נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16420
נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
סהאט זיך געפענט א ניייע וועבזייטל מיטן נאמען איד טיש , וואס דער ציל מיטן זייטל האב איך נישט קיין אהנונג אפשר האט עס קאנעקשאן מיט קול מבשר ווייל זייער הויפט זייט איז דא נייעס מיט לינקס צו קול מבשר.
זאלן זיי האבן הצלחה.
איינער פון די תקנות פונעם פארום איז נישט צו רעדן ציונות איי געס זיי גייען אין ריכטונג פון אייוועלט
https://forum.yidtish.com/זעט אויס אינטערסאנט. איינער ווייסט וויפיל עס קאסט צו עפענען אזא זייטל, און עס האלטן אקטיוו?
שפילערסהאט זיך געפענט א ניייע וועבזייטל מיטן נאמען איד טיש , וואס דער ציל מיטן זייטל האב איך נישט קיין אהנונג אפשר האט עס קאנעקשאן מיט קול מבשר ווייל זייער הויפט זייט איז דא נייעס מיט לינקס צו קול מבשר.
זאלן זיי האבן הצלחה.
איינער פון די תקנות פונעם פארום איז נישט צו רעדן ציונות איי געס זיי גייען אין ריכטונג פון אייוועלט
https://forum.yidtish.com/
שפילער: ייש"כ. דו האסט מיר געסעיווט די טרחה. וויל איך האב שוין געהאלטן ביי מיך איינשרייבן. נאר איך בין א געפערליכער ציוני. איך האלט אז דער אייבישטער האט מער ליעב די אידן. אפילו די נישט אזוי שטארק ערליכע. מער ווי די אראבערס. אויך ביניך א (שטיקל) ארוני. און איך האלט אז מהר"א איז נישט דער גרעסטער שייגעץ און טעראריסט וואס איז פארהאן. נאר אן ערליכער, קלוגער אדמו"ר און מרא דאתרא וועלכער פיהרט זיין קהילה על דרך התורה וחסידות. אז דו ווילסט קענמען איהם אנרופן א מנהיג ישראל. איינער פון די גרעסטע רעבעס אין דעם היינטיגן דור...!
האביך מורא אז מ'וועט מיך ארויסווארפן נאך פאר מ'עט מיך ארייננעמען...אפילו דא ביניך אויך נישט גאראנטירט אז דער חשוב'ער מנהל גייט נישט מעקן מיין תגובה...תירוצים? דאס האט ער געניג. אבער מ'צענזורירט נישט, ח"ו...!
זעיט אויס צי זיין נאך א אייוועלט, נישטא קיין שום חידוש דערין, כ׳פארשטיי אפילו נישט די פוינט פונעס, מה הועילו יודטיש בתקנתם.
איך פרעדיקט אז ביז א יאר גייט עס אראפגיין פונעם מאפע, לכאורה איז עס א באורד כולל יונגערמאן וואס האט אויסגעפיגערט אז מען קען מאכן א פארום אויף php.
. די פארשריפטן:
א. ציל: אונזער ציל איז צו געבן פאר'ן ערוואקסענעם ציבור א פלאטפארמע זיך אויסצושמועסן, און צו ברענגען רייכע אינפארמאציע וואס אינטערעסירן אלעמען.
ב. ואהבת לרעך: אידטיש טאר נישט גענוצט ווערן ח"ו צו ארויסלייגן לשון הרע אויף א יחיד, און אודאי נישט קיין שום שפעט ווערטער אויף רבנים וכדו'. (א פאל וואס רבנים שטיצן אונטער דאס שרייבן קעגן א יחיד, דארף עס עקסטערע רשות פון די מערכת)
ג. טהרת המקום: כדי נישט צו זיין קיין פתח לחטאת, זענען לינקס פון יוטוב, פעיסבוק, און אנדערע אומאויסגעהאלטענע סייטס נישט ערלויבט.
