'דריקט דעם רעיסעט בּאטען...

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:21 pm

· #532761
נישט דאס און נישט דאס. ס'העלפט זייט ביי זייט, פסייקאדעלעקס קאווערט איין ענגעל, טעראפיע א צווייטס, מעדס א דריטע און מוסר ספרים און חסידות א פערטע ענגל וכו' וכו' פיק ענד טשוז. מ'דארף טוהן אלעס אויב מ'קען ווייל ס'איז נישט אנדערע לעוועלס, ס'איז אנדערע ערטער.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:33 pm

· #532763
עמק הבכא
שפילער
אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:02 pm

· #532766
שעפטאל
קענסטו בעז"ה היילן די שורש און טוישן דיין DNA דורך אייוואסקא
לויט ווי כ׳האב מיטגעהאלטן דיינע באריכטן דא אין שטיבל רעדסטו פון אייגענע עקספיריעס... סאוי, שטעלט זיך מיר א גרויסע פראגע: מאן יימר אז דער ׳טויש׳ איז געווען א טובה?!

העסטו אוודאי פרעגן און טענה׳ן, וואס דען? דארף מען לעבן צוריקגעצויגן וכדו׳? העליך דיר זאגן, פרעגסט גוט! אבער איך ווייס איין זאך:

כבוד הרב שעפטאל פארן אייאוואסקע האט אריינגעלעבט אויף אלע באקן... אלע חברים דא און שטיבל האבן זיך באלעקט די פינגער און געקוועלט מיט הנאה פון די געשמאקע סחורה וואס האט זיך געגאסן אויף אלע זייטן... בקיצור, די גאנצע שטיבל האט געלעבט - משא״כ, יעצט האסטעך אזוי נישט מיר נישט דיר מסדר געווען... שלום עלי נפשי, און גארניש? 😮 ניטאמאל א באריכט פון דיין 2׳טע עקספיריענס האמיר באקומען....

״אונז בענקען זיך צום ׳אלטן׳ שעפטאל״!

שפילער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:45 pm

· #532772
דער גאלדענער אדלער
עמק

נעקסט. דיין שאלה צו א אינטראווארט קען ווערן אן עקסטראווארט די תירץ איז ניין! אבער מיט ריכטיגע עקסערסייז און מיטן ארבייטן דערויף קען מען עס אויסארבייטן על צד היותר טוב. איי וועסטו פרעגן אזויווי @שפילער האט געפרעגט, אויב ביסטו בטבע אן אינטראווארט דאן שטערט דיך לכאורה נישט צו זיין איינס?? און דער ריכטיגער ענטפער פארדעם וועט לכאורה זיין אז פונקט אזויווי א עקסטראווארט קען ווערן געטריבן פון עקסטרע ענערגיע צו זיין מער עקסטראווארט קען פונקט אזוי אן אינטראווארט ווערן געטריבן פון עקסטערע ענרגיע צו ווערן מער אריין געטאקט אין זיין פארמאכטקייט

און כ'זעה עס טאקע ביי מיר, איך בין בטבע אן אינטראווארט און ווען כ'בין געווען אינגער האב איך עס געהאט אסאך ערגער, ביז כ'האב מיך גענומען אין די האנט אריין און אויסגעפאלגט וואס פראפעשאנעלס האבן מיך פארגעשריבן וויאזוי און אין וועלכע זאך כ'ברויך ארבייטן אויף מיר וב"ה עלתה בידי ארויסצוקריכן פון די עקסטערע נעגאטיווע סאציעלע אישוס מיט וואס אינטראווארטס ווערן געטריבן ווי למשל זיך שעמען אין פובליק וכדומה. די אינטערשטע שורה איז אז ס'גארנישט ראנג צו זיין אן אינטראווארט אדער אן עקסטראווארט, די פראבלעמען דערפון זענען נאר פון די עקסטערע נעגאטיווע ענערגיע וואס ביידע פארמאגן און פון יענץ קען מען הונדערט פראצענט פטור ווערן

און פטור צו ווערן דערפון מוז נישט קומען פון סייקעדעליקס ווי ידידנו הנכבד @שעפטאל שלאגט פאר. נאר פון פשוטע איידיעס און טוהן די נויטיגע עקסערסייז מיט עקשנות

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
א דאנק פארן מיר דערמאנען און יא דאס האב איך געפרעגט אבער עכט געמיינט עפעס טיפער

