☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תשעה באב רעיונות

תשעה באב רעיונות

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16447

שעפטאל » מיטוואך יולי 26, 2023 9:42 pm

· #532340
תשעה באב רעיונות
תשעה באב פלעגט זיין מיין פיינפולסטע יום טוב.
עד שבא ר' שלמה קאלירבאך זי"ע והאיר עיני
[כ'האב עס שוין געשריבן אמאל, כ'ברענג עס נאר צו עפענען דעם אשכול]

צוויי בעיאטיפעל מיידעלעך האבן מיך זייער שטארק וויי געטוהן, איינע האט מיך איבערגעבעהטן. כ'בין זי מוחל. אבער זי ווערט נישט מיין גירל פרענד.
די צווייטע האט פשוט געוויינט, זי פיהלט אזוי שטארק מיין צער אז זי קען נישט איבערבעטן. זי איז מיין גירל פרענד!
יוה"כ ווען מ'בעהט מחילה איז זייער שיין אבער נישט פאר משיח.
משיח קומט דוקא אויף תשעה באב ווען אונז זאגן: רבוש"ע ווי האָרט יאָ סאו מאטש ווי קענט איווען עסק פאָרגיב'נעס! דאן איז צייט פארן יחוד וזיווג!

וויינענדיג אויף דעם אייגענעם חורבן ווי צדיקים האבן געזאגט מיינט נישט וויינען מיט איגא, נאר כנ"ל, מ'בעהט אפי' נישט איבער, מ'איז זיך פשוט משתתף מיט די צער השכינה, איי רבוש"ע כ'האב דיך אזוי פיהל מצער געוועהן! אכלתי ואוכל עוד! איי שבר על שבר!

איינע פון מיינע חברים (א בעל תשובה פון בעלארוס) האט מיך אמאל געזאגט: דו ווייסט ווען כ'פיהל די מערסטע קאננעקטעד מיט'ן אייבעשטער? ווען כ'פיהל גילט! ווען כ'פיהל שלעכט פאר עם פאר אלעס וואס כ'האב עם געטוהן!
---

הקיצור: א אשכול פאר תשעה באב געדאנקן.
יעדער איז מכובד לזַכות את הרבים.

ברוך שפינוזה » מיטוואך יולי 26, 2023 10:14 pm

· #532341
ס'דא אזא קאנצענס אין אידישקייט אז לעתיד לבוא וועלן בטל ווערן תורה ומצוות, אנגעפאנגען פונעם פרקי דרבי אליעזר כל המועדים עתידין בטלין, ביז'ן מדרש אויף ואת החזיר שעתיד הקב"ה להחזירו לישראל ליטהר, ביז'ן גמרא אז מצוות בטלות לעתיד לבוא, א.א.וו. איז מיר פונקט פריער איינגעפאלן פשט אין דעם, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס מענטשן קלעבן צו פארצייטישע מנהגים און נאראטיווס איז פשוט אזא survival mechanism זיך צו האלטן אפגעשיידט פון די "שלעכטע גויים", א מענטש וואס לעבט אין פאראנויע אז יעדער וויל איהם אפטוהן גראבט זיך אריין אין זיך אליין און דערווייטערט זיך פון מענטשן, ווי שטערקער די פאראנויע אלץ מער זינקט ער אריין אין זיינע אייגענע נאראטיווס און שאפט זיך אייגענע "מנהגים" און טוט זיך זאכן זיין אייגענעם וועג אז ער זאל אפילו זיך נישט פילן associated מיט נארמאלע מענטשן. לעתיד לבוא אבער ווען ס'נישט דא קיין "שלעכטע גויים", ואת רוח הטומאה (די פאראנויע) אעביר מן הארץ, דאן פעלט טאקע נישט אויס די אלע קאמפליצירטע נאראטיווס און אנטיסאושעל מנהגים.

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 26, 2023 11:23 pm

· #532344
איך וויל נישט הרג׳נן די ווייב דא, אבער האמת אגיד, ווער ס׳טרויערט באמת אויפן בית המקדש קען שוין גיין און בויען א בית המקדש, ניין סמיז נישט זיין אויפן הר הבית, און סמיז נישט זיין געמאכט פון גאלד, די אלע זאכן זענען שיינע הידורים, אבער א בית המקדש מעיג מען מאכן ווי מען וויל און וויאזוי מען וויל, איז זיישע מוחל גיי אריבער קיין האום דיפאו און קויף איין מעטיריאל פאר א בית המקדש און הייבן אן בויען.

יעצט גייט מען אנהייבן מיט תירוצים פארוואס מען קען נישט, איסור במות, שלש שבועות, טומאת ארץ העמים, דחיית הקץ, וכו׳ מיט די אלע טעקניקעליטיס קען מען זיך מסדר זיין מען דארף נאר ווילן, ביסט פויל? איך בין אויכט פויל! אבער סטאפ מיט די קראקעדיל טרערן.

מי אני » מיטוואך יולי 26, 2023 11:39 pm

· #532346
‏דא ברענג איך ארויס אז דאס וואס מ׳פאסט און מ׳איז מתענה בתשעה באב עפ״י מה שקבע ההלכה, איז לאו דוקא מכח ״אמונה/רעליגיע״ פּער סע.

‏דא און דא האב איך ארומגערעדט איבער א מער ראציאנאלער צוגאנג בענין מהו ״משיח״ ו״ימות המשיח״.

