☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וואס מיינט עפעס איז מיין?

וואס מיינט עפעס איז מיין?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16306

שעפטאל » זונטאג יוני 18, 2023 9:30 pm

· #528817
וואס מיינט עפעס איז מיין?
[המשך פון דעם אשכול https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=16182 נאר ס'צו לאנג]

וואס מיינט עפעס איז מיין?
ס'איז א לעיבל אין דעם חפץ אז ס'איז מיין?
ס'איז א דין אין מיך אז כ'האב א חפץ?

ווען מ'האט געפרעגט הגר"ח מבריסק. וואס מיינט מיינ'ס. האט ער גענטפערט: מיין קאפ איז מיינע, דיין קאפ איז דיינע, פארדריי דיין קאפ און נישט מיין.

א לומדישע ראש ישיבה האט געטענה'ט אז דא ליגט די גאנצע יסוד פון בעלות...
מיין קאפ איז מיין – שלו
פארדריי נישט מיין קאפ – רשותו. כ'האב די כוח איבער מיין קאפ ס'זאל נישט פארדרייט ווערען.
בעלות באשטייט פון 2 חלקים. 1. שלו – של לו, ס'געהערט צו אהים. ס'איז זיינ'ס ע"פ הלכה, או ע"פ חוקי השכל. 2. רשותו. ס'איז אין זיין דשאָריסטריקציע.
===

לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט

רעלעטיוועטי

די פשוטע הגדרות איבער א חפץ זענען וואס ס'איז. [במציאות, הארט ווייעך וכדו'. בהלכה, אסור מותר (באיסור חפצא להריטב"א) וכדו'.]
בעלות איז נישט א גדר וואס ס'איז נאר ווי ס'איז, אין וועמען'ס רשות.

[פונקט ווי מלוכה, מלך מולך על עם. אדנות, אדון מושל על עבד. אישות, הבעל קנה האישה, הכניסה לרשותו לשם אישות. ס'אלס אין וועמען'ס רשות דו ביסט]

וואס מיינט רשות
כ'האב באקומען רשות צו טוהן כך וכך. מיינט כ'האב באקומען די רעכט – כוח עס צו טוהן. מיינע חפצים זענען אין מיין רשות – אונטער מיין כח.

שלו וברשותו איז די זעלבע זאך, נאר אין צוויי אנדערע פלעצער.
פונקט ווי רשות איז כח בפועל
אזוי אויך שלו איז כח בדינא.

מכר לעומת גניבה
די מעשה משיכה (– הגבהה וכדו') איז די זעלבע. כ'שלעפ עס ארויס פון זיין רשות אריין אונטער מיין רשות.
די חילוק איז נאר, ביי מכירה איז עס ברצון בעלים ס'ווערט מיין'ס. ביי גניבה איז עס געכאפטערהייט, ס'נישט שלו.
[יעצט פארשטייט מען די ווערטער וואס מ'שטויסט זיך אלעמאל אהן, קנין גניבה. ס'איז אין די גנב'ס רשות]
===

נאך איין קרישקעלע

הפקר לעומת יאוש
הפקר מיינט כ'לייג עס אריין אין א ספעציעלע רשות, רשות פון הפקר. יעדער קען עס נעמען פון דארטן
[רשות הפקר איז 1. א רשות וואס לאזט יעדעם נעמען. אדער. 2. רשות משותף עם הכל (עיין רש"י פר' ויקרא. אדם כי יקריב מכם. אדה"ר שהכל שלו)]

ווען מ'פארלירט עפעס, ס'נישט אין דיין רשות. אבער ס'איז שלו. וואס מיינט יעצט ס'איז מיין? (וועלכע כוח בדין האב איך אויפן חפץ?) כ'האב א תביעה, א רעכט אז מ'דארף עס צוריק געבען. תביעת השבה.
יאוש מיינט כ'לאז אפ [let go] מיין תביעת השבה.

אין אנדערע ווערטער. הפקר איז א חלות אין די חפץ אז ס'גייט ארויס פון מיין רשות אריין אין רשות הפקר.
משא"כ יאוש ווען די חפץ איז סייווי נישט אין מיין רשות. כ'בין נאר מוחל דעם חלק ה'שלו וואס כ'האב געהאט.

