☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16276

צפור בודד » דאנערשטאג יוני 8, 2023 7:05 pm

· #527732
מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
אפשר קען א חבר אראפלייגן א קורצע (אדער לאנגע) שלשלת פון דער מחלוקת פון ליובאוויטש און סאטמאר אין די זיבעציגע יארן. זענען געווען באציונגען צווישן הריי"ץ אדער הרמ"ם און רי"ט פאר דער מחלוקת? וואס זענען געווען די שפאנונגען איידער'ן אויסבראך? וואס האט אנגעברענגט דעם אויסבראך? וואס זענען די הויפט געשעענישן פון דער מחלוקת? ווי לאנג האט עס געדויערט? וואס זענען די הויפט השפעות וואס די מחלוקת האט איבערגעלאזט אויף יעדער פון די צוויי עדה'ס?

תודה על העתיד

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

מילך טראק » פרייטאג יוני 9, 2023 10:45 am

· #527804
די רעדטסט פון מענדל וועכטער פרשה?

צפור בודד » פרייטאג יוני 9, 2023 1:33 pm

· #527828
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
ניין. דאס איז גאווען אין די אכציגער יארן און איז אליין א תוצאה פון דער פריערדיגער מחלוקת. איך רעד פון די מכות פאר די חב"ד'סקע וואס זענען געקומען קיין וו"ב און אנדערע אנגרייפן.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

פלייש » פרייטאג יוני 9, 2023 2:29 pm

· #527838
ס'איז אינטערעסאנט אז מיט גור האט מען נישט געהערט קיין געפעכטן מיט סאטמאר, הגם אז פשטות'דיג האט דאך חב''ד געהייסן ציונים - וואס פארדעם אליינס זענען זיי נישט געווען כשר ביי סאטמאר.

מרדכי מרדכי » זונטאג יוני 11, 2023 8:36 pm

· #527952
לענ"ד וואלט מען געדארפט מאכן א פארזעצונג איינעם וועקער (אדער א בוך) איבער אלע פאליטיק וואס איז געווען (איז) ביים היימישן ציבור

צפור בודד » זונטאג יולי 2, 2023 1:15 pm

· #530186
פון דברי יואל עה"ת איז משמע אז דער מחלוקת האט זיך אנגעהויבן ביי די סוף זעכציגער יארן. אויף חב"ד.ארג שטייט אז ר' מ"מ האט אנגעהויבן זיין תפילין (און אנדערע מצוות) קאמפיין פאר דער זעקס-טעג מלחמה אין 1967 און די דאזיגע דברי יואל תורות זענען געווען באלד דערנאך. אין די פריערדיגע מהדורות האט מען פארווייעכט דעם שפראך אבער אין דער מקור קען מען זען אז ער האט געניצט אסאך שטערקערע לשונות, "רשעים", "טפשים", "שוטים".

עס קען זיין אז דאס אליין האט נאכנישט געברענגט צו געוואלד, אבער פון וויאזוי סאטמאר האט זיך אין יענע יארן באנומען צו ר"י ט"ב'ס געגענערס איז קלאר אז מכות זענען נישט געווען צו ווייט אוועק. ווי איך האב געהערט, אין אנהייב די זיבעציגער יארן, אפשר סוף די זעכציגער, זענען די ליובאוויטשער ארומגעגאנגען אויפצוטון פאר זייער רבינ'ס קאמפיין. דאכט זיך מיר ס'איז געווען א שביעי של פסח, און מ'האט די ליובאוויטשער "אנגעווארנט" נישט צו קומען קיין וו"ב און ווען זיי זענען יא געקומען האט זיי אפגעווארט סאטמארער "הכנסת אורחים".
📎 DY, original ed, Tefilin.png 📎 Divrei Yoiel 2.jpg

berlbalaguleh » זונטאג יולי 2, 2023 7:12 pm

· #530212
אזוי ווי ווען ס'איז געווען ווידיא וואו א היימישע בעקערי (מיט די השגחה פון סאכדעס) האט מחלל יו"ט געווען. די ארבעטערס האבן דעם צווייטן טאג יו"ט געהעריג געבאקן. האט די סאכדעס געאסר'ט צו קוקן ווידיא...!

