☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'

א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2552
בלאט: 1 2

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:01 pm

· #70510
א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'
איר האט אהיימגעשיקט מיין שכנ'ס טאכטער, צוליב דעם וואס דער טאטע אירס האט ביי א אייך א גרויסע שכר לימוד באלאנץ, וואס ער האט נישט געצאלט. איר האט אים געזאגט, אז אזוי לאנג ווי ער צאלט נישט דעם חוב, וועט זיין קינד נישט צוריקגענומען ווערן אין שולע.

איך בין נישט אנגעשטעלט ביי אייך. איך בין נישט קיין "מאכער" אדער עסקן. איך בין נישט קיין גביר. בקיצור, איך בין נישט קיין מענטש מיט השפעה, וועמענס ווארט קען עפעס אויסמאכן.

דער יונגערמאן, דער טאטע פונעם קינד, פארמאגט נישט דאס געלט. ער וויל צאלן, אבער ער קען נישט. ער ארבעט שווער -- ער טוט וואס ער קען, צו מאכן וויפיל געלט נאר מעגליך. ער טוט אלעס וואס ער קען. ער האט דעם חוב נישט געצאלט, ווייל דער דזשאב וואס ער האט ברענגט אים נישט גענוג צו קענען דעקן אלע זיינע הוצאות. דער יונגערמאן לעבט אויף א פשוט'ן סטאנדארט. ער שפענדט נישט קיין געלט אויף לוקסוס און איבעריגע זאכן. ער לעבט פשוט.

אבער די אלע זאכן ווייסט איר דאך. איך וויל אבער אנצייגן אויף א נקודה, וואס איר האט, ווי עס שיינט, פארגעסן צו נעמען אין באטראכט ביים פאסן דעם באשלוס פון אהיימשיקן זיין קינד. דער יונגערמאן איז אויפגעצויגן געווארן ביי אייך אין מוסד. זיין ווייב איז אויך א תלמידה פון אייער חינוך סיסטעם. איר האט זיי ביידן אויסגעלערנט אידישקייט, הלכה און השקפה. איר האט אבער זיי נישט אויסגעלערנט קיין פאך, קיין מיטל וויאזוי צו ברענגען פרנסה. איר האט די נושא בכלל נישט אנגערירט. איר האט זיי מחנך געווען אויף א סיסטעם אז נאכ'ן גראדואירן די חינוך אנשטאלטן, זאלן זיי חתונה האבן מיט זייער באשערטן/באשערטער, און אויפשטעלן אידישע דורות. פרנסה? דער אויבערשטער וועט שוין העלפן: "מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני." דו טו דיינס, און אויפ'ן איבעריגן פארלאז זיך אויפ'ן אויבערשטן.

דער יונגערמאן איז אן ערליכער און א תמים -- אין דעם זינען פון גלייבן און פאלגן וואס מען האט אים געזאגט און אויסגעלערנט. ער האט חתונה געהאט און טאקע זיך באלד גענומען אויפשטעלן דורות. ער האט געזוכט א דזשאב און גענומען דעם בעסטן וואס ער האט געקענט באקומען. ער האט נישט קיין גרויסע השגות; ער לעבט אויף א פשוט'ן סטאנדארט.

וואס ווילט איר ער זאל יעצט טאן? ער פארמאגט א גרויסע פאמיליע, בליה"ר, ווייל אזוי האט מען אים/איר אויסגעלערנט. ער קען נישט מאכן מער געלט ווי ער מאכט, ווייל ער האט נישט קיין פאך/ערפארונג/דיפלאמא/קענטעניסן. ער קען נישט "דרייען", ווייל ער איז אן ערליכער און א תמים, וואס פארשטייט נישט די סוגיא אונטער דעם צויבער-ווארט "מ'עט זיך שוין אן עצה געבן." ער איז אין דעם מצב, ווייל אזוי האט איר אים מחנך געווען. וואס איז ער שולדיג, אז ער האט אלעס אנגענומען מיט אויפריכטיגער ערליכקייט, און פירט זיין לעבן פונקט ווי מען האט אים אויסגעלערנט?

דער יונגערמאן וועט מסתמא נישט שיקן אין קיין אנדערן מוסד (לו יצוייר אז ער וועט בכלל באקומען די מעגליכקייט), ווייל ער גלייבט, נאך יעצט, אז דער חינוך וואס ער האט באקומען איז דער ריכטיגער. ער קוקט עס אן ווי טייל פון זיין מסורה. קומט אים פאר דעם די בושות און ווייטאג? קומט זיך עס פאר זיין קינד?

איי, איר, דער מוסד, האט דאך טאקע נישט קיין געלט, און דעקט דעם בודזשעט, עכ"פ טיילווייז, פון שכר לימוד? נו, האבן מיר דאך אן אלטן כלל: דער אויבערשטער וועט שוין העלפן: "מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני." איר דארפט טאן דאס אייעריגע, פירן דעם מוסד, און אויפ'ן איבעריגן פארלאזט זיך אויפ'ן אויבערשטן.

דאס זענען פשוט'ע זאכן. איך טראכט נאר אז איר האט די זאכן פארגעסן צו נעמען אין באטראכט ביים פאסן די החלטה, האב איך געקלערט סתם צו דערמאנען.I

יידל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:44 pm

· #70539
אזוי פאכמאניש בארירט אזוי פיל ווייטאגליכע נקודות אין די געציילטע פאראגראפן. די בריוו דארף ווערן אדרעסירט נישט נאר צו די חברי הנהלת המוסדות, נאר אויך צו עסקנים, משפיעים, היימישע פאליסי-מאכער, ועוד הרבה.

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:14 pm

· #70546
[ציטאט אראפגענומען]

פשוט קאמפ. Wow האסטו גוט געזאגט
ווייל ער וויל נישט דרייען
איך האב אייביג געמיינט אז די מוסד שוקט נאר אהיים ווען זיי ווייסען קלאר אז די עלטערען ספענדען געלט אויף לוקסעס למשל פלארידע ,קאנטרי
איז דאס טאקע אזוי אדער סתם באבקעס?

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:19 pm

· #70548
[ציטאט אראפגענומען]

כמעט קיינער מאכט נישט די פונקטלעכע נומבער וואס מדארף מאכען ,אדער אביסעל אדער אביסעל ווייניגער.

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:20 pm

· #70549
ולעצם הענין די מוסד זאגט נישט וויפיל קינדער מזאל האבען .... און שכל קענען זיי נישט געבן....

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:26 pm

· #70551
אוהב דעת
ולעצם הענין די מוסד זאגט נישט וויפיל קינדער מזאל האבען .... און שכל קענען זיי נישט געבן....

אבער זיי זענען אייביג נאה דורש, אז מ'זאל זיין גוט און פרום און וואויל. זאלן זיי זיין אביסל נאה מקיים אויך.

