☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיכאל שניצלער: שיקטס די קינדער אין פאבליק סקול

מיכאל שניצלער: שיקטס די קינדער אין פאבליק סקול

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1638
בלאט: 1 2

ידען » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 9:31 pm

· #39567
מיכאל שניצלער: שיקטס די קינדער אין פאבליק סקול
מיכאל שניצלער האט געבעטען מפרסם זיין:

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=W-em35EW6gA&sns=em">http://www.youtube.com/watch?v=W-em35EW6gA&sns=em</a>

ער לאזט דארט א מעסעזש צו איינעם וועגען די מצב ביי אונז און זאגט דארט א פאר זאכן וואס איז אמת ויציב ונכון און פאר דעם, זאגט ער אז מען מעג עס מפרסם זיין מיט זיין נאמען.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:31 pm

· #39569
ווער איז וועלוועלע? און פון וועלכע טשאבר איינקלך רעדט ער?

ידען » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:32 pm

· #39570
זיין משפחה.

ער איז א שניצלער. טשאבער אייניקעל.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:41 pm

· #39572
יש"כ ,הייסט עס מען רעדט פון א משפחה סיכסוך?

ידען » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:43 pm

· #39573
זעהט אזוי אויס?

נישט פאר מיר.

ער רעט בכלל וועגען די מצב היינט.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:46 pm

· #39575
אבער ער רעדט דאך צו א ספעציפישע מענטש און ער איז נישט איין טאג אויפגעשטאנן אויף די לינקע זייט און מחליט געווען אז אלע שיינע בחורים און מיידלך דארפן גיין אין פאבליק סקול עפעס א מעשה ליגט דאך דא באגראבן.

ידען » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:54 pm

· #39579
מסתם רעט ער טאקע פון עפעס ספעציפיש אבער מיכאל איז באקאנט מיט מער ווי איין מעשה, און אויב מע געדענקט האט ער אפי׳ אין זיין לעצטע אידישע טעיפ אריינגעלייגט וועגען דעם:

ווי לאנג עס גייט דיר גווווט, פארגיס נישט יענעםס בלייייט....

שמואל הלוי » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:27 pm

· #39586
נו ווער גייט פאלגן מיכאל'ן?

טאמבל סאס » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:30 pm

· #39588
ס'איז נאר גוט צו וויסן אז מיכאל האט ליב שיינע....

קול דודי » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:32 pm

· #39590
אהא, איינער מיט די גאטס צו זאגן וואס ער טראכט. איין באשעפער ווייסט אז אונזער סאסייעטי וואלט געדארפט סאך מער פין אזעלכע. (איך רעדט נישט פון דעם ספעציפישן ענין וואס ער בארירט. איך מיין בכלליות׳דיג. איעדער האט מורא פונ׳ם אייגענעם שאטן.)

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:17 am

· #39621
איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף גיין ביז פאבליק סקול, וואס איז שלעכט מיט די דאזיגע ישיבה?

דבילה » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:31 am

· #39625
שמואל הלוי
איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף גיין ביז פאבליק סקול, וואס איז שלעכט מיט די דאזיגע ישיבה?


מיכאל איז זיכער צו דעם מסכים. ער ברענגט דעך ממש דאס ארויס. הער אויף לערנען 'עט מען דיר זאגן "לערן נאר איין סעיף"...

טעפל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:10 am

· #39643
איינער קען דאס פליז אראפענמען אויף אודיא אדער ווידיא, מ'זאל עס קענען שיקן פאר אידן וואס קענען נישט זעהן יוטוב??

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:04 pm

· #39716
I do not believe that Michael would say things like ...

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:10 pm

· #39720
אז דו ביסט יעצט אויף קאווע שטיבל גלייבסטו יא?

ידען » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:11 pm

· #39721
we will
I do not believe that Michael would say things like ...

וואס גלייבסטו נישט? אז..

די קול איז מיכאל'ס?