הקטן » זונטאג יולי 2, 2023 7:41 pm

· #530219
דער חבדסקער איז נישט געווען א ציוני אבער זיין גישה צו
> שלמות הארץ
> זעקס טעג מלחמה
> ענטעבי
האט אים געלייגט אין דירעקט 180 מיט האדמור מסאטמר

יצחק אייזיק » מאנטאג יולי 3, 2023 1:17 am

· #530246
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
הקטן
דער חבדסקער איז נישט געווען א ציוני אבער זיין גישה צו
> שלמות הארץ
> זעקס טעג מלחמה
> ענטעבי
האט אים געלייגט אין דירעקט 180 מיט האדמור מסאטמר
כמעט אלע וואס סאטמאר זאגט אויף זיי ציונים גייט אריין אין דעם כלל. זיי זענען נישט געווען קיין ציונים נאר זייער צוגאנג צו דעם איז געווען גאר אנדערש

Sent from my SM-S367VL using Tapatalk

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 3, 2023 1:48 am

· #530249
צפור בודד
ניין. דאס איז גאווען אין די אכציגער יארן און איז אליין א תוצאה פון דער פריערדיגער מחלוקת. איך רעד פון די מכות פאר די חב"ד'סקע וואס זענען געקומען קיין וו"ב און אנדערע אנגרייפן.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
די מציאות פון יענע יארן אין סאטמאר איז געווען אז זיי האבן געהאט א רבי וואס איז געווען נישט געזינט נאך א סטראק און איז געווען אינדערהיים געציילטע וואכן דורכן יאר. קיין סאך עקשאן איז נישט געווען ווייל ס'דאך נישט געווען קיין שמחות און אפילו יארצייטן איז נישט געווען פון וואס צו מאכן א מצב.

די איינציגסטע אפציע פאר די וואס זיכן עקשאן איז געווען צו דערנידערן אנדערע אידן וואס זענען זיך נישט מכניע פאר סאטמאר, ובתוכם ליבאוויטש. ליבאוויטש האט נאך מוסיף געווען חטא על פשע פאר'ן האבן די העזה פון וועלן פארשפרייטן זייערע תורות און פארכאפן פרעמדע בחורים און אינגעלייט צו זייער חסידות. איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געטון (און טוען נאכאלץ) איז געווען ארומגיין מיטל נאכט יו"ט און האלטן דרשות אין בתי מדרשים. קען זיין סאטמאר האט זיי געווארענט אדער געבעטן נישט צו קומען, אבער ס'מאכט נישט עכט אויס. למעשה האט מען זיי געגעבן צו שפירן די סאטמארע חסד און דאן האט די ליבאוויטשע רבי ביי א שיחה דערקלערט אז וויליאמסבורג איז חוצה פון חוצה און זיי האבן אויפגעהערט גיין קיין וומ"ס

אינטערסאנטער » מאנטאג יולי 3, 2023 11:47 am

· #530279
עפעס שיחות דארף צו זיין פון ליבאוויטשער רבי אנטקעגן סאטמאר, נישט קעגן סאטמאר רבי אליין (פון וועם ער האט געהאלטן), נאר קעגן די התנהגות פון סאטמאר חסידים וכדומה.

איינער האט פון די סחורה?

הקטן » מאנטאג יולי 3, 2023 2:37 pm

· #530288
יצחק אייזיק
הקטן
דער חבדסקער איז נישט געווען א ציוני אבער זיין גישה צו
> שלמות הארץ
> זעקס טעג מלחמה
> ענטעבי
האט אים געלייגט אין דירעקט 180 מיט האדמור מסאטמר
כמעט אלע וואס סאטמאר זאגט אויף זיי ציונים גייט אריין אין דעם כלל. זיי זענען נישט געווען קיין ציונים נאר זייער צוגאנג צו דעם איז געווען גאר אנדערש
איז די מדינה אן אתחלתא דגאולה - האט ער קלאר געהאלטען: ניין!
ער האט זיך אויסגעדריקט אין א בריוו צו מ. כשר דאס די מדינה איז א חושך כפול ומכופל

אינטערסאנטער » מאנטאג יולי 3, 2023 2:51 pm

· #530290
הקטן
יצחק אייזיק
הקטן
דער חבדסקער איז נישט געווען א ציוני אבער זיין גישה צו
> שלמות הארץ
> זעקס טעג מלחמה
> ענטעבי
האט אים געלייגט אין דירעקט 180 מיט האדמור מסאטמר
כמעט אלע וואס סאטמאר זאגט אויף זיי ציונים גייט אריין אין דעם כלל. זיי זענען נישט געווען קיין ציונים נאר זייער צוגאנג צו דעם איז געווען גאר אנדערש
איז די מדינה אן אתחלתא דגאולה - האט ער קלאר געהאלטען: ניין!
ער האט זיך אויסגעדריקט אין א בריוו צו מ. כשר דאס די מדינה איז א חושך כפול ומכופל
ער האט געהאט א אינטערסאנטע שיטה איבער די מדינה. די מדינה אליינס איז טרייף, אבער מען דארף עס אנהאלטן.