מאטי » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:07 pm

· #70586
סגייט נאך ווייטער לאמיר זאגן ווען סקומט צו שדוכים און דער שכר לימוד גבאי ווערט אנגעטראגן טאקע די אהיים געשיקט מיידל אדער אן אנדערן מיידל וואס האט אלס געהאט א קליען רעקארד שכר לימוד אבער דער טאטע איז א קאלעדש גרעדועיד פארשטייט זיך אז אינו דומה וד''ל נא!! מיט וועם וואלט ער זיך משדך געווען?

קפנדריא » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:13 pm

· #70588
די נושא וועלכע דו רירסט אן איז זייער א ווייטאגליכע, און ס'איז רעכט דאס צו אדרעסירן, אבער די קוגל וואס דו מישסט דא צוזאמען לאקשן מיט קארטאפל איז פשוט הודו מיט כוש.

די ארבעט - עמפלוימענט בלע"ז ראטע ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג איז בערך ווי פאלגענד:

א טייל געלערנטע מיט הויכע אדער נידעריגע דעגריס [לאמיר נישט אנרירן די וואס מאכן נישט דורך קאלעזש, נאר פאלן ארויס ערגעץ אינדערמיט] ווערן לויערס, פראפעסארס, דאקטוירים, נוירסעס, ארכיטעקטן, קאמפיוטער פראגראמערס, טעראפיסטן, אקאונטענטס, דענקערס און קלערערס וכו'

די טיילווייז געלערנטע וועלן לאנדן אלס א טעלער אין א באנק, א לערער אין א שולע, א גראפיק דיזיינער, פאראמעדיק, מעכאניקער, סטאר קלוירק, און נאך.

די נישט געלערנטע וועלכע זענען קיינמאל אין קאלעזש נישט געגאנגען וועלן זיין רעסעפשאניסטס, קאנסטראקשאן ארבייטער, מיסט שלעפער, טרעפיק אגענטן, טעקסי דרייווער, באס טיטשער,
וועיטערס, מאשין אפערעיטארס, רייניגערס, קעשיערס, וועלפעיר באנוצער און דראג אביוזער וכדו'.

ביי אונז היימישע אידעלעך איז אביסל אן אנדערע געשיכטע, די קליינע טייל וואס לערנט זיך א פאך אין קאלעזש, אוט האוז אדער אין האוז, וועט זיך אמאל דערקלעטערן צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, אבער די וואס ווייסן נישטאמאל וואס א קאלעזש באדייט, וועלן ווערן ערגעץ פון אן ארכיטעקט, פאראמעדיק, אקאונטענט, ביז א באס דרייווער, קאר סערוויס דרייווער צו מלמד אדער ענגליש טיטשער, פון א ריעל עסטעיט מאגנאט, דעוועלאופער, אינשורענס אגענט, קאנטראקטאר סטאק בראוקער ביז א מעכאניקער, געשעפט/ ביזנעס אייגנטומער, מנהל, אדער קעשיער און משמש אין ביהמ"ד.

ביי די נישט היימישע איז דא א מאנטעליטעט, אז אויב ביסטו געלערנט [אין קאלעזש - פארשטייצעך, מיט א דעגרי אדער דיפלאמא] דאן האסטו אן אויסזיכט פאר א נארמאלע פרנסה, אויב נישט, ביסטו אין בעסטן פאל א שלעפער טראק דרייווער אדער וועיטער, מיט געציילטע אויסנאמען.

אנדערש איז אבער ביינונז, מיר האבן גאר אסאך ריזיגע מאגנאטן און פילאנטראפן וואס שארן מיליאנען און האבן מיט קיין קאלעזש קיין מינדעסטע שייכות נישט געהאט, די בעלי בתים און מענעזשערס פון B&H זענען אין קאלעזש נישט געגאנגען, ניטאמאל די פון אדאראמא, און אפילו רייכמאן פון טאראנטא איז אויך אין קיין קאלעזש נישט געגאנגען, ביי אונז איז דא אסאך אדרענעלין, מיט ב"ה א קאפ אויפ'ן פלאץ, צו דערצו גמ"ח'ן און גוטע פריינט וואס בארגן און העלפן צו עפענען א ביזנעס און וועלן שטיצן און מחזק זיין צו זען דעם געשעפט בליען, אזוי ארום האבן מיר פיל מיט ביזנעסער און עשירים אן קיין קאלעזש און אן קיין דעגרי, אפילו אקאונטענטס און פראפעשאנעלס האמיר וועלכע האבן זיך געלערנט בלויז פון ביכער וכדומה, מיר האבן גרויסע פארגעזש פירמעס, ריעל עסטעיט דעוועלאופער, גרויסע ביזנעסער געעפנט און געפירט דורך אינגעלייט מיט לאנגע פיאות וועלכע זענען אקארשט ארויס פון ישיבה.

די צענדליגער בענק אויף דרייצנטע עוועניו און 16'טע עוו. האלטן זיך אויף מיט 'נישט' קיין קאלעזש געלערנטע געלטער.

יידל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:36 pm

· #70595
קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.

איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:54 pm

· #70608
פשוט קאמפליצירט,
דיין בריוו איז געווענדעט צו די הנהלה גשמי?
ווייל זיי זענען א באזונדערע קערפערשאפט פון די הנהלה רוחנית.
דו מישט צוזאמען טענות פון די הנהלה רוחני צו די גשמי.

מאטי » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:55 pm

· #70610
Youre right at a financial point but to us the problem stays since a non Jew who don't succeed in life has the option to stay single or to live in a trailer at Alabama for as long as he wants or send to public school but by us money or no money you have to pay 2k rent and you're married by 18 and reproduce every 1 1/2 year no matter what. And here comes the question how??

ניו יארק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:57 pm

· #70611
איך פארשטיי נישט די גאנצע געטועכטס דא...???? איינער פון ענק דא האבן א ביזנעס?אויב איינער באצאלט ענק נישט, וועט עטץ אים ווייטער פארקויפן סחורה? ווי לעבנס וויכטיג עס זאל נאר נישט זיין, וועט די ענפער זיין "ניין, ניין און נאכאמאל ניין"!!! קיינער קען אזוי נישט פירן א ביזנעס! און די מוסדות התורה זענען נישט אנדערש.....!!!
סא פליז האק נישט און טשייניק, און אויב די ווילסט אים זייער העלפן - ווייל דיין שוואך הארץ גייט אויס פאר רחמנות - ווארף אים אונטער די טיר אפאר דאלער, דיין שכן וועט דיר מער דאנקבאר זיין פאר די געלט ווי פון דיין שטורימשע אשכול און קאווע שטיבעל.

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:00 pm

· #70613
די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

ניו יארק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:02 pm

· #70614
זר זהב
די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

ווילסט איבערנעמען די בודשעט? אויב יא האסטו א רעכט אריינצורעדן. פשוט האבן טענות אן אריינלייגען די פינגער און קאלט וואסער איז אויסדריקלעך נישט קיין גערעכטע זאך.

