☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טייטאן סובמארין

טייטאן סובמארין

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16331

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:30 pm

· #529388
טייטאן סובמארין
געווענליך שרייב איך נישט זאכן וואס זענען אינגער פון 20 יאר, אבער דאס מאל איז עטוואס אנדערש, די נייעס בוזשעוועט. האבן מיר זיך אריינגעלייגט אין דעם טייטאן סובמארין צו זעהן מי, מה, ומא. וואס איז דאס, ווער איז, ווען איז דאס ארויף געקומען וכו'.

אין יוני 18 2023 האט זיך א טייטאן סובמארין ארונטערגעלאזט דעם ים, צוצופארן צום געזינקענעם טיטאניק שיף, צו עקספלארירן וואס מען קען נאך זעהן פון די שיריים פונעם ריזיגן וואונדערליכן שיף פון בימים ההם (בזמן הזה, ווייס איך נישט ווי וואונדערליך דער טיטאניק וואלט ווען געווען).

דער געדאנק פון זיך ארונטערלאזן אין טיפן ים פאר דעם עקספלארעישאן ווערט אנגעפירט ביי די קאמפאני "אושען געיט" Ocean Gate.

אין די אינטערנאציאנאלע וואסערן, עטוואס נאנט צו צפון זייט פונעם אנטלאנטישן אקעאן, עטוואס אראפ-צוה דער קאנאדישער קאוסט, וואס ווערט אנגערופן נייע-געטראפן-לאנד, איז דאס פלאץ ווי דער סובמארין האט זיך ארונטערגעלאזט כמעט 13,000 פיס אין די טיפעניש פונעם ים, מיט פינף טוריסטן, צו גיין זעהן דעם פאר'חורב'טער טיטאניק שיף וואס האט שוין קונה שביתה געווען אונטער דעם וואסער פאר 111 יאר צוריק, אין יאר תרע"ב.

קאמיוניקאציע מיט די מאנשאפט פונעם סובמארין האט זיך אויפגעלעזט נאך א שעה און פינף און פערציג מינוט וואס דער סובמארין האט זיך אריינגעווארפן אין די טיפעניש פונעם ים.

דער שפאציר אונטערן וואסער נעמט אן ערך פון זיבן ביז ניין שעה. ביי די צענטע שעה ווען דער סובמארין האט זיך נישט צוריק באוויזן אויפן האריזאנט, האט דאס שוין אנגעהויבן מיינען עטוואס מער ווי סתם א קאמיוניקאציע פראבלעם, און די אויטאריטעטן זענען אלארמירט געווארן אז דאס סובמארין איננו און עס זעהט נישט אויס צו גוט. אן א קאמיוניקאציע און נישט זי זאל זיך צוריק באווייזן מיינט אז עס איז טראבעל.

את"ל אז דער סובמארין איז נישט צושמעטערט געווארן ערגעץ-וואו ביים אפגרונד מיינט עס אז עס אנטהאלט אין זיך לופט פאר די פאסאזשירן נישט לענגער ווי צוויי מיט א האלב טעג 96 שעה. דאס מיינט אז אין די שעות איז קיין לופט פאר די פאסאזשירן שוין כמעט נישטא.

א "זוך און ראטעווען" אקציע איז אריין אין קראפט דורך אינטערנאציאנאלע כוחות פון די אמעריקאנער קאוסט גווארדיע US Coast Guard, די אמעריקאנער און דער קאנאדישער נעווי, און די קאנאדישער קאוסט גווארדיע. פון די לופט האט זיך אויך צוגעשטעלט דער קאנאדישער און אמעריקאנער לופט וואפע, ווי אויך ציווילע ריסערטש שיפן וואס זוכן כסדר צו עקספלארירן די וואסערן.

אויך זענען אריינגעברענגט געווארן רימאוט שיפלעך וואס לאזן זיך ארונטער אן קיין מענטשליכער קאפיטאן. עס ווערט קאנטראלירט פון א שיף אויפן וואסער און עס שיקט צוריק אויבן צום קאפיטאן בילדער וואס עס זעהט.

אפי' לויטן חשבון איז שוין קיין לופט פאר די 5 טוריסטן אינעם סובמארין שוין נישטא, פארט האט זיך די רעסקיו אקציע נישט אפגעשטעלט און עס ווערט געהאפט אויף זייער קליינע שאנסן, אבער נאך אלץ איז דא עטוואס האפענונג צו קענען ארויפברענגען דעם סובמארין מיט די פינף טוריסטן לעבעדיג.