שעפטאל » דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:00 am

· #532349
קהל'ס נער
איך וויל נישט הרג׳נן די ווייב דא, אבער האמת אגיד, ווער ס׳טרויערט באמת אויפן בית המקדש קען שוין גיין און בויען א בית המקדש, ניין סמיז נישט זיין אויפן הר הבית, און סמיז נישט זיין געמאכט פון גאלד, די אלע זאכן זענען שיינע הידורים, אבער א בית המקדש מעיג מען מאכן ווי מען וויל און וויאזוי מען וויל, איז זיישע מוחל גיי אריבער קיין האום דיפאו און קויף איין מעטיריאל פאר א בית המקדש און הייבן אן בויען.

יעצט גייט מען אנהייבן מיט תירוצים פארוואס מען קען נישט, איסור במות, שלש שבועות, טומאת ארץ העמים, דחיית הקץ, וכו׳ מיט די אלע טעקניקעליטיס קען מען זיך מסדר זיין מען דארף נאר ווילן, ביסט פויל? איך בין אויכט פויל! אבער סטאפ מיט די קראקעדיל טרערן.
כ'האב עס געשריבן פארן אויס פאסטן..
יעצט פארשטיי איך אפי' נישט וואס ס'שטייט דארט..

אלפא » דאנערשטאג יולי 27, 2023 9:49 am

· #532360
נארוואס געזען דאס www.youtube.com/watch?v=MGmT-GsilJQ&pbjreload=102
ווארפט א שטיקל ליכט און פערספעקטיוו אויף וואס מיר קלאגן און אויף די היסטארישע צוריק-אויפבוי פון כלל ישראל.

איןברירה » דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:04 pm

· #532379
קהל'ס נער
איך וויל נישט הרג׳נן די ווייב דא, אבער האמת אגיד, ווער ס׳טרויערט באמת אויפן בית המקדש קען שוין גיין און בויען א בית המקדש, ניין סמיז נישט זיין אויפן הר הבית, און סמיז נישט זיין געמאכט פון גאלד, די אלע זאכן זענען שיינע הידורים, אבער א בית המקדש מעיג מען מאכן ווי מען וויל און וויאזוי מען וויל, איז זיישע מוחל גיי אריבער קיין האום דיפאו און קויף איין מעטיריאל פאר א בית המקדש און הייבן אן בויען.

יעצט גייט מען אנהייבן מיט תירוצים פארוואס מען קען נישט, איסור במות, שלש שבועות, טומאת ארץ העמים, דחיית הקץ, וכו׳ מיט די אלע טעקניקעליטיס קען מען זיך מסדר זיין מען דארף נאר ווילן, ביסט פויל? איך בין אויכט פויל! אבער סטאפ מיט די קראקעדיל טרערן.
מער ווי די בית המקדש זעלבסט וויל איך דער געפיל אז דער אייבשטער וויל זיין מיט מיר. דער שטויס וואס מיר האבן געכאפט טוט נאך וויי. עס זעהט מיר אויס אז אונז האבן מיר געליטן די מערסטע פון יעדער אויף דער וועלט. ווארט נישט אז איך זאל בויען א בית המקדש. האסט געזאגט אז דו גייסט... נו נו איך ווארט!

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:15 pm

· #532386
Re: תשעה באב רעיונות
מיינע געדאנקען דעם תשעה באב זענען געווען גאר אנדערש. די עיקר חורבן איז דאך נישט געווען די עצים ואבנים און אפילו די גזירות און מיתות משונות און די האלאקאסט זענען טאקע ווייטאגליך אבער נישט צו דעם בין איך קאנעקטעד.
אויף די הסתלקות הדעת, אויף די בלבול המוחות, אויף דעם קלאג איך. ווער דען מער פון די ק״ש מיטגלידער פארשטייט וואס מען האט דאן פארלוירן?
א בלבול המוחות אויף דעם אמת, די אמת פון יודישקייט, די אמת פון הלכה, די אמת פון יושר, די אמת לאמיתו.
טאטע קום שוין ארויס פון דעם הסתרה שוין גענוג געווען, גענוג דורות פארפאלן וועגן דעם בלבול המוחות. די ספרי חסידות און אלע אנדערע ספרים קען מען פארמאכן ווען מזעט אלעס קלאר ווען סדא א גילו שכינה, קיינער דארף נישט זיין ביזי ווערן הויך ווען מאיז שוין אויף דאס העכסטע.
געוואלד ברענג אונז שוין אהיים!

אלפא » דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:43 pm

· #532389
איך גלייב דו ווילסט נישט געוואר ווערן איבער די 'בלבול המוחות' און פאליטישע בלוט-בעדער וועלכע האבן זיך אפגעשפילט טאקע און די תקופה פון סוף בית שני...

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:52 pm

· #532390
לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער קלאגט אויף דעם וואס מ'האט פארלוירן די בלבול המוחות און אידיאלאגיעס, ס'דא אסאך מענטשן וואס לעבן דערפון (טאקע די זעלבע מענטשן וואס וויינען ביי איכה..) אין די אינגע יארן האב איך נישט איינמאל פרובירט ארויסצונעמען א מענטש פון א בלבול און ער האט געמאכט א גאנצע דראמא דערפון כאילו איך נעם פון איהם צו זיין אקסידשען מאסק.