משה געציל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:03 pm

· #70615
נוי יארק
איך פארשטיי נישט די גאנצע געטועכטס דא...???? איינער פון ענק דא האבן א ביזנעס?אויב איינער באצאלט ענק נישט, וועט עטץ אים ווייטער פארקויפן סחורה? ווי לעבנס וויכטיג עס זאל נאר נישט זיין, וועט די ענפער זיין "ניין, ניין און נאכאמאל ניין"!!! קיינער קען אזוי נישט פירן א ביזנעס! און די מוסדות התורה זענען נישט אנדערש.....!!!
סא פליז האק נישט און טשייניק, און אויב די ווילסט אים זייער העלפן - ווייל דיין שוואך הארץ גייט אויס פאר רחמנות - ווארף אים אונטער די טיר אפאר דאלער, דיין שכן וועט דיר מער דאנקבאר זיין פאר די געלט ווי פון דיין שטורימשע אשכול און קאווע שטיבעל.

וואס איז דער פארגלייך פון א ביזנעס אהער? איז דער ביזנעס דער וואס איז שולדיג אין זיין שלומזלית?

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:05 pm

· #70617
נוי יארק
זר זהב
די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

ווילסט איבערנעמען די בודשעט? אויב יא האסטו א רעכט אריינצורעדן. פשוט האבן טענות אן אריינלייגען די פינגער און קאלט וואסער איז אויסדריקלעך נישט קיין גערעכטע זאך.

איך האב נישט קיין טענות. אבער איך מעג נאך אלץ וויסן אן עס איבענומען. וויפיל קומט אריין ביים כ"א כסליו דיננער? און וויפיל קומט אריין פון פריוואטע פאנדרעיזערס? הא?

ניו יארק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:11 pm

· #70621

קוק איבער די אנהייב פונעם אשכול, דארט קוקט גראדע יא אויס ווי שרייבער האט אביסעל טענות אויף די מוסדות! האסט א קשיא וויפעל געלט די מוסדות מאכט, נישט קיין פראבלעים, עפן א פרישע אשכות דערוועגן, קען זיין אז דארט וועל איך זיין אויף דיין זייט.

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:16 pm

· #70622
נאכאמאל, אין דיין ענטפער האסטע געשריגן אז קיינער קען אזוי נישט פירן קיין ביזנעס אויב צאלט מען נישט.. איך בין נישט אזוי זיכער אז מ'קען דאס זאגן ביי די מוסדות.

petergrifin » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:40 pm

· #70651
װאס איז דער אויפטי פון זײן אונטער דער קאנטראל פון א מוסדות און האלטן אין אײן שטיצן מיט געלט שוין פון קלײן אן מיט דער פושקע ביז מע שטארבט אלס טוט מען פאר די ״אײגענע״ מוסדות אין װען מע דארף די הילף פון די אײגענע מוסדות שרײט מען װאס הײסט מען קען אזוי נישט פירן א ביזנעס
געװאלדיג איך בין זיכער דאס איז דער װעג

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 11:07 pm

· #70694
קפנדריא
די נושא וועלכע דו רירסט אן איז זייער א ווייטאגליכע, און ס'איז רעכט דאס צו אדרעסירן, אבער די "קוגל" וואס דו מישסט דא צוזאמען לאקשן מיט קארטאפל איז פשוט הודו מיט כוש וכו'

אם דברי 'פשוט מסובך' דומים לפשטידא של תפוחי אדמה עם אטריות, אז יש לי כבר מתכון נפלא לפשטידא לכבוד שבת שקלים.

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:10 am

· #70736
נוי יארק
איך פארשטיי נישט די גאנצע געטועכטס דא...???? איינער פון ענק דא האבן א ביזנעס?אויב איינער באצאלט ענק נישט, וועט עטץ אים ווייטער פארקויפן סחורה? ווי לעבנס וויכטיג עס זאל נאר נישט זיין, וועט די ענפער זיין "ניין, ניין און נאכאמאל ניין"!!! קיינער קען אזוי נישט פירן א ביזנעס! און די מוסדות התורה זענען נישט אנדערש.....!!!
סא פליז האק נישט און טשייניק, און אויב די ווילסט אים זייער העלפן - ווייל דיין שוואך הארץ גייט אויס פאר רחמנות - ווארף אים אונטער די טיר אפאר דאלער, דיין שכן וועט דיר מער דאנקבאר זיין פאר די געלט ווי פון דיין שטורימשע אשכול און קאווע שטיבעל.

פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו ביסטו גערעכט.

אבער פון א ריין ביזנעס פערספעקיוו, ברויך א מענטש זיך לערנען שפת המדינה און באקומען אן ערציאונג ער זאל זיין א קאנדידאט פאר 99% זשאב אינטערוואויס אין די זשאב מארקעט. האט דאך 'פשוט קאמפלאצירט" מסביר געווען אז דאס איז די זעלבע ביזנעס וואס האט געפרעדיגט פארן קליענט א "מאן דיהיב" פיליזאפיע ווערט היצט פלוצים מיטן זעלבן קליענט א ריין סעקולארע ביזנעס ווי דאלערס און צענט ברויכן שטימען אויפן באלאנס שיעט.

פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו, איינער וואס האט נישט איבעריג געלט, שיקט די קינדער אין פובליק סקול. קומט אבער דיין "ביזנעס" און איז מחנך אז מ'טאר דעם ביזנעס חשבון נישט מאכן. אבער זי וויל יא זיין א ביזנעס ככל הגוים און מאכן גוי'אישע חשבונות פון דאלערס און צענט און זי זעלבע צייט וואס דו מיזט מאכן אידישע חשבונות.

פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו, איינער וואס האט נישט קיין פלאן וויאזוי ע"פ דרך הטבע צו דעקן א בודזשעט פאר א קינדער געבענטשטע משפחה אן דעם וואס מ'ווארפט אים אונטער אפאר דאלער אונטערן טיר, האדעוועט נישט קיין אוכל ואינו עושה פירמע אינטער די פיס. אבער דיין מוסודת וועלכע זענען אנגעבליך נישט אנדערש פון קיין ביזנעס, איז מחנך און שטיצט א סיסטעם ווי מ'באקומט קנאפע זעקס חדשים עקסטענשאנס מיט בושות.

"סא פליז האק נישט קיין טשייניק" אז די מוסדות האבן בכלל נישט קיין שייכות מיטן עקאנאמישען תהום וואס האט זיך אויסגעבויט. די מוסדות איז דער ערציער און ערמעגליכער פון אונזער געזעלשאפט, ווי קינדער אנצופילן א סקול בוס איז ערווארטעט, א לייטישע ערציאונג איז אנטזאגט און גאר בארויבט.

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:18 am

· #70737
ר' פשוט, לולא דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז כ'קען דעם אינגערמאן.