אז וואס איז די אלא מאי דער מענטש דארף זיך פרעגן וואס באדערט מיר אז איך בין נישט סאשעל? אהא יענער זעהט אז איך בין נישט סאשעל מיינט עס אז וואס? אהא אז איך בין א נעבעך א נארישער וואס קיינער וויל נישט רעדן מיט וכו' ועוד

ר'יוד וואס באדערט דיר וואס מענטשן טראכטן ? איי געס דיין סעלף עסטיעם איז אין דער ערד ! סא איז נישט דיין פראבלעם אז דו ווילסט זיין א עקסטראווערט דיין פראבלעם איז אז דו ליידסט אויף נידריגע זעלבסט ווערד

און אויף דעם זאלסטו ארבעטען!

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:55 pm

· #532776
וואלווי
עמק הבכא
שפילער
אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם
זאגסט זייער גוט, למעשה איז אבער די וועלט אויסגעשטעלט פאר סאושעל מענטשן, יעדער איז אריינגעצווינגען אין די סארט מצבים אויף דער וועג פון סאושעלייזן, און בשעת מעשה פילט עס נישט גוט.

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:58 pm

· #532778
שפילער

אוודאי איינער וואס איז גוט אויסגעארבעט מיט א פערפעקטן סעלף עסטיעם האט נישט בכלל די אלע פראבלעמען, כמובן רעדט מען פון מענטשן וועלכע זענען נאכנישט אויף דער מדריגה און שפירן יא געפאלן ביי זיך ווען זיי קומען נישט נאך וואס סאסייעטי פארלאנגט פון זיי.

עמק הבכא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:59 pm

· #532780
דער גאלדענער אדלער
@עמק הבכא

דיין ניק נאמען ברענגט קאשמארן פונעם עמק הבכא! נאכאיינער שפירט אזוי? אדער בין איך דער איינציגסטער. אזויווי איינער זאל זיך א נאמען געבן "שאול תחתיות" "גיהנם" "יגון שאולה" "כף הקלע" וואטעווער יו געט מיי פאינט.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
😳

שעפטאל » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 1:44 pm

· #532830
בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל
קענסטו בעז"ה היילן די שורש און טוישן דיין DNA דורך אייוואסקא
לויט ווי כ׳האב מיטגעהאלטן דיינע באריכטן דא אין שטיבל רעדסטו פון אייגענע עקספיריעס... סאוי, שטעלט זיך מיר א גרויסע פראגע: מאן יימר אז דער ׳טויש׳ איז געווען א טובה?!

העסטו אוודאי פרעגן און טענה׳ן, וואס דען? דארף מען לעבן צוריקגעצויגן וכדו׳? העליך דיר זאגן, פרעגסט גוט! אבער איך ווייס איין זאך:

כבוד הרב שעפטאל פארן אייאוואסקע האט אריינגעלעבט אויף אלע באקן... אלע חברים דא און שטיבל האבן זיך באלעקט די פינגער און געקוועלט מיט הנאה פון די געשמאקע סחורה וואס האט זיך געגאסן אויף אלע זייטן... בקיצור, די גאנצע שטיבל האט געלעבט - משא״כ, יעצט האסטעך אזוי נישט מיר נישט דיר מסדר געווען... שלום עלי נפשי, און גארניש? 😮 ניטאמאל א באריכט פון דיין 2׳טע עקספיריענס האמיר באקומען....

״אונז בענקען זיך צום ׳אלטן׳ שעפטאל״!
שכח 😉

נישט געזארגט מ'וועט נאך בעזה"י זיין צוריק, (אבער מער נישט אלס עסקעיפ זאון, נאר פון א געזונטע פלאץ.)

ק"ש איז אסאך מער ווי שמועסן, פתיחת המוח. וכו'. ס'איז א בראוקער.
אסאך בעסטע חברים, אחים בלב, באקענען זיך דא באישי.

שעפטי פארלאזט ענק נישט.
ווייל מ'ווארפט נישט אוועק גוטע פריינט!
לאוו יא אלל

איןברירה » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 3:43 pm

· #532887
מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.

בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.

אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.

