☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » בלויז דעם קלארען פוינט

בלויז דעם קלארען פוינט

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16182

שעפטאל » דינסטאג מאי 16, 2023 7:23 pm

· #524860
בלויז דעם קלארען פוינט
אמאל הערט מען א קלארע הגדרה וואס מאכט דעם wow מאמענט. ס'געבט צו פארשטיין די גאנצע סוגיא.
אבער קיינער איז נישט אינטרעסירט צו הערען די קשיות און ראיות. און אריינקריכן אין יענע סוגיא.

אבער דשאסט דעם יסוד, קען זיין זייער אינטרעסאנט. [שמעקט אביסל פון די מהלך פון ר' י.ב. פון YU]

לדוגמא:
חול המועד. וואכען טעג פון יום טוב איז חול אדער מועד?
יום טוב האט 2 חלקים. 1. יום טוב - א גוטע טאג, ס'איז מחייב שמחה. 2. מקרא קודש - קדושת היום, ס'איז מחייב נישט טוהן מלאכות.
חול המועד איז חול - נישט מקרא קודש, אבער ס'איז מועד - א גוטע טאג.
פארדעם איז עס מותר במלאכה אבער חייב בשמחה.

כ'האף צו געבען פון די ביסל וואס שעפטאל האט אין זיין טארבע
יעדער וואס האט א טעם אין קלארקייט איז געלאדענט ארויפצולאָדענען זיינע פעק אויפן וואגן

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 7:33 pm

· #524861
Wow מאמענט קומט פון די פשטות שבדבר, כאילו ס'איז אזוי פשוט פארוואס האב איך נישט געטראכט דערפון פארדעם.
_______________

גזירה שוה.

ס'שטייט נישט תיבה שוה, ווייל ענדליכע ווערטער קען מען אויך ניצן, כגון ושב הכהן ובא הכהן. דאס מיינט "גזירה" שוה, אז די צוויי ווערטער דארפן נאר זיין "געשניטן" פון די זעלבע פלאץ.

(של"ה תושבע"פ)

שעפטאל » דינסטאג מאי 16, 2023 7:53 pm

· #524867
וואלווי: האסט מיך יעצט געמאכט זאגן wow 😃
שכוח!!!
----


אמירה ודיבור
וואס איז די חילוק פון רעדן און זאגן [אמירה, דיבור]
דיבור איז די תוכן הדברים. [ער האט געזאגט אז גזירה שוה מיינט וכו']
אמירה ווייזט שוין אויף די שייכות וואס מ'האט געהאט דורך דעם רעדען. [ראובן האט גערעדט צו מיך, (הגם ער איגנארירט מיך שוין פאר 2 יאהר) וכדו']
----


נ.ב.
פארדעם
ראובן האט גערעדט. איז א גאנצע זאץ
ראובן האט געזאגט. איז א פרעגמענט [האלבע זאץ] ווייל וואס האט ער געזאגט? [תוכן הדברים]

וידבר ה' אל משה [שייכות דורך רעדען] ויאמר אליו אני ה' [תוכן הדברים]. ס'וועט אבער נישט שטיין ויאמר ה' אל משה וידבר אליו [איינמאל ער האט עם געזאגט האט ער דאך אוואדע גערעדט מיט עם]
(רדיפי מיא שורש אמר)

מ'זאגט משיב הרוח אסאך מאל צו געדענקען, מ'זאגט קריאת שמע 2 מאל א טאג, [מ'רעדט נישט צו קיינעם]
אבער ביי שמו"ע רעדט מען

[אפי' ווען א מענטש זאגט כ'האב גערעדט מיט זיך אליין. 2 אנדערע כוחות פון די מענטש רעדען זיך אדורך IFS]

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 8:19 pm

· #524872
שעפטאל
וואלווי: האסט מיך יעצט געמאכט זאגן wow 😃
שכוח!!!
----


אמירה ודיבור
וואס איז די חילוק פון רעדן און זאגן [אמירה, דיבור]
דיבור איז די תוכן הדברים . [ער האט געזאגט אז גזירה שוה מיינט וכו']
אמירה ווייזט שוין אויף די שייכות וואס מ'האט געהאט דורך דעם רעדען. [ראובן האט גערעדט צו מיך, (הגם ער איגנארירט מיך שוין פאר 2 יאהר) וכדו']
----


נ.ב.
פארדעם
ראובן האט גערעדט. איז א גאנצע זאץ
ראובן האט געזאגט . איז א פרעגמענט [האלבע זאץ] ווייל וואס האט ער געזאגט? [תוכן הדברים]

וידבר ה' אל משה [שייכות דורך רעדען] . ויאמר אליו אני ה' [תוכן הדברים]. ס'וועט אבער נישט שטיין ויאמר ה' אל משה וידבר אליו [איינמאל ער האט עם געזאגט האט ער דאך אוואדע גערעדט מיט עם]
(רדיפי מיא שורש אמר)

מ'זאגט משיב הרוח אסאך מאל צו געדענקען, מ'זאגט קריאת שמע 2 מאל א טאג, [מ'רעדט נישט צו קיינעם]
אבער ביי שמו"ע רעדט מען

[אפי' ווען א מענטש זאגט כ'האב גערעדט מיט זיך אליין. 2 אנדערע כוחות פון די מענטש רעדען זיך אדורך IFS]
זיי מוחל און זיי אביסל בעסער מסביר די "תוכן הדברים" הגדרה. זעהט אויס אביסל overlapping.
_ _ _ _

אולי וואלט געווען פשוט'ער נאר טייטשען די ווערטער כמות שהם און ס'וועט ניטאמאל דארפן הגדרות און כללים, ווייל ס'איז בעצם צוויי אפגעטיילטע זאכן.