האיך יתקיימו שניהם? איך האב דאס אמאל געפרעגט פון א ליבאוויטשער חסיד, האט ער אנגעהויבן צו רעדן און רעדן אז ער רעדט נאך יעצט, מיט הסברים עד לב השמים וואס איך האב נישט פארשטאנען.

בין איך געקומען צו די מסקנא אז צו פארשטיין ליבאוויטשער רבי'ס שיטה איבער ציונות, מיז מען האבן א ליבאוויטשער קאפ.

cictim » מאנטאג יולי 3, 2023 5:42 pm

· #530300
אויב די ווילסט באמת וויסן די ליובאוויטשע שיטה, עפן חבדפדיה אויף ״מענה חכם״ ס׳דא א פדף א ביאור פון ר׳ יואל כהן זצ״ל אויף די מדינה.

הקטן » מאנטאג יולי 3, 2023 5:49 pm

· #530302
אינטערסאנטער
הקטן
יצחק אייזיק
הקטן
דער חבדסקער איז נישט געווען א ציוני אבער זיין גישה צו
> שלמות הארץ
> זעקס טעג מלחמה
> ענטעבי
האט אים געלייגט אין דירעקט 180 מיט האדמור מסאטמר
כמעט אלע וואס סאטמאר זאגט אויף זיי ציונים גייט אריין אין דעם כלל. זיי זענען נישט געווען קיין ציונים נאר זייער צוגאנג צו דעם איז געווען גאר אנדערש
איז די מדינה אן אתחלתא דגאולה - האט ער קלאר געהאלטען: ניין!
ער האט זיך אויסגעדריקט אין א בריוו צו מ. כשר דאס די מדינה איז א חושך כפול ומכופל
ער האט געהאט א אינטערסאנטע שיטה איבער די מדינה. די מדינה אליינס איז טרייף, אבער מען דארף עס אנהאלטן.

האיך יתקיימו שניהם? איך האב דאס אמאל געפרעגט פון א ליבאוויטשער חסיד, האט ער אנגעהויבן צו רעדן און רעדן אז ער רעדט נאך יעצט, מיט הסברים עד לב השמים וואס איך האב נישט פארשטאנען.
יעצט לייג צו קאפ מעגליך וועסט פארשטיין

ער האט געהאלטן דאס אויפגעבען שטחים איז סכנת נפשות!
אין סכנת נפשות איז אלעס דוחה...

ווייל אפי' לא באו אלא על עסקי תבן וקש יוצאין עליהן בכלי זיין ומחללין את השבת

הקטן » דינסטאג יולי 4, 2023 7:21 pm

· #530412
בברכה לבריאות ולהצלחה בעניניו (ובפרט – בפעילותו בשלילת הטועים האומרים לגלות מר וחשוך ורווי קרבנות ישראל ה' ינקום דמם – אתחלתא דגאולה, ה' יצילנו מהם ומהמונם, ויכפר שגגתם ברחמיו המרובים. ומכאן ולהבא יאמרו לחושך חושך, ועי"ז יזכו לראות לאמר לאור – אור. והוא יבשר טוב גם בזה) ולבשו"ט בכל הנ"ל
בשולי מכתב לרב יהודה פלדי, בצידו הוסיף כמה שורות בכתי"ק:

אינטערסאנטער » זונטאג יולי 9, 2023 8:20 pm

· #531086
הקטן
איז די מדינה אן אתחלתא דגאולה - האט ער קלאר געהאלטען: ניין!
ער האט זיך אויסגעדריקט אין א בריוו צו מ. כשר דאס די מדינה איז א חושך כפול ומכופל[/quote]

ער האט געהאט א אינטערסאנטע שיטה איבער די מדינה. די מדינה אליינס איז טרייף, אבער מען דארף עס אנהאלטן.