ד. תוכנ'דיג: א תגובה זאל געשריבן ווערן מיט תוכן, ווי איידער קורצע סטעיטמענט'ס הין'ן'צוריק. (צו ערקלערן: שרייבט ווי א שמועס אויף אימעיל, נישט ווי א שמועס אויף א טשעט, וק"ל)
ה. ברודערליך: ווען עס קומט צו קאנקורירנדע זייטן ביי אלגעמיינע פאליטיק אדער להבדיל אידישע מיינונגס פארשידנהייטן, און איר שרייבט עפעס אויף אייער צד, האלט אייך ערוואקסן און לייגט נישט אריין קיין טשעפע ווערטער אויף קיינעם, און אודאי נישט אויף א צווייטן שרייבער. ווען איר שרייבט אייער מיינונג/ידיעה, לאזט א צווייטן שרייבן זיינס. לויפט נישט נאך דאס לעצטע ווארט... האלט דעם אטמאספער געשמאק.
ו. קדושים תהיו: ניבול פה ח"ו, מאן דכר שמי'.
ז. אמונה טהורה: דער חפץ חיים האט געזאגט אז ציונות (באדייט: א אידישע מדינה לפני ביאת משיח) איז טומאת עמלק. ביטע נישט שרייבן קיין שום הודאה למינות.
ח. נישט קיין פלאטפארמע אנצוהייבן א 'ספין': ביטע נוצט נישט דעם פלאטפארמע אנצוהייבן בויען א 'ספין', בפרט מיט מיס-אינפארמאציע, עכ"פ אזוי לאנג ווי דאס איז נישט באריכטעט אויף אנערקענטע פלאטפארמעס. ווער עס נוצט אידטיש פאר אזעלכע זאכן וועט מוזן טרעפן אנדערע מקומות, ווייל אזאנס טוט בא'עולה'ן דעם ציבור.
ט. וועהלן מעמבערס: מיר וועלן פרובירן צו האלטן אן אויג אויף א מעמבער וואס צילט צו גיין אין א צווייטע דירעקציע, און אים אוועקשיקן, אזוי ארום זאלן די איבריגע חברים קענען שמועסן נארמאל אן קיין איבריגע צענזור.
י. דער עולם ווארט צו זען אייערע ידיעות און טאלאנטן... יאללא
קהל'ס נער: איך האב (לפום ריהטא) געוואלט זאגן אז דאס ווארט ...יאללא... איז ציוניס'טיש. ווייל מ'ניצט עס אין מדינת ישראל (רח"ל מהאי דעתא). נאר כ'האב מיך דערמאנט אז דאס איז אן אראביש ווארט. איז דאך גוט. דאמאלס איז עס כשר...לאל
איך האב פרובירט אויסצוטאפן די זאך דארט, איך האב פארשטאנען אז זיי זענען אייוועלט חברה אבער זענען נישט צופרידן פון געוויסע קלייניקייטן פון אייוועלט, אבער קאווע שטיבל איז פונקט אזוי חזיר טריפה פאר זיי ווי פאר אייוועלט, סאו סאך הכול ווילן זיי א טראפ מער פון אייוועלט, מיר קוקט נישט אויס ווי ס'גייט זיך אויסארבעטן, ס'וועט אין בעסטן פאל אויסקוקן ווי טרוט קעגן טוויטער...
כדאי צו אויסקוקן ווי אייוועלט אז די פילטערס זאלן עס דורכלאזן און ס'זאל הייסן א פרומע סייט מוז מען זיך צושטעלן צו זייער אסאך קאפריזן, און דאס איז איינע פון די ריעזאנס פארוואס אייוועלט איז אזוי שטרענג אויף זאכן וואס האבן צוטון מיט קהילה מחלוקת וכדומה, איך ווינטש אים אסאך הצלחה, אבער טאמער גייט ער האבן נאר די געפלויגענע פון אייוועלט גייט ער האבן אסאך קאפ וויי.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
אינטרעסאנט
📎 Screenshot_20230716-011547_Chrome.jpg
דאס קוקט שוין באלד אויס ווי די ענדלאזע צאל פון קריסטליכע דענאמענאציעס. אידטיש וויל צווישן אייוועלט און קאוועשטיבל, באלד וועט קומען א דריטער און עפענען א פארום וואס איז צווישן אידטיש און קאוועשטיבל, א פערטער וועט עפענען א פארום צווישן אידטיש און אייוועלט, ואין לדבר סוף. פאר מיר איז אפילו קאוועשטיבל צו צענזורירט... איך טראכט פון עפענען א פארום וואס זאל זיין צווישן קאוועשטיבל און פאליש, נאך איינער איז מיט מיר? 😂 😂 😂
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
דער דאסאינטרעסאנט
אז מ'קען ארויסשרייבן קאווע שטיבל האלט מען אויך ערגעץ..