פארדעם איז יאוש נאר שייך ווען ס'איז נישט אין מיין רשות. (ווי אבידה. ווייל אויב ס'איז ביי מיך - בלייבט עס ווייטער מיינ'ס). הפקר איז שייך דוקא ווען ס'איז יא אין מיין רשות, ווייל דאן האב איך די כוח צו טוישן רשיות

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יוני 18, 2023 10:09 pm

· #528819
wow... ווי ביזטו געווען ווען כ׳האב געזוכט א חברותא אין ישיבה?? דכירנא כד הוינא טליא און מ׳האמיר געפרעגט דעם שיעור עיון מגי״ש דעם אדער ענליכען פראגע...

צומישט און צוחישט » זונטאג יוני 18, 2023 11:27 pm

· #528824
שעפטאל



מכר לעומת גניבה
די מעשה משיכה (– הגבהה וכדו') איז די זעלבע. כ'שלעפ עס ארויס פון זיין רשות אריין אונטער מיין רשות.
די חילוק איז נאר, ביי מכירה איז עס ברצון בעלים ס'ווערט מיין'ס. ביי גניבה איז עס געכאפטערהייט, ס'נישט שלו.
[יעצט פארשטייט מען די ווערטער וואס מ'שטויסט זיך אלעמאל אהן, קנין גניבה. ס'איז אין די גנב'ס רשות
קניני גזילה וגניבה האט נישט מיט ווייל ס'איז אינעם גנב'ס רשות.
נאר ס'שלו אז ער איז חייב באונסין און זה הוא, אבער באמת האט ער נישט קיין שום קנין אינעם חפץ.
סנהדרין ע"ב ע"א:כי אוקימנא רחמנא ברשותיה לענין אונסין, אבל לענין מקנא ברשותיהו דמרייהו קיימי מידי דהוה אשואל וכו'
ויעו' בקו"ש שם.

וואלווי » זונטאג יוני 18, 2023 11:28 pm

· #528825
די גאנצע תגובה ליגט אין איין שורה חז"ל: גזל ולא נתייאשו הבעלים שניהם אין יכולים להקדישו, זה משום שאינו שלא וזה משום שאינו ברשותו.
ודו"ק

וואלווי » זונטאג יוני 18, 2023 11:47 pm

· #528830
צומישט און צוחישט
שעפטאל



מכר לעומת גניבה
די מעשה משיכה (– הגבהה וכדו') איז די זעלבע. כ'שלעפ עס ארויס פון זיין רשות אריין אונטער מיין רשות.
די חילוק איז נאר, ביי מכירה איז עס ברצון בעלים ס'ווערט מיין'ס. ביי גניבה איז עס געכאפטערהייט, ס'נישט שלו.
[יעצט פארשטייט מען די ווערטער וואס מ'שטויסט זיך אלעמאל אהן, קנין גניבה. ס'איז אין די גנב'ס רשות
קניני גזילה וגניבה האט נישט מיט ווייל ס'איז אינעם גנב'ס רשות.
נאר ס'שלו אז ער איז חייב באונסין און זה הוא, אבער באמת האט ער נישט קיין שום קנין אינעם חפץ.
סנהדרין ע"ב ע"א:כי אוקימנא רחמנא ברשותיה לענין אונסין, אבל לענין מקנא ברשותיהו דמרייהו קיימי מידי דהוה אשואל וכו'
ויעו' בקו"ש שם.
כ'וואלט נישט געזאגט "און זה הוא" אזוי שנעל. ביסט גערעכט אז די ווארט איז נישט רשות, אבער ס'איז אסאך מער כח ווי אונסין.

קניני גזילה איז א חלות, און דאס איז די חידוש פון דעם, אז אפי' ס'נישט tangible. נאך מער פון דעם, א יעדע אנדערע חלות האט עפעס א מציאות אין דעם, למשל קידושי אשה, נזירות, הקדש, אין גניבה "פעלט נישט אויס" רשותו, ס'איז דומה צו עשאן הכתוב ברשותו.