שפילער » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 5:52 pm

· #532889
איך מיין די עצה איז ווען דו גייסט צו א שמחה נעם דיר מיט א גיטע חבר מיט וועם דו קענסט גיט שמיעסן אדער ווען דו קימסט אן צו א שמחה זיך דיר אויף נאך א אינטראווערט אזוי ווי דיר (סאיז דא געניג און נאך) און יענער וועט זיך מחייה זיין צו שמיעסן מיט דיר

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 6:59 pm

· #532892
Re: קען מען ווערן סאושעל?
איך וויס נישט ווי שטארק עס איז מעגליך זיך צו טוישן אין די עניין. איך מיין אז עס איז גרינגער און שטערקער זיך צו בויען די self esteem צו עקסעפטן און עפרישיעטן די אייגנקייט, צו value'ען די independence וואס די האסט - אז די ביסט נישט אנגעהאנגען אין די פארבינדונג מיט אנדערע מענטשען.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 7:23 pm

· #532895
איןברירה
מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.

בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.

אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
אונז - ק״ש חברים - דארפן אנפאנגען זיך משדך זיין איינע מיטן אנדערן, העמיר דאן אויך האבן פאן ביי שמחות 🙂

שלג זהב » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 11:31 pm

· #532925
Re: קען מען ווערן סאושעל?
איך האב יעצט געוואטשט די נייע לעיטעסט טאלקס פאדקעסט מיט יודל מעלבער פון להשיג, זיין קורס איז געבעיסד אויף קאמיונעקעישאן, רילעישאנשיפ, סעלף עסטיעם, סטרעס מענעדזשמענט, ליעדערשיפ, וכו', ערגעץ קומט אריין צו רעדן פון אינטראווערטס וויאזוי זיי קענען יא זיך שפירן באקוועם אין פאבליק, און וויאזוי זיך צו באלאנסירען.

איז איינער דא שוין געווען ביי זיין קורס? אפשר איז עס ווערט צו פרובירען.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 11:50 pm

· #532927
קען מען ווערן אנטי-סאושעל?

yesiknow » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 10:02 am

· #532948
פונדאַמענטאַל
איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז מעגליך זיך צו טוישן אין די ענין. איך מיין אז עס איז גרינגער און שטערקער זיך צו בויען די self esteem צו עקסעפטן און עפרישיעטן די אייגנקייט, צו value'ען די independence וואס דו האסט - אז דו ביסט נישט אנגעהאנגען אין די פארבינדונג מיט אנדערע מענטשן.
דו זאגסט שטארקע זאכן. קען מען טאקע זיך אליינס אויפבויען די סעלף עסטים/קאנפידענץ (איז עס די זעלבע זאך?) אהן די הילף פון אנדערע? לכאורה דארף עס קומען פון די עלטערן, ווייב - מאן, חברים,
אדער קען אויך זיין אזוי ווי מען קען (מוז) זיך אליינס ליב האבן קען מען דאס אויך טהון, ויש לעיין בזה.
שבת שלום לכולכם.

עמק הבכא » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 1:52 pm

· #532957
סוף טוב הכל טוב
קען מען ווערן אנטי-סאושעל?
לטב אדער למוטב? מ’קען ווערן פארביסן אויף דער מענטשהייט, א זאך וואס געשעט ביי אסאך מענטשן ווי עלטער מ’ווערט און מען באגעגנט זיך מער און מער מיט די קרעפ וואס די וועלט פארקויפט. איך מיין אז א סאושעל מענטש וואס ווערט אנטי-סאושעל קומט עס געווענליך נישט פון א געזונטע פלאץ. און איך רעד נישט פון זיך אויסלערנען צו קאנעקטן מיט זיך און אנהייבן צו אפרישיעיטן דאס זיין מיט זיך אליין וואס איז א געווינטשענע זאך פאר יעדן איינעם.

נחבא » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 1:56 pm

· #532958
איז נישט אנטי סאושעל א sociopath?

עמק הבכא » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 2:11 pm

· #532959
לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.

תשפג » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 3:36 pm

· #532966
קען זיין אז ס'איז דא טיפס און טעקניקס וואס קען העלפן איינעם ווערן מער סאושעל, אבער דאס איז נאר אויב ער האלט אמת'דיג ביים ארבעטן אויף זיך און וויל טוישן זיין נאטור. סתם שרייען אז כ'וויל ווערן מער סאושעל אן האבן א עכטע שטארקע דרייוו דערצו, איז א שאד אויף די צייט און ארבעט. והוא הדין ביי אסאך אנדערע זאכן. כנלע"ד.