און נישט נאר וואס זיין מוסד האט אים אן דאס מינדענסטע שולד געפיל אריינגעווארפן אין די וועלט פון זשאב קאמפעטישען מיט די סקילס און באנעמונג פון אן אימיגראנט. נאר ווען דער אינגערמאן א מטופל בבנים ובנות האט זיך דערזעהן אינעם לאך, האט באשלאסן ביי די 30 יאר צו גיין אין סקול אין די נאכט שטונדן נאכן ארבייטן ביטער שווער א גאנצען טאג ,כדי ער זאל זיך קענען דערדראפענען צו א זשאב וואס צאלט געניג אויסצוהאלטן די משפחה און צאלן שכ"ל, איז ער געוואר געווארן אז די פינאנציעלע הילף וואס די רעגירונג טיילט כדי בירגער זאלן זיך לערנען א פאך (פיינענשו"ל עי"ד) האט אים זיין מוסדות געפילדערט און באראבעוועט ווען ער איז געווען א בחור, דאנמאלס ווען מ'האט אים געפרעדיגט מאן דיהיב, און מ'האט אים נישט אויסגעזאגט אז איין טאג וועט ער נאך ברויכן א זשאב מיט אן עדיוקעשאן ווייל מאן דיהיב'דיגע ווערטלעך באצאלן נישט נעשאנעל גריד בילס גענוי ווי עס באפרידיגט נישט די שכר לימוד אפיס.

איז ער צוריקגעגאנגן צו די הנהלת המוסדות און געשריגן רצחת וגם ירשת???!!!!! האסט מיר נישט געגעבן דאס מינדעסטע ערציאונג, האסט בארויבט מיין גאווערענמנט הילף צו באקומען אן עדיוקעשאן, און "דו" סטראשעסט "מיך" מיטן אהיימשיקן מיינע קינדער וועם די גיבסט ווייטער נישט קיין ערציאונג?

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:25 am

· #70748
זר'לע, מ'קען מיט א קליינע גוגל ארויפברעגען די פונקטליכע נומערען וויפיל געלט יעדע מוסדות איז נהנה משלחן מישעל אבאמא (איזבל אין ענגליש).

לאדיך אפ » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:31 am

· #70749
קריינא דאגרתא יהוו פרוונקא, ווייז מיך וואס מדארף גוגלן דאס צו קענען זען.

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:36 am

· #70752
ועוד, און וואס איז מיט דער וואס האט גע'עסק'נט פאר די ישיבה אלץ אינגערמאן, דערנאך איז ער אריין אין ביזנעס און מצליח געווען האט ער געשטיצט די ישיבה מיט א ברייטער האנט (ווייל ער מיט די ישיבה איז דאך איינס), און ווען די מזל דרייט זיך און מ'קען נישט צאלען שכ''ל, ווערט די ישיבה בבחינת אשר לא ידע את יוסף.

קפנדריא » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:52 am

· #70755
יידל
קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.

איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.

דער וואס לערנט אין קאלעזש 'מעטה' אדער 'סייענס' האט אפשר נישט אזוינע גרויסע אויסזיכטן, די וואס ווערן כירורגן אדער אנקאלאזשיסטן, ווי אויך דעפענס אדוואקאטן, די ווערן גאר גרויסע עשירים.

צו ארויסברענגען מיין תגובה אין איין ווארט, א אינגערמאן האט מיר פארציילט, ער איז געווען ביי א לויער אין אפיס צו פארענדיגן א ריעל עסטעיט טראנזאקציע, דער אינגערמאן מיט די פיאות נאכנישט רעכט צוזאמגענומען פון נאכ'ן דאווענען, און די שיך וועלכע זענען צום לעצט באהאנדלט געוואן נישט ווינציגער ווי איין מאנאט צוריק, זיצט ביים טיש מיט א אינגן 'לויערס געהילף', און גייט איבער די דעטאלן פון די שליסונג - קלאוזינג בלע"ז, און דער אינגערמאן זאגט דעם לויער'ל שרייב אזוי און טו אזוי, ביז דער לויער'ל גיט זיך א רעג אויף אויף דעם אינגערמאן, 'אנטשולדיגט, איך בין געגאנען אין קאלעזש און געארבעט אויף א דעגרי, צו מיר מעגסטו רעדן מיט אביסל מער דרך ארץ'! דער אינגערמאן ציט ארויף א לייכטן שמייכל אויף זיין פנים, און דאס האט נאך מער אנגעצינדן דעם אינגן 'בא'דעגרי'טער לויער', און ער האט אויף א נאך העכערן טאן ווידערהאלט זיין ווייטאג אויף די 'חוצפה' פון דעם אומגעלערנטן אינגערמאן מיט די שמונה בגדים, דא דרייט זיך אויס דער בעל הבית - דער 'גרויסער לויער' צום 'געלערנטן' געהילף און זאגט אים, וויפיל יאר ביסטו געגאנגען אין קאלעזש? ענטפערט ער 'מער פון 3 יאר'!, און דער אינגערמאן? 'קיין איין טאג נישט'! ענטפערט ער מיט א טראציגע ניצחון, און דו ווייסט - פירט אויס דער סיניאר לויער - וויפיל דער 'אומגעלערנטער' אינגערמאן גייט מאכן פון דעם היינטיגן פליפ טראנזאקציע אליין? מער וויפיל דו מאכסט געהאלט אין צוויי יאר.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:01 am

· #70759
איך האב זיך יעצט דערמאנט פון אן essay כ'האב געשריבן 3-4 יאר צוריק:
Attend college when you are still young.

Humans cannot turn time back. Therefore, earlier mistakenly decisions can only have an effective use if we teach others what not to do. Being a self-example helps you persuade others, and your message is well accepted. In this essay, my concern is about getting the education needed for your future job. First, let me describe to you in a short overview on the community I come from, and their approach to secular studies.

I grew up in the Brooklyn borough of New York City, the very same place my grandparents migrated to, from Europe as WWII refugees. In no time, the newcomers established Hasidic Congregations and educational institutions. Given that the new citizens were from various backgrounds and have practiced different lifestyles, a competition among their institutions was developed, all of them aiming to provide the highest education possible.

Although competition can have a great result for the public’s benefit, the above case was different. While competing in Torah studies they overlooked the necessity of providing essentials in secular studies, to the point where they were lacking to teach the basics in English language. The truth is, that Judaism always saw general studies (medicine, business, etc.) acceptable and useful as long your practice and beliefs are equivalent to the Torah law. While studying Torah should be our priority, when general education is necessary for your job, for your living, it is indeed God’s will you should do that as well.

This belief was pushed aside by community leaders who were focusing to earn the – incorrect – public’s attention as if their institution is superior then others. This was a fetal mistake, which did not pay off. As a result, thousands of graduates had difficulties in finding a job; many of those who opened a shop soon fell into debt, for they were missing fundamental economics understanding. To this day, the poverty in many Hasidic communities is high rated.

Smart individuals had always made the right choice and enrolled in colleges and succeed to earn major degrees and a great salary as well. However, it is not easy at all to start your college studies when you finish Yeshiva (Orthodox Jewish rabbinical seminary), for you only leave Yeshiva when you get married. At that time, too many major situations happen at once. You become self-depended; you have to support your family on your own. With no formal education, finding a job is very difficult. Only now, when you are due for a job, you come to realize the need of general education. So how can one balance all these at once?

This is one major fact that should convince you attending college at younger age, when you can still be a full time student. Do so for yourself and encourage your kids the advantage of college for their future. At younger age, one can immerse in his studies with no worries of supporting a family etc.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:18 am

· #70769
קפנדריא
יידל
קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.

איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.

