☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » שכר מצוה בהאי עלמא ליכא

שכר מצוה בהאי עלמא ליכא

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16415

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:47 am

· #531390
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא
בהמשך צו דא

ווערט אויסגעשמיעסט אז אין די תורה געפינט מען נישט אזא זאך ווי שכר אויף יענער וועלט אפשר אין נ"ך ? איך מיין אז אין תהילים טרעפט מען עס אסאך מאל דוד המלך זאגט למשל נפשי משאול תחתיה

עניוועיז ווי איז די מקור פון שכר און עונש וואס די רמב"ם זאגט אז מען איז אן אפיקורס אז מען גלייבט נישט דערין און די גאנצע יודישע רעליגיע דרייט זיך ארים דעם.

עניוואן?

סקעפטיקער » פרייטאג יולי 14, 2023 12:31 am

· #531435
והצלת נפשי משאול תחתיה מיינט געראטעוועט פון שטארבן, שאול = קבר/אונטערוועלט(?!)

ברוך שפינוזה » פרייטאג יולי 14, 2023 12:42 am

· #531438
פארוואס די תורה סטראשעט נישט מיט יענע וועלט איז די פשוט'ע תירוץ ווייל דאן וואלט עס אריין אינעם כלל פון הרוצה לשקר ירחיק עדיו, על כרחך דארף מען רעדן פון אונזער וועלט. נאך א תירוץ איז דא אז יענע וועלט איז סך הכל אן עקסטענשאן פון דעם וועלט, אז ס'גייט דיר שלעכט אויף דעם וועלט וועט דיר גיין שלעכט אויף יענער וועלט אויך, ממילא איז דאס די גרינגסטע מעסטער אויף צו וואוסן וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט. ד.ה. אז מ'דארף אפלערנען דעם פסוק פארקערט, אויב ביזטו ואספת דגנך תירושך ויצהרך דאן זאלסטו וואוסן אז דו ביזט אויפ'ן ריכטיגן דירעקציע, אויב אבער איז ועצר את השמים והארץ לא תתן את יבולה דאן דארפסטו צוריקגיין זוכן וואו דו ביזט פארפארן...

בכלל זענען די ספרי התנ"ך (און אזוי אויך זייערע נאכפאלגער, די ברית החדשה און דעם קוראן) געשריבן געווארן זייער שטארק centered אויף די מאטעריאליסטישע וועלט, אלע מעשה'לע דרייען זיך ארום גשמיות'דיגע מענטשן און די רוחניות'דיגע ענטיטיעס דרייען נאר אן הינטער די קוליסן, איך געדענק בסך הכל נאר איין איינציגע דיאלאג צווישן רוחניות'דיגע ענטיטיעס אינעם גאנצן תנ"ך, דאס איז אין אנפאנג ספר איוב, מעגליך אז ס'דא נאך איינצעלנע אבער ס'זיכער נישט אויפ'ן פארנעם פון די אנדערע רעליגיעס מיט וואס די מערב וועלט איז באקאנט. הגם יחזקאל און דניאל אנטהאלטן אביסל חזיונות, אבער די ספרים וואס זענען ממש באזירט אויף דיאלאגן צווישן מלאכים און שדים האבן נישט געמאכט זייער וועג אינעם תנ"ך אריין, אינטערעסאנט טאקע פארוואס.

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יולי 14, 2023 4:31 pm

· #531497
ברוך שפינוזה
אינטערעסאנט טאקע פארוואס.
אולי, ווייל אין די תורה, תורת ׳אמת׳, איז נישטא קיין פלאץ פאר דמיון. מושגים ווי גן עדן, גיהנום און סיי וועלכע ענין רוחני איז (עטליעסד פאר דעם פשוט׳ן איד) געבעיסד אויף דמיונות שוא...