מיכאל איז דער וואס ניצט זיין קול און נישט אז א צווייטער מאכט איהם נאך?

די פראבלעם איז נישט גענוג גרויס אז מען זאל טוהן דראסטישע שריט?

ער האט געהייסן מפרסם זיין?

ער רעדט צו די זאך?

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:17 pm

· #39725
I can not believe that Michael came out against ultra-Orthodox world

היימישער » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:36 pm

· #39732
עס קען זיין אז ער איז גערעכט אבער ער האט נישט געטוען אסאך, אזוי ווי א ר"י (וואס וואוינט ווי א ארימאן און לאזט נישט מאכן קיין טיי אווענד ווען ער מאכט חתונה) האט אמאל געזאגט (ווען מיכאל האט געזינגען זיין טרעק 5) אז ער איז גערעכט אבער קיינמאל נישט געשפירט אויף זיין אייגענע הויט, און האט אויסגעפירט אז ער קען נישט נעמען קיין אחריות אויב א בחור איז א משחית, אויב ער איז נישט, אפילו ער האלט נישט ביים לערנען (ער נעמט נישט אריין) אבער ער ווארפט נישט ארויס, אבער מען קען נישט אראפרייסע די ר"י'ס.

ידען » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:46 pm

· #39736
די ר"י'ס טאר מען נישט אראפרייסן, אבער זיי מעגן ארויסרייסן די לעבנס פון אומשולדיגע קינדער, בחורים און אפי' מיידלעך, מיטן ארויסווארפן זיי פון די מוסדות?

זאג מיר נישט יעצט אז זעכער האבן זיי געטוהן עפעס שלעכט און וועגן דעם האט מען זיי ממש אן קיין ברירה געמוזט ארויסווארפן, ווייל איך ווייס פון גענוג ריינע נשמות וואס מען האט גע'הרג'עט על לא עול בכפם.

דבילה » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:03 pm

· #39788
די אודיאו
<a class="postlink" href="http://www.streamfile.com/myid/OpYUNbLDIs6w">http://www.streamfile.com/myid/OpYUNbLDIs6w</a>

דער לינק ארבעט פאר די נעקסטע 24 שעה, פאר 20 דאונלאודס. אויב קען איינער זיין אזוי גוט זאל ער אראפברענגן דעם פייל צו אן אנדערן שערינג סיסטעם.

ידען » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:14 pm

· #39792
מע דארף עס לייגען אויף א האטליין און אזוי וועלען אויך די וואס האבען נישט אינטערנעט עס הערן.

DotCom » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:35 pm

· #39796
דאונלאוד לינק לבקשת הציבור.

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:29 pm

· #39807
טאמבל סאס
אז דו ביסט יעצט אויף קאווע שטיבל גלייבסטו יא?


It's a joke?

חייםהערש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:17 pm

· #39837
הגם ער טרייבט איבער זעט אויס אז ער רעדט פון א פארווייטיגטע פרשה
ואל תדון את חברך עד שתגיע למקומו

רומני » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:26 pm

· #39853
ניין בשום פנים ואופן....... דאס איז נישט קיין גערעדעכץ........ אבער עד מתי???? פארוואס זאלן נישט זיין אפאר רבנים וואס אין זייער הארץ פליסט אביסעלע אהבת ישראל און רחמנות אויף טאטעס און מאמעס וואס מאכן נאס זייערע קישענעס מיט הייסע בלוטיגע טרערן, און מאכן א ויצעקו אויף די מנהלים, ווילאנג וועט איר אוועק שניידן לעבעדיגע שטיקער פון כלל ישראל...... רוצחים הערט אויף!!!!!