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:53 pm

· #532391
Re: תשעה באב רעיונות
אלפא
איך גלייב דו ווילסט נישט געוואר ווערן איבער די 'בלבול המוחות' און פאליטישע בלוט-בעדער וועלכע האבן זיך אפגעשפילט טאקע און די תקופה פון סוף בית שני...
איך כאפ נישט וואס דו טרייסט צו זאגן…
פארוואס מיינסטו איך וויל צוריקגיין צו סוף תקופת בית שני, סאיז דאך נישט געווען פויגלדיג דעמאלסט
בית השלישי גייט זיין בעסער …

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:54 pm

· #532403
Re: תשעה באב רעיונות
פארוואס ווען מען ענדיגט איכה מיט קינות מיט אלע פראבלעמען, ענדיגט מען צו חדש ימינו כקדם?? פארוואס עפעס, וועט דען נישט די עתיד זיין אסאך בעסער ווי דעם עבר, אזוי מאנכע האבן שוין פריער דערמאנט איז דער קדם נישט געווען אזוי געשמאק און גאלדן קוים ביי שלמה המלך'ס צייטן און ביי חזקיהו המלך. אבער רוב ערשטן און צווייטן בית המקדש ווען מ'קאמפערט עס אפילו צו די צייטן פון היינט איז שוין היינט אסאך בעסער. נאר לכאורה איז אזויווי @ערנסטגערעדט האט ארויסגעברענגט אז ס'די קאנעקשן וואס מ'האט דאן געשפירט.

אויך באדערט מיך שוין א לענגערע צייט די תפילה פון נחם וואס מ'זאגט פאר בונה ירושלים, שוין יארן וואס כ'האב עס אויפגעהערט זאגן ווייל כ'שפיר ווי א ליגענער נאכצוקייען די ווערטער, ואת העיר האבלה והחרבה והבזויה והשוממה ס'קען נוצן אביסעל א פיקסינג, האלב פון די ווערטער דארט זענען שוין עקספייערט

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

טמיר » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:56 pm

· #532420
Re: תשעה באב רעיונות
אונז ווייס מיר נישט זיכער וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די לעבן פארן חורבן, בעסער אדער ערגער ווי היינט (ברוחניות, בגשמיות זיכער ערגער). אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן גענומען אסאך מער ערנסט די תורה/טראדיציע/לאומיות, וואטעווער פונקטליך האט זיי געבאדערט.

אנשים ונשים האבן (האלב טויט פון הונגער) האבן זיך געלאזט צי די עזרה עס צי באשיצן מיט זייערע גופים פון די אנגרייפער, אפילו עס האט געמיינט זעלבסטמארד.

טמיר » פרייטאג יולי 28, 2023 12:01 am

· #532422
Re: תשעה באב רעיונות
און דאס אמאל זיכער אז זייער אידישקייט איז געווען קאמפליטלי אנדערש ווי אונזערס. די פרומערע סארט זענען געווען די בארוועסע מיט א גרויסע שווערד און פאנצער (די נטורי קרתא האבן נישט כעדארפט די פאנצער) און געשאסן פיילן ווי די רבי זי"ע האט געלערנט. אפגעגאלטע הוילע קעפ מיט א ליילעך ארומגעוויקלט.

די מער קילע חברה זענען געזיצן אין שול מיט א היטל און שיך און געטרינקן קאווע.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 28, 2023 12:12 am

· #532427
Re: תשעה באב רעיונות
טמיר
אונז ווייס מיר נישט זיכער וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די לעבן פארן חורבן, בעסער אדער ערגער ווי היינט (ברוחניות, בגשמיות זיכער ערגער). אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן גענומען אסאך מער ערנסט די תורה/טראדיציע/לאומיות, וואטעווער פונקטליך האט זיי געבאדערט.

אנשים ונשים האבן (האלב טויט פון הונגער) האבן זיך געלאזט צי די עזרה עס צי באשיצן מיט זייערע גופים פון די אנגרייפער, אפילו עס האט געמיינט זעלבסטמארד.
די לעצטע שטיקל וואס דו שרייבסט וויאזוי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען צו באשיצן דעם ביהמ"ק, מוז בכלל נישט האבן צו טוהן מיט עהרליכקייט, נאר ענדערש פאטריאטישקייט. די ביהמ"ק איז געווען וואס האט סימבאליזירט דאס אידישע פאלק. אדרבה קוק אריין אין תנ"ך, וועסטו זעהן אז ס'האט גאנץ קנאפ געהאט צוטוהן מיט עהרליכקייט. און אפילו ביים צווייטן ביהמ"ק ווער האט סך הכל מלחמה געהאלטן קעגן די רומיים, די פרייע, די בריונים, פארקערט גאר די פרומע האבן דוקא יא געוואלט שלום מאכן

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

ברוך שפינוזה » פרייטאג יולי 28, 2023 12:14 am

· #532430
רבי יוחנן בן זכאי מיט זיינע פרומע חברה זענען מער געוועהן אזעלכע ויואל משה סטייל אידן 😂

פונדאַמענטאַל » פרייטאג יולי 28, 2023 11:44 am

· #532488
Re: תשעה באב רעיונות
ברוך שפינוזה
רבי יוחנן בן זכאי מיט זיינע פרומע חברה זענען מער געוועהן אזעלכע ויואל משה סטייל אידן [emoji38]
טמיר
און דאס אמאל זיכער אז זייער אידישקייט איז געווען קאמפליטלי אנדערש ווי אונזערס. די פרומערע סארט זענען געווען די בארוועסע מיט א גרויסע שווערד און פאנצער (די נטורי קרתא האבן נישט כעדארפט די פאנצער) און געשאסן פיילן ווי די רבי זי"ע האט געלערנט. אפגעגאלטע הוילע קעפ מיט א ליילעך ארומגעוויקלט.