דיבור איז די עצם פעולה פון רעדן. דאס איז די יסוד פון אויסשטעלן די שטימע אין א מבטא. ס'מוז נאך נישט האבן קיין שום שייכות מיט די אינטערעקשאן פון מענטש צו מענטש.

פון דא און ווייטער איז נאר ווי אזוי ס'שטעלט זיך אויס. מיט רעדן קען מען זאגען פאר יענעם (אמירה), ענטפערן פאר יענעם (עניה), פרעגען פון יענעם (שאלה), דערציילען פאר יענעם (הגדה), אלס דורך פעולת דיבור.

ס'איז צוויי זאכן. דיבור איז רעדן בעצם, זאגן איז א tool וואס נוצט רעדן, אבער זאגן איז נישט די רעדן אליינס.
_ _ _ _ _

נישט אייביג איז מפורט די אופן ווי אזוי די דיבור איז געווען, אויף דעם פילן שוין חז"ל אן די בלענקס, אזוי ווי דיבר אליו קשות...

Just making small talk....

שעפטאל » דינסטאג מאי 16, 2023 8:48 pm

· #524876
@וואלווי:
כ'האב געוואלט בלייבן קארץ און שארף
כ'שרייב תוכן הדברים ווייל סתם ווערטער אין די וועלט אריין איז נישט געזאגט [האסט אמאל געהערט דעם לשון: ער האט גערעדט און גערעדט אבער ער האט גארנישט געזאגט]
[זאגן מיינט א זאץ, א פוינט]

עניה הגדה סיפור - זענען אלס הגדרות וואס די אמירה איז געוועהן
און סופר מונה [ספירת העומר] איבער חזר'ן - זענען הגדרות פון דיבור
---

נ.ב. 3 מאל אין תנ"ך [אין סוף במדבר? און ווי אויך אין 2 מאל אין נ"ך] זעהט מען: אז די אייבישטער איז מִדבר מיט א חיריק (עיי"ש רש"י ס'איז א געמוישאכט'ס פון דיבור און אמירה, די אייבישטער זאגט צו זיך אליין אבער גענוג הויעך אז דו זאלסט קענען הערן)

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 9:06 pm

· #524880
צו צאם ברענגען די זאך דא, איך רעד נפק"מ פון אמירה און דיבור בעצם וואס די ווערטער מיינען בשורשם. דו רעדסט פון די נפק"מ אמירה ודיבור אין קאנטעקסט פון א פסוק ווי אזוי ס'ווערט עפלייעד. ושפ"י.

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 5:36 pm

· #525021
מעשה

א מעשה באשטייט פון 3 חלקים

למשל מעשה כתיבה. שרייבן.
1. די ידיעה אז מ'שרייבט [עושה]
2. די פעולה וואס מ'טוהט (מיטן פעדער) [מעשה]
3. די תוצאה. [דבר הנעשה] ס'ווערט געשריבן
---

1. ווען די ידיעה פעהלט [ער האט געמיינט אז די פּען ארבעט נישט וכדו'] איז עס מתעסק (ער איז עוסק אין עפעס אנדערש). [ווארום אויב די מענטש ווייסט נישט וואס געשעהט איז עס נישט אנדערש ווי די ווינט בלאזט און ס'ווערט א גריב, ס'וועט נישט הייסן א מעשה חפירה]
2. אויב די פעולה שאפט נישט די כתיבה דירעקט [כגון. ער שלעפט א שטריק וואס דרייעט א רעדל וואס גיסט טונט אין א פארעם פון אותיות] איז עס גורם
3. [און ביי א פאל וואס די תוצאה פעהלט (די פּען האלט נישט ביים שרייבן) איז פשוט קיין מעשה נישט געשעהן]

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 17, 2023 6:02 pm

· #525023
פארוואס זאגט מען נישט ביי שבת מקצת היום ככולו ? היט שבת א שעה און א גיט שבת .א גיטן טאג

נאר די חילוק איז "א" טאג און דעם טאג

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 6:06 pm

· #525024
טעות

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 6:06 pm

· #525025
כ'מיין אז כ'פארשטיי
אבער ביטע זיי מסביר א ביסל
געבט אונז א גרעסערע שטיקל פון אייער זיסע קאצקע ציקער 🙂

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 17, 2023 6:12 pm

· #525026
קאצקע ציקער
פארוואס זאגט מען נישט ביי שבת מקצת היום ככולו ? היט שבת א שעה און א גיט שבת .א גיטן טאג

נאר די חילוק איז "א" טאג און דעם טאג
מקצת היום ככולו זאגט מען טאקע נישט, אבער רובו ככולו זאגט מען יא צומאל, במיוחד אין די זוממער...