אושען געיט Ocean Gate

איז א פריוואטע אונטערנעמונג פון א קאמפאני וואס רופט זיך אושען געיט, וואס איז געווארן געעפנט אין יאר תשס"ט 2009 ביי סטאקטאן ראש Stockton Rush און זיין שותף גדז'יולערמענא סאהנליען Sohnlein Guillermo.

זינט תש"ע 2010 האט עס שוין ארונטערגעלאזט מענטשן פאר גאר א טייערער פרייז אין געוויסע פלעצער פונעם ים. אין קאליפארניע קאוסט האבן זיי פיגורירט מיט קאמערציאלע סובמארינס, און ווי אויך אין דעם גאלף אף מעקסיקא, אין די אנטלאנטיק אקעאן.

ראש איז איינגעפאלן א געניאלן געדאנק צו ברענגן טוריסטן וואס קענען זיך ערלויבן צו פארן צום אפגרונד פון וואסער, דארט וואו דער טיטאניק האט זיך געזעצט, און ווייזן פאר זיינע טוריסטן וואס עס טוהט זיך ביי דעם טיטאניק אונטן. אין תשע"ו האט דער אושען געיט קאמפאני דאס ערשטע מאל אראפגעפירט מענטשן צו דעם טיטאניק דעסטינאציע, וואס איז טיף כמעט דרייצן טויזענט פיס!

דער ערשטער סובמארין וואס מען האט גענוצט דאן איז געווען דער סייקלאפס Cyclops 1 (דער סייקלאפס איז א סובמארין וואס איז געבויט געווארן פאר די סיבה פון מאכן ריסערטש אונטערן וואסער פאר פארשידענע זאכן וואס די וועלט דארף די אינפארמאציע וואס עס טוהט זיך דארט), אבער די טיפסטע פאר וואס דאס איז געבויט געווארן לכתחילה איז פאר נישט מער ווי טויזנט צו פופצן הונדערט פיס, אבער דער ראש האט איבערגעארבעט דעם סובמארין אז עס זאל קענען שווימען אין אזאנע טיפענישן אויך.

ראש'ס קאריערע איז אייביג געווען אין די אוויאציע, ער איז געווען א טעסט פלייט אינדזשיניער פאר מק'דאנעלד דאגלעס עף. 15 פייטער דזשעט פראגרעם. ער האט זיך אויסגעצייכענט אין טעכנעלאגיע פון אוויאציע, ספעיס, און סתם פליען טעכנעלאגיע'ס.

גענוג געפלויגן פלעגט ראש שרייען ביי זיינע רעדעס ווען ער האט געעפענט דעם אושען. עס איז שוין צייט צו אראפגיין צום אפגרונד!

ראש האט זייער שטארק געציהלט צו באקומען מידיע דעקונג. דאס בעסטע דעקונג וואס ער האט נאר געקענט באקומען איז געווען אין יאר תשע"ו 2016 ווען ער האט געפירט א גרופע פון פינף מענטשן צום טיטאניק'ס ברוכווארג, נוצנדיג דערביי דעם איבערגעבויטן סייקלאפ'ס סובמארין.

אין יאר תשע"ט 2019 האט ראש געזאגט פארן סמיטסאניען מאגעזין אז עס איז נאר איין ברוכווארג וואס א יעדער קען. זאלסטו נאר פרעגן עפעס וועגן אונטער וואסער וועט ער ענטפערן דער טיטאניק!!

דער סובמארין איז א וועסעל וואס איז געבויעט געווארן פאר פינף מענטשן אריינצוגיין דערינען, און אראפפארן אזוי טיף ווי 13,000 טויזענט פיס (די טיפסטע פלעצער אין ים איז בערך 35,000 פיס טיף, די טיפסטע חלק אינעם ים איז טיפער אין פיס, ווי הויך דער העכסטער בארג איז, בערך 29,000 פיס הויעך).

דער וועסעל איז געמאכט געווארן לכתחלה פאר ריסערטש, און צו אפירקראצן דאטא וואס איז נויטיג פאר די וועלטליכע בענעפיטן (למשל: ווי אזוי דער וואסער פארפיגט אין געוויסע וועטערס וואס איז נאנט צו קאוסטס, צו קענען וויסן וואס עס קען אדער גייט פאסירן אין פעלער אויב דער ים כאפט אן א רוגזה).