די מער קילע חברה זענען געזיצן אין שול מיט א היטל און שיך און געטרינקן קאווע.
דרך אגב. קוקנדיג אויף די געשיכטע פון די חורבן בית שני פון א היסטארישע שטאנדפונקט, זעהט מען אז די חכמים זענען גאר געווען די מעסיגע - וועלכע האבן פרובירט אויף יעדן פרייז צו פארמיידן א ברידער קריג. זיי האבן זיך קעגנגעשטעלט צו נעמען א זייט - אפילו אויף אזעלכע עניינים וואס די רבי זי''ע וואלט לכאורה געדארפט האלטן אז מען דארף לוחם זיין פאר דעם. ביי זיי איז קיין איין פירצה/יסוד פון אידישקייט וכדו' נישט געווען ווערט קיין שנאה און מלחמה.
ווען מען רעדט פון שנאת חינם אין די ימי בין המצרים, פארגעסן צומאל די אלע דרשנים אז די געשלעגערייען זענען דעמאלס אויך געווען ציווישן די פרומע מיט נישט פרומע - פונקט ווי היינט. און די לימוד דארף זיין - אז דאס איז אויך אין כלל פון שנאת חינם. הערט אויף שלאגן דער וואס איז אין אייערע אויגן שוואך אין אידישקייט - הערט אויף שלאגן די וואס טוט אנדערש ווי דיין רבי זי''ע מהלך.
ענליך האב איך געזען געשריבן דורך אברהם סתיו אויף פייסבוק:
https://www.facebook.com/1523830810/posts/pfbid0YVqmaQ4KmMCoYeQ6t7kShujLptSyYybJ6PM13LPLRtvXGabqdKJnTFRgkxo8vTjvl/?app=fbl
📎 IMG_20230728_113124.jpg

קאך_לעפל » פרייטאג יולי 28, 2023 2:16 pm

· #532501
געהערט פון א מגיד:

געווען אמאל א איד און ארץ ישראל, וואס האט נעבאך נישט געהאט קיין קינדער פאר צוואנציג יאר. ער איז ארום געלאפן צו דאקטורים, רבנים, מקובלים, ער האט אלעס פראבירט אבער ליידער זענען די טויערן פון רחמנות געווען הערמעטיש פארשלאסן. ענדליך נאך צוויי און צוואנציג יאר פון די חתונה, האט די פרוי אנגעהויבן צו ווארטן א שמחה... צום אנגסט פונעם פארפאלק איז גארנישט געווען קיין גרעניץ... נאך ניין אנגעצויגענע מאנאטן, טרעפן זיך שוין דאס גליקליך פארפאלק ענדליך אין ווארט זאל פון שפיטאל... אט אט גייען זיי שוין זוכה זיין ארום צו האלצן זייער אייגן געבוירן קינד.
די פרוי גייט אריין אין געבורט צימער און זעצט זיך אויפן געבורט שטיל. דער מאן שטייט אינדרויסן מיט א תהילימ'ל אין די האנד העכסט אנגעצויגן און שטארק אומגעדולדיג. און מ'האפט אז אלעס וועט דורך גיין בשלום.
מיטאמאל טוהט זיך א אנלויפעניש פון דאקטורים מיט ערענסטע געזיכטער, זיי לויפן ארום אין גאנצן פארשוויצט. דער יונגערמאן ווייסט גארנישט וואס ס'גייט פאר. מיטאמאל קומט צו אים צו א פראפעסער געקליידט אין א שפאגל ווייסע כאלאט מיט די בריל אויף די שפיץ נאז, און זאגט אים ווי פאלגענד: טוה א קוק כ'האב פאר דיר נישט קיין גוטע נייעס... וואס גייט פאר? פרעגט דער יונגערמאן אין גאנצן דערשראקן. זאגט אים דער פראפעסער: טוה א קוק ס'האט זיך געמאכט ערענסטע קאמפליקאציעס, און ס'איז געקומען צו א מצב וואס דו מוזט מאכן אן החלטה ווער ס'זאל לעבן, די קינד צי די מאמע. מיר קענען צום באדויערן נישט ראטעווען ביידע. די יונגערמאן איז געווען אינגאנצן צוקלעמפט... וואס טוהט מען דא? דא ווארט ער שוין צוויי און צוואנציג יאר אויף א קינד, און פון די אנדערע זייט וויל ער נישט פארלירן זיין באליבטע ווייב. אלזא וואס טוהט מען דא? ער פארבינט זיך מיט זיין רב, און ער לייגט פאר זיין שווערע דילעמא. זאגט אים די רב הער: אין אזא פאל האט דאס קינד א דין פון א רודף ווייל ער באדרויעט דאס לעבן פון דיין ווייב, דערפאר מעג מען אומשעדליך מאכן דאס קינד. דער יונגערמאן האט מיט א צובראכן הארץ אינפארמירט זיין ווייב איבער די שווערע סיטואציע...
דאס ווייב האט אים אבער געזאגט אז זי איז נישט איינשטימיג מיטן רב. וואס פאר א לעבן האב איך און דו אן קיין קינדער, האט זי געזאגט מיט א צובראכעע שטומע פאר איר מאן. איך בין פולשטענדיג גרייט צו שטארבן, אז מיין קינד זאל קענען לעבן. נאר איין זאך בעט איך דיר. אז ווען דאס קינד וועט אלט ווערן דרייצן יאר, און ער וועט זאגן זיין ערשטע קדיש אין מיין יארצייט, זאלטו אים פארציילן, אז איך האב אוועק געגעבן מיין לעבן פאר אים. דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איך בעט פון דיר. דער יונגערמאן האט פארשפראכן פאר זיין ווייב אז ער וועט פארפולן איר פארלאנג. דאס ווייבל האט זיך פארמאכט איר אויגן אויף אייביג, און דער יונגערמאן האט זיך געזעצט שבעה נאך זיין געטרייע ווייב.
נאך די שבעה האט דער יונגערמאן אנהויבן אויפצוציען זיין קינד מיט גרויס געטריישאפט. ער האט געדינט פאר אים סיי אלס א טאטע און סיי אלס א מאמע. דאס קינד האט זיך ב''ה הערליך און שיין אנטוויקלט, ביז ער איז אלט געווארן דרייצן יאר.
מ'זיצט שוין אין זאל, און מ'גרייט זיך שוין צו די בר מצוה. דער גליגליכע טאטע רופט זיין זון צו דער זייט, און זאגט אים: מיין טייער קינד, כ'האב דיר עפעס וויכטיג צו זאגן – דו גייסט היינט זאגן די ערשטע קדיש נאך דיין מאמע, זאלסט וויסן אז זי האט אוועק געגעבן איר אייגן לעבן, נאר אז דו זאלסט היינט זיין דא! דאס קינד האט אויסגעבראכן אין א ביטער געוויין... טאטע פארוואס מוזטו דאס מיר אצינד פארצייילן? צו פארשטערן מיין שמחה?