ברוך שפינוזהדאס קוקט שוין באלד אויס ווי די ענדלאזע צאל פון קריסטליכע דענאמענאציעס. אידטיש וויל צווישן אייוועלט און קאוועשטיבל, באלד וועט קומען א דריטער און עפענען א פארום וואס איז צווישן אידטיש און קאוועשטיבל, א פערטער וועט עפענען א פארום צווישן אידטיש און אייוועלט, ואין לדבר סוף. פאר מיר איז אפילו קאוועשטיבל צו צענזורירט... איך טראכט פון עפענען א פארום וואס זאל זיין צווישן קאוועשטיבל און פאליש, נאך איינער איז מיט מיר? 😂 😂 😂
אמאל איז געוועהן דא איינער וואס האט זיך געריפן רביה״ק וואס האט געפענט אזא מין סייט וואס די ווילסט אויף רעדדיט…
דא האסטו
📎 Screenshot_20230716-014302-01.jpeg
איך זעה אז זייער סייט איז מאובייל פרענדלי.
ווען וועט שוין אונזער סייט זיין מאובייל פרענדלי?
דער דאסאינטרעסאנט
Nonsense
שווערע נאמען.
באלט אזוי שלעכט ווי truth social
האט גראדע א אינטערסאנטע פיוטשער.
אקטיווע נייעס.
געלינקט צום מקור ווי קול מבשר, ישיבה ווארלד, וכדו'
📎 Screenshot_20230716-033226.png
שלג זהב דער דאסאינטרעסאנט
אז מ'קען ארויסשרייבן קאווע שטיבל האלט מען אויך ערגעץ..
ניין: איכ'ל דיר זאגן וואו מ'האלט. מיט די זעלבע מענטאליטעט וואס אייוועלט. אז יענער איז א שייגעץ יענער טויג נישט. נאר איך בין בעסער.
אינטערעסאנט אז אייוועלט האט עס נאך נישט געמעקט
אונז ווערן אויך דערמאנט אפאר מאל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=63790
בלייבט נאר אן צי ווינטשן הצלחה פאר ביידע צדדים
הער איך אז דער בעל ההיימשטאט שטייט דערינטער
טינט פען: זיין קאמערשל נאמען זאגט מיר גארנישט. איך בין נאך (ב"ה) נישט געווען ביי זיינע טישן און גענימען שיריים פון ידיו הקדושים. און וואס ער האט טועם געווען בפה קדשו. אפשר חנוכה. אויב ער'ט טיילן געשמאקע דזשעללי און קאסטערד דאונאטס...!
מה שמו הקדוש. וואו האט ער זיין ביהמ"ד?!
האב איך יעצט אריינגעבליקט דארט, כ'זעה נישט די חילוק צווישן דאס מיט אייוועלט, הגם פון מיר איז נישט קיין ראיה ווייל איך זעה פונקט אזוי נישט די חילוק צווישן Methodist און Presbyterian... דער עולם דארט שפילט טויט צושוידערט ווייל עפעס א מוסולמענער בעיבי האט געזאגט אז ער גייט פארברענט א ספר תורה אלס נקמה פאר דאס וואס אן אנדערע בעיבי האט אמאל פארברענט א קוראן, דערנאך טוט זיך א געטומל צו די רעדע איז טאקע איבער א כשר'ע ספר תורה צו א פסול'ע צו אפשר גאר א KJV בייבל... ואם תמצא לומר אז די רעדע איז איבער אן ענגלישע בייבל צו דארף מען אויך שפילן אויפגעשוידערט אדער דעמאלטס איז מען פטור... דערנאך קומט אן ערוואקסענע בעיבי מיט א פרייליכע בשורה אז שוועדן רעדט איבער מאכן אומלעגאל דאס פארברענען פון ספרי תורה, נאר דאס פעלט מיר אויס... הייבן הייבט זיך עס אן מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון ספרי תורה און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון חמץ ערב פסח, היל"ת! בקיצור, אן ערליכער איד האט נישט וואס צו זוכן אויף אזא פארום.