חכם מחוכם » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:50 pm

· #39886
נו ראמני, וועם דו וועסט ווערן פרעזידענט, וועסטו דיך נעמען צו די ראשי ישיבות......, איין רגע פאר דו האקסט, קענסט נישט ארויפלייגן א ליילעך אויף אלע ר"י, יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט, איך מאך נישט אוועק, איך מנהלים וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך אומציגיין מיט בחורים, אבער לגבי ארויסווארפן?, איי דיסעגרי

טעפל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:40 am

· #39942
חייםהערש
הגם ער טרייבט איבער זעט אויס אז ער רעדט פון א פארווייטיגטע פרשה
ואל תדון את חברך עד שתגיע למקומו

ס'זעהט אויס וואו ער רעדט פון עקספינריענס....

gehlungen » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:33 am

· #39944
we will
I can not believe that Michael came out against ultra-Orthodox world

Do you know what you are talking about ??

דעינעש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:05 am

· #39950
בח"ח מביא הענין שלפנינו

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:01 am

· #39957
דעינעש
בח"ח מביא הענין שלפנינו


איך זעה דארט האט מען אים שוין געמאכט פאר א איש החינוך, עס זאל אויסזעהן בעסער

גאלד » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:44 am

· #39963
לאמיר לייגן מיכאל שניצלר אין א זייט,

א צווייטע קשיא,

וואס ברויך א טאטע, טוהן מיט א בחור וואס האט נישט קיין כח, קיין מח, קיין געדולד, צו זיצן און לערנען פון 6 אזייגער פארטאגס ביז צענע ביינאכט???

דאס מערסטע וואס ער קען פארנעמען איז 2 שעה א טאג, (פאר א אינגערמאן וואלט דאס געווען א צדיק)

איז אזא בחור א פראבלעם? א באם?

איז נישט א גרויס חלק נאטור מענטשן אין דעם קאטעגאריע וואס האבן נישט די כשרונות צו זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג, אזא איינער מאכט דאך עס נאר קאליע, דער בחור שפרינגט פון די הויט, פארלירט די גאנצע חשק, דער בחור שפירט ווי א שמאטע, און לא ימלט אז ער וועט אנמאכן א געדראטשקע,

a1b2 » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:46 am

· #39964
גאלד
לאמיר לייגן מיכאל שניצלר אין א זייט,

א צווייטע קשיא,

וואס ברויך א טאטע, טוהן מיט א בחור וואס האט נישט קיין כח, קיין מח, קיין געדולד, צו זיצן און לערנען פון 6 אזייגער פארטאגס ביז צענע ביינאכט???

איז אזא בחור א פראבלעם? א באם?

איז נישט א גרויס חלק נאטור מענטשן אין דעם קאטעגאריע וואס האבן נישט די כשרונות צו זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג, אזא איינער מאכט דאך עס נאר קאליע, דער בחור שפרינגט פון די הויט און לא ימלט אז ער וועט אנמאכן א געדראטשקע,

עפשער זאגסטי מיר אין וועלכע ישובה דארף מען זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג?

דעינעש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:56 am

· #39967
חכם מחוכם
דעינעש
בח"ח מביא הענין שלפנינו


איך זעה דארט האט מען אים שוין געמאכט פאר א איש החינוך, עס זאל אויסזעהן בעסער


יא, זיי זענען גיט. זיי זענען מקיים דעם הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

אפשר אז הר"ר מיכא' שליט"א וועט דורך דעם אינוועסטן אינעם חינוך סיסטעם, האט זיך שוין געלוינט די הכתרה אויך.

ידען » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:38 pm

· #40030
חכם מחוכם
נו ראמני, וועם דו וועסט ווערן פרעזידענט, וועסטו דיך נעמען צו די ראשי ישיבות......, איין רגע פאר דו האקסט, קענסט נישט ארויפלייגן א ליילעך אויף אלע ר"י, יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט, איך מאך נישט אוועק, איך מנהלים וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך אומציגיין מיט בחורים, אבער לגבי ארויסווארפן?, איי דיסעגרי

קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט?

Get your facts straight!