חובב ציון » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 11:44 pm

· #533191
לענית דעתי איז די יסוד הדבר צו האבן א שטארקע סעלף עסטים,
איך פלעג מיר מוטשענען מיט דעם און איך פלעג זעהן ווי גרויסע טיפשים דרשנענען אויף כוחות און מען הערט זיי אויס מיט אפענע מיילער,
און מיין הויט האט מיר געברענט.. ביז איך האב אנגעהויבן גלייבן און מיר אליין און כן..

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:08 am

· #533199
סוף טוב הכל טוב
קען מען ווערן אנטי-סאושעל?
רייכער סחורה וועט עס דיר מאכן אנטי-סאשעל

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:31 am

· #533203
וואלווי
עמק הבכא
שפילער
אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם
עקזעקטלי
בעצם האט דאך נישט אינטראווערט און עקסטראווערט א שייכות מיטן זיין סאושעל
די חילוק פון די ביידע איז נאר פון וואו באקומט מען ענערדזשי, אינטראווערטס באקומען ענערדזשי פון זיין אליינס, סמיינט אבער נישט אז זיי זענען נישט סאושעל, למשל איך בין א אינטראווערט, איך האב פיינט גרויסע פארברענגנס און קופקעס מיט אסאך מענטשן, מיר וועסטו טרעפן מער one on one, און מיין קאנפידענץ איז גאנץ מסודר, אויב וועל איך האבן וואס צו זאגן ביי א קופקע וועל איך עס זאגן.
א נישט געזונטע עקסטראווערט האט שטריכן ווי א אינטראווערט, און א נישט געזונטע אינטראווערט האט שטריכן ווי א עקסטראווערט (בערך אזוי די אנאגראמס ארבעטן (enneagram) א נישט געזונטע 7 קוקט אויס ווי א 4 )
אזוי ווי @וואלווי זאגט, יעדער דארף זיך אליין קענען לערנען וואס ער איז, מדארף לערנען וועגן זיך זאכן יעדן טאג דורכן ארבעטן אויף זיך, און עמברעיסן וואס מאיז נישט זיך שלאגן מיט זיך אליין. ממוז נישט אלץ זיין די געשמאקע פעטער, און מערסטנס וויכטיג זיך נישט מעסטן לויט א צווייטן, דאס איז לכולי עלמא נישט געזונט.
לגבי האבן וואס צו רעדן, מעג מען זיך צוגרייטן שאלות צו פראקטיצירן אויף א נעקסטע צאמקום, קענסט סתם אזוי פרעגן די נייעס אויפן מינוט, צי סאיז די וועטער צי סאיז וועגן קאוויד אדער רוסלאנד, וועגן קאנטרי און ימים טובים. יעדער האט זאכן וואס אים אינטרעסירט און אויב די צווייטער איז נישט איז נישט עק וועלט, די עיקר דארפסטו אנהייבן דעם שמועס. טרעף דיר דיין נקודה טובה ווייס אז דו ביזט גוטע נייעס אפילו אויב דו ביזט נישט די געשמאקסטער יונגערמאן אויפן בלאַק

שפילער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:01 am

· #533206
א נישט געזינטע אינטראווערט וועט ווערן א טריפעל אינטראווערט און זיך אינגאנצן אריינטון אין זיך אליינס

זאג עס אנדערש א געזינטע אינטראווערט האט שטריכן ווי אן עקסטראווערט!

נחבא » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:20 am

· #533215
עמק הבכא
לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
📎 Screenshot_20230810_071859_Chrome.jpg

עמק הבכא » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:06 pm

· #533219
נחבא
עמק הבכא
לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
איך מיין אז דאס מ’רופט ביי אונז אנטי-סאושעל איז נישט די זעלבע ווי די דיסארדער וואס זיי רעדן.

נחבא » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:49 pm

· #533278
עמק הבכא
נחבא
עמק הבכא
לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
איך מיין אז דאס מ’רופט ביי אונז אנטי-סאושעל איז נישט די זעלבע ווי די דיסארדער וואס זיי רעדן.
קיינמאל געהערט פון א אנדערע אנטי סאושעל.
איר מיינט אפשר socially awkward?

שפילער » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 10:33 pm

· #547952
Re: Re:
[ציטאט אראפגענומען]
נעמט מען א סלייס קוגל און מען זעצט זיך עסן ...