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 6:27 pm

· #525030
רבינו הקדוש:
כ'געב אייך א לייק ווייל ס'מאכט מיך לאכן, אבער ביטע לאזט דעם אשכול פאר הגדרות ויסודות, כ'וויל זייער נישט פארפארן פון דעם.
יישר כח פאר אייער שטענדיגע בליציגע תגובות 😃

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 6:30 pm

· #525031
גדר יסוד
די לומדישע ספרים האלטען און איין זאגן וגדר הדבר - ויסוד הדבר. וואס איז די חילוק

א גדר [געיט] צייכנט אהן ביז ווי באלאנגט צו איינעם, עד פה תבא.
ס'ווערט גענוצט ביי א כלל אין די סוגיא. [יעדע הלכה איז א גדר]
יסוד [פודאמענט] ער איז מחייב די גדר [ביז ווי ווייט און הויך די בנין גייט]
---


לדוגמא: כל מקום שאין קידושין תופסין הולד ממזר [ווי קידושין קען נישט חל זיין איז די קינד א ממזר]
איז דעס א גדר, א כלל, אז אי תפיסת קידושין גייט צוזאמען מיט ממזר.
אדער דעס איז גאר די יסוד. אי תפיסת קידושין איז גורם די ממזר.
---


נ.ב. אין טעלז ניצט מען די לשון סימן-סיבה [אנשטאט גדר-יסוד]
עיין בקובץ הערות לר"א וואסערמאן ווי ער קלערט עס אין די סימן סיבה לשון
--

בקיצור: גדר, כלל, סימן. - יסוד, מחייב, סיבה.

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 6:43 pm

· #525036
קאצקע ציקער
פארוואס זאגט מען נישט ביי שבת מקצת היום ככולו ? היט שבת א שעה און א גיט שבת .א גיטן טאג

נאר די חילוק איז "א" טאג און דעם טאג
לאמיר פראבירן צו מסביר זיין כוונת הרב @קאצקע ציקער

שבעה איז 7 טעג, די מענטש איז א אבל אבער די טאג איז נישט
תשעה באב. די טאג איז א יום אֵבל. יום השביעי איז שבת

א גברא קען רעכענען מקצת היום ככולו, [ביי אבילות וכדו']. אבער ער קען נישט טוישן דעם הגדרה פון די טאג.
---

אויף ארויסצוברענגען. די ירושלמי געבט א היתר פאר א אבל צו לערנען אויב ער איז להוט נאך תורה. אבער דעם היתר איז נישט גילטיג ביי תשעה באב.
ווייל א גברא וואס איז להוט קען דוחה זיין זיינע אבילות טעג. אבער ער קען נישט דוחה זיין ת"ב וואס די טאג אליין איז א אבל [כ'מיין צו זאגן א יום אֵבל]


ווי אויך שבת איזנישט דוחה אבילות. ווייל די גברא איז א אבל, אבער די יום איז א יום שמחה.

מקור: אבן עזרא. פיוט כי אשמרה. המתאבלים בו אחור נסוגים - כי יום שמחות הוא ותשמחנו 😃

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 7:16 pm

· #525039
ר' בערל בעל עגלה: @berlbalaguleh
כ'קען זיך נישט איינהאלטען פון ארויסשרייען מעימקא דליבאי
א הארציגע שכוח פאר אייערע לייק'ס

איר האט מיך געגעבען די ערשטע לייק אין ק"ש [ אויף מיין ערשטע תגובה (געוועהן ביי מיסטיש, חכמת היד)]
כ'קען נישט מסביר זיין די געפיהל און שטופ וואס ס'האט מיך געגעבן!!!
שכוח זיידי 😃

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 17, 2023 7:21 pm

· #525040
שעפטאל און וואלווי: כדי א ביסל מרחיב צו זיין די הגדרה פון דיבור ווס. אמירה.

דיבור קען זיין (בבחינת עיי' שעפטאל אפילו אן ווערטער. כדוגמת ש' ער איגנארירט מיך שוין פאר 2 יאר. אבער ער זאגט עפעס וואס "רעדט" צו מיר... אדער ווי די משנה אין מס' אבות ציטירט..."וידבר אלי זה השולחן"...משא"כ אמירה קען נאר זיין מיט ווערטער...!

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 7:24 pm

· #525041
ר' בערל:
שכוח פארן צוצייכענען

פארדעם איז כתיבה כדיבור - נישט כאמירה

ס'דא א הו"א מ'זאל קענען רעדען עדות בכתב
אבער נישטא קיין הו"א מ'זאל קענען זאגן ביי יבום [לא חפצתי און ככה יעשה] בכתב

זאגן איז נאר מיט דעם מויל, אבער רעדען-יחס קען אויך זיין דורך א שמייכל, א גלעט, א פראסק, א בריוו, וכו'

איר זאגט: ער זאגט עפעס וואס רעדט צו מיר - אמרתי בלבי [יעדער רעדט מיט זיך אליין. אויפן קול אדער אין הארצען]

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 17, 2023 7:50 pm

· #525045
שעפטאל: איבער דיין נקודה ביים פתיחת האשכול. ס'ווענדט זיך אויך אין דעם פוסק. נעם למשל 2 פון די גרויסע (אויב נישט די גרעסטע) פוסקים פון די לעצטע 4-5 דורות. ר' שמעון גרינפעלד. דער סעמיהאלי'ער רב אין זיין שו"ת מהרש"ג. לעומת דער מישקאלצער רב הרה"ג ר' יעקל גאטליעב אין זיין שו"ת יג"ל יעקב.

