אויס מענטשגיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן
כדברי וועלכע נ"ל?
אדרבא! גיב אונז לינקס, זאג אונז וואס דו האסט געפונען פאלש און זיינע ביכער! טאקע ווייל ער איז נוטה לצד אחד דארף מען אים ליינען קריטיקעלי. אבער אים סתם אזוי אוועקמאכן בלויז ווייל ער זאגט נישט וואס מיר ווילן הערן? אגב, דער מהר"ם מ'רוטנבורג האט אויך געהאט א זון שנחמץ און אזוי אויך דער מאור ושמש. איך זע נישט עס זאל זיי האבן געשאדט.
אויס מענטש
בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס
טאקע א געפערליכע חוצפה. אבער ווי אויבנדערמאנט, אמת מעסט זיך נישט אין דעם שפראך אין וואס זי ווערט געזאגט.
שמעקעדיגיידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?
אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...