ברוך שפינוזההאב איך יעצט אריינגעבליקט דארט, כ'זעה נישט די חילוק צווישן דאס מיט אייוועלט, הגם פון מיר איז נישט קיין ראיה ווייל איך זעה פונקט אזוי נישט די חילוק צווישן Methodist און Presbyterian... דער עולם דארט שפילט טויט צושוידערט ווייל עפעס א מוסולמענער בעיבי האט געזאגט אז ער גייט פארברענט א ספר תורה אלס נקמה פאר דאס וואס אן אנדערע בעיבי האט אמאל פארברענט א קוראן, דערנאך טוט זיך א געטומל צו די רעדע איז טאקע איבער א כשר'ע ספר תורה צו א פסול'ע צו אפשר גאר א KJV בייבל... ואם תמצא לומר אז די רעדע איז איבער אן ענגלישע בייבל צו דארף מען אויך שפילן אויפגעשוידערט אדער דעמאלטס איז מען פטור... דערנאך קומט אן ערוואקסענע בעיבי מיט א פרייליכע בשורה אז שוועדן רעדט איבער מאכן אומלעגאל דאס פארברענען פון ספרי תורה, נאר דאס פעלט מיר אויס... הייבן הייבט זיך עס אן מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון ספרי תורה און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון חמץ ערב פסח, היל"ת! בקיצור, אן ערליכער איד האט נישט וואס צו זוכן אויף אזא פארום.
איך פארשטיי נישט די פראבלעם פון שוועדן מען זאל זיי פשוט געבן א ספר תורה וואס א מין האט געשריבן און א ספר תורה שכתבו מין דארף מען פארברענען! און פטור אן עסק
berlbalagulehטינט פען: זיין קאמערשל נאמען זאגט מיר גארנישט. איך בין נאך (ב"ה) נישט געווען ביי זיינע טישן און גענימען שיריים פון ידיו הקדושים. און וואס ער האט טועם געווען בפה קדשו. אפשר חנוכה. אויב ער'ט טיילן געשמאקע דזשעללי און קאסטערד דאונאטס...!
מה שמו הקדוש. וואו האט ער זיין ביהמ"ד?!
זיידי בערל איז שוין צו אלט פאר די זאכן .
היימשטאט איז די ארוינישע אויסגאבע אין קרית יואל והגלילות וגללים גלילותיהם,
דער היימשטאט פראבירט צו שטיפען אלע מחלוקת וואס איז שוין א פארגאנגענהייט, און עס צוריק ארויפברענגען אויפן טיש,
איינע פון די מומחיות פון היימשטאט איז די קאפי פעיסט קנעפל, פון נעמען איידיעס פון א צווייטן און עס קאפיען פאר זיך.
שפילער
איך פארשטיי נישט די פראבלעם פון שוועדן מען זאל זיי פשוט געבן א ספר תורה וואס א מין האט געשריבן און א ספר תורה שכתבו מין דארף מען פארברענען! און פטור אן עסק
😂 😂 😂
מ'דארף טאקע זאגן דעם רב הראשי דארט אז ער זאל אנזאגן דעם שוועדישן קעניג אז ווען ער גייט פארבאטן דאס פארברענען פון ספרי תורה (כאילו די שוועדישער פארלעמענט איז טויט נייגעריג וואס ער האט צו זאגן) זאל ער אבער מאכן אן אויסנאם פאר ספרי תורה שכתבו מין, אז נישט מה הועילו חכמים בתקנתם? 😂 😂 😂 אינאיינוועגס זאל ער שוין אויך פארבאטן אבר מן החי און גיד הנשה. 😂 😂 😂
יעדע מענטש געפינט זיך אין א ריזיג וועלטל. א וועלט מיט שאסייען א בריקען, מהלכים און צדדים. אמאל איז די וועלט באמת גרויס, און אמאל איז עס גאר קליין - נאר דער מענטש ווייסט נישט אז עס איז דא מער, ממילא פאר אים איז דאס די גרעסטע וואס איז פארהאן.