דער מהרש"ג איז זייער קלאר אין זיינע פסקים. להיתר או לאיסור. לקולא או לחומרא. משא"כ דער מישקאלצער רב. וואס כאטש מ'זעהט געוואלדיג גאונות און בקיאות אין זיינע תשובות. ער ווארפט אדורך אזעלכע פוסקים ראשונים ואחרונים וואס מ'האט אפילו נישט געהערט פון זיי. מערסטנס בראשי תיבות. וואס איז שווער מפענח צו זיין. דאך. נאכדעים וואס ער ברענגט ארויס סיי דעם צד ההיתר און סיי דעם צד האיסור. אפילו וואו רוב פוסקים אחרונים זענען נוטה מקיל צו זיין זאגט ער אבער דאך זאלל מען טון לחומרא. סיי ביי הלכות תפילין און שבת. סיי ביי הלכות מקוואות אין יו"ד. לגבי זוחלין. קומט ער צו די מסקנא לקולא.ער געט אבער צו אז מ'זאלל זיך נישט פארלאזן אויף דעם היתר. נאר עס פאררעכטן (מיט צעמענט).

למשל דער מהרש"ג האט א תשובה איבער שבת זייגערס, וואס איז געווען א נייע זאך אין זיין צייט. פיהרט ער אויס אז ס'איז מותר לכתחילה אנצושטעללן א שבת זייגער וואס זאל אנצינדן און אויסלעשן די לייטס אום שבת. זייער קלאר.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 17, 2023 9:56 pm

· #525058
ועוד: דער מונקאטשער רב אין די שו"ת מנחת אלעזר זאגט אז מ'מעג אום יו"ט ארויסנעמען א קנעפל וואס זאלל פארהיטן די לייטס פון אנצינדן אדער אויסלעשן. אויב ס'ברענט שוין.

פארשטייצעך אז ער רעדט נישט איבער די היינטיגע דידזשיטל זייגערס. וואס מ'טאר זיך נישט שפילן אום שבת ויו"ט. נאר איבער די (אמאליגע) שבת זייגערס. וועלכע זענען מעקעניק'ל.

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 17, 2023 11:32 pm

· #525073
שעפטאל
קאצקע ציקער
פארוואס זאגט מען נישט ביי שבת מקצת היום ככולו ? היט שבת א שעה און א גיט שבת .א גיטן טאג

נאר די חילוק איז "א" טאג און דעם טאג
לאמיר פראבירן צו מסביר זיין כוונת הרב @קאצקע ציקער

שבעה איז 7 טעג, די מענטש איז א אבל אבער די טאג איז נישט
תשעה באב. די טאג איז א יום אֵבל. יום השביעי איז שבת

א גברא קען רעכענען מקצת היום ככולו, [ביי אבילות וכדו']. אבער ער קען נישט טוישן דעם הגדרה פון די טאג.
---

אויף ארויסצוברענגען. די ירושלמי געבט א היתר פאר א אבל צו לערנען אויב ער איז להוט נאך תורה. אבער דעם היתר איז נישט גילטיג ביי תשעה באב.
ווייל א גברא וואס איז להוט קען דוחה זיין זיינע אבילות טעג. אבער ער קען נישט דוחה זיין ת"ב וואס די טאג אליין איז א אבל [כ'מיין צו זאגן א יום אֵבל]


ווי אויך שבת איז דוחה אבילות. ווייל די גברא איז א אבל, אבער די יום איז א יום שמחה.

מקור: אבן עזרא. פיוט כי אשמרה. המתאבלים בו אחור נסוגים - כי יום שמחות הוא ותשמחנו 😃
אנטשילדיגט פארן שרייבן אזוי בקיצור, איר האט געזאגט בלויז דער קלארער פאקט האב איך עס געוואלט שרייבן קורץ און שארף.

עניוועיז די חילק איז פשוט לאמיר זאגן אז מען זאגט שבת אויך מקצת היום ככולו די פראבלעם איז אז שבת דארף מען נישט רוען א טאג ס'דארף זיין דעם טאג דוקא דהיינו אז שבת דארף מען רוען סא קענסטו אפסלן די גאנצע טאג אבער למעשה איז נאך אלטס שבת יעצט און מען דארף רוען ,

משא"כ שבעה ל"ע דארף עס זיין א טאג איינמאל סאיז דא מקצת איז אווער די טאג!

שעפטאל » דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:03 am

· #525078
קאצקע ציקער
אנטשילדיגט פארן שרייבן אזוי בקיצור, איר האט געזאגט בלויז דער קלארער פאקט - האב איך עס געוואלט שרייבן קורץ און שארף.
גראדע בין איך נישט זיכער אויב איך בין צו פיהל מסביר [אדער כ'שרייב גאר צו קארץ] 😃
יעדער איז געלאדענט סיי צו שרייבן און סיי צו בעהטן פאר מער הסבר
---



אגב: לאזט מיך אויסזאגן עפעס וואס נאגט מיך [באלאנגט אפשר ביי: שפיר דיין פיין]
כ'שעם זיך צו זאגן.. אבער שעפטאל מעקט געווענדליך אויס יעדע תגובה וואס באקומט נישט קיין לייק'ס ביז א טאג!
כ'בין אזוי אומזיכער מיט זיך. אויב מ'לייק'ט נישט - אפשר איז עס נישט צום זאך!