ווי אויך האט מען געניצט דעם וועסעל צו פילמירן אונטערן וואסער פאר פילמס און פראדאקשענס, צו פרובן ווי אזוי געוויסע מאשינען וועלן ארבעטן אונטערן וואסער.

דאס גאנצער וועסעל איז 22 פיס לאנג פון עק צו עק, און וועגט 23,000 פונט. די מאטריאל וואס איז גענוצט געווארן פארן געבוי איז קארבן פייבער (וואס איז א פלאסטישע מאטריאל און וועגט זייער ווייניג אנטקעגן אייזן אדער סיי וואספארא אנדערע מאטריאל) און טאטעיניום (וואס איז א קעמיקאל מאטריאל וואס איז אנשטאט אייזן, און זעהט אויך אויס ווי אייזן).

אין יאר 2020 תש"פ איז דער וועסעל געווארן פארשעמט און דאונגרעידעד פון זייער פארזיכערונגס סערטיפיקעט, און דער נייער רעקאמענדאציע איז געווען אז דער וועסעל קען נישט שווימען טיפער ווי 9,800 פיס, נאך וואס מען האט געטראפן אין די מאטריאל אז עס קרעקד ביי אזא טיפקייט פרעשור. דער סי. אי. או. האט נישט פארנומען אזא נידערלאגע און ער האט גלייך זיך גענומען ארבעטן אויף א נייער מאדעל וועסעל. אין יאר תשפ"א 2021 האט ער עס אריינגעברענגט אין אמט וואס האט מ'כלומרש'ט פארבעסערט די שוואכקייט און עס קען שוין נעמען אסאך מער פרעשור. מען קען שוין ווייטער זיך ארונטערלאזן אזוי טיף ווי בעפאר.

די נעוויגאציע פונעם טייטאן איז אריינגעשטעלט געווארן אינעם וועסעל דורך די קאמפאני לאגיטעק Logitech וואס מען ניצט צו קאנטראלירן ווייערלאזע שפילצייג, ווי קארס טרעקלעך רימאוט קאנטראל'ס. אבער אויך איז געווארן אינסטאלירט געווארן אנאלאג קאנטראלירערס וואס ארבעט אויף פשוט'ע עלעקטריק אויב דער דידזשיטאל רימאוט קאנטראל ווערט פעלערהאפטיג.

די קאנטראל שטעקענעס זענען צוגעטשעפעט צו טראסטערס וואס דאס שטופט אראפ און אריין טיפער דאס וועסעל און ברענגט עס צוריק ארויף אין פאל דער רימאוט פאלגט נישט דעם קאפיטאן.

אין יאר תשפ"ג האט ראש פראקלאמירט אויף די געוועב זייטל פון אושען געיט אז טייטאן איז געווארן דעזיינט און אינדזשענירט ביי נאסא (די ספעיס שאטעל בויער) און ביי באואינג (דער פליגער פאבריקאנט) און די ארכיטעקטור זענען ארכיטעקטן פון די יוניווערסיטי אף וואשינגטאן.

נאך דער איצטיגער דורכפאל פונעם פארלירן דעם וועסעל האט זיך דער וואשינגטאן און באואינג אנטזאגט אז זיי האבן עפעס א שייכות בכלל מיט די קאנסטראקציע מיטן וועסעל און לייקענען דעם סטעיטמענט פון ראש וואס ער האט געשריבן אויפן געוועב א האלב יאר צוריק.


אפיציעל דארף זיין לופט אין דעם קליינעם וועסעל פאר פינף מענטשען 96 שעה. עס איז נישטא קיין נעוויגאציע מאשין אינעם וועסעל זעלבסט, אבער דער שיף וואס עס זיצט פון אויבן וואס פון דעם שיף לאזט זיך דער וועסעל ארויס צו דער נסיעה, גיט דעם סופפארט פארן וועסעל און דירעקטירט דעם קליינעם שיפעלע אונטערן ים ווי אזוי צו גיין מיט א יעדער ריר וואס ער טוהט.

טייטאן זאגט אז דער סובמארין האט 7 מיני וועגן צו נעוויגעיטן אין פאל ח"ו עפעס גייט לינקס. און דאס רעכנט אריין צוריקברענגען דעם שיפעלע אין פאל זי ווערט פאלוירן דורך א מעכאנישער פעלער.

ווי אויך האט עס אין זיך אריינגעבויט א באלון וואס אין פאל זי זינקט אריין טיפער ווי ער דערהייבט קען דער סופפארט שיף אקטיוויזירן א באלון אונטער זיך און עס איבער פילן מיט וואסער, און אזוי ווערט דער קליינער וועסעל ארויפגעשטופט צום אויבערפלאך.