איך ״ווייס״ אנדערש!

דעינעש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:05 pm

· #40041
ידען
חכם מחוכם
...איין רגע פאר דו האקסט, קענסט נישט ארויפלייגן א ליילעך אויף אלע ר"י, יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט, איך מאך נישט אוועק, איך מנהלים וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך אומציגיין מיט בחורים, אבער לגבי ארויסווארפן?, איי דיסעגרי

קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט?

Get your facts straight!

איך ״ווייס״ אנדערש!

ג"א מצטרף, אפשר אויך נישט האקן (ליילע"ך בלע"ז) אויף אלע בחורים וואס זענען פארוויקלט געווארן אין זייער ר"י האנט ל"ע בדרך לא דרך .. וואס די זענען די נשמות וואס דארפן עקסטער חיזוק להחזיק מעמד.

היימישער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:55 pm

· #40077
איך וויל וויסען ווער איז "ענקער חברה" וואס ער רעדט ?

כאפצעם » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:45 pm

· #40095
גיט געזאגט מיכאל!!!!!!!! ליייייייק!!!

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:48 pm

· #40100
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין נישט קיין שניצלער פען (וואס טוט ער פאר קירוב? ליפא טוט שוין מער), אבער איך מוז דיר לייקן יענקל, אלץ אל תפרוש מן הציבור

דבילה » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:49 pm

· #40101
a1b2
גאלד
לאמיר לייגן מיכאל שניצלר אין א זייט,

א צווייטע קשיא,

וואס ברויך א טאטע, טוהן מיט א בחור וואס האט נישט קיין כח, קיין מח, קיין געדולד, צו זיצן און לערנען פון 6 אזייגער פארטאגס ביז צענע ביינאכט???

איז אזא בחור א פראבלעם? א באם?

איז נישט א גרויס חלק נאטור מענטשן אין דעם קאטעגאריע וואס האבן נישט די כשרונות צו זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג, אזא איינער מאכט דאך עס נאר קאליע, דער בחור שפרינגט פון די הויט און לא ימלט אז ער וועט אנמאכן א געדראטשקע,


עפשער זאגסטי מיר אין וועלכע ישובה דארף מען זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג?


אפשר צייגסטו א וואוילע בחור (לויט'ן סיסטעם) וואס לערענט (אפיציעל) נאר צוויי שעה?

שלמה_דיין » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:56 pm

· #40105
דעינעש
חכם מחוכם
דעינעש
בח"ח מביא הענין שלפנינו


איך זעה דארט האט מען אים שוין געמאכט פאר א איש החינוך, עס זאל אויסזעהן בעסער


יא, זיי זענען גיט. זיי זענען מקיים דעם הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

אפשר אז הר"ר מיכא' שליט"א וועט דורך דעם אינוועסטן אינעם חינוך סיסטעם, האט זיך שוין געלוינט די הכתרה אויך.


זינט הר"ר מיכאל שליט"א איז ארויסגעקומען מיט טרעק 5 איז ער לדעתי זיכער אן ערענסטע מחנך. א משקר איז נאר דער וואס לייקענט דאס.

פויער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:32 pm

· #41031
עס איז פאר זיכער אז עס איז א ביטערע פראבלעם וואס רייסט שטיקער ביי כלל ישראל.

די שאלה איז נאר וואס די סאלושען קען זיין. אין דערהיים איז א ישיבה געווען נאר פאר מציונים וואס האבן געוואלט עפעס אויסגעוואקסן, וואס זיי זענען געפארן קיין וואלאזשין, נאווארדאק, חכמי לובלין, און נאך. ווידער אום דער בחור וואס האט נישט געהאט דעם זיצער איז געבליבן אין שטאט און געלערנט אביסל תורה מיטן טאטן אדער געגאנגן אפאר שעה מיט א פריוואטן מלמד, און די איבריגע שעה'ן פארברענגט אין פעלד געריבן קוען און געהאקט האלץ און געפלאנצט פארדייעס אדער קרויט, און אזוי אויסגעוואקסן א פשוטער וואוילע דארפס איד.