דער וואס לערנט אין קאלעזש 'מעטה' אדער 'סייענס' האט אפשר נישט אזוינע גרויסע אויסזיכטן, די וואס ווערן כירורגן אדער אנקאלאזשיסטן, ווי אויך דעפענס אדוואקאטן, די ווערן גאר גרויסע עשירים.

צו ארויסברענגען מיין תגובה אין איין ווארט, א אינגערמאן האט מיר פארציילט, ער איז געווען ביי א לויער אין אפיס צו פארענדיגן א ריעל עסטעיט טראנזאקציע, דער אינגערמאן מיט די פיאות נאכנישט רעכט צוזאמגענומען פון נאכ'ן דאווענען, און די שיך וועלכע זענען צום לעצט באהאנדלט געוואן נישט ווינציגער ווי איין מאנאט צוריק, זיצט ביים טיש מיט א אינגן 'לויערס געהילף', און גייט איבער די דעטאלן פון די שליסונג - קלאוזינג בלע"ז, און דער אינגערמאן זאגט דעם לויער'ל שרייב אזוי און טו אזוי, ביז דער לויער'ל גיט זיך א רעג אויף אויף דעם אינגערמאן, 'אנטשולדיגט, איך בין געגאנען אין קאלעזש און געארבעט אויף א דעגרי, צו מיר מעגסטו רעדן מיט אביסל מער דרך ארץ'! דער אינגערמאן ציט ארויף א לייכטן שמייכל אויף זיין פנים, און דאס האט נאך מער אנגעצינדן דעם אינגן 'בא'דעגרי'טער לויער', און ער האט אויף א נאך העכערן טאן ווידערהאלט זיין ווייטאג אויף די 'חוצפה' פון דעם אומגעלערנטן אינגערמאן מיט די שמונה בגדים, דא דרייט זיך אויס דער בעל הבית - דער 'גרויסער לויער' צום 'געלערנטן' געהילף און זאגט אים, וויפיל יאר ביסטו געגאנגען אין קאלעזש? ענטפערט ער 'מער פון 3 יאר'!, און דער אינגערמאן? 'קיין איין טאג נישט'! ענטפערט ער מיט א טראציגע ניצחון, און דו ווייסט - פירט אויס דער סיניאר לויער - וויפיל דער 'אומגעלערנטער' אינגערמאן גייט מאכן פון דעם היינטיגן פליפ טראנזאקציע אליין? מער וויפיל דו מאכסט געהאלט אין צוויי יאר.

אקעי. דו מאכסט א פאינט אז נישט-האבן די געפאדערטע בילדונג, ידיעות און ערפארונג שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון מצליח זיין אין ביזנעס. גערעכט. אבער דו וועסט מסתמא מסכים זיין אז דאס איז נישט אמת ביים רוב פון אונז. רוב פון אונז מוטשעט זיך צו דעקן די הוצאות פון לעבן. רוב-רובם פון אונז *מוז* לעבן אויף א סטאנדארט וואס שטימט בהחלט נישט מיט וויפיל געלט מען קען, ע"פ דרך הטבע ובלי קונצן און דריידלעך, פארדינען. אויב מיינסטו אז איך בין נישט גערעכט דערמיט, און רוב פון אונז מאכט עס יא, איז לכל הדיעות פאראן א מיעוט וואס נאך אלע אנשטרענגונגען האט עס נישט באוויזן. דער יונגערמאן פון וועמען איך רעד איז איינער פון זיי. ווילסט מיר זאגן אז ער איז אן אויסנאם-פאל? פיין. אבער ענטפערן אז אנדערע -- זאל זיין רוב -- מאכן עס יא, איז נישט נוגע אהער.

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:26 am

· #70776
די פאקט איז אז א גרויס חלק פון אונזער היימישע יונגעלייט פלאגן זיך היינט ביטער אויף פרנסה, צילוב די פאקט אז זיי האבן זיך קיינמאל נישט געלערנט קיין פאך, איך קען צענליגע יונגעלייט מיט גיטע קעפ, וואס וואלטן היינט געקענט זיין ריזן קאמפיוטער עקספערטען, און גימאכט שיין פרנסה, נאר ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין קאפיוטערס, זיצן זיי נעבאך און בי ענד עדש, און שלעפן באקסעס, און קימען אהיים מיט קוים ברויט אויף הויזן.

די גמרא זאגט און מס' קדושין, חייב האב ללמד את בנו אומנות, ומי שאינו מלמד את בנו אומנות- כאילו מלמדו ליסטות.

הייינט איז דער סדר אז יונגעלייט זיצן אפ און כולל, א היפשע פאר נאך די חתונה, און ווען מען האט שוין 2 אדער 3 קינדער, און מיז שוין גיין ארבייטען, הייבט מען זיכען א דשאב, מען קימט אן צו די ערשטע אינטערוויא און מען פרעגט אים, יונגערמאן אויף וואס טויגט איר? הייבט זיך נעבאך אן א געקעקעצעריי, און דאס געזיכט פלאמט פאר בישה,

ביז ער מיז נעבאך אנעמען א דשאב און א ווערהאז, וואו ער ארבייט עבודת הפרך, מבוקר ועד הערב, און דער "געלערענטער" מענעדשער וואס משכמו למעלה, אינזעקט זיך מיט פארגעניגען אויף דעם זיידנ'עם בן תורה, און ער קימט נעבאך א היים דערביטערט, און פארמאטערט ביזן טויט, עס קען ניטאמאל זיין א רעדע פון נעמען נאכט קורסן,

אזוי דרייט זיך דאס רעדל, פון איין דשאב צו א צווייטע, ביז די 35 יאר.

דארף עס דען אזוי צו זיין? עסקנים וואו זענט איר? פארוואס, זאלן נישט די פרישע יונגעלייט זיך לערנען א פאר שעה א טאג, עפעס א פאך? אדער Basic office management ?????

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:03 pm

· #70792
אקוראט די נקודה האט בעלזר רב שליט"א אנגערירט עטליכע יאר צוריק, זאגענדיג אז מען זאל אנהייבען זיכן א דזאב נאך ווען מען איז אין כולל נאך ווען מען איז ביי זיך מחליט אז נעקסטע יאר/זמן אין מען נישט ממשיך אין כולל, אזוי קען מען זיך צולערנען אין די אווענט שעות א פאך און אויך איז מען ווייניגער אונטער פרעשור אנצונעמען א עבודה בזויה און אויך ווייניגער פרעשור אנצוהייבען מיט די ליגאלע דריידעלעך.