4 פון די 7 סיסטעמס איז דעזיינט צו ארבייטן אפי' אלע פאסאזשירן אויפן שיפל זענען ל"ע נישט בכח באיזה סיבה שהוא צו קענען איבערנעמען דאס קאנטראל פונעם שיפל.

דער ערשטער דייוו האט דער טייטן געמאכט אין יאר תשפ"א 2021. דאן האט עס במשך פ"ב און פ"ג געמאכט עטליכע נסיעות אהין און צוריק אן קיין שום ערנסטע פראבלעמען.

shadchan » דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:04 pm

· #529391
its over

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:51 pm

· #529395
shadchan
its over
געטראפן אדער עס איז מער נישטא קיין לופט ?

ששון ושמחה » דאנערשטאג יוני 22, 2023 5:29 pm

· #529399
געטראפן ברוכווארג. זיי זאגן אז ס'האט אויפגעריסן נאך זונטאג און אלע זענען תיכף אומגעקומען.

צוויבל קניפער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 5:51 pm

· #529408
[ציטאט אראפגענומען]
סתם א אינטרעסאנטע קאמענט,
זיי זאגען די טייטאן האט 'אימפלאדירט', וואס מיינט די דרויסענדיגע פרעשור האט צאמגעדריקט די טייטאן, משא"כ 'עקספלאדירט' איז פון אינעווייניג אויף ארויס,
עכ"פ ווען דאס געשעט איז עס א מעשה פון מילי סעקונדעס און זיי קומען אום אויפ'ן פלאץ.

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 5:57 pm

· #529409
לכאורה וועט מען קיינמאל נישט וויסען וואס האט בעצם פאסירט.

צוויבל קניפער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:00 pm

· #529410
גערעכט, און אז דו לייגסט דיך אריין וועסטו זען עס איז געווען אזוי סאך פראבלעמען און מיסברויכן אין די גאנצע פראיעקט אז מען קען טאקע נישט וויסן קלאר די סיבה, אבער די סברא איז די מערסטע מסתבר.

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:02 pm

· #529412
ששון ושמחה
געטראפן ברוכווארג. זיי זאגן אז ס'האט אויפגעריסן נאך זונטאג און אלע זענען תיכף אומגעקומען
אפי' א לאו סוט Law suit גייען זיי נישט קענען מאכן. לויט די ריסק פאקטארן וואס די מיטרייזענדע דארפן אינטערשרייבן בעפאר זיי גייען אריין אין קליינעם וועסעל.

צוויבל קניפער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:07 pm

· #529413
איך האב געליינט אז א waiver איז נאר valid ווען די קאמפאני איז נאכגעקומען אַלע סעיפטי סטאנדארטן און געמאכט גענוג פּראָבעס בעפאר, וואס די קאמפאני האט נישט געטון קיינע פון די ביידע נאר פארקערט זיי האָבן פארשיקט ארבייטערס וואס האָבן אויסגעדרוקט אומצופרידענהייט פון די הפקר וועלט וואס זיי האבן געפירט.

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:10 pm

· #529414
צוויבל קניפער
גערעכט, און אז דו לייגסט דיך אריין וועסטו זען עס איז געווען אזוי סאך פראבלעמען און מיסברויכן אין די גאנצע פראיעקט אז מען קען טאקע נישט וויסן קלאר די סיבה, אבער די סברא איז די מערסטע מסתבר.
עס איז נאך דא אזויפיל דעטאלן צו שרייבן. אבער וויבאלד עס איז א נייעס בעיסד אינפארמאציע ארטיקל האב איך נישט געוואלט ווארטן ביז איך וועל האבן אלע אינפארמאציע צוזאם געשטעלט.