היינט איז א ישיבה געווארן ווי א חוב און יעדער בחור פון א' ביז ת' דארף זיצן אין איין שוהל, און ווער עס פיהלט ס'נישט פאר אים קען העלפן דעם מענעדזשער אדער זיך דרייען ווי א זב אין האלוועי אדער אין קאווע שטיבל (נישט דעיע...) און ער ווערט אראפגעקוקט. און יעדן בין זמנים דארף ער זיך צוריקבעטן צו זיין פלאץ וואס ער גלייכט אינגאנצן נישט, פשוט אז ער זאל נאך קענען טון א האלבע נארמאלע שידוך. און גייט ארויס פון ישיבה בייז מיטן גארנישט קונה זיין. איז דאס א סיסטעם?

די שאלה וואס מען קען יא טון, לאז סתם בחורים גיין ארבעטן? וועט דאס שטארק שאטן פאר די עווערעדזש. אפשר וואלט געווען א פלאן צוצושטעלן געוויסע קאמפאניס און ווערהאוזעס וואס ניצן אסאך ארבייטער אריינצונעמען נאר בחורים און אזוי זיי האלטן?

גאלד » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:28 pm

· #41059
2 גרויסע חילוקים פון אינדערהיים,
1. אינדעהיים האט דער בחור געארבעט פאר ברויט צו עסן, דער בחור האט געהאט א ערנסטע דאגה פון פרנסה, דאס האט מעטשורט א בחור אדרבא ס'האט געמאכט רייפער זיין געזעלשאפט,
נישט ווי היינט וואס מ'גייט ארבעטן אויף צו שטיפן די צייט, און זאל נישט שטיין אונטער די פיס פון די מאמע,

2. אמאל איז דער גויאישער גאס נישט געווען אזוי פארדארבן,

No_name » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:12 pm

· #41093
גאלד
2 גרויסע חילוקים פון אינדערהיים,
1. אינדעהיים האט דער בחור געארבעט פאר ברויט צו עסן, דער בחור האט געהאט א ערנסטע דאגה פון פרנסה, דאס האט מעטשורט א בחור אדרבא ס'האט געמאכט רייפער זיין געזעלשאפט,
נישט ווי היינט וואס מ'גייט ארבעטן אויף צו שטיפן די צייט, און זאל נישט שטיין אונטער די פיס פון די מאמע,

2. אמאל איז דער גויאישער גאס נישט געווען אזוי פארדארבן,


1) ס'מאכט נאכאלס א בחור רייפער, פארוואס זאל א בחור נישט האבן א פאך אין די האנט? ביי די צייט וואס ער וויל זיך אויסלערנען א פאך איז שוין די צייט וואס ער האט שוין א צווילינג, מיט נאך א דרילינג אן די וועי!, פארוואס זאל ער נישט האבן א פאך אין די האנט פאר ער מוז עס שוין האבן?

און ס'איז נישט אזוי ווי "שוין איז ער געזיצן אין ישיבה אפאר יאר" וואס איז אזוי געפערליך. ניין! ווייל דאס זיצן אין ישיבה מאכט עס ערגער, זיך ארומדרייען ליידיג און גארנישט טוהן - אחוץ זיצן אויף פעיסבוק און טוויטער - מאכט עס ערגער, ער וואלט שוין ווען ענדערש געדארפט גיין ארבייטן, און זיין א נארמאלער מענשט.
און די טרויעריגער פאקט איז, אז אפי' די וואס ווייסן דאס און האלטן אז ס'איז נישט גערעכט, וועלן פאר זייערע קינדער נאכאלס נעמען נאר א בחור וואס האט צוקוועטש עטליכע בענק אין זיינער צייט, ווייל ווייל ווייל.....
פארוואס האקט מען אריין אין די מיידלעך אז זיי זאלן דוקא נעמען בני טוירע, זיי קענען עס ניטאמאל הענדלען, ס'קומט עטליכע חדשים נאך די חתונה און דער מאן זיצט אין כולל און זיי זענען שוין נערוועז פון איהם, צו וואס האט איר אויסגעפעלט צו נעמען א בן תורה און איהם נאכדעם ארויסשלעפן?, אבער איך בין אביסל פארקראכן פונעם פוינט