האיך יתקיימו שניהם? איך האב דאס אמאל געפרעגט פון א ליבאוויטשער חסיד, האט ער אנגעהויבן צו רעדן און רעדן אז ער רעדט נאך יעצט, מיט הסברים עד לב השמים וואס איך האב נישט פארשטאנען. [/quote]
יעצט לייג צו קאפ מעגליך וועסט פארשטיין

ער האט געהאלטן דאס אויפגעבען שטחים איז סכנת נפשות!
אין סכנת נפשות איז אלעס דוחה...

ווייל אפי' לא באו אלא על עסקי תבן וקש יוצאין עליהן בכלי זיין ומחללין את השבת[/quote]



איך האב שוין דאס געהערט און דאס שטייט אין מענה חכם, אבער למעשה שטימט דאס נישט אינגאנצן, ווייל לפי זה קומט אויס אז מען דארף נישט אזוי ארויסהייבן די מעלה פון די צה"ל סאלדאטן וואס זייער עיקר מלחמה איז דוקא יא אנצוהאלטן די עצם מדינה, און למשל איז דאך ליבאוויטשער רבי געווען קעגן דעם.

עס איז אזוי ווי למשל ליבאוויטשער רבי זאל ארויסהייבן די מעלה פון גלחים אין טיפלה וואס האבן (למשל) געהאלפן ראטעווען רעליגעזיע זאכן און בתוך דעם איז אויך געראטעוועט אידישע געברויכן, זאל קומען דער ליבאוויטשער רבי און ארויסברענגען די מעלה פון די גלחים אז זיי זענען ממש די שלוחים פון כלל ישראל..... בערך אזוי קוקט אויס ווען ער רעדט פון די מעלה פון צה"ל, ווען ער אליין האלט אז זיי קעמפן פאר אן עבודה זרה, נאר בתוך זייערע פעולות קומט ארויס עפעס א מעלה פאר אידן אויך.

klatch » זונטאג יולי 9, 2023 8:34 pm

· #531089
לענ"ד האלטן די סאלדאטין וואס זענען גרייט אויף מסירות נפש נישט מלחמה פאר די מדינה נאר מלחמה פאר אידן'ס וועגן, און דאס האט די ליובאוויטשער רבי זי"ע געוואלט ארויסברענגען. זיי זענען טאקע אונטער'ן שליטה פון די מדינה, אבער די מאטיוואציע וואס טרייבט זיי אויף זיך איינשטעלן די לעבן איז נישט פאר די זעלבסטשטאנדיגקייט פון די מדינה נאר פאר שלום אחינו בית ישראל תושבי ארה"ק וזה לדידי פשוט וברור, דו"ק ותשכח.

נחום הסופר » דינסטאג יולי 11, 2023 11:11 am

· #531219
אינטערסאנטער
הקטן
יצחק אייזיק
הקטן
דער חבדסקער איז נישט געווען א ציוני אבער זיין גישה צו
> שלמות הארץ
> זעקס טעג מלחמה
> ענטעבי
האט אים געלייגט אין דירעקט 180 מיט האדמור מסאטמר
כמעט אלע וואס סאטמאר זאגט אויף זיי ציונים גייט אריין אין דעם כלל. זיי זענען נישט געווען קיין ציונים נאר זייער צוגאנג צו דעם איז געווען גאר אנדערש
איז די מדינה אן אתחלתא דגאולה - האט ער קלאר געהאלטען: ניין!
ער האט זיך אויסגעדריקט אין א בריוו צו מ. כשר דאס די מדינה איז א חושך כפול ומכופל
ער האט געהאט א אינטערסאנטע שיטה איבער די מדינה. די מדינה אליינס איז טרייף, אבער מען דארף עס אנהאלטן.

האיך יתקיימו שניהם? איך האב דאס אמאל געפרעגט פון א ליבאוויטשער חסיד, האט ער אנגעהויבן צו רעדן און רעדן אז ער רעדט נאך יעצט, מיט הסברים עד לב השמים וואס איך האב נישט פארשטאנען.