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:51 pm

· #529427
די קאסט פון א רייזע מיטן טייטאן
[ציטאט אראפגענומען]
א טריפ פון די אטלאנטיק קאוסט אין קאנאדע וואס האט גענומען אזוי לאנג ווי אכט טאג פונעם ארויספארן ביזן צוריקקומען האט געקאסט אן אסטראנאמישער סכום פון א פערטל מיליאן דולער $250,000.00

צוויבל קניפער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:11 pm

· #529442
Re: טייטאן סובמארין
אינטערעסאַנטע ווידעא וויאזוי עס איז על פי הסבר צוגעגאנגען די אומפלאזיע
http://cloud.tapatalk.com/s/6494ff21cfb82/insidehistory-22-06-2023-0001.mp4

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 23, 2023 12:32 am

· #529460
זיי האבן געוואלט די גאנצע עקספעריענס פון די טיטאניק
האבן זיי עס פיין באקומען! (נישט מיין אייגנס)

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 10:56 am

· #529486
וויפיהל עס האט געקאסט צו בויען דעם טייטאן סובמערסיבל
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נאך נישט געטראפן קראנטע אינפארמאציע וויפיל עס האט געקאסט צו בויען. אבער ליינענדיג דערוועגן איז מיר אויסגעקומען צו ווערן שאקירט פון וויפיהל געלט מען האט פרובירט צו שפארן בויענדיג דעם סובמערסיבל.

למשל: דער נעוויגאציע קאנטראל איז געוועזן א לאגיטעק געים רימאט קאנטראל, ווי געשריבען אינעם הויפט ארטיקל, ווען איר גייט צו וואלמארט קויפן אזא דעווייס קאסט עס נישט מער ווי $29.99

קיין אייגענער נעוויגאציע קאנטראל האט דאס סובמערסיבל נישט געהאט. עס איז געווארן נעוועגירט דורך דעם סופפארט שיף פונעם אויבערפלאך מיט טעקסט מעסעדזשעס צום קאפיטאן פונעם סובמערסיבל. וכדו'. אזעלעכע זאכן וואס האט געדארפט ווערן אריינגעלייגט אינעם וועסעל פאר זיכערהייט מאסנאמען איז פארשפארט געווארן ווייל די קאסט פון בויען זאל זיין ביליגער.
📎 72408241-12222283-OceanGate_s_Titan_sub_is_controlled_by_a_wireless_Logitech_video-a-66_1687435657723.jpg

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 10:58 am

· #529488
[ציטאט אראפגענומען]
זייער איינשטענדיק פון מע"כ צו קאמענטירן אזא שיינע קאמענט.
עס האט מיר געזאגט די וואך א גרויסער רבי פון טויזענטער חסידים, נאך וואס איך האב קאמפלעמענטירט אויף די אינגעלייט זיינע. "א קאמפלימענט טוהט קיינמאל נישט וויי, מיר אלע קענען דאס נוצען".

ישר כח

צוויבל קניפער » פרייטאג יוני 23, 2023 11:03 am

· #529490
לייביששרייבער
איך האב נאך נישט געטראפן קראנטע אינפארמאציע וויפיל עס האט געקאסט צו בויען. אבער ליינענדיג דערוועגן איז מיר אויס געקומען צו ווערן שאקירט פון וויפיהל געלט מען האט פרובירט צו שפארן בויענדיג דעם סובמערסיבל.
אויך איז עס פארמאכט געווארן פון אינדרויסן אן די מעגליכקייט פון עס עפענען פון אינעווייניג וואס איז גאר נאריש, ווייל אפילו אויב וואלט די סובמערסיבל ארויפגעשווימען פאר מען טרעפט זיי וואלטן זיי נאכאלץ נישט געהאט קיין אקסיגען ביז איינער קומט פון אינדרויסן עס עפענען.

א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן, זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן.

צוויבל קניפער » פרייטאג יוני 23, 2023 11:05 am

· #529491
די אַמעריקענע נעיווי זאָגט יעצט אז זיי האבן געהערט די אומפלאזיע אזוי פרי ווי זונטאג נאכמיטאָג, ווי באקאנט האט די נעיווי מיקראפאנען און אנדערע סענסארס אין די וואסער וואס כאפט אויף די מינדעסטע גערודער.

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 11:16 am

· #529492
אימפלאודזשען קלאפערייען
עס שטימט נישט אזוי 100%. די קלאפערייען זענען אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט ווי דער קאוד פון סימנים אז עס איז די חיות אונטערן וואסער פארלאנגט. ווען דער אדמיניסטראציע האט נישט געוואלט אנהויב ארויסשיקן דעם מיליטערישן ROV אונטער וואסער רימאוט שיפלעך ווייל זיי האבן געקלערט אז עס איז שוין נישט דא וועמען און וואס צו ראטעווען און פאר ריקאווערי האבן זיי נישט געוואלט פארשווענדן אזויפיהל געלט. אבער ווען די רעפארטס זענען אריינגעקומען צו די קאוסט גווארדיע אז עס זעהט אויס ווי די מאנשאפט פרובירט צו קאמיוניקירן ,האט מען אזוי שפעט ווי מאנטאג מחליט געווען עס יא ארויסצושיקן, ווען עס איז אנגעקומען איז שוין נישט געווען קיין לופט אינעם סובמערסיבעל לויטן חשבון, ווייל עס איז שוין אריבער די 96 שעה וואס די אקסיגען האלט זיך דערינען, איז שוין זיכער נישט געווען וואס צו ראטעווען נאר ריקאווערן.