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:31 am

· #547967
Re: Re:
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג. אבער מיין אישו איז נישט אז איך בין אן introvert. קען זיין אז איך בין עס צו א סערטן דעגרי אבער מיין פראבלעם ביי שמחות וכדו׳ איז דאס זיין צווישן מענטשן וואס האבן מורא פון זייער אייגענע שאטן..... אדערווייז קעניך פיין הנאה האבן פון א זאפטיגע שמועס.

משה רבקש » זונטאג פעברואר 4, 2024 2:37 pm

· #548044
Re: קען מען ווערן סאושעל?
דער פראבלעם פון אן אינטראווערט איז צווי-פאכיג. איינס, אז עס איז אומב'טעמ'ט צו זעהן דער גאנצע ציבור מישקעט און שישקעט זיך, מ'פילעוועט אין פאליטיק און נייעס בשעת ווען איך בין 'כאילו' ביזי מיט א פאון קאלל וכדו' (אינטראווערטס האבן אייביג דער פאון אויף סיילענט), מ'פילט זיך אויסגעשפילט. וואס אגב קלאפט אויס אין א דאמינאו-אפעקט אז איז ווייס ווייניגער גאססיפ וואס געבט מיך נאך ווייניגער טולס צו א סאציאלע שמועס.
צווייטע פראבלעם איז דער סטיגמע וואס מ'באקומט אין די געזעהלשאפט, מענטשן קוקען מיר אן ווי א שחצן, פאסטוך, ווי כאילו איך שפיר ביי מיר אז איך בין עפעס העכער פון זיי אדער אז איך דזשאדזש זיי מיט נעגאטיווע ברילן, ווען אין אמת'ן האב איך גארנישט קעגן קיינעם, פארקערט איך וויל גאר האבן א פרענדשיפ מיט דאס יעניגער.
איך שפיר א דראנג אז איך מוז מיך מער עפענען און פארשאפן חברים , ווי נישט ווי איז אונזער סאסייעטי שטארק געקניפט מיט פריינדשאפט און חבורות, קיינער וויל נישט חתונה מאכן ווען דער קאלעגע און חברותא זענען זיינע צוויי איינציגסער חברים....
אלנפאלס , איך האב לעצטנס געליינט אז אינטראווערטיזם איז א פליגל פון אוטיזם, איך קען איין מענטש מיט אוטיזם זו הייסט גרעטא ט'אנבערג און זי זעהט מיר נישט אויס צו זיין אן אינטראווערט 🙄 .....

שפילער » זונטאג פעברואר 4, 2024 3:09 pm

· #548053
Re: קען מען ווערן סאושעל?
משה רבקש #

די צווייטע פראבלעם איז א דמיון וואס די אינטראווערט מאכט זיך

מעיקלער » זונטאג פעברואר 4, 2024 6:43 pm

· #548076
Re: קען מען ווערן סאושעל?
ווער זאגט אז אן אינטראווירט איז א פראבלעים אז מוועט קיקן היסטאריע וועט מען זעהן אז די אינטרעווירטס זענען די מענטשן וואס זענען געגאנגען אייגנארטיג אין געגאנגען מיט שכל אקעגן די מענטשן וואס האבן געלעבט מער א סאוישל לעבן וואס צים סוף האבן זיי מורא געהאט צי טוהן וואס זיי אליין האבן געוואלט אויס מורא אז די מענטשן וועלן דאס נישט באשטעטיגן אין אנשטאט האבן זיי זיך פארקנאקט די אייגענע געפוהלן אין געווארן א פראדוקט פון mass production, ביי אינז קיקט מען אן א אינטראווירט ווי איינער וואס איז מופקע מן המציאות ער לעבט אין א וועלט ווי אנדערע עקזעסטירן נישט ממילא שפייט מען אויס אזעלעכע מענטשן ווען שי אמת איז אז סאיז צוויי דינים פון אינרעווירטס סאיז דא איינער וואס לעבט פשוט באקוועם מיט זיך אין דארף נישט ציקימען צי האלטן א טעלעפון ווי ער גייט ער קען פארברענגען מיט זיך אליין, אין נאכדעם איז דא דער אינטערדריקטע אינטרעווירט וואס האט א גאנץ לעבן געוואלט פליזן א צווייטן אייביג געזוכט צי געפעלן יענעם אויס מורא אז אן יענעם וועט ער עס נישט קענען דורכמאכן פון די אימזיכערקייט פון זיך אליין שפייט די מענטש אליין זיך אויס פין זיך און פין זיין סביבה ווי ער ווערט גארנישט ווערט ביי זיך אז אפי יענעמס שמייכל ווייסט ער נישט ווי אזוי צי עסן די עצה פארדעם איז זיך איינחזרן ביי זיך אליין די אייגענע חשיבות וואס בין איך יא אין אפי די חלקים וואס כהאב נישט ליב פון מיך איז אויך א חלק פון מיך וואס איז ווערט אין דארף אנגענימען ווערן