עס איז אינטרעסאנט צו אבזעווירן צומאל ווי מענטשן וועלכע גייען אריין אין די צווייטע קאטאגאריע, לייגן אריין זייער גאנצע ענערגיע אין חילוקים פון איין וועג צום צווייטן, ווען באמת איז עס נישט קיין משמעות'דיגע נפקא מינה - ווען מען קוקט אויפן גרעסערע בילד.
פאר זיי איז די נייע סייט א רעוואלאציע. עפעס א נקודה פון פרומקייט און צענזור גייט זיין אנדערש ווי די אלטע. אין זייער וועלט טראגט דאס א גרויסע געוויכט. אבער פאר מענטשן וואס זענען באקאנט מיט די ברייטערע בילד איז דאס ממש אומזעבאר.
...איך פיל אביסל stupid פארן שרייבן אזא גאנצע אפהאנדלונג אויף אזא מונדערוויכטיגע טעמע... דאך האב איך געוואלט משתף זיין די עצם געדאנק - וועלכע איז מעגליך יא valuable, מיטן עולם.
berlbalaguleh שפילערסהאט זיך געפענט א ניייע וועבזייטל מיטן נאמען איד טיש , וואס דער ציל מיטן זייטל האב איך נישט קיין אהנונג אפשר האט עס קאנעקשאן מיט קול מבשר ווייל זייער הויפט זייט איז דא נייעס מיט לינקס צו קול מבשר.
זאלן זיי האבן הצלחה.
איינער פון די תקנות פונעם פארום איז נישט צו רעדן ציונות איי געס זיי גייען אין ריכטונג פון אייוועלט
https://forum.yidtish.com/
.....נאר איך בין א געפערליכער ציוני..... אויך ביניך א (שטיקל) ארוני......
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די ביסט אן ארויני....
אינטערסאנטער berlbalaguleh שפילערסהאט זיך געפענט א ניייע וועבזייטל מיטן נאמען איד טיש , וואס דער ציל מיטן זייטל האב איך נישט קיין אהנונג אפשר האט עס קאנעקשאן מיט קול מבשר ווייל זייער הויפט זייט איז דא נייעס מיט לינקס צו קול מבשר.
זאלן זיי האבן הצלחה.
איינער פון די תקנות פונעם פארום איז נישט צו רעדן ציונות איי געס זיי גייען אין ריכטונג פון אייוועלט
https://forum.yidtish.com/
.....נאר איך בין א געפערליכער ציוני..... אויך ביניך א (שטיקל) ארוני......
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די ביסט אן ארויני....
לאל... ווייל איך בין א ציוני. ס'איז נאר שווער איין קשיא. מיין רבי האקט אויף די ציונים א סאך מער ווי זיין ברודער מהרז"ל שליט"א.
ס'גייט (כמעט) נישט אדורך קיין שום געלעגנהייט וואו ער דערמאנט נישט די ציונים לגנאי. איי. זיי עקזיסטירן שוין (כמעט) נישט... יא. הרב בערגער פון מאמענט האט נאך געטראפן א פאר (אלטע, פארשימלטע) ציונים ביי די גרעניצן פן אוקראינע וועלכע רעדן צו די אידן (און אפשר גויים אויך) אז זיי זאללן פארן וואוינען קיין מדינת ישראל.
אמת. ס'זענען נאך (ב"ה) דא א פאר מיליאן ציונים. די אידן וועלכע לערנען דעם דף היומי .(הרב ישראל מ. סופר. נישט איך, (ח"ו). וואלט שוין געזאגט רחמנא ליצלן מהאי דעתא).
?It's not working anybody else has this problem
פונדאַמענטאַליעדע מענטש געפינט זיך אין א ריזיג וועלטל. א וועלט מיט שאסייען א בריקען, מהלכים און צדדים. אמאל איז די וועלט באמת גרויס, און אמאל איז עס גאר קליין - נאר דער מענטש ווייסט נישט אז עס איז דא מער, ממילא פאר אים איז דאס די גרעסטע וואס איז פארהאן.