ס'איז תשעה באב ג' אלפים של''ח אין ירושלים עיר הקודש. דאס בית המקדש וואס שלמה האט געבויעט 410 יאר בעפאר איז איינגעהילט אין העלישע פלאמען. שטורימשע שלאכטן פלאקערן צווישן די ארמייען פון צדקיהו המלך און די ארמייען פון דער גרויזאמער נבוזראדן. בלוט גיסט זיך ווי וואסער, די לופט איז פארפעסט פון די גרוך פון די טויטע קערפער. און אסף דער געטליכער משורר כאפט זיין פידל און הייבט אן שפילן... מזמור לאסף אלהים באו גוים בנחלתך... די ארומיגע האבן געמיינט אז אסף איז נעבאך בארירט געווארן פון די גרויסע צרות... אבער אסף האט עקלערט זיין געזאנג מיט א משל.
ס'איז געווען אמאל א קעניג וואס האט געבויעט א הערליכער פאלאץ פאר זיין זון דער פרינץ. יארן שפעטער האט זיך דער פרינץ פארזינדיגט פאר זיין פאטער דער קעניג מיט א הארבע זינד. איז געגאנגן דער קעניג אין זיין צארן, און ער האט פארברענט דאס פאלאץ. האבן אים זיינע קנעכט געפרעגט, אויב דיין זון האט געזינדיגט פאר דיר פארוואס באשטראפסטו האלץ און שטיינער. האט דער קעניג געזאגט, איך וועל ענדערש אויסגיסן מיין צארן אויף האלץ און שטיינער ווי איידער אויף דאס לעבן פון מיין זון.
האט אסף אויסגעפירט: אין די ווירקליכקייט האט דער באשעפער געדארפט אויסגיסן זיין צארן אויף כלל ישראל. אבער צוליב זיין ליבשאפט צו אונז, האט ער אויסגעגאסן זיין צארן אויף האלץ און שטיינער. דערפאר זינג איך מיט פרייד...

דער אייבישטער האט פארברענט זיין אייגן הויז, און די שכינה הק' איז געגאנגן אין גלות, בלויז צו ראטעווען דאס אידיש פאלק פון אונטערגאנג. אין יענעם טראגישער טאג תשעה באב של''ג. האט דער באשעפער געזאגט פאר זיינע קינדער. ווען ס'קומט די דאזיגע טאג, געדענקט וואס כ'האב געטאן פאר אייך, כ'האב מיך מקריב געווען פאר ענקער וואוילזיין, איר זאלט דאס קיינמאל נישט פארגעסן...

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 28, 2023 2:18 pm

· #532502
קהל'ס נער
איך וויל נישט הרג׳נן די ווייב דא, אבער האמת אגיד, ווער ס׳טרויערט באמת אויפן בית המקדש קען שוין גיין און בויען א בית המקדש, ניין סמיז נישט זיין אויפן הר הבית, און סמיז נישט זיין געמאכט פון גאלד, די אלע זאכן זענען שיינע הידורים, אבער א בית המקדש מעיג מען מאכן ווי מען וויל און וויאזוי מען וויל, איז זיישע מוחל גיי אריבער קיין האום דיפאו און קויף איין מעטיריאל פאר א בית המקדש און הייבן אן בויען.