אבער עס איז נישט קיין הוכחה אז די קלאפערייען זענען געוועזן פון מאנשאפט, עס האט זיך אפשר נאר געדאכט אז די קלאפערייען זענען די סימנים, ווייל עס איז נישט 100% פונקטליך אין טאקט פון די סימנים, די קלאפערייען האבן געקענט זיין פון די דעברי וואס איז ארום געשווימען און עס האט אויסגעזעהן ענליך צום סימן.

די אימפלאוזשען צו הערן איז נישט מוכרח צו זאגן. אבער עס קען זיין. ווי געזאגט אויפדערווייל זעהט נישט אויס אז מען וועט האבן א פונקטליכער רעפארט וואס און ווי אזוי זאכן האבן פאסירט.

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 11:28 am

· #529494
אינטערסאנטער פאקט
צוויבל קניפער
אויך איז עס פארמאכט געווארן פון אינדרויסן אן די מעגליכקייט פון עס עפענען פון אינעווייניג וואס איז גאר נאריש, ווייל אפילו אויב וואלט די סובמערסיבל ארויפגעשווימען פאר מען טרעפט זיי וואלטן זיי נאכאלץ נישט געהאט קיין אקסיגען ביז איינער קומט פון אינדרויסן עס עפענען.

א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן.
זייער אינטערסאנט, איך האב נאך נישט געזעהן צווישן די ארכיוון וואס איך האלט אינמיטן שטודירן דעם פאקט.
נו אויב אזוי וואס איז אינטערסאנט אראפצופארן אהין? שיק אראפ אן ROV און זעץ אריין די טוריסטן און א סטימיולעיטאר עס זאל זיין די הרגשה כאלו מען פארט ארינטער.

דאס אז מען קען עס נישט עפענען פון אינעווייניג איז א זיכערהייט מאסנמאן אז עס זאל זיך נישט קענען מאכן אן עפענונג אינעם סובמערסיבעל ווען עס איז אונטען 13000 פיס ווי דער פי. עס. PSI איז גאר גאר הויך.

החוקר » פרייטאג יוני 23, 2023 1:23 pm

· #529498
Re: טייטאן סובמארין
צוויבל קניפער
א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.

זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.

צוויבל קניפער » פרייטאג יוני 23, 2023 1:25 pm

· #529499
Re: טייטאן סובמארין
החוקר
צוויבל קניפער
א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.

זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.
עס איז געווען א קלײנע פענסטער אבער בעיקר האבן זיי גענוצט א קעמרע מיט א סקרין.

אגב דאס איז וואס איך האב געלײענט מוז נישט זיין עס איז אמת

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 3:52 pm

· #529505
Re: טייטאן סובמארין
צוויבל קניפער
החוקר
צוויבל קניפער
א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.

זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.
עס איז געווען א קלײנע פענסטער אבער בעיקר האבן זיי גענוצט א קעמרע מיט א סקרין.

אגב דאס איז וואס איך האב געלײענט מוז נישט זיין עס איז אמת
אזוי טיף אינטערן וואסער הערשט א שרעקליכער פינסטערניש, און ווי אויך א קעלט. די דעגראד דארט אויפן בעסטן אויפן איז נישט מער ווי 30 פערענהייט כמעט פריזינג פוינט.

קען זיין א סברה, נישט אז איך ווייס איך האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ. דער קליינער פענסטער אין פארנט פונעם סובמערסיבעל האט נאר געדינט ווען מען איז שוין געווען ממש נאנט צום ברוכווארג, אבער דער גאנצער וועג אראפ און פון ווען מען איז שוין גענוג נאנט אז די מאשינען זעהען שוין, אבער דער מענטשליכער אויג זעהט נאך נישט, קען זיין איז געווען אויסגעשפילט אויף א סקרין אינעווייניג וואס זעהט וואס עס טוהט זיך אינדעראויסען. אזוי ווי אסאך פליגער האבן היינט ווי מען קען זעהן אויף די אינטערטעינמענט סקרין וואס דער פילאט זעהט פון זיין פענסטער דורך די קאמערא וואס ליגט אין פארנט פונעם פליגער.