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:44 pm

· #70835
דאס נעמען דעם אומגעלערענטע איש מוצלח (וואס וועט זיך אלעמאל מאכן, אבער ביי א מועט) און עס פארוואנדלן אין א פובליק פאליסי פון בלייבן אומגעלערענט און האפן אז די מזל וועט אריינשיינען איז לעכערליך. א פובליק פאליסי ברויך געבויט ווערן פאר די רובא דרובא עולם. און די פאקט איז אז רוב עולם האט נישט קיין שאנס אין גהינם צו דורכמאכן די ערשטע פיפצען מינוט פון א אינטערוואוי, און דאס איז שוין אויב זיין ליידיגע רעזומעי קען אים אפי' פארשאפן א זיץ ביי א זשאב אינטערוויאו. דאס איינציגסטע ברירה איז דער לכו התפרנסו זה מזה ווי ס'איז אין הקומץ משביע את הארי. נאך צען יאר ארבייטן אויף א פלאץ און זיין געלוינגן, קען דער אינגערמאן רוב מאל נאכאלס נישט זיין "טרענספערעבעל" צו די אלגעמיינע זשאב מארקעט. ער קען פרי אנהייבן דארט ווי ער האט געקענט אנהייבן צען יאר פריער. און אלעס ווייל די יסודות פעלן. דאס איז א עוון בל יכופר וואס די חינוך סיסטעם באגייט יאר איין יאר אויס.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:08 pm

· #70841
קאווע טרינקער
זר'לע, מ'קען מיט א קליינע גוגל ארויפברעגען די פונקטליכע נומערען וויפיל געלט יעדע מוסדות איז נהנה משלחן מישעל אבאמא (איזבל אין ענגליש).

יא. כ'האב עס שוין געזען אנליין. נאכ'ן זען די סכומים וואס די קליינע מסדות און כש"כ די גרויסע הייבן אריין פון די ממשלה האבן זיי נישט קיין פתחון פה אהיימצושיקן קינדער פון א יונגערמאן וואס האט נישט צו צאלן שכר לימוד.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:38 pm

· #70892
נישט צו זיין א פאפאגיי און איבערזאגן וואס דער עולם זאגט דא, אלעס גוטע פוינטס, איין זאך וויל איך נאר צולייגן, זאגסט אז אן אומגעלערענטער קען אויך מצליח זיין, אמת, טאמער איז ער גוט אין ביזנעס, אדער האט קאנעקשענס, א טאטע, שווער, וואס קען עם שטעלן אויפן פיס, קען ער שיין מצליח זיין, אבער ווי געזאגט איז דאס א מועט, אבער די וואס זענען עמפלויד ביי א צווייטן, און זענען נישט די גרעסטע ביזנעס קעפ, נישט קיין entrepreneur, קענען נישט צוקומען צו גארנישט אן זיך לערנען, אבער אויב לערנען זיי זיך עפעס קענען זיי אנקומען צו א זעקס פיגור'דיגע געהאלט, אנדערש נישט. און דאס איז דא ווייניג ביי אונז.
וויפיל אינגערלייט employees קענסטו וואס מאכן א $200,000 סעלערי א יאר? נישט קיין סאך, און רוב פון זיי האבן זיך געלערענט עפעס.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 8:06 pm

· #70946
שמעקעדיג
פשוט קאמפליצירט,
דיין בריוו איז געווענדעט צו די הנהלה גשמי?
ווייל זיי זענען א באזונדערע קערפערשאפט פון די הנהלה רוחנית.
דו מישט צוזאמען טענות פון די הנהלה רוחני צו די גשמי.

אמת, ריחני,
לא הרי הנהלת גשמיות, שממונים על ההממונות, כהרי הנהלת הרחניות,
ולא הרי הנהלת הרחניות, שממונים על הלימודים, כהרי הנהלת גשמיות,
אבל:
הצד השוה שבהם ששניהם משובעדים, בדרך כלל, לאדון אחד שפעמים מתקריא בשם כ"ק מר"ן אדמו"ר שליט"א, ולפעמים בשם אב"ד שליטא, או שאר כנויי וכינויי כנויין שיש להן, וכלפיהם מכוונים הדברים.

petergrifin » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 8:17 pm

· #70948
קאך_לעפל
די פאקט איז אז א גרויס חלק פון אונזער היימישע יונגעלייט פלאגן זיך היינט ביטער אויף פרנסה, צילוב די פאקט אז זיי האבן זיך קיינמאל נישט געלערנט קיין פאך, איך קען צענליגע יונגעלייט מיט גיטע קעפ, וואס וואלטן היינט געקענט זיין ריזן קאמפיוטער עקספערטען, און גימאכט שיין פרנסה, נאר ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין קאפיוטערס, זיצן זיי נעבאך און בי ענד עדש, און שלעפן באקסעס, און קימען אהיים מיט קוים ברויט אויף הויזן.

די גמרא זאגט און מס' קדושין, חייב האב ללמד את בנו אומנות, ומי שאינו מלמד את בנו אומנות- כאילו מלמדו ליסטות.

הייינט איז דער סדר אז יונגעלייט זיצן אפ און כולל, א היפשע פאר נאך די חתונה, און ווען מען האט שוין 2 אדער 3 קינדער, און מיז שוין גיין ארבייטען, הייבט מען זיכען א דשאב, מען קימט אן צו די ערשטע אינטערוויא און מען פרעגט אים, יונגערמאן אויף וואס טויגט איר? הייבט זיך נעבאך אן א געקעקעצעריי, און דאס געזיכט פלאמט פאר בישה,

ביז ער מיז נעבאך אנעמען א דשאב און א ווערהאז, וואו ער ארבייט עבודת הפרך, מבוקר ועד הערב, און דער "געלערענטער" מענעדשער וואס משכמו למעלה, אינזעקט זיך מיט פארגעניגען אויף דעם זיידנ'עם בן תורה, און ער קימט נעבאך א היים דערביטערט, און פארמאטערט ביזן טויט, עס קען ניטאמאל זיין א רעדע פון נעמען נאכט קורסן,

אזוי דרייט זיך דאס רעדל, פון איין דשאב צו א צווייטע, ביז די 35 יאר.

דארף עס דען אזוי צו זיין? עסקנים וואו זענט איר? פארוואס, זאלן נישט די פרישע יונגעלייט זיך לערנען א פאר שעה א טאג, עפעס א פאך? אדער Basic office management ?????

װאס איז מיט די הײמישע קארסעס װאס װערן עדװערטויזד עטליכע מאל א יאר אדער ברעמסאן ארט קאלעזש?

גימפל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:07 pm

· #70963
קפנדריא
יידל
קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.

איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.

דער וואס לערנט אין קאלעזש 'מעטה' אדער 'סייענס' האט אפשר נישט אזוינע גרויסע אויסזיכטן, די וואס ווערן כירורגן אדער אנקאלאזשיסטן, ווי אויך דעפענס אדוואקאטן, די ווערן גאר גרויסע עשירים.