[כ'וואלט געלייגט א 😂 ווייל מן הסתמא לאכט מען. אבער איך נישט! ס'ווייטאגט 😳 😢 ]

שכוח פארן אויסהערן, ס'האט מיך גרינגער געמאכט אויף מיין קליין הערצעלע
וואס פיהלט זיך ווי א דערשראקענע קינד אונטער מיין עלטערע שטרענגע מח!

שעפטאל » דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:58 pm

· #525165
די רוגיצ'ובער גאון'ס מהלך

ער נעמט פילסופישע געדאנקען, מ'חקרנט מיט דעם אין די תורה

לדוגמא, זיי האבן געהאט א טעאריע: כל המשתנה מתחלק [א טויש ווערט צוטיילט אין חלקים]
למשל. ווען מ'קאכט אויף וואסער. נישט די גאנצע וואסער ווערט צוזאמען מער און מער הייס ביז ס'קאכט. נאר קליינע חלקים פון די וואסער ווערען און גאנצען געקאכט, בשעת די איבריגע זענען נאך אינגאנצען קאלט, ווי מער חלקים זענען שוין אינגאנצען געקאכט – זעהט זיך די וואסער אהן קאכעדיג.

אזוי אויך ווערט נישט די גאנצע וואסער אפגעקילט צוזאמען, נאר ס'ווערט נתחלק, שטיקל ביי שטיקל ווערט אינגאנצען קאלט. [ס'שטומט לכאו' מיט די היינטיגע סייענס – מאלעקיאל'ס? אטאם'ס?. אויף דעם דארף מען שוין חכם הרזים @מי אני]

אמאל געמאכט א קאווע און פאָךךך! די מילך איז האלבוועג'ס פארדארבען!! לאמיר גרעסער מאכן דעם צרה... אין אמת'ן ס'איז נישט האלבוועג'ס פארדארבן. האלב איז אינגאנצען פריש - און האלב איז אינגאנצען פארדארבן 😃

פרעגט די רוגיצו'בי פארוואס זאגט די תורה אז מ'קען נישט עסן קרבן פסח סיי האלב געקאכט און סיי אינגאנצען געקאכט [אל תאכל ממנו נא ובשל]
ס'איז דאך נישטא קיין האלב געקאכט! יענע האלב איז דאך אינגאנצען אפגעקאכט...

שעפטאל » דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:19 pm

· #525167
שיר שבח הודאה - דעפינאציע
הודאה איז פשוט, א שכוח.
שיר מ'באזינגט זיינע מעשים, פעולות. [דיין שרייבן איז גאלד וכדו']
שבח מ'איז עם פערזענדליך משביח. [איר האט א גוטע הארץ, איר זענט קליג, וכדו']
---

יעדער האט ליב א שיר קאמפלמענט, אבער נישט יעדער וויל מ'זאל זאגן שבחים, באקס מיך נישט אריין אין קיין פרעים'ס.
א גוטע בדחן רימט אויס די מחותן מיט דעם שיר וואס ברענגט ארויס זיין שבח, מ'רעדט פון זיין פעולת החסד - דאס ווייזט שוין אויף זיין פערזענדליכע גוטס'קייט.

ס'דערמאנט פון די גמ' ברכות. איינער האט געדאווענט שמונה עשרה און געזאגט הא-ל הגדול הגבור והנורא האמיץ החזק וכו'
און מ'האט עם געפרעגט כבר סיימת לכולהו שבחא דמרך? מ'לייגט נישט צו קיין שבחים פארן באשעפער וואס איז בעצם העכער פון סיי וועלכע שבח.
וואס איז מיט די פייטנים. אהן א שיעור חרוזים, שירים, און פיוטים? זיי מעגן? אה, זיי רעדען שיר שיר, דאס מעג מען וויפיהל מ'וויל
---

יעצט פארשטייט מען וואס זענען די 3 חלקים פון שמונה עשרה. שבח. בקשה. הודאה.

מי אני » דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:23 pm

· #525168
שעפטאל
די רוגיצ'ובער גאון'ס מהלך

ער נעמט פילסופישע געדאנקען, מ'חקרנט מיט דעם אין די תורה

[ס'שטומט לכאו' מיט די היינטיגע סייענס – מאלעקיאל'ס? אטאם'ס?. אויף דעם דארף מען שוין חכם הרזים @מי אני]
ייש"כ! 😳

דא האב איך דערמאנט דעם ראגעטשאווער'ס מהלך בנוגע חם וקר ביחס צו טערמאדינאמיקס.

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:26 pm

· #525169
שעפטאל
עיין בקובץ הערות לר"א וואסערמאן ווי ער קלערט עס אין די סימן סיבה לשון
בשם הגר"ח, דאכצעך.

וואלווי » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:47 pm

· #525195
דבר והפיכו

מורגל בפי העם אז זה לעומת זה מיינט אז קדושה און טומאה זענען צוויי קעגענזייטיגע בחינות. אבער לפי האמת איז דאס צוזאם געשטעלט פון צוויי אנדערע ענינים, און אז מ'קלארט דאס אויס, זעצן זיך אסאך בעסער פסוקים, גמרות, תפילות וכו'.