אבער די סברה איז נישט מסתבר, ווייל בויענדיג דעם סובמערסיבעל האט מען נישט געלייגט קיין שום לוקסוס שבעולם. אפי' וויכטיגע באשטאנדטיילן ווי א נעוויגאציע, נארמאלער קאנטראל מעקעניזעמס, ווילסטו זאגען אז א סאפיסטיקירטע קאמרע סיסטעם איז יא געווען אינסטאלירט ?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 4:02 pm

· #529506
Re: טייטאן סובמארין
צוויבל קניפער
איך האב געליינט אז א waiver איז נאר valid ווען די קאמפאני איז נאכגעקומען אַלע סעיפטי סטאנדארטן און געמאכט גענוג פּראָבעס בעפאר, וואס די קאמפאני האט נישט געטון קיינע פון די ביידע נאר פארקערט זיי האָבן פארשיקט ארבייטערס וואס האָבן אויסגעדרוקט אומצופרידענהייט פון די הפקר וועלט וואס זיי האבן געפירט.
איך ווייס נישט קיין סאך צו זאגען וועגן געזעץ, און איך האב נישט געליינט דעם חלק. אבער די וועיווער איז געווען געשריבען אויף אן אויפן כאילו די ביסטט פארזיכערט צו בלייבן אונטן. אויב קומסטע יא ארויף לעבעדיג איז עפעס א טעות געשעהן.
ביי איינע פון די אינטערוויוס פון ברעט בעיר Brett Bear קאמענטעיטאר פון פאקס נייעס סטאנציע, האט אינטערוויוט אן אושען עקספלארער Ocean Explorer וואס האט געזאלט נעמען א רייזע מיטן טייטאן א יאר צוריק. נאכן זעהן דעם וועיווער האט עס עם געמאכט צוריק ציען, ערהאט געהאט צענדליגער שאלות צום הויפט קווארטיר פון אוישענגעיט פירמע אויף דערווייל איז קיין אנטווארט פון זיי נישט געקומען.

איך מיין אז די שאלות זענען שוין נישט פעליג. ער האט שוין די תריצים.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 23, 2023 4:51 pm

· #529510
לייביששרייבער: ייש"כ פאר דעם דרוכדרינגליכן (קאמפריהענסיוו) ארטיקל.

מ'קען זיך ארויסלערנען עטליכע וויכטיגע לעקציעס אין לעבן פון דעם שרעקליכן (און טרויעריגן) אינצידענט.

די ערשטע און וויכטיגסטע לעקציע איז ווי דער פסוק זאגט אין קהלת... "יש עושר שמור לבעליו, לרעתו"...! די אלע מענטשן וועלכע האבן אזוי טראגיש געענדיגט זייער לעבן איז נאר געקומען צוליב זייער עשירות. זיי אלע זענען געווען בארימטע מיליאנערן און ביליאנערן. ווייל א פלאץ/טיקעט אויף דעם טיטאן סובמערסיבל האט געקאסט שווערע געלטער וואס א דורכשניטליכער מענטש האט זיך נישט געקענט ערלויבן.

די צווייטע לעקציע וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אז אפילו אויב א מענטש האט דאס געלט און די מעגליכקייט צו טון עפעס אויסטערליש און געפערליך, זאל ער עס נישט טון, ווייל אויב (ח"ו) ס'געשעהט עפעס צו איהם. ווען ער איז ארויסגעגאנגען פארדינען געלט פאר פרנסה, אפילו אן עושר, זאגט מען... נו, ער האט דאך געארבעט שווער פאר זיין געלט. משא"כ אויב ער פרובירט צו טון עפעס ווילד און געפערליך, און עפעס געשעהט צו איהם אדער זיין משפחה, קענמען זאגן... "צו וואס האט דאס איהם אויסגעפעהלט"?...!

די דריטע לעקציע איז, אויך פונ'ם ספר קהלת פון שלמה המלך... "אל תהי בז לכל אדם, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום"...!

דער ספר הברית, וועלכער איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכער איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים. כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.

דער ספר איז זייער אן אינטרעסאנטער און טיילווייז מיסטעריעזער. איבער וואס ס'איז כדאי אויפצומאכן א באזונדערע אשכול. ואכמ"ל.