בין איך געקומען צו די מסקנא אז צו פארשטיין ליבאוויטשער רבי'ס שיטה איבער ציונות, מיז מען האבן א ליבאוויטשער קאפ.
חייב אדם לומר בלשון רבו (אנגעהויבן צו רעדן און רעדן וכו), והבן

מילך טראק » מיטוואך מאי 15, 2024 8:15 pm

· #562360
Re:
אינטערסאנטער #

איז די מדינה אן אתחלתא דגאולה - האט ער קלאר געהאלטען: ניין!
ער האט זיך אויסגעדריקט אין א בריוו צו מ. כשר דאס די מדינה איז א חושך כפול ומכופל

ער האט געהאט א אינטערסאנטע שיטה איבער די מדינה. די מדינה אליינס איז טרייף, אבער מען דארף עס אנהאלטן.

האיך יתקיימו שניהם? איך האב דאס אמאל געפרעגט פון א ליבאוויטשער חסיד, האט ער אנגעהויבן צו רעדן און רעדן אז ער רעדט נאך יעצט, מיט הסברים עד לב השמים וואס איך האב נישט פארשטאנען.

בין איך געקומען צו די מסקנא אז צו פארשטיין ליבאוויטשער רבי'ס שיטה איבער ציונות, מיז מען האבן א ליבאוויטשער קאפ.
איך זעה נישט די סתירה, ער האט געהאלטן אז שלוש שבועות איז יא הלכה, אבער מטאר נישט צירוק געבן שטחים, דאס האט סאטמער רב אויך געהאלטן, די חילקים זענען געווען, סאטמאר רב האט געהאלטן אז אויב מגייט צו די בחירות איז מען עובר אויף שלוש שבועות און אויף יעדע געזעצן וואס זיי וועלן מאכן אין כנסת,
און לובאוויטשער רבי האט נישט געהאלטן פון די פשעטל
,
ווי אויך האט סאטמער רב געהאלטן אז די מדינה איז אסור מטעם מינות ולא זכיתי להבין דעתו הקדושה.

איך האב געפרעגט א סאטמארער פארוואס אין אמעריקע מעג מען גיין צו די בחירות און נעמען געלט פון די גאווערמענט אבער און ארץ ישראל נישט ,
האט ער געזאגט אזוי האט די רבי געזאגט, איי געס אז סאיז נישט געבויט אויף עפעס וואס מקען פארשטיין

מיסטעריע » מיטוואך מאי 15, 2024 8:50 pm

· #562367
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
ווער ס'וויל נישט פארשטיין, קענסטו מסביר'ן ביז מארגן אבער היות זיין אגענדע איז נישט צו וועלן פארשטיין, איז א שאד די צייט.

ווער ס'וויל יא פארשטיין, קען מען עס זייער גרינג מסביר זיין, מ'דארף נישט קיין ליובוויטשער קאפ דערפאר, איך האב עס מיטגעלעבט יענע יארן ווען די רבי האט געלעבט און געשטורעמט א וועלט, בקיצור צום ענין, ליובאוויטשער רבי האט נישט געהאלטן פון קיין מדינה און געווען שארף דערקעגן, אזוי ווייט אז חב"ד איז די איינציגסטע וואס איז קיינמאל נישט געגאנגען זיצן אין כנסת, נאר וואס דען, איינמאל ס'איז שוין דא א מדינה, ס'איז א פאקט, וויאזוי מ'דארף זיך באגיין מיט דעם ענין, לאמיר זאגן למשל א איד קומט צום רב ס'איז אריינגעפאלן א מילכיגע לעפל אין פליישיגע טאפ, די זאך איז א פאקט, ס'איז שוין געשעהן, וואס טוהט מען יעצט?

דא האט זיך אנגעהויבן די מיינונגס פארשידענהייטן צווישען סאטמער און אנדערע קרייזן, יעצט ליובאוויטשער רבי איז נאכאלס נישט געווען ביי די מיינונג צו גיין אזוי ווייט ווי אנדערע קרייזן, אבער די רגע ס'האט זיך אנגעהויבן די שלום געשפרעכן איז עס געווארן אן ענין פון "פיקוח נפש" און ווי ער איז גערעכט געווען, און צוליב פיקוח נפש איז מען אלעס דוחה, ס'נישט צום גלייבן מ'קען היינט איבערקוקן ווידיאו'ס, ממש שכינה מדברת מתוך גרונו, אבער דער אמת איז, אז מ'דארף נישט האלטן אז דאס איז צוליב רוח הקודש, (ח"ו טאמער איינער א סאטמערער וועט דאס זעהן און האבן ספיקות אז אפשר איז ליובאוויטשער רבי אויכעט געווען א שטיקל ערליכער איד.....) נאר מ'זעהט מאיר כהנא האט אויך אזוי געהאלטן און פאראויס געזאגט טריט ביי שריט וואס גייט געשעהן, דאס איז אלעס צוליב זיי האבן גוט ארויסגעהאט ווער דער נידריגער אראבער מיט זיין שמוציגע קולטור איז.