לויט די ריכטיגע גדרים איז די אנדערע זייט פון קודש - חול, און די אנדערע זייט פון טמא - טהור. טמא/טהור איז א סטאטוס (snapshot), איז דאס יעצט טמא אדער טהור, ווילאנג מ'טוט נישט קיין פעולה דאס צו טוישן בלייבט עס טמא/טהור, ווייל די פעולה איז נישט אנגייענדיג, די פעולה ברענגט צו א מציאות, אבער נישט צו קיין געשעהניש.

משא"כ קודש/חול איז אן אנגייענדיגע מצב (moving image), ווי לאנג מ'פארהייליגט עפעס איז דאס קדוש, אויב נישט איז דאס אטאמאטיש חול ווייל גארנישט ארבעט יעצט. וועגען דעם שטייט נאך מתן תורה במשוך היובל המה יעלו בהר, ווייל די צערעמאניע פון מתן תורה איז שוין אריבער.

מ'דארף גארנישט טוהן פאראויס צו צוקומען צו קדושה, מ'דארף פשוט טוהן די קדושה אליינס, אויב ס'ענדיגט זיך די געשעהניש ווערט עס ממילא חול, כעין אנצינדן און אויס לעשן א לייט, וואס די עלעקטריקל קארענט לויפט א גאנצע צייט ביז ס'ווערט העדר עלעקטריקל קארענט. ווידער טמא/טהור קען אנגיין אויף אייביג אפילו מ'טוט גארנישט.

חשב נבונים להר"ב ממונקאטש זצ"ל

שעפטאל » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:27 pm

· #525204
שכח @וואלווי
אהה דער טעם פון קלארקייט!!!

ברשותך וויל איך צולייגען אויף דעם טעמע.
---

טהור טמא
ס'דא דריי מיני דינים ווי ס'שטייט אין פר' שופטים (?)
כי יפלא ממך דבר
בין דם לדם - אסור מותר [אסור לבעלה פארבינדען אוועק פון עם. מותר אויפגעבינדען, אפען צו דעם]
בין דין לדין - חייב זכאי [חייב ער דארף [באצאהלן, באקומען מלקות, כדי צו זיין בשלימות (כ'האב נישט קיין בעסערע אפטייטש דערווייל אויף: יוצא ידי חובתו). זכאי באפרייט פון דעם, ער איז גוט אהן דעם (וואס טייטש זכאי?)
בין נגע לנגע - טומאה טהרה [די מצב פון דעם מענטש-זאך. אויב ער איז בטהרתו אדער פארקערט. ווי דו שרייבסט]
[גר"א]
ער לאזט אויס כשר פסול [אויב די גברא-חפץ-מעשה איז קוואליפאצירט אדער דיסקוואליפאצירט צו זיין א כהן-אתרוג-מעשה המצוה]
---

קדושה חול טומאה
קדושה.
אין פשט מיינט עס אפגעטיילט פון יעדעם צו זיין מיוחד פאר עפעס (תוס' קידושין ב: ). [ווי דו זאגסט. מ'דארף א גאנצע צייט טוהן קדושה - זיין מיוחד פאר עם]
אין סוד. מרכבה לשכינה. (ס'איז בעצם די זעלבע זאך, אין הקב"ה שורה אלא על דבר הבטל אליו. עיין פירושי הזוהר על המימרא פני אדון ה' דא רבי שמעון)
טומאה. מיוחד פאר זיך.
חול. בעצם נישט מיוחד פאר קיינעם. מ'קען עס ניצן סיי פאר טומאה און סיי פאר קדושה

שעפטאל » זונטאג מאי 21, 2023 12:08 am

· #525390
גבולי היום והמקום
וואס איז תוספת שבת [ויו"ט] צו דען קען איך איבערדרייען פון פרייטאג צו שבת?

מ'קען נישט טוישן די גבולים. שקיעה איז די גבול ווי די טאג ענדיגט זיך. אבער די קדושת היום קען מען יא אויסציען אריין אין אנדערע טעג.
ביי תוספת שבת, ס'ווערט נישט די זיבעטע טאג. נאר מ'ציהט אריין די קדושה פון די קומעדיגען טאג אריין אין פרייטאג.
---

תוספת שבת ויו"ט איז פונקט די פארקערטע פון חול המועד.
חוה"מ איז א יו"ט אהן קדושת היום. תוספת יו"ט איז קדושת היום אבער נישט א יו"ט

[יו"ט איז מחייב שמחה אבער ביי תוספת יו"ט איז מען נישט מחויב בשמחה]

----------------------------------

די זעלבע געדאנק פון גבולים פון טעג ביי פלאץ [פון שנה גיימער אריין אין עולם]

ארץ ישראל. וואס איז א"י?

די לאנד וואס געהערט צו אידן [רמב"ם]
ס'האט אויך א קדושה. קדושת א"י.
געוויסע דינים האבן מיט די לאנד און געוויסע דינים זענען דיני קדושת הארץ.