עס איז אינטרעסאנט צו אבזעווירן צומאל ווי מענטשן וועלכע גייען אריין אין די צווייטע קאטאגאריע, לייגן אריין זייער גאנצע ענערגיע אין חילוקים פון איין וועג צום צווייטן, ווען באמת איז עס נישט קיין משמעות'דיגע נפקא מינה - ווען מען קוקט אויפן גרעסערע בילד.
פאר זיי איז די נייע סייט א רעוואלאציע. עפעס א נקודה פון פרומקייט און צענזור גייט זיין אנדערש ווי די אלטע. אין זייער וועלט טראגט דאס א גרויסע געוויכט. אבער פאר מענטשן וואס זענען באקאנט מיט די ברייטערע בילד איז דאס ממש אומזעבאר.
...איך פיל אביסל stupid פארן שרייבן אזא גאנצע אפהאנדלונג אויף אזא מונדערוויכטיגע טעמע... דאך האב איך געוואלט משתף זיין די עצם געדאנק - וועלכע איז מעגליך יא valuable, מיטן עולם.
Narcissism of small differences
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
https://forum.yidtish.com/viewtopic.php?p=84159#p84159📎 Screenshot_20240503_002143_Chrome.jpg
נאו ווארדס פאר דיס פיעפעל.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
איינער ברענגט דארט ארויס ספיקות איבער די ספר מן המצר. זענען דא וואס לייקענען דאס וואס רבי מיכאל בער שרייבט?
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
ווי איראניש עס הערט זיך, און סאטמאר איז דאך יעדער וואס גייט נישט פונקטליך און שפאן א שונא ועוכר ישראל,
אבער אויף היטלער ווייסן זיי נישט פונקטליך אויב ער איז געווען א שונא ישראל..
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
מנחם מנדל #
אלס סאטמארער האף איך אז יענער איז סארקאסטיש....
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
Antibacterial #
איינער ברענגט דארט ארויס ספיקות איבער די ספר מן המצר. זענען דא וואס לייקענען דאס וואס רבי מיכאל בער שרייבט?
יא, זיי זאגן אז ער האט מער געשריבן פון געפיל ווי פון פאקטן.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
מנחם מנדל #
ווי איראניש עס הערט זיך, און סאטמאר איז דאך יעדער וואס גייט נישט פונקטליך און שפאן א שונא ועוכר ישראל,
אמאל געווען, היינט איז שוין די סאטמארער עולם ליבעראל, עטליסט זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון אנדערע...
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
יאנקל בעל העגלה #
מנחם מנדל #
אלס סאטמארער האף איך אז יענער איז סארקאסטיש....
ניין ער איז נישט סארקאסטיש. אזוי ווי יענער אויף אייוועלט וואס האט געטענה'ט אז נאסראללה איז סה"כ א צורר הציונים אויף וועם מ'בעט ממילא די ברכה פון על המינים. דאס זענען אלע פירות פונעם רבי'ן ז"ל אבסעסיע.
📎 Screenshot_20240504_214205_Chrome.jpg.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
הכנה דרבה #
Antibacterial #
איינער ברענגט דארט ארויס ספיקות איבער די ספר מן המצר. זענען דא וואס לייקענען דאס וואס רבי מיכאל בער שרייבט?
יא, זיי זאגן אז ער האט מער געשריבן פון געפיל ווי פון פאקטן.
מיין שאלה איז אויב איז דא ערגעץ זאכן וואס שטימען נישט מיטן מציאות. סתם זאגן אז סאיז געפילן קען דאך יעדער זאגן
פרעג איינעם וואס האט איהם געקענט וועסטו פארשטיין פארוואס מ׳זאגט אזוי.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
Antibacterial #
הכנה דרבה #
Antibacterial #
איינער ברענגט דארט ארויס ספיקות איבער די ספר מן המצר. זענען דא וואס לייקענען דאס וואס רבי מיכאל בער שרייבט?
יא, זיי זאגן אז ער האט מער געשריבן פון געפיל ווי פון פאקטן.
מיין שאלה איז אויב איז דא ערגעץ זאכן וואס שטימען נישט מיטן מציאות. סתם זאגן אז סאיז געפילן קען דאך יעדער זאגן
מן המיצר איז טאקע געשריבן מיט פאקטן. נאר אויך א ביסל טענדענציעז. אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט.