נחום הסופר » זונטאג פעברואר 25, 2024 12:50 pm

· #551186
Re:
עמק הבכא #
וואלווי
עמק הבכא
שפילער
אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם
זאגסט זייער גוט, למעשה איז אבער די וועלט אויסגעשטעלט פאר סאושעל מענטשן, יעדער איז אריינגעצווינגען אין די סארט מצבים אויף דער וועג פון סאושעלייזן, און בשעת מעשה פילט עס נישט גוט.
די וועלט נישט אזוי שטארק ווי די חרדי'שע וועלט, וואו מ'טרעפט זיך כסדר אויף שמחות, אין די בתי מדרשים. שוין אסאך געטראכט אז אלס גוי וואלט איך געהאט א לייכטערע לעבן (בנוגע די נקודה וואס @עמק הבכא שמועסט דא אויס)

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג פעברואר 25, 2024 1:21 pm

· #551191
Re: Re:
נחום הסופר #

כ׳מיין אז ס׳איז נאכאלץ טעקניקלי מעגליך צו זיין א געהעריגע חרדיש׳ע סיסטעם איד און דאך קאטן קארנערס (און אפילו סאך מער ווי דזשאסט קארנערס) און לעבן אן אינטראווערט סטייל לייף אין די אייגענע ד׳ אמות. וכן אנו נוהגים...

נחום הסופר » זונטאג פעברואר 25, 2024 3:50 pm

· #551223
Re: Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #

וכן אני נוהג לפעמים... אלעס איז מעגליך, אבער ס'ברענגט מ'זאל זיך (כסדר אדער אפט) אנשטויסן אין שוועריגקייטן

אברהם שנית מן השמים » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:10 pm

· #551521
Re: קען מען ווערן סאושעל?
קען איינער מאכן א ליסטע פון שאלות וואס מעקען פרעגן כדי צו עפענען א שמועס מיט מענטשען ספעשעלי ביי געוויסע זמנים ואו למשל
1 א גאסט
2 א חתן אדער א כלה
3 פרישע משפחה מיטגליד שוואגער שוועגרין איידעם שניר שווער שוויגער
4 עלטערע בחורים מיידלעך דעוועלעפאן א עלטערע טיפע נאנדזאזמענטל קשר

ישי שטיינמעץ » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:44 am

· #551606
Re: קען מען ווערן סאושעל?
עמק הבכא #
מיין פראגע באציט זיך נישט צו מענטשן מיט שווערע סאציאלע פראבלעמען, און נישט צו אזעלכע וואס באזיצן נישט די מינימאלע סקילס ווי אזוי זיך אומצוגיין און קאנעקטן מיט מענטשן (אורחים בלע”ז) נאר דייקא געשמאקע נארמאלע מענטשן וועלכע קענען זיין באליבט און לייכט אין זייער סביבה און קענען אפי’ גוט אפקויפן מענטשן, אבער ווען ס’קומט צו סיי וועלכע סאושעל מאורע ארויס פון זייער טאג טעגליכן סדר היום, אדער ווען זיי באגענען זיך מיט צופיל פרעמדע מענטשן אינדרויסן פון זייער אינערליכן צירקל, וועלן זיי ווערן אומבאקוועם און שפירן נישט אין פלאץ. מען קען עס רופן אן אינטראווערט אדער סיי ווי אזוי מ’וויל.

דער פראבלעם קומט די מערסטע ארויס צום אויבערפלאך ביי משפחה שמחות וכדו’, וואו דער סאושעל מענטש וועט תיכף איינקלאפן מיט יעדן עלטער פעטער און שטיף קאזין מיט אזא נאטירליכקייט, בעת וואס דער אנדערער שטייט ווי א נאר אויפ’ן מארק זיך בייסנדיג די ליפן זיך וואונדערנדיג וואו זיין צונג וועלכע דינט אים שטענדיג אזוי גוט איז פלוצלינג נעלם געווארן.