לויט אסאך שיטות, סוריא איז [כעין חוה"מ], ס'איז א"י אבער אהן קדושת הארץ. [ווארום דוד המלך האט עס כובש געוועהן, ס'איז א לאנד וואס באלאנגט צו אידן. אבער ס'האט נישט קדושת הארץ. (לאמיר נישט אריינקריכן אין די סוגיא פון כיבוש יחיד)]

ווי טרעפט מען פארקערט? א פלאץ וואס איז נישט א"י אבער ס'האט קדושת הארץ? ביי די סוגיא פון שדי נופו בתר עקרו. [אין איין ווארט די חומה פון ירושלים איז די גרעניץ. ווייטער פון דעם איז נישט ירושלים. אבער א בוים וואס שטייט אין ירושלים און צווייג שטעקט זיך ארויס פון די חומה – אונטער דעם צווייג איז דא קדושת ירושלים. ס'דא געוויסע דיני מעשר שני דארטן
אין איין ווארט: גבול שַׂמתָּ לארץ [ולימים] בל יעבורין. אבער קדושת הארץ [וקדושת היום] קען ארויסגיין פון די גבולים.

שעפטאל » זונטאג מאי 21, 2023 4:31 pm

· #525510
וואס מיינט א דין.
א דין איז: ווי אזוי די תורה זעהט אז ס'איז-דארף זיין [יעצט פארשטייט מען דעם קל וחומר'דיגן לשון, והלא דין הוא – ס'דארף דאך אזוי זיין] בקיצור: די דין איז די תורה'דיגע גדר פון יעדע זאך

מ'זאגט אז בריסקער רב האט אלעמאל געזעהן נאר די דינים. ווען ער זעהט א קוואל זעהט ער דעם דין מעין וואס איז כשר בזוחלין ולטבילת זבין.

ס'דא א בריסקער רב אין מקוואות וואס לאזט אונז אריינבליקען אין זיין "דינים וועלט".
ווי סאך דינים געשעהן ווען א מענטש טובל'ט זיך? לכאו' סתם א דין אז ער איז טהור. נישט אזוי?

1. בשעת ער איז אונטער די וואסער: חל בגופו חלות דין מעשה טבילה. [דינו איז אז ער טוהט יעצט די מעשה טבילה וואס ווען ער קומט ארויס גייט ער זיין א געטובל'טער. ס'נישט א דין וואס איז עם מחייב מיט עפעס. ס'איז פשוט דעם תורה'דיגן גדר וואס דעי מעשה-חפץ-גברא איז. אויב ער טוהט דעם מעשה טבילה לשם טהרה הייסט עס א מעשה טבילה]
2. ער קומט ארויס פון די וואסער. ס'איז א דין טבילה. ער האט זיך געטובל'ט. דאס איז מחייב די קומעדיגע דין
3. דין טהרה. ער איז ריין.

וואלווי » זונטאג מאי 21, 2023 10:03 pm

· #525594
שעפטאל
.
1. בשעת ער איז אונטער די וואסער: חל בגופו חלות דין מעשה טבילה. [דינו איז אז ער טוהט יעצט די מעשה טבילה וואס ווען ער קומט ארויס גייט ער זיין א געטובל'טער. ס'נישט א דין וואס איז עם מחייב מיט עפעס. ס'איז פשוט דעם תורה'דיגן גדר וואס דעי מעשה-חפץ-גברא איז]
ביי דעם קען אויך זיין א נפק"מ אויב ס'דארף זיין א מחשבה בשעת טבילה

שעפטאל » זונטאג מאי 21, 2023 10:06 pm

· #525595
שכח @וואלווי
כ'האב עס פארראכטן

וואלווי » זונטאג מאי 21, 2023 10:31 pm

· #525600
שעפטאל
2. ער קומט ארויס פון די וואסער. ס'איז א דין טבילה. ער האט זיך געטובל'ט. דאס איז מחייב די קומעדיגע דין
3. דין טהרה. ער איז ריין.
און א פאל פון מ' סאה מצומצמים, איינער אריין און איינער ארויס און מ'דארף צוקומען צו גוד אחית/אסיק, איז דער וואסער פונ'ם יוצא גערעכנט, כלפי די יוצא זעלבסט, ווי ס'איז אין דין 2 אדער 3 ווייל ער איז שוין מער נישט א נטבל, אדער קען גאר זיין אין דין 1 מחמת דער צווייטער וואס איז יעצט טובל.

די לשון פון ר' יהודה איז אם היו רגליו של ראשון נוגעות במים אף השני טהור איז משמע אז די וואסער איז געהעריג שעת טבילה מקוה וואסער (דין 1) פאר די אינענווענדיגע בשעת וואס דער יוצא איז שוין בגדר דין טהרה (דין 3)...

למאי נפק"מ? אפשר קען מען מיט דעם אפלערנען די איבעיא:

בעי מיניה מרבי יוחנן לרבי יהודה מהו להטביל מחטין וצינוריות בראשו של ראשון גוד אחית אית ליה לרבי יהודה גוד אסיק לית ליה או דלמא גוד אסיק נמי אית ליה. איז אויב ס'איז בעצם דין 1 שעת טבילה וואסער קען מען מטהר מחטין וצינורות בראש היוצא...

שעפטאל » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 7:47 pm

· #535464
די מחסורו אשר יחסר לו
מ'דארף געבן סוס לרכוב פאר א יורד ל"ע.