למשל ער שרייבט אין זיין ספר אז ווען מ'איז געגאנגען צו די ציוניסט'ישע פיהרערס אין שווייץ בעטן געלט צו ראטעווען די אידן האבן זיי געענטפערט אז זיי געבן נישט און זיי האבן געזאגט..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...!
דער סטעיטמענט איז אמת און נישט אמת.
דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן דורך ציוניס'טישע פיהרערס נאר אין אנדערע צייט און אן אנדערן קאנטעקסט.
ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאללן זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי ביי די ערשטע וועלט מלחמה האבן די ציוניסט'ישע פיהרער געזאגט אז יא. ווייל נאך די מלחמה וועלן די אידן קענען האבן א טענה פאר א מדינה. זאגנדיג רק בדם תהיה לנו הארץ.
ס'איז א חילוק וואו מ'זאגט עס און פארוואס.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
Wow קיינמאל געהערט דאס! דאס מיינט אז די גאנצע רק בדם -ווי מער טויטע אידוי איז א פאלשע סטעיטמענט?
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
האט שוין עפעס א ציוניסט אדער מזרחיסט אמאל געשריבן א בוך אדער א טעזע אפצושלאגן דעם מן המיצר?
וואלט איך געווען זייער פאראינטערסירט צו לייענען!
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
ווייל א סאך פאקטן זענע אמת. אויך. נישט א יעדער איז קוואליפיצירט צו פיהרן א דעבאטע מיט אזא גרויסן מענטש ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל.
דער ספר האט רוב פאקטן ריכטיג. נאר ס'זענען דא א פאר אומ-פונקטליכקייטן דארט.
אפילו להבדיל דער (פראסטער) שרייבער און זייפן בלאך, וואס האט געשריבן דעם "דובב שפתי ישנים" וואס איז מערסטנס געפעלשט האט אויך א פאר אויטענטישע בריוון פון רבנים גדולי ישראל וועלכע האבן געשריבן אקעגן דעם (פאליטישן) ציוניזם.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
berlbalaguleh #
למשל ער שרייבט אין זיין ספר אז ווען מ'איז געגאנגען צו די ציוניסט'ישע פיהרערס אין שווייץ בעטן געלט צו ראטעווען די אידן האבן זיי געענטפערט אז זיי געבן נישט און זיי האבן געזאגט..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...!
דער סטעיטמענט איז אמת און נישט אמת.
דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן דורך ציוניס'טישע פיהרערס נאר אין אנדערע צייט און אן אנדערן קאנטעקסט.
ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאללן זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי ביי די ערשטע וועלט מלחמה האבן די ציוניסט'ישע פיהרער געזאגט אז יא. ווייל נאך די מלחמה וועלן די אידן קענען האבן א טענה פאר א מדינה. זאגנדיג רק בדם תהיה לנו הארץ.
ס'איז א חילוק וואו מ'זאגט עס און פארוואס.
דאס איז די ערשטע מקור פון די סטעיטמענט, אבער רמ"ב שרייבט אז נתן שוואלב האט דאס געשריבן ביים שואה
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7%AA%D7%9F_%D7%A9%D7%95%D7%95%D7%90%D7%9C%D7%91#:~:text=%D7%A8%D7%A7%20%D7%91%D7%93%D7%9D%20%D7%AA%D7%94%D7%99%D7%94%20%D7%9C%D7%A0%D7%95%20%D7%94%D7%90%D7%A8%D7%A5%5B,%D7%91%D7%93%D7%A8%D7%9A%20%D7%A9%D7%97%D7%95%D7%A8%20%D7%A2%D7%9C%20%D7%99%D7%93%D7%99%20%D7%A9%D7%9C%D7%99%D7%97%20%D7%96%D7%94%22.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
יא: זיכער ר' מיכאל בער שרייבט עס אין זיין ספר מן המצר, נאר ס'קען זיין אז ער האט געמאכט א טעות זייענדיג דערביטערט אז נתן שוואלב האט איהם אפגעזאגט (סיי וואס זיינע מאטיוון זענען געווען) נאכדעם וואס ער האט אזויפיהל אינוועסטירט אין צייט און איינגעשטעלט זיין לעבן צו העלפן ראטעווען די אידן פון סלאוואקיע און אנדערע לענדער.