צו ארויסברענגען מיין תגובה אין איין ווארט, א אינגערמאן האט מיר פארציילט, ער איז געווען ביי א לויער אין אפיס צו פארענדיגן א ריעל עסטעיט טראנזאקציע, דער אינגערמאן מיט די פיאות נאכנישט רעכט צוזאמגענומען פון נאכ'ן דאווענען, און די שיך וועלכע זענען צום לעצט באהאנדלט געוואן נישט ווינציגער ווי איין מאנאט צוריק, זיצט ביים טיש מיט א אינגן 'לויערס געהילף', און גייט איבער די דעטאלן פון די שליסונג - קלאוזינג בלע"ז, און דער אינגערמאן זאגט דעם לויער'ל שרייב אזוי און טו אזוי, ביז דער לויער'ל גיט זיך א רעג אויף אויף דעם אינגערמאן, 'אנטשולדיגט, איך בין געגאנען אין קאלעזש און געארבעט אויף א דעגרי, צו מיר מעגסטו רעדן מיט אביסל מער דרך ארץ'! דער אינגערמאן ציט ארויף א לייכטן שמייכל אויף זיין פנים, און דאס האט נאך מער אנגעצינדן דעם אינגן 'בא'דעגרי'טער לויער', און ער האט אויף א נאך העכערן טאן ווידערהאלט זיין ווייטאג אויף די 'חוצפה' פון דעם אומגעלערנטן אינגערמאן מיט די שמונה בגדים, דא דרייט זיך אויס דער בעל הבית - דער 'גרויסער לויער' צום 'געלערנטן' געהילף און זאגט אים, וויפיל יאר ביסטו געגאנגען אין קאלעזש? ענטפערט ער 'מער פון 3 יאר'!, און דער אינגערמאן? 'קיין איין טאג נישט'! ענטפערט ער מיט א טראציגע ניצחון, און דו ווייסט - פירט אויס דער סיניאר לויער - וויפיל דער 'אומגעלערנטער' אינגערמאן גייט מאכן פון דעם היינטיגן פליפ טראנזאקציע אליין? מער וויפיל דו מאכסט געהאלט אין צוויי יאר.

צו ענפערן דיין תגובה אין איין ווארט, וויפיל בעלי בתים האט B&H און וויפיל ארבייטערס האבן זיי, און וואס צאלן זיי פאר א גרעדאירטען פון אונזער סיסטעם? יעצט מאך אליין דעם חשבון.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:13 pm

· #70985
בנימין פרנקל
שמעקעדיג
פשוט קאמפליצירט,
דיין בריוו איז געווענדעט צו די הנהלה גשמי?
ווייל זיי זענען א באזונדערע קערפערשאפט פון די הנהלה רוחנית.
דו מישט צוזאמען טענות פון די הנהלה רוחני צו די גשמי.

אמת, ריחני,
לא הרי הנהלת גשמיות, שממונים על ההממונות, כהרי הנהלת הרחניות,
ולא הרי הנהלת הרחניות, שממונים על הלימודים, כהרי הנהלת גשמיות,
אבל:
הצד השוה שבהם ששניהם משובעדים, בדרך כלל, לאדון אחד שפעמים מתקריא בשם כ"ק מר"ן אדמו"ר שליט"א, ולפעמים בשם אב"ד שליטא, או שאר כנויי וכינויי כנויין שיש להן, וכלפיהם מכוונים הדברים.

הצד השוה שבהם שמועדים להיזק ושמירתן עליך

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:14 pm

· #70986
מר גבאי שני, וואס איז די אינהאלט פון די אלע אוועקגענומענע הודעות ?,
אז די ווילסט נישט אויסשמיסן ברבים לאז מיך וויסן אין אישית, א ישר כח

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:19 pm

· #70990
יתרו, ס'טמער ארויסגענומען די ווערטער פון מויל, הצד השוה שבהן שדרכן להזיק...

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:24 pm

· #70994
אז מען רעדט שוין געפילטע, וואס טוט זיך מיט א נארמאלע אוואטאר פאר מיר, יענץ וואס די האסט געשיקט איז נישט גוט, איך ברויך אזא פאס פארט פיקטשער וואס מען זעהט נאר יתרו אליין,

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:42 am

· #71031
איך בין נישט די גרויסע אוואטאר "מומחה", דא האסטו אן אשכול געווידמעט פאר דעם, און אונזער חבר "מומחה" שטעלט צו פיינע סחורה.
זיי מסביר וואס דו ווילסט, ווי אזוי האט יתרו אויסגעזען?
וואלט דאס געווען צום זאך? כ'האב עס ארויסגעשניטן פון די פעינטיג.
📎 Capture.JPG
אדער דאס גאר? ששש.. זאג קיינעם נישט אויס אז דאס איז עכט משה רבינו.
📎 Capture.JPG

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:40 pm

· #71304
יתרו
מר גבאי שני, וואס איז די אינהאלט פון די אלע אוועקגענומענע הודעות ?,
אז די ווילסט נישט אויסשמיסן ברבים לאז מיך וויסן אין אישית, א ישר כח

גבאי שני איז גערעכט. ביי די ערשטע געמעקטע הודעה שרייבט ער צו "אומפאסיג" כ'האב מיך געלערנט פון דעם אז א תגובה אויף אן אומפאסיגע הודעה איז אויך "אומפאסיג". ייש"כ ג"ש. 😳

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:49 am

· #124569

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יוני 13, 2013 4:46 pm

· #124745
מוסדות, דורות, און סתירות
עס איז געווען אמאל א צייט ווען די היימישע מוסדות האבן זיך געמוטשעט מיט א מאנגל אין קינדער. דער מאנגל האט זיך גענומען דערפון, וואס רוב אידישע עלטערן האבן נישט געוואלט שיקן זייערע קינדער אין א היימישן מוסד. די חרדישע מוסדות האבן דערפאר אנגענומען יעדעס קינד. די איינציגע זאך אין וואס זיי האבן זיך גענויטיגט איז געווען די הסכמה פון די עלטערן. איינמאל עלטערן האבן מסכים געווען, האבן די מוסדות דאס קינד אנגענומען (אייגנטליך, געכאפט מיט ביידע הענט).

זענען דורכגעגאנגען יארן און תקופות, און די חרדישע קרייזן זענען זיך צעוואקסן, און מיט זיי – די מוסדות. זענען אויפגעקומען נייע מוסדות און בתי חינוך, וואס האבן אויפגעצויגן פרישע דורות פון חרדישע אידן. אינעם גייסט פון זייער חינוך, האבן די נייע דורות – שוין באופן לכתחילה – געשיקט זייערע קינדער אין די זעלבע חרדישע מוסדות וואס האבן זיי אליין אויפגעצויגן.

אבער ביי דער שטופע איז אריינגעטראטן א שינוי אין דעם געלויף פון געשעענישן. אנשטאט פארזעצן די מסורה, אננעמען קינדער וועמענס עלטערן ווילן ממשיך זיין וואס מען האט זיי געלערנט, האבן די חרדישע מוסדות אנגעהויבן אפווארפן און ארויסווארפן די דאזיגע קינדער. אינעם אנהייב, האבן מוסדות אפגעזאגט קינדער מיט "גוטע" אויסריידן. שפעטער איז שוין די מינדסטע נארישקייט געווארן גענוג סיבה אויף וועמענס סמך נישט אנצונעמען די קינדער. צוביסלעך איז עס דערגאנגען צו א מצב, אז די מוסדות האבן איבערגעדרייט דעם פסוק מיט'ן קאפ אראפ: אננעמען נאר "גוטע" קינדער, צי קינדער פון "גוטע" שטיבער. (און אין "גוט" אין דעם קאנטעקסט איז אריינגערעכנט "געלט".)