יעצט גייט מען אנהייבן מיט תירוצים פארוואס מען קען נישט, איסור במות, שלש שבועות, טומאת ארץ העמים, דחיית הקץ, וכו׳ מיט די אלע טעקניקעליטיס קען מען זיך מסדר זיין מען דארף נאר ווילן, ביסט פויל? איך בין אויכט פויל! אבער סטאפ מיט די קראקעדיל טרערן.
קהל'ס נער: ניין. איך בין נישט פויל. איך בין שוין גרייט צו גיין צו האום דיפאו (אדער לאו'ס) צו איינקויפן די מאטעריאלן כדי צו בויען א הערליכן ביהמ"ק אין וויליאמסבורג עיר הקדשה. אדער גאר אין די עיר הטוירע והחסידות וה---מאנסי.

ס'נאר דא איין פראבלעים. איך וויל עס בויען לויט די דימענסיעס וועלכע שטייען אין די תורה. אויך לויט די פארשריפטן פון שלמה המלך וחכמיו. ווייל אנישט וועט עס נישט הייסן קיין ביהמ"ק. נאר מיין אייגענע בילדינג.

ממילא מוז איך מיך אוועקזעצן לערנען. אנגעהויבן פון משניות מס' מדות. אויך, די אלע גמרות וועלכע רעדן פונ'ם משכן און ביהמ"ק.

נאך א דריי-פיהר יאר פון לערנען בהתמדה וועל איך זיין גרייט איינצוקויפן אלע מעטעריאלן. נאר כ'האב מורא אז ביז דאמאלס וועט שוין משיח קומען. און ער'עט שוין בויען דעם ביהמ"ק. מ'וועט מער נישט דארפן מיינע טובות.

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 2:56 pm

· #532508
זיצנדיג אויפן ערד דעם טישעבאוו, זאגנדיג בלעטער און בלעטער פון שווערע קינות ווערטער לאין סוף, האב איך אזוי געטראכט צו זיך, וואט די העל טוט מען דא? וואס איז די פוינט פון זאגן און זאגן?

מאנכע טעון זיך אויף אז זיי האבן 'געענדיגט זאגן' ס'גאנצע זאך... און יעצט? קענסט זאגן תהלים אנשטאט דעם.

אין שו"ע שטייט דאך שוין טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה. מילא מען נעמט צען שיינע שטיקלעך, מען נעמט א שטארקן פירוש, מען איז זיך מעמיק און וואס די מחבר מיינט ארויסצוברענגען, מען לייגט זיך אריין אין די מצב החורבן והגלות, הער איך. אבער ווער טוט דאס דען? אפילו די וואס ברענגען שוין יא א גרעבערע קינות מיט א פירוש, בליקן נאר אריין דערין ביי אלי ציון אדער ביי געוויסע שטיקלעך דא דארטן. סא וואס איז גאנצע זאגעריי? וועלכע איד קען זאגן אז ער האט פארשטאנען אפילו האלב פון וואס ער האט געזאגט?
כמעט אלע אידן וואס זאגן די גאנצע קינות און ענדיגן ביי חצות הייבן נישט אן צו וויסן קיין ווארט וואס זיי האבן אלץ צאמגעזאגט אין די צוויי דריי שעה, טא אויף וואס טויג עס?

וואלווי » פרייטאג יולי 28, 2023 2:59 pm

· #532510
berlbalaguleh

ס'נאר דא איין פראבלעים. איך וויל עס בויען לויט די דימענסיעס וועלכע שטייען אין די תורה. אויך לויט די פארשריפטן פון שלמה המלך וחכמיו. ווייל אנישט וועט עס נישט הייסן קיין ביהמ"ק. נאר מיין אייגענע בילדינג.

ממילא מוז איך מיך אוועקזעצן לערנען. אנגעבויבן פון משניות מס' מדות. אויך, די אלע גמרות וועלכע רעדן פונ'ם משכן און ביהמ"ק.
.
פון פסוקי התורה גייסטו קיין דימענסאנס נישט האבן ווייל שפעטער האט מען געבויט אנדערש, פון שלמה המלך גייסטו גארנישט נישט האבן, וויייל ער רעדט פון ערשטע בית המקדש. פון מס' מידות אויך נישט, ווייל דארט רעדט מען פון צווייטן בית המקדש. וועסט זיך מוזען אוועקזעצען לערנען ספר יחזקאל, וואס רעדט פון בית המקדש השלישי. כ'האב מורא וועסט דארפן צו לערנען סדר קדשים מיט ראשונים אויך, אבער ס'איז נישט קיין ביג דיעל, טענה'סט דאך ביסט נישט פויל....

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 28, 2023 3:06 pm

· #532511
ייש"כ. דאס איז דאך מיין פוינט. אז ביז איכ'ל ענדיגן לערנען די אלע מפרשים מיט די נושאי כלים און הגהו"ת פון אלע ראשונים ואחרונים ואחרוני האחרונים וגדולי ליטא. ביז דאמאלס וועט שוין משיח זיכער קומען. וכדאמרן לעיל...!

ברוך שפינוזה » פרייטאג יולי 28, 2023 3:32 pm

· #532516
שמן למאור
זיצנדיג אויפן ערד דעם טישעבאוו, זאגנדיג בלעטער און בלעטער פון שווערע קינות ווערטער לאין סוף, האב איך אזוי געטראכט צו זיך, וואט די העל טוט מען דא? וואס איז די פוינט פון זאגן און זאגן?