נתן שוואלב (איך האב איהם נישט געקענט) איז זיכער געווען א שלעכטער מענטש אן קיין רחמנות אין זיין הארץ, נאר לפענ"ד איז ער נישט געווען א טייל פון א קאנספיראציע צו לאזן בכונה אויסהרג'ענען די אייראפעאישע אידן.
רודאלף קאסטנער און זיינע חברים די ציוניסטישע פיהרערס אין אונגארן זענען יא געווען א טייל פון א רשעות'דיגע קאנספיראציע פון שטילשווייגן און נישט פארציילן פאר די אידן אין אונגארן וואס די דייטשן ימ"ש האבן אנגעגרייט פאר זיי, אזוי ווי ס'איז שוין באשריבן אין דעם ספר מן המצר, און להבדיל דער בוך פון רודאלף ווערבע.
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין, דער בוך פון רודאלף ווערבע "עסקעיפ פראם אוישוויץ" איז פול מיט ליגנטס און פאנטאזיעס וואס ער האט פארציילט כדי זיך צו אגראנדיזירן (גרויס מאכן).
נאר ס'איז דא א סאך אמת אויך, איינס פון די זאכן וואס ער פארציילט אז ווען ער איז אנגעקומען קיין בודאפעסט (אדער אן אנדערע שטאט) האט רודאלף קאסטנער און זיינע חברים איהם צוריקגעהאלטן פון פארציילן וואס ער האט איבערגעלעבט אין אוישוויץ. זיי האבן איהם געהאלטן "פארשפארט" אין האטעל, כדי ער זאל זיך נישט טרעפן מיט זייערע חברים פון די ציוניסטישע ארגאניזאציע, אז ער זאל נישט פארציילן זיינע עקספיריענסן וואס ס'טוט זיך אין אוישוויץ.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
יאנקל בעל העגלה #
מנחם מנדל #
אלס סאטמארער האף איך אז יענער איז סארקאסטיש....
ער איז לכאורה סארקאסטיש.
די ניק ספא 42 ברענגט דארט מער ווייניגער נייעס, עס איז געווען דארט איינער וואס האט אנגעהויבן איבער צודרייען די מדנ"י מלחמה נייעס אשכול (אפפססס אנטשולדיגט "טעמע"...) איבער ציונים ביים צווייטן וועלט קריג, האט ספא געעפענט א נייע טעמע איבער די נושא, ווי מ' זאגט "גארגעל דיר אויס דארט, און לאז די נייעס טעמע ריין"..
Re:
מרדכי מרדכי #
אינטערעסאנט אז אייוועלט האט עס נאך נישט געמעקט
אונז ווערן אויך דערמאנט אפאר מאל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=63790
בלייבט נאר אן צי ווינטשן הצלחה פאר ביידע צדדים
אייוועלט מעקט יעדע תגובה וואס האט אין זיך די ווארט "אידטיש".
ווי אויך ווען איינער שרייבט די ווארט אידטיש, קומט עס ארויף "חפץ חיים וועבזייטל"
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
נעבעך...
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
לעמעלע #
ווי אויך ווען איינער שרייבט די ווארט אידטיש, קומט עס ארויף "חפץ חיים וועבזייטל"
פארוואס חפץ חיים?
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
לעמעלע #
אייוועלט מעקט יעדע תגובה וואס האט אין זיך די ווארט "אידטיש".
פארוואס? מען טאר נישט רעאפירען צו א קאמפעטישאן?
ווי אויך ווען איינער שרייבט די ווארט אידטיש, קומט עס ארויף "חפץ חיים וועבזייטל"
וואס מיינט עס?
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
טראפעלע #
פארוואס חפץ חיים?
קוק תקנה ח'
https://forum.yidtish.com/viewtopic.php?p=223#p223
נאכדעם מאכט שוין איינער לצנות דערפון
https://forum.yidtish.com/viewtopic.php?t=1341
א צווייטער ווערט זייער וויי געטוהן פון דעם וואס אייוועלט נעמט אוועק קרעדיט פון זיי
https://forum.yidtish.com/viewtopic.php?t=1205