איז וואס האלטן די היגע פילאזאפן, איז מעגליך פאר אן אינטראווערט צו ווערן אן עקסטראווערט כאטש לעת הצורך?
אינטערעסאנטע שאלה.

ס'בעצם שווער סתם צו ענפערען. ווייל ס'ווענד זיך וואס איז די שורש פון די פראבלעם.

סאו די ערשטע זאך איז צו אנאליזירען דעי זאך (כ'ריף עס נישט "פראבלעם" ווייל ס'לאו דוקא א "פראבלעם)

קודם דארפסטו אויספיגערען צו די סיבה פארוואס די ווילסט זיין מער סאשעל ביי א חתונה איז ווייל די אליינס ווילסט עס באמת. אדער צו פשוט ווען די זעהסט אנדערע סאשעלייזען רייצט עס דיר אן און די ווילסט עס אויך. אבער בעצם האט דיר עס נישט געצויגען.

ס'הייסט אזוי. ס'איז נישט אלעמאל א טובה צו סאשעלייזען מיט יעדעם. ס'דא מענטשען וואס פאר זיי איז עס גוט. און ס'דא מענטשען וואס ס'נישט גוט פאר זיי. ס'דא מענטשען וואס דארפען וואטשען אויף זייער ענערגיע. טאמער זיי עפענען זיך צו פיהל אויף פאר אנדערע ווערען זיי "אויסגעסאקט" . ס'איז נישט אזא טובה פאר זיי צו סאשעלייזען מיט די גאנצע וועלט.

ס'הייסט אזוי. מיט זייער טעגליכע סביבה האבען זיי זיך מסדר געווען. אבער ווען ס'קומט א גרעסערע ציזאמענקומפט שפירען זיי זיך נישט אזוי באקוועם ווייל ס'איז בעצם נישט אזוי גוט פאר זיי. ממילא זייער סאבקאנטשעס וויל נישט. און ס'נישט גוט זיך צו צווינגען. א מענטש דארף וויסען וואס ער שפירט. און עס מקבל זיין מיט פארשטענדעניש און ליבשאפט צו זיך אליינס. נישט זיין ברוגז אויף זיך אויף וויזוי מען שפירט. ווייל דאס איז נישט גוט. און נישט יעדער דארף זיין א גרויסע סאשעלייזער. ס'נישט א טובה פאר יעדעם.

נאכדעם קען זיין אז ס'דא אנדערע סיבות. און ס'קען זיין אז בעצם פאר דיר איז יא גוט צו אסאך סאשעלייזען נאר ס'דא עפעס וואס שטערט. דאן ברויך מען פיגערען וואס די פראבלעם איז און וויזוי מען קען עס היילען .

אויף יעדענס פאר טאמער ס'איז דיר זייער וויכטיג צו זיין מער סאושעל איז דא די באקאנטע עצה פון מאכען א "לחיים" טרינקען פארדעם אביסעלע. אז זאלסט ווערען אביסעלע בגילופין. אויף אזוי פיהל אז ס'זאל דיר אביסל לויז מאכען די צונג. אבער נישט אז די זאלסט מאכען א רושם פון א שיכור.
אדער אביסעלע מאריוואנא .... וכו' ...

אזוי צו אזוי איז אבער זייער וויכטיג אז די זאלסט דיר נישט קלאפען ווען די שפירסט אז די ביסט נישט אזוי סאשעל ווי אנדערע. פונקט ווי א קינד וואס שפירט אז זיין טאטע עקסעפט אים נישט און אז זיין טאטע וויל ער זאל זיין אזוי ווי "אנדערע" קינדער.... וואס דאס איז זייער א ווייטאגליכע געפיהל פאר א קינד.
די זעלבע זאך דיין נפש פון דיר אליינס איז אזוי ווי דיין קינד. ווען ס'שפירט אז ס'איז אראפגעקוקט ווייל ס'איז נישט אזוי ווי אנדערע איז זייער נישט געזונט פאר'ן נפש.

די ערשטע זאך איז "עקסעפטענס" וויסען אז יעדע מידה האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות און יענער בעסערע סאשעלייזער איז ביים אונטערשטע שורה לאו דוקא בעסער פון דיר. אזוי קענסטע זיך עקסעפטען מיט אהבה. און נאכדעם קען מען ארבעטען אויף וואס מען וויל ארבעטען מיט אהבה און פארשטענדעניש !