ווי איז די באורדער? אפשר זאל מען עם העלפן באצאהלן זיין מארגעדש פאר זיין גרויסען פאלאץ?
אפשר זאל מען עם געבן 36K פאר פורים ער זאל קענען טיילן ווי לעצטע יאהר?

די גדר איז מ'געט עם וואס זיין גוף איז צוגעוואוינט, סוס לרכוב, טייערע פלייש, עסען אין באקעוומע עסצייג (של זהב). וכדו'.

אבער אלעס אנדערש איז נישט נכלל אין דעם.
(חזון יחזקאל)

(ס'איז טאקע אביסל שווער דעם לו זו אישה. וואס האט חתונה האבן מיט הנאת הגוף?? מ'האט דאך חתונה כדי צו ארבטן אויף די מידות!..)


---
כל התלמידי חכמים שבבית הקאווע מזומנים להעלות דעם קלארען פוינט. @בּתוֹך עַמִי ביסט מכובד! @דערהויבענע איד ביסט געלאדנט.

הרב הדיין ר' זאב יטרף - @וואלווי ווי ביסטו?
אה, כאנישט געכאפט, אונז זיצען יעצט צוזאמען און פרעסן..

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 9:31 pm

· #535474
שעפטאל
כל התלמידי חכמים שבבית הקאווע מזומנים להעלות דעם קלארען פוינט. @בּתוֹך עַמִי ביסט מכובד!
כ׳בין זייער ׳נישט קלאר׳ וואס דו ווילסט דא פון מיר 😉 😳 אלענפאלס, ש׳כח פאר דעם כיבוד 😃

שעפטאל » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 12:55 pm

· #535687
@אנאנים
שכח פארן אויפפרישן די זיסע געפיהל וואס קומט מיטן קלארקייט!

פליז ברענג נאך סחורה!
ס'וועט קומען א טאג וואס א אויסגעדארשטע ברידער גייט דא אריינבלאנדשענען, ער גייט אויפלעבן און זיך דערקוויקן פון די מימי התורה וואס דו קוועלסט דא אריין!

שעפטאל » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 1:08 pm

· #535688
שעפטאל
וואלווי: האסט מיך יעצט געמאכט זאגן wow 😃
שכוח!!!
----


אמירה ודיבור
וואס איז די חילוק פון רעדן און זאגן [אמירה, דיבור]
אמירה איז די תוכן הדברים. [ער האט געזאגט אז גזירה שוה מיינט וכו']
דיבור ווייזט שוין אויף די שייכות וואס מ'האט געהאט דורך דעם רעדען. [ראובן האט גערעדט צו מיך, (הגם ער איגנארירט מיך שוין פאר 2 יאהר) וכדו']
----


נ.ב.
פארדעם
ראובן האט גערעדט. איז א גאנצע זאץ
ראובן האט געזאגט. איז א פרעגמענט [האלבע זאץ] ווייל וואס האט ער געזאגט? [תוכן הדברים]

וידבר ה' אל משה [שייכות דורך רעדען] ויאמר אליו אני ה' [תוכן הדברים]. ס'וועט אבער נישט שטיין ויאמר ה' אל משה וידבר אליו [איינמאל ער האט עם געזאגט האט ער דאך אוואדע גערעדט מיט עם]
(רדיפי מיא שורש אמר)

מ'זאגט משיב הרוח אסאך מאל צו געדענקען, מ'זאגט קריאת שמע 2 מאל א טאג, [מ'רעדט נישט צו קיינעם]
אבער ביי שמו"ע רעדט מען

[אפי' ווען א מענטש זאגט כ'האב גערעדט מיט זיך אליין. 2 אנדערע כוחות פון די מענטש רעדען זיך אדורך IFS]
תיקון טעות.

שעפטאל » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 1:21 pm

· #535690
שעפטאל
קאצקע ציקער
פארוואס זאגט מען נישט ביי שבת מקצת היום ככולו ? היט שבת א שעה און א גיט שבת .א גיטן טאג

נאר די חילוק איז "א" טאג און דעם טאג
לאמיר פראבירן צו מסביר זיין כוונת הרב @קאצקע ציקער

שבעה איז 7 טעג, די מענטש איז א אבל אבער די טאג איז נישט
תשעה באב. די טאג איז א יום אֵבל. יום השביעי איז שבת

א גברא קען רעכענען מקצת היום ככולו, [ביי אבילות וכדו']. אבער ער קען נישט טוישן דעם הגדרה פון די טאג.
---

אויף ארויסצוברענגען. די ירושלמי געבט א היתר פאר א אבל צו לערנען אויב ער איז להוט נאך תורה. אבער דעם היתר איז נישט גילטיג ביי תשעה באב.
ווייל א גברא וואס איז להוט קען דוחה זיין זיינע אבילות טעג. אבער ער קען נישט דוחה זיין ת"ב וואס די טאג אליין איז א אבל [כ'מיין צו זאגן א יום אֵבל]


ווי אויך שבת איז יא דוחה אבילות. ווייל די גברא איז א אבל, אבער די יום איז א יום שמחה.

מקור: אבן עזרא. פיוט כי אשמרה. המתאבלים בו אחור נסוגים - כי יום שמחות הוא ותשמחנו 😃
תיקון טעות