וועגען דעם איז שליחות יד א קנין ווייל ס'איז מחייב אחריות, וואס גיבט קניני גזילה כאילו ברשותו במציאות (נפק"מ ד' וה'), אזוי אויך קניני גזילה ביי שינוי למיניהם, האט נישט דווקא מיט פיזיקעלע פעולות אין דעם שינוי, און דאך גיבט דאס קנינים אז ער איז ער איז משלם כשעת גזילה, ווייל דאס באדייט קניני גזילה, ס'איז א כאילו זאך. און וועגען דעם ביז די שינוי קען מען זאגן הרי שלך לפניך ווייל ס'האט גארנישט פאסירט במציאות, ביז ס'איז חל א קנין חלות און דעמאלטס גייט עס צירוק ביז שעת הגזילה, דהיינו א פריש אנדעקטע קנין גניבה וואס האט יעצט פאסירט, און פלוצלינג ווערט עס אויס הרי שלך "לפניך", ווייל יעצט איז דאס זיין אזויגערופענע רשות, און וואס דער גנב האט משביח געווען פון שעת הגזילה ביז אהער ביילאנגט פאר'ן גנב.

טאקע דא ביי שעת הגזילה איז דא א באקאנטע פלוגתא דרבתא ווי אזוי ס'גייט retroactive, און פון דעם זעהט מען די שטארקע כח פון דעם קנין. קומט אויס אז קניני גזילה איז די שטערקסטע היכי תמצא פון חלות.

לייביששרייבער » זונטאג יוני 18, 2023 11:49 pm

· #528832
עס איז דא א באקאנטע עובדה פון בריסקער רב זצ''ל ר' חיים.

ער איז געזעצן אין א צימער מיט ר' וועלוועלע, מיט נאך צוויי אייניקלעך, רעדענדיג אין לערנען מיט זיי. אינדערמיט איז ארויסגעפלויגן א בליץ פונעם גרויסען זיידן ר' חיים ווי אן אייניקעל האט געוואלט פארשרייבן דעם חידוש. זוכנדיג פאר א פעדער, מערקט ער אז א פעדער ליגט אום-בארירט אויפן טיש. רופט זיך אן דער אייניקעל צו די אנוועזענדע, וועמענס איז די פעדער?

ר' חיים הייבט אויף זיינע הייליגע אויגן און פרעגט: וואס הייסט וועמענס איז דער פעדער, איז עס נישט דיינס? אויב אזוי איז דאך עס א צווייטענס, אדער פארלוירן אדער דא פאר א סיבה, וואס הייסט וועמענס? דיינס זיכער נישט! אדער איז עס א חפץ של מצוה וואס מען איז מיט דעם מחויב צו טוהן א מצוה פון השבת אבידה, אדער איז עס איינעמס וואס האט עס דא געלאזט פאר איזה סיבה שהוא. אבער נישט נעמען אין באטראכט אז דן זאלסט הנאה האבן דערפון, ע''כ וואס איז דער שאלה וועמענס די פעדער באלאנגט.

דער אייניקל קוקט אויף ר' חיים זצ''ל ווי ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט.

ווען איינער פרעגט וועמענס איז די פעדער - הייבט ר' חיים אן זיין הסבר - וואס וויל ער דערמיט פרעגן, איז דא דער בעה"ב, וועט ער אים פרעגן צו ער קען עס נוצן. איז ער נישט דא, איז עס מן הסתם הפקר. דאס אז עס זאל ווערן א חפץ של מצוה און אסור בהנאה וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן. משא''כ, די ערשטע רגע ווען איך זעה א חפץ, און איך ווייס אז ס'איז נישט מיינס, איז די שאלה גאר א צווייטער. איז עס אסור בהנאה, אדער איז דער בעה''ב דא עס מתיר צו זיין? אבער לכתחלה איז עס אסור. נישט וועמענס איז די פעדער, אה, קיינעמס, אוקיי עס איז הפקר.

ודפח''ח.

שעפטאל » מאנטאג יוני 19, 2023 5:24 pm

· #528900
ק"ש איז א קבוצה תלמידי חכמים!!!