מאנכע טעון זיך אויף אז זיי האבן 'געענדיגט זאגן' ס'גאנצע זאך... און יעצט? קענסט זאגן תהלים אנשטאט דעם.

אין שו"ע שטייט דאך שוין טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה. מילא מען נעמט צען שיינע שטיקלעך, מען נעמט א שטארקן פירוש, מען איז זיך מעמיק און וואס די מחבר מיינט ארויסצוברענגען, מען לייגט זיך אריין אין די מצב החורבן והגלות, הער איך. אבער ווער טוט דאס דען? אפילו די וואס ברענגען שוין יא א גרעבערע קינות מיט א פירוש, בליקן נאר אריין דערין ביי אלי ציון אדער ביי געוויסע שטיקלעך דא דארטן. סא וואס איז גאנצע זאגעריי? וועלכע איד קען זאגן אז ער האט פארשטאנען אפילו האלב פון וואס ער האט געזאגט?
כמעט אלע אידן וואס זאגן די גאנצע קינות און ענדיגן ביי חצות הייבן נישט אן צו וויסן קיין ווארט וואס זיי האבן אלץ צאמגעזאגט אין די צוויי דריי שעה, טא אויף וואס טויג עס?
ביי אונז אין קאנטרי האט זיך געמאכט איין יאר תשעה באב נאך מעריב אז מ'האט נישט געטראפן קיין קינות, מ'האט איבערגעדרייט דעם גאנצן שוהל דארט מיט די גאנצע שמות באקס און מ'קען נישט טרעפן קיין קינות. מיטאמאל דערמאנט זיך איינער אז ער האט א קינות אין זיין באנגעלוי, ער לויפט ארויס און 5 מינוט שפעטער איז ער צוריק מיט א קינות, ער עפנט עס אויף און נעמט זיך זאגן, און אזויווי ער איז געוועהן דער איינציגסטער מיט א ביכל האט ער געזאגט הויעך און דער עולם האט נאכגעזאגט שטילערהייט. אזוי זאגט מען און מ'זאגט און מ'זאגט, נאך אזא צוויי שעה זאגן מיט בכיות וואס איז דארט פארגעגאנגען פרעג נישט שטעלט זיך דער בעל קינות אויף און זאגט מ'האט שוין געענדיגט דעם גאנצן ביכל, אבער דער עולם נעמט זיך שרייען אז ער האט אויסגעלאזט אלי ציון ועריה... ער ווערט אינגאנצן רויט און הייבט אן שטאמלען אז ווי ס'זעהט זיך אויס איז ארויסגעפאלן פונקט יענע בלאט... בקיצור, ס'ווערט גאר פישי די גאנצע ענין, נאכדערצו אז דער איז באוואוסט אלץ א גרויסער לץ, ווער ווייסט וואס ער האט שוין דא אנגעווערטשאפט... מיטאמאל שפרינגט ארויס א צעהיצטער בחור'ל און כאפט פון איהם ארויס זיין ביכל און פאנגט אן זוכן די בלאט וואס פעלט, שטעלט זיך ארויס אז דער לץ האט קיינמאל קיין קינות נישט געהאט, ער האט פארגעזאגט יוצרות פון א יום כיפור מחזור. 😂 😂 😂

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 4:15 pm

· #532518
אמת'ע מעשה?

ערנסטגערעדט » פרייטאג יולי 28, 2023 5:56 pm

· #532520
Re: תשעה באב רעיונות
שמן למאור
אמת'ע מעשה?
א גוטע וויץ איז עס זיכער
לייגט זיך נישט אויפן שכל אז סזאל נישט זיין אפילו איין מענטש אין שול וואס האט נישט קיין קינות מיט זיך, סמוז דאך זיין יענע מינע מענטש אין יעדע שול, געווענליך דער וואס האט א גאנצע שטענדער מיט אלע מינע טאביקס און שיעורים יומי ספרים מיט קענדיס צו טיילן פאר די קינדער…

Nanach » פרייטאג יולי 28, 2023 6:38 pm

· #532521
שמן למאור
זיצנדיג אויפן ערד דעם טישעבאוו, זאגנדיג בלעטער און בלעטער פון שווערע קינות ווערטער לאין סוף, האב איך אזוי געטראכט צו זיך, וואט די העל טוט מען דא? וואס איז די פוינט פון זאגן און זאגן?

מאנכע טעון זיך אויף אז זיי האבן 'געענדיגט זאגן' ס'גאנצע זאך... און יעצט? קענסט זאגן תהלים אנשטאט דעם.