2) זייט ווען קען מען נישט צושטעלן ארבייט וואס האט נישט מיט די "פארדארבענע" גאס? ישיבות קען זיך עפענען יעדן צווייטן טאג, אבער עטליכע אפיסעס קען מען נישט עפענען??
און זייט נישט ברוגז אמאל איז טאקע נישט געווען דער אינטערנעט, אבער מיידעלעך זענען פונקט אזוי געווען... און אמאל האט מען אויך געהאט א גוטן טעיסט.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 9:57 am

· #42429
ער איז 1000000% גערעכט

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:37 am

· #42440
יאפס, דער וואס האט פראבלעמען פון אריין שטעלן זיין קינד אין א מוסד, אדער דער וואס האט שכר-לימוד פראבלעמען, אדער דער וואס זיין קינד פאסט זיך נישט אזוי גוט אריין אין דעם סיסטעם, וכיוצ"ב. "זאל שיקען זיין קינד אין פאבליק-סקול".

וואס גייט זיין מיט זיין רוחניות?

אה! א גוטע שאלה, וואס האט אויך א גוטע תירוץ... נחמת ישראל!
נחמת ישראל גייט ראטעווען דאס קינד, זיי וועלען דיר העלפן משם ואילך מיט צאלן דיין שכר-לימוד, זוכן א מוסד, וכל מיני שאר ירקות. ברוך השם מיר האבן אזא וואוילטעטיגע ארגאניזאציע.

קרעקער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:20 pm

· #126772
קען איינער ארויפלייגען די נייע דברות קודש פון מיכאל צו וועלוועלע?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:46 pm

· #126788

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 21, 2013 2:19 am

· #127000
דולה ומשקה
יאפס, דער וואס האט פראבלעמען פון אריין שטעלן זיין קינד אין א מוסד, אדער דער וואס האט שכר-לימוד פראבלעמען, אדער דער וואס זיין קינד פאסט זיך נישט אזוי גוט אריין אין דעם סיסטעם, וכיוצ"ב. "זאל שיקען זיין קינד אין פאבליק-סקול".

וואס גייט זיין מיט זיין רוחניות?

אה! א גוטע שאלה, וואס האט אויך א גוטע תירוץ... נחמת ישראל!
נחמת ישראל גייט ראטעווען דאס קינד, זיי וועלען דיר העלפן משם ואילך מיט צאלן דיין שכר-לימוד, זוכן א מוסד, וכל מיני שאר ירקות. ברוך השם מיר האבן אזא וואוילטעטיגע ארגאניזאציע.


גרויסע טעות, נחמת ישראל גייט נישט געבן קיין פרוטה פאר דיין קינד, ער קען נישט מאכן אויף אים קיין געלט...

קרעקער » פרייטאג יוני 21, 2013 9:26 am

· #127016
דאס מיינסטו?


מיכאל ענטפערט אויף דעם מעסעדזש א הארציגע מעסעדזש מדיליה
ווער סהאט זאל עס ארויפלייגען

בעריש » פרייטאג יוני 21, 2013 10:13 am

· #127018
איז דאס טאקע אזוי אז מזאגט אפ בחורים אדער מיידלעך וואס זענען נאטירלעך שיין?
ער האט א שטיקל פוינט אבער מיטן עקזעדזשרעיטען עס האקט ער אונטער דעם מעסעדזש זיינעם.
בלאט: 1 2