במילא וועט מען זעהן אז אלעס וואס אנבאלאנגט פיקוח נפש שלימות הארץ וכו' דארט האט ער גענומען א אנדערע ליניע, נישט תורה אדער הלכה, נאר קאממעס סענס!

מילך טראק » מיטוואך מאי 15, 2024 10:00 pm

· #562372
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
א בחינה ווי די מענטשן וואס פארן נישט אויף די בי קיא אי ווייל מהאט דיסקרמנירט אקעגן די ארימע געגענטער

היימלינד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:21 pm

· #562444
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
מיסטעריע #
ווער ס'וויל נישט פארשטיין, קענסטו מסביר'ן ביז מארגן אבער היות זיין אגענדע איז נישט צו וועלן פארשטיין, איז א שאד די צייט.

ווער ס'וויל יא פארשטיין, קען מען עס זייער גרינג מסביר זיין, מ'דארף נישט קיין ליובוויטשער קאפ דערפאר, איך האב עס מיטגעלעבט יענע יארן ווען די רבי האט געלעבט און געשטורעמט א וועלט, בקיצור צום ענין, ליובאוויטשער רבי האט נישט געהאלטן פון קיין מדינה און געווען שארף דערקעגן, אזוי ווייט אז חב"ד איז די איינציגסטע וואס איז קיינמאל נישט געגאנגען זיצן אין כנסת, נאר וואס דען, איינמאל ס'איז שוין דא א מדינה, ס'איז א פאקט, וויאזוי מ'דארף זיך באגיין מיט דעם ענין, לאמיר זאגן למשל א איד קומט צום רב ס'איז אריינגעפאלן א מילכיגע לעפל אין פליישיגע טאפ, די זאך איז א פאקט, ס'איז שוין געשעהן, וואס טוהט מען יעצט?

דא האט זיך אנגעהויבן די מיינונגס פארשידענהייטן צווישען סאטמער און אנדערע קרייזן, יעצט ליובאוויטשער רבי איז נאכאלס נישט געווען ביי די מיינונג צו גיין אזוי ווייט ווי אנדערע קרייזן, אבער די רגע ס'האט זיך אנגעהויבן די שלום געשפרעכן איז עס געווארן אן ענין פון "פיקוח נפש" און ווי ער איז גערעכט געווען, און צוליב פיקוח נפש איז מען אלעס דוחה, ס'נישט צום גלייבן מ'קען היינט איבערקוקן ווידיאו'ס, ממש שכינה מדברת מתוך גרונו, אבער דער אמת איז, אז מ'דארף נישט האלטן אז דאס איז צוליב רוח הקודש, (ח"ו טאמער איינער א סאטמערער וועט דאס זעהן און האבן ספיקות אז אפשר איז ליובאוויטשער רבי אויכעט געווען א שטיקל ערליכער איד.....) נאר מ'זעהט מאיר כהנא האט אויך אזוי געהאלטן און פאראויס געזאגט טריט ביי שריט וואס גייט געשעהן, דאס איז אלעס צוליב זיי האבן גוט ארויסגעהאט ווער דער נידריגער אראבער מיט זיין שמוציגע קולטור איז.

במילא וועט מען זעהן אז אלעס וואס אנבאלאנגט פיקוח נפש שלימות הארץ וכו' דארט האט ער גענומען א אנדערע ליניע, נישט תורה אדער הלכה, נאר קאממעס סענס!
האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער
ליובאוויטש און רוב אנדערע גדולי ישראל האבן געהאט מער ווייניגער די זעלבע מהלך [איך האב נישט ליב די ווארט שיטה] לגבי התנגדות להקמת המדינה [עכ"פ דורך יענע מייסדים] און וויאזוי מען האנדעלט יעצט אז ס'איז שוין דא.
ליובאוויטש רבי איז געווען מער באקאנט מיט דעם ווייל #1 ער האט גערעדט אסאך און זיך קלאר מסביר געווען כסדר #2 ער האט געהאט א שטערקערע מהלך מיט געוויסע נושאים, למשל שלימות הארץ - דאס האט אבער נישט מיט ציונות קיין שייכות.