כ'וועל מודה זיין. כ'האב עהרענסט מורא געהאט אז קיינער וועט נישט פארשטיין. ס'וועט גענצליך איגנארירט ווערען, ביז @מי אני וועט צוצייכענען פון אריסטא עפעס וועגן בעלות. דאן וועט מען אפמאכן אז כ'האב גערעדט צום זאך..
==

כ'האב פשוט צעקייט א גרויסען לעפל אין קליינע ביסן.

נ.ב. כ'מיין כ'וואלט אפי' געדארפט מער אריין גיין אין רשות, וואסידאס? א בעסקעט אין וואס כ'לייג אריין זאכן?

צקון לחש » מאנטאג יוני 19, 2023 5:39 pm

· #528903
@צומישט און צוחישט פארצייטישע אחרונים, ווי דער נתיבות ועוד, האבן טאקע געלערנט אז קנין גזילה איז געוואנדן אין חיוב אונסין, אבער היינט איז מנהג כמה ישיבות צו לערנען אז דער קנין איז א דבר העומד בפני עצמו, און אפילו באופן וואס ס'איז נישטא קיין חיוב אונסין, למשל ביי קלב"מ, איז דא קנין גזילה (און די גזילה גייט אריבער צום יורש פונעם גזלן, למשל).

@שעפטאל ס'איז מערקווערדיג אז דער מושג "רשות" ווערט אסאך ארום געווארפן אין גמרא, ס'דא פלעצער ווי ס'מיינט שלו ("עשאן הכתוב כאילו הם ברשותו"), אבער געווענליך, ווי אויך אין דיין הודעה, מיינט עס פאזעשאן און/אדער קאנטראל (און אפשר מיינסטו טאקע חוקר צו זיין צווישן אט די צוויי).
(אויך קען "ברשותו" מיינען בחצירו, ווענדט זיך ווי ס'שטייט איין.)

צומישט און צוחישט » מאנטאג יוני 19, 2023 6:40 pm

· #528907
צקון לחש
@צומישט און צוחישט פארצייטישע אחרונים, ווי דער נתיבות ועוד, האבן טאקע געלערנט אז קנין גזילה איז געוואנדן אין חיוב אונסין, אבער היינט איז מנהג כמה ישיבות צו לערנען אז דער קנין איז א דבר העומד בפני עצמו, און אפילו באופן וואס ס'איז נישטא קיין חיוב אונסין, למשל ביי קלב"מ, איז דא קנין גזילה (און ס'גייט אריבער צום יורש, למשל).

[ta
אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט ווייל כ'האב נישט אזוי לאנג צוריק פארלאזט די כותלי הישיבה....
וואס טוען זיי מיט די בפירוש'ע גמ' אין סנהדרין ע"ב וואס כ'האב אויבן צוגעצייכנט?

צקון לחש » מאנטאג יוני 19, 2023 6:55 pm

· #528909
צומישט און צוחישט
צקון לחש
@צומישט און צוחישט פארצייטישע אחרונים, ווי דער נתיבות ועוד, האבן טאקע געלערנט אז קנין גזילה איז געוואנדן אין חיוב אונסין, אבער היינט איז מנהג כמה ישיבות צו לערנען אז דער קנין איז א דבר העומד בפני עצמו, און אפילו באופן וואס ס'איז נישטא קיין חיוב אונסין, למשל ביי קלב"מ, איז דא קנין גזילה (און ס'גייט אריבער צום יורש, למשל).

[ta
אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט ווייל כ'האב נישט אזוי לאנג צוריק פארלאזט די כותלי הישיבה....
וואס טוען זיי מיט די בפירוש'ע גמ' אין סנהדרין ע"ב וואס כ'האב אויבן צוגעצייכנט?
דו טענה'סט גוט, און אזוי ווי רוב לומדי זמננו האב איך אויך זוכה געווען אסאך צו שטודירן דעם סוגיא סתומה אין סנהדרין, און אויב איך וועל האבן די צייט און כח האף איך צו בעסער מסביר זיין וואס איך האב געמיינט צו זאגן.

עדכון.