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 6:50 pm

· #529516
berlbalaguleh
דער ספר הברית, וועלכע איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכע איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים, כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
דער ערשטער סובמארין איז געווארן אינטערדוסד אין יארע 1775. עס איז גערופן געווארן "די טורטל", דעזיינד ביי דוד בושנעל David Bushnel אין די צייטן פון די רעוואלושינערי מלחמה. איין מאל דער סובמארין איז שוין געווען א פאקט איז שוין נישט געווען קיין חכמה צו שרייבן וועגן אראפפארן זוכען אוצרות, ווייל אונטער די וואסער איז אייביג געווען אוצרות און מענטשן האבן אייביג געוואלט אראפגיין. ווי נאר דער סובמארין איז ארויסגעקומען איז עס געווארן ערמעגליכט, און דאן איז די סייענס פון וואסער געווארן א נושא פאר זיך.

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 7:00 pm

· #529517
berlbalaguleh
דער ספר הברית, וועלכע איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכע איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים, כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
אזוי ווי געשריבען דער ספר הברית איז מלא וגדוש מיט אינטערסאנטע סייענס, אבער דער אינטערוואסער שיפל איז נישט די ראיה.

ער האט אסאך אינטערסאנטע באשרייבונגען פון זאכן וואס איבער 100 יאר שפעטער זענען סייענטיסטן געקומען צו דער זעלבער הכרה.

לייביששרייבער » פרייטאג יוני 23, 2023 7:00 pm

· #529518
.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 25, 2023 1:58 am

· #529568
berlbalaguleh
די דריטע לעקציע איז, אויך פונ'ם ספר קהלת פון שלמה המלך..."אל תהי בז לכל אדם, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום"...!
במחילת כבוד הרב שליט"א,
ערשטנס, מיין איך אז דאס שטייט אין פרקי אבות, נישט קהלת, ניין?
צווייטנס, וואס איז די לעקציע? ווי אזוי לערנסטו עס ארויס פונעם אינצידענט וואס האט פאסירט?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 25, 2023 3:44 am

· #529579
הרב שמעקעדיג: יא. דו ביסט גערעכט. ערגעץ שטייט עס. אדער אין פרקי אבות. אדער אין קוהלת. אדער אין ביידע. אין קוהלת שטייט "אין כל חדש תחת השמש"...!

במחילת כבוד הרב. דו האסט נישט פארשטאנען מיין מעסעדזש. אויב דו האסט געליינט די גאנצע תגובה. איך האב געשריבן אז ס'זענען דא מענטשן וועלכע לאכן אויס דעם ספר הברית און זיין מחבר. אז ער האט גערעדט נארישקייטן. איז א ראיה אז ער האט יא געוויסט וואס ער רעדט. ווייל ער האט דאס געשריבן מיט 226 יאר צוריק.

סארי: ס'איז נישט געלונגען איצט. נאר געב נישט אויף .פרוביר נאכאמאל.

דו ביסט שוין לאנג נישט אויפגעקומען מיט עפעס א גוט שטעכעדיג שטיקל. אויף דעם ציוני/אהרוני...געב נישט אויף חזק ואמץ. (מיט וואס דאס גראמט זאג איך שוין נישט).

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:46 am

· #529942
רבי בערל, איך האב געפרעגט אויף אן אמת, נישט אויף צו שטעכן. איך האב באמת געוואלט פארשטיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:46 am

· #529943
צו באגרייפן עטוואס פון די טראגעדיע וואס האט פאסירט, קענט איר זעהן דא:

https://youtu.be/C1VKotduWek

קידוש » פרייטאג יוני 30, 2023 2:08 pm

· #530104
יעצט הער איך אויפן נייעס אז מען האט געטראפן מענטשליכע איבערבלייבעניש,

לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילו-סעקונד מיט ריזיגע פרעשור וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?

צוויבל קניפער » פרייטאג יוני 30, 2023 2:10 pm

· #530106
קידוש
לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילי-סעקנד מיט ריזיגע פרעשור וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
זיי זאגען טאקע יעצט אז זיי זענען נישט זיכער וואס איז געשען.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 30, 2023 3:08 pm

· #530116
קידוש
לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילי-סעקנד מיט ריזיגע פרעשור, וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
די לוז ביין

הגאון הצדיק » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:11 am

· #541812
Re:
דער גאלדענער אדלער #
קידוש
לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילי-סעקנד מיט ריזיגע פרעשור, וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
די לוז ביין
זיי האבן געגעסן מלוה מלכה?