אין שו"ע שטייט דאך שוין טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה. מילא מען נעמט צען שיינע שטיקלעך, מען נעמט א שטארקן פירוש, מען איז זיך מעמיק און וואס די מחבר מיינט ארויסצוברענגען, מען לייגט זיך אריין אין די מצב החורבן והגלות, הער איך. אבער ווער טוט דאס דען? אפילו די וואס ברענגען שוין יא א גרעבערע קינות מיט א פירוש, בליקן נאר אריין דערין ביי אלי ציון אדער ביי געוויסע שטיקלעך דא דארטן. סא וואס איז גאנצע זאגעריי? וועלכע איד קען זאגן אז ער האט פארשטאנען אפילו האלב פון וואס ער האט געזאגט?
כמעט אלע אידן וואס זאגן די גאנצע קינות און ענדיגן ביי חצות הייבן נישט אן צו וויסן קיין ווארט וואס זיי האבן אלץ צאמגעזאגט אין די צוויי דריי שעה, טא אויף וואס טויג עס?
איך מיין עס נישט פערסאנעל און איים סארי אויב דו ווערסט באליידיגט, אבער עס דערמאנט מיר פון די מעשה מיט די פויער וואס האט זיך געטראפען מיט די גלחישע קליידער און ער האט נישט פארשטאנען די בייבל האט ער אפגעמאכט אז קיינער פארשטייט נישט….
איך מיין אז רוב קינות איז נישט אזעלכע שווערע פיוטים און אז מען קען אביסל לה״ק קען מען עס פארשטיין

וואס האט מיר יא געשטערט איז אז אונז וויינען אז אונז האבן נישט קיין ביהמ״ק, גאט לאכט פון אונז אויב ענק וואלטן געוואלט באמת וואלטן ענק געקענט עס בויען 1967, אדער אפילו יעצט ווען עס זאל ענק אזוי אנגיין ווי באסעס פון די פרייע אין תל אביב וואלטן ענק שוין געקענט עס האבן

שמן למאור » זונטאג יולי 30, 2023 11:52 am

· #532553
ביסט גערעכט אז ס'איז נישט קיין אויסטערלישע שווערע לשון קודש, די זאך איז נאר אז רוב שטיקלעך איז געשריבן אויף אן אופן פון א פאעזיע, די שטיקלעך דארפן רוב מאל גראמען, און ווען מען שרייבט אזוי איז שווער צו פארשטיין די כוונת הכותב פון עס שנעל אפזאגן.

נעם די צוויי פאלגנדע רענדעם שטיקלעך וואס איך האב נארוואס ארויסגעפיקט פונעם קינות. איידער דו גייסט לויפן קוקן אין א טייטש אדער פירוש, זאג מיר צו דו האסט קלאר ארויס וואס דאס דארף צו באדייטן.

האוכלים זרע שיחור כתמו הטוב פחמו משחור.

ויחמס וינצל מעדיי להכפישי ומגבה לתהום הרפישי.

אוודאי קען מען פארשטיין א ווארט דא א ווארט דארטן, אבער יעדע קינה איז געווענליך א גאנצע געבוי, עס האט א אנהויב מיט א סוף, עס רעדט זיך פון א ספעציעלע תקופה, און ברענגט ארויס א ספעציפישע נקודה. ווען מען נעמט עטליכע שטיקער און מען איז זיך טאקע מעמיק דערין און מען פראבירט עס צו פארשטיין, קען מען עס טאקע אפשר ארויסהאבן אן קיין פירוש, אבער אויף די ספיד וואס רוב בתי מדרשים זאגן קינות, מיין איך אז רוב עולם הייבט נישט אן צו וויסן וואס זיי זאגן. סיידן ביי עטליכע שטיקלעך ווי ארזי הלבנון, אדער אש תקד בקרבי... בצאתי ממצרים וכדומה.

מרדכי מרדכי » זונטאג יולי 30, 2023 12:31 pm

· #532556
ברוך שפינוזה
ביי אונז אין קאנטרי האט זיך געמאכט איין יאר תשעה באב נאך מעריב אז מ'האט נישט געטראפן קיין קינות, מ'האט איבערגעדרייט דעם גאנצן שוהל דארט מיט די גאנצע שמות באקס און מ'קען נישט טרעפן קיין קינות. מיטאמאל דערמאנט זיך איינער אז ער האט א קינות אין זיין באנגעלוי, ער לויפט ארויס און 5 מינוט שפעטער איז ער צוריק מיט א קינות, ער עפנט עס אויף און נעמט זיך זאגן, און אזויווי ער איז געוועהן דער איינציגסטער מיט א ביכל האט ער געזאגט הויעך און דער עולם האט נאכגעזאגט שטילערהייט. אזוי זאגט מען און מ'זאגט און מ'זאגט, נאך אזא צוויי שעה זאגן מיט בכיות וואס איז דארט פארגעגאנגען פרעג נישט שטעלט זיך דער בעל קינות אויף און זאגט מ'האט שוין געענדיגט דעם גאנצן ביכל, אבער דער עולם נעמט זיך שרייען אז ער האט אויסגעלאזט אלי ציון ועריה... ער ווערט אינגאנצן רויט און הייבט אן שטאמלען אז ווי ס'זעהט זיך אויס איז ארויסגעפאלן פונקט יענע בלאט... בקיצור, ס'ווערט גאר פישי די גאנצע ענין, נאכדערצו אז דער איז באוואוסט אלץ א גרויסער לץ, ווער ווייסט וואס ער האט שוין דא אנגעווערטשאפט... מיטאמאל שפרינגט ארויס א צעהיצטער בחור'ל און כאפט פון איהם ארויס זיין ביכל און פאנגט אן זוכן די בלאט וואס פעלט, שטעלט זיך ארויס אז דער לץ האט קיינמאל קיין קינות נישט געהאט, ער האט פארגעזאגט יוצרות פון א יום כיפור מחזור. 😂 😂 😂
אלי ציון זאגט מען צופרי נישט ביינאכט