היינט שטייט דער מצב אזוי, אז גראד אזוי, לכתחילה, נעמט מען נישט אן. אויף די עלטערן ליגט אן אחריות אויפצוקומען מיט א גענוגנדער סיבה פארוואס דאס קינד זאל יא אנגענומען ווערן. איינמאל די סיבה איז דא, ווערט פריי דער וועג פאר די עלטערן אנצוהייבן מיט דעם איינשרייבונגס-פראצעדור (וואס באשטייט אין גרויסן טייל פון זיך משפיל און מבזה זיין פאר, און מלקק זיין דעם חלק אחוריים פון עטליכע ביטערע מענטשן מיט שלעכטע מידות).

מיט קהילה-מוסדות איז דער מצב דערווייל נאך אביסל לייכטער. דארט האלט עס נאך ביי דער צווייטער שטופע, דהיינו, די קינדער וועלן אנגענומען ווערן, אזוי לאנג ווי זיי און אלעס זיי ארום שיינט און גלאנצט ווי עס פאסט, לתפארת המוסד והמייסד. איינמאל עפעס טויג נישט (און "עפעס" מיינט בדרך כלל עפעס וואס האט ווייניג שייכות און אפעקטירט כמעט, אדער בכלל נישט דעם קינד און דעם חינוך), בלייבן די קינדער אויפ'ן וואסער. ("איך פארשטיי דיר זייער גוט. וואס זאל איך אבער טאן אז ס'איז ממש נישטא קיין פלאץ? הלוואי כ'וואלט געקענט עפעס טאן...") אבער אפילו מיט די קהילה-מוסדות ווערט דער מצב אלץ ערגער און ביטערער.

שטעלט זיך א קשיא. די דאזיגע עלטערן שיקן זייערע קינדער צו דעם זעלבן (אדער זעלבן סוג) מוסד וועלכער האט אים אויפגעצויגן, ווייל ער האלט זיך געטריי צו וואס מען האט אים געלערנט. דערפאר וויל איך דאך אז זיין קינד זאל ווייטער נתחנך ווערן מער-ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן. קומט אים דערפאר א שטויס? דער גאנצער חטא פון די עלטערן איז דאס, אז זיי טוען וואס דער זעלבער מוסד האט זיי מחנך געווען צו טאן. פארוואס שטויסט איר זיי אוועק?

די אפגעזאגטע און ארויסגעווארפענע עלטערן און קינדער שטייען בדרך כלל אויף א סך העכערער מדריגה אין פרומקייט און אידישקייט ווי די, וועמענס קינדער די זעלבע מוסדות האבן פאר דריי דורות צוריק געכאפט מיט ביידע הענט. די וואס שטייען אויף דער זעלבער מדריגה ווי יענע אמאל, שיקן אין אלגעמיין אין מער ליבעראלע, פלוראליסטישע בתי חינוך ווי די טיפיש-חרדישע. גייט איר, און שטופט אוועק דווקא די, וואס טוען דאס וואס איר האט זיי מחנך געווען צו טאן? ס'איז נישט אומ'שכל און אויך נישט סתם היפאקריטסווע: דאס וואלט געווען א חידוש אפילו אין א סדומ'ישן געריכטזאל.

די צאל אזעלכע אפגעזאגטע און אפגעווארפענע קינדער באטרעפט שוין א סכום גענוג גרויס, צו קענען אנפילן א גרויסן מוסד. די דאזיגע קינדער און עלטערן זענען נאר נישט געהעריג ארגאניזירט, ווייל דער פראצעס פון וויינען, זיך בעטן, און די בושות און בזיונות וואס זיי כאפן אריין אויפ'ן וועג ווי א צוגאב דערשלאגט און צעקלאפט זיי, און נעמט אוועק דעם מוט צו טאן סיי וואס. אבער אזא מצב קען נישט און וועט נישט אנהאלטן פאר נאך צו לאנג. וואס עס וועט געשען, וויאזוי די ווייטאג וועט זיך אויסדריקן, ווייס איך נישט. איך ווייס אבער יא, אז ווען עס וועט קומען, וועט עס נישט קומען שטיל, אין הינטערגרונט, אויף א קליינעם פארנעם, נאר עס וועט זיין גרויסארטיג, אויף א שיין-באלעבאטישן פארנעם, און וועט הילכיג אויספראסקן די אומפארשעמטע פרצופים פון די מושחתים און אויסווארפן וואס האבן פארכאפט דאס בעלות אויף אונזערע קינדער און זייער עתיד.

בעריש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:13 pm

· #124752
איך גיב נישט גערעכט דאס אפזאגן טאטעס מיט קינדער וואס זענען עטוואס ארויס פון מעינסטרים, אבער איך מיין אז מקען דאס נישט מדמה זיין צי אזאנע נאכן קריג,
די פון וועם די רעדסט זענען מיינסטענס געווען אבערלענדישע אידן וואס זענען טאקע געגאנגען מיטן קמץ בארד און נישט חסידישע לבוש, אבער זענען געווען גאר תמימות'דיג ערליך און פרום, דער איינציגער שינו וואס דער מוסד האט געמאכט מיט די קינדער זייערע אז זיי זענען געווארן חסידישע שווענץ אנשטאט דעם האסאם סופר איז עס געווארן די צדיקי בית סיגוט אדער גאר סקווירא.

ברסלבער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:17 pm

· #124753
מיין פליאה איז אז אויב די מוסדות האלטן אז די עלטערן טויגן נישט, דארפן זיי דאך כאפן די קינדער מיט ביידע הענט, אפשר וועט מען כאטש די קינדער קענען ראטעווען.

בעריש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:32 pm

· #124760
ברסלבער
מיין פליאה איז אז אויב די מוסדות האלטן אז די עלטערן טויגן נישט, דארפן זיי דאך כאפן די קינדער מיט ביידע הענט, אפשר וועט מען כאטש די קינדער קענען ראטעווען.

דאס איז התינח אויב דער טאטע איז אינטערסירט אז דאס קינד זאל זיין בעסער ווי אים, וואס דאס איז מיינסטענס געווען די קעיס א דור צוויי צוריק.
דער מציאות היינט איז נישט אזוי, עטליסט ביי א חלק פון זיי.

ברסלבער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:36 pm

· #124764
איך מיין אז דאס איז נישט אמת, כמעט אלע עלטערן ווילן אז די קינדער זאלן זיין בעסער ווי זיי. היינט אויך.

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:00 pm

· #124833
בעריש, טאטעלי ראנג.

מען האט אנגענומען אפילו קינדער פון מחללי שבתות. תקנות איבער אויפפירונג א. א. וו. איז נאר געווען מה שנוגע אין חדר / שולע, נישט די שטוב.

קרעקער » פרייטאג יוני 14, 2013 9:17 am

· #124976
די חילוק איז אמאהל זענען געזעצן ביים רודער עהרליכע מענטשען
היינט זיצען מענטשען וואס נוצען זייער פאזישאן אלס א מיטעל צו בארואיגען זייער תאוה דורך קאנטראלירען אנדערע מענטשענס לעבען
גרויליגע קאנטראל פריקס
בלאט: 1 2