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים #2 יעדע זאך וואס האט מיט די מדינה ווער אוטאמאטיש געלעבעלט ציונית, קענסט מיר מסביר זיין וואס האט איינעם עבירות ווייל ער פריי צו טון מיט ציונות.

כספי » פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 am

· #562550
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
היימלינד #

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 17, 2024 9:42 am

· #562560
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
כספי #
היימלינד #

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
בדיוק, דער בוהושער׳ס פאטער איז געוועהן א חרדישע׳ע ציוני, און דער היינטיגער איז א קנאי, יא ווייל ס׳פעלט עים קלארקייט, ער מיינט אז ער איז געווארען פרומער פון זיין טאטע.

כספי » פרייטאג מאי 17, 2024 12:25 pm

· #562577
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
*זיידע

היימלינד » פרייטאג מאי 17, 2024 12:48 pm

· #562578
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
כספי #
*זיידע
טאטע

היימלינד » פרייטאג מאי 17, 2024 12:49 pm

· #562579
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
כספי #
היימלינד #

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
יכול להיות
עס איז דא פלעצער וואס מען לייגט א דגוש אויף תוייר"ש, אמונה ובטחון, און מען פילעוועט נישט א גאנצען טאג וואס אונזער מהלך לגבי ציונות איז

אמאהלגעקעננט » זונטאג מאי 19, 2024 1:52 am

· #562621
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
קהל'ס נער #
כספי #
היימלינד #

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
בדיוק, דער בוהושער׳ס פאטער איז געוועהן א חרדישע׳ע ציוני, און דער היינטיגער איז א קנאי, יא ווייל ס׳פעלט עים קלארקייט, ער מיינט אז ער איז געווארען פרומער פון זיין טאטע.
צ״ל זײדע

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 20, 2024 1:00 pm

· #562790
Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)
קהל'ס נער #
כספי #
היימלינד #

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
בדיוק, דער בוהושער׳ס פאטער איז געוועהן א חרדישע׳ע ציוני, און דער היינטיגער איז א קנאי, יא ווייל ס׳פעלט עים קלארקייט, ער מיינט אז ער איז געווארען פרומער פון זיין טאטע.
אויב די רעדסט זיך איין אז דעם בוהשער פעלט קלארקייט דאן קענסטו נישט דעם בוהשער. נישט דא נאך אזא קלארע מענטש ווי אים, שוין אסאך גערעדט מיט אים (איך בין נישט קיין בוהשער בכלל, אבער איך קען אים זייט איך האב מיך ערגעץ באגעגנט מיט אים, און פון דעמאלס אן פרוביר איך אנצוהאלטן מיין שייכות מיט אים אויף ווי ווייט מעגליך), און ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז זייער זייער א געבויטער מענטש, און יעדע טריט וואס ער טוט האט ער אויף דעם א געבויטע און קלארע שיטה.

זיין קלארקייט קומט ארויס ביי יעדע נקודה וואס ער טוט, און ביי יעדע שמועס וואס ער געט, און אריינגערעכנט אין דעם איז ער אויך זייער קלאר אין זיין טויש פון זיין זיידענס וועג צו זיינס. ער איז אויפגעקומען מיט א מהלך נפלא אז דער זיידע זיינער איז באמת אויך געווען קעגן ציונות נאר האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש צוליב סיבות וואס איז שוין היינט נישט נוגע (צו מקרב זיין זיין עולם וכו').

דאס איז גראדע א זאך וואס מען דארף זיין אן אמת'ער בוהשער חסיד דאס צו משיג זיין, אבער זיינע חסידים האבן אנגענומען זיינע ווערטער קודש קדשים און זיי גייען נישט צו בחירות, לערנען ויואל משה, דברי יואל, און זיינע מוסדות נעמען נישט קיין געלט.

ער איז בכלל שוין אלס בחור געווארן זייער מקושר צו סאטמאר רבי, און האלט זיך פאר א חסיד נלהב פערזענליך פון סאטמאר רב, דהיינו חוץ דעם וואס ער האט שטארק אנגענומען זיין שיטה לגבי ציונות והמסתעף, קאכט ער זיך אין סאטמאר רב'ס עבודה, דאווענענ'ס, של"ס תורות, אא"וו.